רבי זאב וואלף מזיטאמיר זצ"ל - ט"ו אדר תקנ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי זאב וואלף מזיטאמיר זצ"ל - ט"ו אדר תקנ"ז

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 9:58 pm

הרה"ק רבי זאב וואלף מזיטאמיר זצוק"ל
ט"ו אדר (תקנ"ז)

ואלה תולדות: הרה"ק רבי זאב וואלף, דער אור המאיר מזיטאמיר, איז געווען א תלמיד מובהק פון דער גרויסער מגיד זצוק"ל. פון אנהייב האט ער זיך מתפרנס געווען פון א קרעטשמע, און שפעטער - ע"פ הוראתו פון זיין הייליגן רבי'ן דער גרויסער מגיד - איז ער געווארן א מגיד מישרים אין שטאט זיטאמיר, וואו עס האבן זיך מדבק געווען צו אים פיל חסידים מקבל צו זיין חסידות און הדרכה. ער איז געווען אַן איידעם בזיוו"ש ביי רבי צבי הירש מרגליות אב"ד מעזריטש. ער איז נסתלק געווארן ט"ו אדר, בערך אין יאר תקנ"ז. דריי יאר דערויף, אין יאר תק"ס, איז געדרוקט געווארן דער ספר "אור המאיר" וועלכעס איז פארשריבן געווארן דורך זיין תלמיד רבי אליעזר שו"ב דעיר זיטאמיר, בעמח"ס פרקי הנאזר.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 9:59 pm

דער "מאור עינים" איז געווען א מגיד מישרים און שטעט און דערפלעך, האט אמאהל פאסירט אז א געוויסע משומד איז געווארן זייער אויפגעבראכט אויף די דרשות פון'ם רבי'ן, און ער האט איהם פאר'מסר'ט צו דעם רעגירונג, דאס האט צוגעפירט צו זיין ארעסט אין שטאט זיטאמיר.
ווען עס איז באקאנט געווארן אין די אידישע וועלט איבער די נידערטרעכטיגע מסירות און בלבולים און דער ארעסט, האט עס צושטערט די מנוחה ביי די אנדערע צדיקי הדור, און עס האבן זיך באלד אנגעהויבן גאר גרויסע השתדלות'ן צו פארגרינגערן דעם מצב פונעם הייליגן מאור עינים אין טורמע. פון די הויפט וועלכע האבן אנגעוואנדן און זיך משתדל געווען לטובת דעם מאור עינים, איז געווען הרה"ק רבי וועלוול פון זיטאמיר זצוק"ל, באקאנט אלס דער 'אור המאיר'.
דער הייליגער אור המאיר האט קיין מינוט נישט גערוהט, ער האט געארבייט און אנגעוואנדן אלערליי אונטערווענץ צו העלפן פארגרינגערן דעם מצב פונעם מאור עינים אין תפיסה, און לייכטער מאכן די שווערע באדינונגען אין אזעלכע אומשטענדן.
דער "אור המאיר" האט זיך שטארק אנגעשטרענגט און עס איז אים געלונגען צו פועל'ן אז דער מאור עינים זאל באפרייט ווערן פון תפיסה פאר עטליכע שטונדן ער זאל קענען גיין אין ביהמ"ד האלטן א דרשה.
ווען דער הייליגער מאור עינים האט זיך צוריקגעקערט פון די דרשה, האט אים באגלייט א ריזן עולם פון די שטאָטלייט צוטיילנדיג אים כבוד מלכים. ווען דער תפיסה וועכטער האט דאס דערזען האט אים זייער פארדראסן אז פאר אַן ארעסטאנט ווערט צוגעטיילט אזויפיל כבוד און מחמת דעם האבן זיי נאכמער פארשווערט די תנאים פונעם מאור עינים און מ'האט אים אריינגעזעצט אין א פינסטערן קאמער...
דער הייליגער אור המאיר האט אבער נישט געקענט רוען, ער איז נאכאנאנד ארומגעלאפן און פארארבעט מעשים צו פארגרינגערן די אטמאספערע פאר'ן רבי'ן אין תפיסה. ער האט ערלעדיגט אז מ'זאל לאזן אריינברענגען אין תפיסה גרויסע שטיינער און עטוואס מסדר געווען דעם גרוב פאר'ן מאור עינים אים צו שאפן כאטש דאס מינדעסטע הרחבת-הדעת אונטער די שווערע מצב.
ווילאנג דער מאור עינים האט זיך געפונען אונטער אזא שטרענגע תפיסה-וואך איז שווער געווען אנצוקומען צו אים. פאר'ן "אור המאיר" איז אבער געלונגען צו פועל'ן אז ער זאל טעגליך קענען אריינגיין פארברענגען מיט'ן מאור עינים פאר גאנצע צוויי שעה.
איין טאג ווען די צוויי צדיקים זענען געזעסן און אינאיינעם פארברענגט, איז פלוצלים ערשינען פאר זיי א מענטש געקליידעט ווי א דייטש, וועלכער האט זיך געוואנדן צום מאור עינים זאגנדיג:
"אזוי ווי מארגן וועט פארקומען אין שטאט די מארק-טאג, וויל איך דעריבער בעטן אז רבי וועלוועלע זאל זיך משתדל זיין און אויס'פועל'ן אז מען זאל ארויסלאזן דעם מאור עינים פון תפיסה אויף עטליכע שעה, אז ער זאל קענען ארומגיין נאך געלט פאר מיר"!
דער אור המאיר ווי זיין שטייגער האט טאקע גענומען שתדל'ן אויסצופירן די בקשה פון דעם דייטש'ל, דאסמאל איז עס אבער שוין נישט געגאנגען אזוי גרינג, דער אור המאיר האט אויך אנגעוואנדן א גרויסע סומע געלט און די באמטע פון די תפיסה זענען קוים איינגעגאנגען דערויף, אבער מיט א תנאי אז דער אור המאיר זאל פארבלייבן אלס משכון ביז דער מאור עינים וועט צוריקקומען, ענדליך איז אים געלונגען צו שאפן דעם פריוויליגע פאר'ן מאור עינים.
