רבי טוביה ליפשיץ מבריגל זצ"ל - ח' אדר תרע"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

רבי טוביה ליפשיץ מבריגל זצ"ל - ח' אדר תרע"ב

תגובהדורך מיילעך » מיטוואך מארטש 04, 2009 9:24 am

ר' טוביה איז געבוירן י"ד ניסן תקפ"ה אין ראפשיץ צי זיין טאטן ר' משולם זלמן יהונתן מבריגל בן הגה"ק בעל ארי' דבי אילעי זי"ע חתן הישמח משה זי"ע, זיין מוטער איז געווען הרבנית פריידא בת ר' אברהם חיים הורוויץ מלינסק בן הרה"ק מראפשיץ זי"ע.
היות זיין ברית איז פארגעקומען אין שביעי של פסח האט דער זיידע מראפשיץ געוואלט א נאמען געבן "משה" לרגל קריעת י"ס ושירת הים, אבער היות דער זיידע דער ישמח משה האט אזוי געהייסן, האט דער ראפשיצער רב געהייסן געבן דעם נאמען "טוביה" וואס דאס איז איינס פין משה רבינו'ס נעמען,
כשהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביי ר' ישראל יצחק מראדושיץ בן הס"ק מראדושיץ זי"ע,
בחיי אביו איז ער געווען דער רב הצעיר אין בריגל ווען דער טאטע איז נסתלק געווארן א' אלול תרט"ו האט ער איבערגענומען דאס רבנות,
ער פלעגט נישט וועלן נעמען קוויטלעך פין די חסידים נאר אינעם יארצייט פין זיידן דער אדב"ע אויפן ציון,
ער איז נסתלק געווארן ח אדר תרעב ומנו"כ בבריגל באהל אביו וזקנו,
ר' טובי' לא הי' לו בנים כי אם בנות=
א) הרבנית חנה אשת ר' מנשה טייטלבוים ראב"ד בריגל ב"ר נחום הערש מדראהביטש (פאטער פין ר' נפתלי ט"ב בריגלער רבי פין וומסב"ג מנו"כ בסאטמאר ניו זשערסי)
ב) הרבנית אסתר אשת ר' מנחם מענדל אלטר דאכנער-שפירא מבערהאמעטה
ג) הרבנית צירל אשת ר' נח שיף מטארנא

החזן הידוע ר' יאסעלע ראזענבלאט איז געווען אן איידעם אין שטאט בריגעל ווי ר' טוביה איז געווען זיין מסדר קידושין.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 04, 2009 11:56 am

א הארציגען דאנק ר' מיילעך פארן גיין פתיחה, און איבער די דעטלאן.

עטליכע שאלות;
1) ר' בנימין ליפשיץ-טייטלבוים-האלבערשטאם מרידניק-ארה"ב, איז געווען א בריגלער אייניקל בא"ב, הייסט דאס נישט דורך ר' טובי', ווער זענען געווען די אנדערע קינדער פון ר' משולם יהונתן אדער פונעם ארי' דבי עילאא?

2) ר' נח שיף מטארנא איז א ליזענסקער אייניקל? אין קלויזענבורג האט געוואונט א ליזענסקער רבי מיטן נאמען שיף, דאכציך אז היינט איז פארהאן אין אר"י א ליזענסקער רבי מיט דעם נאמען, איז עס פונעם זעלבן משפחה?

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » מיטוואך מארטש 04, 2009 12:11 pm

ר' בנימין ליפשיץ ב"ר ארי' לייבוש ב"ר ירוחם טייטלבוים מטארנא ב"ר משולם זלמן יהונתן,
ר' נח שיף איז "נישט" געווען א ליזענסקער אייניקעל
די קינדער פון אדב"ע זענען געווען= ר' משולם זלמן- ר' חיים דוב מיאנוב (ליפשיץ-סטראפקוב שטאמט פון אים)-ר' אהרן זעליג מווישניצא הנקרא ר' אהריש

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 04, 2009 12:41 pm

א דאנק אייך, אז נעשה סדר בשושלת בריגל.

