בלאט 1 פון 1

ר' רפאל זילבער אב"ד פריימאן ובעל מרפא לנפש כ"ז סיון תשנ"ו

געשריבן: מוצ"ש מארטש 28, 2009 9:29 pm
דורך טאשן זייגער
ס'כאפט אהן א פחד זיך צו דערמאנען פון מורי ורבי הגאון האדיר שר התורה כל רז לא אניס ליה רבי רפאל זילבער זכר צדיק וקדוש לברכה.

מורי ורבי דער פריימאנער רב איז געווען באקאנט אין עולם התורה אלץ איינער פון די גרעסטע מרביצי תורה בדורינו באשאנקען מיט אלע מעלות ומדות פון א גדול בישראל, דער גאון האדיר האט זוכה געווען אויף צושטעלען טויזענטער תלמידים, אלע יראים ושלמים ובתוכם צענדליגער רבנים ומורה הוראה בישראל, ער איז געווען א דולה ומשקה מתורת רבותיו לתלמידיו, בפרט פון זיינע גרויסע רבי'ס ווי הגאון האדיר דער ראדאמישלער רב בעל מהר"ש ענגיל ז"ל, דער בעל קרן לדוד ועוד לויט ווי איך געדענק פלעגט ער כסדר רעדן פונעם ראדאמישלער רב כ'מיין אז ער האט געלערנט ביי אים איבער 10 יאר.
אויך פלעגט ער כסדר רעדן פונעם סטאפקאווער רב, קאשוי רב הגה"ק ר' שאול בראך, מונקאטשער רב בעל מנחת אלעזר ועוד ועוד וואס איך געדענקט נישט יעצט אויף די מינוט.
דער פריימאנער רב, טראץ דעם וואס ער איז געווען דבוק בתורה יומם ולילה אן אויפהער, איז ער געווען שטארק צוגעבינדען צי די תלמידים מיט א אויסערגעווענטליכע עבותות אהבה. און זייענדיג דער גרויסער מפלפל און בקי נפלא וואס כל רז לא אניס לי', האבען די תלמידים געשלונגען פין אים זיינע חידושים בכל מקצועות התורה, בפרט זיינע שיעורים אין סוגיות הש"ס. אויך איז ער געווען באשאנקען מיט א געוואלדיגען כח הדרוש זייענדיג א פה מפיק מרגליות, וואס האט צוגעצויגען און מחזק געווען כל שומעיו, און עס תמיד געווען אויסגעגאסען אויף זיין פנים די חדוותא דשמעתא און אלעס איז געזאגט געווארען מיט א ענוות חן ווער געדענקט דען נישט וויאזוי ער פלעגט שמייכלען ביים פארענטפערן א רבי עקיבא אייגער אוי איז דאס געווען צייטן.
דער קשר און אהבה פון די אלע תלמידים איז נאך געבליבען ביז צום היינטיגן, אלע תלמידים רעדן ביז צום היינטיגען טאג מיט געוואלדיגע געגועין און כיסופין לשמו ולזכרו, און זענען מקושר צו אים בנימי נפשם ולבבם. ביי די לוי' האט פארציילט תלמידו הגאון רבי געציל בערקאוויטש דומ"ץ קר"י אז א שטיקל צייט צוריק האט ער אים געטארפן ביי א חתונה אין איבער געשמועסט זאכן וואס מ'האט גערעדט אין די ישיבה דער פריימאנער רב איז דעמאלט געווען 91-92
ער האט געוואינט א תקופה אין קראון הייטס אין ער פלעגט קומען אין די ישיבה אויף סענז סט. מיט די סיטי באס פארציילט מען אז אזוי ווארטנדיג אויפן באס געט ער זיך ארופ אהן היינט קומען נישט קיין באסעס.......אזוי איז ער געווען דבוק אין די תורה יומם ולילה.
ווער געדענקט דען נישט די הערליכע ש"ס תורות אין קעמפ מ'האט זיך אריינגעקוועטש אין זיין באנגעלאו אין (ליליאנס היינט רופט מען עס קרית זופניק)
מיט שאפראנער רב איז ער געווען מורא'דיג נאנט כ'דענק ווען ער האט מספיד געווען דעם שאפראנער רב אין די ישיבה האט ער מורא'דיג געוויינט.
אויך האט ער ארויסגעגעבן הערליכע ספרים "מרפא לנפש" 6 בענדער אויך ד' חלקי שו"ע זענען שטארק מפורסם בעולם התורה וחסידות, ובמיוחד דער ספר מרפא לנפש על התורה וואס איז א יחיד במינו אין אגדה דרוש און חסידות, אויף זיין אייגענארגטיגן שטייגער איז ער מבאר און מפרש דברי אגדה מיט הקדמות פון פריערדיגע באופן נפלא.
אויך איז דא א ספר ארז בלבנון די תולדות, הספדים פון גדולי ישראל, אין מעשיות וואס ער פלעגט פארציילן.
נפטר געווארן ז"ך סיון תשנ"ז
אויך האט ער איבערגעלאזט א שיין דוד ממשיכי דרכו
הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו ר' מנחם זכרי' זילבער שליט"א מ"מ אב"ד פריימאן וראב"ד התאחדות הרבנים
הגאון הצדיק המפורסם חו"פ מלהיב לבבות לאבינו שבשמים רבי מאיר טודרוס זילבער שליט"א אב"ד יאוושנע ובעמ"ח מטר השמים
הגה"צ אברהם שמואל זילבער שליט"א אב"ד נחלת מרדכי צבי קאשוי
אין א איידעם הגה"צ ר' ליפא זעגלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד ווינא

