רבי צבי אלימלך שפירא מבלוזשוב - ה' ניסן תרפ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מיללער האט געשריבן:עס איז צייט צו עפענען אן אשכול לבית בלאזוב און אריינלייגן דארט כאטש דעם בילד פון א עולם שחרב, ווען די בארבארן האבן זיך נישט באגנוגט מיט'ן רצח'ענען די זעקס מיליאן לעבעדיגע קדושים מושלכים באש הי"ד, נאר אפי' די שוכני עפר זענען זיי געשטאנען אין וועג, ווען זיי האבן חרוב געמאכט מיליאנען קברים ובתוכם פון קדושי עליון ומצוקי תבל, זכותם יגן עלינו.

ארץ ארץ אל תכסי דמם

גא"מ
אגב איז שוין דא אסאך שיינע זאכן דא אויפן וועלטל לבית בלאזוב צוזייט און צושפרייט דארף עס איינער צאמנעמען לפונדק אחד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א גרויסן יישר כח פאר די גבאי קודש פארן אפטיילן די תגובות מבית בלאזוב - יעצט ברויך עמיצער געהעריג מסדר זיין שושלת בית בלאזוב מיט בילדער.

-

אויף דערווייל, דער בלאזובער רב זצ"ל דער צבי לצדיק, האט געהאט א זון ר' יוסף וואס איז נפטר געווארן אין אינגען עלטער פון 22 יאר ביום ז' מר-חשון בשנת תרמ"ט פון א טיפוס עפידעמיע רח"ל וואס האט געבוזשעוועט אין בלאזוב אין יענע תקופה, דא דערציילט דוב בעריש זילבער פון בלאזוב המכונה זב"ד איבער די שרעקליכע טראגעדיע:
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... 3&rtl=true
אטעטשמענטס
GetImage (3).png
GetImage (2).png
GetImage (1).png
GetImage.png
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט הרה"צ רבי אלחנן היילפערין שליט"א גאב"ד ראדאמישלא געהערט פונעם בלאזשווער רבי זצ"ל פון בארא פארק.


אז הרה"ק המנחת אלעזר זיע"א האט אים איינגלאדענט צו זיין טאכטערס חתונה (מהאט אים אפילו מכבד געווען מיט א'ברכה אונטער די חופה).

און ער האט מיט געברענגט די זיידעס ספר צבי לצדיק וואס ער האט געדרוקט צום מונקאטשער רב .
און די מנחת אלעזר האט אריין געקוקט דערון און זיך אנגערופן מיט גרויס התפעלות ער האט חרטה אז ער האט זיך נישט משתעשע געווען מיט אים ביז יעצט.
ובכן איז ער מקבל אויף זיך תשובת המשקל אז ביי תחיית המתים גייט ער מקבל מרות זיין פון בלאזשעווער רב זיע"א.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג יוני 03, 2014 10:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

מיללער האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פאר די גבאי קודש פארן אפטיילן די תגובות מבית בלאזוב - יעצט ברויך עמיצער געהעריג מסדר זיין שושלת בית בלאזוב מיט בילדער.

-

אויף דערווייל, דער בלאזובער רב זצ"ל דער צבי לצדיק, האט געהאט א זון ר' יוסף וואס איז נפטר געווארן אין אינגען עלטער פון 22 יאר ביום ז' מר-חשון בשנת תרמ"ט פון א טיפוס עפידעמיע רח"ל וואס האט געבוזשעוועט אין בלאזוב אין יענע תקופה, דא דערציילט דוב בעריש זילבער פון בלאזוב המכונה זב"ד איבער די שרעקליכע טראגעדיע:
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... 3&rtl=true

בדרך אגב האט הרבנית חיה מינדל אלמנת הרה"צ רבי יוסף שפירא זצ"ל בן הרה"ק מ'בלאזשעב נאך אמאל חתונה געהאט מיט הרה"ק רבי הערשלע האלברשטאם אבד"ק רודניק זצ"ל (בן הרה"ק מגארליץ זיע"א) און געהאט הרה"ק רבי זלמן לייב זצ"ל אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג.
ואחיו הרה"צ רבי אברהם האלברשטאם זצ"ל אבד"ק רודניק .
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:בדרך אגב האט הרבנית חיה מינדל אלמנת הרה"צ רבי יוסף שפירא זצ"ל בן הרה"ק מ'בלאזשעב נאך אמאל חתונה געהאט מיט הרה"ק רבי הערשלע האלברשטאם אבד"ק רודניק זצ"ל (בן הרה"ק מגארליץ זיע"א) און געהאט הרה"ק רבי זלמן לייב זצ"ל אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג, ואחיו הרה"צ רבי אברהם האלברשטאם זצ"ל אבד"ק רודניק .


בת מי היתה?
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

בת ר' מאיר משולם שפירא מלאנצוט ב"ר שמואל בן הבנ"י.
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

מיללער האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פאר די גבאי קודש פארן אפטיילן די תגובות מבית בלאזוב - יעצט ברויך עמיצער געהעריג מסדר זיין שושלת בית בלאזוב מיט בילדער.


למהרצ"א מבלאזוב הי' ג' צאצאים:
1) ר' יהושע בעל קרן ישועה מריביטיטש בזיוו"ר חתן ר' מנחם מנדל מארילוס מדובעצק. ובזיוו"ש חתן ר' יעקב דאכנער מדעלאטין.
2} ר' יוסף הנ"ל
3) אלטא ברכה אשת ר' ברכי' טייטלבוים מאוהעל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

מיילעך האט געשריבן:בת ר' מאיר משולם שפירא מלאנצוט ב"ר שמואל בן הבנ"י.

און טאקע כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א האט א'זון מיט די נאמען רבי מאיר משולם שליט"א.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

אז מ'רעדט שוין פון הרה"צ רבי מאיר משולם שפירא מ'לאנצהוט זצ"ל האב איך מיך דערמאנט א'מעשה.

פארציילט כ"ק אדמו"ר מ'בלאזשוב זצ"ל בארא פארק אז הרה"צ רבי מאיר משולם שפירא זצ"ל איז געווען בעל שחרית ראש השנה ביי זקנו הרה"ק מ'בלאזשעב זצ"ל .

איינמאל נאך שחרית פאר תקיעת שופר איז ער נאך אמאל געגאנגען און מקוה.
האט אים זקנו הרה"ק מ'בלאזשעב זיע"א געפרעגט איז רבי מאיר משולם'ס שחרית מטמא?
ער האט נישט געהאלטן פון די פרומע שטיק נאך אמאל גיין און מקוה פאר תקיעת שופר.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

גם בבעלזא אמרו כך.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

מתנגד און נישט געוואלט שטיצען אגודת ישראל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

צום ענדע פון די ערשטע וועלט מלחמה בשנת תרע"ח האט זיך די הייליגער בלאזשוב'ער רב זיע"א באזעצט און פשעמישל.

פארציילט הרה"צ רבי ישראל מ'בלאזשוב זצ"ל אז אמאל איז ארויף געקומען א'דעלגאציע חשוב'ע רבנים צום זיידן הרה"ק מבלאזשוב זיע"א ובתוכם הגאון רבי מאיר שפירא זצ"ל אבדק"ק לובלין און הרה"ג רבי אהרן לעווין זצ"ל אבדק"'ק ריישא והרה"ג רבי לייבל מינצבערג ועוד אנשים חשובים.

זיי האבען געבעטן דעם רבי'ן ער זאל זיי געבען א'שטיצע בריוו לטובת וחיזוק אגודת ישראל רופט זיך אן דער צבי לצדיק זיע"א יאך וועל זיך א'דורכשמועסן מיט מיין אייניקל ווייזענדיג דערביי אויף רבי ישראל'טשע פראכינקער רב (בלאזשובער רבי זצ"ל פון בארא פארק) וואס איז דארט געשטאנען.

עס גייט דורך א'טאג צוויי און פראכניקער רב הערט גארנישט פון זיין זיידע וועגן די בריוו ,האט ער מדעתו אנגעשריבן א'בריוו מיט א'בכבוד'יג נוסח און אריין צום זיידן אים דאס צו ווייזן.

די זיידע קוקט אים אן מיט א'וואנדער זאגענדיג:

ווער בריוו? וואס בריוו? יעך האב עפעס געזאגט וועגן א' בריוו?

יעך האב געזאגט איך וועל זיך א'דורכשמועסן מיט דיר, און יעך שמועס זיך א'דורך אויף נישט.


די פראכניקער רב איז געבליבן שטייין פאר'חידוש'ט און שנעל אריין צום טאטע'ן הרה"ק רבי יהושע'לע זצוק"ל מ'ריביטיטש און געפרעגט ווי אזוי וועט ער זיך איין עצה געבן מיט אזעלעכע חשוב'ע רבנים בדרך כבוד?.

איז דער ריביטיטש'ער רב אריין צום טאטען דער צבי לצדיק ,האט בלאזשוב'ער רב זצוק"ל מסביר געווען אז צוליב כבוד פון אזעלעכע חשוב'ע רבנים האט ער נישט געזאגט בפירוש ניין נאר ער האט זיך ארויס געדרייט זאגענדיג אז ער וועט זיך דורך שמעוסן מיט די אייניקל ,און זיי האבן שוין אליין פארשטאנען אז יעך האלט נישט ביים שרייבן א'בריוו.

עד כאן מנכדו בלאזשעבער רב זצוק"ל.

זעט מען פון דא די גדלות און צדקות פון בלאזשוב'ער רב זיע"א אז הגם ער איז געווען א'שארפע מתנגד צו אגודת ישראל האט ער זיך בדרך חכמה ארויס געדרייט פון די חשוב'ע רבנים נישט זיי צו געבן א'בריוו אן זיי פוגע זיין בכבודם.
הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 5:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב ר' אשר »

זכותו יגן עלינו.

אינעם גליון דברי תורה דחסידי בעלזא, ווערט דער בלאזובער רב זייער שיין באשריבן די לעצטע וואך,
וחיי עולם נטע
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת קדשם של הרה"ק בעל 'צבי לצדיק' מבלאזוב ובנו הרה"ק בעל 'קרן ישועה' מריבאטיטש - בתקופת השואה

צבי לצדיק.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

לאחר השואה

Rzeszow, Poland, The remains of a synagogue.jpg
Rzeszow, Poland, The remains of a synagogue.jpg (42.99 KiB) געזען 4428 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

האהל והמצבות הק' - כיום

6e05403799eb8a2bb68e2252d74de83a.jpg
Jewish_cemetery_in_Rzeszów_(Poland)3.jpg
Jewish_cemetery_in_Rzeszów_(Poland)4.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הטבלאות בפנים האהל

rzeszow18.jpg
rzeszow19.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הרה"ק בעל צבי לצדיק מבלאזוב זי"ע במארינבאד

phoca_thumb_l_7.jpg
הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 5:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב ר' אשר »

[quote="יציב פתגם"]הרה"ק בעל צבי לצדיק מבלאזוב זי"ע במארינבאד
quote]

ווייסט מען ווער זענען די באגלייטערס?
וחיי עולם נטע
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

די הייליגע בלוזשובער רב האט א גאנץ ווינטער קודם פטירתו גערעדט פונעם הייליגען אפטא רב, ווען די ימי ניסן האבען זיך אינטער געריקט האט ער געהאלטען און איין פרעגען נאך וויפיל טעג ארום איז דער אפטא רב יא"צ? אזוי מיום ליום ביז ער איז טאקע נסתלק געווארען לחיי עלמא ביומא דהילולא קדישא ה' ניסן! ויהי לפלא
זי"ע ועכי"א
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

גיי געזונטערהייט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

מ'האט אויפגענומען דעם "צבי לצדיק" זייער יונג אלס רב אין בלאזשוב,איז אמאל געקומען צו אים ,זיין שווער הרה"ק רבי משה'לע פון ראזוואדאוו זצוק"ל (זון פון רבי אליעזר'ל פון דזשיקעוו זצוק"ל) אויף א'שבת,און מוצאי שבת האט אים ראזוואדער רב אריין גענומען אין צימער און געזאגט פארשידינע אנווייזונגען,דו האסט געדארפט אזוי טוהן,און נישט אזוי טוהן,האט בלאזשוב'ער רב געזאגט זיין שווער,(ס'איז דעמאלטס געווען פרשת בהעלותך) אז מ'טרעפט אין די היינטיגע פרשה,אז משה האט געבעטן זיין שווער יתרו זאל בלייבען ביי אים,ווי די פסוק זאגט אל נא תעזוב אותנו,(במדבר י,לא)ו,היה הטוב ההוא וגו' ,כאטשיג ס'שטייט נישט די טובה וואס ער האט געהאט פונעם שווער.

אבער אין פרשת יתרו כאטשיג מ'האט צו געלייגט א'פרשה פון ואתה תחזה אין די תורה דורך יתרו,מיט אלעם ענדיגט זיך די פרשה (שמות יח,כז) וישלח משה את חותנו ,ער האט אים פארשיקט,איז עס טאקע א'וואונדער,פארוואס האט ער עס געטוהן?,
נאר די פשט איז אזוי,אויב די שווער מישט זיך נישט אריין אין די איידים'ס געשפטען,בעט מען אים צו בלייבען,אבער אין פרשת יתרו ווען ער האט זיך אריין געמישט אין משה רבינו'ס געשעפטען,און כאטשיג ס'איז געווען א'גוטע עצה,אויף אזוי ווייט ,אז ס'איז געווארן א' תורה פון זיין עצה,מיט דעם אלעם ,האט אים משה רבינו געזאגט "גיי דיר געזונטערהייט".

האט זיין אייניקל בלאזשוב'ער רב זצוק"ל פון ב"פ צוגעלייגט,אז דאס איז קומען ראזוואדווער רב , מדה כנגד מדה,ווען ער האט חתונה געהאט מיט'ן יטב לב'ס זצוק"ל טאכטער,זייער אינג ביי די פערצן יאר,האט ער זיך א'סאך מסגף געווען,געפאסט אסאך תעניתים מיט סיגופים,און זיין שווער האט עס נישט געפאלען,און די עלטער שווער די ישמח משה זצוק"ל האט נאך געלעבט,האט אים די ישמח משה צו גערופן און אים געזאגט,ס'איז דא אפסוק (ירמי,ד כב ) חכמים המה להרע ולהטיב לא ידעו,דרשענען די הייליגע חכמים,(שבועות כז,)אוכל להטיב,לא אוכל להרע,דאס האט די נביא געזאגט,חכמים המה להרע,דאס מיינט אז זיי זענען קלוג און קענען נאר די וועג,מיט די עבודה פון פאסטען און נישט עסען,און זיך מסגף זיין ,אבער להטיב,דאס מיינט אז מ'קען צוקומען צו שלימות דורך עסען, דאס ווייסען זיי נישט.האט ראזוואדאווער רב געזאגט צום עלטער שווער די ישמח משה,אז דאס איז א'עצה פון א'שווער,און די רמז איז,ווייל די ווארט חכמים,איז די ראשי תיבות,י'תרו כ'הן מ'דין ח'ותן מ'שה.

(דאס האט פארציילט זייערע אייניקל בלאזשובער רב זצוק"ל פון בארא פארק).
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

הרב ר' אשר האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:הרה"ק בעל צבי לצדיק מבלאזוב זי"ע במארינבאד
quote]

ווייסט מען ווער זענען די באגלייטערס?

צוויי גבאים,פון רעכטס (האלטענדיג די זעקל )איז ר ' אהרן סאק און לינקס איז ר' אברהמטשע גייגער.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

היינט געהערט אויפן שיעור פון הרב מנשה ישראל רייזמאן שליט"א וואס ער האט עס געהערט פון איינעם וואס האט עס אליינס בייגעוואוינט ביים צבי לצדיק ז"ל

איינמאל אינמיטן די תורה האט ער געגעבן א זאג אויף צוויי לענגערע פסוקים אז זיי זענען איין גימ', און ס'איז געווען א שטיקל חידוש ווייל ס'איז געווען גאנץ לאנגע פסוקים, און איז נישט געווען עפעס וואס וואלט גרינג געווען אויסצוטרעפן.
נאכן טיש האבן זיך די חסידים טאקע נישט געפוילט און זיך גענומען רעכענען, און ס'האט טאקע געשטימט, איז איינער פון די חסידים אריינגעגאנגען צום רבין און פארציילט די תמיה פון די חסידים, אז דער רבי האט אזוי שנעל אויסגערעכנט אזא קאמפליצירטע גימ', רופט זיך אן זיך אן דער צבי לצדיק, אז ער האט עס קיינמאל נישט אויסגערעכנט!! ער האט נאר פארשטאנען אז לויט זיין תורה 'מוז זיין' אז די צוויי פסוקים האבן איין גימ'!

וואס מ'זעהט פון דעם איז, אז דער גימ' איז נישט דאס וואס ברענגט צוזאם 2 ענינים, די גימ' טוט נאר רעפלעקטירן א טיפערע קשר פון די 2 ענינם. אז איהר וועט זיך נעמן רעכענען און מאכן א גימ' זייטס נישט פרייליך, ווילאנג די 2 זאכן האבן נישט קיין שום קשר אן דעם גימ', איז דער גאנצער גימ' נישט מער ווי א קרעפ'ל פשעטל.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

005277_351194cd4ex7e41cf3so34.jpg
005277_351194cd4ex7e41cf3so34.jpg (29.46 KiB) געזען 3878 מאל
תולעת-ספרים
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולעת-ספרים »

005277_.jpg

איז דאס דער "צבי לצדיק"? איז עהר גיווען א רב אין יבורניק (יאווארניק)?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 12996
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

צבי לצדיק?
אטעטשמענטס
unnamed.png
דביה תחדי נפשא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”