רבי לייב שרה'ס זצ"ל - ד' אדר תקנ"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי לייב שרה'ס זצ"ל - ד' אדר תקנ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי ארי' ליב איז געבוירן געווארן אום "שבעה עשר בתמוז" אין יאר ת"ץ (אדער ת"פ) צו זיין טאטן רבי יוסף און זיין מאמע שרה, וואס אויף איר נאמען ווערט ער אנגערופן "רבי ליב שרה'ס". ער איז געווען א תלמיד פונעם בעש"ט הקדוש און שפעטער פונעם גרויסן מגיד. שטענדיג האט ער עוסק געווען אין "פדיון שבויים" און אין די עבודת הקודש פון שפייזן די ל"ו צדיקים, וועלכעס ער האט שפעטער איבערגעגעבן פאר'ן טשערנאבלער מגיד זי"ע. ער איז נפטר געווארן אין יאלטישקוב, ד' אדר תקנ"א.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי ליב שרה'ס זצוק"ל איז געווען שטארק מפורסם מיט זיין געוואלדיגע השתדלות פאר די מצוה פון פדיון שבויים פאר-וועלכן ער האט געווידמעט זיין גאנץ לעבן. ער איז כסדר ארומגעגאנגען צוזאמנעמען נדבות פון גוטהארציגע אידישע ברידער און דערמיט אויסגעלייזט פיל אומגליקליכע אידן אין זייער נויט, אזוי ווי: ארענדערס פון די בלוטיגע הענט פון זייערע פריצים, און סתם אזוי אידן וועלכע האבן זיך געפונען אין א געדריקטן מצב.
אין א געוויסע שטאט איז געווען א גרויסער גביר וועלכער איז געווען באקאנט אלס גרויסער בעל צדקה, ער האט אנגעפירט מיט א ברייטער גמילת חסדים ארויסבארגנדיג געלט פאר נויטבאדארפטיגע אידן, איבערהויפט פאר סוחרים וועלכע האבן געדארפט גרעסערע הלוואות צו אינוועסטירן אין די געשעפטן וועלכע האבן נאכדעם פארקויפט די האנדל אויפ'ן יריד און אים באצאלט דאס געלט.
איינמאל שפעט ביינאכט איז דער גביר געזעסן פארשפארט ביי זיך אין שטוב, ווען פלוצלים האט ער געזען שטיין פאר זיך א פרעמדער מענטש, דאס איז געווען הרה"ק רבי ליב שרה'ס וועלכער איז אריינגעקומען אין שטוב דורך א וואונדערליכער וועג. דער גביר האט נישט געקענט דעם רבי'ן ר' ליב שרה'ס, און עס האט אים שטארק געוואונדערט וויאזוי ער האט באוויזן זיך אריינצובאקומען אין זיין שטוב.
אויסהערנדיג דעם פארלאנג פון רבי ליב שרה'ס איז דער גביר נאכמער דערשטוינט געווארן. דער רבי האט פון אים געבעטן אַן הלוואה אויף אזא ריזן סכום פון פינף הונדערט גאלדענע רענדלעך, וואס ער האט נישט ארויסגעבארגט אפילו פאר די גרעסטע סוחרים וועמען ער האט גוט געקענט, און דא פארלאנגט פון אים אַן אומבאקאנטער מענטש אזא גרויסע סומע אויף איינמאל.
וויבאלד אבער ער האט אין-אכט גענומען אז דער איד איז צו אים אריינגעקומען אויף אינגאנצן אַן אומגעווענליכן אופן, האט דער גביר פארשטאנען אז ער האט נישט צו טון דא מיט א פשוטן מענטש, ער האט זיך געפארכט פון אים, און אָן צו פרעגן א ווארט האט ער אים שטילערהייט דערלאנגט דעם גאנצן סכום.
הרה"ק רבי ליב שרה'ס האט זיך באדאנקט און צוגעזאגט אז ביז א באשטימטע צייט וועט ער אפגעבן דאס גאנצע געלט וואס ער האט געבארגט, און אזוי איז טאקע געווען, פונקטליך צום באשטימטן שעה איז דער רבי ר' ליב שרה'ס נאכאמאל פלוצלים ערשינען אין שטוב און האט דעם איד אפגעגעבן אין די האנט דעם גאנצן סכום וואס ער האט געבארגט א קורצע צייט פריער.
נאר איידער רבי ליב שרה'ס האט זיך אויסגעדרייט צו גיין, האט ער זיך געוואנדן צו דעם גביר, דאסמאל נאך אַן הלוואה פון טויזנט גאלדענע רענדלעך! דער גביר איז שאקירט געווארן בלויז צו הערן דעם סכום וואס דער רבי האט ארויסגעזאגט, אבער וויבאלד ער האט זיך איבערצייגט אז ער איז א ווארטס מאן, האט דער גביר ארויסגענומען טויזנט רענדלעך און עס דערלאנגט פאר'ן רבי'ן, וועלכער האט נאכאמאל צוגעזאגט אז ביז א קורצע צייט וועט ער זיך אומקערן און אפגעבן די הלוואה
אין יענער צייט האט דער גביר געהאט פארקויפט א ריזיגער טייל פון זיינע גיטער, און דערווייל האט ער נאכנישט געהאט באוויזן אפצוקויפן אנדערע. אויך האבן אלע זיינע בעלי חובות אים געהאט באצאלט זייערע הלוואות, אזוי אז אין זיין באזיץ האט זיך דאן געפונען אַן אסטראנאמישע סכום פון מזומן געלט, פונקט דאן איז דער רבי געקומען אפגעבן דעם סומע פון טויזנט רענדלעך וואס ער האט געהאט אויסגעבארגט דעם פאריגן מאל און איז עס געקומען אפצאלן צום באשטימטן טערמין.
נאכאמאל האט זיך דער רבי אנגערופן צום גביר, אבער דאסמאל מיט א פארלאנג וואס האט דעם איד אינגאנצן דערשראקן, נישט מער און נישט ווייניגער נאר דאס גאנצע געלט וואס ער האט ביי זיך זאל ער איבעגעבן פאר'ן רבי'ן! "וויאזוי קען איך אזוינס טון?" - האט זיך דער גביר פרובירט בעטן - "אויסבארגן מיין גאנצע געלט פאר א פרעמדער מענטש וועמען איך קען נישט?" דער רבי האט אים אבער פארזיכערט אז פונקט ווי די פריערדיגע צוויי מאל וועט ער אויך דאסמאל אפגעבן יעדן פרוטה צום באשטימטן צייט. "וואס וועל איך אבער טון מיט די אנדערע סוחרים וואס ווילן בארגן?" האט דער גביר נאָכאַלץ פרובירט זיך דינגען. דער רבי ר' ליב שרה'ס האט אים אבער גאנץ איינפאך געענטפערט "וועסטו איין וואך נישט בארגן"!
זעענדיג אז דער רבי עקשנ'ט זיך, און פארכטנדיג זיך אפצוזאגן וויבאלד ער האט געזען אז יעדעס מאל באווייזט זיך דער רבי צו אים אויפ'ן זעלבן פלא'דיגן וועג, האט ער צוזאמגענומען זיין גאנצן געלט, און עס איבערגעגעבן צו רבי לייב'ן וועלכער האט זיך באלד אוועקגעלאזט פון דארט צוזאגנדיג אז ער וועט ביז'ן באשטימטן צייט אלס אפגעבן.
עס איז אריבער עטליכע טעג און עפעס האט פאסירט וואס האט דעם עושר אינגאנצן געמאכן פארגעסן פון דאס געלט וואס ער האט פארבארגט פאר דעם אומבאקאנטן איד. אין שטאט האט אויסגעבראכן א שריפה, אלע הייזער און אלע געשעפטן האבן אפגעברענט, אויך דאס גאנצע פארמעגן פון דעם איד איז אוועק אין רויך איבערלאזנדיג אים בעירום ובחוסר כל.
א דערדריקנדער שטימונג האט געהערשט צווישן די שטאטלייט, דער גביר זייער איינציגער רעטער וואס איז זיי אלעמאל געשטאנען צו הילף, האט זיך יעצט געפונען אינעם זעלבן מצב ווי זיי, ווייל די בייזע פלאמען פייער וולכער האבן אזוי בארבאריש פארציקט זייער גאנצע האב-און-גוט'ס האט אויך זיין פארמעגן נישט געשוינט, און דאס האט אויסגעבלאזן דער לעצטער פונק פון האפענונג ביי די אומגליקליכע שטאטלייט.
פלוצלינג, אינעם גרויסן טומל, איז ווי א מלאך המושיע אונטערגעקומען רבי ליב שרה'ס, אין זיין האנט האט ער געהאלטן דעם ריזן סכום געלט וואס ער האט פאר בלויז א קורצער צייט פריער 'ארויסגעבארגט' ביי דעם גביר. מיט א שטראלנדער געזיכט האט ער אויסגערופן צום 'גביר': כ'האב דיר געזאגט אז כ'וועל דיר באצאלן דעם גאנצן סכום, אצינד נאַ'דיר און בוי צוריק אויף דיין פלאץ ווי פריער, און שענק ווייטער אויף בארג פאר דיינע שטאטסלייט ווי פריער, און דער באשעפער זאל דיר מצליח זיין אגאנץ לעבן!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

סוף ימיו האט ער דערציילט אז צו זיין בר-מצוה וואס איז געווען י"ז תמוז תק"ג, האט אים זיין מאמע גענומען צום הייליגן גרויסן מגיד פון מעזריטש, און דער גרויסער מגיד האט אים געזאגט אז ער גיבט אים א גרויסער בר-מצוה מתנה. דעמאלטס האט ער נאכנישט פארשטאנען וואס די מתנה איז, אבער שפעטער - האט ר' לייב אויסגעפירט - האב איך שוין פארשטאנען אז ער האט מיר באשאנקען מיט א תוספות נשמה פונעם הייליגן אוה"ח הק' וואס איז נסתלק געווארן צוויי טעג פאר מיין בר-מצוה ט"ו תמוז תק"ג.
[ווי באקאנט האט מען דערציילט פאר'ן הייליגן בעש"ט זצוקללה"ה אז דער שבת וואס דער אוה"ח הק' איז נסתלק געווארן האט הרה"ק המקובל רבי חיים אבולעפיא זצוק"ל פון די שטאט טבריה גע'חלש'ט, פאר א האלבע שעה, און ווען ער האט זיך אויפגעוואכט פון חלשות האט ער געזאגט אז דער הייליגער אור החיים הקדוש פון ירושלים איז יעצט נסתלק געווארן, און אין זיין חלשות האט ער באגלייט דעם אוה"ח הקדוש'ס נשמה ביז'ן טויער פונעם גן-עדן.
האט דער בעש"ט הק' געזאגט, אז נאכדעם וואס דער אוהחה"ק איז אריין אין גן-עדן און זיך געטראפן מיט אלע פריערדיגע צדיקים, האט ער געהאט די זכיה אז זיין נשמה איז געווארן א תוספות נשמה פאר א גרויסער צדיק אויף די וועלט. וואס לויט די פריערדיגע מעשה, האט דער בעש"ט הק' געמיינט דערמיט רבי לייב שרה'ס]


אין די שטאט בארדיטשוב, האט געוואוינט א איד ר' נחום, ער איז געווען א נגיד'ישער איד א גרויסער סוחר, אבער פון זיינע פילע אוצרות האבן הנאה געהאט נישט נאר ער און זיין משפחה, נאר א יעדער איד וואס איז געקומען האנדלען אין די גרויסע האנדלס-מארק פון בארדישטוב. ר' נחום האט יעדן געבארגט שיינע סכומים מיט געלט צו קענען איינקויפן סחורה און פארקויפן און פון די פארדינסטן האט מען אים באצאלט די חוב, און געבליבן מיט'ן ריוח פאר פרנסה.
איינמאל זיצט זיך ר' נחום ביי זיך אינדערהיים אין א פארשלאסענעם צימער און פארשרייבט זיך זיינע חשבונות, ווען צו זיין שרעק זעט ער פלוצלינג אַן אומבאקאנטער איד שטייט פאר אים.
ר' נחום האט טרייסלנדיג פאר שרעק געפרעגט דעם אומבאקאנטן אורח, וואס איז אריינגעקומען צו אים אין צימער, נישט דורכ'ן טיר: וואס ווילט איר?
- כ'דארף אַן הלוואה פון פופציג רייניש, אויף דריי טעג.
ר' נחום האט נישט געוואוסט ווער דאס איז, און צו ער וועט אמאל צוריקזען די געלט, אבער וויבאלד ער האט געזען אז דאס מוז זיין א הימלישער מענטש, האט ער אים געגעבן די געפאדערטע הלוואה. יענער האט גענומען די געלט און ער איז נעלם געווארן.
צו די באשטימטע צייט, דריי טעג נאכ'ן הלוואה, איז דער לוה צוריקגעקומען אויף די זעלבע וואונדערליכער אופן, אנדעם וואס ער זאל עפענען א טיר, מיט די גאנצע סכום פונ'ם הלוואה און באצאלט.
ר' נחום האט אים באדאנקט און געפרעגט: ווער זענט איר?
אבער אנשטאט א תירוץ האט יענער געענטפערט: "אצינד בארגט מיר הונדערט רייניש פאר נאך דריי טעג". ר' נחום האט געצווייפלט צי ער זאל בארגן, אבער ער האט נאכאמאל איינגעשטעלט און פארבארגט.
נאך דריי טעג, ווען ר' נחום זיצט זיך איבערגעבויגן איבער'ן גמרא און לערנט ביי זיך אינדערהיים, פלוצלינג, והנה! דער אינטרעסאנטער לוה איז דא פונקטליך אויפ'ן באשטימטער זמן, און באצאלט דעם חוב. אבער יעצט האט שוין דער לוה געפאדערט: בארגט מיר פאר דריי טעג, די גאנצע געלט וואס איר פארמאגט אין אייער הויז!
ר' נחום איז שאקירט געווארן פון דעם בקשה, ווייל ער האט יענעם טאג געהאלטן נאכ'ן פארקויפן אלע זיינע סחורה, און ער האט נאכנישט באצאלט אויף קיין פרישע סחורה, און אויך האבן אלע זיינע לווים שוין צוריקבאצאלט וואס זיי האבן געבארגט, דאס מיינט אז אלע געלטער וואס ער פארמאגט האט זיך יעצט געפונען ביי אים אינדערהיים, און דא בעט דער פרעמדער איד פון אים אלע זיינע געלטער. זאגט אים ר' נחום: וויאזוי קענט איר בעטן אזא גרויסע הלוואה פון מיר? איך ווייס דאך נישט ווער איר זענט? פון וואו איר קומט? און וויאזוי איר קומט אהער?
- איר האט דאך שוין געזען - זאגט אים דער איד - אז איך בין פארלעסליך און איך באצאל באצייטנס, און דעריבער וואס האט איר מורא צו האבן, בלויז פאר דריי טעג מיר צו בארגן?
ר' נחום, האט געזען אז ער האט נישט קיין ברירה מיט אים, האט ער אים מיט א ציטערדיגע הארץ פארבארגט דאס גאנצע פארמעגן וואס ער האט פארמאגט, און דער איד האט אים געזאגט: "אויף ווידערזען אין דריי טעג ארום", און איז באלד נעלם געווארן.
ר' נחום זיצט פארטראכט און ווייסט נישט צי ער האט גוט געזען אדער נישט, ווען פלוצלינג הערט ער שרייען: עס ברענט! עס ברענט! א פייער! א פייער!
אלע פונ'ם הויז זענען ארויסגעלאפן צוזאמען מיט ר' נחום זיך צו ראטעווען דאס לעבן און צוגעקוקט ווי דאס הויז איז איינגעהילט מיט די העלישע פייער-צינגען פונ'ם פלאמפייער וואס האט ארויסגעיאגט ווי פונעם קאלעך-אויוון, און געווארן גרעסער און גרעסער, ארייננעמענדיג דאס גאנצע פאלאץ.
פונעם הויז איז נישט געבליבן קיין שריד ופליט, אלס איז פארלענדט געווארן אינ'ם פייער. ווען די פרוי פון ר' נחום האט אנגעהויבן קלאגן, אז אלע זייערע געלטער זענען אנטלאפן מיט'ן רויך פונעם פייער און אצינד בלייבן זיי ארימעלייט אָן א דאך איבער'ן קאפ, האט איר ר' נחום בארואיגט: מיר האבן קיין איין פרוטה נישט געהאט אינדערהיים, אלעס האב איך א שעה פריער פארבארגט פאר אַן אינטערסאנטער אורח, וואס באווייזט זיך צו מיר פון צייט צו צייט, און שטייט פלוצלינג אין פארנט פון מיר, אנדעם וואס ער גייט אדורך די טיר פון מיין צימער, ער קומט צו גיין, און זאגט וואס ער וויל, און ווערט נעלם, ער האט אצינד אפגעראטעוועט אונזער גאנצער געלט"
די פרוי האט געמיינט אז ער איז נעבעך פון גרויס אומגליק גערירט געווארן פון זינען, און ער לעבט אין איינרעדענישן, אבער, ווען דער הייליגער רבי ליב שרה'ס איז געקומען צו ר' נחום נאך דריי טעג און צוריקגעברענגט זייער גאנצער פארמעגן האט זי זיך איבערצייגט אז דער הייליגער מאן - וואס זיי זענען דאן געוואר געווארן ווער דאס איז, האט געראטעוועט זייער פארמעגן, אין זכות וואס ר' נחום פלעגט שטענדיג טון גמילת חסדים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין ספר רמתיים צופים שרייבט דער מחבר הרה"ק ר' שמואל משיניאווא זצ"ל, אז ער האט געהערט מפה קדשו פון הרב מפשיסכא זצ"ל אז רבי לייב שרה'ס איז אמאהל געקומען קיין קאזניץ. ער איז איינגעשטאנען ביי איינעם פון די דארטיגע איינוואוינער, א איד א נגיד, אן אייגענטומער פון א גרויס געשעפט.
געמיינט האבען מענטשען אז דער פרעמדער גאסט איז עפעס א סוחר, וועלכע איז געקומען קיין קאזניץ קויפען אדער פארקויפען האלץ דער בעל הבית האט אבער געהאט א געניט אויג ער האט יא באמערקט אז דער "האלץ סוחר" איז נישט קיין פשוטער איד, ער האט אים נאכגעקיקט און כאטש רבי לייב שרה'ס האט זיך געהיטען נישט ארויסצווייזן זיין גרויסקייט מען זאל נישט דערקענען ווער ער איז, האט אבער דער בעל הבית יא געזעהן, אז דער גאסט איז איינער פון די באהאלטענע צדיקים אפשר גאהר פון די ל"ו צדיקים וועלכע געפונען זיך אין יעדען דור,
און אז דער בעל הבית האט געזעהן אז ער האט די זכי' אז ביי אים זאל איינשטיין אזא צדיק האט ער שוין געוואלט אויסנוצען די געלגענהייט , און געניסען פון דעם גאסט, זאל אין זיין זכות אריינקומען די ברכה אין זיין געשעפעט, האט ער געבעטען רבי לייב שרה'ס ער זאל מוחל זיין אריינקומען צו אים אין געשעפט און עפעס קופען פון זיינע סחורה'ס געוואלט האט דער בעל הבית, אז רבי לייב שרה'ס זאל נאר אריינקומען אין געשעפט צו ער וועט יא קויפען צו נישט , דער עיקר ער זאל זיין דארט א וויילע , אזוי וועט זיין זכות ווירקן עס זאל אריינקומען די ברכה אין הויז.
רבי לייב שרה'ס האט מסכים געוועהן ער איז אריינגעקומען אין געשעפט און זיך גענועמן אומקוקן אויף די סחורות וואס צו קויפען . כאפט רבי לייב שרה'ס אהן איינע פון די ארטיקלען . ער באטראכט עס, און לייגט עס גלייך צוריק אראפ. ער נעמט א צווייט שטיקעל סחורה און די האנט, אבער אויך דאס געפעלט אים נישט ער מורמלט זיך אונטער "דאס איז נישט קיין סחורה" אזוי גייט רבי לייב אריבער דעם גאנצען געשעפט, אלע זאכען נעמט ער אין די האנט און אויף אלעס זאגט ער זיין פזמון, אז דאס איז נישט קיין סחורה ,
ענדליך האט ער שוין געטראפען א פאר הענטשקעס וועלכע געפעלן אים יא אבער דאס נעמט ער אויך נישט און ער רופט זיך אהן "דאס איז שוין יא סחורה אבער עס איז נישט פאר מיר" און ער גייט צוריק ארויס פון געשעפט מיט ליידיגע הענט . פארשטענדליך אז דער אייגנטומער האט זיך זייער געוואונדערט . ארטיקלען איינס שענער ווי די צווייטע און קיין איינס זאל נישט געפלען , עס איז נישט קיין סחורה נאר עפעס א פאר הענטשקעס דאס איז גאר סחורה ? וואס האט דער באהאלטענער צדיק געמיינט מיט די ווערטער ?
עס האט נישט לאנג געדויערט און די רעטעניש איז געווארען געלעזט, עס ברעכט אויס א מלחמה, מחנה'ס זעלנער שלאגען זיך צווישען זיך און די גאנצע געגענד קומט אריין א דעוויזיע צעווילדעוויטע זעלנער אין שטאדט און נעמען אויסרויבען אלע געשעפעטן. אויך אונזער געשעפעט איז נישט קיין אויסנאם , אלע געשעפעטען און מאגעזינען זענען אויסגערויבט געווארען ביז'ן לעצטען שטיקעל סחורה.
אבער אין דעם געשעפט . איז אלעס געבליבען גאנץ, קיין שום ארטיקעל איז נישט צוגערויבט געווארען, רבי לייב שרה'ס האט דאך געזאגט אויף אלע ארטיקלען אז עס איז נישט קיין סחורה, נא ווער דארף דען אזעלכע ארטיקלעך ? נאר איין פאהר הענטשקעס טאקע די הענטשקעס אויף וואס רבי לייב שרה'ס האט עדות געזאגט אז עס איז סחורה דאס האבען די זעלנער צוגערויבט ! די פאר הענטשקעס זענען געוועהן די כפרה און מער איז גארנישט גע'גנב'עט געווארען
אברעמעלע
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 04, 2010 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברעמעלע »

משפחת סורוצקין (טעלז) זענען אייניקלאך. אין אור גדליהו אויף פ' נח ברענגט ער א ווארט וואס ר' ברוך סורוצקין האט איהם דערציילט פון זקינו ר' לייב שרה'ס זי"ע.

סורוצקין = שרה'ס קינד. זיי רופן איהם "די גרויסע ר' לייב".
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרה"ק ר' פסח ב"ר בנימין מראוונא נין ונכד להרה"ק ר' לייב שרה'ס נפטר כ"ד אלול תרל"ג ומנו"כ בווארשא:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=66
פרטים עליו?
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

הרה"ק רבי חיים יוסף בורשטין זצ"ל זי"ע אב"ד פיסטין בעהמח"ס נשמת חיים, תוספות חיים ועוד
איז געוועהן א תלמיד זיינע,

שמעתי אומרים אז ס'דא מאנכע וואס ווילען זאגן אז די שפאלע זיידע און רבי לייב שרה'ס איז איין מענטש געוועהן
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

זיידעניו האט געשריבן:הרה"ק רבי ארי' ליב איז געבוירן געווארן אום "שבעה עשר בתמוז" אין יאר ת"ץ (אדער ת"פ) צו זיין טאטן רבי יוסף און זיין מאמע שרה


לויט דעם וואס איר ברענגט שפעטער אינעם פאלגענדן ציטאט, איז קלאר אז ער איז געבוירן ת"צ, און ס'פאלט אוועק די ספק פון ת"פ.
זיידעניו האט געשריבן:סוף ימיו האט ער דערציילט אז צו זיין בר-מצוה וואס איז געווען י"ז תמוז תק"ג, האט אים זיין מאמע גענומען צום הייליגן גרויסן מגיד פון מעזריטש, און דער גרויסער מגיד האט אים געזאגט אז ער גיבט אים א גרויסער בר-מצוה מתנה. דעמאלטס האט ער נאכנישט פארשטאנען וואס די מתנה איז, אבער שפעטער - האט ר' לייב אויסגעפירט - האב איך שוין פארשטאנען אז ער האט מיר באשאנקען מיט א תוספות נשמה פונעם הייליגן אוה"ח הק' וואס איז נסתלק געווארן צוויי טעג פאר מיין בר-מצוה ט"ו תמוז תק"ג.
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

תמונת קברו של רבי לייב שרה'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

רבי אריה לייב נולד בעיר רובנה שבוואלין ביום י”ז תמוז בשנת ת”ץ לאביו ר’ יוסף ולאמו מרת שרה.
מתלמיד הבעל שם טוב , המגיד ממעזריטש
עסק רבות בפדיון שבוים, בהשפעתו קירב את ר’ יצחק אייזיק מקאליב לחסידות,
נפטר ביום ד’ אדר ב’ שנת תקנ”א
מנוחתו קבור בעיר יאלטשיקוב

האם יש למישהוא תמונת קברו?
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

להודות ולהלל האט געשריבן:האם יש למישהוא תמונת קברו?

אינטרעסאנט אז וויפיל איך האב געזיכט, קען איך נישט טרעפן מציבת קברו, אויב איינער קען דאס אפיר טרעפן, און לייגן דא, אדער מיר שיקן אין אישי

ייש"כ
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
להודות ולהלל האט געשריבן:האם יש למישהוא תמונת קברו?

אינטרעסאנט אז וויפיל איך האב געזיכט, קען איך נישט טרעפן מציבת קברו, אויב איינער קען דאס אפיר טרעפן, און לייגן דא, אדער מיר שיקן אין אישי

ייש"כ


אויף ביזדערווייל....
אטעטשמענטס
אריה לייב שרהס 1.JPG
אריה לייב שרהס 1.JPG (83.56 KiB) געזען 3313 מאל
אריה לייב שרהס 2.JPG
אריה לייב שרהס 2.JPG (23.06 KiB) געזען 3313 מאל
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: רבי לייב שרה'ס זצ"ל - ד' אדר תקנ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

זכותו יגן עלינו
איז דא עפעס א ספר ליקוט מאמריו תולדותיו?
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5179
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: רבי לייב שרה'ס זצ"ל - ד' אדר תקנ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

שאראש-פאטאק האט געשריבן:זכותו יגן עלינו
איז דא עפעס א ספר ליקוט מאמריו תולדותיו?

גבורת ארי
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: רבי לייב שרה'ס זצ"ל - ד' אדר תקנ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

ויתן לך האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:זכותו יגן עלינו
איז דא עפעס א ספר ליקוט מאמריו תולדותיו?

גבורת ארי

תודה רבה
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: רבי לייב שרה'ס זצ"ל - ד' אדר תקנ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

ויתן לך האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:זכותו יגן עלינו
איז דא עפעס א ספר ליקוט מאמריו תולדותיו?

גבורת ארי

א אלטע ליקוט איז נישטא עפעס בעסערס?
אויב נישט איכה ווי זענען די מלקטים מען האט פשוט פארגעסען פון אים?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24241
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי לייב שרה'ס זצ"ל - ד' אדר תקנ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לחיים לחיים טובים ולשלו' זאל דער זכות פין די הייליגע ר' לייב שרה'ס זי''ע מגין זיין אויף אונז אלע אין אויף גאנץ כלל ישראל מיט ישועות ורפואות ונחמות אין צו די גאולה שלימה בב''א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי לייב שרה'ס זצ"ל - ד' אדר תקנ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

שאראש-פאטאק האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:זכותו יגן עלינו
איז דא עפעס א ספר ליקוט מאמריו תולדותיו?

גבורת ארי

א אלטע ליקוט איז נישטא עפעס בעסערס?
אויב נישט איכה ווי זענען די מלקטים מען האט פשוט פארגעסען פון אים?

עס דארך זיין א ספר/בוך בשם "רבי לייב בן שרה" פון איינער בשם ניר מן (איך האב עס נישט געזעהן)
ווייסט איינער וואס דאס איז ספר גור אריה יהודה / ליקוטים... מהרב... יהודה ליב בן שרה הנקרא... ליב
ובד"א https://www.nli.org.il/en/books/NNL_ALEPH002124289/NLI

ר (?) אליקים המילזאהגי שרייבט אויף א פלאץ ודע שהחסיד המפורסם ר' ליב שריס הנ"ל פעמים רבות הי' שובת ולן לינות הרבה בבית אבי אבי הג"מ אהרן אב"ד דק"ק לובר ונתגלה לנן סוד נפלאותיו מכל ימי חייו בפרוטרוט ואחי הגדול הצדיק המפו' מו"ה יוסף יוזפא ז"ל הנקרא בפי כל ר' יוזפא בהרב הוא מסר לי כל הענינים מפה לאזן, ואפרסם אותם אי"ה כי נחוץ הדבר לאחינו ב"י' ווייסט איינער אויב ער האט עס טאקע מפרסם געוועהן ?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי לייב שרה'ס זצ"ל - ד' אדר תקנ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:ר (?) אליקים המילזאהגי שרייבט אויף א פלאץ ודע שהחסיד המפורסם ר' ליב שריס הנ"ל פעמים רבות הי' שובת ולן לינות הרבה בבית אבי אבי הג"מ אהרן אב"ד דק"ק לובר ונתגלה לנן סוד נפלאותיו מכל ימי חייו בפרוטרוט ואחי הגדול הצדיק המפו' מו"ה יוסף יוזפא ז"ל הנקרא בפי כל ר' יוזפא בהרב הוא מסר לי כל הענינים מפה לאזן, ואפרסם אותם אי"ה כי נחוץ הדבר לאחינו ב"י'

ווי עס קוקט אויס איז דאס הג"ר אהרן ראבינאוויטש אב"ד לוברטוב זיידע פון הג"ר אפרים זלמן מרגליות מבראד.
מען שרייבט טאקע אויף דעם המילזאהגי אז ער איז געווען א משפחה מיט הגרא"ז מרגליות און פונעם חוות דעת.
אגב, משמעות הדברים איז עס רעדט זיך פון די שטאט לובאר - ליבערטוב פלך וואהלין, און נישט לאבארטוב הסמוך ללובלין. ואכמ"ל.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי לייב שרה'ס זצ"ל - ד' אדר תקנ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

נחוניא האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:ר (?) אליקים המילזאהגי שרייבט אויף א פלאץ ודע שהחסיד המפורסם ר' ליב שריס הנ"ל פעמים רבות הי' שובת ולן לינות הרבה בבית אבי אבי הג"מ אהרן אב"ד דק"ק לובר ונתגלה לנן סוד נפלאותיו מכל ימי חייו בפרוטרוט ואחי הגדול הצדיק המפו' מו"ה יוסף יוזפא ז"ל הנקרא בפי כל ר' יוזפא בהרב הוא מסר לי כל הענינים מפה לאזן, ואפרסם אותם אי"ה כי נחוץ הדבר לאחינו ב"י'

ווי עס קוקט אויס איז דאס הג"ר אהרן ראבינאוויטש אב"ד לוברטוב זיידע פון הג"ר אפרים זלמן מרגליות מבראד.
מען שרייבט טאקע אויף דעם המילזאהגי אז ער איז געווען א משפחה מיט הגרא"ז מרגליות און פונעם חוות דעת.
אגב, משמעות הדברים איז עס רעדט זיך פון די שטאט לובאר - ליבערטוב פלך וואהלין, און נישט לאבארטוב הסמוך ללובלין. ואכמ"ל.

קלאר אזוי, ער שרייבט קלאר אז דער מאמע פון ר' אפרים זלמן איז זיין טאטע'ס שוועסטער (עיין בהגהותיו לסה"ד/שה"ג (שכחתי איזה) שנדפס ב"מן הגנזים" (כמדומה לי ספר תשיעי))
ראז"מ במעלות היוחסין איז מאריך בפרטים אודות זקני הנ"ל, סיי ראז"מ און סיי ראבי"ה רופען עס אמאל לובר און אמאל לוברטוב, ראביה שרייבט קלאר סמוך לבארדיטשוב, שו"ר אז עצם הדברים ווערט דערמאנט דא

ובד"א ווייסט איינער ווי אזוי מען דארף אנקוקען המילזאהגי אצלינו ? (ער הייסט היינט א משכיל אבער א ת"ח ומדקדק במצוות איז ער געוועהן, א הסכמה פון דער חוו"ד האט ער, ער איז געוועהן unconventional אבער לפום ריהטא לא מצאתי אצלו חטא רק בדבר סה"ז שגדולים וטובים ממנו הלכו בזו המחשבה, ואגב נראה שיש מקום לומר שאחד מגדולי החסידות וואס שרייבט וועגען ידי זרים שלטו וכו' ובפרט וואס מען זאגט משמו, האט עפעס מקבל געווען מהנ"ל ועירו כעירו)
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

להודות ולהלל האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
להודות ולהלל האט געשריבן:האם יש למישהוא תמונת קברו?

אינטרעסאנט אז וויפיל איך האב געזיכט, קען איך נישט טרעפן מציבת קברו, אויב איינער קען דאס אפיר טרעפן, און לייגן דא, אדער מיר שיקן אין אישי

ייש"כ


אויף ביזדערווייל....

קלארער פון דעם איז נישטא?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי לייב שרה'ס זצ"ל - ד' אדר תקנ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אינטערסאנטע פרטים על מקום קבורתו

לש.jpg
לש.jpg (111.41 KiB) געזען 1746 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24241
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי לייב שרה'ס זצ"ל - ד' אדר ב' תקנ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט ד' אדר ב' איז די הילולא קדישא
זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9537
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי לייב שרה'ס זצ"ל - ד' אדר תקנ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:אינטערסאנטע פרטים על מקום קבורתו

לש.jpg

איזה ספר ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי לייב שרה'ס זצ"ל - ד' אדר תקנ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

dovidal האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
אינטערסאנטע פרטים על מקום קבורתו
לש.jpg
איזה ספר ?
השילוח⁩ 1 דצמבר 1904
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”