רבי שמעון ישראל פאזען משאפראן זצ"ל - שביעי של פסח תשכ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

הרב פרעגער, רואיג אביסעלע... מיר האבן איהם לכבוד יו"ט שיין מטיב געווען עיין כאן.

- - -

זעענדיג דעם אויבן דערמאנטען בילד, דערמאנט מיר א שטיקל דיון, אויב מ'גייט צו א ציון ביומא דהילולא, צו מ'מעג צוגיין צו א צווייטן קבר, צו ס'איז נישט קיין פחיתות הכבוד פאר דער וואס היינט יומא דהילולא דיליה. מכאן ראי' אז מ'איז נישט מקפיד געווען. אולי גיין צו אן אנדערער צדיק איז מען נישט מקפיד? איינער האט אמאל געהערט פון אזא דיון?
לחיים ולברכה!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

נחמן נתן האט געשריבן:הרב פרעגער, רואיג אביסעלע... מיר האבן איהם לכבוד יו"ט שיין מטיב געווען עיין כאן.

געהערט אז ווען מען באהאלט א פרישע נפטר, גייט מען נישט צו קיין צווייטען, ווייל אלע נפטרים זענען נערוועז, ווייל מען טאר נישט לייגן א רשע נעבן א צדיק, און ווער ווייסט וואס דער צוייטער נפטר איז, און יעדער קען ליידן אז עס ליגט א נישט ערליכער מענטש אלס שכן.

אבער ביי א יומא דהילולא, האבעך נישט געהערט, און מעשים בכל יום, למשל כ"ו אב, גייען א געוואלד מענטשען צו קרובים וגם אני הקטן נוהג כן, אז עס איז דא א קפידה אדרבה שרייבט, ווייל עס איז נוגע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

מיין טאטע זז"ג איז זיך נוהג אז ווען ער גייט צו זיינע עלטערן'ס קבר, גייט ער נישט צו צום אוהל פונעם רבי'ן ז"ל (אדער צו אנדערע קברים) וואס איז דארט אין ביה"ח, און געזאגט האט ער מיר אז ווען מ'גייט צו איינעם גייט מען נישט צו קיין צווייטן. קען זיין אז דאס איז א פריוואטע הרגשה זיינער און האט קיין מקור.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

נחמן נתן האט געשריבן:[size=85]זעענדיג דעם אויבן דערמאנטען בילד, דערמאנט מיר א שטיקל דיון, אויב מ'גייט צו א ציון ביומא דהילולא, צו מ'מעג צוגיין צו א צווייטן קבר, צו ס'איז נישט קיין פחיתות הכבוד פאר דער וואס היינט יומא דהילולא דיליה. מכאן ראי' אז מ'איז נישט מקפיד געווען. אולי גיין צו אן אנדערער צדיק איז מען נישט מקפיד? איינער האט אמאל געהערט פון אזא דיון?

ל"ג בעומר אין מירון, זענען זיך נוהג די ספרדים צו מאכן אן הדלקה אויך נעבן דעם ציון פון ר' יוחנן הסנדלר, כדי נישט פוגע צו זיין בכבודו (מיר האבן זיך כמה פעמים שוין משתתף געווען ביים הדלקה)
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

נחמן נתן האט געשריבן:הרב פרעגער, רואיג אביסעלע... מיר האבן איהם לכבוד יו"ט שיין מטיב געווען עיין כאן.

- - -

זעענדיג דעם אויבן דערמאנטען בילד, דערמאנט מיר א שטיקל דיון, אויב מ'גייט צו א ציון ביומא דהילולא, צו מ'מעג צוגיין צו א צווייטן קבר, צו ס'איז נישט קיין פחיתות הכבוד פאר דער וואס היינט יומא דהילולא דיליה. מכאן ראי' אז מ'איז נישט מקפיד געווען. אולי גיין צו אן אנדערער צדיק איז מען נישט מקפיד? איינער האט אמאל געהערט פון אזא דיון?

יתכן אז אין קאשוי (אולי נאך מקדמת דנא..) האט מען נישט מקפיד געוועהן דערויף.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

דאס שטיין אזוי פארטראכט ביי א ציון פון א צדיק פארזינקען אין מחשבה, איז באלד מער אינטערעסאנט ווי אלס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

ביי אונז אין משפחה איז גאר שטארק איינגעפיהרט אז אויב מען גייט אין פעלד לצורך א זאך טוט מען נאר די זאך
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

דאן קען גאר זיין מיר זענען קרובים... איז פארהאן א מקור דערצו?
לחיים ולברכה!
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

msp האט געשריבן:ביי אונז אין משפחה איז גאר שטארק איינגעפיהרט אז אויב מען גייט אין פעלד לצורך א זאך טוט מען נאר די זאך

כ'בין געווען אמאל ביים כותל המערבי, איז אנגעקומען דארט א געוויסער בנן של קדושים וטהורים מיט א קבוצה'לע אידן מתפלל זיין, עטליכע מינוט נאכ'ן פארלאזן דעם מקום המקדש, איז דער בנש"ק צוריק געקומען מיט איין באגלייטער פאר געציילטע מינוט'ן, פרעג איך דעם באגלייטער 'מאי האי', זאגט ער מיר אז איצט איז ער ספעציעל צוריק געקומען בשליחות פון א גרויסן רבי'ן מתפלל צו זיין אויף א געוויסע פריוואטע צוועק.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:דאס שטיין אזוי פארטראכט ביי א ציון פון א צדיק פארזינקען אין מחשבה, איז באלד מער אינטערעסאנט ווי אלס.

ער איז זיך מקשר בנפש הצדיק, דאס קען מען טון דורך מחשבה כידוע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

איך האב אמאל גערעדט מין אן אלטן איד און אפגעשריבן, איך קוק יעצט איבער וואס איך האב געהערט, בין הדברים האט ער געזאגט "מארטאן באטשי פון פאפא דער פאטער פון שאפראנער רב"..
איינער האט א מושג וואס דאס קען מיינען ?
יישר כחכם.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מארטאן איז א פאמיליע נאמען (נאך דא היינט אויך אזא משפחה אין וומ"ס), ערגעץ וואו זענען זיי משפחה מיט די שאפראנער. אפשר די מאמע'ס טאטע זיינע, גרויס-פאטער?
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

לכאורה האט געשריבן:מארטאן איז א פאמיליע נאמען (נאך דא היינט אויך אזא משפחה אין וומ"ס), ערגעץ וואו זענען זיי משפחה מיט די שאפראנער. אפשר די מאמע'ס טאטע זיינע, גרויס-פאטער?

אה לכאורה.
פילייכט האט יענער טאקע געזאגט אז מארטאן באטשי פון פאפא איז געווען א קרוב משפחה צום שאפראנער רב.
ועל פי שנים עדים יקום דבר.
יישר כח רבי.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

דאס שטימט מער, ווייל פון ווי שאפראנע רב איז געקומען האט מען קיין "באטשיס" נישט געהאט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אין פאפא איז געווען ר' יצחק לייב מארטאן וועלכע איז דארט געווען דער סעקרעטאר פון די קהלה און ראש פון חברה קדישא

badatz האט געשריבן:
עזהשי''ת
אספר כפי זכרוני שסיפר לי בקיץ תשכ''ז .
הוא הי' חייל בצבא הגרמני ---הוא הי' הוסאר ---- וכידוע הגרמנים נלחמו כנגד הרוסים והוא הגיע
עד קיעוו וזכה לראות חסידים ואנשי מעשה ---ובתוכם את הרה''ק ר' דודל זלאטאפאלער ור' דודעל
סקווערער ואת דרכי החסידים ומאוד נתפעל ואז גמר בדעתו שיותר לא יחזור לפראנקפורט לקביעות.
וידוע כשדייטש גומר בדעתו משהוא לא יכולים להזיזו .וכשחזר לביתו אחרי המלחמה .נסע לזקינו
לפאפא --משפחת מארטאן אבי אימו
--ולמד בבעלעד וכשרבו עבר לכהן לאוהעל עבר איתו ושם נשתדך
עם משפחת רובין ובקלויז ההאוהעלי נתקשר למונקאטש .בקשא אמיץ וחזק וגם לחתנו .ומשם עבר לכהן
לשאפראן קודם בתור ראש ישיבה וכו' וכו' ע''כ בקיצור תולדותיו .
הוא נשאר בקשר עם פראנקפורט ועם המשפחה הרבנית .משפחת ברויער .ואת רבו האב''ד ר' שלמה
זלמן זצ''ל החזיק לרבו .שפע ממנו אהבת ישראל במידה גדושה .זכותו יגן עלינו .ועל משפחתו
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

