ר' יוסף שאול נאטענזאהן מלבוב ה'שואל ומשיב' זצ"ל, כ"ז אדר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

ר' יוסף שאול נאטענזאהן מלבוב ה'שואל ומשיב' זצ"ל, כ"ז אדר

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דאנארשטאג מארטש 19, 2009 4:52 pm

דער גאון רבי יוסף שאול זצ"ל, רב פון ק"ק לעמבערג, איז געווען א מתנגד, אבער האט געגעבן זיין הסכמה אויף אסאך רעבי'שע ספרים, ווייזט אויס אז ער איז געווען בידידות מיט חסידים. ער איז געווען א קרוב מיט'ן הייליגן דברי חיים פון צאנז, ביידע אייניקלעך פונעם חכם צבי, און איז אויך געווען גאר נאענט מיט אים.

ער האט אמאל געזאגט: די ערשטע רבי'ס, דער בעש"ט הק' און דער ר"ר בער, האבן געזאגט תורה ביים טיש ע"פ קבלה, אזוי אויך דער הייליגער תולדות. שפעטערע רבי'ס האבן גערעדט פון ארבעטן אויף די מידות. נאך שפעטערע רבי'ס זאגן נישט קיין קבלה און נישט וועגן מידות, נאר זיי קרעכצן ביים טיש.

און דאס בעטן מיר, השיבה שופטינו כבראשונה, ויועצינו כבתחילה, והסר ממנו יגון ואנחה. ודפח"ח.

מפי הה"ק ר' יענקלע מפשעווארסק זי"ע.

--

אמאל ביים סדר נאכט איידער'ן אפרעכטן דעם סדר, איז אריינגעקומען א איד צום שואל ומשיב מיט א שאלה, אז ער האט געפינען א ווייצל אין א געקעכטס. האט אים דער גאון געזאגט, אז עס איז פארהאן א שיטה לויט דעם בעל השאילתות דרב אחאי גאון (פ' צו סימן פ') אז חמץ קען אויך בטל ווערן בשישים אזוי ווי אנדערע איסורי תערובות, און לויט דעם איז דער תבשיל כשר. דער איד איז צופרידן ארויס פונעם רב'ס שטוב.

שפעטער האט זיך דער רב איבערגעקלערט, היות אין שו"ע ווערט דאך נישט אנגענומען אזוי ווי דער שאילתות, נאר עס ווערט געפסקנ'ט אז חמץ איז פסח אסור אפי' במשהו. דער רב האט זיך שטארק געערגערט דערפון, און וויבאלד ער האט נישט געקענט דעם פרעגער, האט ער דאך נישט געוואוסט וואו אים צו טרעפן, אים אויפמערקזאם מאכן אז די פסק איז געווען בטעות. פון גרויס צער האט ער נישט געקענט זיך נעמען אפרעכטן דעם סדר, נאר איז געזעצן פארטראכט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן, און האט דערביי איינגעדרימלט.

און אט חלומ'ט זיך דער רב אז דער בעל השאילתות באווייזט זיך צו אים, און זאגט אים אזוי: "יישר כח אז איר האט געפסקנ'ט אזוי ווי מיין פסק. ווייל וויסן זאלט איר, אין הימל איז דא א כלל: יעדע הלכה וואס עס איז אריבער 500 יאר און קיינער האט נישט געפסק'נט אזוי, ווערט די הלכה בטל. און דא האט מען שוין אין הימל מסכים געווען אוועקצולייגן מיין הלכה וויבאלד מען האט שוין באלד פינף הונדערט יאר נישט געפסקנ'ט ווי מיר, און דאס האט מיר שטארק מצער געווען. איצט אז מען האט פון הימל צוגעברענגט אז איר האט אזוי געפסקנ'ט, וועט די הלכה נישט בטל ווערן. דעריבער גיב איך אייך אפ א יישר כח פאר'ן בארואיגן מיר."

דאס הייסט אז ר' יוסף שאול דארף זיך מער נישט מצער זיין, ווייל מען האט עס מן השמים אזוי צוגעפירט.