אזוי ארום האבן זיך די צוויי צדיקים פאר א וויילע געטוישט פלעצער, דער מאור עינים איז ארויס אין מארק שאפן געלט פאר צדקה, און דער אור המאיר איז געבליבן זיצן אין תפיסה אויפן ארט פון מאור עינים. דער אור המאיר האט זיך אנגערופן צום מאור עינים זאגנדיג: "איר זיצט אין תפיסה צוליב א משומד; איך זיץ אין תפיסה וועגן רבי נחום"!
עס איז אדורך דער טאג, און דער מאור עינים איז צוריקגעקומען מיט'ן סכום פון קוים צוויי הונדערט רובל. דער אור המאיר, ווען ער האט דערזען וואס דער מאור עינים האט צונויפגעזאמלט ארומדרייענדיג זיך אגאנצן טאג אין שטאט, קלעטערנדיג צופוס צווישן די סוחרים אין מארק איז ער זייער אנטוישט געווארן. ווען דער מאור עינים האט געהערט ווי דער אור המאיר רעדט זיך אפ אז עס איז נישט ווערד געווען אזויפיל שתדלנות פאר דעם צוועק, טענה'נדיג: "אויסצו'פועל'ן דעם זכות פון ארויסגיין אפאר שעה האט דאך אפגעקאסט באלד דער זעלבער סכום".
האט זיך דער מאור עינים אנגערופן צום אור המאיר: "עס איז יא כדאי געווען", ווייל אין הימל איז געווען א שטארקער רעש, וויבאלד איידער ער איז פאראורטיילט געווארן צו טורמע האט ער געהאט צוגעזאגט צו שאפן געלט פאר א געוויסן צוועק, און וויבאלד ער איז דערנאך געווארן פארמשפט פאר ארעסט, האט ער נישט געהאט די יכולת איינצוהאלטן זיין צוזאג, אבער היות ער האט קיינמאל נישט געבראכן א ווארט איז אין הימל געווארן א רעש.
האט דער מאור עינים מסיים געווען: און דער דייטשל וועלכער האט זיך פאר זיי באוויזן אין תפיסה, איז געווען א מלאך של רחמים, וועלכער איז געקומען פועל'ן אז דער מאור עינים זאל קענען ארויס פאר איין טאג איינצוהאלטן זיין צוזאג און שאפן די געלט!
נאכדעם וואס מיט די גרויסע שתדלנות איז געלונגען אפצורופן א הארבן גזר-דין אין וועלכער דער מאור עינים איז ה"י פאראורטיילט געווארן צום ערגסטן, האט דער אור המאיר זיך שטארק משתדל געווען אז דער מאור עינים זאל גענצליך באפרייט ווערן.
ווען דער אור המאיר האט געזען אז עס גיבט זיך אים נישט איין, האט ער פארשטאנען אז דער מאור עינים זעלבסט האט זיך דאס אויף זיך מקבל געווען, דאן האט זיך דער אור המאיר געוואנדן צום מאור עינים מיט א טענה, אז וויבאלד דער מאור עינים וויל מקדש זיין שם שמים דעריבער האט ער מקבל געווען אויף זיך די יסורים, אבער היות וואס עס וועט ארויסקומען דערפון חלילה דאס פארקערטע, האט דער מאור עינים דעריבער נישט קיין רעכט זיך צו האלטן ביי דעם החלטה.
ווי דער מאור עינים האט געהערט די ווערטער פונעם אור המאיר האט ער געטוישט זיין החלטה, און געזאגט אז דער דאזיגער באשלוס - מקדש שם שמים צו זיין - איז געווען פארהוילן פון יעדן, אפי' קיין מלאך אדער א שרף האבן נישט געוואוסט דערפון, און וויבאלד די צדיקים זענען דאס געוואויר געווארן, לאזט ער זיך אפ פון דעם געדאנק.
און טאקע אין יענעם יאר נאך די גרויסע השתדלות פונעם אור המאיר און אנדערע צדיקים, איז דער מאור עינים צום פרייד פון גאנץ כלל ישראל ארויס פון תפיסה.
עס איז מקובל ביי חסידים, אז דער הייליגער מאור עינים זצוק"ל איז ארויס פון תפיסה אינעם טאג ט"ו אדר, וואס דאס איז שפעטער געווען דער יום ההילולא פון דער "אור המאיר" זצוק"ל.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 9:59 pm

דער צדיק וגאון ר' זאב וואלף פון זיטאמיר, באקאנט מיט זיין ספר "אור המאיר", איז אמאל אויסגעקומען זיך צו געפינען אונטערוועגענס אין די טעג פון חנוכה, צוזאמען מיט א גרופּע פון זיינע תלמידים. ווען ס'איז אנגעקומען די ערשטע נאכט, און מ'האט געדארפט צינדען, האט מען זיך אנגעפאנגען צו אינטערעסירען ביי די דארפישע אידן, ווער עס האט אן איבעריגע מנורה צו בארגען פאר'ן צדיק. מ'האט געפונען א מנורה וועלכע איז געווען אינגאנצען פארשטויבט און פארקלעבט, פון נישט נוצען שוין גאר א לאנגע צייט. ווי אינטערעסאנט איז געווען צו זען, ווי דער צדיק האט זיך אוועקגעשטעלט פּוצען די מנורה, פאר גאר א לאנגע צייט, ביז די שיינקייט פון די מנורה איז צוריקגעקומען, און ערשט דערנאך האט דער צדיק געצינדען דערין.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 10:43 pm

בעזהשי''ת
שמעתי פעם ממרנא ורבנא הרה''ק מבאיאן נבג''מ בטיש של יו''ד טי''ת כיסלו שסיפר בנוסח זה-
שאצל המגיד הגדול ממעזריטש נבג''מ כידוע העומד על משמרת הקודש הי' הרה''ק ר' שלמה
לוצקער נ''ע [פלאם] בעל דברת שלמה יוד''ה דילי' י' שב''ט ---פעם אמר הטיש והמגיד הלך
זעך אנשפארען -והרה''ק ר' וועלוועלע זיטאמערער נ''ע חזר על התורה לשומעי ליקחו -אין
ס'האט געשטערט דעם גרויסען מגיד שלא הי' יכול לישון ----אע''פ שלא שמע בפועל אך
הרגיש--ושלח את ר' שלמה לוצקער לחוץ לומר לר' וועלוועלע שיפסיק לחזור כי לא יכול
לישון -----והוסיף ע''ז אדמו''ר נ''ע שרואיםמזה ששינת הגרויסער מגיד יותר חשובה
בשמים מלימוד ר' וועלוועלע נ''ע
לגבי שנת פטירתו יש ספק את תקנ''ח או תק''ס .
לגבי יום פטירתו יש דעות שזה בה' סיוון תקנ''ז .[בית -פנחס בהערות אות י''ד]
בסקווער אומרים שבשושן-פורים הוא יומא דהילולא .
בנו הגדול הרה''צר' ישראל דוב-בער הי' חתן הרה''ק ר' חיים קראסנער נ''ע .
הוא השתדך עם הרה''ק ר' ישראל מפיקוב בן הבארדיטשעווער רב .
בשנת תשס''א יצא לאור ספר על מחותנו הרה''ק ר' חיים נ''ע קראסנער ושם מובא
קוויטעל ששלח עם הנ''ל ----בכלל הקוויטעל עם שמות הצדיקים המפורסמים
המובא שם מעניין מאוד-----ראיתי פעם את הביכל עם השמות אצל הרה''ח
חיים ז''ל שנעבאלג -----ושם הוא מפרט כל יוצ''ח .
בניו לא המשיכו עדה אך בית רחמסטריווקא הם נכדיו ומזה בא להם השם
וועלוועל ע''ש שמו הקדוש .
ולפי החשבון שיש באשכול אחר על כל צדיקי דורינו שהם נכדי ראחמאסטריווקא
א''כ כולם הם גם נכדי זיטאמיר .

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » פרייטאג מארטש 06, 2009 8:40 am

ב''ה
בכתבי הרה''ק ר' שלמהנ'יו בן הרה'' האדמוה''ז מסא''ג וחתן הרה''ק הר'ר' הערש מרימאנאוו שכתב תורות אביו בלשון יידיש מובא נוסח אחר
שהמעשה הי' בעת אמירת שיר השירים בעש''ק והמגיד הגדול רצה לישן אין ס'האט איהם געשטערט דאס זאגען פין דעם אור המאיר וכו.
אודות גדלותו וקדושתו של ר' שלמהנ'יו עיין בספרי הטורקער רב ר' מאיר לייביש נכד הבני-יששכר .
ר' שלמהנ'יו נפטר בחיי אביו ל''ע כ' טבת תרמ''ב והשאיר אחריו ב' בנות א]אשת ר' נחום מרדכי מטשארטקאוו ב]אשת ר' ישראל מבאיאן-לייפציג .
ב' אחיו מבאיאן וסא''ג נתנו לבניהם שמות אחריו .

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » פרייטאג מארטש 06, 2009 8:53 am

אינטרעסאנט אז עס איז נישט באקאנט ווי אזוי דער אור המאיר טאטע האט געהייסן, ער פון די איינציגסטע תלמידי הבעשט וואס מען ווייסט נישט דעם טאטן'ס נאמען. אגב אין די תולדות פין ספר אור המאיר איז ער דארט מברר אז די יארצייט פון אור המאיר איז "ערב שבועות" נישט שושן פורים

תמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 10:41 pm

תגובהדורך תמים » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 6:05 am

מיילעך האט געשריבן:אינטרעסאנט אז עס איז נישט באקאנט ווי אזוי דער אור המאיר טאטע האט געהייסן, ער פון די איינציגסטע תלמידי הבעשט וואס מען ווייסט נישט דעם טאטן'ס נאמען. אגב אין די תולדות פין ספר אור המאיר איז ער דארט מברר אז די יארצייט פון אור המאיר איז "ערב שבועות" נישט שושן פורים

אין ספר צדיקים קרוין חיים פון ר' צבי מאיר גרינבוים דעמאנט ער אז זיין פאטער האט געהייסן ר'שמואל

חיס
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 3:40 pm

רבי זאב מזיטאמיר זי"ע ט"ו אדר תקנ"ז

תגובהדורך חיס » מאנטאג פאברואר 18, 2013 5:47 am

בספר הקדוש אור המאיר (בפרשת עקב) כתב בשם
מחותני החסיד והותיק הרב דק"ק חמענליק למי הכוונה ?
צוגעלייגטע
אור המאיר דפוס קארץ פרשת עקב.png
אור המאיר דפוס קארץ פרשת עקב.png (17.1 KiB) געזעהן 3640 מאל

ראובן ינקובסקי
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2012 4:18 pm

תגובהדורך ראובן ינקובסקי » דינסטאג פאברואר 19, 2013 6:23 am

בה"י

זכורני שבאחד ממאמרי ויתילדו של הרב וועקשטיין שליט"א הוא כותב שהמחבר היה משבט הלויים ושאביו היה רבי מאיר אחיו של הנודע ביהודה

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4579
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » פרייטאג פאברואר 22, 2013 1:26 am

מיילעך האט געשריבן:אינטרעסאנט אז עס איז נישט באקאנט ווי אזוי דער אור המאיר טאטע האט געהייסן, ער פון די איינציגסטע תלמידי הבעשט וואס מען ווייסט נישט דעם טאטן'ס נאמען. אגב אין די תולדות פין ספר אור המאיר איז ער דארט מברר אז די יארצייט פון אור המאיר איז "ערב שבועות" נישט שושן פורים

יש חילוקי דברים אודות יום פטירתו אבל בחצר סקווירא נתקבל שהיא"צ הוא שושן פורים----------וכ"ק הוא מיוצ"ח
פעם הגיע יהודי זקן אל אדמו"ר זצ"ל והעיד כן=========

חיס
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 3:40 pm

תגובהדורך חיס » מיטוואך מארטש 13, 2013 5:51 pm

חיס האט געשריבן:בספר הקדוש אור המאיר (בפרשת עקב) כתב בשם
מחותני החסיד והותיק הרב דק"ק חמענליק למי הכוונה ?
צוגעלייגטע
1.png
ב.png
ג.png

חיס
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 3:40 pm

בניו של בעל "אור המאיר"

תגובהדורך חיס » מיטוואך מארטש 13, 2013 5:53 pm

בניו של ה"אור המאיר" זי"ע
צוגעלייגטע
ד.png
ה.png

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2626
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג מארטש 25, 2014 11:42 pm

חיס האט געשריבן:בספר הקדוש אור המאיר (בפרשת עקב) כתב בשם
מחותני החסיד והותיק הרב דק"ק חמעלניק למי הכוונה ?

משפחת ארטינבערג הם נכדי רבי זאב מזיטאמיר ורבי אברהם דוב מחמעלניק חתנו של התולדות
צוגעלייגטע
5114 (1).jpg
לעצט פאראכטן דורך נחוניא אום דינסטאג מארטש 25, 2014 11:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2626
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג מארטש 25, 2014 11:51 pm

dovidal האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:אינטרעסאנט אז עס איז נישט באקאנט ווי אזוי דער אור המאיר טאטע האט געהייסן, ער פון די איינציגסטע תלמידי הבעשט וואס מען ווייסט נישט דעם טאטן'ס נאמען. אגב אין די תולדות פין ספר אור המאיר איז ער דארט מברר אז די יארצייט פון אור המאיר איז "ערב שבועות" נישט שושן פורים

יש חילוקי דברים אודות יום פטירתו אבל בחצר סקווירא נתקבל שהיא"צ הוא שושן פורים----------וכ"ק הוא מיוצ"ח
פעם הגיע יהודי זקן אל אדמו"ר זצ"ל והעיד כן=========

המקור שיומא דהילולא הוא בשושן פורים הוא מהרה"ח ר' יצחק באהר ז"ל מעיה"ק צפת שהיה מגיע בכל שושן פורים לעיה"ק ירושלים לעריכת שולחה"ט של צדיקי ראחמיסטריווקא ובכל שנה היה מזכיר שהיום הוא ההילולא של הרה"ק בעל אור המאיר.
הרה"ח ר' שלמה טלינגטור היה מספר בשם הגה"ח ר' דוד ארטינבערג ז"ל שהיארצייט הוא ערב שבועות, וכשחזרו מהקבורה כבר החשיך ליל יום טוב.
אם קבלה נקבל, אבל הסיפור יתכן גם בערב שבת ולאו דוקא בערב שבועות...

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2626
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג מארטש 25, 2014 11:57 pm

נחוניא האט געשריבן:
חיס האט געשריבן:בספר הקדוש אור המאיר (בפרשת עקב) כתב בשם
מחותני החסיד והותיק הרב דק"ק חמעלניק למי הכוונה ?

משפחת ארטינבערג הם נכדי רבי זאב מזיטאמיר ורבי אברהם דוב מחמעלניק חתנו של התולדות

אין שטאט אוסטראה א מציבה פון ר' יהודא ליב בהרב ר' אברהם דוב זצ"ל נכד אדמו"ר הקדוש ר' יעקב יוסף ונכד הרב מזיטאמער ונכד הרב מחמעלניק.
לכאורה איז דאס א זון פון רבי אברהם דוב ארטענבערג אב"ד לעחוויץ חתן רבי יעקב יוסף השני מאוסטראה.
ווי מען זעט אויף די מציבה איז דער ר' יהודא ליב געבוירן תקצ"ד און נפטר געווארן ז' תמוז תרי"ג אין עלטער פון 19 יאר.
צוגעלייגטע
IMG00508-20140223-0747 (1) (1).jpg

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2626
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך מארטש 26, 2014 12:01 am

נאך א מציבה אין אוסטראה פון רבי יעקב יוסף בן רבי זאב וואלף נכד הרב ייבי ונכד הרב מזיטאמיר ונכד הרב מחמעלניק - כ"ב אלול תרל"ו
לכאורה איז רבי זאב וואלף געווען א זון פון רבי אברהם דוב ארטינבערג
צוגעלייגטע
IMG00252-20130501-1751 (1).jpg

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2626
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך מארטש 26, 2014 8:25 am

נחוניא האט געשריבן:
חיס האט געשריבן:בספר הקדוש אור המאיר (בפרשת עקב) כתב בשם
מחותני החסיד והותיק הרב דק"ק חמעלניק למי הכוונה ?

משפחת ארטינבערג הם נכדי רבי זאב מזיטאמיר ורבי אברהם דוב מחמעלניק חתנו של התולדות

השערה בעלמא!
יש לברר אם רבי דוד אויערבאך מבארדיטשוב [שעלה אח"כ לארץ הקודש ונפטר שם בשנת תק"צ] היה חתנו של בעל אור המאיר. (בנו של רבי דוד היה רבי זאב חתן ר' יעקב יוסף היילפרין מבארדיטשוב).
גם יש לברר אם אביו של רבי אברהם דוב ארטינבערג אב"ד לעחוויץ היה חתן רבי דוד הנ"ל.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2626
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך מארטש 26, 2014 10:34 am

נחוניא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
חיס האט געשריבן:בספר הקדוש אור המאיר (בפרשת עקב) כתב בשם
מחותני החסיד והותיק הרב דק"ק חמעלניק למי הכוונה ?

משפחת ארטינבערג הם נכדי רבי זאב מזיטאמיר ורבי אברהם דוב מחמעלניק חתנו של התולדות

השערה בעלמא!
יש לברר אם רבי דוד אויערבאך מבארדיטשוב [שעלה אח"כ לארץ הקודש ונפטר שם בשנת תק"צ] היה חתנו של בעל אור המאיר. (בנו של רבי דוד היה רבי זאב חתן ר' יעקב יוסף היילפרין מבארדיטשוב).
גם יש לברר אם אביו של רבי אברהם דוב ארטינבערג אב"ד לעחוויץ היה חתן רבי דוד הנ"ל.

השערה נוספת כתבנו באשכול על רבי דוד ארטינבערג בעל תהלה לדוד

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

ארויפגעבראכט לרגל יומא דהילולא קדישא ה' סיון

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » מאנטאג יוני 02, 2014 11:54 pm

זי"ע
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2626
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג יוני 03, 2014 6:10 am

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:זי"ע

כבר חשבתי שיש לכם מקור חדש שהיום הוא היארצייט שלו.

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » דינסטאג יוני 03, 2014 5:51 pm

נחוניא האט געשריבן:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:זי"ע

כבר חשבתי שיש לכם מקור חדש שהיום הוא היארצייט שלו.


בספר "אור המאיר" השלם הוצאת "אבן ישראל" ווידעבסקי, במבוא הספר [ערך רבי אלישע פאקשאר], כותב שהרה"ג רבי דוד אורטינבערג מבארדיטשוב בעמח"ס "תהלה לדוד", שהיה צאצא של רבינו, העיד שהסתלקותו היתה בערב חג השבועות.
וכן היה מקובל אצל הרה"ח רבי מרדכי שטערענבערג זצ"ל, נכד הרה"ק רבי פנחס מקאלק בן רבינו.
ומסורת היתה בידיהם שנפטר לעתותי ערב, וכאשר חזרו מבית החיים כבר היה אחרהגיע התקדש ליל החג.
וכותב על אלו שאומרים שהיאהרצייט הוא בפורים, שטעות היא בידם.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2626
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג יוני 05, 2014 10:34 pm

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:זי"ע

כבר חשבתי שיש לכם מקור חדש שהיום הוא היארצייט שלו.


בספר "אור המאיר" השלם הוצאת "אבן ישראל" ווידעבסקי, במבוא הספר [ערך רבי אלישע פאקשאר], כותב שהרה"ג רבי דוד אורטינבערג מבארדיטשוב בעמח"ס "תהלה לדוד", שהיה צאצא של רבינו, העיד שהסתלקותו היתה בערב חג השבועות.
וכן היה מקובל אצל הרה"ח רבי מרדכי שטערענבערג זצ"ל, נכד הרה"ק רבי פנחס מקאלק בן רבינו.
ומסורת היתה בידיהם שנפטר לעתותי ערב, וכאשר חזרו מבית החיים כבר היה אחרהגיע התקדש ליל החג.
וכותב על אלו שאומרים שהיאהרצייט הוא בפורים, שטעות היא בידם.

המקור שיומא דהילולא הוא בשושן פורים הוא מהרה"ח ר' יצחק באהר ז"ל מעיה"ק צפת שהיה מגיע בכל שושן פורים לעיה"ק ירושלים לעריכת שולחה"ט של צדיקי ראחמיסטריווקא ובכל שנה היה מזכיר שהיום הוא ההילולא של הרה"ק בעל אור המאיר.
הרה"ח ר' שלמה טלינגטור היה מספר בשם הגה"ח ר' דוד ארטינבערג ז"ל שהיארצייט הוא ערב שבועות, וכשחזרו מהקבורה כבר החשיך ליל יום טוב.
אם קבלה נקבל, אבל הסיפור יתכן גם בערב שבת ולאו דוקא בערב שבועות...

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1520
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג פאברואר 07, 2017 1:44 pm

קען איינער טרעפן דעם ד"ת, אינעם אור המאיר? (מתוך כת"י ספר בית לחם יהודה שכעת בעריכה)

אך לבוא לביאר דברים הקודמים נאמר ונקדים מה דאיתא בספרים שהסיבה לכח התולדה היא כאשר ימשוך האדם על עצמו הי"ג מידות לדבק את עצמו במידותיו של הש"י ב"ה מה הוא רחום אף אתה רחום וכו' (ירושלמי פאה, ג.), ושלזה אמרו חז"ל (יבמות פ:) סריס אין לו זקן, שהכוונה הוא, שכיון שאין לו כח התולדה, בוודאי אין בו מידות של המקום ב"ה המכונים בשם זקן, שנקראים י"ג תיקוני דיקנא, וכמו ששמעתי דבר זה ממש מהרב מוהרמ"מ ז"ל בעל המחבר ספר אור המאיר שהרבה לדבר מזה (ראה בספה"ק מאור עינים, פ' תולדות ד"ה ונבא). והנה דור המבול לא היה בהם מידותיו ית', שיתנהגו אחד עם חבירו ברחמים וחמלה, ולכך כלו, וכמאמרם ז"ל (סנהדרין ק"ח.) "לא נחתם גזר דינם אלא על הגזל". רק נח שהיה בו ממדותיו ית', לא הוליד לבטלה ונתקיים זרעו.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2626
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 4:58 pm

איז דא היינט אייניקלעך בן אחר בן פונעם אור המאיר?

גרויסער יחסן
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 8:18 pm

תגובהדורך גרויסער יחסן » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 7:11 pm

נחוניא האט געשריבן:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:זי"ע

כבר חשבתי שיש לכם מקור חדש שהיום הוא היארצייט שלו.


בספר "אור המאיר" השלם הוצאת "אבן ישראל" ווידעבסקי, במבוא הספר [ערך רבי אלישע פאקשאר], כותב שהרה"ג רבי דוד אורטינבערג מבארדיטשוב בעמח"ס "תהלה לדוד", שהיה צאצא של רבינו, העיד שהסתלקותו היתה בערב חג השבועות.
וכן היה מקובל אצל הרה"ח רבי מרדכי שטערענבערג זצ"ל, נכד הרה"ק רבי פנחס מקאלק בן רבינו.
ומסורת היתה בידיהם שנפטר לעתותי ערב, וכאשר חזרו מבית החיים כבר היה אחרהגיע התקדש ליל החג.
וכותב על אלו שאומרים שהיאהרצייט הוא בפורים, שטעות היא בידם.

המקור שיומא דהילולא הוא בשושן פורים הוא מהרה"ח ר' יצחק באהר ז"ל מעיה"ק צפת שהיה מגיע בכל שושן פורים לעיה"ק ירושלים לעריכת שולחה"ט של צדיקי ראחמיסטריווקא ובכל שנה היה מזכיר שהיום הוא ההילולא של הרה"ק בעל אור המאיר.
הרה"ח ר' שלמה טלינגטור היה מספר בשם הגה"ח ר' דוד ארטינבערג ז"ל שהיארצייט הוא ערב שבועות, וכשחזרו מהקבורה כבר החשיך ליל יום טוב.
אם קבלה נקבל, אבל הסיפור יתכן גם בערב שבת ולאו דוקא בערב שבועות...
לעצט פאראכטן דורך גרויסער יחסן אום דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 9:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Good eye, אחד אני יודע, פילידעלפיא און 13 געסט