שטימט דאך עס זייער גוט, אז מארטאן באטשי פון פאפא איז געווען שאפראנער רב'ס זיידע.
יענער האט מיר טאקע פארציילט אז מארטאן איז געגאנגען מטעם הקהלה שפיאנירן אויף א פאטענציאלע שוחט.
יישר כח בן בוזי
אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ושלום »

איך האב געהערט א מעשה די וואך וועל איך עס מיט טיילן מיט די חבירים:
עס איז געווען נאך די לוי פון שאפראנער רב האט די פאפא רב זצ"ל פארציילט אז אפאר טעג פריער איז אים זיין טאטע געקומען אין חלום און געזאגט אז אויף יענע וועלט גרייט זיך בי'ד של מעלה צו א גרויסן גאסט, וואס איז די חידוש פון דעם גאסט? האט אים זיין טאטע געזאגט אז ער איז די ערשטע גדול וואס האט טועם געווען נסיון אמעריקא.
האט פאפא רב זצ"ל געפרעגט זיין טאטע ווער דאס איז האט ער אים געזאגט ער זאל ווארטען אפאר טעג וועט ער זען. אין טאקע אפאר טאג שפעטער איז שאפראנע רב אוועק
העמיר זיך זען אויף שמחות
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ס'איז מעגליך אן אינטערעסאנטער עפיזאד, אבער אביסל הסברה ביטע; וואס מיינט דאס נסיון אמעריקא?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

בן בוזי
תמיהני עליך
דו ביזט דאך דארט?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין "דער איד" פארגאנגענעם נומער איז געווען א שיינע באשרייבונג איבערן שאפראנער רב זצ"ל לרגל די 45'סטע יומדה"ל
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

msp האט געשריבן:בן בוזי
תמיהני עליך
דו ביזט דאך דארט?

לויט וויפיל איך באהאוונט אין תולדות וקורות חייו פונעם שאפראנער רב, איז ער נישט געווען שייכות צו אמעריקא און נישט צו קיין נסיון אמעריקא, ובכן איז עס נישט בהכרח אז דוקא איהם האט דער ויגד יעקב געמיינט, אויב אבער וויל מען יא זאגן ווילדע סברות, דאן איז אין יענע טעג (כ"ח ניסן תשכ"ט) אויך נפטר געווארן הג"ר מאיר זאנוויל פאם רב בבראנזוויל (פאטער פון הג"ר א"י פאם), ער האט אימיגרירט אהער אום תרפ"ד און דעריבער זיכער געווען בשייכות צו נסיון אמעריקא, אפשר איהם האט ער געמיינט....
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ושלום »

זייער מעגליך
איך האב פארציילט וואס איך האב געהערט
העמיר זיך זען אויף שמחות
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

בן בוזי האט געשריבן:
msp האט געשריבן:בן בוזי
תמיהני עליך
דו ביזט דאך דארט?

לויט וויפיל איך באהאוונט אין תולדות וקורות חייו פונעם שאפראנער רב, איז ער נישט געווען שייכות צו אמעריקא און נישט צו קיין נסיון אמעריקא, ובכן איז עס נישט בהכרח אז דוקא איהם האט דער ויגד יעקב געמיינט, אויב אבער וויל מען יא זאגן ווילדע סברות, דאן איז אין יענע טעג (כ"ח ניסן תשכ"ט) אויך נפטר געווארן הג"ר מאיר זאנוויל פאם רב בבראנזוויל (פאטער פון הג"ר א"י פאם), ער האט אימיגרירט אהער אום תרפ"ד און דעריבער זיכער געווען בשייכות צו נסיון אמעריקא, אפשר איהם האט ער געמיינט....

גאנץ א גוטע סברה... אבער דער ערשטער גדול טועם צו זיין אמעריקא?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך פארשטיי נאך בכלל נישט דער אפטייטש פון דער טערמין; טועם זיין נסיון אמעריקא.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

בקיצור, סאיז נאר געווען א חלום....
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”