רבי יצחק (איציקל) הורוויץ מסטיטשין זצ"ל - כ"ד אדר ת"ש
געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2009 4:55 pm
..איך האב געהערט פון מיין טאטן, אז אמאל האט דער רבי געפאסט מער פון צוויי טעג, און זיין טאכטער די צדקת מרת דבור'לה ע"ה הי"ד האט אנגעהויבן פארפירן אז מען זאל נישט לאזן איר טאטן פאסטן אזוי פיל. זי האט דאן געבעטן ר' מענדעלע קיעלצער ז"ל ער זאל קומען ספעציעל צו פארן פון קיעלץ בעטן איר טאטן ער זאל אויספאסטן.
ר' מענדעלע איז מיט שרעק אריין צום רבי'ן, און געבעטן בתחנונים אז דער רבי זאל טועם זיין, אדער כאטש טרינקען אביסל מילך.
האט אים דער רבי געענטפערט: "מען שלעפט אידן אויף די בערג (ס'איז געווען מלחמה צייטן), איז ווי אזוי קען איך עסן.
החכמה מאי"ן
--
ר' איציקל זי"ע האט באהאלטן זיינע מעשים מיט גרויס חכמה. דרכו בקודש איז געווען צו פאררייכערן א לילקע ציבעך, און אזוי ווי דער סדר ביי די לולקע איז, אז מען דארף כסדר צוריק אנפילן די טאבאק, פלעג דער רבי אסאך מאל אריינשטופן דעם פינגער צו זעהן אויב עס האט נאך טאבאק. למעשה האט ער עס אבער געטוהן ווען די פייער האט געברענט, און די אש האט געבריעט, כדי זיך מסגף צו זיין.
איבריג צו זאגן אז דער פינגער איז טאקע אלעמאל געווען אויפגעשוואלן און אפגעבריעט...
שם
--
ר' שמעון אליעזר פון זעקלאצין, א שטאט נעבן טארנע, איז געווען דבוק אינעם רבי'ן בלב ובנפש, אזוי ווי פארצייטיגע חסידים. אמאל האט ער געכאפט א לונגען אנטצינדונג, און מען האט אים אריינגעפירט אינעם טארנע שפיטאל אין א קריטישן צושטאנד. אין יענע צייט איז נאכנישט געווען קיין פענעסילין, דעריבער איז אזא מחלה געווען סכנת נפשות. די דאקטוירים האבן טאקע אויפגעגעבן האפענונג.
דאס איז פארגעקומען נאך יום כיפור, און זיין פרוי האט מודיע געווען פאר'ן רבי'ן, וועלכער האט זיך דאן געפינען אין טארנע.
דער ערשטער נאכט סוכות האט דער רבי אוועקגעשטעלט אין א זייט שיריים פון יעדן מאכל: וויין, חלה, פיש, אא"וו. נאכ'ן סעודה האט ער געשיקט די שיריים אין שפיטאל צו ר' שמעון אליעזר אין שפיטאל. באלד נאכדעם איז אים צוביסלעך בעסער געווארן, און נאך א קורצע צייט איז ער גענצליך געזונט געווארן.
דער שפיטאל דאקטער, פראפעסאר טעמפקי, א גוי, איז שאקירט געווען פון די אפענע מופת. דער פראפעסאר האט געזאגט פאר הרה"צ ר' ראובן פון דעמביץ, אז לויט זיין מיינונג דער ר' שמעון אליעזר אן קיין לונגען!
דעם אנדערן יאר אויף ראש השנה איז ר' שמעון אלעזר געקומען צו פאר'ן צום רבי'ן, און איידער די תקיעות האט אים דער רבי געשיקט רופן. ווען ער איז אנגעקומען אין רבי'ן צימער, איז ער ערשטוינט געווארן זעהנדיג ווי דער רבי ווארט אים מיט מזונות און ברוינפען אין די הענט אז ער זאל קידוש מאכן איידער די תקיעות...
ווען דער רבי האט באמערקט זיין וואונדער, האט ער עס כדרכו בקודש אוועקגעמאכט זאגנדיג: "א איד וואס איז געשטאנען אזוי נאענט צו די טויערן פון גן עדן, דארף מען פאר אים האבן דרך ארץ!"...
שם
--
רבי איציק'ל זי"ע האט זיך אמאל אויסגעדריקט וועגן זיינע תפילות פאר די חסידים: "ווען ר' מאיר פון קראקע קומט צו מיר אויף ראש השנה, בעט ער הצלחה פאר זיין מסחר אין סאדע וואסער, וועלכע מען טרונקט אין די הייסע טעג. ווידער ווען ר' יעקב פון ריישע קומט, בעט ער הצלחה אויף זיין קוילן ביזנעס, מיט וועלכע מען הייצט אין די קאלטע ווינטער טעג.
דארף איך אויב אזוי בעטן אז אין קראקע זאל זיין הייסע, און אין ריישע זאל הערשן די קעלט."...