רבי משה דוד טייטלבוים מלאפאש זצ"ל כ"א אדר ב' תרצ"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי משה דוד טייטלבוים מלאפאש זצ"ל כ"א אדר ב' תרצ"ה

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:07 pm

הרה"צ ר' משה דוד ט"ב מלאפאש זצ"ל, מו"ל ספרי זקנו הישמח משה.
צוגעלייגטע
0062.gif
0062.gif (21.19 KiB) געזעהן 1566 מאל
4701_40.jpg

שישא
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » מיטוואך מארטש 18, 2009 3:03 pm

דער לאפאשער רב ר' משה דוד, האט געהאט א זוהן ר' זלמן לייב מלאפאש וועלכער האט געוואונט אין אמעריקא.
ווייסט איינער די היסטאריע איבער אים, ווען איז ער ארויס געקומען וכו' וכו'.
ער איז געווען דער זיידע פון ר' יוקל לאפאשער, וואס איז לעצטענס אוועק.

שישא
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » מאנטאג מארטש 23, 2009 8:53 pm

די אלע חכמי הביהמ"ד דא ווייסען טאקע נישט איבער ר' יקותיאל יודא מלאפאש וואס האט געוואוינט דא אין אמעריקא?
ער איז אוועק דאכצוך בערך תשל"ב, ער האט געהאט ליידער מערערע זיוויגים וואס זענען נעדר געווארן ל"ע.
נאך די קריג האט ער נישט געלאזט קיין קינדער, נאר איין אייניקל ר' יוקל מלאפאש ז"ל. דער וואס האט געהאט די שטעקן פונעם יש"מ, דער שווער פון ר' בנציון כ"ץ הרב מדזשיבוי ב"פ.
ווייסט איינער אויב עס איז דא פון אים א זוהן א מ"מ און ווי איז די לאפאשער ביהמ"ד
לעצט פאראכטן דורך שישא אום מאנטאג יוני 21, 2010 8:09 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » מאנטאג מארטש 23, 2009 9:01 pm

ר' משה אהרן טייטלבוים פון קרית יואל איז זיין זון

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דינסטאג מארטש 24, 2009 10:53 am

דער ר' משה אהרן איז היינט לאפאשער רב.
(דאכט זיך אז זיין טאטע האט געהאט א ביהמ"ד אין קווינס)

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג מארטש 24, 2009 11:17 am

שישא האט געשריבן:די אלע חכמי הביהמ"ד דא ווייסען טאקע נישט איבער ר' יקותיאל יודא מלאפאש וואס האט געוואוינט דא אין אמעריקא?
ער איז אוועק דאכצוך בערך תשל"ב, ער האט געהאט ליידער מערערע זיוויגים וואס זענען נעדר געווארן ל"ע. מען האט געזאגט אויף אים מקדש שביעי...
נאך די קריג האט ער נישט געלאזט קיין קינדער, נאר איין אייניקל ר' יוקל מלאפאש ז"ל. דער וואס האט געהאט די שטעקן פונעם יש"מ, דער שווער פון ר' בנציון כ"ץ הרב מדזשיבוי ב"פ.
ווייסט איינער אויב עס איז דא פון אים א זוהן א מ"מ און ווי איז די לאפאשער ביהמ"ד

ווי ליגט ער דער ר' יקותיאל יהודא?
דער ר' יוקל איז געווען זיין אייניקעל נישט א זון?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג מארטש 24, 2009 11:27 am

עס איז שוין צייט צו עפענען א באזונדערע געהענגעל פאר לאפאש,

מען קאן נאך קוקן אין תהלים תפלה למשה, פאר מער אינפארמאציע איבער די פאמיליע.
ועמך כולם צדיקים

שישא
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » דינסטאג מארטש 24, 2009 2:42 pm

מאיר האט געשריבן:דער ר' משה אהרן איז היינט לאפאשער רב.


ר' משה אהרן האט א שוהל אין ק"י אדער אויך אין קווינס?
ר' יוקל איז געווען אן אייניקל פון ר' יקותיאל יודא, זיין טאטע איז אוועק ביי די קריג, האט געוואוינט אין די שטאט סאטמאר.
אין מאורי גליצי' שטייט אז ר' יקותיאל יודא איז געווען א איידעם בזוו"ר ביי ר' נפתלי ה"ש פון קשאנוב, און זי איז אוועק ביי די קריג, אבער לפי ידיעתי האט ער שוין פאר די קריג געהאט מער ווי איין זיוויג.
ווער ווייסט מער אינפארמאציע...

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דינסטאג מארטש 24, 2009 2:43 pm

איך מיין אז ער האט נישט קיין שוהל, אבער ער רופט זיך לאפאשער רב.

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » דינסטאג מארטש 24, 2009 3:42 pm

ביקסאד האט געשריבן:עס איז שוין צייט צו עפענען א באזונדערע געהענגעל פאר לאפאש,

מען קאן נאך קוקן אין תהלים תפלה למשה, פאר מער אינפארמאציע איבער די פאמיליע.


עשינו שליחותך, הרב מביקסאד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 24, 2009 4:20 pm

ר' משה דוד איז געווען אן איידעם ביי ר' ארי' לייבוש האלבערשטאם ב"ר דוד מקשאנוב זצ"ל

בני ר' משה דוד מלאפאש;
א) ר' אברהם חיים טייטלבוים אבד"ק קרעניץ
ב) ר' יצחק שמואל טייטלבוים מ'לאפאש.
ג) ר' יקתואל יהודה טייטלבוים מ'לאפאש, דערנאך אין בראנקס ניו יארק.

ווער קען מוסיף זיין?
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום דינסטאג מארטש 24, 2009 4:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 24, 2009 4:32 pm

שישא האט געשריבן:דער לאפאשער רב ר' משה דוד, האט געהאט א זוהן ר' זלמן לייב מלאפאש וועלכער האט געוואונט אין אמעריקא.
ווייסט איינער די היסטאריע איבער אים, ווען איז ער ארויס געקומען וכו' וכו'.
ער איז געווען דער זיידע פון ר' יוקל לאפאשער, וואס איז לעצטענס אוועק.

ר' זלמן לייב ב"ר משה דוד איז געווען אן איידעם ביי ר' נפתלי ב"ר דוד מקשאנוב (ער איז געווען א שוואגער מיט זיין פאטער) ער האט קודם געוואנט אין קשאנוב סמוך על שלחן חותנו, שפעטער איז ער אריבער קיין לאפאש ווי ער האט ארויסגעהאלפן זיין פאטער בניהול הישיבה, בשנת תרפ"ח איז ער געקומען קיין אמעריקא ווי ער האט געפנט זיין קהלה 'קהל ישמח משה' אין די בראנקס, פאר א צייט האט ער געהאט דארט א ישיבה בשם 'ישיבה אהבת תורה'.

ווען די געגנט אין די בראנקס איז געווארן אויסגעשפילט איז ער קודם אריבער קיין בראנזוויל און פון דארט קיין בארא פארק, ביז צו זיין פטירה בשנת תשל"ג.

זיין אייניקל ר' יוקל מלאפאש איז געווען דער זוהן פון ר' אהרן ב"ר יקתואל יהודא , ער האט געהאט זיין ביהמ"ד אין ריגא פארק.

(גענומען פון המאור נאך די פטירה פון ר' יקתואל יהודה)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 24, 2009 4:40 pm

דא אין המאור כסלו תשכ"ז ווערט געמאלדן אז דער לאפאשער רבי ר' יקתואל יהודה גייט קיין ריגא פארק, קווינס. (זעהט אויס אז צום סוף איז ער געגאנגען קיין בראנזוויל, ווי געשריבען לאחר פטירתו).

שישא
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » דינסטאג מארטש 24, 2009 9:07 pm

ישר כח הרב מיללער פאר די ווערטפולע אינפארמאציע.
ר' יוקל מלאפאש בארה"ב איז נישט געווען אן אן אייניקל דורכן זיוויג פון בת ר' נפתלי מקשאנוב, נאר דורך אן אנדער זיוויג, ווייסט איינער אינפארמאציע.
ביי די חתונה פון הרב מדזשיבוי חתן ר' יוקל, האט דער חתן ארויסגעגעבן א ספר יוחסין וכו', דארט דארף שטיין לכאורה מער אינפארמאציע, איך געדענקט נישט דעם נאמען פונעם ספר נאר אז עס האט א שווארצען דעקל.
צוגעלייגטע
.pdf
דאס האב איך געטראפען אן אינטערסאנטען דאקומענט איבער ר' יקותיאל יודא
(26.65 KiB) דאונלאודעד 150 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 25, 2009 12:19 pm

הרב שישא,
דער דאקומענט שיינט צו זיין היסטאריש און אינטערעסאנט אבער עס איז נישט ליינבאר, אפשר קענט איר אונז מיטיילן מער פרטים איבער דעם מסמך?

איך וועל יעצט מאכען א סך הכל לתולדות בית לאפאש, וואס איך בין מעתיק פונעם ספר 'היטב איטיב' לר' יוקל וואלאווער זצ"ל, ווי דער באטורער רב שרייבט אראפ די קינדער.

בני ר' משה דוד מלאפאש;
א) ר' אברהם חיים טייטלבוים אבד"ק קרעניץ
ב) ר' יצחק שמואל טייטלבוים מ'לאפאש חתן דודו ר' נפתלי ט"ב אב"ד נירבאטור בן ר' יוקל מוואלאווא
ג) ר' יקתואל יהודה טייטלבוים מ'לאפאש, דערנאך אין בראנקס ניו יארק.

בני ר' אברהם חיים מקרעניץ
א-א) ר' אביגדור טייטלבוים אב"ד פיווניטש ודומ"ץ צאנז
א-ב) הרבנית בילא אשת ר' אהרן גרויס אב"ד לאפאש (בן ר' רפאל גרויס מבערבעשט חתן ר' יוקל מוואלאווא)
א-ג) ר' שמואל ט"ב רב הצעיר בקרעניץ
א-ד) חתנו ר' ליפא וויעלישטקער-אשכנזי ב"ר יואל אב"ד טרעסיף (חתן ר' אלי' בצלאל מטעטש)

בני ר' יצחק שמואל מלאפאש
ב-א) ישראל יעקב יוקל
ב-ג) יקותואל יהודא
כולם נעקד"ה הי"ד

בני ר' יקתואל יהודה מלאפאש-נ.י.
ג-א) ר' אלטר אהרן טייטלבוים מסאטמאר הי"ד
ג-ב) מרת מרים אשת ר' בנימין פרענקל
ג-ג) מרת אלטא רחל בילא אשת ר' חיים יודא מענצער מקאניזא

בני ר' אלטר אהרן מסאטמאר ב"ר יקתואל יהודא מלאפאש
ד-א) ר' יוקל מלאפאש -ריגא פארק ז"ל
ד-ב) חתנו ר' מרדכי פריעדמאן
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום מיטוואך מארטש 25, 2009 3:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שישא
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » מיטוואך מארטש 25, 2009 3:21 pm

מיללער האט געשריבן:הרב שישא,
דער דאקומענט שיינט צו זיין היסטאריש און אינטערעסאנט אבער עס איז נישט ליינבאר, אפשר קענט איר אונז מיטיילן מער פרטים איבער דעם מסמך?

דאס איז א מודעה פון פאר די קריג אז מען גייט עפענען א קהל ישמח משה אין אמעריקא בראשות ר' יקותיאל יודא מלאפאש, איך וועל פראבירן בל"נ עס איבערלייגען קלארער.

דאכצוך אז דארט אין היטיב איטיב שטייט ארויס אז זיי האבן נישט אויסגערעכנט אלע אייניקלעך נאר וואס זיי האבן געדענקט פון זכרון.
ביי די קינדער פון ר' אברהם חיים אב"ד קרעניץ, האבן זיי פארפאסט אן איידעם, ר' ליפא וועליטשקער-אשכנזי אז זוהן פונעם טרעסיף'ער רב.
אין ספר קדושת אהרן, תולדות ר' אהרן מצאנז, וואס איז ארויסגעקומען פאריאר, שרייבט ר' אלימלך אשכנזי שליט"א אין זיין הסכמה אז ער איז דארט געווען ביי זיין חתונה אין קרעניץ.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 25, 2009 4:38 pm

שישא האט געשריבן:ישר כח הרב מיללער פאר די ווערטפולע אינפארמאציע.
ר' יוקל מלאפאש בארה"ב איז נישט געווען אן אן אייניקל דורכן זיוויג פון בת ר' נפתלי מקשאנוב, נאר דורך אן אנדער זיוויג, ווייסט איינער אינפארמאציע.
ביי די חתונה פון הרב מדזשיבוי חתן ר' יוקל, האט דער חתן ארויסגעגעבן א ספר יוחסין וכו', דארט דארף שטיין לכאורה מער אינפארמאציע, איך געדענקט נישט דעם נאמען פונעם ספר נאר אז עס האט א שווארצען דעקל.


דא אין המאור לייען איך אז ביום ז' אב שנת תשכ"ד איז נפטר געווארן די רביצין פון ר' יקתואל יהודה מלאפאש, זי איז געווען א טאכטער פון ר' ישראל טויב נכד הרה"ק ר' אייזיקל קאלובער זצ"ל, קען זיין אז זי איז געווען די מאמע פון ר' אהרן אבי ר' יוקל?

בכלל, אפשר ווייסט איינער מער פרטים איבער ר' ישראל טויב?

שישא
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » מיטוואך מארטש 25, 2009 8:17 pm

מיללער האט געשריבן:קען זיין אז זי איז געווען די מאמע פון ר' אהרן אבי ר' יוקל?

ניין, די באבע פון ר' יוקל איז זיכער אוועק ביים קריג אדער נאך פאר דעם.

ביקסאד האט שוין געשריבן אז מען קאן נאך קוקן אין תהלים תפלה למשה, פאר מער אינפארמאציע איבער די פאמיליע. קיינער האט נישט דא קיין תהלים תפלה למשה?...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 9:17 am

שישא האט געשריבן:ניין, די באבע פון ר' יוקל איז זיכער אוועק ביים קריג אדער נאך פאר דעם.

ביקסאד האט שוין געשריבן אז מען קאן נאך קוקן אין תהלים תפלה למשה, פאר מער אינפארמאציע איבער די פאמיליע. קיינער האט נישט דא קיין תהלים תפלה למשה?...


איך האב פרובירט ביי 'היברו-בוקס' אינטערעסאנט זיי האבן נישט קיין שום ספרי מרן הישמח משה זצ"ל, האם יש דברים בגו? בין איך געגאנגען צו מיין לאקאלער ביהמ"ד מיט א היבשער אוצר הספרים און ווידער העליתי חרס בידי, זעהט אויס אז א גוטע זאך קומט אן שווער, איך וועל פרובירען ערגעץ אנדערש.

ווער איז דער ר' מרדכי פר"מ א שוואגער מיט ר' יוקל מלאפאש? ער האט נאך געלעבט נאך די קריג, איינער ווייסט מער פרטים איבער אים?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19984
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 10:04 am

הרב מיללער, כמדומה לי אז דער השיב משה האבן זיי יא און ס'ליגט אפילו ביי אונז אין אוצר.

זיי האבן כמעט נישט קיין סיגוטע ספרים, וואס זיי האבן איז נאר ביי מיסטעיק.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:24 pm

זיי האבן נישט די ספרים צוליב זכויות היוצרים.
ועמך כולם צדיקים

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

מיללער האט געשריבן:
שישא האט געשריבן:ניין, די באבע פון ר' יוקל איז זיכער אוועק ביים קריג אדער נאך פאר דעם.



ווער איז דער ר' מרדכי פר"מ א שוואגער מיט ר' יוקל מלאפאש? ער האט נאך געלעבט נאך די קריג, איינער ווייסט מער פרטים איבער אים?

ב''ה

עהר וואינט אין פלעטבוש עהר איז איין אקאנטענט .א זוהן פין ר' אברהם יצחק
המדפיס הידוע בזיווג''ר איז עהר געווען א שוואגער אין האט איין טאכטער אשת
ר' יצחק מאיר בערינשטיין גיסו של האדמו''ר ממונקאטש .
ר' מרדכי הנ''ל איז א גערוטענער מענטש א קנאקער אין דיא אגודה . אין איין
וויזניצער חסיד ---מראשי המדברים בסקאלעני .א תלמיד מובהק פין ר' אייזיק
מאשקאוויטש מראשי ישיבת מאור הגולה ברומא-מאנטריאל .

שישא
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » דאנארשטאג אפריל 02, 2009 9:49 pm

בס"ד
איך האב יעצט געזען אין מכתבים דברי יואל ח"א סי' קל"ו א אינטרעסאנטער בריוו פון שווייץ צו ר' יקותיאל יודא פון לאפאש, און דער רבי שרייבט דארט אז ר' יקותיאל יודא איז א שוואגער מיט ר' סענדר אשכנזי.
ווייסט איינער ווי אזוי?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 08, 2010 9:56 am

יאסל האט געשריבן:
שישא האט געשריבן:די אלע חכמי הביהמ"ד דא ווייסען טאקע נישט איבער ר' יקותיאל יודא מלאפאש וואס האט געוואוינט דא אין אמעריקא?
ער איז אוועק דאכצוך בערך תשל"ב, ער האט געהאט ליידער מערערע זיוויגים וואס זענען נעדר געווארן ל"ע. מען האט געזאגט אויף אים מקדש שביעי...
נאך די קריג האט ער נישט געלאזט קיין קינדער, נאר איין אייניקל ר' יוקל מלאפאש ז"ל. דער וואס האט געהאט די שטעקן פונעם יש"מ, דער שווער פון ר' בנציון כ"ץ הרב מדזשיבוי ב"פ.
ווייסט איינער אויב עס איז דא פון אים א זוהן א מ"מ און ווי איז די לאפאשער ביהמ"ד

ווי ליגט ער דער ר' יקותיאל יהודא?
דער ר' יוקל איז געווען זיין אייניקעל נישט א זון?


ר' ברוך אמסעל האט געשטעלט דעם בילד היינט, די מציבה געפינט זיך אין ניו זשורזי אינעם בית ישראל סעמעטערי
צוגעלייגטע
Yekusiel-Yudah-Teitelbaum.jpg

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19984
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 08, 2010 12:35 pm

אבער פארוואס האט ער נישט געשטעלט קיין ביאראפיע?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט