רבי אהרן הורוויץ מבייטש ז"ל ומשפחתו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי אהרן הורוויץ מבייטש ז"ל ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ענוים ענוים, הגיע הזמן....

לכבודו פון ידידי ר' יאסל ואתו עמו אורחינו הדגול ר' מיילעך וועלכע האבן לעצטענס אנגעהויבן רעדן איבער די בייטשע משפחה, עפן איך דא דעם אשכול.

הרה"צ ר' אהרן הורוויץ אב"ד בייטש איז געווען דער זוהן פון ר' מאיר מזשיקוב האמרי נועם זצ"ל וחתן מרן הדברי חיים זצ"ל , די בייטשע רביצין איז געווען פון די אינגערע קינדער פונעם צאנזער רב וועלכע זענען געבוירן אויף דער עלטער.

איין זוהן פון ר' אהרן, איז געווען ר' אברהם צבי הורוויץ וועלכער האט געוואונט דאהי אין ניו-יארק.

דא אין ניו-יארק האט אויך געוואונט ר' ישכר דוב האלפערין וועלכער איז געווען אן איידעם ביים בייטשער רב, ער איז קודם געווען רב אין בייטש במקום חותנו, הרה"צ ר' יצחק הורוויץ ב"ר נפתלי ממעליץ וועלכער איז געווען א פראמינענטער רבי אין אמעריקא נאך פאר די קריג, איז געווען אן איידעם ביי הרב האלפערין.

(מער דא איבער תולדות בית מעליץ)

פאלגענד זענען ציטאטן פון הני תרי צנתרי דדהבא איבער די בייטשע קינדער.

מיילעך האט געשריבן:אגיטן ר' יאסל! ר'שלום פין בייטש מיט זיין טאטן רא"צ האבן ביידע געלעבט דא אין ברוקלין. זיי האבן זיך געהאלטן נאנט צו קלויזנבורג אין נאך זייער פטירה האט מען זיי מעלה געווען קיין נתניה ושם נקברו. ר' שלום האט א טאכטער אין ב"פ אשת ר' חיים יצחק אייזיק ט"ב מקירלהאזא.
א גרוס פינדערווייטענס!!

יאסל האט געשריבן:מיין פראגע איז בעיקער געווען צי עס איז דא נאך קינדער פון דעם ר' אברהם צבי? אויב יא האמער נאך איר איינקלעך פונעם הייליגען רב וואס לעבן נאך,
ערגעצווי האב איך אמאל געזעהן אז עס לעבען נאך עטליכע גראדע אייניקלעך פונעם בייטשער רב ז"ל.

מיילעך האט געשריבן:לעצטנס איז נפטר געווארן א אייניקעל ר' אלעזר היילפרין בייטשער רבי וואס זיין מאמע איז געווען א טאכטער פין ר' אהרן מבייטש


בייגעלייגט זענען צוויי בילדער פון ר' אהרן מבייטש, און איין בילד פון חתנו ר' ישכר דוב האלפערין.
אטעטשמענטס
Bytch2.gif
Bytch2.gif (36.72 KiB) געזען 7435 מאל
Bytch.jpg
Bytch.jpg (11.7 KiB) געזען 7433 מאל
Bytch1.gif
Bytch1.gif (26.92 KiB) געזען 7434 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

דער בייטשער רב האט געהאט נאך א זין ר' אלטר אליעזר הורוויץ פאטער פין ר' חיים שלמה מסטריזשוב-ניו יארק טאטע פין די סטריזשובער ברידערס אין ב"פ
אויך האט ר' אהרן געהאט אן איידעם מיטן נאמען ליבערמאן אב"ד דאברא

אזוי ווי איך בין אין דער פרעמד אין איך האב נישט דא מיין אוצר, איז אלעס ארויס פין זכרון, ושגיאות מי יבין, ואתכם הסליחה.
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

ר' אהרן האט געוואינט סוף ימיו אין קאשוי ושם מנו"כ, ר' שאול בראך האט געזאגט אז ער האט נאך קיינמאל נישט געזען אזא שיינע אין לעכטיגע צורה ווי ר' אהרן'ס.
אין קאשוי זענען דא דריי אהלים איינס נעבן אנדערן, אין איינס ליגט ר' אהרן מבייטש, צווייט ר' שמואל ענגעל מראדימישלא, דריטן ר' אברהם שלום מסטראפקוב זי"ע.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיילעך האט געשריבן:דער בייטשער רב האט געהאט נאך א זין ר' אלטר אליעזר הורוויץ פאטער פין ר' חיים שלמה מסטריזשוב-ניו יארק טאטע פין די סטריזשובער ברידערס אין ב"פ
אויך האט ר' אהרן געהאט אן איידעם מיטן נאמען ליבערמאן אב"ד דאברא

.

ס'וואלט טאקע גיט געווען אויב עימיצער קען דא אראפ געבען א רשימה פון דעם בייטשער רב'ס קינדער,
ר' מיילעך דער סטריזשיבער רבי וואס איר שרייבט האט דאכט זיך איבער געלעבט דעם קריג מיט אלע קינדער? אין איז ער נישט געווען משפחה אין קערעסטיר?
אויב דער איידעם הרב היילפרין האט דא געוואוינט אין נוי יארק איז לכאורה דא פון אים א גאנצע משפחה וואלט געווען אינטערסאנט צי סלעבן נאך איינע פון זיי.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל,
לייען דעם בייטשער רב הרב האלפערינ'ס הארצרייסנדע פתיחה צום בייטשער יזכור בוך ווי רוב פון זיין משפחה איז גע'הרג'ט געווארן אין די קריג הי"ד, ער האט זיך געראטעוועט ביי די מלחמה און ארויסגעקומען אהער נאר נאכן קריג (ער האט דארט א בילד פון זיך ביים באפרייאונג, אוי לעינים שכך רואות)

אפשר האט איינער א בילד פון די קאשויער ביה"ח?
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

צי יאסלען..
דאס האב איך שוין ערווענט פריער אז ר' בעריש היילפרין האט געהאט א זין דא אין נ"י ר' אלעזר
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' בעריש האלפערינ'ס ערשטע ווייב איז אוועק ביי די קריג, ווער איז געווען זיין זווג שני, און איז דער זוהן ר' אלעזר געווען מזווג ראשון.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

דער ר' אלעזר האלפערן האט געהייסן נאך ר' אלעזר ריישא'ר, דאכט זיך זיי זענען נעפיו'ס
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יבער דעם ביה"ח אין קאשוי, האב איך ערהאלטן די פאלגנדע הודעה אישית פון א נייער חבר אונזערער ר' פייש קרויז, וועלכער ווארט דערווייל אויף רשות כתיבה

פייש קרויז האט געשריבן:איך קען נאך נישט שרייבן
איך זע דיך רעדן פון קאשוי בית החיים
איך בין געווען דארט פאריאר

דארט איז דא א חשבון פון 6-7 אוהלים איינס לעבן צווייטן, אויפן מזרח וואנט פון בית החיים, איך געדענק נישט אלע.
ראדימישלער רב
ר' שאול בראך
בייטשער רב
סטראפקובער רב
ר' יעקעלע פראנקפורטער
וכו'

אויסער דעם איז דא אין אלטן בית החיים א אוהל פון ערשטן רב פון קאשוי, הרה"ג ר' משה יונגרייז זצ"ל

ס'איז מיר א פלא אז די אלע נסיעות, גייען נישט אהין, דארט איז דא אזויפיל גרויסע צדיקים אויף אמאל, ס'איז אינגאנצן א האלבע שעה פון אוהעל.

קענסט עס אריינלייגן
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מיללער האט געשריבן:הרה"צ ר' אהרן הורוויץ אב"ד בייטש איז געווען דער זוהן פון ר' מאיר מזשיקוב האמרי נועם זצ"ל וחתן מרן הדברי חיים זצ"ל , די בייטשע רביצין איז געווען פון די אינגערע קינדער פונעם צאנזער רב וועלכע זענען געבוירן אויף דער עלטער.


ר' אהרן האט חתונה געהאט מיט הרבנית פרומט בן הרה"ק המופלא בדורו ר' נפתלי חיים מדזיקוב זצ"ל, ר' נפתלי חיים איז געווען אן איידעם ביי ר' משה אונגאר בהרה"ק ר' מרדכי דוד מדאמבראווא וחתן הרה"ק מצאנז זצ"ל

(איבער ר' נפתלי חיים פארלאנגט זיך א באזונדערע ארטיקל אין די סעריע פון צדיקים וועלכע האבן געהאט א הנהגה למעלה מהשגת אנושי)
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן בוזי, לא הבנתי.

דער בייטשער רב איז געווען אן איידעם ביי ר' נפתלי חיים בזוו"ש?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיילעך האט געשריבן:דער בייטשער רב האט געהאט נאך א זין ר' אלטר אליעזר הורוויץ פאטער פין ר' חיים שלמה מסטריזשוב-ניו יארק .


ר' חיים שלמה הורוויץ מסטריזוב נולד לאביו ר' אלטר אליעזר ב"ר אהרן מבייטש ולאמו בת ר' משה יהודה לייב שפירא מסטריזוב בן השם שלמה ממונקאטש, כשהגיע לפרקו נשא את בתו של ר' רפאל גרוס מבערבעשט חתן ר' יעקב יוקל טייטלבוים מוואלאווא [ב"ר שמואל מגארליץ וחתן הייט"ל מסיגוט].

מתחילה שימש כאב"ד בכפר זאליזשא בגלילות בערבעשט ואיזה שנים קודם המלחמה עזב את המקום ועבר לגור לטעמעשוואר ובעקבות צעד זה זכה להינצל מגיא ההריגה שכידוע אזור זה ברומניה לא עבר דעפורטציה.

אחרי השואה היגר לארה"ב ופתח ביהמ"ד בב"פ על שם זקנו מסטריזוב, חיבר ספר דרכי נועם, נפטר כ"ז כסלו תשכ"ט ומנו"כ בהר המנוחות בירושלים.

די פאלגענדע בילדער האט ידידינו הרבד"צ מפענח געווען לכאורה ביי א שמחה בבית האדמו"ר מסטריזוב, פון רעכטס צו לינקס; ר' חי"ל ט"ב אב"ד נירבאטור ז"ל [ב"ר אהרן מוואלאווא גיסו של חותן הרב], מרן הבר"מ מסאטמאר [חתן הר"א מוואלאווא הנ"ל], ר' נפתלי גרוס מקערעסטיר-בערבעשט [גיסו ומחותנו של הרב], ר' חיים שלמה מסטריזוב. ווארשיינליך איז דאס ביי די חתונה בשנת תשכ"ב וואס ווערט דערמאנט אינעם בייגעלייגטען 'המאור'.
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_27841_26.jpg
6.jpg
7.jpg
7.jpg (11.23 KiB) געזען 7190 מאל
AdmorMistrizov.jpg
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

די יוחס איז נאך אינטרעסאנטער....
ר' אלטר אליעזר'ס רעבעצן איז געוועהן א טאכטער פון ר' משה לייב פון סטריזוב (בן השם שלמה - מונקאטש)ווי געזאגט,

זי האט חתונה געהאט בזו"ש מיטן פארציווע רב ר' נתן דוד (פאטער פונעם לעבארטוב'ע) וואס פון דעם זווג איז געבוירן געוועהן ר' ברוך'ל ממומקאטש,
קומט אויס אז ר' חיים שלמה מיט ר' ברוך'ל זענען געוועהן ברודער'ס פון איין מאמע.

ווי אויך איז געבוירן פון דעם זווג עטליכע קינדער, איין טאכטער האט געוווינט דאהי אין די וועסט סייד מרת פריעדמאן זי האט ארויס געגעבן א ביך אויף ענגליש וועגן דעם הויף פון פארציוווע,

ס'לעבט נאך היינט א קינד פונעם פארציוווע רב מרת לאנדא אין א"י מסתמא שוין 100 יאר אלט,
אבער ווי געזאגט זענען שוין זיי נישט קיין בייטש'ע אייניקלעך,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
לפי ידיעתי ולפי סיפרה [שאגב הוא לא כבוד גדול למשפחה] היא מעולם לא גרה הוועסט-סייד רק בבראנזוויל
ובפלעטבוש . והיא ב''ה חי' .בעלה ר' זאב...וואלווי...הלך כבר לעולמו הוא הי' ממונקאטש והי' שותפו של
בן עירו שעיק'ע גאטטעסמאן מוועסט-סייד .והי' פעיל מאוד בתנועת אגודת ישראל .והי' בקשרים מצויינים עם
גיסו האב''ד ועם בניו .השאיר משפחה .
כ''כ הי' עוד אח בשם יודא לייב וגם הוא השאיר בנים שההדירו את ספר זקינם הרה''צ מפארצאווא בשם
''אלו דברי דוד הנאמרים''[כמדומני שאין עשרה ספרים עם ד' שמות]כדאי לראות את הצוואה שנדפס בספר. אני מכיר אישית שני בנים יוסף ונתן דוד .
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

מיללער האט געשריבן:יבער דעם ביה"ח אין קאשוי, האב איך ערהאלטן די פאלגנדע הודעה אישית פון א נייער חבר אונזערער ר' פייש קרויז, וועלכער ווארט דערווייל אויף רשות כתיבה

פייש קרויז האט געשריבן:איך קען נאך נישט שרייבן
איך זע דיך רעדן פון קאשוי בית החיים
איך בין געווען דארט פאריאר

דארט איז דא א חשבון פון 6-7 אוהלים איינס לעבן צווייטן, אויפן מזרח וואנט פון בית החיים, איך געדענק נישט אלע.
ראדימישלער רב
ר' שאול בראך
בייטשער רב
סטראפקובער רב
ר' יעקעלע פראנקפורטער
וכו'

אויסער דעם איז דא אין אלטן בית החיים א אוהל פון ערשטן רב פון קאשוי, הרה"ג ר' משה יונגרייז זצ"ל

ס'איז מיר א פלא אז די אלע נסיעות, גייען נישט אהין, דארט איז דא אזויפיל גרויסע צדיקים אויף אמאל, ס'איז אינגאנצן א האלבע שעה פון אוהעל.

קענסט עס אריינלייגן
אטעטשמענטס
0110.gif
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:דער בייטשער רב האט געהאט נאך א זין ר' אלטר אליעזר הורוויץ פאטער פין ר' חיים שלמה מסטריזשוב-ניו יארק .


ר' חיים שלמה הורוויץ מסטריזוב נולד לאביו ר' אלטר אליעזר ב"ר אהרן מבייטש ולאמו בת ר' משה יהודה לייב שפירא מסטריזוב בן השם שלמה ממונקאטש, כשהגיע לפרקו נשא את בתו של ר' רפאל גרוס מבערבעשט חתן ר' יעקב יוקל טייטלבוים מוואלאווא [ב"ר שמואל מגארליץ וחתן הייט"ל מסיגוט].

מתחילה שימש כאב"ד בכפר זאליזשא בגלילות בערבעשט ואיזה שנים קודם המלחמה עזב את המקום ועבר לגור לטעמעשוואר ובעקבות צעד זה זכה להינצל מגיא ההריגה שכידוע אזור זה ברומניה לא עבר דעפורטציה.

אחרי השואה היגר לארה"ב ופתח ביהמ"ד בב"פ על שם זקנו מסטריזוב, חיבר ספר דרכי נועם, נפטר כ"ז כסלו תשכ"ט ומנו"כ בהר המנוחות בירושלים.

די פאלגענדע בילדער האט ידידינו הרבד"צ מפענח געווען לכאורה ביי א שמחה בבית האדמו"ר מסטריזוב, פון רעכטס צו לינקס; ר' חי"ל ט"ב אב"ד נירבאטור ז"ל [ב"ר אהרן מוואלאווא גיסו של חותן הרב], מרן הבר"מ מסאטמאר [חתן הר"א מוואלאווא הנ"ל], ר' נפתלי גרוס מקערעסטיר-בערבעשט [גיסו ומחותנו של הרב], ר' חיים שלמה מסטריזוב. ווארשיינליך איז דאס ביי די חתונה בשנת תשכ"ב וואס ווערט דערמאנט אינעם בייגעלייגטען 'המאור'.


די אפיציעלע פירמע קארטל פונעם סטריזובער רב ר' חיים שלמה הורוויץ (משנת תש"י) און אויף די אנדערע זייט עגשריבען דורך איינע פון זיינע זון א ייש"כ פאר חיים בלוך אויף איינע פון זיינע חיבורים.
אטעטשמענטס
chaimbloch00reel02_1283.jpg
chaimbloch00reel02_1283.jpg (7.14 KiB) געזען 6888 מאל
chaimbloch00reel02_1284.jpg
chaimbloch00reel02_1284.jpg (4 KiB) געזען 6888 מאל
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

בשנת תש''י הרב רח''ש מזליזשא-סטריזוב הי' גר בבראנזוויל לא בבארא-פארק זכה לינצל עם כל המשפחה . לכתחילה גר בשימלוי ואח''כ עבר לטעמעשוואר ועי''ז ניצל .אחר המלחמה הי' במארינבאד . ואז קרה עם בנו ר' רפאל וכלתו שנפלו עם אוירון . ונשאר בחיים באופן פלא בנם ר' יעקב צבי' שיחי' ונתגדל כבן אצל זקינו . רח''ש הדפיס ספר בשם דרכי נועם . על זקינו הרה''ק הרימ''ל מסטריזוב יש הרבה לספר הי' קדוש עליון ונחבא אל הכלים . הי' צם הרבה והכל באופן שלא ידעו. במלחמת העולם הראשונה הי' בווינא ביחד עם בנו ר' נחמיעלע ושם נפטר והובילוהו
למקום מנוחת אביו ואחיו בעיר מונקאטש יהי זכרו ברוך וזי''ע
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

רבבה האט געשריבן:על זקינו הרה''ק הרימ''ל מסטריזוב יש הרבה לספר הי' קדוש עליון ונחבא אל הכלים . הי' צם הרבה והכל באופן שלא ידעו. במלחמת העולם הראשונה הי' בווינא ביחד עם בנו ר' נחמיעלע ושם נפטר והובילוהו
למקום מנוחת אביו ואחיו בעיר מונקאטש יהי זכרו ברוך וזי''ע

אשכול איבער רימ"ל מסטריזוב זי"ע
viewtopic.php?f=31&t=20949
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

untitled.JPG
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

שאץ מאץ האט געשריבן:דער ר' אלעזר האלפערן האט געהייסן נאך ר' אלעזר ריישא'ר, דאכט זיך זיי זענען נעפיו'ס

יא ער איז געווען א נעפיו.רבי אלעזר ריישער בזיווג שני איז געוון א'איידים ביי רבי חיים יונה הלפרין ראב"ד ריישא פאטער פון רבי ישכר בעריש היילפרין אב"ד בייטש, אבי רבי אלעזר בייטשער.
רבחיים
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2009 7:14 pm

ר' חייים ז"ל סגל ליברמן אבדק"ק דאברא חתן הרה"צ ר' אהרן ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבחיים »

ר' חיים סגל ז"ל ליברמן איידעם פון בייטשער רב און א זוהן פון טופורובער רב ר' ישכר דוב ז"ל ליברמן, איז נפטר געווארען אין בוכארא רוסלאנד אדר תש"ב זיין פרוי תרצה ז"ל בת הרה"צ מבייטש ליגט אויך אין בוכארא רוסלאנד
זיין זוהן יצחק ז"ל ליבערמאן איז געווען רב אין ראפשיץ און איז אומגעקומן ביי די דייטשן ר"ה ת"ש צוזאמען מיט זיי פרוי בילא ז"ל די טאכטער פון ר' מנשה ז"ל מארילעס אבדק"ק רופשיץ צוזאמען מיט זייער זוהן אשר ישעי' ז"ל הי"ד

זיין טאכטער רעכל דבורה ז"ל מיט איר מאן ר' אהרן ז"ל טייטעלבוים זוהן פון ר' אברהם חיים ז"ל טייטעלבוים אבדק"ק קרעניץ מיט זייער זוהן הערש יוסף ז"ל זיינען אויך אומגעקומען ביי דעם דייטש הי"ד

זיין טאכטער מרת שיינדל ז"ל מיט איר מאן ר' אברהם ז"ל אנגלארד האבן זיך געראטעוועט קיין ארץ ישראל. געווען רב אין ת"א יפו און דערנאך מו"ץ און ר"י ישיבת בובוב אין בת ים
זיין זוהן ר' אברהם יהושוע העשל ז"ל האט געוואוינט אין תל אביב אלע יאהרן אין געהאט א זילבער געשעפט
זיין טאכוער מרים עמו"ש האט זיך געראטעוועט קיין פריז און חתונה געהאט מיט ר' צבי פלדמן ז"ל משגיח ישיבת מיר ניו יארק
זיין אינגסטער זוהן אלתר'ל אלתר ישכר דוב ז"ל האט חתונה געהאט אין פריז מיט רבקה ליס ז"ל, טאכטער פון ר' חיים מאיר ז"ל ליס מבחירי תלמידי תות"ל שבליובאוויטש ואח"כ משפיע בתות"ל ווארשא ואטוואצק. ר' אלתר איז געווען דער שותף פון רובאשקין אין פלייש געשעפט און אין נאך אנדערע געשעפטן אין בארא פארק קנאפע 35 יאהר וזכות אבותיו הק' הצליחו בעדו ובעד משפחתו להנצל מכל
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

שלום עליכם כבוד הרב חיים.
הממ אין לך ניק שאין לו שעה.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

בן בוזי האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:הרה"צ ר' אהרן הורוויץ אב"ד בייטש איז געווען דער זוהן פון ר' מאיר מזשיקוב האמרי נועם זצ"ל וחתן מרן הדברי חיים זצ"ל , די בייטשע רביצין איז געווען פון די אינגערע קינדער פונעם צאנזער רב וועלכע זענען געבוירן אויף דער עלטער.


ר' אהרן האט חתונה געהאט מיט הרבנית פרומט בן הרה"ק המופלא בדורו ר' נפתלי חיים מדזיקוב זצ"ל, ר' נפתלי חיים איז געווען אן איידעם ביי ר' משה אונגאר בהרה"ק ר' מרדכי דוד מדאמבראווא וחתן הרה"ק מצאנז זצ"ל

(איבער ר' נפתלי חיים פארלאנגט זיך א באזונדערע ארטיקל אין די סעריע פון צדיקים וועלכע האבן געהאט א הנהגה למעלה מהשגת אנושי)

קומט אויס אז בייטשער רב האט גענומען בזיוו"ש בת אחיו, האט ער געהאט קינדער פון דעם זיווג?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פון JRI די קינדער פון רבי אהרן מבייטש והרבנית טילא בת מרן הד"ח זצ"ל:

רחל נולדה תרמ"ה
אברהם צבי נולד תרמ"ז
דבורה נולדה תרמ"ט
לייב נולד תרנ"ג ונפטר באותה שנה רח"ל
ציפורה נולדה בשנת תרנ"ד
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”