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2009 11:12 am
דורך מיללער
מיט אזא טאשן זייגער ווער ברויך נאך א האנט זייגער.....

ברוך הבא הרב זייגער, יהא בואכם לברכה ולהרמת קרנינו למעלה.

דער פריימאנער רב זצ"ל איז מפורסם צווישן סאטמארער חסידים, זייענידג דער ר"מ ומרביץ תורה בישיבה תורה ויראה אויף סאנז סט., הרבה שמעתי מאבי מורי שליט"א מגדלות הפריימאנער רב ומגודל ענוותנותו וצדקותו.

איך דערמאן מיך א ווערטל וואס מ'זאגט נאך פונעם פריימאנער רב, אנפאנג זמן ווען ער האט נאכנישט געקענט אזוי גוט אלע נייע תלמידים, אז א טאטע האט זיך נאכגעפרעגט אויף זיין בחור פלעגט ער ענטפערן, "איך קען שוין אלע נעמען און אלע פנימער, יעצט ברויך איך נאר צאמשטעלן די ביידע" ודפח"ח.

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2009 11:46 am
דורך ביקסאד
מען האט פון אים געדריקט א ספר ארז בלבנון, איין געטיילט אין דריי טיילן,
א. תולדותיו, ב. הספדים עליו, ג. עובדות ושיחות שסיפר על גאו"צ.



הודעתי מאה פעמים ח"י, עד הנה עזורונו רחמיך וגו'

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2009 12:21 pm
דורך badatz
[quote="ביקסאד"]מען האט פון אים געדריקט א ספר ארז בלבנון, איין געטיילט אין דריי טיילן,
א. תולדותיו, ב. הספדים עליו, ג. עובדות ושיחות שסיפר על גאו"צ.
ב''ה
מה חידשת הלא הטאשען זייגער כבר הזכירו .
וכפילא למה לי .

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2012 12:05 pm
דורך מחזור
המאור מעלדט איבער די פטירה פון פריימאנער רב זצוק"ל

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 4:21 pm
דורך מיללער
דער פריימאנער רב אונטערגעשריבען אויף א מז"ט וואונטש בשנת תרפ"ד אלס תלמיד פון די ישיבה אין סאטמאר (ישיבת הקרן לדוד):
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=46

געשריבן: דינסטאג יולי 21, 2015 3:09 pm
דורך מיללער
מזל טוב וואונטש אין "המאור" תמוז תשכ"ב - לרגל די בר מצוה פונעם יאווארזשנא רב שליט"א בנו של הגה"צ מפריימאן זצ"ל

א בילד

געשריבן: מיטוואך פעברואר 10, 2016 5:34 pm
דורך איך גלייב
א בילד האט אפשר איינער?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 12:28 pm
דורך תיבת נח
א בילד פון ר' רפאל זילבער אב"ד פריימאן ובעל מרפא לנפש

געשריבן: מיטוואך מארטש 30, 2016 1:08 pm
דורך הירשל ציג
ביי וועם איז ער געווען אן איידעם?

געשריבן: מיטוואך מארטש 30, 2016 1:38 pm
דורך יוראפ

חתן בזי"ר ר' אשר יהודא כץ מ'חוסט

געשריבן: מיטוואך יולי 11, 2018 3:15 pm
דורך צםמארקשך
הירשל ציג האט געשריבן:ביי וועם איז ער געווען אן איידעם?

געשריבן: מיטוואך יולי 11, 2018 3:18 pm
דורך צםמארקשך
צםמארקשך האט געשריבן:
הירשל ציג האט געשריבן:ביי וועם איז ער געווען אן איידעם?

ר' יחזקאל זאלצער די שווער פון ר' הערש אלימלך כהנא נ"י, און פון ר' יחזקאל און ר' אברהם שלמה פר"מ פאטער, איז אויך געווען א איידעם ביי אשר יודא כץ

געשריבן: מיטוואך יולי 11, 2018 11:19 pm
דורך וועלוועל קליינער
בזוו"ר איז ער געווען אן איידעם ביי ר' אשר יודא ז"ל בזוו"ש ביי ר' מנחם ווערטהיימער ז"ל.
די רביצין ע"ה וועלכע איז נפטר געווארן פאר עטליכע יאר צוריק איז א טאכטער פון ר' מנחם ווערטהיימער ז"ל, א שוועסטער פאר ר' ישראל אלימלך ע"ה.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 12, 2018 10:49 am
דורך בריוועלע
די ספר מרפא לנפש כשמו כן הוא, א אוצר בלום פון אגדה דרוש און חסידות מצומדים, א איד וואס האט א געפיל און א פארגעניגען צו לערנען ספרי אגדה געבויעט אויף הערליכע ענינים און הקדמות, קען זיך מחי' זיין און באלעקען די פינגער מיט די הערליכע פערל ווערטער, און חוץ מזה איז עס אויך מלא חיזוק מוסר והדרכה אויף עבודת ה', זייער שיין און ווארים, הערליך און גוט געשריבן באופן נפלא.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 11:55 am
דורך אילו זכינו
איז דא ערגעץ א קלארע שיינע בילד פונעם פריימאנער רב זצ"ל

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 1:14 pm
דורך יוראפ
ביי גאב"ד יאוואזשנא שליט"א אינדערהיים

געשריבן: דינסטאג מארטש 05, 2019 11:34 am
דורך הסרפד
נדון על יחוס זוגתו בת קדושים מ' מינדל לאה, עי' כאן: viewtopic.php?f=31&t=39142&p=1881634#p1881634

Re: ר' רפאל זילבער אב"ד פריימאן ובעל מרפא לנפש כ"ז סיון תשנ"ו

געשריבן: מיטוואך יאנואר 05, 2022 3:38 pm
דורך גרשון
ווער איז געווען דער פריימאנער רב איידעם ביים ביקסאדער רב?

Re: ר' רפאל זילבער אב"ד פריימאן ובעל מרפא לנפש כ"ז סיון תשנ"ו

געשריבן: מיטוואך יאנואר 05, 2022 11:10 pm
דורך משה הירש
גרשון האט געשריבן:ווער איז געווען דער פריימאנער רב איידעם ביים ביקסאדער רב?

הרב הג' ר' יושע העשיל דייטש ממשפחת המאקאווא דיין תלמיד הויחי יוסף מפאפא מקורב להדברי יואל מסאטמאר
היה כמה שנים רב בלאס אנגעלס ואח"כ מנהל רוחני בת"ת סאטמאר וויליאמסבורג
הוא היה חתן הטעמעשוואר רב ר' משה ארי' לעוו שהיה חתן הרב הקדוש ר' אליעזר מביקסאד זצ"ל

Re: ר' רפאל זילבער אב"ד פריימאן ובעל מרפא לנפש כ"ז סיון תשנ"ו

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 11:20 am
דורך גרשון
יישר כחכם.

Re: ר' רפאל זילבער אב"ד פריימאן ובעל מרפא לנפש כ"ז סיון תשנ"ו

געשריבן: מוצ"ש פעברואר 25, 2023 5:29 pm
דורך ירוחם יעקב
צו וועלעכע צדיקים פלעגט ער פארן ?

ווען איז ער אנגעקומען קיין פריימאן ?