מפיהם ומפי כתבם - בשם הגה"צ מפאיע זצ"ל הי"ד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 19, 2009 6:32 pm

ר' יוסף שאול איז געווען לעמבערגער רב, ממלא מקום פון זיין זיידע (אבי חותן חותנו) ר' מרדכי זאב לבוב-אורנשטיין (אבי הישועות יעקב), נאכדעם וואס זיין פעטער דער ישועות יעקב איז נסתלק געווארן.

זיין טאטע איז געווען ר' ארי' לייבוש נאטאנזאהן מברעזאן בעמח"ס בית ק-ל.

ער האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער אבער זיינע חיבורים זענען קילורים לעינים, תשובות להלכה לאלפים, חידושים עה"ת ומועדים, חידושים והגהות לשו"ע, חידושים וציונים על ש"ס בבלי וירושלמי ועוד.

עטליכע חיבורים האט ער מחבר געווען בשותפות מיט זיין שוואגער ר' מרדכי זאב איטינגא מלעמבערג, כולל די פי' מפרשי הים אויפן ספר 'ים התלמוד' לדודם ר' משה יהושע העשיל אורנשטיין (אחי הישועות יעקב) און שו"ת שבת אחים.

ר' יוסף שאול איז געווען דער ראש המתירים פון מאשין-מצות, דארט האט ער זיך געטיילט פון זיין שוואגער רמ"ז וועלכער איז געווען פון די גדולי האוסרים אינאיינעם מיט דעם הייליגען צאנזער רב און הגאון ר' שלמה קלוגער ועוד.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דאנארשטאג מארטש 19, 2009 11:45 pm

ב''ה
אב''ד סקרענטאן שליט''א
סיא פאסט נישט --איך האב געמיינט אז אין לעמבערג ביזטו עייל בלא בר .
דער עיקר ספר שעשו ביחד הני תרי גיסי הוא הספר מגן גיבורים על או''ח .
והוא לא מילא מקומו של הישועות יעקב רק את ר' שמחה נתן .בשנת תרט''ז .
ומזה נעשה הפירוד כי ר' מרדכי זאב הי' מהמשפחה והדברים ארוכים .

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מארטש 20, 2009 9:57 am

כבוד ראש בד"צ,
עייל בלא בר בין איך אין ערגעץ נישט, קיינער איז נישט פערפעקט אבער דאסמאל בין איך מיך מחולק מיט אייך אחרי בקשת מחילה ממע"כ הרם ונשא.

1) דער עיקר ספר שעל שמה נתפרסמו כתרי ריעין דלא מתפרשין איז דער 'מפרשי הים' רוב אירע באציען זיך צו זיי ווען מ'רעדט פון ביידע אינאיינעם אלס 'בעלי מפרשי הים', למעשה דעם 'נר מערבי' אויפן ירושלמי האבן זיי אויך געמאכט אינאיינעם (אזוי ווי דער מסורת הש"ס פון ר' ישעי' פיק-ברלין אויף בבלי).

2) ר' שמחה נתן איז קיינמאל נישט געוווען דער אפיציעלער רב אין לעמבערג נאר ראב"ד, הגם ער האט משמש געווען אלס דער דע-פאקטא רב פאר די 17 יאר צווישן דען ישועות יעקב און דער שואל ומשיב.

3) דער פירוד החבילה איז טאקע געווען ביים רבנות, איך האב נישט געשריבען אז זיי האבן זיך 'ציטיילט' ביי די מאשין-מצות נאר אז זיי האבן זיך 'געטיילט' (שפי' חולקים) ביי אט די פרשה, און אין א געוויסען זין איז דאס געווען בבחינת כאן מצא בע"ח לגבות את חובו.

למעשה איז דער רבנות צוריקגעומען צו רמ"ז ביי זיין זוהן רי"א, הגם דעמאלטס איז שוין נישט לעמבערג געווען בתפארתה סיי פון די משכילים און סיי במחלוקת פון חוץ לעיר ותוך העיר, וברבנות רצ"ה אורנשטיין.