בני הארי' דבי עילא';
א) בנו ר' משולם זלמן יהותן מבריגל
ב) בנו ר' חיים דוב מיאנוב
ג) בנו ר' אהרן זעלגי (ר' אהריש) ממוישניצא
ד) חתנו מרן הדבי יחזקאל משינאווא

בני ר' משולם זלמן מבריגל;
א-א) בנו ר' ירוחם מטארנא
א-ב) בנו ר' טובי' מבריגל

בני ר' חיים דוב בעריש מאנטב;
ב-א) בנו ר' יוסף זכרי' מנחם אב"ד סליפיא (נקרא ר' יוסף סליפיער)
*
אויף די מצבה פון ר' בנימין ליפשיץ-האלבערשטאם זצ"ל, זעה איך נאך עטליכע פרטים;
1) ר' ארי' לייבוש ב"ר ירוחם איז געווען רב אין קרעשוב און אן איידעם ביי ר' ברוך גארליצער
2) ר' ירוחם מטארנא האט עולה געווען קיין אר"י ושם מנו"כ
צוגעלייגטע
benyamin-halberstam.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 04, 2009 5:37 pm

דער סטראפקובער רבי ר' יחזקאל שרגא ליפשיץ-האלבערשטאם זצ"ל בעמח"ס דברי יחזקאל שרגא איז אויך געווען א בריגלער אייניקל בא"ב, וזה סדר יחוסו;

ר' יחזקאל שרגא ליפשיץ-האלבערשטאם מסטראפקוב בן,
ר' ישכר דוב חדב"ן ר' אברהם שלום האלבערשטאם מסטראפקוב בן,
ר' ארי' לייבוש מאפטא מנו"כ בירושלים ב"ר יוסף זכרי' מנחם בן,
ר' חיים דוב מיאנוב בן,
הארי' דבי עילאה זצ"ל

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

ר' טובי' טייטלבוים מטארנא

תגובהדורך פארצייטישע » דינסטאג מארטש 24, 2009 6:58 pm

מיללער האט געשריבן:איך זעה עטליכע טייטלבוימס וועלכע האבן זיך משדך געווען מיט בני ונכדי צאנז-גארליץ, ונזכירם אחת אחת אולי יש מישהו שיודע ווי זיי באלאנגען.

1) ר' צבי אלימלך טייטלבוים ב"ר חיים יוסף (חתן ר' יצחק האלבערשטאם מברדיוב ב"ר יחיאל נתן מברדיוב ב"ר משה מברדיוב)
2) ר' טובי' טייטלבוים מטארנא (מן-הסתם א אייניקל פון ר' נחום הערש מדרוהביטש) חתן ר' נפתלי חיים האלבערשטאם מגארליץ ב"ר אלישע
3) ר' שמואל טייטלבוים מגארליץ חתן ר' נפתלי חיים הנ"ל

קען איינער זיי שטעלן למקומם הראוי בתולדות משפחת טייטלבוים?


הרב מיללער שליט"א

איך ווייס נישט וואס דו מיינסט "מקומם הראוי בתולדות משפחת טייטלבוים" וועל איך לייגן דא וואס איך ווייס וועגן ר' טובי' טייטבלוים ע"ה מחסידי באבוב

ר' טובי' חוץ וואס ער האט חתונה געהאט מיט א צאנזער-גארליצער אייניקל כנ"ל, איז ער אליינס אויך געווען א צאנז-גארליץ'ער אייניקל, ווייל זיין טאטע, דער בריגלער רבי ר' נפתלי ט"ב וואס האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, איז געווען א איידעם ביי ר' ארי' ליבוש ליפשיץ-טייטלבוים [בן ר' ירוחם בן ר' משולם זלמן יהונתן בן הארי' דבי עילאה] אבד"ק קרעשוב , וואס איז געווען דער יונגסטע איידעם ביים גארליצער רב.

איך וועל אביסל מסדר זיין יחוס למשפחת טייטלבוים

1) ר' טובי' [חתן ר' נפתלי חיים ה"ש (חתן ר' אלטר זאב מסטריזוב בן ר' אברהם משענדישוב, בן ר' יעקב מעליצער בן הזרע קודש), בן ר' אלישע, בן ר' ברוך מגארליץ, בנו של הדברי חיים] ער ליגט אין די באבוב'ער חלקה אין ניו דזשערסי (איך האב פערזענליך געקענט ר' טובי' הן מצד באבוב, און הן מצד א שטיקל קרוב)
2) בן ר' נפתלי אדמו"ר מבריגעל, [חתן ר' ארי' ליבוש ליפשיץ-טייטלבוים אבד"ק קרעשוב (חתן ר' ברוך מגארליץ זי"ע) בן ר' ירוחם בן ר' משולם זלמן יהונתן בן הארי' דבי עילאה] ער ליגט אין די סאטמאר'ע חלקה אין ניו דזשערסי
3) בן ר' מנשה טייטלבוים ראב"ד בריגל [חתן ר' טובי' ליפשיץ-טייטלבוים מבריגל (חתן ר' ישראל יצחק בן הסבא קדישא מראדישיץ) בן ר' משולם זלמן יהונתן בן הארדב"ע]
4) בן ר' נחום צבי מדרהביטש [חתן ר' מרדכי דוד מדאמבראווא]
5) בן ר' אלעזר ניסן
6) בן הישמח משה
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:57 pm

פארצייטישע האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איך זעה עטליכע טייטלבוימס וועלכע האבן זיך משדך געווען מיט בני ונכדי צאנז-גארליץ, ונזכירם אחת אחת אולי יש מישהו שיודע ווי זיי באלאנגען.

1) ר' צבי אלימלך טייטלבוים ב"ר חיים יוסף (חתן ר' יצחק האלבערשטאם מברדיוב ב"ר יחיאל נתן מברדיוב ב"ר משה מברדיוב)
2) ר' טובי' טייטלבוים מטארנא (מן-הסתם א אייניקל פון ר' נחום הערש מדרוהביטש) חתן ר' נפתלי חיים האלבערשטאם מגארליץ ב"ר אלישע
3) ר' שמואל טייטלבוים מגארליץ חתן ר' נפתלי חיים הנ"ל

קען איינער זיי שטעלן למקומם הראוי בתולדות משפחת טייטלבוים?


הרב מיללער שליט"א

איך ווייס נישט וואס דו מיינסט "מקומם הראוי בתולדות משפחת טייטלבוים" וועל איך לייגן דא וואס איך ווייס וועגן ר' טובי' טייטבלוים ע"ה מחסידי באבוב

ר' טובי' חוץ וואס ער האט חתונה געהאט מיט א צאנזער-גארליצער אייניקל כנ"ל, איז ער אליינס אויך געווען א צאנז-גארליץ'ער אייניקל, ווייל זיין טאטע, דער בריגלער רבי ר' נפתלי ט"ב וואס האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, איז געווען א איידעם ביי ר' ארי' ליבוש ליפשיץ-טייטלבוים [בן ר' ירוחם בן ר' משולם זלמן יהונתן בן הארי' דבי עילאה] אבד"ק קרעשוב , וואס איז געווען דער יונגסטע איידעם ביים גארליצער רב.

איך וועל אביסל מסדר זיין יחוס למשפחת טייטלבוים

1) ר' טובי' [חתן ר' נפתלי חיים ה"ש (חתן ר' אלטר זאב מסטריזוב בן ר' אברהם משענדישוב, בן ר' יעקב מעליצער בן הזרע קודש), בן ר' אלישע, בן ר' ברוך מגארליץ, בנו של הדברי חיים] ער ליגט אין די באבוב'ער חלקה אין ניו דזשערסי (איך האב פערזענליך געקענט ר' טובי' הן מצד באבוב, און הן מצד א שטיקל קרוב)
2) בן ר' נפתלי אדמו"ר מבריגעל, [חתן ר' ארי' ליבוש ליפשיץ-טייטלבוים אבד"ק קרעשוב (חתן ר' ברוך מגארליץ זי"ע) בן ר' ירוחם בן ר' משולם זלמן יהונתן בן הארי' דבי עילאה] ער ליגט אין די סאטמאר'ע חלקה אין ניו דזשערסי
3) בן ר' מנשה טייטלבוים ראב"ד בריגל [חתן ר' טובי' ליפשיץ-טייטלבוים מבריגל (חתן ר' ישראל יצחק בן הסבא קדישא מראדישיץ) בן ר' משולם זלמן יהונתן בן הארדב"ע]
4) בן ר' נחום צבי מדרהביטש [חתן ר' מרדכי דוד מדאמבראווא]
5) בן ר' אלעזר ניסן
6) בן הישמח משה

בני רבי טוביה = רבי מנשה חתנו ארלענדיר חסיד בעלזא

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:00 pm

מיללער האט געשריבן:א דאנק אייך, אז נעשה סדר בשושלת בריגל.

בני הארי' דבי עילא';
א) בנו ר' משולם זלמן יהותן מבריגל
ב) בנו ר' חיים דוב מיאנוב
ג) בנו ר' אהרן זעלגי (ר' אהריש) ממוישניצא
ד) חתנו מרן הדבי יחזקאל משינאווא

בני ר' משולם זלמן מבריגל;
א-א) בנו ר' ירוחם מטארנא
א-ב) בנו ר' טובי' מבריגל

בני ר' חיים דוב בעריש מאנטב;
ב-א) בנו ר' יוסף זכרי' מנחם אב"ד סליפיא (נקרא ר' יוסף סליפיער)
*
אויף די מצבה פון ר' בנימין ליפשיץ-האלבערשטאם זצ"ל, זעה איך נאך עטליכע פרטים;
1) ר' ארי' לייבוש ב"ר ירוחם איז געווען רב אין קרעשוב און אן איידעם ביי ר' ברוך גארליצער
2) ר' ירוחם מטארנא האט עולה געווען קיין אר"י ושם מנו"כ

וואס טוהט זיך מיט די אנדערע איידים פונעם ארי' דבי עילאי זיע"א הרה"ג רבי מרדכי זילבערשטיין זצ"ל אבדק"ק האלשיץ ( וואס שינאווא רב'ס זיע"א רעבצין בזיווג שני מרת דבורה איז געווען רבי מרדכי'ס הנ"ל טאכטער און זי איז געווען די מאמע פון רבי משה'לה שינאווע זצוק"ל ואחותו הרבנית חיה שרה בינדיגער ע"ה ) וואס האט ער געזינדיגט אז איר האט אים אויסגעלאזט?.

אוועטאר
יציב פתגם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג נובעמבער 10, 2014 12:03 am

מצבת הרה"ק רבי טובי' ליפשיץ מבריגל זי"ע - באהל זקינו הרה"ק האריה דבי עילאי זי"ע
צוגעלייגטע
11db0e460248dd8df0e26d0a07eb3072.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג נובעמבער 10, 2014 12:08 am

מצבת אביו הרה"ק רבי משולם זלמן יונתן מבריגל זי"ע
צוגעלייגטע
3b5c6db518e6b1d217c9412b149525f7.jpg

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 11:13 am

לאמיר קלארשטעלן און צולייגן אפאר ענינים אויף הרה"ק רבי טובי' זי"ע. (איך וועל פרובירן עס צו צוטיילן אויף אפאר תגובות)
מיילעך האט געשריבן:ר' טוביה איז געבוירן י"ד ניסן תקפ"ה

די ריכטיגע יודעים ווייסן צו זאגן אז ער איז געבוירן תקפ"ו [אזוי פלעגט אויך זאגן נכדו הגה"צ רבי נפתלי טייטלבוים זצ"ל מבריגל - ארה"ב], און דאס פארוואס איבעראל שטייט תקפ"ה איז ווייל אויף זיין מציבה שטייט אז ער איז אלט געווען פ"ו שנים וואס לפי זה איז ער טאקע געבוירן פ"ה אבער די אנדערע זאגן אז ער איז כמעט געווען פ"ו שנים (חסר לו כמה שבועות, מח' אדר לי"ד ניסן, והבן) און אזוי קען מען אויך שרייבן אויפן מציבה אז ער האט געלעבט פ"ו שנים.
מיילעך האט געשריבן:היות זיין ברית איז פארגעקומען אין שביעי של פסח האט דער זיידע מראפשיץ געוואלט א נאמען געבן "משה" לרגל קריעת י"ס ושירת הים, אבער היות דער זיידע דער ישמח משה האט אזוי געהייסן, האט דער ראפשיצער רב געהייסן געבן דעם נאמען "טוביה" וואס דאס איז איינס פין משה רבינו'ס נעמען,

בתוספות פרטים, דער זיידע די הייליגע ארי' דבי עילאי איז געפארן קיין ראפשיץ אויף שביעי של פסח זיך משתתף זיין ביים ברית מילה, און די ארדב"ע האט פארשטאנען אז די ראפשיץ'ער רב וועט וועלן א נאמען געבן משה [אלס שביעי של פסח] האט די ארדב"ע געגעבן א שלעפ דעם ראפשיץ'ער רב'ס ארבעל בעפאר'ן קריאת השם ולחשו לאזנו "מיין שווער לעבט!".
מיילעך האט געשריבן:כשהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביי ר' ישראל יצחק מראדושיץ בן הס"ק מראדושיץ זי"ע,

צוויי יאר נאכן חתונה האט ער געוואוינט אין ראדאשיץ און געווען סמוך על שלחן חותנו זקינו הרה"ק הרבי ר' בער זי"ע, און א גאנץ לעבן פלעגט ער רעדן און פארציילן וואס ער האט דעמאלטס צוגעזען ביים הייליגן ראדאשיצער זי"ע, איינמאל ביים פארציילן האט זיך רבי טובי' אויסגעדרוקט "וואס זאל איך ענק זאגן, כ'האב דארט געזען גאנץ שבחי הבעש"ט ושבחי רבי חיים ויטאל".

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 11:25 am

מכאן אני כותב בלשון הקודש, כי הענינים כבר מסודרים אצלי כך, ואין לי פנאי ונערווען לתרגם הכל, רק אני מעביר אותם לכאן כצורת כתיבתם אצלי
מיילעך האט געשריבן:ווען דער טאטע איז נסתלק געווארן א' אלול תרט"ו האט ער איבערגענומען דאס רבנות אין בריגל,

הנה מתחלה לא רצה להתנהג בגינוני רבנות, ופעם אחת בא הרה"ק מצאנז זי"ע לעשות את השבת בעיר בריגל, ואמר אז הדברי חיים לרבי טובי', הנך יודע למה באתי על שבת, "דיר ארייצושטעלן אלס רב" [היינו שיקבל עליו את הרבנות לגמרי], ענה לו רבי טובי' "אויב ס'וועט דארפן זיין וועט עס אליין קומען", הרה"ק מצאנז קיבל את דבריו ולא עשה אז כלום רק חזר לצאנז אחר השבת, לימים התעוררו ראשי הקהלה בבריגל הנה הרב שלנו מקבל שכירות וכל כיבודים כרב, ומאידך גיסא אין לנו לא שבת הגדול דרשה ולא שבת שובה דרשה וכדו', בואו ונסדר כתב 'קאנצעס' וכל בני העיר יחתמו וכך נכתירו בעל כרחו, כך עשו, כאשר שמע הרה"ק מצאנז שהכתירוהו, כתב שני מכתבים לרבי טובי', באחד פנה לרבי טובי' בו כתב לו מזל טוב וכו' כמו שכותבים לרב חדש, ובהשני פנה לראש הקהל, ובהמכתב להראה"ק בסופו כתב בזה"ל "ואקוה שבזכותו יוושעו בכל ענינים. הק' חיים הלברשטאם". ורבי טובי' ברוב ענוותנותו לא הראה המכתב השני לראשי הקהלה.

רבי טובי' היה מבני היכלא קדישא של הרה"ק מצאנז זי"ע, דביקותו ברבו הקדוש מצאנז אין לשער ולתאר, ולעומתו הרה"ק מצאנז הראה לו אותות חיבה יתירה, פעם אחת נתעורר שאלה בעיר בריגל, ואמרו הנידונים כיון שהרב שלנו עדיין צעיר לימים בוא נשאל את פי הרה"ק מצאנז זי"ע, כאשר בא השאלה להרה"ק מצאנז אמר "מיין טובי'לע איז דארט רב און איך וועל פסק'נן?", עוד מסופר, שפעם אחת היה על שבת בצאנז, ודודו רבי אהר'יש (הוא הרה"ק רבי אהרן זעליג זצ"ל בן הארי' דבי עילאי) היה ג"כ בצאנז על אותו שבת, והדברי חיים כיבד בברכת המזון ליל שב"ק את רבי טובי' ורבי אהריש ביום שב"ק.

מיילעך האט געשריבן:ער פלעגט נישט וועלן נעמען קוויטלעך פין די חסידים נאר אינעם יארצייט פין זיידן דער אדב"ע אויפן ציון,

כידוע התנגד מאוד לכל התנהגות ברבנות ואדמו"רות, וכן היה מרחיק את החסידים, מסופר שפעם אחת הגיש לו אחד קוויטל וסירב לקחתו, ויהי כאומר הלה מדוע לא יקח הרבי כמו שאר בני דורינו אחז לו רבי טובי' בזקנו ונשא את עינו למעלה והשיבו, "כיון שעברו רוב שנותי ולא חטאתי שוב לא אחטא" [ע"פ נוסח אחד אמר לו הרה"ק הדברי חיים מצאנז זי"ע כי יכול הוא ליקח קוויטלעך כמו שאר רבנים והשיבו כנ"ל]. לא רצה ליקח קוויטלעך כי אמר "אחר שראיתי בראדאשיץ רבי מהו, אין ביכלתי ליקח קוויטלעך".

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 11:36 am

מיילעך האט געשריבן:ער איז נסתלק געווארן ח אדר תרעב ומנו"כ בבריגל באהל אביו וזקנו,

לפני הסתלקותו אמר להחברא קדישא שלא יקברוהו בהאהל הק' (על יד אביו רבי זלמיש וזקינו הארי' דבי עילאי), אבל לעומתו שיבחו ואמרו "די רבי זאל וויסן מ'וועט נישט פאלגן! ס'פאסט אונז שיין!" ואכן אחר הסתלקותו קברוהו שם בהאהל.

רבי טובי' היה בעל דרשן נפלא, וכל דרשותיו אשר דרש היה רושם לעצמו, אלא שאח"כ היה מוחקם ע"י שהעלה שורה על כל האותיות כי לא רצה שידפיסוהו.

מיילעך האט געשריבן:ר' טובי' לא הי' לו בנים כי אם בנות=
א) הרבנית חנה אשת ר' מנשה טייטלבוים ראב"ד בריגל ב"ר נחום הערש מדראהביטש (פאטער פין ר' נפתלי ט"ב בריגלער רבי פין וומסב"ג מנו"כ בסאטמאר ניו זשערסי)

רבי מנשה זצ"ל נולד בשנת ת"ר לאביו הרה"ק רבי מנחם נחום צבי טייטלבוים זצ"ל מדראהביטש.
בזוו"ר היה חתן הרה"צ רבי נתן טשופ זצ"ל (נכד הרה"ק רבי נתן זי"ע אחיהם של הרה"ק הר"ר אלימלך והר"ר זושא זי"ע), והיה לו בן מזיווג הראשון, הוא הרה"צ רבי
מרדכי דוד טייטלבוים זצ"ל.
ובזוו"ש נשא את בתו של הרה"ק רבי טובי' מבריגל זי"ע, והנה לגלילות עיר בריגל השתייכו הרבה עיירות, וכולם היו תחת השפעתו של רבי טובי', בין העיירות היה גם העיר וואוינידזש ואחר נישואיו של רבי מנשה מינוהו חותנו רבי טובי' לשרת ברבנות עיר וואוינידזש, ואחר זמן חזר לבריגל שם נתמנה לראש בית דין דבריגל. (אחר שהוא עזב את וואינידזש נתמנה הרה"צ רבי פנחס יוסף דאכנער זצ"ל [בן הרה"ק רבי מנחם מענדיל אלטר מבערהאמעט חתנו השני של רבי טובי'] לרב).

חותנו רבי טובי' כתב בצוואתו הק' שהוא ימלא מקומו ברבנות בריגל לאחר מותו, אלא של"ע נסתלק בעודו צעיר עוד בחיי חותנו, אעפ"כ אחר מותו לא שינה חותנו רבי טובי' כלום מהצוואה.
לעצט פאראכטן דורך סתם אזוי אום מאנטאג נובעמבער 09, 2015 2:52 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 11:55 am

מיילעך האט געשריבן:ב) הרבנית אסתר אשת ר' מנחם מענדל אלטר דאכנער-שפירא מבערהאמעטה

נולד בשנת תרי"ג, בעיר קאסוב, לאביו הרה"ק רבי פנחס יוסף דאכנער זצ"ל ולאמו הרבנית הצ' יוכבד ע"ה בת הרה"ק רבי חיים מקאסוב בעל תורת חיים זי"ע, אמו נפטרה כחצי שנה אחר לידתו (משום מעשה פלא, ואכ"מ) מאז נתגדל בבית זקינו מרן הקדוש בעל התורת חיים זי"ע תחת צל קדשו. לא ארכו ימים וביום כ"ה אייר תרי"ד נסתלק התורת חיים ומחברתו הטהורה הרבנית הצ' ציפורה ע"ה גידלו מאז.
בשנת תר"ל/תרל"א נשא את הרבנית אסתר בת רבי טובי', החתונה התקיימה בקאסוב (אולי לכבודה של הרבנית ציפורה ע"ה אשת התורת חיים שהיתה המחותנת הראשית.
בשנת תרמ"א לקח הרה"ק הצמח צדיק זי"ע את המחוז בערהאמעט שהיה מן הגלילות של וויזניצא והפרידו לעיר בפני עצמו, ועיטר את רבי מנחם מענדיל בכתר הרבנות, שיכהן שם כרב, וישא את עול הקהלה הקדושה, וינהל את כל צרכי העיר.
רבי מנחם מענדיל אלטר זצ"ל נתפרסם בדורו כגאון וקדוש ומכל ארבע רוחות בוקאווינא באו אליו, ביתר היה נבלט מדת צדקת פזרונו להחיות נפש כל חי.
נסתלק בליל אור ליום י"ח חשון תרפ"ד.
כפי ידיעתי עומד אחד מנכדיו להוציא לאור בקרוב ספר על פרקי חייו ועל ביתו אחריו.

הרבנית אסתר ע"ה בת רבי טובי' נסתלקה בשיבה טובה, ביום ב' חשון שנת ?? בעיר אטאקי באמצע גלותה הנוראה עם משפחתה בשנות הזעם, לא היה בית הקברות שם באטאקי, והלכו על צד בית הכנסת שבעיר וקברוה שם, ושמו אבנים גדולים על מקום קברתה בצפיה לה' שאם יעזור השי"ת ועוד יחזרו פעם לשם ידעו איה מקום קבורתה וישימו מצבה מעליא, אולם למעשה כשחזרו לשם לא מצאו שום זכר מכל המקום שמה, לא בית הכנסת ולא כלום ל"ע. ת.נ.צ.ב.ה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 09, 2015 2:06 pm

באקומען באישית א מאמר לתולדות הרה"צ רבי טובי' מבריגל זצ"ל וואס איז ערשינען אין א בישטינער גליון מיט א צייט צוריק
צוגעלייגטע
בריגעל גלי' בישטינא.pdf
(2.8 MiB) דאונלאודעד 88 מאל

חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 12, 2016 3:27 pm

תגובהדורך חיים של שמחה » מיטוואך פאברואר 17, 2016 8:43 pm

אזוי צו אזוי [? געבוירען פ"ד - פ"ה - פ"ו] איז ער געוועהן איבער 85 בפטירתו, א רבי און די עלטער [בכלל איז עס דאן געוועהן זעלטען] איז דאך געוועהן א זקן הצדיקים ! ווער איז געוועהן זיין סנדק די הייליגע רופשיץ'ר רב לכאורה ניין ?

היינט איז געוועהן די יארצייט ~ הגם תרע"ב איז געוועהן א שנה פשוטה. זי"ע.

שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

תגובהדורך שפרו מעשיכם » מיטוואך אפריל 06, 2016 10:45 am

דער מדובר, איז אויך א אדב"ע'ס אן אייניקל?
צוגעלייגטע
בריגל.PNG

תולעת-ספרים
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 9:52 am

רבי משה ליפשיץ מבריגל

תגובהדורך תולעת-ספרים » מיטוואך אפריל 06, 2016 1:51 pm

שפרו מעשיכם האט גיפרעגט: דער מדובר, איז אויך א אדב"ע'ס אן אייניקל?


רבי משה'לה ליפשיץ'ס טאטע האט גיהייסען שטראם, נאר די מאמע זיינע איז גיווען א אייניקעל פון רבי טובה ליפשיץ פון בריגעל.

שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

תגובהדורך שפרו מעשיכם » מיטוואך אפריל 06, 2016 2:02 pm

תולעת-ספרים האט געשריבן:
שפרו מעשיכם האט גיפרעגט: דער מדובר, איז אויך א אדב"ע'ס אן אייניקל?


רבי משה'לה ליפשיץ'ס טאטע האט גיהייסען שטראם, נאר די מאמע זיינע איז גיווען א אייניקעל פון רבי טובה ליפשיץ פון בריגעל.


יישר כח
דו ווייסט אפשר די פונקטליכע יחוס?

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » פרייטאג מאי 19, 2017 10:38 am

איז דא א בילד פון אלע דריי מציבות אין אוהל צוזאמען (האדב"ע בנו רבי זלמיש בנו רבי טובי')?
ווי אויך מיין איך אז רבי מנשה טייטלבוים זצ"ל חתן רבי טובי' זצ"ל ליגט אינדרויסן פון אוהל, איז עס אמת? איז דא א בילד פון זיין מציבה?

אוועטאר
יציב פתגם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג מאי 19, 2017 1:04 pm

סתם אזוי האט געשריבן:איז דא א בילד פון אלע דריי מציבות אין אוהל צוזאמען (האדב"ע בנו רבי זלמיש בנו רבי טובי')?

PM5_7228.jpg
PM5_7228.jpg (124.25 KiB) געזעהן 1080 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג מאי 19, 2017 1:08 pm

סתם אזוי האט געשריבן:ווי אויך מיין איך אז רבי מנשה טייטלבוים זצ"ל חתן רבי טובי' זצ"ל ליגט אינדרויסן פון אוהל, איז עס אמת? איז דא א בילד פון זיין מציבה?

IMG_3484.JPG
IMG_3484.JPG (654.55 KiB) געזעהן 1079 מאל

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » פרייטאג מאי 19, 2017 5:59 pm

א גרויסע שכח, אבער דאס איז א אנדערע ר' מנשה פון וואס איך האב גערעדט, איך האב גערעדט פון ר' מנשה חתן ר' טובי' מבריגל וואס איז געווען א זוהן פון ר' נחום צבי ט"ב זצ"ל מדרוהביטש

אוועטאר
יציב פתגם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מוצ"ש מאי 20, 2017 11:16 pm

סתם אזוי האט געשריבן:א גרויסע שכח, אבער דאס איז א אנדערע ר' מנשה פון וואס איך האב גערעדט, איך האב גערעדט פון ר' מנשה חתן ר' טובי' מבריגל וואס איז געווען א זוהן פון ר' נחום צבי ט"ב זצ"ל מדרוהביטש

אפשר דאס?
cd5f0031fb96f236128f85b8c5cff23c.jpg
cd5f0031fb96f236128f85b8c5cff23c.jpg (294.14 KiB) געזעהן 1009 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט