ר' עקיבא ובנו ר' יוסף נחמי' קארניצער מקראקא זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' עקיבא ובנו ר' יוסף נחמי' קארניצער מקראקא זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרה"ג ר' יוסף נחמי' ב"ר עקיבא קארניצער זצ"ל אב"ד קראקא
אטעטשמענטס
182fo8.jpg
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
דאס בילד איז פין הרה''ג ר' יוסף נחמי' קארנצער אב''ד קראקא .
איין איינקעל פין ר' שמעון סופר אב''ד דשם .
א טאפעלט אייניקעל פין דעם הייליגען חת''ס .
עהר איז נפטר געווארען א פאהר יאהר פאר דיא קריג .
אין ליגט אין קראקא .
פאר דעם איז עהר געווען אב''ד סעליש בהונגרי' .
חתן אב''ד דשם ר' פינחס חיים קליין בן ר' שמעלקא סעלישער.
ר' הערשעלע אייזינשטאט .ר' שבתי פרנקל בעל הרמב''ם
אוך נאך זענען געווען זיינע קינדער .עהר האט געהאט א זוהן
ר' שמעלקא וואס איז נעקד עקה''ש .
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

יא ר' יוסף נחמיה, אבער נישט אימגעקומען ביים קריג נאר נפטר אין די צ' יארן.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

badatz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:מאיר, איר האט עפעס שטאף איבער אים?

לאמיר דערווייל גיין ווייטער, א גאליציאנער רב אין א פראמינענעטער שטאט א בנן של גדולים, אומגעקומען עקד"ה אינעם קריג, ווער דערקאנט?

ב''ה
דאס בילד איז פין הרה''ג ר' יוסף נחמי' קארנצער אב''ד קראקא .

ר' הערשעלע אייזינשטאט .ר' שבתי פרנקל בעל הרמב''ם
אוך נאך זענען געווען זיינע קינדער .עהר האט געהאט א זוהן
ר' שמעלקא וואס איז נעקד עקה''ש .

סהאט מיר קיינמאל נישט געשטימט
ווי קען זיין אז ר' שבתי וואס איז אוועק עטליכע יאר צירוק זאל זיין אן איידעם ביי ר' יוסף נחמי??' וואס אין דאס בילד פון מיללער אין די פ' יארן ווען ער איז געווארן רב אין קראקע קיקט ער שוין אויס אין די מיטל עלטערע יארן, אחוץ אז ער האט געהאט א זיווג שני מיט אינגע קינדער.
איינער וויסט מער דיטעילס ווי דאס קען שטימען??
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:יאפ, קרעמער האט געטראפן אין פינטל.



ר' שבתי פרנקל דער מהדיר פונעם משנה תורה להרמב"ם איז געווען אן אייניקל פון ר' יוסף נחמי' קארניצער, זיין מאמע איז געווען א טאכטער.

ר' בגד"צ איז גערעכט אז ער איז נישט אומגעקומען ביים קריג נאר זיין זוהן ר' שמעלקע

ב''ה
ר' שבתי איז נישט געווען זיין אייניקעל נאר איין איידעם .
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

יאסל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:מאיר, איר האט עפעס שטאף איבער אים?

לאמיר דערווייל גיין ווייטער, א גאליציאנער רב אין א פראמינענעטער שטאט א בנן של גדולים, אומגעקומען עקד"ה אינעם קריג, ווער דערקאנט?

ב''ה
דאס בילד איז פין הרה''ג ר' יוסף נחמי' קארנצער אב''ד קראקא .

ר' הערשעלע אייזינשטאט .ר' שבתי פרנקל בעל הרמב''ם
אוך נאך זענען געווען זיינע קינדער .עהר האט געהאט א זוהן
ר' שמעלקא וואס איז נעקד עקה''ש .

סהאט מיר קיינמאל נישט געשטימט
ווי קען זיין אז ר' שבתי וואס איז אוועק עטליכע יאר צירוק זאל זיין אן איידעם ביי ר' יוסף נחמי??' וואס אין דאס בילד פון מיללער אין די פ' יארן ווען ער איז געווארן רב אין קראקע קיקט ער שוין אויס אין די מיטל עלטערע יארן, אחוץ אז ער האט געהאט א זיווג שני מיט אינגע קינדער.
איינער וויסט מער דיטעילס ווי דאס קען שטימען??

ב''ה
יאסעלע !!! ר' יוסף נחמי' האט נישט געהאט קיין צווייא זיווגים עהר איז אוועק פין דיא וועלט איין יונגער מענטש .אין ר שבתי איז געווען העכער דיא
תשעים וועהן עהר איז אוועק עהר האט ל''ע נישט געהאט קיין קינדער אין איופגעהאדעוועט זיין שוואגער'ס ר' שמעלקא'ס צווייא קינדער .
עהר האט געטהון אסאך אין הצלה .א מיוחס בא''ב פין ש''ך . בייא דיא משפחה איז מקויים געווארן תורה וגדולה במקום אחד .גדולי ישראל
האבען זעך משדך געווען מיט זייא .עהר האט געשטאמט פין ביאלא-ביליץ .עהר האט געהאט סייעתא דשמייא אז אין אלע מקומות לערינט
מען זיין תורה --רמב''ם פרנקל -.זייןשוואגער ר' הערשעלע אייזענשטאט איז געווען א מיוחס אין א גאון האט ארויס געגעבען צווייא בענדער אויף רמב''ן עה''ת
בראשית .
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב אפירגעטראפן די מצבה פון ר' יוסף נחמי' אין קראקא, אויב איך האב נישט קיין טעות איז היינט דא נייע (שווארצע) מצבות על קברם של רבני קראקא, ר' שמעון סופר וחתנו ר' עקיבא קארניצער ונכדו ר' יוסף נחמי' זצ"ל.
אטעטשמענטס
192GO4_.jpg
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

badatz האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:מאיר, איר האט עפעס שטאף איבער אים?

לאמיר דערווייל גיין ווייטער, א גאליציאנער רב אין א פראמינענעטער שטאט א בנן של גדולים, אומגעקומען עקד"ה אינעם קריג, ווער דערקאנט?

ב''ה
דאס בילד איז פין הרה''ג ר' יוסף נחמי' קארנצער אב''ד קראקא .

ר' הערשעלע אייזינשטאט .ר' שבתי פרנקל בעל הרמב''ם
אוך נאך זענען געווען זיינע קינדער .עהר האט געהאט א זוהן
ר' שמעלקא וואס איז נעקד עקה''ש .

סהאט מיר קיינמאל נישט געשטימט
ווי קען זיין אז ר' שבתי וואס איז אוועק עטליכע יאר צירוק זאל זיין אן איידעם ביי ר' יוסף נחמי??' וואס אין דאס בילד פון מיללער אין די פ' יארן ווען ער איז געווארן רב אין קראקע קיקט ער שוין אויס אין די מיטל עלטערע יארן, אחוץ אז ער האט געהאט א זיווג שני מיט אינגע קינדער.
איינער וויסט מער דיטעילס ווי דאס קען שטימען??

ב''ה
יאסעלע !!! ר' יוסף נחמי' האט נישט געהאט קיין צווייא זיווגים עהר איז אוועק פין דיא וועלט איין יונגער מענטש .אין ר שבתי איז געווען העכער דיא
תשעים וועהן עהר איז אוועק עהר האט ל''ע נישט געהאט קיין קינדער אין איופגעהאדעוועט זיין שוואגער'ס ר' שמעלקא'ס צווייא קינדער .
עהר האט געטהון אסאך אין הצלה .א מיוחס בא''ב פין ש''ך . בייא דיא משפחה איז מקויים געווארן תורה וגדולה במקום אחד .גדולי ישראל
האבען זעך משדך געווען מיט זייא .עהר האט געשטאמט פין ביאלא-ביליץ .עהר האט געהאט סייעתא דשמייא אז אין אלע מקומות לערינט
מען זיין תורה --רמב''ם פרנקל -.זייןשוואגער ר' הערשעלע אייזענשטאט איז געווען א מיוחס אין א גאון האט ארויס געגעבען צווייא בענדער אויף רמב''ן עה''ת
בראשית .

דאצעלע
לאמיר פארבירען צי פארשטיין
וואס הייסט א אינגער מענטש ווען ער איז אוועק?ער האט נאך געהאט אינגע קינדער דאן?
אויפן בילד ווי ער ווערט אויפגענימען אלף רב האט ער שוין א היבשער ווייסען בארד, איןער איז נאך געווען רב קרוב צי 10 יאר,
ר' שבתי וואלט פריסטנס געקענט ווערן אן איידעם לויט זיינע יארן אין די מיטל צ' יארן.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
הי לו גם בן בשם שמעון קורניצער .שהי' גר בקראנהייטס ביחד עם כל המשפחה והי' להם גיס בבראזיל בשם שלמה שפירא .
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל,
איך האב היינט נאכגעקוקט, ר' יוסף נחמי' איז אלט געווען אינגאנצן 52 יאר ביי זיין פטירה, ונמצא הכל על מקומו יבא בשלום.

בד"צ,
דער קארניצער איז געווען א חבד'סקער?
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:יאסל,
איך האב היינט נאכגעקוקט, ר' יוסף נחמי' איז אלט געווען אינגאנצן 52 יאר ביי זיין פטירה, ונמצא הכל על מקומו יבא בשלום.

בד"צ,
דער קארניצער איז געווען א חבד'סקער?

ב''ה

לא מיני' ולא מקצתי' . לא הוא ולא זרעו אחריו . שהכרתי .
ר' שבתי הי' לו שייכות לגער --מחותנים --
שאר ילדיו לא הי' שום שייכות לחסידות .
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

זיין אויפנאמע און "קבלת פנים" איז געווען גאר מלכות'דיג, די גאנצע שטאט איז געווען שבת'דיג געקליידעט און עס האט געהערשט א געהויבענע אטמאספערע (ווי מען קען זעהן אויפן בילד אין אנפאנג). ער איז ליידער אוועק גאר יונג, דינענדיג בלויז אכט יאר אלס רב אין די עיר ואם בישראל קראקא.
עס ווערט דערציילט אז ליל שביעי של פסח תרצ"ג שטייענדיג א קורצע תקופה פאר זיין פטירה, איז דעמאלטס געקומען די ידיעה אז דער רשע היטלער ימ"ש איז ארויף אויפן בענקל, דאן שביעי של פסח אויפדערנאכט ווען די שטאט'ס לייט זענען זיך צוזאמקומען ביים רב אין שטוב, האט ער דאן אויסגעטייטשט דעם "ואת ערום ועריה ואעבור עליך וגו' ואומר לך בדמיך חי", אז מען זעהט אז נישט די רשעים האבן פיינט אידן ווייל זיי זענען שומרי תורה ומצות, נאר אפילו אידן זענען בדיוטא התחתונה דאך איז דא א געוואלדיגע שנאה דורך די רשעים, ווי מען זעהט אין מצרים וגו', און די טעם דערפון איז ווייל אין אונזערע אדערן פליסט די בלוט פון אונזערע אבות אברהם יצחק יעקב, און דאס איז פשט אז אפילו ואת ערום וערי', דאך איז דא א שנאה צום עם ישראל, און די טעם איז "ואראך מתבוססת בדמי"ך" ווייל מיר שטאמען פון אונזערע אבות, נאך האט ער דאן ארומגערעדט דערוועגן, און עס איז געווען א פלא ביים ציבור. נאך אייניגע יאר האט מען ליידער פארשטאנען זיינע ווערטער. זי"ע.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

היינט איז זיין יארצייט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דעם בילד האבן מיר געטראפן אן קיין אידענטיטעט, ר' נחמן נתן אונזער ידיד קלערט אריין אז דאס איז אפשר ר' יוסף נחמי' קארניצער מקראקא, עס איז נישט קיין שלעכטע בייפאל, לאמיר הערן אויב אנדערע קלערן אנדערש.

די איינציגסטע זאך וואס מיר נייגערט, איז צו אזא איד פון ר' יוסף נחמי' איז געגאנגען אין א שטריימל.
אטעטשמענטס
Rabbi3.jpg
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:איך האב אפירגעטראפן די מצבה פון ר' יוסף נחמי' אין קראקא, אויב איך האב נישט קיין טעות איז היינט דא נייע (שווארצע) מצבות על קברם של רבני קראקא, ר' שמעון סופר וחתנו ר' עקיבא קארניצער ונכדו ר' יוסף נחמי' זצ"ל.


אויף ר' עקיבא קארניצער איז דא א נייע שווארצע מצבה
אטעטשמענטס
KrakowK4.JPG
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

scy4851 האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איך האב אפירגעטראפן די מצבה פון ר' יוסף נחמי' אין קראקא, אויב איך האב נישט קיין טעות איז היינט דא נייע (שווארצע) מצבות על קברם של רבני קראקא, ר' שמעון סופר וחתנו ר' עקיבא קארניצער ונכדו ר' יוסף נחמי' זצ"ל.


אויף ר' עקיבא קארניצער איז דא א נייע שווארצע מצבה



און אויף בנו ר' יוסף נחמי' קבר נישט?
קאקאש קעיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק »

מיללער האט געשריבן:דעם בילד האבן מיר געטראפן אן קיין אידענטיטעט, ר' נחמן נתן אונזער ידיד קלערט אריין אז דאס איז אפשר ר' יוסף נחמי' קארניצער מקראקא, עס איז נישט קיין שלעכטע בייפאל, לאמיר הערן אויב אנדערע קלערן אנדערש.

די איינציגסטע זאך וואס מיר נייגערט, איז צו אזא איד פון ר' יוסף נחמי' איז געגאנגען אין א שטריימל.

אויפן אויבערשטן בילד זעט מען אים אויך מיט א שטריימל. [די חילוק איז נאר אז אויבן איז עס א קאלפיק, און דא איז עס א ריכטיגע שטריימל].
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ממילא?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מר. קאקאש (וואט עי ניק..)

א קאלפיק איז געווען א רבנישער מלבוש אין גאליציע, ר' שמעון סופר פון קראקא איז אויך געגאנגען דערין, און אויף געמאלענע בידלער פונעם חת"ם סופר זעהט מען דאס אויך,משא"כ א שטריימל איז דאכציך מיר מער א מלבוש חסידי.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
ר' יוסף נחמי' הלך עם שטריימעל הוא הי' חתן הרה''ג ר' פינחס חיים קליין אב''ד סעליש .
עד שעלה לגדולה לעיר קראקא
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

בייגעלייגט א בילד פון די מצבה כהיום:
אטעטשמענטס
33קראקא (22).JPG
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

ר' שמעלקא קארניצער זון פון ר' יוסף נחמי' איז געווען פון די ערשטע קרבנות אין קראקא פון נאצי רציחות, ער איז געגאנגען צו די געסטאפא משתדל זיין באפרייען אידן פון תפיסה, ווי מען האט אים באלד פארשיקט אין פאברענט עקה"ש, הי"ד.
די רשעים האבן צוריק געשיקט די אפר קיין קראקא ווי ער איז געקומען לקבורה:
אטעטשמענטס
33קראקא (23).JPG
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

scy4851 האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איך האב אפירגעטראפן די מצבה פון ר' יוסף נחמי' אין קראקא, אויב איך האב נישט קיין טעות איז היינט דא נייע (שווארצע) מצבות על קברם של רבני קראקא, ר' שמעון סופר וחתנו ר' עקיבא קארניצער ונכדו ר' יוסף נחמי' זצ"ל.


אויף ר' עקיבא קארניצער איז דא א נייע שווארצע מצבה


ר' עקיבא קארניצער איז געווען א זוהן פון הרבנית גיטל בתו של מרן החת"ס, זיין טאטע ר' אליהו קארניצער איז אוועק אינגערהייט און די רביצין האט חתונה געהאט בזוו"ש מיט ר' שלמה זלמן שפיצער אב"ד שיפשוהל בווינא, און ר' עקיבא איז געווארן אויפגעצויגן אלס בנו חורגו.

כשהגיע לפרקו האט זיין פעטער ר' שמעון סופר דער קראקא רב אים גענומען אלס אן איידעם, און ער האט ממלא געווען מקומו ברבנות קראקא (לא רשמי, כשבהקהילה כבר שלטו בה המתחדשים) פאר א קורצע צייט ביז צו זיין פריצייטיגע פטירה בשנת תרנ"ב, ווען בנו ר' יוסף נחמי' האט איבערגענומען דאס רבנות.

אין א דערנעבנדיגע אשכול איז דא א שמועס בנוגע די שייכות פונעם חתם סופר צו חסידם וחסידות, איז אינטערעסאנט צו באמערקן די צוויי שידוכים צווישן משפחת קארניצער נכדי החת"ס און משפחות אדמורי"םווי ליובאוויטש און ראפשיץ-דינוב.

צווישן די קינדער פון ר' עקיבא קארניצער איז געווען א טאכטער וועלכע האט חתונה געהאט (בזוו"ר) מיט ר' מנחם מענדל בן המהר"ש מליובאוויטש און דער זיידע ר' שמעון סופר איז געפארן קיין ליובאוויטש אויף די חתונה (כמדומני שכבר הזכרתי את המואורע, אחפשנה בארכיוני בה נמצא את ההזמנה להחתונה)

נאך א זוהן איז געווען ר' בנימין זאב קארניצער פון אנטווערפן, וועמענס זוהן ר' משה יהושע קארניצער פון ב"פ איז געווען אן איידעם ביי ר' אברהם דוד רובין האדמו"ר מלאנצהוט, דער ר' משה יהושע האט ארויסגעגעבן די שו"ת וחידושי ר' עקיבא קארניצער פון זיין זיידע ז"ל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:אצווישן די קינדער פון ר' עקיבא קארניצער איז געווען א טאכטער וועלכע האט חתונה געהאט (בזוו"ר) מיט ר' מנחם מענדל בן המהר"ש מליובאוויטש און דער זיידע ר' שמעון סופר איז געפארן קיין ליובאוויטש אויף די חתונה (כמדומני שכבר הזכרתי את המואורע, אחפשנה בארכיוני בה נמצא את ההזמנה להחתונה)

יגעתי ומצאתי תאמין, א געניטער אויג קען אויפכאפן די קונצטעלירע ווערק אינעם בריוול ווי דער גאנצער נוסח איז געשריבען מיט ווערטער המתחילים באות א'.
אטעטשמענטס
Hazmona.jpg
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אצווישן די קינדער פון ר' עקיבא קארניצער איז געווען א טאכטער וועלכע האט חתונה געהאט (בזוו"ר) מיט ר' מנחם מענדל בן המהר"ש מליובאוויטש און דער זיידע ר' שמעון סופר איז געפארן קיין ליובאוויטש אויף די חתונה (כמדומני שכבר הזכרתי את המואורע, אחפשנה בארכיוני בה נמצא את ההזמנה להחתונה)

יגעתי ומצאתי תאמין, א געניטער אויג קען אויפכאפן די קונצטעלירע ווערק אינעם בריוול ווי דער גאנצער נוסח איז געשריבען מיט ווערטער המתחילים באות א'.

ב''ה
ומה עם השעה החמישית ?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”