רבי יהושע רוקח מבעלזא זי"ע - כ"ג שבט תרנ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

רבי יהושע רוקח מבעלזא זי"ע - כ"ג שבט תרנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

היינט כ"ג שבט איז די יארצייט פון דעם וועלט בארימטן גאון וצדיק רבי יהושע רוקח בן הרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע ועכי"א.

רבי יהושע'לע ווי מען האט אים גערופן בלשון חיבה איז געבוירן געווארן בשנת תקפ"ה צו זיינע גרויסע עלטערן, ווי שוין אלס קינד האט מען געזען אז לאילנא רברבי יתעבד, און כאטש ער איז געווען דער יונגסטער זוהן פון ר' שלום'קע, האט ער זוכה געווען צו ממלא מקום זיין דעם טאטן'ס שטול, און ער האט געפירט די עדה ביד רמה ביז צו זיין פטירה ביום כ"ג שבט שנת תרנ"ד לפ"ק, זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
עומד אני ותוהה !!!!!!!
זה כמה שעות שהאשכול פתוח ואף אחד עוד לא כתב .
הלא רוב רובם של אונטער לענדער ואבערלענדער יודען החסידים היו להם שייכות עם בעלז ע''י בעל הערוגת-
הבושם ובניו שנסעו לבעלז ורוב הדיינים והשוחטים היו תלמידהם .
הרה''ק הנ''ל הי' רבי לאלפי ורבבות ישראל . הי' רבי של רעביס רוב צדיקי גליצי' והונגרי' נסעו אליו .
השתדך עם גדולי וצדיקי עולם . הרבי הראשון שיסד תנועה ומוסד-----מחזיקי הדת ------ יסד עיתון -שבועון-
בשם מחזיקי-הדת .השתתף באסיפות הרבנים .עמד בקשר עם צדיקי וגאוני עולם . יש כל כך ליכתוב עליו .
מהרבה צדדים ---------------------------------------נא ונא להתחיל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

badatz האט געשריבן:ב''ה

הרב הבד"צ,
אתה עומד ומשתומם יום אחר יום אל אי-הידענות בתוכינו, ומתמרמר אודותיו בפומבי, האם אתה מכיר שרוב רובם של החברים עוסקים על המחי' ועל הכלכלה ובזמנם הפנוי הם זוכים ומזכים אותנו עם הידיעות והענינים שמענין אותם.

לי בפרטיות זה פגיעה בככבודי שתחת להודות על הפעלים שאנו עושים שלא ע"מ לקבל פראסק, כל מה שרואים הוא אי נוחיות וטענות, אם תעירו ואם תעוררו בעד ר"י מבעלזא אז תכתוב מה שאתה יודע אודותיו, הנח להם להחברים לכתוב מה שבלבם.

ח"ו שתראה את דברי כפגיעה בכבודכם הרמה, כתבתי את כאבי הפרטי ואיני מדברי בשם אחרים.

יעקב דוב
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

אין דעם בלעטל "עלים לתרופה" פון די לעצטע וואך ברענגט ער דארט פון ר' מרדכי בילגרייער ז"ל אז ביי ר' שלום'קע איז נישט געווען דער מנהג אז די חסידים פלעגן מיט ברענגען די ק'ינדער צום רעבין אבער ביי ר' יהושע'לע האט מען שוין יא מיטגעברענגט די קינדער, אין די קינדער פלעגן שטיין אויף די פענסטער בשעת'ן טיש.
איינמאל האט ער זיך איינגעבויגן צו מיין טאטן (דער מהרי"ד) און געזאגט אז בדין וואלט איך נישט געדארפט מסכים זיין אז מ'זאל מיט ברענגען די קינדער (אלס ביטול תורה) נאר וואס זאל איך טוהן אז איך אז זיי באקומען דא אן אנדערן פנים.
און איימאל האט ער איהם געזאגט "איך זע זיי ווען זיי קומען נעמען שלום, און איך זע זיי ווען זיי קומען זיך געזעגענען, זע איך אויף זייער פנים אז ס'איז כדאי זיי זאלן קומען, און ס'איז כדאי דער ביטול תורה".
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

הרב בד"ץ עך בין מחולק מיט אייך! רוב רובן פון די אינגארישע אידן וואס זענען געווארן בעלזער חסידים איז נישט געוון אין די צייטען פון ר' יושע'לע נאר פון זיין זון הרה"ק ר' ישכר דוב זצ"ל.
מיללער נאדיר פארן שלא על מנת לקבל פראסק ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