(אגב, פון ישועות יעקב איז דא היינט אייניקלעך דורך ר' ארי' לייב ברודא, אבער זיי זענען שוין אינדערהיים געווען פארכאפט און השכלה)

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » פרייטאג מארטש 20, 2009 10:07 am

ב''ה
פין דיא משפחה איז נישט דא קיין אייניקלעך ---ס'איז ליידער נישט דא קיין זכר .
בילדותי הכרתי את מרדכי זאב ברוידא בן ר' לייבעלע הראב''ד שהי' מחוסר בנים ל''ע הי' גיסו של מארטין בובער הידוע .
יש לי ספר זיכרון לכבודו שנדפס בשנת תש''ך בי''ם עוד על לעמבערג עיין בספרו של יוסף מארגאשיס ובספרו של זוהר
בסוד ישרים ועדה גיסו של הרה''ג ר' ראובן מרגליות המפורסם הוא הי' חרדי גר בתל-אביב
על יתר הדברים שכתב כבוד הרב לא אתווכח כעת .

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » פרייטאג מארטש 20, 2009 10:09 am

ב''ה
הגאון המפורסם ר' שלמה-זלמן אוירבאך הי' מנהגו לומר קדיש אחר ר' יוסף שאול כיון שלא הניח זרע .

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מארטש 20, 2009 10:24 am

badatz האט געשריבן:ב''ה
פין דיא משפחה איז נישט דא קיין אייניקלעך ---ס'איז ליידער נישט דא קיין זכר .
בילדותי הכרתי את מרדכי זאב ברוידא בן ר' לייבעלע הראב''ד שהי' מחוסר בנים ל''ע הי' גיסו של מארטין בובער הידוע .
יש לי ספר זיכרון לכבודו שנדפס בשנת תש''ך בי''ם עוד על לעמבערג עיין בספרו של יוסף מארגאשיס ובספרו של זוהר
בסוד ישרים ועדה גיסו של הרה''ג ר' ראובן מרגליות המפורסם הוא הי' חרדי גר בתל-אביב
על יתר הדברים שכתב כבוד הרב לא אתווכח כעת .


ידעתי שהיה גיסו של בובער, גם לי יש הספר זכרון, הוא מת בשנת תש"ט ואני מסופק אם כבודו זוכר אותו, היה לו בן רפאל ברודא שמת בשנת תש"נ 1990 ובת מרים ברודא, לשניהם יש ילדים.

הנה לך פידיאף עם כל החומר עליהם ועל זרעם, מעשי ידי אומן ידידי מר. אמי אליסף נכד בא"ב להגאון ר' מאיר קריסניאפאלער אב"ד בראד בעמח"ס שו"ת יד המאיר.
צוגעלייגטע
kristianpoller_report[1].pdf
(46.2 KiB) דאונלאודעד 165 מאל

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג מארטש 20, 2009 10:26 am

בד"צ,
קוקט נאך ביטע דא, איז שוין געווען אמאל א שמועס איבער דעם.
ועמך כולם צדיקים

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » זונטאג מארטש 22, 2009 11:44 am

מיללער האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:ב''ה
פין דיא משפחה איז נישט דא קיין אייניקלעך ---ס'איז ליידער נישט דא קיין זכר .
בילדותי הכרתי את מרדכי זאב ברוידא בן ר' לייבעלע הראב''ד שהי' מחוסר בנים ל''ע הי' גיסו של מארטין בובער הידוע .
יש לי ספר זיכרון לכבודו שנדפס בשנת תש''ך בי''ם עוד על לעמבערג עיין בספרו של יוסף מארגאשיס ובספרו של זוהר
בסוד ישרים ועדה גיסו של הרה''ג ר' ראובן מרגליות המפורסם הוא הי' חרדי גר בתל-אביב
על יתר הדברים שכתב כבוד הרב לא אתווכח כעת .


ידעתי שהיה גיסו של בובער, גם לי יש הספר זכרון, הוא מת בשנת תש"ט ואני מסופק אם כבודו זוכר אותו, היה לו בן רפאל ברודא שמת בשנת תש"נ 1990 ובת מרים ברודא, לשניהם יש ילדים.

הנה לך פידיאף עם כל החומר עליהם ועל זרעם, מעשי ידי אומן ידידי מר. אמי אליסף נכד בא"ב להגאון ר' מאיר קריסניאפאלער אב"ד בראד בעמח"ס שו"ת יד המאיר.

ב''ה
כבוד ידידי אהובי אב''ד סקרענטאן שליט''א
טעיתי אתה צודק ברוידא שבק חיים לכל חי בכ''ה תשרי תש''י ולא הכרתיו .
זה דבר חדש אצלי שהי' לו ילדים הייתי תמיד תחת הרושם שהי' ערירי .
ותודה על הידיעות וההערה.
ידידו חבר הבד''ץ

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מארטש 22, 2009 9:26 pm

שוין האמיר געהאט די זכי' מהנה צו זיין א ת"ח ובקי, המביא דורן לת"ח כאילו הקריב ביכורים, השי"ת יעזור שהמצוה תהי' גוררת עוד מצוות ומעשים טובים, ונזכה כולנו להחודש אשר ישועות בו תהי' מקיפות, בביאת בן דוד גואלנו בב"א.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מארטש 07, 2010 2:12 pm

לכבוד די בעפארשטייענדען יארצייט פונעם גאון וצדיק זכותו יגן עלינו, וועלן מיר מעלה זיין זכרונו.

מיר האבן אויבן דערמאנט זיין פאטער ר' ארי' לייבוש נאטאנזאהן ז"ל בעמח"ס בית ק-ל, וועלן מיר מוסיף זיין עטליכע פרטים איבער אים.

ער איז געווען אן איידעם ביי ר' דוב בעריש היילפרין מברעזאן חתן ר' מרדכי זאב מלבוב (בראשון) אבי הישועות יעקב (אזוי איז דער שו"מ געווען אן אייניקל פון רמ"ז נאך איידער ער איז געווארן אן איידעם ביי חתנו האחר רי"א איטינגא אבי רמ"ז איטינגא הנ"ל) און ער איז פארבליבען וואונען אין ברעזאן ושם מנו"כ.

ער האט קיינמאל נישט געוואלט זיך משתמש זיין בכתרה של תורה, אבער ער איז געווען פון די תורה אוטאריטעטן אין ברעזאן, ועל פיו האט מען ממנה געווען רבנים ודיינים, ער האט אויך געזאגט פארשידענע דרשות אין יומא דפגראס וכדו'.

ער האט געשריבען א געוואלד מיט חידושים ולא זכה להוציאם לדפוס, עד שבא בנו מהרי"ש און ער אנגעהויבען מרכז צו זיין כתביו לדפוס וקוראם בשם בית א-ל (ר"ת ארי' לייבוש), למעשה שקעה חמה ולא זכה להדפידם רק אחיו הגביר ר' זלמן נאטאנזאהן הוציאם לאור עולם.

איבער דעם נאמען פונעם ספר, האט זיך דער ברעזאנער רב לימים אב"ד לעמבערג, ר' יצחק שמעלקיש ז"ל דער בית יצחק שטארק געוואונדערט אז דער שו"מ האט בוחר געווען שמו של הקב"ה על ספרו של בשר ודם, והאריך בזה השדי חמד בחיבורו 'באר בשדי'.

פון ר' יוסך שאול איז נישט פארהאן קיין דורות ווייל ער האט נישט זוכה געווען לזש"ק, בין איך נייגעריג צו פון אביו ר' ארי' לייבוש איז יא עפעס געבליבען, דאס הייסט פונעם אנדערען זוהן ר' זלמן, אדער צו ער האט געהאט נאך קינדער.

והמוסיף יוסיפו לו מן השמים

איטשע
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג מארטש 08, 2010 4:05 am

ער איז געווען א דאפלטער קרוב מיטן צאנזער רב, ווייל אויזער פון חכם צבי אייניקלעך, זענען ביידע געווען אייניקלעך פון רבי הירשלי האלברשטאט.

אויך נישט יעדער "נישט חסיד" איז אויטאמאטיש א מתנגד!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 13, 2010 5:49 pm

מיללער האט געשריבן:פון ר' יוסך שאול איז נישט פארהאן קיין דורות ווייל ער האט נישט זוכה געווען לזש"ק, בין איך נייגעריג צו פון אביו ר' ארי' לייבוש איז יא עפעס געבליבען, דאס הייסט פונעם אנדערען זוהן ר' זלמן, אדער צו ער האט געהאט נאך קינדער.


אינעם 'מנחת חינוך' דפוס מכון י-ם זעה איך א נתינת תודה פאר משפחת ר' מרדכי זאב הלוי נאטאנזאהן פון אנטווערפן נכדי המנחת חינוך, ווייסט איינער מער פרטים איבער די משפחה וויאזוי זיי זענען אייניקלעך פונעם מנ"ח און צו זיי קערן זיך אן צו משפחת השו"מ?

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

לרגל ההילולא קדישא כ"ז אדר

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » דינסטאג מארטש 01, 2011 1:31 am

בשעת המחלוקת הידוע, אסר מרן מצאנז את השו"בים שלהם, והגה"ק רבי אביגדור מדוקלא [ אחיו] העביר השו"ב בעירו שהיה מהם.נסע א' מנכבדי העיר אל השו"מ לקבול עליו. לאחר מעל"ע [ שבירר הדבר] א"ל השו"מ: הרב מצאנז הוא אצלכם ראש הגולה, ואתם מחוייבים לציית לו. [ י"ג אורות, ששמע מהגאון רבי טעביל דוקלער זצ"ל].
זי"ע ועכ"י.
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

איש האמת
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 11, 2011 1:07 pm

תגובהדורך איש האמת » מיטוואך מארטש 02, 2011 1:46 pm

איטשע האט געשריבן:ער איז געווען א דאפלטער קרוב מיטן צאנזער רב, ווייל אויזער פון חכם צבי אייניקלעך, זענען ביידע געווען אייניקלעך פון רבי הירשלי האלברשטאט.

אויך נישט יעדער "נישט חסיד" איז אויטאמאטיש א מתנגד!


כידוע האט דער צאנזער רב געשיקט זיינע צוויי אייניקלעך רבי שלמה הראשון מבאבוב און רבי משה מבארדיוב וואס האבן געארבעט אויף די תשובת דברי חיים
קיין לעמבערג, און אויף יעדע שאלה וואס זיי וועלן האבן זאלן זיי גיין פרעגן די שואל ומשיב

אגב די שואל ומשיב האט נישט גערופן קיין שטעט ביים נאמען אלס חשש שנקראו ע"ש עבודה זרה, נאר ער האט אנגערופן די שטאט מיט א באקאנטע זיינע וואס האט געוואוינט דארט,

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 1:28 pm

נישטערענדיג איבער העיר בראדי וחכמיה בין איך אקייגן געקומען די פאלגענדע מציבה, וזו נסחה:

מציבת איש נדיב ושוע דגול מרבבה
דורש טוב לעמו ועזר לדכאי רוח
.... שנים רבות.............
ונהנים ממנו עצה ותושיה.....
.................. הרב הג'
חכם ויר"א זקן ונשוא פנים מו"ה ר' יוסף
הלוי נאטינזאהן בהה"ג הנודע בשערים
מו"ה ר' יצחק זלה"ה, נפשו יצאה ביום ב'
ט' כסלו תרמ"ג לפ"ק ת.נ.צ.ב.ה.


דער ר' יוסף נאטאנזאהן איז געווען א פעטער פאר'ן שואל ומשיב, א ברודער מיט זיין פאטער ר' ארי' לייבוש, ווי עס ווייזט אויס איז ער געווען א ת"ח ונשוא פנים און א גביר ופרנס, זיין איידעם איז געווען ר' חיים משה ב"ר מרדכי צבי (מאטל) ריינהאלד פון קראקא בעמח"ס טל חיים אויף מס' מועד קטן (ראה שם הסכמת השו"מ שמתארהו כחתן 'דודו' ר' יוסף נאטאנזאהן)
http://www.hebrewbooks.org/6892
ער האט געבויעט א ביהמ"ד אין בראד שהיה נקרא 'בית המדרש של ר' יוסף נאטינזאהן'.

די מציבה:
צוגעלייגטע
brod.jpg

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 2:32 pm

מיללער, ער האט דאך געצאלט להצלת ר' מיכל'ע קורימער, והסיפור ידוע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג ינואר 15, 2012 10:32 am

מיללער האט געשריבן:נישטערענדיג איבער העיר בראדי וחכמיה בין איך אקייגן געקומען די פאלגענדע מציבה, וזו נסחה:

מציבת איש נדיב ושוע דגול מרבבה
דורש טוב לעמו ועזר לדכאי רוח
.... שנים רבות.............
ונהנים ממנו עצה ותושיה.....
.................. הרב הג'
חכם ויר"א זקן ונשוא פנים מו"ה ר' יוסף
הלוי נאטינזאהן בהה"ג הנודע בשערים
מו"ה ר' יצחק זלה"ה, נפשו יצאה ביום ב'
ט' כסלו תרמ"ג לפ"ק ת.נ.צ.ב.ה.


דער ר' יוסף נאטאנזאהן איז געווען א פעטער פאר'ן שואל ומשיב, א ברודער מיט זיין פאטער ר' ארי' לייבוש, ווי עס ווייזט אויס איז ער געווען א ת"ח ונשוא פנים און א גביר ופרנס, זיין איידעם איז געווען ר' חיים משה ב"ר מרדכי צבי (מאטל) ריינהאלד פון קראקא בעמח"ס טל חיים אויף מס' מועד קטן (ראה שם הסכמת השו"מ שמתארהו כחתן 'דודו' ר' יוסף נאטאנזאהן)
http://www.hebrewbooks.org/6892
ער האט געבויעט א ביהמ"ד אין בראד שהיה נקרא 'בית המדרש של ר' יוסף נאטינזאהן'.


מיללער, תנא ושייר, הרה"ג ר' חיים משה ריינהאלד ז"ל - בהרה"צ ר' מרדכי צבי [ר' מאטל] מילידי העיר קראקא בהרה"צ ר' קלונימוס קלמן - חיבר כמה ספרים:
"טל חיים" על מסכת מועד קטן:
http://www.hebrewbooks.org/6892
"זכר לחגיגה" על מסכת חגיגה:
http://www.hebrewbooks.org/7170
"נשמת חיים" על משניות סדר זרעים:
http://www.hebrewbooks.org/7200
כאן מזכיר לטובה משפחת אמו ומשפחת חמותו:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=4

[קרעידיט להרה"ג רי"ד שלעזינגער זז"ג שהזכיר ספרו "זכר לחגיגה" בשיעורו הנפלא בספר שמואל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג ינואר 15, 2012 10:45 am

ר' חיים משה וזוגתו רייזל נשאו בשנת תרי"ז

פון גשר גאליציע
Chaim Moses REINHOLD
& Reisel NATHANSOHN
daughter of Joseph NATHANSOHN

Date of Registration of Marriage: 27-May-1857
Town of Record: Brody (now Brody, L’vivs’ka oblast, Ukraine)
Comments about the Groom: 4-Jun-1857
Comments about the Bride: 4-Jun-1857
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

תגובהדורך קהלת » זונטאג ינואר 15, 2012 11:26 am

בספר החכמה מאי"ן (סטיטשין) מובא שכאשר היה הה"ק ר"ש מבאבוב זצ"ל בלעמבערג כדי לעסוק בהדפסת הספר
הקדוש שו"ת "דברי חיים מזקנו הקדוש מצאנז זיע"א, אמר לו הגאון רבי יוסף שאול נתנזון זיע"א: אני חייב
להודות בפניכם, שאתם החסידים פעלתם! בכל מקום שבו מסתובבים בליל שבת קודש עם ה"תנו שבח
ושירה" לקודשא בריך הוא, שם כמעט ולא התקלקלו הצעירים.

Gevald Geshrigen
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג ינואר 15, 2012 9:27 pm

אינעם הקדמה פון ספר כוכבי אור פון הגאון ר׳ יצחק שטערנהעל זצ״ל בוף ימיו בבאלטימאר רעדט ער ארום אביסל פון דעם גאונות און געואלדיגע קדושה פון ר׳ יוסף שאול.

משה'עלע
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך משה'עלע » מיטוואך ינואר 25, 2012 8:59 am

אין דעם דברי שאול על התורה וואס איז איבער געדריקט געווארען אין א"י נאכען קריג האט דער מו"ל געטוען א חכמה (שטות) האט ער געשריבען דארט יצא לאור ע"י נכד המחבר עיי"ש ודו"ק
כידוע פריערדיגע "לצים" האבן שוין געזאגט בכגון דא אז ער האט טאקע נישט געהאט קיין קינדער אבער זיינע זיהן האבען שוין יא געהאט
אדער האט ער געהאלטען אז די אינפארמאציע אויף דעם גאון וועט נישט גיין פאבליק קען ער דאך זיין א אייניקעל אין טאן שיינע שידוכים וכו'
חזל זאגן שוין כל האומר מבית חשמנאי אנא וכו' וה"ה הכא
לעצט פאראכטן דורך משה'עלע אום מיטוואך ינואר 25, 2012 1:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין חכמה כחכמת התורה (פרמ"ג הל' חנוכה סימן תר"ע) ואין חכמיה כישראל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך ינואר 25, 2012 9:45 am

משה'עלע האט געשריבן:אין דעם דברי שאול על התורה וואס איז איבער געדריקט געווארען אין א"י נאכען קריג האט דער מו"ל געטוען א חכמה (שטות) האט ער געשריבען דארט יצא לאור ע"י נכד המחבר עיי"ש ודו"ק
כידוע פריערדיגע האבן שוין געזאגט אז ער האט טאקע נישט געהאט קיין קינדער אבער זיינע זיהן האבען שוין יא געהאט
אדער האט ער געהאלטען אז די אינפארמאציע אויף דעם גאון וועט נישט גיין פאבליק קען ער דאך זיין א אייניקעל אין טאן שיינע שידוכים וכו'
חזל זאגן שוין כל האומר מבית חשמנאי אנא וכו' וה"ה הכא


קיינמאל געהערט, משה'לע שטעל א בילד דערפון, דאס איז א ליצנות שאין כדוגמתה.

משה'עלע
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך משה'עלע » מיטוואך ינואר 25, 2012 12:50 pm

האב איך יעצט געקויפט די נייע (פון מכון חכמת שלמה אגב הערליך) האב איך די אלטע מיינע געלייגט אין שמות אבער איך וועל פראבירן דאס צו געפינען
דער דרוק איז נישט דא אויף היברו בוקס דארטען איז נאר דא דפוס ראשון אן נישט דער קאפי פון ירושלים איך האב עס שוין נישט ע"כ ווער עס האט דאס קען דאס ארויף שטעלען
דער נכד המחבר שטייט אויף די צוויטע זייט דארט ווי עס שטייט געווענדליך ניתן להשיג דארטען איז עס דאכט זיך געשטאנען איך דארף נאך האבען ערגעץ איינער וואס האט דאס איך וועל פראבירען ארויף צישטעלן אבער ביז דערוויל קאן אצוויטער
לעצט פאראכטן דורך משה'עלע אום מיטוואך ינואר 25, 2012 1:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין חכמה כחכמת התורה (פרמ"ג הל' חנוכה סימן תר"ע) ואין חכמיה כישראל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך ינואר 25, 2012 12:53 pm

משה'עלע האט געשריבן:אין דעם דברי שאול על התורה וואס איז איבער געדריקט געווארען אין א"י נאכען קריג האט דער מו"ל געטוען א חכמה (שטות) האט ער געשריבען דארט יצא לאור ע"י נכד המחבר עיי"ש ודו"ק
כידוע פריערדיגע האבן שוין געזאגט אז ער האט טאקע נישט געהאט קיין קינדער אבער זיינע זיהן האבען שוין יא געהאט
אדער האט ער געהאלטען אז די אינפארמאציע אויף דעם גאון וועט נישט גיין פאבליק קען ער דאך זיין א אייניקעל אין טאן שיינע שידוכים וכו'
חזל זאגן שוין כל האומר מבית חשמנאי אנא וכו' וה"ה הכא

וואס איז פשט פון די ווערטער?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט