בלאט 1 פון 2

רבי ניסן יהודה לייב טווערסקי מקיעלץ זצ"ל - י"א ניסן ת"ש

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2009 3:05 pm
דורך מיללער
בייגעלייגט איז א בילד פון די מצבה פון ר' ניסן יהודה לייב טווערסקי מקיעלץ נכד המגיד מטוריסק, ער איז אוועק בשנת ת"ש ונטמן בקראקא ווי דער בילד איז געונומען געווארן, נאך די קריג האט מען מפנה געווען גופו אויף ארץ ישראל.

(אגב, ער האט געהאט א זוהן אין לאס אנזשעלעס וועלכער איז לעצטענס אוועק)

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2009 3:33 pm
דורך badatz
מיללער האט געשריבן:בייגעלייגט איז א בילד פון די מצבה פון ר' ניסן יהודה לייב טווערסקי מקיעלץ נכד המגיד מטוריסק, ער איז אוועק בשנת ת"ש ונטמן בקראקא ווי דער בילד איז געונומען געווארן, נאך די קריג האט מען מפנה געווען גופו אויף ארץ ישראל.

(אגב, ער האט געהאט א זוהן אין לאס אנזשעלעס וועלכער איז לעצטענס אוועק)

ב''ה
גם הי' לו בן בקווינס שהי' ראביי ושבק חיים לכל חי לפני כמה שנים .
ר' ניסן לייבעלע הי' עיקר היורש של דודו הרה''ק ר' מאטעלע קוזמירער .
והדפיס את ספרי מאמר מרדכי .

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2009 11:35 pm
דורך מיילעך
גם ש"ב ר' משה לייב טווערסקי מחעלם ירש חלק גדול של חסידי ר' מאטעלע, ואף גם נטמן עמו בתוך אהלו בקיעלץ.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 12:33 am
דורך badatz
מיילעך האט געשריבן:גם ש"ב ר' משה לייב טווערסקי מחעלם ירש חלק גדול של חסידי ר' מאטעלע, ואף גם נטמן עמו בתוך אהלו בקיעלץ.


ב''ה
נכון .
אך אין ערוך .
גם בני אחיו ר' יעקב לייבעלע התחלקו בירושה.
אך אני מדכר מהעיקר עולם .

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 6:03 pm
דורך מיללער
איך האב געטראפן צוויי שיינע בילדער פון ר' ניסן לייב (תודה להרבד"צ על הזהות), איינער ווייסט ווער די אנדערע אויפן בילד זענען?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 6:05 pm
דורך יאסל
אינטערסאנט איז אז א טווערסקי גייט מיט א קאלירפול בעקיטשע, כהאב נאך אזאנס נישט געזעהן ביי אנאנדער טשערנאבלער אייניקעל.
יעצט טראכט איך אפשר אז סאיז א קיטל??

געשריבן: פרייטאג מארטש 27, 2009 12:59 am
דורך מיללער
כ'האב פארגעסן צו שרייבן אז ר' ניסן לייב איז געווען א מקארובער אייניקל בן אחר בן, נאר זיין מאמע איז געווען א טאכטער פונעם טריסקער מגיד.

בד"צ,
וואספארא ראביי איז זיין זוהן פון קווינס געווען?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 10:23 am
דורך מיללער
נאך א בילד בקרב חסידיו (דער בילד ערשיינט דאכציך אויך אין 'מלכות טשערנאבל')

איך זעה אז ער האט געהאט אן איידעם ר' יהודה הלוי הורוויץ, בן מי היה?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 11:41 am
דורך בן בוזי
אין טשערנאביל איז מען געגאנגען מיט קאלירטע דזשיביצעס,

געשריבן: מיטוואך יוני 17, 2009 2:48 pm
דורך מיללער
אינעם ספר בד קודש געדרוקט אין ניו יארק בשנת תרפ"ו פון ר' ברוך דוד רובין וועלכער איז געווען רב אין עטליכע שטעט אין אמעריקא, איז פארהאן א הסכמה פון ר' ניסן לייבעלע וואס ער האט אים געשאנקען נאכדעם וואס דער מחבר האט אים געוויזען דעם חיבור ביי א באזוך אין באלטימאר בשנת תרפ"ד.

אינטערעסאנט איז אז אויפן זעלבן חיבור איז דא נאך צוויי הסכמות פון אדמורי"ם ובנש"ק וואס זענען געווען אורחים אין באלטימאר יענע צייט, איינס איז פון ר' ברוך טווערסקי מסטעפין נכד ר' משה מקוריסטשוב ולמעב"ק וועלכער איז אומגעקומען ביים קריג הי"ד, לויט ווי איך זעה אין מלכות טשערנאבל האט ער געוואונט אין די בראנקס פאר א צייט.

די אנדערע הסכמה איז פון ר' נתן יהודא לייב מינצבערג פון ירושלים וועלכער איז געווען א פרשיסחא און לעלובער אייניקל.

די הסכמה פון ר' ניסן לייב.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 18, 2010 11:26 am
דורך farshlufen
אין ספר מקארוב פון הרה"ח ר' יונה לאנדא זז"ג איז פארהאן א פרק געווידמעט איבער ר' ניסן לייב'עלע, ער פארציילט און ברענגט מקורות און בילדער ווי ער האט זיך היבש געדרייט ביינונז אין ברוקלין אין די וומ"ס'ער געגנט.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 18, 2010 11:32 am
דורך בן בוזי
יא, ווי ר' יונה שרייבט חידושים איז ר' ניסן לייבעלע געווען א נאנטער שכן אונזערע דאהי אין וויליאמסבורג ווי עס איז געווען -חוץ זיין אייגענער קלויז אין די סאוט סייד- נאך א מאקארוב-טוריסקער קלויז.

עס איז מיר קשה געווען: ווען האט מען איהם גערופען דער 'מאקארובער-קוזמירער רבי' און ווען האט מען איהם גערופען דער 'קיעלצער רבי'? (קאן זיין דאס ער האט געוואוינט אין קיעלץ און געווען דארט דער מאקארוב-קוזמירער רבי).

און נאך איז אינטערעסאנט צו וויסן וויאזוי ער האט געטיילט דער ממלא מקומו טיטל פון דודו הקדוש ר' מאטעלע קאזמירער, צוזאמען מיט א צווייטער פלימעניק -פון ר' מאטעלע- ר' משה יהודא לייב מחעלם בעל אמרי מי -וועלכע ליגט צוזאמען מיטן הייליגער פעטער.

געשריבן: מאנטאג מארטש 22, 2010 8:43 am
דורך משיח
איך האב מיר נאכנישט איינגעהאנדלט דעם ביכל/ספר פון ר' יונה'ען.
ווען איז ר' ניסן לייבעלע געווען אין אמעריטשקע? פארוואס? אויף ווי לאנג?

געשריבן: מאנטאג מארטש 22, 2010 8:57 am
דורך משיח
מיללער האט געשריבן:אגב, ער האט געהאט א זוהן אין לאס אנזשעלעס וועלכער איז לעצטענס אוועק

דער זוהן ר' מרדכי האט ארויסגעגעבן די ספר גדולת מרדכי איבער זיין פעטער הרה"ק ר' מרדכי מקוזמיר זצ"ל וועם זיין פאטער האט איבער גענומען (ראה לעיל).
פאר לאנגע יארן האט מען נישט געוואוסט קיין פרטים איבער דעם זוהן, און אין איינע פון די סקווערע ספרים וועלכע ברענגן פון גדולת מרדכי איז ער שוין געווען בא'טיטול''ט מיט א "עליו השלום".
למעשה ווען האדמו"ר מסקווירא שליט"א איז געווען אין לאס אנג'עלוס שנת תשס"ו האט מען אים געטראפן דארט פריש און געזונט (בגשמיות... אבער אביסל שוואך ברוחניות ליידער).

דערפאר בין איך נייגעריג אויב ער איז שוין טאקע אוועק.
מיללער?

געשריבן: מאנטאג מארטש 22, 2010 9:34 am
דורך יוסלמאן
משיח האט געשריבן:איך האב מיר נאכנישט איינגעהאנדלט דעם ביכל/ספר פון ר' יונה'ען.
ווען איז ר' ניסן לייבעלע געווען אין אמעריטשקע? פארוואס? אויף ווי לאנג?


ער איז געקומען בשנת תרפ"ד און אהיים בערך צוויי יאר שפעטער.

געשריבן: מאנטאג מארטש 22, 2010 9:42 am
דורך מיללער
משיח,
איף האב דאך געשריבען אז דער זוהן ר' מרדכי איז נפטר געווארן, בשעתו איז עס געווען באריכטעט אין די היזיגע אידישע צייטונגען.

געשריבן: מאנטאג מארטש 22, 2010 9:46 am
דורך יוסלמאן
אויב כ'דענק גוט האט ר' ניסן לייב א אייניקעל וואס וואוינט ערגעץ אין קווינס, ער הייסט ר' יעקב יצחק טווערסקי נאכן מאקארעווער זיידע.

געשריבן: מאנטאג מארטש 22, 2010 12:17 pm
דורך משיח
פאר וואס איז ר' ניסן לייבעלע געווען אין אמעריקא?
מיללער האט געשריבן:משיח,
איף האב דאך געשריבען אז דער זוהן ר' מרדכי איז נפטר געווארן, בשעתו איז עס געווען באריכטעט אין די היזיגע אידישע צייטונגען.

איך האב געזען וואס דו היסט געשריבן, איך האב נאר געוואלט מברר זיין אויב דאס איז קרענט אדער נאכאלס די זעלבע טעות פון פריער.
שכוח עניוועי.

געשריבן: מאנטאג מארטש 22, 2010 1:01 pm
דורך משיח
א בילד פון די מצבה אופן הר הזיתים.

Kieltz.jpg

דא שטייט אז ער איז נפטר געווארן ו' אייר.
אינטערעסאנט, א מחלוקת צווישן צוויי מצבות!
איך וואלט אנגענומען די ו' אייר. בעיקר ווייל דאס איז געשריבן שפעטער. אמאל קען זיין אז די ערשטע מציבה איז געווען פרעוועזאריש (שטייט נאר נכד טוריסט, נישט טשערנוביל, לובלין וכו'), און אז אויף די צווייטע מציבה שטייט אן אנדערע דאטום, איז זיכער דא א סיבה דערין.

און תורת החסידות לאלפסי שטייט ו' אדר.

על פטירת זוגתו הראשונה הרבנית אסתר גיטל ע"ה

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 11:53 am
דורך נחוניא
בייגעלייגט איז א באריכט אינעם צייטונג "המודיע" כו טבת תרע"א איבער די פריצייטיגע פטירה פון זיין ערשטע רביצין הצדיקת אסתר גיטל ע"ה.
ווי עס ווערט דא באריכטעט האט איר פאטער ר' חיים קאננער ע"ה - אויף די עצה פון זיין רבי'ן רבי מאטעלע קאזמירער - זיך געלאזט קאסטן עטליכע טויזענט רובל פאר דעם שידוך.
ליידער איז זי יונגערהייט קראנק געווארן און איז אוועק פון די וועלט ל"ע.
זי האט איבערגעלאזט אן איינציגע טאכטער וועלכע האט חתונה געהאט מיט א זון פון רבי דוד מסאכטשוב זצ"ל

יחוס של חותנו הראשון ר' חיים קאננער ע"ה

געשריבן: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:34 pm
דורך נחוניא
נחוניא האט געשריבן:בייגעלייגט איז א באריכט אינעם צייטונג "המודיע" כו טבת תרע"א איבער די פריצייטיגע פטירה פון זיין ערשטע רביצין הצדיקת אסתר גיטל ע"ה.
ווי עס ווערט דא באריכטעט האט איר פאטער ר' חיים קאננער ע"ה - אויף די עצה פון זיין רבי'ן רבי מאטעלע קאזמירער - זיך געלאזט קאסטן עטליכע טויזענט רובל פאר דעם שידוך.
ליידער איז זי יונגערהייט קראנק געווארן און איז אוועק פון די וועלט ל"ע.
זי האט איבערגעלאזט אן איינציגע טאכטער וועלכע האט חתונה געהאט מיט א זון פון רבי דוד מסאכטשוב זצ"ל

בייגעלייגט איז די הזמנה וואס רבי דוד מסאכטשוב האט ארויסגעשיקט צו די חתונה פון זיין זון ר' מרדכי חיים ז"ל מיט די טאכטער פון רבי ניסן יהודא ליב מקיעלץ זצ"ל און ער שרייבט די יחוס "נין ונכד למאורינו ורבותינו הקדושים הגה"ק מליזענסק זצוקללה"ה והגה"ק מלובלין זצוקללה"ה והגה"ק מטשערנאביל זצוקללה"ה והגה"ק מקארעץ זצוקללה"ה והגה"ק מנעסכאיז זצוקללה"ה והגה"ק מקארלין זצוקללה"ה והגה"ק מטארטשין זצוקללה"ה והגה"ק ממקארוב זצוקללה"ה והגה"ק מטריסק זצוקללה"ה

לאמיר דאס אביסל דורכגיין:
ליזענסק - ???
לובלין - ר' ניסן יהודא ליב בן ר' דוד ממאקארוב בן ר' יעקב יצחק ממאקארוב בן ר' נחום ממאקארוב חתן ר' יוסף מטארטשין בן החוזה מלובלין
טשערנאביל - ר' ניסן יהודא ליב בן ר' דוד ממאקארוב בן ר' יעקב יצחק ממאקארוב בן ר' נחום ממאקארוב בן ר' מרדכי מטשערנאביל בן ר' נחום מטשערנאביל
קאריץ - ר' ניסן יהודא ליב בן ר' דוד ממאקארוב בן ר' יעקב יצחק ממאקארוב חתן ר' שמואל אבא מסלאוויטא בן ר' משה מסלאוויטא בן ר' פנחס מקאריץ
נעסכיז - ר' ניסן יהודא ליב בן ר' דוד ממאקארוב חתן ר' אברהם מטריסק חתן ר' יעקב ליב מקאוולע בן ר' מרדכי מנעסכיז
קארלין - ???
טארטשין - ר' ניסן יהודא ליב בן ר' דוד ממאקארוב בן ר' יעקב יצחק ממאקארוב בן ר' נחום ממאקארוב חתן ר' יוסף מטארטשין
מאקארוב - ר' ניסן יהודא ליב בן ר' דוד ממאקארוב בן ר' יעקב יצחק ממאקארוב בן ר' נחום ממאקארוב
טריסק - ר' ניסן יהודא ליב בן ר' דוד ממאקארוב חתן ר' אברהם מטריסק

קארלין קען אפשר זיין וויבאלד דער טשערנאבלער מגיד איז בזיווג ראשון געווען אן איידעם ביי רבי אהרן הגדול מקארלין, האט מען דאס געשריבן, הגם דער מאקארובער און דער טריסקער זענען געווען פון צווייטן זיווג.
די שאלה איז אבער וואו קומט דא אריין ליזענסק.
אפשר גאר איז דער זיידע ר' חיים קאננער געווען א ליזענסקער [און אפשר גאר אויך א קארלינער] אייניקל?

מציבת חותנו הראשון ר' חיים קאננער ע"ה

געשריבן: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:44 pm
דורך נחוניא
בייגעלייגט איז א קאפי פונעם ספר "בית החיים" וואס איז מעתיק דער נוסח המציבה פון ר' חיים קאננער ע"ה, וועלכער איז נפטר געווארן י' ניסן תרפ"ה אין עלטער פון 64 יאר [געבוירן תרכ"א]. עס ווערט דערמאנט די טיטל "מחו' של הה"צ המגיד הקדוש מטריסק זצלה"ה"

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 8:26 am
דורך farshlufen
משיח האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אגב, ער האט געהאט א זוהן אין לאס אנזשעלעס וועלכער איז לעצטענס אוועק

דער זוהן ר' מרדכי האט ארויסגעגעבן די ספר גדולת מרדכי איבער זיין פעטער הרה"ק ר' מרדכי מקוזמיר זצ"ל וועם זיין פאטער האט איבער גענומען (ראה לעיל).
פאר לאנגע יארן האט מען נישט געוואוסט קיין פרטים איבער דעם זוהן, און אין איינע פון די סקווערע ספרים וועלכע ברענגן פון גדולת מרדכי איז ער שוין געווען בא'טיטול''ט מיט א "עליו השלום".
למעשה ווען האדמו"ר מסקווירא שליט"א איז געווען אין לאס אנג'עלוס שנת תשס"ו האט מען אים געטראפן דארט פריש און געזונט (בגשמיות... אבער אביסל שוואך ברוחניות ליידער).

דערפאר בין איך נייגעריג אויב ער איז שוין טאקע אוועק.
מיללער?

ר' יונה לאנדא מספר שביקר את ר' מרדכי הנ"ל בקאליפארניע וגם צילם אותו, .נתן את תמונתו לר' יוסף ריבא ז"ל שהכירו משנים קדמוניות בהיותו מתנהג באדמורו"ת פה נעוויארק.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 10:44 am
דורך בן בוזי
לייג עס ביטע צו, צו די קייט פון מיסטאַבּרעס....

געשריבן: דינסטאג יאנואר 08, 2013 10:53 am
דורך מיללער
נחוניא האט געשריבן:בייגעלייגט איז א באריכט אינעם צייטונג "המודיע" כו טבת תרע"א איבער די פריצייטיגע פטירה פון זיין ערשטע רביצין הצדיקת אסתר גיטל ע"ה.
ווי עס ווערט דא באריכטעט האט איר פאטער ר' חיים קאננער ע"ה - אויף די עצה פון זיין רבי'ן רבי מאטעלע קאזמירער - זיך געלאזט קאסטן עטליכע טויזענט רובל פאר דעם שידוך.
ליידער איז זי יונגערהייט קראנק געווארן און איז אוועק פון די וועלט ל"ע.
זי האט איבערגעלאזט אן איינציגע טאכטער וועלכע האט חתונה געהאט מיט א זון פון רבי דוד מסאכטשוב זצ"ל


ווער איז געווען זיין רביצין בזווג-שני?

פאלגענד איז אן אימעיל וואס איינער האט ארויסגעשיקט דורך די באקאנטע 'זשואיש-זשען', אנפרעגנדיג דערוועגן:

Rabbi Nusyn Leyb TWERSKI (1884-1940) of Makarow and Kielce married
Gitl MAJERCZYK (1894-1942) around 1914. Gitl was the daughter of
Leybusz MAJERCZYK and Ruchl ROZENFELD of Wodzislaw. Rabbi Nusyn Dawid
was the son of the Chernobler-Makarow Rebbe - David TWERSKI. Why did
he choose a MAJERCZYK as a bride for his son, who was destined to be
the Chassidic Rebbe of Dzialoszyce and of Kielce region? Does anyone
know the historical significance of the MAJERCZYK family, thier
origins, famous ancestors, seforim, etc?