רבי חנני' יום טוב ליפא טייטלבוים זצ"ל בעל קדושת יום טוב מסיגוט - כ"ט שבט תרס"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי חנני' יום טוב ליפא טייטלבוים זצ"ל בעל קדושת יום טוב מסיגוט - כ"ט שבט תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לכבוד די יארצייט פונעם הייליגען קדושת יו"ט פאסט זיך צו עפענען אשכול לכבודו, ספעציעל נאכדעם וואס מיר האבן זוכה געווען בסעיתא דשמיא ובדיבוק חברים דורכצוגיין די תולדות פון זיינע הייליגע ברודער די פארגאנגענע טעג, ויה"ר שלא נבוש ולא נכלם במעשינו ולא יצא מכשול מתחת ידינו.

*

דער קדושת יו"ט איז געווען דער צווייטער זוהן פונעם הייליגען ייטב לב פון סיגוט, כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון ר' מנשה רובין מראפשיץ ב"ר אשר'ל נאכען נישט זוכה זיין להבנות ממנה האט ער בהיתר ק' רבנים געגבן א גט מיט א שליח בע"כ און ער האט חתונה געהאט בזוו"ש מיט הרבנית הצדיקת חנה די טאכטער פון זיין פעטער ר' יואל ב"ר משה דוד אשכנזי (חותן אביו הייט"ל) מזלאטשוב.

דער קדושת יו"ט האט משמש געווען ברבנות טעטש ביז צו די פטירה פון זיין טאטע דער ייטב לב וועלכער האט אין א צוואה ממנה געווען דעם קדושת יו"ט אלס ממלא מקומו אין סיגוט, עס איז באקאנט די ווערטער פונעם ייט"ל "חנינא בני ישב על כסאי" דאן איז דער קדויו"ט אריבער קיין סיגוט ווען זיין ברודער ר' אלי' בצלאל איז אים מ"מ ברבנות טעטש.

מיט די צווייטע רבנית האט דער קדויו"ט אויך נישט זוכה געווען תיכף צו זש"ק, עס איז באקאנט די בריוו וואס דער הייליגער צאנזער רב האט געשריבען און געשיקט מיטן איהעלער רב ר' משה יוסף 'ובציפיתינו צפינו שלא ימנע מכם פרי בטן' דער קדושת יו"ט איז טאקע געהאלפן געווארן און ער האט זוכה געווען צו 6 קינדער בנין וחתנין רבנן ווי פאלגענד;

א) ר' חיים צבי דער עצי חיים זיין ממלא מקום ברבנות סיגוט
ב) הרבנית אסתר ע"ה אשת ר' חנוך העניך מאיער זצ"ל אב"ד קערעצקי נכד הלב שמח מאלעסק, די רביצין אסתר איז אינגערהייט אוועק בשנת תרפ"ח און ליגט אין א שטעטל לעבן קערעצקי
ג) הרבנית העסא ע"ה אשת ר' חיים יחיאל מאיר הורוויץ אב"ד ריינזשוב, אן אייניקל פון ראפשיץ און דזיקוב.
ד) רביה"ק ר' יואל טייטלבוים זצוק"ל דער סאטמאר רבי
ה) הרבנית שרה אשת בזוו"ר ר' שלום האלבערשטאם מפיעקלא ובזוו"ש אשת ר' דוד שפירא ב"ר מאיר מ'ביקאווסק ב"ר דוד מ'דינוב
ו) ?

דער קדושת יו"ט איז נסתלק געווארן תיכף נאך די חתונה פון מרן רביה"ק מסאטמאר זצ"ל ביום כ"ט שבט תרס"ד ומנו"כ בסיגוט באוהל אביו מרן הייטב לב, ווי דערמאנט ליגן אינעם זעלבן אוהל אויך זיין זוהן דער עצי חיים והרבנית, ר' משה יוסל איהעלער ובנו ר' ברכי' מאיהעל זצ"ל.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

עטליכע פונקטען
פון וואנעט נעמסטי אז פון די צווייטע רביצען האט ער אויך נישט גלייך געהאט קינדער זי איז דאך געווען א בת בנים זי האט מיטגעברענגט א זון מיט זיך?
אגב פון אדמור מהר"א האב איך געזעהן אז מיט די ערטשע רביצען האט דער קדושת יו"ט געוואוינט מער ווי 20 יאר.
דערנאך פון ווי נעמסטי אז סאיז געווען 6 קינדער לויט מיין ידיעה איז נאר געווען 5 צוויי זון אין 3 טעכטער אגב וואס צוויי דערפון זענען געווען צווילינגען.
דאס יא כהאב אמאל געהערט אז צווישען דעם עצי חיים אין דעם רבין איז געווען נאך א זון וואס איז אוועק אינג, אין לויט די שפאקעלאציע איז דאס די סיבה פארוואס דער קדושת יו"ט האט א נאמען געגעבן נאך זיין שווער ר' יואל אשכנזי אין נישט נאך זיין פאטער דער יקותואל יהודא נאכן ייטב לב.
לעצט פארראכטן דורך יאסל אום מאנטאג פעברואר 23, 2009 6:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל,
איך האב נאכגעבאמבלט עטליכע מקורות אינם נאמנים.

1) ווען האט דער דברי חיים געשריבען דעם בריוו, נאך זייענדיג בזוו"ר?
2) די רביצין העסא האט דאכציך אויך קודם געהאט א זוו"ר, ווייסט איינער ווער?
3) פון הרבנית שרה איז געווען נאכען קריג א זוהן ר' יואל, ער ווערט דערמאנט אין די מכתבים דברי יואל בשם 'ש"ב ר' יואל טייטלבוים' ווייסט איינער מער פרטים איבער אים?
badatz

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:יאסל,

ב''ה
א)מכתבו של הדברי-חיים הוא אודות הרה''ק ר' יושעלע טאמאשאווער כידוע .
ב)
ג)הוא הי' גר קודם בארץ ישראל ואח''כ בוועסט-סייד והי' גיסו של האדמו''ר מהרנ''מ מנאאוואמינסק-קראון-הייטס .
הי' עוד נעפיו בשם ר' צבי אלימלך ז''ל שפירא בן האדמו''ר ר' דוד מבעקאווסק שהי' קודם גר בפתח-תקוה ואח''כ בבארא-פארק והתפלל בביהמד''ר
פועלי אגודת -ישראל על 16 עוועניו ונשאר ממנו בת אחת והדפיס כאן באמעריקא את ספרו של זקינו אור למאיר .-הכרתי את שניהם באופן אישי .
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

איך האב געהערט אמאל אז דער זון וואס איז אוועק האט געהייסן משה.
ס'איז אזאך וואס מ'קען נאך היינט וויסן, ווייל די כפי השמועה איז דא די מאטריקל ביכער פון סיגוט נאך בנמצא.

דער ר' יואל ט"ב פון וועם מ'רעדט האט דער פעטער ז"ל פארארבעט וועלטן ער זאל אהערקומען פון ארץ ישראל קיין אמעריקא, כאטש וואס פאר א צווייטן האט ער קיינמאל נישט געזאגט וואו צו וואוינען, ווייל עס שטייט פון אר"י אז יעדער איד דארף מתקן זיין זיינע ניצוצות און מ'ווייסט נישט וואו דאס איז, און דאס פירט דער אייבערשטער.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

badatz האט געשריבן:ב''ה
א)מכתבו של הדברי-חיים הוא אודות הרה''ק ר' יושעלע טאמאשאווער כידוע .
ב)
ג)הוא הי' גר קודם בארץ ישראל ואח''כ בוועסט-סייד והי' גיסו של האדמו''ר מהרנ''מ מנאאוואמינסק-קראון-הייטס .
הי' עוד נעפיו בשם ר' צבי אלימלך ז''ל שפירא בן האדמו''ר ר' דוד מבעקאווסק שהי' קודם גר בפתח-תקוה ואח''כ בבארא-פארק והתפלל בביהמד''ר
פועלי אגודת -ישראל על 16 עוועניו ונשאר ממנו בת אחת והדפיס כאן באמעריקא את ספרו של זקינו אור למאיר .-הכרתי את שניהם באופן אישי .

אפשר זענט איר מער מאריך וואס איר מיינט אז דער הייליגער ד"ח האט געשריבען וועגען ר' יושע'לע טאמעשאווער, לויט ווי עך האב געזעהן דאס בריעוו שרייבט ער דארט אז דער קדושת יו"ט זאל זיך נישט מייאש זיין מן הרחמים ווי קימט דארט ר' יושע'לע טאמעשאווער אריין אינעם בילד??, אגב דאס בריוו איז געווען באוצרו פונם ברך משה זצ"ל.
ס'צווייטע דער שפירא איז געווען אן אייניקעל פונעם קדושת יו"ט אדער איז דאס געווען א זון וואס דער פאטער האט מיט זיך מיטגעברענגט ווען ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית שרה (דאס וויס עך זיכער אז ער האט מיטגעברענגט א זון).
דריטענס אביסל מער אינפארמעישאן איבער דעם ר' יואל טייטעלבוים איז ער געווען א פרומער אדער מער מאדערן ?אין צי איז דא פונעם קינדער?
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

ער איז געווען מער מאדערן, ס'דא פון אים קינדער דער רבי שרייבט אויף אים בן אחותי
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איז נישט דער ר' יואל ט"ב, דער קירלהאזער? דער פאטער פונעם היינטיגן קירלהאזער, וואסיז א מחותן מיטן מונקאטשער רבי?
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

יאסל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:ב''ה
א)מכתבו של הדברי-חיים הוא אודות הרה''ק ר' יושעלע טאמאשאווער כידוע .
ב)
ג)הוא הי' גר קודם בארץ ישראל ואח''כ בוועסט-סייד והי' גיסו של האדמו''ר מהרנ''מ מנאאוואמינסק-קראון-הייטס .
הי' עוד נעפיו בשם ר' צבי אלימלך ז''ל שפירא בן האדמו''ר ר' דוד מבעקאווסק שהי' קודם גר בפתח-תקוה ואח''כ בבארא-פארק והתפלל בביהמד''ר
פועלי אגודת -ישראל על 16 עוועניו ונשאר ממנו בת אחת והדפיס כאן באמעריקא את ספרו של זקינו אור למאיר .-הכרתי את שניהם באופן אישי .

אפשר זענט איר מער מאריך וואס איר מיינט אז דער הייליגער ד"ח האט געשריבען וועגען ר' יושע'לע טאמעשאווער, לויט ווי עך האב געזעהן דאס בריעוו שרייבט ער דארט אז דער קדושת יו"ט זאל זיך נישט מייאש זיין מן הרחמים ווי קימט דארט ר' יושע'לע טאמעשאווער אריין אינעם בילד??, אגב דאס בריוו איז געווען באוצרו פונם ברך משה זצ"ל.
ס'צווייטע דער שפירא איז געווען אן אייניקעל פונעם קדושת יו"ט אדער איז דאס געווען א זון וואס דער פאטער האט מיט זיך מיטגעברענגט ווען ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית שרה (דאס וויס עך זיכער אז ער האט מיטגעברענגט א זון).
דריטענס אביסל מער אינפארמעישאן איבער דעם ר' יואל טייטעלבוים איז ער געווען א פרומער אדער מער מאדערן ?אין צי איז דא פונעם קינדער?

ב''ה
אני התכוונתי לתשובה שנמצאת בשו''ת דברי חיים להחידושי הרי''ם -וזהוא אודות ר' יושעלע טאמאשאווער-שמעתי מנכדו הרה''צ ר' משהעלע זצ''ל
פרישערמאן מטאמאשאוו -
ב)ר' צ''א שפירא הי' נכד הקדושיו''ט -ואספר לך מה שסיפר לי שבשנה הראשונה שבא לאמעריקא עשה סעודת יאהרצייט לאביו שחל ג''כ בכ''ט שבט
שהוא יום ההילולא של הקדושיו''ט ודודו בעל הדברי יואל בא לביתו להשתתף כדי לחזקו .
ג) יואל ט''ב הנ''ל יש לו ילדים הוא הי' דרייא קאפ גדול פעם הי' מוכר ספרים ב47 קאנאל סטריט באיסט-סייד והביא קאנטענעס של ספרים לרוב
והשאר מובן .דודו נתן לו הרבה פעמים דמי פדיון וכו. על הרצ''א ראו שבא מבית אדמור''י והי' איש מורם מעם .
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך הער,
די מישט, יענער איז טאקע אויך דעם קדושת יו"ט אן אייניקל ער איז א ברודער מיט ר' ליפא מסעמיהאלי בני ר' העניך מקערעצקי, ער איז געווען דער אנדערער איידעם ביים סלאטפינא רב חדב"ן העצי חיים.

ר' פייש,
ווי שרייבט דער רבי 'בן אחותי' אויף ר' יואל ט"ב? איך האב נאר געזעהן די ווערטער 'שאר בשרי', וועמענס זוהן איז ער געווען, ר' שלום מפיעקלא אדער ר' דוד מביקאווסק.

עס איז אינטערעסאנט אז דער ר' שלום ה"ש מפיעקלא ב"ר אהרן מקרייז-צאנז איז בזוו"ר געווען אן איידעם אין זשיקוב ביים אמרי נועם, הייסט דאס אז הרבנית שרה האט בזוו"ר שוין גענומען אן אלמן?

בד"צ,
וויאזוי איז ר' יואל ט"ב געווען א שוואגער מיט נאווימינסק?
דער ר' צבי אלימלך שפירא ב"ר דוד מביקאווסק דערמאנט נישט זיין נאמען אינעם 'אור למאיר' שהדפיס, ער שרייבט אז זיין טאטע ר' דוד מביקאווסק איז בזוו"ר געווען אן איידעם ביים עטרת ישועה פון זשיקוב ובזוו"ש ביים קדושת יו"ט, ער האט געהאט ששה בנים וג' בנות, ער רעכנט אויס עטליכע בראש פון זיין ברודער ר' אלטר ראובן מ"מ אביו, אויך דערמאנט ער זיין שווער בשם שפיץ, איז דאס פון די ביסטריצער פאמיליע?

יעצט האב איך געזעהן אז הרבנית העסא בת הקדויו"ט איז בזוו"ר געווען חתונה געהאט צו ר' ניסן טייטלבוים, ווייסט איינער מער פרטים עליו?
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

badatz האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:ב''ה
א)מכתבו של הדברי-חיים הוא אודות הרה''ק ר' יושעלע טאמאשאווער כידוע .
ב)
ג)הוא הי' גר קודם בארץ ישראל ואח''כ בוועסט-סייד והי' גיסו של האדמו''ר מהרנ''מ מנאאוואמינסק-קראון-הייטס .
הי' עוד נעפיו בשם ר' צבי אלימלך ז''ל שפירא בן האדמו''ר ר' דוד מבעקאווסק שהי' קודם גר בפתח-תקוה ואח''כ בבארא-פארק והתפלל בביהמד''ר
פועלי אגודת -ישראל על 16 עוועניו ונשאר ממנו בת אחת והדפיס כאן באמעריקא את ספרו של זקינו אור למאיר .-הכרתי את שניהם באופן אישי .

אפשר זענט איר מער מאריך וואס איר מיינט אז דער הייליגער ד"ח האט געשריבען וועגען ר' יושע'לע טאמעשאווער, לויט ווי עך האב געזעהן דאס בריעוו שרייבט ער דארט אז דער קדושת יו"ט זאל זיך נישט מייאש זיין מן הרחמים ווי קימט דארט ר' יושע'לע טאמעשאווער אריין אינעם בילד??, אגב דאס בריוו איז געווען באוצרו פונם ברך משה זצ"ל.
ס'צווייטע דער שפירא איז געווען אן אייניקעל פונעם קדושת יו"ט אדער איז דאס געווען א זון וואס דער פאטער האט מיט זיך מיטגעברענגט ווען ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית שרה (דאס וויס עך זיכער אז ער האט מיטגעברענגט א זון).
דריטענס אביסל מער אינפארמעישאן איבער דעם ר' יואל טייטעלבוים איז ער געווען א פרומער אדער מער מאדערן ?אין צי איז דא פונעם קינדער?

ב''ה
אני התכוונתי לתשובה שנמצאת בשו''ת דברי חיים להחידושי הרי''ם -וזהוא אודות ר' יושעלע טאמאשאווער-שמעתי מנכדו הרה''צ ר' משהעלע זצ''ל
פרישערמאן מטאמאשאוו -
ב)ר' צ''א שפירא הי' נכד הקדושיו''ט -ואספר לך מה שסיפר לי שבשנה הראשונה שבא לאמעריקא עשה סעודת יאהרצייט לאביו שחל ג''כ בכ''ט שבט
שהוא יום ההילולא של הקדושיו''ט ודודו בעל הדברי יואל בא לביתו להשתתף כדי לחזקו .
ג) יואל ט''ב הנ''ל יש לו ילדים הוא הי' דרייא קאפ גדול פעם הי' מוכר ספרים ב47 קאנאל סטריט באיסט-סייד והביא קאנטענעס של ספרים לרוב
והשאר מובן .דודו נתן לו הרבה פעמים דמי פדיון וכו. על הרצ''א ראו שבא מבית אדמור''י והי' איש מורם מעם .

1)ני שוין רעד מיר דאך פון צוויי באזינדערע בריווען

2)וואס איז די מעשה מיט דעם ר' צבי אלימלך פון אים איז דא קינדער? נא מיללער האמער שוין נאך א משפחה בן אחר בן פונעם בני יששכר.

3)לגבי דעם ר' יואל בן הרבנית שרה ווער איז געווען זיין פאטער ר' שלום מפיעקלא אדער ר' דוד מ'בקאווסק? אין אויב איר ווייסט ווי דרייען זיך היינט זיינע קינדער?
אפשר קען מען זיי אויפנעמען פאר שיינע אידן אין איינע פון די סאטמארער שולען דאהי
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

מילער
דער ר' יואל איז געווען א שפירא, דער בריוו האב איך געזען ביי ביגלאייזן אין א קונטרס. אגב אין אגרות מהרי"ט איז דא א בריוו צו ר' יואל אשכנזי איז דארט אויך דא א גריס פאר אים דאכט זיך דארט שטייט אויך בן אחותי.

יאסל.
זיי צו מקרב זיין, וועסט דארפן מאכן א באזוך אין נאסא.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' פייש ידידי,
אויב איז ר' יואל א שפירא, פארוואס רעכנט אים זיין ברודער נישט אויס אינעם אור למאיר? בכלל ווי יאסל דערמאנט, איז שווער היינט צו טרעפן אייניקלעך פון בני יששכר בא"ב (חוץ דעם לאנדאנער) אויב האט דער יואל שפירא-ט"ב זוהן זענען זיי היבשע מיוחסים, אפשר גיט איר מער חומר איבער זיי, זענען זיי ממש חילונים גמורים?

ווידער פון דעם ר' צבי אלימלך שפירא'ס טאכטער וואס בד"צ דערמאנט, איז פארהאן קינדער?

ועוד, לידיעתי איז געווען א זוהן פון ר' דוד מביקאווסק מזוו"ר אין ארץ ישראל, נישט קיין קדושת יו"ט אייניקל, ווייסט איינער מער פרטים?

לאמיר גיין א טריט ווייטער,
דער ריינשיווער רב איז דאך דער שווער פונעם מוזשאיער רב זצ"ל, איז דא נאך אייניקלעך פון הרבנית העסא?

אין איבער דעם ר' ניסן ט"ב האט שוין איינער דעטאלן?
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

יאסל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:ב''ה
י שוין רעד מיר דאך פון צוויי באזינדערע בריווען

2)וואס איז די מעשה מיט דעם ר' צבי אלימלך פון אים איז דא קינדער? נא מיללער האמער שוין נאך א משפחה בן אחר בן פונעם בני יששכר.

3)לגבי דעם ר' יואל בן הרבנית שרה ווער איז געווען זיין פאטער ר' שלום מפיעקלא אדער ר' דוד מ'בקאווסק? אין אויב איר ווייסט ווי דרייען זיך היינט זיינע קינדער?
אפשר קען מען זיי אויפנעמען פאר שיינע אידן אין איינע פון די סאטמארער שולען דאהי

ב''ה
על שאלה ב) הי' לו רק בת אחת .נשואה
ג} בן ר' שלום מפיעקלא !!!!
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:איך הער,

בד"צ,
וויאזוי איז ר' יואל ט"ב געווען א שוואגער מיט נאווימינסק?
דער ר' צבי אלימלך שפירא ב"ר דוד מביקאווסק דערמאנט נישט זיין נאמען אינעם 'אור למאיר' שהדפיס, ער שרייבט אז זיין טאטע ר' דוד מביקאווסק איז בזוו"ר געווען אן איידעם ביים עטרת ישועה פון זשיקוב ובזוו"ש ביים קדושת יו"ט, ער האט געהאט ששה בנים וג' בנות, ער רעכנט אויס עטליכע בראש פון זיין ברודער ר' אלטר ראובן מ"מ אביו, אויך דערמאנט ער זיין שווער בשם שפיץ, איז דאס פון די ביסטריצער פאמיליע?

יעצט האב איך געזעהן אז הרבנית העסא בת הקדויו"ט איז בזוו"ר געווען חתונה געהאט צו ר' ניסן טייטלבוים, ווייסט איינער מער פרטים עליו?

\\

א]זוגתו היא אחות הרנ''מ .
ב}כי הוא בן מר' שלום מפיעקלא-סאנז ולא מביקאווסק .
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

מילער
זעט אויס שטעיתי, בד"ץ זאגט אז ס'איז בן ר' שלום, ואין אחרי בית דין כלום...
וועגן די קינדער איז בעסער אז מ'רעדט נישט דא.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:1) ווען האט דער דברי חיים געשריבען דעם בריוו, נאך זייענדיג בזוו"ר?

יא בזוו"ר, און זי איז נפקד געווארן, מיט א מופת פון דעם טשענגער רב דער מנוחת אשר זצ"ל.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

פייש קרויז האט געשריבן:מילער
זעט אויס שטעיתי, בד"ץ זאגט אז ס'איז בן ר' שלום, ואין אחרי בית דין כלום...
וועגן די קינדער איז בעסער אז מ'רעדט נישט דא.

דער בד"ץ איז נישא אינגאנצען קלאר פון זיינע תגובות קימט גאר אויס אז ביידע סיי ר' יואל אין סיי ר' צבי אלימלך זענען ר' שלום'ס מפיעקלא'ס קינדער.
אגב וואס איז פשט אין דיינע ווערטער אז צי טרעפען ר' יואל'ס קינדער ברויך מען צי זיכען אין נאסא?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:1) דער ר' צבי אלימלך שפירא ב"ר דוד מביקאווסק דערמאנט נישט זיין נאמען אינעם 'אור למאיר' שהדפיס, ער שרייבט אז זיין טאטע ר' דוד מביקאווסק איז בזוו"ר געווען אן איידעם ביים עטרת ישועה פון זשיקוב ובזוו"ש ביים קדושת יו"ט, ער האט געהאט ששה בנים וג' בנות, ער רעכנט אויס עטליכע בראש פון זיין ברודער ר' אלטר ראובן מ"מ אביו, אויך דערמאנט ער זיין שווער בשם שפיץ, איז דאס פון די ביסטריצער פאמיליע?

2) יעצט האב איך געזעהן אז הרבנית העסא בת הקדויו"ט איז בזוו"ר געווען חתונה געהאט צו ר' ניסן טייטלבוים, ווייסט איינער מער פרטים עליו?

1) ר' אלטר ראובן איז געווען זיין אינגערער צווילינג ברודער,
זיי האבן געהאט א ברודער [ר' משה דאכט זעך] וואס האט געלערנט ביים פעטער דעם דברי יואל.

2) לפי המונח בזכרוני איז ער געווען א זוהן פון ר' ברכיה.
ועמך כולם צדיקים
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

יאסל דער אין אחר בי"ד איז געווען א מליצה.
אין אגרות מהרי"ט שרייבט ער ווער דאס איז, איך וועל נאכקוקן אי"ה.
ער ארבעט אין נאסא פאר די ספעיס סענטער
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה

אנסה לעשות כאן קצת סדר !!!!!!!!!!!

לקדושת יו''ט היו מזיווג שני ו' ילדים ב' בנים כידוע וד' בנות !!!!!!!!!!
הרבנית אסתר והעסא היו תאומות
א] העסי היתה בזיווג ראשון אשת ר' ניסן בן הרב מאוהעל ר' משה יוסף ובעלה נפטר והתחתנה בזוו''ש עם ר' חיים מאיר יחיאל מראנזוב - סעליש והי' להם
בת בשם חנה אשת ר' מנחם מענדיל רובין ממוזשאי .
ב]אסתר אשת ר' העניכל אב''ד קערעצקי והי' לפי בניו קודם בסאסאוו על מקום זקינו ומנו''כ כבודו בסאטמאר והוא הי' אבי הרה''צ ר' חי''ל הרב מסעמיהאלי
ראב''ד סאקמאר ואדמו''ר מסאסאוו ואחיו הרב יואל מייער-ט''ב מקיראהאלזי .
ג] שרה היתה בזיווג ראשון אשת ר' שלום מפיקעלי-צאנז בן ר' נפתלי צבי מסאנז והיו להם ב' בנים א] ר' ליפא חתן בסאנז ב]יואל הנ''ל ונתגרשה .
בעלה השני הי' הרה''צ ר' דויד מביקאווסק והי להם ד' ילדים ונשאר נכדה בת ר' צבי אלימלך הנ''ל . ו] בת שנפטרה בצעירותה .
באשכול אחר יש דיון אודות אם ר' ברכי' היו לו ילדים הפתרון שכן ג' בנים בוודאי א] ר' יהודא הי' גר בפשעווארסק הי' אב''ד יבורניק על מקום זקינו
אבי אימו בעל הצבי-לצדיק מבלוזשאוו שהי' שם פעם רב ב]ר' דויד שהי' גר בפשעמיש ג]ר' משה בסאנוק .
אגב אחר פטירת אבי ר' ברכי' הרה''צ ר' משה יוסף מאוהעלי שכר ר' ברכי' את הרה''ג ר' לייזער פאטיקער [שכבר כתבנו עליו ] שיפסוק שאלות
באוהעל כי הי' אצל חותנו בבלוזשאוו------יש קונטרס באוצר הספרים בירושלים נידון זה--------
אקוה שעכשיו כבר מובן
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

2) לפי המונח בזכרוני איז ער געווען א זוהן פון ר' ברכיה.[/quote]

ב''ה
לר' ברכי' ג''כ הי' בן בשם ר' משה שהי' גר בסאנוק .
אך גם לבוקאווסקער רוב הי' בן בשם ר' משה------וכמה משה איקי בשוקי
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הייסט דאס אז ר' משה יוסף מאיהעל האט געהאט א זוהן ר' ניסן נאך ר' אלעזר ניסן, און אויך ער איז אוועק אינגערהייט.

בד"צ,
אייערע ידיעות זענען להפליא, עטליכע שאלות.

1) הרבנית שרה ווען זי האט חתונה געהאט מיט ר' שלום מפיעקלא, איז זי שוין געווען פאר אים זיין זווג-שני, איז ער געווען אן אלמן אדער גרוש?
2) מיט וועם האט ר' שלום מפיעקלא חתונה חתונה געהאט בזווג-שלישי?
3) איך האב געמיינט אז ר' שליום מפיעקלא איז געווען בנו של ר' אהרן מקרייז-צאנז, זאגט איר אז זיין טואטע איז געווען ר' נפתלי צבי, איז רנ"צ געווען בנו של ר"א מצאנז?
4) ר' ליפא האלבערשטאם ב"ר שלום מפיקעלא ושרה, ביי וועם איז ער געווען איידעם? איז דא פון אים דורות?
5) וויאזוי האט געהייסט די טאכטער פון ר' צבי אלימלך שפירא ב"ר דוד וואס האט איבערגעלעבט, איז דא פון איר ערליכע דורות?
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

badatz האט געשריבן:ב''ה

אנסה לעשות כאן קצת סדר !!!!!!!!!!!

לקדושת יו''ט היו מזיווג שני ו' ילדים ב' בנים כידוע וד' בנות !!!!!!!!!!
הרבנית אסתר והעסא היו תאומות
א] העסי היתה בזיווג ראשון אשת ר' ניסן בן הרב מאוהעל ר' משה יוסף ובעלה נפטר והתחתנה בזוו''ש עם ר' חיים מאיר יחיאל מראנזוב - סעליש והי' להם
בת בשם חנה אשת ר' מנחם מענדיל רובין ממוזשאי .
ב]אסתר אשת ר' העניכל אב''ד קערעצקי והי' לפי בניו קודם בסאסאוו על מקום זקינו ומנו''כ כבודו בסאטמאר והוא הי' אבי הרה''צ ר' חי''ל הרב מסעמיהאלי
ראב''ד סאקמאר ואדמו''ר מסאסאוו ואחיו הרב יואל מייער-ט''ב מקיראהאלזי .
ג] שרה היתה בזיווג ראשון אשת ר' שלום מפיקעלי-צאנז בן ר' נפתלי צבי מסאנז והיו להם ב' בנים א] ר' ליפא חתן בסאנז ב]יואל הנ''ל ונתגרשה .
בעלה השני הי' הרה''צ ר' דויד מביקאווסק והי להם ד' ילדים ונשאר נכדה בת ר' צבי אלימלך הנ''ל . ו] בת שנפטרה בצעירותה .

הייסט דאס אז דאס קינד וואס איז אוועק אינג איז געווען א מיידל נישט א אינגעל??

נאך א פראגע וויאזוי איז געווען דער סדר פון די קינדער?
לויט ווי סליגט מיר אין זכרון איז דער עצי חיים געווען דער עלטסטער, דערנאך די טאכטער שרה, אין דערנאך די צווילינג, אין דער לעצטער איז געווען דער בן זקינים געבוירן ביי די 50 יאר פונעם קדושת יו"ט אין אויך דער געליבסטער קינד ביי די מאמע הצדיקת חנה רבינו הקדוש זי"ע.

נאך א פראגע פונעם קרעצקיער רב איז נאר געבליבן די צוויי זין'ען?? (א טאכטער איז זיכער דא וואס לעבט נאך אבער דאס איז פון די צווייטע ווייב זיינע)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:דער ר' צבי אלימלך שפירא ב"ר דוד מביקאווסק דערמאנט נישט זיין נאמען אינעם 'אור למאיר' שהדפיס, ער שרייבט אז זיין טאטע ר' דוד מביקאווסק איז בזוו"ר געווען אן איידעם ביים עטרת ישועה פון זשיקוב ובזוו"ש ביים קדושת יו"ט, ער האט געהאט חמשה בנים וג' בנות, ער רעכנט אויס עטליכע בראש פון זיין ברודער ר' אלטר ראובן מ"מ אביו, אויך דערמאנט ער זיין שווער בשם שפיץ, איז דאס פון די ביסטריצער פאמיליע?

די קינדער וואס ר' צבי אלימך רעכנט אויס פון ר' דוד מביקוואסק;
1) ר' אלטר ראובן שפירא מ"מ אביו באדמורו"ת ביקאווסק חתן ר' פנחס יוסף קאננער מזגורש
2) בתו חי' לאה אשת ר' משה יוסף ב"ר ברכי' טייטלבוים אב"ד ביקאווסק
3) ר' משה שפירא אב"ד טרבה
4) ר' צבי אלימלך שפירא (דאס רעכן איך אויס) דער מו"ל וועלכער האט איבערגעלעבט די קריג
5) הב' חיים שפירא
6) הבחור שלום שפירא
7) הבתולה חנה

עס פעלט נאך איין קינד.

בד"צ, ביי וועם איז ר' צבי אלימלך שפירא געווען אן איידעם?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”