רבי משה יוסף טייטלבוים מאיהעל זצ"ל - כ"ד טבת תרנ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי משה יוסף טייטלבוים מאיהעל זצ"ל - כ"ד טבת תרנ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עס איז שוין אויסגעקומען צו רעדן אויף עטליכע פלעצער איבער די תולדות פון ר' משה יוסף איהעלער בן מרן הייטב-לב מסיגוט זצ"ל, איך ברענג קודם דא אראפ דברי ר' יקתואל יהודה גר"וו בספרו 'זכרון לראשונים' על תולדות ר' משה יוסף דערנאך וועלן מיר דן זיין באריכות בתולדותיו.
אטעטשמענטס
29048_37.jpg
29048_38.jpg
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מאנטאג פעברואר 16, 2009 11:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' משה יוסף טייטלבוים איז געבוירן בשנת תר"ה צו זיין פאטער דער ייטב-לב פון סיגוט, כשהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביי הרה"ק ר' דוד מקשאנוב בן מרן הדברי חיים מצאנז, ער האט נאך געגעסן קעסט ביי זיין עלטער-שווער דער צאנזער רב זצ"ל.

ווי עס ווערט דערמאנט אויף זיין מצבה, האט ער משמש געווען ברבנות אין זבארוב, סטראפקוב און צום סוף אין איהעל על כס זקנו שעל שמו נקרא מרן הישמח משה מאיהעל זצוק"ל.

זייענדיג אין בעקעש-טשאבא איז ער נפטר געווארן אינעם אינגען עלטער פון בלויז 52 יאר, און ער איז געקומען למנוחות עם אבותיו אויפן ביה"ח אין שטאט סיגוט.

ר' משה יוסף האט געהאט עטליכע קינדער וועלכע זענען נפטר געווארן אינגערהייט, צווישן זיי איז געווען א זוהן ר' ירחמיאל ז"ל וועלכער איז געווען אן איידעם ביי ר' יהושע אשר מפוריסוב בן היהודי הקדוש מפשיסחא, ער איז ליידער אוועק גאר אינג נישט איבערלאזנדיג קיין קינדער.

על מקומו אינעם שטאט איהעל האט זיך געשאפן א מחלוקה ווען אין די קהילה האט משמש געווען ברבנות זיין זוהן ר' ברכי' טייטלבוים ז"ל, ר' ברכי' איז אויך אוועק אינגערהייט והובל למנוחות נעבן זיין פאטער אין שטאט סיגוט.

אן עקסטערע קהילה בשם 'ספרדים' האט אויפגענומען פארר זייער רב דעם באקאנטן איידעם פון ר' משה יוסף, ר' דוד דוב מייזליש בעל הבנין דוד, אשר ממנו נסתעפה משפחת מייזליש המפוארה, לבית אויוואר, סארוואש, ווייצען ואיהעל.

נאך א זוהן פון ר' משה יוסף איז געווען ר' חיים יעקב טייטלבוים אב"ד לימינוב, דער באבובער רב ר' שלמה'לע איז געווען אן איידעם בזוו"ר ביים לימינובער רב זצ"ל.

ווי דערמאנט אין א דערנעבנדיגער אשכול, איז ר' יהודה לייבוש ב"ר נפתלי עהרליך מדעלאטין געווען אן איידעם ביי ר' משה יוסל איהעלער ומחמת סיבות נתפרדה החבילה און די טאכטער פון ר' משה יוסף איז געבליבען אליינס כל ימיה.

עס ליגט מיר אין זכרון אז הרב קרעמער מייסדנו האט אמאל דערמאנט א זוהן פונעם לימינובער רב ז"ל וועלכערהאט איבערגעלעבט די קריג און געוואונט דאהי אין אמעריקא, אויב דאס איז אמת איז ער לכאורה ער פון די געציילטע אויב נישט דער איינציגסטער בן-אחר-בן פון ר' משה יוסל טייטלבוים, ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם איד?

עס וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו הערן פון אידן וועלכע זענען שוין געווען אין סיגוט על קברי צדיקים, צו ר' משה יוסף ובנו ר' ברכי' ליגען אינעם זעלבן אוהל ווי די רבנים לבית סיגוט מרן הייטב-לב, קדושת יו"ט ועצי חיים.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

דער ווייצענער רב איז אויך געווען אן איידעם בזיווג ראשון ביי ר' חיים יעקב ט"ב,
דער ר' חיים יעקב איז געווען אן איידעם ביי ר' שלמה מבאבוב.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יגעתי מצאתי

מיללער האט געשריבן: עס קומט אויס אז משפחת בית וויטצען מזווגו הראשון של הבנין צבי ווען ער איז געווען אן איידעם ביי הגה"צ מלימונב זענען אויך אייניקלעך פונעם ערשטן באבובער רב (דער לימינובער רב פון וומ"ס האט טאקע קורא שם געווען פאר זיין ביהמ"ד ע"ש, זייענדיג אן אייניקל פון ווייצענער רב).

האט דער לימונובער רב ר' חיים יעקב געהאט נאך קינדער אויסער אשת מהר"ש השני ואשת הגה"צ מ'ווייטצען?

ר' חיים יעקב מלימונוב איז געווען א זוהן פון ר' משה יוסף איהעלער בן מרן הייטב לב מסיגוט, אזוי ארום איז ער געווען א פעטער פאר ווייצענער רב בן הבנין דוד מאיהעל חתן ר' משה יוסף מאיהעל.


קרעמער האט געשריבן:דער לימנובער רב האט געהאט א זוהן ר' שלום אין ניו יארק (עס קען זיין אז ער לעבט נאך לאורך ימים)


מיללער האט געשריבן:אזוי, לא ידעתי, ער האט קינדער?


קרעמער האט געשריבן:ווארשיינליך (ער פלעגט גיין/גייט א קנייטש היטל, מיט א ווייסע בארד)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בד"צ האט געשריבן:הרה''ק ר' משה יוסף זצ''ל אב''ד אוהעל הי' אדם השלם ממ''ש נחמד למראה ונעים הליכות פאר הדרשנים.
אכל קעסט אצל חו''ז הדברי חיים בצאנז . אך נפטר בקוצר ימים בבעקעש טשאבא [כידוע המכתב של השינעווער רב ] ובניו אחריו ג''כ לא הצליחו להמשיך עדה וברבנות כידוע ויפה השתיקה .
ועכשיו לשאלתך -ביתו הנ''ל נשארה גלמודה.


כבוד הבד"צ,
וואספארא מכתב איז פארהאן פונעם שינאווא רב איבער די פטירה פון ר' משה יוסף?
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

כ'ווייס נישט וואסערע מכתב סאיז דא, אבער די מעשה איז ידוע אז ווי באקאנט איז ר' משה יוסף געווען אן אויסטערלישער מגיד ומעורר מיט זיינע דרשות, איז דאכט זיך ער איז געווען ערגעץ ווי אויף שבת אין זיך געגרייט ווי זיין סדר צי זאגען זיינע דרשות, דער שינאווער רב אים געשיקט באפעלען אז ער זאל מער נישט זאגען קיינע דרשות, דאכט זיך אז ער האט דאס אפגעזאגט ווייל ער האט געהאלטען אז דאס איז זיין תפקיד דאהי, אין יענעם מוצאי שבת איז ער אוועקגעפאלן מיט א סטרויק ל"ע פון וואס ער האט זיך שוין נישט ערהוילט.
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

מיללער האט געשריבן:אן עקסטערע קהילה בשם 'ספרדים' האט אויפגענומען פארר זייער רב דעם באקאנטן איידעם פון ר' משה יוסף, ר' דוד דוב מייזליש בעל הבנין דוד, אשר ממנו נסתעפה משפחת מייזליש המפוארה, לבית אויוואר, סארוואש, ווייצען ואיהעל.

ר' משה יוסף אליין איז געווען רב אין אוהעל לק"ק הספרדים ווי מען זעט דא (שו"ת לבושי מרדכי, וכן בשו"ת קול יהודה לר"י גרינפעלד):
אטעטשמענטס
untitled11.JPG
untitled11.JPG (16.49 KiB) געזען 11001 מאל
untitled11.JPG
untitled11.JPG (58.17 KiB) געזען 10995 מאל
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

די צאנזער רב האט זייער שטארק ליב געהאט זיין אייניקל הרה"צ רבי משה יוסף זצ"ל, און ער האט טאקע ממנה געווען רבי משה יוסף צוזאמען מיט זיין איינקעל די מרהר"ש הראשון מבאבוב איבער צו קוקען און מסדר זיין די תשובת פארן שו"ת דברי חיים.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מאיר האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אן עקסטערע קהילה בשם 'ספרדים' האט אויפגענומען פארר זייער רב דעם באקאנטן איידעם פון ר' משה יוסף, ר' דוד דוב מייזליש בעל הבנין דוד, אשר ממנו נסתעפה משפחת מייזליש המפוארה, לבית אויוואר, סארוואש, ווייצען ואיהעל.

ר' משה יוסף אליין איז געווען רב אין אוהעל לק"ק הספרדים ווי מען זעט דא (שו"ת לבושי מרדכי, וכן בשו"ת קול יהודה לר"י גרינפעלד):


ר' מאיר, איר זענט גערעכט, קוק דא ווי רי"י גר"וו באשרייבט די השתלשלות הרבנות באיהעל אין זיין בוך 'טויזנט יאר אידיש לעבן אין אונגארן'
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מאיר האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אן עקסטערע קהילה בשם 'ספרדים' האט אויפגענומען פארר זייער רב דעם באקאנטן איידעם פון ר' משה יוסף, ר' דוד דוב מייזליש בעל הבנין דוד, אשר ממנו נסתעפה משפחת מייזליש המפוארה, לבית אויוואר, סארוואש, ווייצען ואיהעל.

ר' משה יוסף אליין איז געווען רב אין אוהעל לק"ק הספרדים ווי מען זעט דא (שו"ת לבושי מרדכי, וכן בשו"ת קול יהודה לר"י גרינפעלד):

אין איהעל איז למעשה בעפארען קריג געווען 3 קהילות
די ערשטע איז געווען די ארטעדאקסישע קהילה ווי דער ישמח משה איז געווען רב, דערנאך איז געווען ר' ירמי' לעוו אין דערנאך זיין זון ר' עלעזר וואס זיי זענען געווען שארפע מתנגדים,
בימיו פון ר' אלעזר האבן די חסידים געפענט די ספרדישע קהילה ווי ר' משה יוסף איז געווען רב,
דערנאך ווען ער איז אוועק האט זיך די חסידישע קהילה צעטיילט, אויף איינס איז געווען זיין זין ר' ברכי' דער רב אין דאס צווייטע איז געווען זיין איידעם דער בנין דוד דער רב.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
הרב הארטאדקסי הי' הרה''ג ר' ירמי' לעוו בעל דברי ירמי' וע''כ עשו החסידים להם קהילה עצמית עד השואה בשם קהל ספרדים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאך אן איידעם פון ר' משה יוסף מאיהעל איז געווען ר' נפתלי טייטלבוים אב"ד ניר-באטור בן ר' ישראל יעקב יוקל ט"ב מוואלאווא חדב"ן הייטב לב.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך האב אמאל ציגעהערט א שמועס צווישען אויווארער רב ז"ל און מיין טאטען ע"ה וויא דער איווארער רב ז"ל האט געזאגט פאר מיין טעטען אז דער באטור רעבעטצין איז געווען זיין מאמע'ס שוועסטער, און מיין טאטע האט אוהם דערציילט אז ער האט געדענגט ווען זי איז נפטר געווארען א שבת נאכט, און זי איז געלעגען דארט און שטוב גאנץ שבת און אויפען באטור רב ר' נפתלי ז"ל האט זיך גאנץ שבת בכלל נישט ארויסגעוויזען אז די רביטצען איז שוין בעלמא דקשוט.
הערשט מוצאי שבת ממש נאך מעריב האט ער אויסגעבראכען און א געוויין און געריסען וועלטען אז עס איז געווען שווער אוהם בארואיגען.
the SCY is the limit
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

איהעל-סיגוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מיללער האט געשריבן: ווייסט איינער צו דער ציון פון ר' משה יוסף איהעלער שטייט, און פארוואס ער ליגט נישט אינעם זעלבון אוהל פון זיין טאטע?


ווער זאגט אז ער ליגט נישט? לויט ווי איך ווייס איזער דארט געליגן פאר אפאר וואכן צוריק, ו' שבט איז ער נאך דארט געליגן, איינער האטעם ארויסגענומען?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:
בד"צ האט געשריבן:הרה''ק ר' משה יוסף זצ''ל אב''ד אוהעל הי' אדם השלם ממ''ש נחמד למראה ונעים הליכות פאר הדרשנים.
אכל קעסט אצל חו''ז הדברי חיים בצאנז . אך נפטר בקוצר ימים בבעקעש טשאבא [כידוע המכתב של השינעווער רב ] ובניו אחריו ג''כ לא הצליחו להמשיך עדה וברבנות כידוע ויפה השתיקה .
ועכשיו לשאלתך -ביתו הנ''ל נשארה גלמודה.


כבוד הבד"צ,
וואספארא מכתב איז פארהאן פונעם שינאווא רב איבער די פטירה פון ר' משה יוסף?

ב''ה
כשהר''הצ מאוהעל נסע על שב''ק לטשאבא והוא הי' בעל דרשן נפלא ומעורר את הלבבות להתקשר ולעבוד את שמו יתברך .שלח הרה''ק סבא קדישא
משינאווא זי''ע טלגרמא לטשאבא למסור להב מאוהעל שלטובתו שלא ידרוש . אך לא מסרו את הטלגרמא להב מאוהל וקרה מה שקרה .את זה שמעתי
מהדיין הגה''ג הרחי''מ שליט''א פריעדמאן
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

ביי ר' ירמי' לעוו'ס צייטן איז געווען דער רב ביי די חסידים, הרה"צ ר' אברהם אבלי ראפאפארט-הארטשטיין, ס'איז דא א מורא'דיגע בריוו פון ר' שמעון סופר, וועגן די מחלוקה הידוע, ווי ער טיטולירט אים שטארק מיט זיין צדקות.

לעווי
דער מסדר און מו"ל פון דברי חיים איז געווען ר' משה בארדיובער מיטן ר' שלמה'לע באבובער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

וויכטיג,
קענסט אריינקומען איין מינוט צו אלע-צדיקים? מיר רעדן דארט בפרטיות איבער ר' משה יוסלען.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ויכטיג-מאכער האט קאנפארמירט אין 'פליטת בית סופריהם' אז ר' משה יוסף ליגט אינעם זעלבן אוהל ווי זיין טאטע דער ייטב-לב, אפשר האט איינער בילדער פון די מצבה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

וויכטיג מאכער, וועט אי"ה ארויפלייגן בילדער, כ'ווארט, איינער דארף מיר עס שיקן....
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיר ווארטן מיט שפאנונג, דערווייל וויל איך פרעגן צו איינער ווייסט צו מרן הברך משה מסאטמאר פלעגט זיך משטתח על קברם פון ר' משה יוסף איהעלער ובנו ר' ברכי' אדער צינדען א ליכט וכדו'?
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

פייש קרויז האט געשריבן:לעווי
דער מסדר און מו"ל פון דברי חיים איז געווען ר' משה בארדיובער מיטן ר' שלמה'לע באבובער.


גערעכט טעיתי.

איז נישט רבי משה'לי ברדיובער געווען עפעס מיט סיגוט?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

וואס הייסט?

אן אייניקל פון ייטב לב
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

שוין פון דא נעמט זיך מיין טעות.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מילער, דו ווייסט שוין זייער גוט, איך בין א קנאפער ידען אין די זאכן, מיינס א קרוב וואס איז געווען אין אייראפע אפאר וואכן צוריק, און ער ארומגעפארן אויף די הייליגע פלעצער, און איז אויך געווען אין סיגוט, צום יארצייט ו' שבט, האט מיך אנגעקאלט, און ער האט מיר געזאגט אז דו פרעגסט דא פארוואס ר' משה יוסף ליגט נישט אינעם אוהל, און ער האט מיך געבעטן אז איך זאל דיר זאגן אז ער ליגט יא דארט, איך האב עם געבעטן אז ער זאל דאבעל טשעקן, ווייל אזוי ווי איך רעד געווענדליך נישט אריין אין זאכן וואס איך ווייס נישט, ווילעך מאכן זיכער אז כ'רעדט צו דער זאך, האט ער מיר געזאגט, איך בין זיכער, איך בין יעצט דארט געווען, ער ליגט יא אינעם אוהל, אויב דו ווילסט וועל איך דיר שיקן פיקטשער'ס, אבער נישט יעצט, געב מיר אפאר שעה, וועלעך דיר עס שיקן....
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

אהא
ר' משה יאסל איז אים געווען א פעטער.
ס'איז באקאנט מ'פלעגט זאגן אין צאנז זענען געזיצן פיר אינגעלייט כלים, דער קדיו"ט, באבובער רב, ר' משה'לע בארדיובער, און ר' משה יאסל, האט מען געזאגט, אז די ערשטע צוויי וועלן טאקע אויך זיין רבנים ערגעץ, אבער גרויסע וואס וועלן פירן, וועלן זיין די לעצטע צוויי, ביזדערווייל איז געווען פארקערט, די ערשטע צויי זענען געווארן גרויסע רבי'ס, און די אנדערע צוויי רבנים,
כמדומה לי, ס'איז אויך דא א מעשה וואס ר' משה'לע בארדיובער האט זעלבסט אנגעפרעגט דעם באבובער רב דערוועגן, און די תשובה איז געווען אז ער וואונדערט זיך די זעלבע זאך, פארוואס מ'קומט צו אים.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”