יאסל האט געשריבן:הרב בד"ץ עך בין מחולק מיט אייך! רוב רובן פון די אינגארישע אידן וואס זענען געווארן בעלזער חסידים איז נישט געוון אין די צייטען פון ר' יושע'לע נאר פון זיין זון הרה"ק ר' ישכר דוב זצ"ל.
מיללער נאדיר פארן שלא על מנת לקבל פראסק ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

ב''ה
הזריעה היתה ע''י הערוגת הבושם זצ''ל שבא בעצמו והביא איתו את תלמידיו . בשש שנים האחרונות של מהר''י
משנת תרמ''ח עד תרנ''ד . והקצירה היתה כבר בימי מהרי''ד .ואח''כ בימי מהר''א ע''י הויגד יעקב זצ''ל
משנת תרצ''ד-ה
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

badatz האט געשריבן:

אמת אבער דאס כמות איןבעלזער חסידים און אונגארען איז לכאורה צי פארדאנקען די 8 יאר וואס ר' ישכר בער איז געווען אין אונגארען אלס פליט ביים ערשטען קריג.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אין לך בו אלא חידושו, אז
badatz האט געשריבן:הלא רוב רובם של אונטער לענדער ואבערלענדער יודען החסידים היו להם שייכות עם בעלז
קאן זיין, אבער חסידים איז פאלג מיר א גאנג, און אז די וואס יא איז עס געווען
badatz האט געשריבן:ע''י בעל הערוגת-הבושם ובניו שנסעו לבעלז
און א פרישע דערהער
badatz האט געשריבן:ורוב הדיינים והשוחטים היו תלמידהם .
ואנכי לא ידעתי, אויב שוין יא פארגין פאר זיין ברודער אויך עפעס, שרייב צו אחיו - הקרן לדוד,
badatz האט געשריבן:הרה''ק הנ''ל הי' רבי לאלפי ורבבות ישראל .
גוזמא נקט, עיין אשכול די ציפערן פון חסידות'ער אין די פארגאנגענהייט
badatz האט געשריבן:הי' רבי של רעביס רוב צדיקי גליצי' והונגרי' נסעו אליו .
כנ"ל, ווייל אפילו פון די וואס זענען געפארן איז א טייל געווען צוליב סיבות -משפחה שמחות וכדומה, וואו בני הרה"ק הדברי חיים מ'צאנז, ועוד- און האבן קיין מאל נישט מקבל מרות געווען אפילו במחשבה, נאר אדרבה, ודי,
אבער דאס שטערט נישט פאר די היינטיגע -המשך פון די אמאליגע- פראפעגאנדע מאשין, ווצב"ש, אין בעלזא היינט פארקויפט מען אז ר' משה אריה פריינד ראה"ק של סיגעט ואבי הרה"ק מנאסויד איז אויך געווען א בעלזא חסיד, ווייל דער מהר"י איז ביי אים איין געשטאנען, קאן זיין אז זייט זיינע צוויי באזוכן אין אונגארן האבן אן געהויבן פארן חסידים פון אונגארן קיין בעלזא.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

כ'מיין אז שינעווער רב זי"ע האט יא מקבל מרות געווען.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

זעליג האט געשריבן:כ'מיין אז שינעווער רב זי"ע האט יא מקבל מרות געווען.

דער שינאווער רב האט זיך געהאלטען א תלמיד פונעם ערשטען בעלזער רב דער שר שלום, אבער זיכער נישט פון ר' יושע'לע פון וועם ער איז לכאורה געווען א היבשע פאר יאר עלטער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

badatz האט געשריבן:ב''ה
עומד אני ותוהה !!!!!!!
זה כמה שעות שהאשכול פתוח ואף אחד עוד לא כתב .
הלא רוב רובם של אונטער לענדער ואבערלענדער יודען החסידים היו להם שייכות עם בעלז ע''י בעל הערוגת-
הבושם ובניו שנסעו לבעלז ורוב הדיינים והשוחטים היו תלמידהם .
הרה''ק הנ''ל הי' רבי לאלפי ורבבות ישראל . הי' רבי של רעביס רוב צדיקי גליצי' והונגרי' נסעו אליו .
השתדך עם גדולי וצדיקי עולם . הרבי הראשון שיסד תנועה ומוסד-----מחזיקי הדת ------ יסד עיתון -שבועון-
בשם מחזיקי-הדת
.השתתף באסיפות הרבנים .עמד בקשר עם צדיקי וגאוני עולם . יש כל כך ליכתוב עליו .
מהרבה צדדים ---------------------------------------נא ונא להתחיל

ס איז כדאי אנצומערקן אז דער 'מחזיקי הדת' צייטונג איז ארויס אין לעמבערג, דער שותף לדבר מצוה צום בעלזער רב ר' יהושע'לע איז געווען הרה"ג ר' שמעון סופר אב"ד קראקא בעל מכתב סופר זצ"ל, דער היסטארישער צייטונג איז היינט צו באקומען אנליין ביי היברו-בוקס.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ואלה תולדות: הרה"ק רבי יהושע מבעלזא זצוק"ל, דער מיטעלער בעלזער רב, איז געבוירן געווארן אין יאר תקפ"ה צו זיין טאטן, הרה"ק רבי שלום, דער ערשטער בעלזער רב. ער איז געווען אַן איידעם בזיוו"ר ביי הרה"ק רבי שמואל אשכנזי, אַן אייניקל פון הרה"ק דער אפטא'ר רב; און בזיוו"ש ביי זיין שוואגער רבי אברהם יושע העשיל מראזילא. נאך זיין טאטנס פטירה, האבן אים די חסידים מכתיר געווען פאר א רבי, אויף זיין טאטנס פלאץ, טראצדעם וואס ער איז נישט געווען דער עלטסטער זון. ער איז געווען א רבי פון אסאך חסידים. ער איז געווען פון די מייסדים פון די באוואוסטע ארטאדאקסישע ארגאניזאציע "מחזיקי הדת", וואס האט לוחם געווען קעגן די מהרסי ומחרבי הדת אין גאליציע. סוף ימיו איז ער געפארן קיין וויען פאר אַן אפעראציע, און אויפ'ן וועג צוריק איז ער נסתלק געווארן לגנזי מרומים אינעם טאג כ"ג שבט, יאר תרנ"ד. א קליינע חלק פון זיינע הייליגע תורות זענען צוזאמענגענומען געווארן אין ספר "מהר"י".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס איז געווען א איד וועמענס זון איז ל"ע פלוצלים בלינד געווארן אויף ביידע אויגן. מיט גרויס צווייפל האט דער איד גענומען ארומלויפן מיט זיין זון פון איין דאקטאר צום אנדערן, פרובירנדיג צו טרעפן די ריכטיגע היילונג פאר דעם קינד'ס פלוצלימ'דיגע מחלה אויף די אויגן. די דאקטורים האבן אים טאקע אונטערזוכט, אבער יעדער האט באשלאסן דאס זעלבע: עס איז נישטא וואס צו טון!
א טרויער האט פארוואלקנט דעם איד'ס שטוב. דאס קינד וואס האט ביז דאן געהאט צוויי לעכטיגע בא'חנ'טע אויגן, איז אצינד ארומגעגאנגען קוקנדיג און טאפנדיג אין אַן איינזאמען פינסטערן וועלט, און דער טאטע האט מיט אומגעהויערער ווייטאג אויסגעהערט ווי די דאקטורים פאר'חתמ'נען איינער נאכ'ן אנדערן דעם גורל פון זיין קינד אז די מחלה האט נישט קיין רפואה, דאס קינד וועט מער נישט זען!
אין בעלזא איז נישט לאנג צוריק נסתלק געווארן דער גרויסער רבן ומאורן של ישראל דער הייליגער שר-שלום זצוק"ל, און זיין פלאץ איז פארטרעטן געווארן דורך זיין הייליגן זון הרה"ק רבי יושע זצוק"ל, דער מיטעלער בעלזער רב. ביז דאן האבן זיך טויזענטע אידן געצויגן קיין בעלזא צום שר-שלום, אידן זענען געקומען פון ווייט און ברייט צו נעמען א ברכה ביים רבי'ן דער ערשטער בעלזער רב; יעצט ווען דער רבי ר' יושע האט איבערגענומען זיין פאטער'ס ארט איז ער נאכנישט געווען אזוי באקאנט, אבער ווען דער איד האט געהערט אז הרה"ק רבי יושע איז געווארן רב אין בעלזא האט עס אריינגעבלאזן האפענונג אין אים, און ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום רבי'ן.
ווי דער בעלזער רב האט אויסגעהערט דעם איד'ס בקשה האט ער זיך עניוות'דיג פארענטפערט, זאגנדיג: פארוואס זענט איר געקומען צו מיר? מיט וואס קען איך אייך דען העלפן? אזוי האט זיך דער רבי כסדר מתנצל געווען מיט גרויס שפלות.
זעענדיג אז עס וועט אים נישט העלפן דאס דערקוטשען דעם רבי'ן, האט דער איד זיך אנגערופן צום רבי'ן: איך וויל דערציילן פאר'ן רבי'ן א מעשה וואס איך האב אליין בייגעוואוינט, און נאכדעם וועט מיר דער רבי שוין נישט אפשטופן, און ער האט דערציילט:
"עס איז געווען מיט אסאך יארן פריער, ווען איך בין געווען גאר א יונג קינד, און מיין טאטע האט מיר דאן געברענגט צום רבי'נס פאטער, דער שר-שלום ער זאל מיך פארהערן. דער רבי האט מיר טאקע פארהערט, און איך האב זיך גוט אויסגעצייכנט.
"בשעת מעשה איז דארט געשטאנען די רביצין מלכה ע"ה, וועמען איר הייליגער מאן דער שר-שלום האט זייער מחשיב געווען. ער האט זיך תמיד גערעכנט מיט איר מיינונג, [אמאל ביי א געלעגנהייט האט דער שר-שלום זיך אויסגעדריקט אויף איר מיט'ן פסוק: ומלכי צדק מלך שלם, טייטשנדיג 'אז מלכה איז א צדיקת, איז שלום א קעניג'] ווען זי האט געזען ווי דער רבי פארהערט מיך און איך ענטפער מיט אזא קלארקייט, האט זי זיך שטארק צוקרעכצט.
"דער שר-שלום האט דאן אויפגעהויבן זיינע הייליגע אויגן און געפרעגט דעם רביצין: אויף וואס קרעכצסטו? האט די רביצין ערקלערט אז זי וואונטשט זיך הלוואי זי זאל נאך זוכה זיין צו האבן אזא זון ווי אים, פונעם רבי'ן דער שר-שלום! אין יענעם מאמענט האט דער צדיק זיך שטארק צעקאכט און ער האט אויסגערופן צו די רביצין זאגנדיג: זאלסט זיך גארנישט זארגן, איך זאג דיר צו אז דו וועסט האבן א קינד וואס וועט נאך פארלייכטן די גאנצע וועלט! דערנאך איז געבוירן געווארן זייער לעצטער זון... און דאס איז דער רבי!
דער איד האט זיך דאן געוואנדן צום רבי'ן און גע'טענה'ט: איך געדענק גוט דעם גאנצן סיפור, און אצינד אז איך זעה אז די הבטחה איז פולקאם מקויים געווארן, פארלאנג איך פונעם רבי'ן א ברכה אז מיין זון זאל צוריק אנהויבן זען.
דער רבי ר' יושע האט אויסגעהערט דעם איד'ס גאנצע סיפור, און הערשט ווען ער האט פארענדיגט האט זיך דער רבי אנגערופן צו אים: אויב אזוי, וועל איך דיר טאקע העלפן - אבער זעה נישט צו דערציילן פאר קיינעם דערוועגן. דאן האט דער רבי גענומען זיין פאטשיילע און דערמיט אפגעווישט דעם קינד'ס אויגן. א גרויסע נס האט דאן פאסירט און דאס קינד האט ווייטער אנגעהויבן זען אויף ביידע אויגן ווי פריער.
דער איד האט טאקע פרובירט צו פאלגן דעם רבי'נס בקשה און נישט דערציילן קיינעם דערוועגן, אבער זעענדיג אז ער איז אריין צום רבי'ן מיט א בלינדן קינד און ארויס מיט א זעוועדיגן קינד און ס'איז אלס דער זעלבער קינד, האבן מענטשן באלד פארשטאנען ווער ס'האט עס אנגעארבעט, און דער נאמען פונעם רבי'ן הרה"ק רבי יהושע מבעלזא זצוק"ל איז נתפרסם געווארן אלס גרויסער בעל-מופת און פועל ישועות בקרב הארץ.
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

ער האט געהאט א אינטרעסאנטע פטירה
ער איז געפארען קין וויען האבען א אפיראציא אין ער איז דארט נסתלק געווארען
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

עס איז געוועהן א איד וואס האט זיך געדארפט באפרייען פין מיליטער, אבער עס איז נישט געוועהן קיין שום סיבה פארוואס מ' זאל אים פטר'ן, ער איז ער געקומען צו פארען אויף שבת קיין בעלזא, צו הרה"ק ר יהושע זי"ע, אין ער איז אריין ערב שבת מיט א קוויטעל, האט דער רב ז"ל געהייסען ער זאל קומען צו אלע טישען דורך שבת, וכן הוה, אין יעדעס מאל וואס דער רב ז"ל האט אים געוואלט געבען שיריים האט ער אים גערופען "צדוק" (דאס איז נישט געוועהן זיין נאמען) ער האט זיך זייער געווינדערט וואס דאס מיינט, יענער וואך איז ער אראפ געפארין צו מיליטער צו באזוכען צו זעהן אויב ער איז ראי צו גיין אין מיליטער, ווען ער איז אנגעקומען האט אים דער אפיציער געזאגט איר זענט דאך צו-דיק אין אזוי איז ער געווארען געפטרט פין מיליטער
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

החריף האט געשריבן:ער האט געהאט א אינטרעסאנטע פטירה
ער איז געפארען קין וויען האבען א אפיראציא אין ער איז דארט נסתלק געווארען

ב''ה
א גיטע וואך .וואס איז דיא "אינטרעסאנטקייט"פליז עקספליין
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

ער איז אוועק געפארען אויף אפעראציא, אין ער איז ליידער נסתלק געווארען, דער חסידים האבען אים אפגעווארט מיט בגדי שבת דער וועג צוריק
אבער ליידער איז אנגעקומען דער ביטירע בשורה, אז ער איז נסתלק געווארען
א גוטע וואך
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
דיין נוסח איז א נייער נוסח .
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

badatz האט געשריבן: ב''ה
א גיטע וואך .וואס איז דיא "אינטרעסאנטקייט"פליז עקספליין

מיט די טעמע פון די מאנאט, קריינא דאיגרתא איהוי ליה פרוונקא, אדער שמיר אריין איינע פון די צענדליגע באשרייבונגען.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אפשר קען איינער אויסרעכענען די קינדער פון ר' יהושע'לע בעלזער זצ"ל, אויסער וואס איך געדענק?

א) הרה"ק מהרי"ד ממלא מקומו בבעלזא זצ"ל
ב) הרה"ק ר' שלום מסקאהל (חותן מהר"א מבעלזא זצ"ל)
ג) חתנו ר' יחאל העשיל מקרילאוויץ (חותן רי"י מטשחויב זצ"ל)
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דער עלטסטער זוהן איז געווען דער סקאהל'ער רב, נאך פון די קינדער איז געווען,
חתנו הרה"ק ר' שמחה ישכר בער מ'ציעשנוב,
בנו הרה"ק ר' נפתלי אב"ד נאוואריע חתן בזו"ר הרה"ק ר' אליהו מ'זידיטשויב,
ובזו"שנ ובזו"של חתן דודו הרה"ק ר' משה יוסף שפירא גיס אביו הרה"ק מהר"י חתני הרה"ק ר' שמואל אשכנזי.
מיללער האט געשריבן:ג) חתנו ר' יחאל העשיל מקרילאוויץ (חותן רי"י מטשחויב -בזו"ר- זצ"ל)
שם זוגתו מירל, נפטרה בחיי אביה, (נאך א איידעם איז געווען הרה"ק ר' אשר ישעיה מ'פראכניק [שם זוגתו פרומט] בן הרה"ק המלבוש מ'ווערעצקי-זידיטשויב)
ועמך כולם צדיקים
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ביקסאד האט געשריבן:דער עלטסטער זוהן איז געווען דער סקאהל'ער רב, נאך פון די קינדער איז געווען,
חתנו הרה"ק ר' שמחה ישכר בער מ'ציעשנוב,
בנו הרה"ק ר' נפתלי אב"ד נאוואריע חתן בזו"ר הרה"ק ר' אליהו מ'זידיטשויב,
ובזו"שנ ובזו"של חתן דודו הרה"ק ר' משה יוסף שפירא גיס אביו הרה"ק מהר"י חתני הרה"ק ר' שמואל אשכנזי.
מיללער האט געשריבן:ג) חתנו ר' יחאל העשיל מקרילאוויץ (חותן רי"י מטשחויב -בזו"ר- זצ"ל)
שם זוגתו מירל, נפטרה בחיי אביה, (נאך א איידעם איז געווען הרה"ק ר' אשר ישעיה מ'פראכניק [שם זוגתו פרומט] בן הרה"ק המלבוש מ'ווערעצקי-זידיטשויב)

ב''ה
נעשה כאן קצת סדר מבני האמו''ר האמצעי זצ''ל
א] חוה אשת הרה''ק ר' משה מרדכי זצ''ל ממקאראוו-קאדני ומנו''כ בבארדיטשאוו
ב]מירל אשת הרה''ק ר' יחיאל זצ''ל מקרילאוויץ ומנו''כ בקעשענעוו
ג]הרה''ק ר' שמואל זצל מסקאהל חתן הצמח מוויזניץ ומנו''כ בסקאהל
ד] הרה''ק ר' ישכר דוב זצ''ל מבעלז חתן הרה''ק ר' ישעי' זוסיא בן הרה''ק ר' אהרן מטשערנאביל ומנו''כ בבעלז
ה]הרה''ק ר' ארי' לייביש זצ''ל ממאגראוו חתן הרה''ק ר' מנחם נחום זצ''ל בן ר' אהרן מטשערנאביל ומנו''כ בראווא רוסקא
ו]הרה''ק ר' נפתלי יצחק מאיר זצ''ל מרעדים ומנו''כ כבודו בגראסווארדיין
ז]פריידא אשת הרה''ק ר' שמחחה ישכער בער זצ''ל מטשעטשענעוו ומנו''כ שם
כל אלו מזיווג ראשון
ומזיווג שני בת אחת
אשת הרה''ק ר' זאב וואלף זצ''ל טווערסקי בן הרה''ק ר' מרדכי יוסף זצ''ל מזלאטאפאלי-ווארשא בן הרה''ק ר' דוד זצ''ל מזלאטאפאלי בן הרה''ק
ר' יוחנן מראחמאסטריווקא ור'מ''י הנ''ל הי' חתן ר'אי''ה בן הרה''ק ר' יצחק מסקווירא וחתן ר' נחום בן הרה''ק ר' אהרן מטשערנאביל ונעקד עקיה''ש
הי' גר בקראקא
ב
ו']הרה''ק ר' נ
א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווארט »

אז מ'רעדט פון חסידות און אונגארן איז דאך דער היינט נאכטיגער בעל הילולא הרה"ק מקאלוב געווען דער ראש. באמת איז דער בארדיטשובער רב מיטן און רבי אהרן מזיטאמיר שוין געווען און אונגארן (סעליש?) (((און בנוסח חב"ד גם ר' ברוך אבי הבעל התניא))), נאכדעם די חסידי אשוואר וואס אטייל זענען דערנאך געגאנגען קיין רופשיץ. נאכדעם זידיטשויב (קאמארנא), שפעטער דער דער בני יששכר אין מונקאטש. יעצט הערשט צאנז ווי אלע א גרויס חלק רבני אונגארן זענען שוין געווארן מקושר צו איהם.
אבער דער ערוגת הבושם האט מיט זיין ישיבה אריין געברענגט דרך החסידות צווישן זיינע תלמידים, און פון זיי זענען אויסגעוואקסן די מורי הוראה און די שוחטים - אין אנדערע ווערטער ביי די זאכן וואס מ'זוכט "ירא שמים", וואס זיי זענען געווען צושפרייט אין די שטעטלעך און דערפלעך אין אונגארן.

יא דער ערוגת הבושם האט טאקע מקבל געווען ביי עטליכע צדיקים, אבער רוב תלמידים זענען שוין געווארן מקושר לבית בעלזא, ווי דער זריעה איז נאך געווען ביים מיטלען בעלזא רב.

זיין ברודער דער קרן לדוד איז שוין געווען אביסל שפעטער.
תכלית הידיעה אשר לא נדע
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

לחיים לחיים, לרגל היומא דהילולא.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

האם יכול מאן דהוא, לתאר הנהגת אדמו"ר מהר"י זצ"ל.
כמדומה שהנהגת נכדו הרה"ק מהר"א זצ"ל הי' מאוד בדומה לזקינו המיטלער רב זצ"ל.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”