רבי חיים צבי טייטלבוים העצי חיים מסיגוט ז"ל - ו' שבט תרפ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי חיים צבי טייטלבוים העצי חיים מסיגוט ז"ל - ו' שבט תרפ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' חיים צבי טייטלבוים אדער ווי ער איז באקאנט אלס "דער עצי חיים" איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער ר' חנני' יו"ט ליפא ט"ב אב"ד סיגוט בעמח"ס קדושת יו"ט און צו זיין מוטער הרבנית חנה ע"ה בת ר' יואל אשכנזי מזלאטשוב.

ער איז גערופען געווארן ע"ש דעם הייליגער צאנזער רב דער דברי חיים ז"ל, ווייל ווי באקאנט האט זיין פאטער דער קדושת יו"ט זיך שטארק געמוטשעט מעמיד צו זיין דורות, און אויף א ברכה פונעם דברי חיים וועלכער האט געשריבען אין א היסאטרישע בריוו וואס דער דברי חיים האט געשיקט מיטן קדושת יו"ט'ס אינגערע ברודער ר' משה יוסף איהעלער, וז"ל "בצפיתינו צפינו שלא ימנע מכם פרי בטן" איז ער געהאלפן געווארן מיט בנים ובנות וועלכע האבן באלאכטן די אידישע וועלט פאר די קומענדיגע הונדערט יאר. (פונעם עצי חיים'ס געבורט ביז'ן סאטמאר רבין'ס הסתלקות איז 99 יאר) דער נאמען צבי האט מען געגעבן ע"ש זיין זיידע דער חכם צבי ז"ל, וואס ער איז געווען אן אייניקל דורך ר' משה דוד טאלטשעווער זצ"ל.

דער עצי חיים האט חתונה געהאט סיון תרנ"ו אין טורנע גאליציען, מיט הרבנית ברכה סימא די טאכטער פון ר' שלום אליעזר האלבעשטאם זצוק"ל הי"ד, פון ראצפערט, אונגארן, א זוהן פונעם הייליגן דברי חיים. דער שינאווער רב איז געווען מסדר קידושין.

ר' שלום אליעזר איז געווען אן איידעם ביי זיין שוואגער ר' מרדכי דוב טווערסקי ז"ל פון הארנאסטייפל וועלכער איז געווען א גרויסער יחסן זייענדיג אן איידעם ביים דברי חיים און אן אייניקל בן אחר בן פון ר"ר זושא מ'אניפאלי, ווי אויך אן אייניקל פונעם בעל התניא און דער טשערנאבלער מגיד. ר' שלום אליעזר איז לעת זקנתו אומגעקומען אין אוישוויץ, זיין רביצין, הצדיקת שרה מרים איז אוועק פאר די מלחמה אין ליגט אין נירעדהאז אונגארן.

דער עצי חיים האט ממלא מקום געווען זיין טאטן אין סיגעט תיכף נאך די פטירה פון זיין טאטן אין יאר תרס"ד ביז צו זיין פטירה בשנת תרפ"ו צוויי און צוואנציג יאר כולם שוין לטובה.

דער עצי חיים האט געהאט פילע זוהן אין טעכטער, טייל זענען נעבעך יונגערהייט אוועק און זענען נישט אזוי באקאנט.

דא איז א טיילווייזע רשימה פון די קינדער:

1) הרבנית רויזא בלומא, אשת ר' יחזקאל שרגא האלבערשטאם אב"ד ציעשנוב גאליציען אן אייניקעל פונעם שינעווער רב. די משפחה איז נעבעך אומגעקומען שנת תש"ב אין בעלזשעץ פוילן, הי"ד.
2) הרבנית דבורה לאה ע"ה, אשת (בזוג"ר) ר' חיים יצחק אייזיק האלבערשטאם אבדק"ק סלאטפינא ראמעניע (א קליין שטעטל לעבן סיגעט), אן אייניקל פון ר' ברוך'ל גארליצער, און אן אייניקל פון ר' יצחק אייזיק פון זידיטשוב. די רביצין איז נעבעך אוועק נאכען געבארן די ערשטע קינד הילד ליפא ע"ה, און ער האט שפעטער נאכאמאל חתונה געהאט מיט אנאנדערן אינגערן טאכטער פון עצי חיים, הרבנית העסא. דאס קינד ליפא'לע איז אוועק אינגערהייט אלט זייענדיג 12 יאר.
3) הרבנית פעסיל ע"ה הי"ד, אשת מזיווג ראשון הגה"צ ר' יקתואל יודא האלבערשטאם זצוק"ל אב"ד קלויזענבורג ראמעניע, דער מייסד פון די צאנז-קלויזנבורג מוסדות אין אמעריקע און אין ארץ ישראל. דער קלויזנבורגער רבי זצ"ל איז געווען אן אייניקל פון ר' בורך'ל גארליצער. די חתונה איז געווען אדר תרפ"ד אין סיגעט. די רביצין מיט 11 קינדער זענען נעבעך אומגעקומען בימי הזעם, הי"ד.
4) הרבנית העסא, אשת ר' חיים יצחק אייזיק האלבערשטאם זצ"ל הי"ד, וואס איז קודם געווען חתונה געהאט צו הרבנית דבורה לאה. די משפחה מיט 9 קינדער זענען אומגעקומען בימי הזעם. צוויי טעכטער מיידלעך האבן איבערגעלעבט די קריג, הרבנית חנה תחי' אשת ר' יואל טייטלבוים אב"ד קירלהאז בן ר' חנוך העניך מאיער, און הרבנית ברכה סימא תחי' אשת ר' צבי האלבערשטאם ז"ל אב"ד רודניק לאס אנדשעלעס.
5) הרבנית יוכבד רבקה, אשת ר' יוחנן טווערסקי זצ"ל הי"ד, דער זוהן פון ר' פנחס (פיניע'לע) אוסטילער ז"ל א טשערנאבלער און בעלזער אייניקל וועלכער איז געווען רב אין מוזשוי, די רביצין איז אוועק פאר די צווייטע וועלט מלחמה אין לעמבערג און זי ליגט דארט, ר' יוחנן אין די קינדער זענען נעבעך אומגעקומען אין פוילן וואו מ'האט זיי צוריקגעשיקט אהין פון מוזשוי ווייל ער איז געווען א פוילישער בירגער.
6) הילד חנני' יו"ט ליפא ע"ה, דער עלצטער זוהן פון עצי חיים, ער איז אוועק אין סיגעט אלט זייענדיג 12 יאר כ"ו סיון תרע"ז, ליגט אין סיגעט.
7) ר' יקתואל יהודא (זלמן לייב) הי"ד ממלא מקום אביו כאב"ד סיגעט
8) ר' משה ז"ל אב"ד סיגעט ולאחרונה אדמו"ר מסאטמאר דער "ברך משה"
9) הבתולה גיטל יהודית ע"ה, אוועק נאך בחייו פון עצי חיים אין שטאט נירעדהאז אונגארן אין יאר תרע"ה, בעת דער עצי חיים האט איר מיטגענומען אהין פראווען א שבת, זי ליגט אינעם ארטיגן ביה"ח אין נירעדהאז.
10) הרבנית חנה'לע ע"ה וועלכע האט חתונה געהאט צו הר"ר יודא'לע אייזיקזאהן ז"ל אב"ד אחוזה-לאס אנדשעלעס.
11) הבחור משולם זושא (זושא'לע) הי"ד, אומגעקומען ביי די מלחמה.
12) הילד יחיאל מיכל (חיליש) הי"ד, אומגעקומען ביי די מלחמה.
13) הילד יואל ע"ה, ליגט אין סיגעט.
14) הילד יחזקאל שרגא, אוועק תרפ"ה, ליגט אין סיגעט.

דער עצי חיים איז געווען באקאנט אלס איינער מיט א זכרון נפלא בבחינת בור סיד שאינו מאבד טפה, ס'איז באקאנט אז דער ברודער דער סאטמאר רב זצ"ל ווען ער האט אמאל זיך נישט געקענט דערמאנאן א געוויסע מאמר חז"ל האט ער זיך אויסגעדריקט פארווייטאגט "ביי מיין ברודער דער עצי חיים האט עס נישט פאסירט" ליידער אזוי ווי ס'איז געווען שקעה החמה שלא בעונתה האט ער נישט אויספיעט מסדר צו זיין זיינע חידושים לדפוס, לאחר פטירתו האבן זיינע קינדער געדרוקט די פאלגנדע חיבורים מפיו ומפי כתביו מיט'ן נאמען "עצי חיים" על שמו, מיט וועלכע ער איז געבליבען באקאנט עד היום.

עצי חיים עה"ת ומועדים
שו"ת עצי חיים
עצי חיים עמ"ס גיטין והל' מקוואות

דער עצי חיים איז פלוצלינג נסתלק געווארן ו' שבט תרפ"ו פון א פאטאלע סטראוק וואס ער האט פלוצלינג געכאפט ווען ער איז געווען אינטערוועגנס אין די שטאט קליינווארדיין אונגארן, אין יונגן עלטער פון 46 יאר. יענעם שבת פרשת וארא איז ער געווען אין קליינווארדיין אויפן פארבעטונג פון די ארטיגע שטארק חסידישע קליינווארדיינע קלויז און ער איז פארבליבן אויף א פאר טעג נאך שבת. דער פלאן איז געווען צו פראווען דעם פאלגענדן שבת פרשת בא אין די שטאט מאקעווע אונגארן. מאנטאג אווענט גרייטנדיג זיך צו מעריב איז ער פלוצלינג אומגעפאלן און געלעגן אפאר טאג באוואוסטלאז. זיי ברודער ר' יואל'יש און זיין שווער ר' שלום אליעזר'ל און פולע גרויסע רבנים זענען שנעל געקומען צו פארן קיין קליינווארדיין, וואו זיי האבן איינגעריסן אין פארפירט וועלטן ר' יואל זצ"ל האט געהייסן צו לייגן די נאמען יוסף. ליידער מיטוואך פארנאכטס איז ער נסתלק געווארן. מ'האט געברענגט גופו הטהור צוריק קיין סיגעט מיטן באן וואס האט געדויערט ביז פרייטאג אינדערפרי, ווען מ'האט אים באערדיגט במקום אבותיו הקדושים און די אוהל אין סיגעט.

די רביצין הרבנית הצדיקת ברכה סימא ע"ה איז נפטר געווארן געציילטע חדשים דערנאך נישט קענענדיג אדורכטראגן דעם צער, אבערלאזנדיג א שטוב מיט אינגע קינדער קיילעכדיגע יתומים. זי איז געקומען למנוחתה לעבן איר גרויסער מאן אינעם סיגעטער אוהל.

גענומען פון דא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

דער חידוש מיטן עצי חיים איז געווען אז טראץ דעם וואס ער איז נאך געווען היבש אינג דאך איז ער געווען דער מדברנא דאומתיה אין טראנסלאוואניען /מארמאראש,
אין ווען ער איז נפטר געווארן איז עז געווען גאר א שטארקער קלאפ אין דער עולם האט זיך היבש לאנג ארומגעדרייט מיט אן אראפגעלאזטער נאז.
אינעם ספר שיח זקנים דער לעצטער באנד וואס איז לעצטענס ערשינען ברענגט ער א סיפור וואס עס האט דערציילט דער גבאי פונעם מנחת אלעזר ר' חיים בער, אז אמאל פארענדיג צי אן אסיפה האט זיך דער מונקאטשער רב מיטן עצי חיים גענעכטיגט אין איין אכסניא זיי האבן גענעכטיגט אין איין צימער אין ר' חיים בער איז געשלאפן אויף דערערד אינמיטן, האט ער דערציילט אז א גאנצע נאכט האבן זיי פארברענגט אין תורה אין דער מנחת אלעזר האט זיך נישט געקענט אפווינדערען פון זיין בקיאות.
למדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן »

א ידיד מיינער האט מיר דאס היינט געשיקט אין אימעיל. א גוט ווארט פון עצי חיים וואס איך זעה איצט צום ערשטן מאל:


לרגל יומא דהילולא קדישא של מרן העצי חיים זי"ע, אהנה אותך עם דבר צחות שראיתי בשמו.

פעם אחת קודם בחירות הקהלה בסיגוט, הביאו צד א' לפני מרן העצי חיים זי"ע את רשימות המועמדים שלהם להראותה לפניו, והתפארו שבטוחים הם בנצחונם. אז אמר מרן העצ"ח שעי"ז נפתרה לפניו קושיתו המפורסמת של הרמב"ם ז"ל אודות הידיעה והבחירה, כי הלא גם כאן ידוע במוקדם מי ומי יעמדו על הפקודים, ועכ"ז עושים בחירה...


זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' חיים יצחק אייזיק האלבערשטאם מסלאטפינא ב"ר יהושע מדאלינא חדב"ן מרן העצי חיים מסיגוט
אטעטשמענטס
Slotfina.jpg
Slotfina.jpg (18.1 KiB) געזען 11254 מאל
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

פון אונטער אים הרה"ק ר' יקותיאל יהודה ט"ב מ"מ אביו העצי חיים,
פון דער זייט דער סיגעט'ער ראב"ד הגה"צ ר' [שלמה] הלוי העללער -נכד באח"ב להתויו"ט- ומ"מ חותנו הערך ש"י.
ועמך כולם צדיקים
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

שקויעך מילער, דאס ערשטע מאל וואס איך זע א פיקטשער פון ר' יקותיאל יהודא, ס'איז דא נאך פון אים ?

ישר ביקסאד פארן אנווייזן.
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

איך האב שוין געזען עטליכע...

בד"וו איינער קען ארויפשטעלן א בילד פון עצי חיים?
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

אז מ'זוכט טרעפט מען:
אטעטשמענטס
120px-Atzeichaimzl.jpg
120px-Atzeichaimzl.jpg (4.88 KiB) געזען 11183 מאל
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

ווען ער איז געווען מיטן מנחת אלעזר יענעם אויפדערנאכט האט אים דער מנחת אלעזר געפרעגט עפעס אין קבלה און דער עצי חיים האט גלייך גענטפערט האט זיך דער מנחת אלעזר אנגעשריגן מען זאגט אז און סיגוט לערנט מען נישט קיין קבלה און דא ענטפערט מען גלייך ווי איר וואלט עס פריער געלערנט
האט ער אים גענטפערט אז ווען איך בין געווען א בחור אין איך האב געזען דעם ספר און איך האב נישט געהאט קיין געלט דאס צי קויפן האב איך עס דארט געלערנט אינעם ספרים געשעפט
ער האט געהאט א מורדיגע זכרון
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

איך האב געהערט פון א חשובן איד מזקני חסידי מונקאטש, וועלכער האט געהערט דעם סיפור פון ר' חיים בער ז"ל, אבער אזוי ווי עס שטייט אין שיח זקנים, און נישט ווי בני יששכר שרייבט אז ער האט אים פארגעהאלטן אז אין סיגוט לערנט מען נישט קיין קבלה, און די צווייטע חלק איז יא אמת אז מען האט זיך גע'טענה'ט איבער א געוויסע זאך, און דער עצי חיים האט נאכגעזאגט פון א פארשטופטן ספר, און געזאגט אז ער האט דאס איינמאל געזעהן אלס בחור
לחיים ולברכה!
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

מיללער האט געשריבן:דער נאמען צבי האט מען געגעבן ע"ש זיין זיידע דער חכם צבי ז"ל, וואס ער איז געווען אן אייניקל דורך ר' משה דוד טאלטשעווער זצ"ל.

[/url]


אויך דורך סאנז, הגם ר' שלום לעזירל איז נישט גיווען אן אייניקל דורך זיין פאטער אבער זיין שוויגער\שוועסטער אשת ר' מרדכי דוב הורנסטייפל טאכטער פון סאנזער רב איז יא גיווען [סגיווען דורך אן אנדערע זיווג].
אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלנער »

סעמיטשקע האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער נאמען צבי האט מען געגעבן ע"ש זיין זיידע דער חכם צבי ז"ל, וואס ער איז געווען אן אייניקל דורך ר' משה דוד טאלטשעווער זצ"ל.

[/url]


אויך דורך סאנז, הגם ר' שלום לעזירל איז נישט גיווען אן אייניקל דורך זיין פאטער אבער זיין שוויגער\שוועסטער אשת ר' מרדכי דוב הורנסטייפל טאכטער פון סאנזער רב איז יא גיווען [סגיווען דורך אן אנדערע זיווג].

דער עצי חיים איז נישט געווען א צאנזער אייניקל, זיין רעביצין איז געווען.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

קעלנער האט געשריבן:
סעמיטשקע האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער נאמען צבי האט מען געגעבן ע"ש זיין זיידע דער חכם צבי ז"ל, וואס ער איז געווען אן אייניקל דורך ר' משה דוד טאלטשעווער זצ"ל.

[/url]


אויך דורך סאנז, הגם ר' שלום לעזירל איז נישט גיווען אן אייניקל דורך זיין פאטער אבער זיין שוויגער\שוועסטער אשת ר' מרדכי דוב הורנסטייפל טאכטער פון סאנזער רב איז יא גיווען [סגיווען דורך אן אנדערע זיווג].

דער עצי חיים איז נישט געווען א צאנזער אייניקל, זיין רעביצין איז געווען.


רעכט רעכט! כשעם זיך פאר זיך אליין דאס גישעהט ווען מטראכט נישט פאר משרייבט
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

אין מצבת קודש [פארפאסט דורך ר' זלמן ליב גרינוואלד עי' אשכול מיוחדת אויף זיין נאמען] ווערט גיברענגט ווי פאלגענד:

"אז א קורצע תקופה פארן הסתלקות פינעם עצי חיים האט דער אהבת ישראל אפגעשטאט א וויזיט ביים עצי חיים"

אמת דאס איז שוין גיוען היפש א פאר יאהר נאך די ענדגילטיקער פסק פינעם דין תורה אודות די כוללים אין מארמארוש, אין די פייער פינעם פילוג צווישין סיגט און וויזניץ האט זיך "עטוואס" [איך שרייב "עטוואס"], בארוהגט איז עס א דבר פלא, וואס וויפיל כהאב זיך נאכגיפרעגט [ביי סיגעטער תלמידים, און ביי תושבי סיגט, און כמה חסידי ויזניץ, און אויך ביי די נכדי סיגעט] קיינער ווייסט נישט פון א באזוך און סזעט אויס ווי סהאט נישט קיין גרינטליכער מקור.

הגם די כתבי ר' זלמן ליב גרינוואלד זענען געשריבען מיט היפשא פונקטליכע דורכגעטונקייט [פאר די וואס זיינען רגיל בכתביו ווייסען דאס] און דערצו גיווען א תושב סיגעט, אבער לויט ווי סליגט מיר אין קאפ איז ער שוין נישט בתקופה ההוא גיווען אין סיגעט דעריבער קען זיין אז ער שרייבט נאר מפי השמועה.

די סאטמיר רב פערזענליך [דהיינו אחיו פינעם עצי חיים] האט גיהאט א ספעציעלע נאענטשאפט מיטן אהבת ישראל ועוד חזון, אבער מיטן עצי חיים איז אנגענומען אז האבן זיך קיימאהל איבערגיבעטין און אויב די עפיזאד איז קראנט איז עס א שטארקע היסטארישער פאסירונג און עס טוישט היפש די ליכט אויף די קשר צוישן סיגעט און ויזניץ.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גערעכט ר' סעמיטשקע, דער הרב גרינוואלד איז ע"פ חשבון שוין געווען דאהי אין אמעריקא [עיין בהמכתב מאחיו ר' אביגדור, שנכתב לאמעריקא]נאך זיינע ערשטע וועלט מלחמה מיטמאכענישן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ס'איז דא א סיפור וואס כווייס נישט ווי קראנט עס איז
אז הארט פאר דער עצי חיים איז נסתלק געווארן האט מען אים בודק געווען פון קאפ ביז פיס ביים אונגארישען רומענישען גרעניץ וואס איז געקומען אלס פועל יוצא פון אן וויזניצען מסירה אין ער האט זיך דערפון ציקילט אין איז דעם פאלגעדענעם וואך אוועקגעפאלן פון וואס ער איז שוין נישט מער אויפגעשטאנען ל"ע
ווי קראנט דאס איז וויסעך נישט קען זיין סתם א חסידישע לשון הרע'לע וואס איז קיינמאל נישט פארגעקומען
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

ר' יוסל "טאָ בי עקזעקט" הילך הענינים כהווייתן:

דאס איז גיווען היפש פאר די הסתלקות ומעשה שהיה כך היה:

די עצי חיים איז גיווען די אפיצעלע רב פון די מחוז ארום סיגעט וואס האט אויך אריינגירעכנט פיהל שטעטליך חוץ פון די גלילות סיגעט, בתוכם איז גיווען די שטאט סלאטפינע, צווישין סלאטווינא אין סיגעט איז גיווען א וואסער מיט א בריק, לימים [ווען די הערשאפטן און די גרעניצן האבין זיך גיטושט] האט די וואסער אפגיטיילט צווישען רומעניא און אונגארין און זייט דעמאלטס איז גישטאנען באאמטע אויפן רומענישן זייט פינעם בריק אין אונגארישער באאמטע אויפן צווייטע זייט בריק.

די חסידי וויזניץ האבן גיטראפין א גילעגנהייט אוועקצונעמען די השפעה פינעם סיגעטער רב אויפן שטאט מיטן טענה אז ער האט נישט קיין בעלות נאך די גרעניצין פון רומעניא עד כדי כך סאיז אנגעקומען צו די גויעשע בעהערדע [צו גאר ערכאות] איז געבליבען די פשרה אז די עצי חיים וועט אריינקומען אין שטאט אריין איינמאהל א וואך [דאס איז גיווען מיטוואך] און דארט נעכטיגען [דאס איז צושטאנד געקומען וויבאלד די סיגעטער ראשי הקה' זענען גיווען היפש אריינגעדרייט ביי די באהערדע נאך איידער די גרעניצן האבן זיך געטוישט].

סגיווען איינגעפירט אז די שומרים אויפן רומענישן זייט האבן גיווארט אויפן אנקום פון עצ"ח און דערנאך האבן זיי פארשפארט די גרעניץ און פון די אנדערע זייט האבען גיווארט די אונגארישער שומרים ביז די עצ"ח איז אריבער קיין אונגארין, מאכט זיך אמאהל אז דער עצ"ח קומט אהן אויפן זייט פון אונגארין און די גרעניץ איז גיווען פארשפארט,
סנישט גיווען קיין ברירה נאר מהאט געמוזט צוריק גיין קיין רומעניא אנקומענדיג אויף צוריק זענען די טויערין שוין גיווען פארשפארט ווייל די שומרים האבן פארלאזט די פלאץ איינמאהל דער ראביננער איז אריבער, אזוי איז דער עצ"ח געבליבען נעכטיגען אויפן בריק די גאנצע נאכט.

סהאט זיך ארויסגישטעלט אז די חסידי וויזניץ זענען גיגאנגען זאגען פאר די באאמטע אויפן אונגארישער זייט אז דער עצ"ח חיים קומט נישט היינט אזוי ארום האבן זיי פארשפארט די גרעניץ איידער די עצ"ח איז אריבער.

ע"כ מפי רח"צ מייזליש ב"ב און האט אנגעגעבין אז דאס איז פשט אין די תשו' עצ"ח בדיני טלטול "פאס" בשבת [פאפירען, פאספארט בלע"ז] ווי די סלאטפינער חסידים האבן אנגעפרעגט די עצ"ח איינמאהל סגווארין אפגעטיילט פון רומעניא.

אבער מפי ר' דוד הוך ע"ה [יליד טשאטה גלילות סיגט, תלמיד עצ"ח] איז די מעשה גיווען אז מהאט פארמסרט די עצ"ח אז ער גייט אריינדרינגען פאלשע וואלאטא אזוי ארום האט מען איהם באטאפט פון קאפ ביז פוס [וויבאלד די באאמטע האבן געברויזט אויפן סיגעטער ראביננער אז ער ניצט אויס די גילעגנהייט וויבאלד מהאט איהם נישט בודק גיוען קיינמאהל מחמת כבודו].

ר' דוד האט מסיים גיווען אז מזאל נישט מיינען אז די צווישין די סיגעטער חסידים האט געפעלט שקצים, ווי ער געט איבער האט זיין שווער ר' יודל שטיינבאל איש אמונו פינעם עצ"ח שפאצירנדיג יענע תקופה מיטן עצ"ח האט מען געזאגט פארן עצ"ח אז מאיז געוואויר גיווארין די נאמען פינעם מסור און מקען איהם מלשין זיין בפני הממשלה, האט דער עצ"ח זיך אנגערופין ווער פון מיינע חסידים וועלין גיין פארמסרן א צווייטע איד, האט ר' יודל גיעענטפערט "פעלט דען שקצים ביי אונז אין סיגעט", דער עצ"ח האט זיך צושמייכילט.

נוסחת ר' דוד הוך איז מער מסתבר ווייל די חסידי סלאטפינע וואלטן באמערקט ווי דער עצ"ח קומט נישט אהן און וואלטן געגאנגען אנדרייען ביי די באאמטע מזאל עפענען די גרעניץ כאטשיג קענען גיין זוכען שלא יקרהו אסון.

יש לספר אודות די שטעלע פון דאס רבנות סלאטפינא ועוד חזון.

טאטע שענק מיר כוח!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אז מען רעדט שוין פון די שטאט סלאטפינא, הרה"צ ר' עמרם טויב ז"ל פון באלטימאר איז געווען דארט דיין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

לויט ווי איך האב אמאל געהערט האט אדמו"ר הקדוש מסאטמאר זי"ע מרמז געווען דעם אויבנדערמאנטען סיפור פאר מרן הברך משה זצ"ל בעפארן שידוך שליסען פון זיין זיין אדמו"ר מהר"א שליט"א.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

באזוכנדיג ביי הרה"ח ר' אלימלך ישראל בן פריידא לרפו"ש, האט ער מיר דערציילט דעם פאלגנדן עפיזאד:

ער איז אמאל אריין צום ברך משה זצ"ל מיט א קוויטל ופדיון, האט אים דער רבי געפרעגט וואס ער טוט פאר פרנסה. ר' אלימלך האט געזאגט אז ער לערנט פריוואט מיט יונגלעך/בחורים, אויף וואס דער רבי האט געפרעגט "איך זעה דאך איר האט א משפחה מיט קינדער, איז דאס אליין גענוג צו שפייזן די גאנצע פאמיליע"? האט ר' אלימלך געענטפערט אז ער טוהט אויסערדעם אויך אין שדכנות. האט דער רבי געפרעגט "דו טוהסט נאר, אדער דו פירסט אויך אויס"? ווען ר' אלימלך האט געזאגט אז א מוצאי שבת בעפאר האט ער אויסגעפירט א שידוך, האט אים דער רבי מכבד געווען צו זיצן.

דאס איז געווען אין א צייט וואס דער רבי איז פונקט געשטאנען ביים אנדערן עק טיש, און ר' אלימלך האט זיך אנטזאגט פון זיצן אין די צייט וואס דער רבי איז אליינס געשטאנען. האט אים דער רבי אנגעכאפט ביים אקסל און ממש אראפגעזעצט מיט געוואלד אויפן בענקל. דערנאך האט ער אים ערקלערט די סיבה דערפאר:

איך האב געהערט פון מיין טאטען דער עצי חיים - האט דער ברך משה דערציילט - אז א שדכן וואס פירט אויס א שידוך, איז דאס א "מעין" פון "רוח הקודש"! נו, פרעג איך אייך, ווען צו אייך אין שטוב זאל אריינקומען א איד וואס פארמאגט מעין רוח הקודש, וואלט איר אים דען נישט מכבד געווען צו זיצן? יעצט וועט איר שוין אויך פארשטיין פארוואס איך האב אייך געפרעגט אויב איר טוהט נאר אין שדכנות, אדער איר האט שוין אויסגעפירט שידוכים... דאס איז מיר נוגע געווען צו וויסן אויב איר האט שוין טאקע זוכה געווען צו דעם "מעין רוח הקודש" וואס א שדכן באקומט פון הימל.

ר' אלימלך האט פארענדיגט זאגענדיג אז ער האט פאריגע וואך איבערדערציילט די מעשה פאר איינער פון די קינדער פון רבי'ן בעל ברך משה, און יענער האט געזאגט אז דאס איז ביי אים א נייע מימרא פון טאטען בשם דעם עצי חיים.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

סעמיטשקע האט געשריבן:לימים [ווען די הערשאפטן און די גרעניצן האבין זיך גיטושט] האט די וואסער אפגיטיילט צווישען רומעניא און אונגארין און זייט דעמאלטס איז גישטאנען באאמטע אויפן רומענישן זייט פינעם בריק אין אונגארישער באאמטע אויפן צווייטע זייט בריק.


דאס טייך איז גיווען די באקאנטע "טיסא" טייך, אין צו זיין פונקטליך האט עס אפגעזונדערט צווישין טשעכעסלוואקיא [נישט אונגארין] און רומעניא.

איטליכע פרטים אודות די שטעטל סלאטפינע

ביז שנת תרפ"ה האט נישט געדינט קיין רב אין סלאטפינע, [אולי איז גיוווען עטליכע נישט אפציעלע מו"צים אויפן פלאץ], א שו"ב האט יא געדנינט אויפן פלאץ אזוי אויך האבען זיי גיהאט א בית עלמין, ווען סהאט זיך אויסגיפעלט א הוראה איז מען אריבער די טייך קיין סיגעט, דאס הייסט סלאטפינע איז גיווען פון די גלילות סיגט [אויף אזא אויפן וואס סהאט זיך נישט אויסגיפעלט אפי' קיין רב].

סגיווען א שטאטישער שוהל, אויך א גרויסער סיגעטער קלויז - די גרעסטע סעקטע פינעם דארף איז גיווען חסידי סיגעט, אויך וויזניץ האט געהאט א שטארקע ציבור דמינכרא און גיהאט א קלויז פאר זיך, דערנאך איז גיווען נאך אפאר קליינע קלויזים ספינקא, וכו'

ביים ערשטן קריג ווען די גבילות האבין זיך געטוישט אין סגיווען שווערער די הלוך ילוך, האט דער עצ"ח ממנה גיווען א דיין ר' ירמיה קאהן [בן ר' ישכר בער קאהן אב"ד סענזשארץ לימים האט ער געפראוועט רביסטעווע אין מארוש וואשערהעלי].

דערויף האט די עצ"ח גיהאט א קביעות צו נעכטיגען דארט איינמאהל א וואך מיטוואך [אויף דעם באציהט זיך די עובדא דערמאנט אויבין, לויט אנדער מקורות דינסטאג], די סיבה צו די טירחא איז גיווען כדי חוסם צו זיין די וויזניצע טענה אז סלאטפינע גיהערט נישט צו סיגעט און אזוי דערויף אויפנעמען א רב פון זייער חדר, אזוי ארום איז די עצ"ח גיווען דארט בפועל.

למעשה האבען די וויזניצער חסידים גטוהן הרבה פעולות ביים ממשלה צו פועלין אז מזאל דארפען אויפנעמען א רב, די באעהרדע זייענדיג גוטע פריינד צו די סיגעטער הויף זענען זיי געקומען מודיע זיין די ענין ביז סגבליבען אז דער עצ"ח אליין וועט שיקען א דעפוטאט דהיינו א עמטליכער רב מטעמו, דאס איז גיווען די סלאטפינער רב דער איידעם פון עצ"ח, אויך מצד חסידי סיגעט זעלבסט איז גיווען דרוק צו שיקען די סלאטפינער רב [סיי צוליב די גרעניצען וואס האט זיי שטארק באגרעניצט און סיי צוליב די חסידי וויזניץ].

אום שבת שמיני תרפ"ה איז דער עצ"ח אנגעקומען מיטן איידעם אים מושיב צו זיין אויפן כסא הרבנות.

למעשה האט די סלאטפינער רב זיך נישט באזעצט דארט בקביעות ביז שנת תרפ"ו צוויי שבתים איידער די לעצטיר נסיעה פינעם עצ"ח [אוף גר"וו] דאן זענען די אנשי סלאטפינע געקומען זיך מתאונן זיין אז מקען שוין נישט ווייטער אנגיין אנא רב, [ר' דוד הוך דערציילט בשם זיין שווער ר' יודל שטיינבאך אז מהאט גיזעהן ווי דער עצי חיים האט זייער נישט גיהאט חשק דערצו אבער אפ"ה האט מען מפציר גיווען ביז ער האט מסכים גיווען, צוויי וואכען דערויף ווען סהאט באטראפין די אומגליק האט מען פארשטאנען למפרע די קווענקילנישען פין עצ"ח ווי ער האט געשפירט כאילו אין מלכות נוגעת בחברתה ע"כ פון ר' דוד והוא די מפוקפוק צו זאגין אז דאס איז גיווען די סיבה אבער דאס איז גיווען די שמועסין דעמלאטס אין רחובות סיגעט בין החסידים].

מיטן אנקום פון סלאטפינער רב האט ער מצליח גיווען צו ברענגין די שטאט צו הארמאניא ווי יעדער האט גילעבט בשלום ובשלוה [עכ"פ אויף נארמאלערע אומשטענדין] ער איז גיווען גאר א געלונגענער מענטש אויך איז ער גיווען א שיינער בעל תפילה [נוסח זידישוב, דאלינא], אויך האט ער מייסד גיווען א ישיבה.

ער איז נעביך אומגיעקומען דורך די רשעים ארורים ד' ינקום לענינו את דמו ושאר דמי אחינו השפוכים.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

farshlufen האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון די שטאט סלאטפינא, הרה"צ ר' עמרם טויב ז"ל פון באלטימאר איז געווען דארט דיין.

ב''ה
וועהן ?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מציבות מרן העצי חיים והרבנית בהאוהל הק' בסיגוט
אטעטשמענטס
Siget3.jpg
Siget3.jpg (22.04 KiB) געזען 11035 מאל
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

פונקט היינט האב איך געזעהן א שיעור חומש רש"י פון הגה"ק מצאנז קלויזענבורג זצ"ל (פ' אמור תשמ"ב): "שמעתי ממו"ח בזיוו"ר בעל עצי חיים זצוק"ל על אודות איש פחות אחד שהיה חשוד על כל העבירות, אך עכ"ז היה נוסע תמיד אל אדמורי"ם שבדורו והיה נותן להם סכומים גבוהים לפדיון נפש. וכאשר הייתי מאוכלי שולחנו שמעתי ששאלו את מו"ח מהו אומר על אדם זה, ענה מו"ח שבאמת הוא יהודי כשר והגון ורוצה לקיים את כל התורה, אלא שאינו מוכן למסור נפשו על כל מצוה, ואצלו כל מצוה קטנה היא מסירות נפש ממש, והוא פוסק לעצמו שאינו חייב למסור נפשו. והוא דבר חכמה נפלאה, וטובא גניז בגוויה שהוא מליצת זכות עליו שסוף סוף יש בו נקודה יהודית ואינו עובר להכעיס את השי"ת ואינו בועט בהקב"ה, עכ"ל.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”