רבי משה יוסף טייטלבוים מאיהעל זצ"ל - כ"ד טבת תרנ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

דוד לייבעלע
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד לייבעלע »

די דריי קהילות האב איך געהאט שוין פון לאנג געוואוסט, יעצט האב איך אויך געטראפן א תנא דמסייע, און עס איז פאר זיך אליין א אינטערעסאנטע מאמר אין המאור, ווי עס קוקט אז איינער האט געהאט טענות אויף הרה"ג ר' שלום ווייס בעמח"ס כתנת תשבץ על מדרש פליאה ועוד כמה ספרים, פארוואס ער רופט זיך אב"ד אוהעל, און ער שרייבט דארט פון די דריי קהילות אין אוהעל פארן קריג און אז ער איז געווען א תלמיד פון ר' הערש דיק ז"ל פון די אשכנז'ישע קהל יראים, און נאכן קריג איז ער (ר' שלום) צוריק געגאנגען קיין אוהעל און געווען דארט דער רב אין די אשכנז'ישע קהילה ממילא זאל מען נישט האבן קיין טענות ווייל דער בנין דוד איז נישט געווען רב אויף גאנץ אוהעל נאר אויף איין קהילה פון אוהעל, קוק דא ותמצא נחת.[/quote]

ווייסט איינער אפשר ווי דער הרב שלום הכהן וויס איז נטמן און אפשר גאר א בילד פון די מצבה? (בין איך גירעכט אז ער איז די שווער פון איינע פון די באסטאן רבי'ס?)
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

באסטאן רבי פון באסטאן ר' נפתלי איז ביי אים אן איידעם
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

viewtopic.php?p=948470#p948470
סביב העולם האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן:ספר מילי דמיטב עם הגהות בנין יקותיאל
בילד
דיזען וואך האט הגה"צ ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א אבדק"ק סי-געיט ביי זיין יערליכע שבת שובה דרשה זיך אויסגעשמועסט ברבים פארן ציבור אלס אן הקדמה פאר די סוגיא וואס ער האט נאכגעזאגט פון זיין זיידן, האט ער געשילדערט די גאנצע השתלשלות וויאזוי די כתבי יד פון אריבער הונדערט יאר צוריק ליגט ביי איהם אין אוצר פון זיין זיידן רבי משה יוסף טייטלבוים זצ"ל בנו של מרן הייט"ל זי"ע, ער זאגט אז עס איז געליגן ביז פארן קריג ביי זיין פאטער אין באזיץ הגה"צ אבדק"ק ווייטצען זצ"ל בעל בנין צבי, ער האט פארן קריג מורא געהאט אז עס וועט פארלוירן גיין חס ושלום די אלע הערליכע ווערק פונעם זיידן רבי משה יוסף זצ"ל, האט ער גענומען דעם אור אלטן פאטענט פונעם זיידן יעקב אבינו, אז מען וועט צוטיילן די כתבי ידות לשני מחנות, אם יבא אל מחנה האחת והכהו והיה המחנה הנשאר לפליטה!, וכך הוה ער האט גענומען די מייסטערווערק פון דברי אגדה על התורה ומועדים געלייגט באזונדער, און די חידושים אויף די סוגיות געגעבן פאר'ן זוהן הגה"צ מסיגעיט ער זאל עס אריבער פירן צו א געוויסן גוי אין איהם באצאלן א באדייטענדע סומע כדי ער זאל עס האלטן ביי זיך במשך די קריג, און דערנאך וועט מען עס קומען אפנעמען פון איהם (דא איז דער סי-געיט'ער רב אריין אין א אריכות פון זיין הצלה והשחרור בימי השואה אשר לא עת האסף פה) נאכן קריג איז נעבעך פארלוירן געגאנגן די ערשטע העלפט, און עס איז בלויז איבערגעבליבן די צווייטע העלפט, וועלכע עס ליגט ביי איהם אין אוצר, אין אמת'ן אריין האט ער שוין בערך פיפציג יאהר צוריק געקלערט אז ער וועט עס ארויסגעבען כליל בהדרו לאור עולם, אבער לא עלתה בידו מחמת טירדות שונות, דאנסמאל איז ער אראפ געפארן קיין ארה"ק אין גענומען א הסכמה פון טשעבינער רב זצ"ל, און דערנאך פון מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, ער האט ביי זיך זייערע הסכמות אין כתב יד שלא ראה עדיין אור עולם, איצטעט אזוי ווי זיין זוהן רבי דוד האט איהם צוגעאיילט אז ער זאל עס ארויסגיבן בקרוב, צוליב וואס זיין אנדערע זוהן ר' פנחס שליט"א מאכט אי"ה בשעטומ"צ חתונה און נאנטן מיט אן אייניקל פון אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א וועלכע זענען אויך אייניקלעך פון רבי משה יוסף זצ"ל איז נישט מער ווי פאסיג ארויסצוקומען צום חתונה מיטן ספר.
די ספר וועט זיין באצירט מיט הגהות וואס דער סי-געיט'ער רב האט געמאכט פארשידענע השואות און געוויסע זאכן וואס ער האט מפענח געווען, ער האט פון אנפאנג איבערגעשמועסט אלסדינג מיטן טאטן אין שיקאגאו, שפעטער איז ער איבערגעגאנגן יעדע סוגיא לאורכהולרוחבה ביי זיינע שיעורים תמידין כסדרם מיט די סיגעיטע בעלי בתים.
די הגהות וועלן גערופן ווערן "בנין יקותיאל".



-

האט איינער דא דעם נייעם ספר 'מילי דמיטב' ? זענען די צוויי בריוון פונעם אוהעלער רב זצ"ל - וואס איז געדרוקט געווארן אין 'המאסף' בסוף שנת תר"ע - אריינגעדרוקט געווארן אינעם ספר?
אטעטשמענטס
TB1.png
TB2.png
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

עס איז דא דארטען.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פארצייטישע האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:בני ר' חיים יעקב מלימינוב
ב-א) בנו ר' יחזקאל מלימינוב
ב-ב) בנו ר' שלום לאויט"א (נ.י.)
ב-ג) חתנו ר' צבי הירש מייזליש מווייצען בן גיסו הבנין דוד מאיהעל
ב-ד) תתנו (בזוו"ר) ר' שלמה האלבערשטאם מבאבוב (השני)



עס פעלט דא אביסל וועגן משפחת ר' חיים יעקב
א) ער האט געהאט א זוהן שלמה - פארשטייט זיך נאכ'ן זיידן דער מהר"ש מבאבוב הראשון - ער איז געווען א איידעם ביי ר' חיים טייטלבוים דומ"ץ בריגל, בן ר' מנשה ט"ב ראב"ד בריגל, בן ר' נחום צבי מדראהביטש, בן ר' אלעזר ניסן, בן הישמח משה, ער מיט זיין רעביצין זענען אומגעקומען אין קריג, [א בילד פון אים איז אויף די דעקל שלומה של מלכות גליון ל' צוזאמען מיט'ן ק"צ און מהר"ש מבאבוב, (אויפ'ן דעקל שטייט נישט די פרטים פון די בילד, נאר זיי האבן עס אויך געלייגט אינעווייניג אויף עמוד 19 וואס דארט שטייט ווער ס'איז) זיין טאכטער חנה איז איבערגעבליבן אין האט חתונה געהאט צו א חשובע ליבאוויטשער חסיד מיט'ן נאמען דיסקין, זי לעבט נאך היינט אין בני ברק. ווען מהרנ"ץ מבאבוב פלעגט פארן קיין ארץ ישראל, פלעגט ער כסדר גיין באזוכן ביי זיי, זייענדיג א ערשטע קאזין.
ב) ער האט געהאט נאך צוויי זוהן וואס זענען אומגעקומען אין קריג הי"ד, אפשר טעכטער אויך אבער איך ווייס נישט
ג) זיין זוהן יחזקאל האט געהייסן יחזקאל שרגא, און איז געווארן רב אין לימונוב נאכ'ן פטירה פון ר' חיים יעקב [ער איז געווען א איידעם ביי ר' מנחם אונגער מדאמבראווא (בן הרה"ק ר' משה אליקים בריעה זצ"ל).
א בילד פון ר' יחזקאל שרגא איז דא אין שלומה של מלכות גליון ב' עמוד 9 צוזאמען מיט זיין שוואגער בזוו"ר מהר"ש מבאבוב ז"ל, - איך האב נישט קיין סקענער -[אגב דארט איז דא א טעות וואס ס'שטייט אויף אים "הי"ד" אבער למעשה האט ער געלעבט נאכ'ן קריג אין ארץ ישראל.] דער בילד קען מען אויך זעהן אין די ספר "חדוותא דמלכא" עמוד ק"א, וואס איז ארויסגעקומען ביי נישואי בת האדמו"ר מבאבוב 45 שנת תשס"ו, עמוד ק"א
ד) זיין זוהן ר' שלום שיחי' וואוינט היינט אין לארענס ביי זיין איידעם, ער גייט מיט א קראך היט, און קליין בארד, א בילד פון אים איז דא אין סוף פון די ביכל nor the noon by night וואס באבוב האט ארויסגעגעבן יארן צוריק אויף די מלחמה.
איך האב געוואלט שרייבן אז ער איז די איינציגסטע געבליבענע רעכטע אייניקל פון ערשטן באבובער רב, אבער נאכדעם האב איך מיך געכאפט אז עס לעבן נאך צוויי טעכטער פון קדושת ציון אין לאנדאן.


די איינלאדענונג צו די חתונה פון מרת חנה בת רבי שלמה טייטלבוים מלימינוב הי"ד בן רבי חיים יעקב זצ"ל - פון דא:
http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 95#p286395

ווער איז די מומע "הרבנית רבקה דכנר" וואס שרייבט אונטער מצד הכלה?
אטעטשמענטס
תמונה %2845%29.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מיללער האט געשריבן:ווער איז די מומע "הרבנית רבקה דכנר" וואס שרייבט אונטער מצד הכלה?

New Picture (37).jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

New Picture (36).jpg
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

תעודת לידה פון הרבנית לאה זיסל בת הרב משה יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

עס איז מופיע 2 מאל אין די מאטריקעל, נולדה ביום השבת ל' לחדש אב שנת תרמ"ז

02-record-image_S3HT-DZ57-FZB-tetelbaum.jpg


01-record-image_S3HT-DZ57-FFF-tb - Copy.jpg
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:יישר כח יוסף
לכאורה אכן מדובר בניסן בן ר' מ"י. בכלל אני חושב שלא הי' אחר בשם ניסן


מצאתי תמונת מציבתו [המחודשת] של ר' אברהם ניסן ט"ב בנו של ר' משה יוסף, המצביה הוא על הביה"ח (החדש) באיהעל, אני מנחש שהשם אברהם הוסיפו לו בחליו

זייער אינטערסאנט אז אויפן מצבה שטייט אברהם ניסן.
ווייל איך האב געזען ער ווערט אראפ געברענגט און אנדערע פלעצער אלטס רבי אלעזר ניסן ,און ער ער האט זיך אונטער געשריבן ניסן אליין.

בדרך אגב האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית מרת העסא טאכטער פון זיין פעטער הרה"ק הקדושת יום טוב מ'סיגוט זצוק"ל און ער איז ל"ע קראנק געווארען זייער אינג און קיין קינדער האט ער נישט געהאט האט ער געגעבן א'גט זיין רעבעצן לפני פטירתו אז זי זאל נישט דארפן נעמען קיין חליצה .

און זי האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט הרה"ק רבי חיים מאיר יחיאל הארוויטץ הי"ד אבד"ק רייניזשאוו (מגזע מעליטץ דזשיקוב).
און געהאט א'טאכטער הרבנית חנה אשת הרה"צ רבי מנחם מענדל רובין זצ"ל אבדק"ק מוזשאוי.


מצאתי ברשימת מעות קדימה לספר עצי העולה סיגוט תרנ"ט

נזכרים הקדושת יו"ט, בנו ר' חיים צבי העצי חיים, חתנו ר' ניסן

עצי העולה חתנו ר ניסן.JPG
עצי העולה חתנו ר ניסן.JPG (24.05 KiB) געזען 5491 מאל
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

badatz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
בד"צ האט געשריבן:הרה''ק ר' משה יוסף זצ''ל אב''ד אוהעל הי' אדם השלם ממ''ש נחמד למראה ונעים הליכות פאר הדרשנים.
אכל קעסט אצל חו''ז הדברי חיים בצאנז . אך נפטר בקוצר ימים בבעקעש טשאבא [כידוע המכתב של השינעווער רב ] ובניו אחריו ג''כ לא הצליחו להמשיך עדה וברבנות כידוע ויפה השתיקה .
ועכשיו לשאלתך -ביתו הנ''ל נשארה גלמודה.


כבוד הבד"צ,
וואספארא מכתב איז פארהאן פונעם שינאווא רב איבער די פטירה פון ר' משה יוסף?

ב''ה
כשהר''הצ מאוהעל נסע על שב''ק לטשאבא והוא הי' בעל דרשן נפלא ומעורר את הלבבות להתקשר ולעבוד את שמו יתברך .שלח הרה''ק סבא קדישא
משינאווא זי''ע טלגרמא לטשאבא למסור להב מאוהעל שלטובתו שלא ידרוש . אך לא מסרו את הטלגרמא להב מאוהל וקרה מה שקרה .את זה שמעתי
מהדיין הגה''ג הרחי''מ שליט''א פריעדמאן

יאסל האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואסערע מכתב סאיז דא, אבער די מעשה איז ידוע אז ווי באקאנט איז ר' משה יוסף געווען אן אויסטערלישער מגיד ומעורר מיט זיינע דרשות, איז דאכט זיך ער איז געווען ערגעץ ווי אויף שבת אין זיך געגרייט ווי זיין סדר צי זאגען זיינע דרשות, דער שינאווער רב אים געשיקט באפעלען אז ער זאל מער נישט זאגען קיינע דרשות, דאכט זיך אז ער האט דאס אפגעזאגט ווייל ער האט געהאלטען אז דאס איז זיין תפקיד דאהי, אין יענעם מוצאי שבת איז ער אוועקגעפאלן מיט א סטרויק ל"ע פון וואס ער האט זיך שוין נישט ערהוילט.

הגה"צ ר' יהושע חיים ט"ב מטשענסקאוויץ זצ"ל (נפטר בארה"ב בשנת תשכ"ו) הי תלמידו של ר' משה יוסף. הוא סיפר שהרה"ק משינאווא שלח לו טעלעגראם קודם פסח שלא ידרוש. כשהי' ר' משה יוסף אצלו אמר לו "איך בין א רב אין אונגארן ושם א"א בלי דרשה." והרה"ק משינאווע לא הגיב כלום. הוא קיבל זאת כהסכמה, אך למעשה דרש רק בהלכות פסח ולא בפלפול ואגדה. אח"כ נסע לשבת לעיר אחת (איננו זוכר כעת איזה עיר,) וכשהי' אצל המזוזה אמר "ווען ס'וואלט מיר איינער געזאגט איך זאל נישט פארן וואלט איך נישט געפארן." וכנראה דמזליהו חזי, אך כולם שתקו, ונסע. למעשה חלה ונפטר בדרך. אח"כ הי' דו"ד היכן להניחו, כיון שהביה"ח הישן ששם מנו"כ של היש"מ הי' תחת בעלות הנעאלעאגן והם תבעו ויתורים בענינים שונים כדי להניח לקבר אותו שם .והושיבו בי"ד, והרה"ק בעל קדויו"ט העיד לפני הבי"ד שהוא יודע בבירור שאחיו קיבל את הרבנות באוהעל, הגם שהציעו לו בערים גדולים מזה, אך ורק בשביל שרצה ליקבר באוהל היש"מ, אבל הוא משער שאם הי' יודע שצריכים לותר להנעאלאגן (מסתמא לא הי' בעניני יהדות שאז ל"צ בי"ד לזה..) הי מותר ע"ז. ופסקו שאכן אין לקברו באוהעל שקברו אותו בסיגוט.
ומרן מסאטמאר ביקש כמ"פ ממנו שיספר לו הסיפור, באמרו שהוא שמע מעט מאוד "אינדערהיים" אודות דודו.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

יוסף שרייבער האט געשריבן:
פייש קרויז האט געשריבן:ביי ר' ירמי' לעוו'ס צייטן איז געווען דער רב ביי די חסידים, הרה"צ ר' אברהם אבלי ראפאפארט-הארטשטיין, ס'איז דא א מורא'דיגע בריוו פון ר' שמעון סופר, וועגן די מחלוקה הידוע, ווי ער טיטולירט אים שטארק מיט זיין צדקות.

ר' פייש איר דרייט זיך נאך דא? וואס איז אייער מקור אז ר' אברהם אבלי ראפאפארט-הארטשטיין איז געווען דער רב ביי די חסידים?

בס' הגאון הקדוש בעל ישמח משה בערכו של אביו ר' פנחס אריה שטייט למטה ראה בערכו אבער למעשה האט ער נישט קיין ערך בספר הנ"ל.

ד"א בהקדמה לספר שלשלת זהב שרייבט ר' אברהם אבלי הכהן בן ר' מאיר אליעזר הכהן, "כאשר כתב לנו אבי מורי ז"ל בספרו "בית אבות" באריכות" ,איך טרעף נישט אין ערגעץ זיין ספר בית אבות ווייסט איינער אויב מען האט עס אמאל געדרוקט?


דא רופט אים אן שלמה ליב וואסערמאן "נשיא עדתינו"
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בןהרחמן האט געשריבן:דא איז די בילד אין גרעסער
בילד
Visit of Polish President Ignacy Moscicki in Malopolska-stay Limanowa (געטרענסלעיט פון פויליש)


דא איז דא א בילד פון מעמד פתיחת בנין המקוה בעיר לימינוב בשנת תרפ"ב - זעהט מען רבי חיים יעקב מלימינוב?:
בילד
בילד
Formal Opening of Bath House in Limanowa
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

קיינער פון זיי גייען נישט קיין רבי'שע מלבושים
דביה תחדי נפשא
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

א גוט ווארט פון ר' משה יוסף [נוגע בזמנינו ודי..]
לעמבערגער טאגבלאט, שבת, נובמבר 07, 1931; עמוד 7
אטעטשמענטס
image.png
image (1).png
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

בא לחזק ונמצא חוזק..
אטעטשמענטס
image (4).png
image (4).png (2.56 KiB) געזען 5078 מאל
image (3).png
image (3).png (12.49 KiB) געזען 5078 מאל
image (2).png
image (2).png (13.76 KiB) געזען 5078 מאל
אפטא
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 9:21 pm

קאנסוס פון ר' משה יוסף פון די קהלת אורטודוקסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטא »

בלעטל האט געשריבן:
בןהרחמן האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:ר' משה יוסף עזב את סטראפקוב בערך בשנת תרנ"ב (לפי מקור אחר בשנת תרנ"ח אבל כמובן זה לא יכול להיות הרי הוא נפטר בשנת תרנ"ז), את מקומו מילא (משנת תרנ"ח) ר' אברהם שלום האלברשטאם בן הדברי יחזקאל ששימש שם כאב"ד ואדמו"ר במשך עשרות שנים.

לצד שניהם כיהן הדומ"ץ וראב"ד ר' יצחק צבי אמסל.
כמו בהרבה עיירות אחרות גם בסטראפקוב היה סכסוך חריף בין הקהילה החסידית מתפללי נוסח ספרד והקהילה הכללית מתפללי נוסח אשכנז.

עס איז דא א קאפי פון די קאנסוס פון די קהילת אורטאדאקסען ד'אוהעל פאר ר' משה יוסף דאכט זיך עס איז פאר תרנ"ב (אולי תר"ן), אבל אינני זוכר בדיוק, ואולי טעיתי.

---

יעצט זעה איך אויף עמוד 2 פון דעם אשכול איז דא א קאפי פונעם אוהעל'ער יזכור בוך און דארט שטייט תרנ"א.

וואו דארף צו ליגן די קאפי פונעם קאנסוס ?
איך האב א חלק פונעם ערשטן בלאט, און איך זוך די איבעריגע חתימות פון די אנדערע זייט.


גם אני מצטרף. ווער קען ארויף לייגן די צוייטע בלאט פונעם קאנסוס מיט די אללע איבעריגע חתימות. (פאראנען געדרוקט אויף עטליכע פלעצער, אבער מי זיכן א קאפי דערפון)
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9623
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

וואו קען מען זעהן די כתב רבנות פון רבי משה יוסף פון אוהעלי מיט די חתימות פון די חותמים ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע: israel

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

ווער איז דאס ר' אהרן טייטלבוים ז"ל מאוהעל, וואס האט גענומען א טייל אין דעם צד פון רבי ברכי' ??
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלם תובב”א
יגל
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:26 am

רבי משה יוסף טייטלבוים מאיהעל זצ"ל - כ"ד טבת תרנ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגל »

תמונת הפספורט של ר' יחזקאל שרגא הלברשטאם-טייטלבוים מלימאנוב (שם זו' בת ר' מנחם אונגאר מדאמבראווא היה ברכה ליבא)
אטעטשמענטס
לימאנוב.JPG
לימאנוב.JPG (4.83 KiB) געזען 3228 מאל
קארלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 2:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלין »

איינער האט אפשר א בילד פון חתימה - כתב יד פון רבי משה יוסף מאיהעל זי"ע?
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

צאצאי רבי משה יוסף ט"ב וסדר לידתם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

א. בנו, רבי ירחמיאל, נולד בזבארוב לערך שנת תרכ"ו־כ"ז. נפטר בסטראפקוב בן כ"ד שנה ביום ח"י לחדש אדר שנת תר"נ (על פי תעודת הפטירה). זוגתו מרת אסתר בת רבי יעקב צבי מפוריסוב.
ב. בנו, רבי ברכיה אב"ד אוהעל. נולד בשנת תרל"ד. נפטר בבודאפעסט בן מ"ג שנה ביום כ"א לחדש אדר שנת תרע"ז ומנו"כ בסיגוט (מתוך נוסח מצבתו). זוגתו מרת חנה מלכה בת בעל 'צבי לצדיק' מבלאזוב.
ג. בנו, רבי חיים יעקב אב"ד לימנוב. נולד לערך שנת תרל"ה. נפטר ביום כ"א לחדש מר־חשון שנת תרצ"ד, ומנו"כ בבאבוב. זוגתו מרת חיה שינדל בת רבי שלמה מבאבוב. נישואיהם התקיימו בסיון תרנ"ד. (מאורי גליציה בערכו).
ד. בתו, מרת רויזא בלימא, אשת בעל 'בנין דוד' אב"ד אוהעל. נולדה בסיגוט ביום שמיני עצרת שנת תרל"ז (על פי תעודת לידה). נישואיהם התקיימו בניסן שנת תרנ"ז בעיר באבוב. נעקד"ה בשנות הזעם ביום ט"ו לחדש סיון שנת תש"ד.
ה. בנו, הילד יקותיאל יהודה, נולד בסטראפקוב ביום כ"ד לחדש אלול שנת תרמ"ג, ונפטר שם ביום י"ז לחדש ניסן שנת תרמ"ד (על פי תעודת הפטירה).
ו. בנו, הילד יצחק צבי, נולד בסטראפקוב ביום כ"ה לחדש מר־חשון שנת תרמ"ה. נפטר שם ביום כ"ח לחדש שבט שנת תרמ"ז (על פי תעודת הפטירה).
ז. בתו, מרת לאה זיסל, נולדה בסטראפקוב ביום ל' אב אדר"ח אלול שנת תרמ"ז (על פי תעודת לידה). נפטרה באוהעל בת כ"ז שנה ביום כ' לחדש מר־חשון שנת תרע"ה בת כ"ז שנה (מתוך נוסח המצבה). לכאורה היא היתה אשת רבי יהודה לייבוש עהרליך מדעלאטין, נישואיהם התקיימו בחדש שבט שנת עת"ר (מתוך מכ"ע 'מחזיקי הדת').

ילדים אלו לא הצלחתי לע"ע לברר במדוייק סדרם
ח. בנו, רבי אריה חתן האדמו"ר מפארציווא כ"כ בתולדות בראש ספר מילי דמיטב, אבל בטח איזה טעות סופר יש כאן, כי הרב מפארציווא לא היה מחותן עם רבי משה יוסף ??? [ברשימות לעיר סטראפקוב יש רישום מיתה, לאריה טייטלבוים, וכתוב שאביו הוא הרב, נפטר בן כ"ה שנה ביום ט"ז לחדש מנחם־אב שנת תרנ"א, ולפי זה נולד בשנת תרכ"ו לערך. וכן רשום שם שנולד בזבארוב. השאלה אם זה הוא. ואם כנים דברינו אז הוא בן הבכור ולא רבי ירחמיאל הנזכר לעיל].
ט. בתו, מרת חוה טויבא, אשת רבי שלום האלברשטאם מניסקא (משנת תרמ"ט לערך). לאחר נישואיהם גרו בעיר סטראפקוב [הם היו נשואים כבר לכה"פ בחורף תרמ"א - כי ברשימות הלידה רשום להם ילד הנולד ביום ב' דראש השנה תרמ"ב].
י. בתו, מרת ברכה, נפטרה ביום ט"ז לחדש תמוז שנת תרצ"ז. בעלה ש"ב רבי נפתלי ט"ב מנירבאטור, נפטר יום ג' לחדש אלול שנת תרח"צ ומנוחת כבודם בנירבאטור. לאחר נישואיהם גרו בעיר סטראפקוב [הם היו נשואים כבר לכה"פ בחורף תרמ"ה - כי ברשימות הלידה רשום להם ילד הנולד בשמיני עצרת תרמ"ו].
יא. בנו, רבי אברהם ניסן, נפטר ביום כ"ח לחדש מר־חשון שנת תרס"ה, ומנו"כ באוהעל. זוגתו מרת העסא בת דודו בעל 'קדושת יום טוב' מסיגוט. נישואיו התקיימו ביום טו"ב סיון תרנ"ז בעיר סיגוט (על פי נוסח ההזמנה לחתונה שלו, הנדפס בליקוטי תוספות יו"ט בסוף ספר 'קדושת יו"ט' החדש. ושם מוזכר בשם ניסן לבד, וכן בכמה חתימות ששרדו מידו, וכנראה שהשם אברהם נוסף לו בחליו, כי כ"כ שמו במצבה שלו).
יב. בתו, מרת חיה רבקה, אשת רבי אליעזר הורוויץ האדמו"ר מחאנטשין בקיעלץ. נולד לערך שנת תרכ"ו, נפטר בן נ"ג שנה בערב שבועות שנת תרע"ט ומנו"כ בקיעלץ באהל אביו.
לעצט פארראכטן דורך אוהב ספרים אום מיטוואך יולי 10, 2019 8:29 pm, פארראכטן געווארן 7 מאל.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

נסין האט אויך געהייסן אברהם?
אגב, כ'האף דו קוקסט נאך אין די אריגינאלע מעטריקל פון סטראפקוב צו זען וועמען דער דאקטאר האט אויסגעמעקט במקום די אלע פטירות ודי
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

אוהב ספרים האט געשריבן:
ג. בנו, רבי חיים יעקב אב"ד לימנוב. נולד לערך שנת תרל"ד. נפטר ביום כ"א לחדש מר־חשון שנת תרצ"ד, ומנו"כ בבאבוב. זוגתו מרת חיה שינדל בת רבי שלמה מבאבוב. נישואיהם התקיימו בסיון תרנ"ד. נפטרה ט"ו אב תרס"ב. ובזוו"ש נשא את מרת רעכיל בריינדל בת רבי מנשה טייטלבוים נכד בעל 'ישמח משה' (מאורי גליציה בערכו).

ער האט געגעבן א נאמען חיים בחייו פון צאנזער רב?
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

גלאזער האט געשריבן:נסין האט אויך געהייסן אברהם?
אגב, כ'האף דו קוקסט נאך אין די אריגינאלע מעטריקל פון סטראפקוב צו זען וועמען דער דאקטאר האט אויסגעמעקט במקום די אלע פטירות ודי


אזוי שטייט אויף זיין מצבה, כנראה שהוסיפו את זה בימי חליו, כי ברשימות מעות קדימה לעיר סיגוט שהובא לעיל מובא שמו רק ניסן.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

גלאזער האט געשריבן:אגב, כ'האף דו קוקסט נאך אין די אריגינאלע מעטריקל פון סטראפקוב צו זען וועמען דער דאקטאר האט אויסגעמעקט במקום די אלע פטירות ודי


איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו זאגסט, און וואס איז די ודי דא?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”