ר' נפתלי עהרליך זצ"ל אבד"ק דעלאטין, ה' שבט תש"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' יעקל פוקס איז נאך דאהי? געטראפן א מציאה רבה!

א בריוו פון ר' שלמה יעקב ב"ר נפתלי עהרליך מדעלאטין, ר' שלמה יעקב ווי אויבן דערמאנט איז געווען א זון פון ר' נפתלי בזוו"ש בת ר' שלמה יעקב אייכנשטיין מזידיטשוב וע"ש נקרא.

דער בריוו שרייבט ר' שלמה יעקב פאר חיים בלאך וואס איז ווי דערמאנט אויבן אויך געווען במקורו פון שטאט דעלאטין, עס האט פרטים נכבדים מימי שבתם בדעלאטין ווען דער פאטער פון חיים בלאך איז נישט געווען שווה בשווה מיט'ן רב ר' נפתלי, אויך פרטים וויאזוי ר' שלמה יעקב איז ניצול געוווארן ביים קריג און נאך.

דער בריוו איז געשריבען געווארן תיכף סוף פון די קריג בשנת תש"ה, ווען ר' שלמה יעקב האט געוואונט אין תל-אביב, וואס איז געווארן שפעטער פון דעם ר' שלמה יעקב?

http://archive.org/stream/chaimbloch00r ... 4/mode/1up
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד ידידי הנעים לי מאז ומקדם האבד"ק סקרענטן פה באתרא הדין יע"א

הגם מיר שטייען יעצט אין אזא פארנומענע ערב יו"ט זמן, עכ"ז האב איך געמוזט נעמען די צייט לאות הכרת הטוב

שש אנכי אויף דיזע בריוו כמוצא שלל רב! עס האט אין זיך פארשידענע חומר און חדשות....

כ'האב נאך נישט געהאט קיין צייט לעומק הדברים אבער בשטחיות האב איך עס שוין צוויי מאל איבערקעקוקט... באמערקט אויך אז ר' חיים בלוך איז געוועהן דעלאטינער רב'ס תלמיד!

אי"ה נאך יו"ט האף איך צירוקקומען בע"ה פאר די איבריגע פרטים

ידידו עוז - יעיקל

נ.ב. אויף דיין פראגע אויב איך בין נאך דא איז די תירוץ ניין... נישט קיין צייט ליידער פארברענגען בדיבוק חבירים כמאז ומקדם, אבער מאחורי כותלי ביהמד"ר האב איך געהערט רעדן פון די פרישע ווארע וואס די סקרענטאנער האט אפירגעבראכט!

דרך אגב - פון אמאל זעלטן א בליק זעה איך אז די חבירים שטעלען זיך נישט נאך אדרבה עס איז כמעיין התגבר און וואס פארא שיינע ענינים קומען ארויס מיט א קלארקייט אחר חקירה ודרישה ופלפול

כה לחי!
טעמו וראו כי טוב השם
דוד הקרחי
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 01, 2012 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הקרחי »

מיללער האט געשריבן:ר' יעקל פוקס איז נאך דאהי? געטראפן א מציאה רבה!

א בריוו פון ר' שלמה יעקב ב"ר נפתלי עהרליך מדעלאטין, ר' שלמה יעקב ווי אויבן דערמאנט איז געווען א זון פון ר' נפתלי בזוו"ש בת ר' שלמה יעקב אייכנשטיין מזידיטשוב וע"ש נקרא.

דער בריוו שרייבט ר' שלמה יעקב פאר חיים בלאך וואס איז ווי דערמאנט אויבן אויך געווען במקורו פון שטאט דעלאטין, עס האט פרטים נכבדים מימי שבתם בדעלאטין ווען דער פאטער פון חיים בלאך איז נישט געווען שווה בשווה מיט'ן רב ר' נפתלי, אויך פרטים וויאזוי ר' שלמה יעקב איז ניצול געוווארן ביים קריג און נאך.

דער בריוו איז געשריבען געווארן תיכף סוף פון די קריג בשנת תש"ה, ווען ר' שלמה יעקב האט געוואונט אין תל-אביב, וואס איז געווארן שפעטער פון דעם ר' שלמה יעקב?

http://archive.org/stream/chaimbloch00r ... 4/mode/1up

רבי שלמה יעקב, האט געוואינט ביי זיין שוואגער הה"צ רבי פינחס שלום זצ"ל מקאסאני, אין דער בראנקס. איך געדענק נישט דעם גענויעם דאטום ווען ער איז געשטארבן, אבער דאס ווייס איך יא, אז ער איז באגראבן געווארן אים די חלקה פונעם קאסאני'ער ביהמ"ד אין דער בראנקס, וואס געפונט זיך אין לאנג איילאנד. עס זענען דא בילדער פון אים, סיי פאר דער קריג, וואו ער גייט נאך מיטן פולן חסידישער טראגע, און סיי פון נאך דער קריג וואו ער זעהט שוין אויס ווי אן אמעריקאנער "בוי".
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א ידיד מיינער האט מיך געבעטן אויפצוקוען עפעס איבער די דעלאטינער רב'ס משפחה און וואוסנענדיג פון דעם אשכול האב איך פארשפראכן אריינצוקוקען דערינען לכבודו, און זייטיג האבן מיר אינזינען געהאט לכבוד עצמי (ביי צדקה וחסד מעג מען דאך האבן פניות כידוע) אז אולי וועט געלונגען אויפצווועקן ידידינו היקר באנשים כבוד הרב ר' יעקל פוקס הי"ו הצמוד בקירות לבבינו אלס עמיצער וועלכער האט גאר אסאך צוגעגעבן צו אונזער קרעמל, והלוואי שהאתערותא דלתתא ישפיע עליו לשוב לאיתנו הטוב בעזהשי"ת, וזה החלי בס"ד:

יעקעלע פוקס האט געשריבן:הרה"ק ר' נפתלי עהרליך זצ"ל, אבד"ק דעלאטין יע"א

ער איז געבוירען געווארען אין יאר תרכ"ג, צי זיין פארטער ר' צבי הירש זצ"ל, וואס איז געווען א זוהן פון ר' יהודה ליביש עהרליך פון ראזלא זצ"ל, אן איידעם ביים עטרת צבי פון זידיטשוב זצ"ל.

1. אינעם אשכול רעדט מען נישט פון די משפחה פון ר' יהודה לייבוש מראזלא חתנו של העטרת צבי, מלבד בנו ר' צבי הירש, איז געווען נאך קינדער און אויב יאר מי המה?

2. איבער ר' צבי הירש עהרליך אבי ר' נפתלי איז אויך דא ווייניג חומר, מלבד בנו ר' נפתלי נשוא האשכול ווערט דא דערמאנט די טאכטער פערל אשת ר' חיים פרידלאנדער, איז געווען נאך קינדער אויב יא מי המה?

איך האב געטראפן אין מחזיקי הדת פון יאר תרמ"א א מודעה איבער דאס אנשליסונג פון די ק"ק אין ראזלא אין די מחזיקי הדת און די אויפנאמע פון די ראשים און ממונים, ווי "הרבני הנגיד בן גדולים ר' צבי הירש עהרליך נ"י, איז אויפגענומען אלס מזכיר (זעה בייגעלייגט), זעה איך אז ר' צבי הירש איז געווען א נגיד און האט געוואונט אין ראזלא, ביי וועם איז ער געווען אן איידעם? און מיר האט געדאכט אז ר' נפתלי איז געברוין געווארן אין דעלאטין, מי יודע
אטעטשמענטס
seferid_28819_page_7.jpg
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

כבוד הרב שי''נ
ס'איז נישט קיין ראי' אז עהר איז געווען א נגיד ...ווייל אלע האבען דארט דעם חשובען טיטול ''''הנגיד''''
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

רבבה האט געשריבן:כבוד הרב שי''נ
ס'איז נישט קיין ראי' אז עהר איז געווען א נגיד ...ווייל אלע האבען דארט דעם חשובען טיטול ''''הנגיד''''

נישט ממש אלע, אבער איר זענט גערעכט ובכגון דא זאגט מען אז ס'גענוג אז מ'זאגט אז ער איז א נגיד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער דערמאנטער יליד דעלאטין מעלדט בשנת תרנ"ח אין המגיד איבער א צערעמאניע אינעם ארטיגען ביהמ"ד ווי דער רב ר' נפתלי האט נשוא געווען מדבריו, וועלכע יאר איז ר' נפתלי געווארן דארט רב און ווער איז געווען בעפאר? (איך ווייס אז מ'האט אויבן דערמאנט שקבלתו לרב לא היה מוסכם לכל הדיעות ואכמ"ל)
אטעטשמענטס
getimage.png
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הוא מותיב והוא מפרק א באריכט אין מחזיקי הדת בשנת תרנ"ה מעלדט איבער די אויפנאמע און ברמז דערמאנט ער אביסל איבער די התמנות איבער א צווייטען בעד בצע כסף

ועל השנית האב איך געטראפןן אז פאר ר' נפתלי איז געווען רב אין דעלאטין הג"ר יעקב יוקל הלוי איש הורוויץ בעמח"ס אבני השואהם ב"ר משולם יששכר אב"ד סטאניסלוב בעמח"ס בר ליוואי נכד באח"ב להגה"ק ר' איציקל האמבורגער.
אטעטשמענטס
getimage (1).png
getimage (2).png
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:היינט האב איך געזעהן אים 'שם הגדולים לגאוני הגר' אז ר' יהודה לייבוש ב"ר נפתלי עהרליך מדעלאטין, איז געווען אן איידעם ביי ר' משה יוסף ט"ב מאיהעל, איך זעה דא אז ער איז געווען אן איידעם ביים בני שלישים אין קאסאן, איז דאס זוו"ר וזוו"ש שני אדער א פארדריסליכע טעות?

ברכת מז"ט צו די חתונה אין מחזיקי הדת שנת תר"ע
אטעטשמענטס
getimage (1).png
getimage.png
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

על ר' יהודא לייבוש עהרליך מבערעגסאז הנ"ל ב"ר נפתלי נכתב ע"י חתנו ר' חיים נחום מערמלשטיין:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=537
עם הרבה פרטים סביבות המשפחות

טרעף איך דארט כמענה למבוקשי אז ר' צבי הירש עהרליך מראזלא אבי ר' נפתלי היה חתנו של ר' מענדל הורוויץ-אייזנבערג מבארטשוב ב"ר שמואל שמעלקא מראמאן [אחיו של הרה"ק הזרע קודש מראפשיץ] ב"ר מענדל מלינסק.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שכוח הרב מיללער פארן אויפברענגן אט די טעמע, איך האב שוין איינמאל געפרעגט אין דעם אשכול איבער די קינדער פון הר״ר צבי הירש עהרליך זצ״ל. וואו קאן איך נאכקוקן מער?

איבער דעם ״הנגיד״ טיטל קוקט מיר אויס אוויא רבבה שי׳ לערענט עס אפ, מסתם אויף די טעמפלעיטס (לשבר את האוזן) אין ראזלא פלעג שטיין אזוי געשריבן... בכלל אויב וואלט ער ווירקליך געווען א נגיד, וואלט דאך געווען ירושה... אין וועלעכענס פאל וואלטן מיר אוודאי מער געוואוסט איבער צאצאיו הנגידים...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

מיללער האט געשריבן:דער דערמאנטער יליד דעלאטין מעלדט בשנת תרנ"ח אין המגיד איבער א צערעמאניע אינעם ארטיגען ביהמ"ד ווי דער רב ר' נפתלי האט נשוא געווען מדבריו, וועלכע יאר איז ר' נפתלי געווארן דארט רב און ווער איז געווען בעפאר? (איך ווייס אז מ'האט אויבן דערמאנט שקבלתו לרב לא היה מוסכם לכל הדיעות ואכמ"ל)

וואס איז טאקע פשט אז ער האט גערעדט ביי אזא סארט צערעמאניע, און וואס איז פשט אז דאס איז גאר פארגעקומען אין בית המדרש?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

לויפט איינער אריין אין מיין ביורא/אויפנאמע צימער פארסאפעט, אז ער האט פרישע ווארע און איך מיז מיט אים שוין לויפן אין קרעטשמע פאר עס ווערט אויסגעקילט, מיין זיך בעטן צי אים אז מיין צייט ערלויבט דאס בשום אופן נישט איז געפאלען אויף טויבע ארען, און אזוי וואס ווי ווען האט ער מיך אנגעכאפט ביים קארג אין אריינגעשלעפט מיט געוואלד! (אבער כ'האב נישט קיין פאראיבעל ששששש)
מיללער האט געשריבן:א ידיד מיינער האט מיך געבעטן אויפצוקוען עפעס איבער די דעלאטינער רב'ס משפחה און וואוסנענדיג פון דעם אשכול האב איך פארשפראכן אריינצוקוקען דערינען לכבודו, און זייטיג האבן מיר אינזינען געהאט לכבוד עצמי (ביי צדקה וחסד מעג מען דאך האבן פניות כידוע) אז אולי וועט געלונגען אויפצווועקן ידידינו היקר באנשים כבוד הרב ר' יעקל פוקס הי"ו הצמוד בקירות לבבינו אלס עמיצער וועלכער האט גאר אסאך צוגעגעבן צו אונזער קרעמל, והלוואי שהאתערותא דלתתא ישפיע עליו לשוב לאיתנו הטוב בעזהשי"ת, וזה החלי בס"ד:

למען ידידי היקר והנחמד לא אשקוט:
איך ווייס איך בין דיר א בעל חוב ווי עטליכע מאל פארשפראכען צירוקקומען און באהאנדלען די נושאים אינאיינעם, בעט איך דיך אבער אל נא תשת עלינו חטאת איך זאג אויך יעדן טאג פארן בורא עולם עד כאן! מכאן ואילך חושבנא און.... ממילא האף איך אז מיין געטרוי וועט נישט פארלוירן ווערן ועוד חזון למועד בעזר הוי"ה אויף א ברייטערען אויפן אבער היצט אויפן שפיץ גאפעל:
קודם אויף דיין שאלה פון פאר פסח וועגען ר' שלמה יעקב ז"ל
ר' שלמה יעקב ז"ל איז געבוירן צי זיין גרויסען פאטער די דעלאטינער רב מזווגו השני, און חתונה געהאט פארן קריג און בחסדי השי"ת ארויסגעראטעוועט געווארען פון קריג אבער א עלענדער מענטש שבור ורצוץ ווי מזעהט אויך אויף זיין בריוו צי ר' חיים בלאך - וואס די האסט ציטירט - זיין ציבראכען קייט, למעשה איז ער געפארען קיין א"י און געהאפט דארט צי טרעפן זיין נחמה אבער..... געקומען קיין אמעריקא און זיך אריינגעצויגען צי זיין שוואגער אדמו"ר ר' פנחס שלום מקאסאני זצ"ל אין די בראנקס ביז צי זיין פטירה ער"ח ניסן תשי"א ווי ערווענט האט מען איהם געלייגט אין די בראנקס
דרך אגב – הרב דוד הקרחי גלייב מיר אסאך אידען אין זיין מצב האבן געהאלטן אסאך ווייטער פון זיין אמעריקאנער בוי ודי – אבער ביטע זיי אונז מהנה מיט דיינע בילדער וואס די פארמאגסט אל תמנע טוב
מיללער האט געשריבן:1. אינעם אשכול רעדט מען נישט פון די משפחה פון ר' יהודה לייבוש מראזלא חתנו של העטרת צבי, מלבד בנו ר' צבי הירש, איז געווען נאך קינדער און אויב יאר מי המה?

ר' צבי הירש זצ"ל איז געוועהן א בן יחיד, נישט געהאט קיין ברודערס אבער געהאט איין שוועסטער וואס האט עולה געוועהן קיין א"י (כ'מיין אז נאך אלץ מיידל....) וואס איך ווייס נישט איהר שפעטערע היסטאריע אבער איך ווייס יא אז עס דרייען זיך אין א"י אסאך וואס זענען זידיטשובע אייניקליך וואס שטאמען פון איהר (דאכט זיך אויך עפעס א משפחת מינצבערג און נאך)
ר' יודא לייבוש זצ"ל איז געוועהן זייער באפריינדעט מיט זיין שוואגער הרה"ק ר' יודא הערשעלע פון ראזלא זצ"ל אויך א איידעם ביים עטרת צבי אבער היות ער איז געוועהן א שטאקע נכבא אל הכלים און אנטלאפען פון גדלות איז - טראץ זיין גרויסקייט - גאר ווייניג באקאנט,
ער איז אוועק יונגערהייט און זיין יונגע אלמנה הרבנית רבקה'לע איז צירוק כנעוריה בית אביה קיין זידיטשוב ומנו"כ איז טאקע אינעם אוהל פונעם הייליגן עטרת צבי (די איינציגסטע קונד וואס ליגט מיטן טאטען אין אוהל)
ווען רביצין רבקה'לע הנ"ל איז געוועהן פארשוואנגערט מיט איהר זוהן ר' צבי הירש זצ"ל איז זי אמאל געוועהן ביים טאטען אין שטוב ווי די הייליגע עטרת צבי האט זיך פלוצים אדריי געטוהן צי איהר און איהר געזאגט "וועסט געבוירן א אינגל און זאלסט איהם אנאמען געבען צבי הירש" זי וויסענדיג אז מיר זענען נישט פונעם ספרד'ישן אפשטאם ווי מ'געט אויך א נאמען נאך א זיידן וואס לעבט האט אויסגעבראכען און א געוויין פארשטייענדיג דעם רמז, דרך-אגב דער עטרת צבי איז געוועהן געזינט און שטארק (נסתלק געווארען נישט לאנג נאך זיין רביצין וואס כידוע וואס ער האט געזאגט פארוואס ער גייט לגבי מחותנו הקדום הרה"ק ר' אייזיק מקאלוב זצ"ל.. ואכמ"ל)
מיללער האט געשריבן:2. איבער ר' צבי הירש עהרליך אבי ר' נפתלי איז אויך דא ווייניג חומר...

ר' צבי הירש הנ"ל איז געבארען הארט נאך די פטירה פונעם זיידן די עטרת צבי ווי ערוועהנט, די הייליגע ר' אייזיק'ל זידיטשוב'ער וואס האט געפירט א גרויסע רבי'סטעווע אין זידיטשוב האט געלאזט אמאל רופען זיין ש"ב ר' צבי הירש הנ"ל און געזאגט דיין זיידע די עטרת צבי (פאר ר' אייזיקל איז ער געוועהן נאר א פעטער) איז מיר געקומען אין חלום און פארגעהאלט הלמאי איך בין דיך נישט גענוג מקרב.... (ער איז געגאנגען בדרכי אבותיו געוועהן א נכבא אל הכלים....)
מיללער האט געשריבן: ......מלבד בנו ר' נפתלי נשוא האשכול ווערט דא דערמאנט די טאכטער פערל אשת ר' חיים פרידלאנדער, איז געווען נאך קינדער אויב יא מי המה?

דער מלבוש פון זידיטשוב איז אויך געוועהן א איידעם ביי דעם ר' צבי הירש און דער מלבוש האט געבעטן דעם שווער אז היות ער איז נאנט מיט די טובי העיר ווערעצקי און דאס רבנות פאסטען איז יעצט ליידיג זאל ער שתדל'ן פאר אים וכן עשה און דער מלבוש איז געווארען אויפגענומען פארן רב אין ווערעצקי. (מיר וועלן שפעטער נאך רעדען דערוועגן)
אויך ר' חיים וואס די דערמאנסט איז געוועהן א ברודער, ווי אויך א שוועסטער שנעעבאלג וואס די אלע שנעעבאלג'ס (זידיטשובע רבי פון באר שבע ואחיו) זענען אייניקליך – איך האב געזעהן א בריוו וואס די דעלאטינער רב האט געשריבען פאר נ"א וואס דאס מיינט נכד אחותי הר"ר חיים שנעעבאלג ז"ל
מיללער האט געשריבן:איך האב געטראפן אין מחזיקי הדת פון יאר תרמ"א א מודעה איבער דאס אנשליסונג פון די ק"ק אין ראזלא אין די מחזיקי הדת און די אויפנאמע פון די ראשים און ממונים, ווי "הרבני הנגיד בן גדולים ר' צבי הירש עהרליך נ"י, איז אויפגענומען אלס מזכיר (זעה בייגעלייגט), זעה איך אז ר' צבי הירש איז געווען א נגיד און האט געוואונט אין ראזלא, ביי וועם איז ער געווען אן איידעם? און מיר האט געדאכט אז ר' נפתלי איז געברוין געווארן אין דעלאטין, מי יודע

ווי אנדערע האבן שוין געשריבען הנגיד איז לאוו דוקא, ס'מיז נישט זיין אבער ס'קאן זיין אז דאס איז ער און ווי אויווען ערוועהנט איז ער אנטלאפען פון גדלות וכדו' מילא איז מסתבר דער בן גדולים ר צבי הירש האט ליבערשט אנגענומען א מזכיר פאסטען אין דעם חשוב'ען ארגענעזאציע "מחזיקי הדת" וואס כידוע איז דאס געגרינדעט געווארן לחזק הדת....
דרך אגב – הרב שטארק זיך, מיר קענען יא אייניקליך וואס משרייבט אויף זיי הנגיד, נישט אז זיי קאמפיטען מיט באראן ראטשילד, ווי אויך שטאמט נישט די ירושה פון ר' צבי הירש הנ"ל....
מיללער האט געשריבן:דער דערמאנטער יליד דעלאטין מעלדט בשנת תרנ"ח אין המגיד איבער א צערעמאניע אינעם ארטיגען ביהמ"ד ווי דער רב ר' נפתלי האט נשוא געווען מדבריו...

אהה דאס איז א מתנה! די אלע אנדערע התקות האבען מיר שוין געזעהן אבער דיזע איז מיר א חידוש און איטערעסאנט!
מיללער האט געשריבן:... וועלכע יאר איז ר' נפתלי געווארן דארט רב און ווער איז געווען בעפאר? (איך ווייס אז מ'האט אויבן דערמאנט שקבלתו לרב לא היה מוסכם לכל הדיעות ואכמ"ל)
ער איז אויפגענומען געווארען אלץ רב "מוסכם לכל הדעות בלי שום יוצא מן הכלל" יארע תרנ"ה אלט זייענדיג 32 יאר אלט אין געדינט אלץ שטאט רב ווי אויך כאדמו"ר בדרכי אבותיו מ'זידיטשוב פאר 46 עד הסתלקותו א' שבט תש"א לפ"ק
אבער נישט צי דעם חלק פון דעם תגובה וויל מיר זיך באציען ווייל דאס האסטי אליין מפרק געוועהן שפעטער, נאר צי די ווערטער וואס איז פרענטעסיזירט 'ואכמ"ל' וואלט איך געזאגט אז בלית ברירה 'מקומו להאריך' צילוב וואס מיר האבען א געלעבט עטלעניכע יאר אין א טעות! מיר האבען געמיינט אז די זאך איז נישט באמערקט געווארען אדער ענדריש פארגעסען געווארען, אבער! מיין ידיד הנאמן האט א מח נפלא און פארגעסט נישט און פארזעהט נישט קיין דבר גדול וקטן, און א קלייניקייט פון איבער 3 יאר פריער ליגט אין זיינע קעמערלעך.... פלאי פלאים (און ווער ווייסט אין וועמענס נאך.......)
אלזא:
איינע פון די נשמות וואס האבען זיך געדרייט דא ביינונז אין קרעטשמע יענע תקופה איז געווען בד"ץ זי"ע וואס האט געהאט ברייטע ידיועות אין אסאך פעלדער דא, פון איין זייט איז דאס געוועהן אמחיה צי נאשען אזויפיעל חומר אבער פון די צווייטע זייט האט ער אסאך געניצט אביסל ידיעה און דאס איבריגע משער געוועהן און געמאכט א וודאות, מיר מיינען נישט צי זאגען אז ער איז געוועהן חלילה פאלש אדער מגזם געוועהן נאר פינקט פארקערט, ער האט אויסגעקוקט צי זיין א שטארקע איש האמת און פיינט געהאט גזמאות און חלומות געמישט מיט השערות וכדו' ממילא האט ער אנגענומען די צווייטע נעגעטיווע זייט און ענדערש ארויסגעברענגט די חלק וואס דער עולם האט פרובירט נישט רעדן דערוועגן, וואס דאס אלעס האט אונז נישט געשטערט נאר דעם חלק ווי ער האט געהאט נאר עפעס געהערט אדער געשפירט עפעס נעגאטיוו איז דאס אנגענומען געווארן אזוי גיט ווי מיר קויפן דאס צווייטע זייט ווי אויך אויף דעם ציגעלייגט וויאזוי ער האט פארשטאנען, און פיל מאל האט דאס געמאכט דעם נישט גיטן רושם, און ווען דאס איז געוועהן אויפן חשבון פון גדולי מאורי עולם איז דאס געוועהן פארדריסליך.
למשל און דיזע אשכול זעלבס האט ער געזאגט אויף א פריערדיען 'וגרש אשתו' וואס במציאות איז געוועהן שנעדרה ל"ע במיתה משינה (בתו של ר' משה יוסף ט"ב זצ"ל) וואס מיט זיין ברייטע ידיעה האט ער געוויסט וואס ער רעדט דהיינו אז ער האט געהאט א אשתו ראשונה און דערנאך א זו"ש אבער ווי פארדריסליך און נעגאטיוו און צי זאגען אויף איינעם 'גרש אשתו' ווען אין פאקט איז זי נעדר געווארן ולא הניח זש"ק וכד' וכד' אזוי פלעגט ער אומוועלענדיג באמת נישט מיינען קיין שלעכטס אבער אויפן פאפיר פלעגט דאס אויסקומען זייער מיאוס.
לענינינו: זאפארט נאכן פותח זיין דעם אשכול האבן מיר געהאט דא צי גאסט הרב הבד"ץ ווי מיר האבען זיך אסאך געטראפן און אנדערע אשכולות ווי מיר האבען זין באנאזאם מחיה געוועהן, געשלאגען, איבערגעבעטן, וחוזר חלילה עז איז געוועהן אמחיה ביז גאר סיי די נאמנים פצעי אויב און סיי די את והב בסופה אוויא מיט אלע אנדער, אבער דא האט פאסירט א אומבא'טעם'טע פרשה דהיינו אינמיטן טיילן פעטש איינער דעם צוויטען האבן זיך די מנהלים אריינגעריקט און אנגעהויבן שפילן רבי און חדר אינמיטן די פייט באלאנטש געקומען מאכן ארדענונג גענומען דעם אשכול אין די האנט און געמעקט שטיקער! פאריעדען פארטיילט א פראסק און שטיל זאל זיין!!! וכיון שניתן רשות למנהלים לחבל לא מבחין בין וכו' אפגעמעקט גאנצענע שטיקער חומר פון ביידע זייטן אחלק איז געבליבן און א חלק גדול איז פארמעקט געווארען, די געבליבענע תגובות האבען אויזגעזעהן ווי די בתי מדרשים נאך קריסטאל נאכט, א חלק געבליבן אחלק פארברענט אדער ווי טאקע ביי פעטש אין חדר איין קינד פעלט א האלבע פייע די צוויטענס גלעזער איז ארויסגעפאנטש די גלאז און ביידע קאפלעך ציטרעטען פון מאראסטיגע שיק אפדריקען דערויף! (נישט אז איך האב טענות צי די מנהלים זיי טוען בנאמנות לטובתינו נאר איך זאג די פאקטן) די תגובות האבן נישט געזאגט אדער פארענפערט וכד' און נישט געוועהן בשלמות
עכ"פ מיט בד"ץ וואלט איך נאך געפארן אבער מיט די צעמזיקטע תגובות איס געוועהן ווייטאגליך ווי אויך בד"ץ גופא איז געוועהן זאט ער האט מער נישט געוואלט רעדן פון די נושא, איך האב אים פרובירט צירוקברענגען מיט א צווענגל, ברבים וביחידות אין אישי, פרובירט צי שאקען זיין טויטע קערפער אבער אן ערפאלג!
כלפי מה דברים אמורים:
(מיר וועלן נישט איבער'חזרקן די גאנצע נושא באריכות משום ב' טעמים – א' משום האריכות הדברים והב' עס איז מסוכן פריש פארמעקט ציווערן ממילא נאר בקיצור אומר און מיט געמאסטענע טריט)
מיר האבען אריינגעווארפן נאר בררך אגב ווען מיר האבן דערמאנט ר' יודא לייבוש זצ"ל הי"ד פון בערעגסאז האבער מיר איהם טיטעלירט אדמו"ר וואס בד"ץ איז אינטערגעשפרינגען און געזאגט להד"ם ער איז נישט געוועהן א אדמו"ר איז ווי די נאטור פון די שמועסן ביי חילוקי דעות פלעגט זיין מ'איז נאכגעגאנגען ביזן מקור איך האב געברענגט צוויי מקורות ווי מ'האט איהם אזוי טיטילירט וואס אויף דעהם האט בד"ץ געענפערט אז ער זעלבסט געדענקט נאך ר' לייבוש פונדערהיים און ער קען מיר זאגען אפילו די נעמען פון זיינע מתפללים! (מיר האבען דען דעזאגט אז ער האט געהאט 7 שטאקיקע פארענצעס משני צדדים?! איז דען דא ווייניג אדמורי"ם וואס האבן גארנישט אחוץ דעם טיטול וכדו') אבער אויף זיין מקור האב איך גארנישט געקענט זאגן ווייל "עמנו הייתם"
אבער די צווייטע וואס צי דעם וויל איך צוקומען איז געוועהן פארדריסליך ביז גאר! דהיינו אינמיטן די פעטש האט ער אריינגעווארפען אויף ר' נפתלי אז זיין רבנות פאסטן אין דעלאטין איז נישט געוועהן אזוי פשוט און נישט 'באופן רשמי' וואס אינמיטן מיין נקמה אקציע אויף איהם איז די רבי/מנהל צירוק אריין און געמאכט ארדענונג און זיך נישט אומגעקוקט אויף מיין באל אויפן קאפפ נאר אויכגעטיילט א פראסק ווי פאר אלע און דאס איז עס. געמעקט שטיקער און נישט געקוקט וועלכע חלק איז געבליבן און וועלכע פארמעקט
למעשה איז געבלבן א רושם פון אט די דאזיגע מלחמה אין אונזער אלעמען באליבטן מיללער און יארן שפעטער שרייבט ער "איך ווייס אז מ'האט אויבן דערמאנט שקבלתו לרב לא היה מוסכם לכל הדיעות ואכמ"ל" הגם ידידי היקר ראביי מיללער איז א קלוגער יוד און גיט אכט וואס ער שרייבט ער שרייבט נישט אז אזוי איס עס נאר 'אויבן דערמאנט' אבער צי זיין אפען איז דאס אנגענומען געווארן, משא"כ די ענטפערס ראוי'ס די נושא הין אין קריק וכדו' איז אוועק מיט די ליפט ווי א זייפן בלאז.
מיר וועלן ברענגען אביסל היסטאריע פונעם דעלאטינער רב זצ"ל און פארדעם פארשטיין וואס בד"ץ האט געמיינט און אויסקלארן דעם ענין והכל על מקומו יבא בשלום
הרה"ק ר' נפתלי איז חוץ וואס ער איז געוועהן א גדול בתורה ובכחמה (ווי אויך בתורת הח"ן אוויא א ריכטיגער זידיטשוב'ע אייניקל) אויך געוועהן א זעלטענער בעל כשרון, ער איז געוועהן א שוינהייט פון א מענטש ווי אויבן דערמאנט אז אפילו די גוים פון שטאט פלעגען זיך אפשטעלען - ווען ער אריבערגעגאנגען - באטראכטען צורת קדשו, און געוועהן א הארציגע בעל תפלה מיט א זעלטענע נעימות'דיגע און הויכע שטימע.
אלץ יונגערמאן פלעגט מען אים רופן פראווען שבתים און כמה מקומות אין דייטשלאנד און נאך פלעצער ווי מלעגט זיך באלעקען פון זיינע געהויבענע שיינע שבתים און באצאלט א שיינע אפותיקי פון וואס ער האט זיך מפרנס געוועהן בהרחבה (אויף זיין טאטע האט מען געשריבן הנגיד אבער שיין פרנסה האט 'ער' געהאט) – עס ווערט דערציילט אויף איינע פון די שבתים ווי ער האט פארוויילט און האט פארגעדאווענט פסוקי דזמרה מיט זיין גאר הויעכע שטימע פון וואס די גויאישע שכנים האבן גערופן פאליציי וואס האבן געצווינגען פארמאכען די פענסטער פון שוהל נישט צי שטערען די שכנים ווערט דערציילט גוזמאות אז דערנאך אינמיטן הלל הגדול ביים פארזאגען פסוק בפסוק האבן זיך די פענסטער צעבראכען פון די שטארקע קולות פון זיין שטימע....
און שטאט זידיטשוב איז געוועהן בימים ההם רבי דער מלבוש – אייניקל פון ר' אייזיקל זצ"ל – וואס ווי אויבן דערמאנט האט דער מלבוש געבעטן זיין שווער – פאטער פון ר' נפתלי – שתל'ן דאס רבנות אין ווערעצקי וואס ר' נפתלי האט אויף דעם ארויף געבעטן דאס רבנות אין זידיטשוב פארן זוהן ר' נפתלי, וואס איז ראוי לאותו איצטילא בכל הענינים געקאנט תורת החן און געדאווענט מיטן זידיטשוב'ן ברען און נוסח מיטן גאנצן קנאק! וואס הגם דער ר' צבי הירש איז געוועהן א רעכטע אייניקל פונעם עטרת צבי אבער פארט איז די רבנות אנגעקומען די זיין נעפיו הרה"ק ר' אייזיק'ל ואח"כ לבניו, אבער ווי געזאגט געבעטן עס אלצ'ן ארלעדיגן דעם אנדערן רבנות.
למעשה האט דער מלבוש אויך געהאט חשוב'ע קונדער וואס זענען ווי פארשטענדליך נישט געוועהן איינשטימיג מיט דעם ענין – דא שניידן מיר ארויס א גרויס שטיקל (א שטיק) היסטאריע מקיים צי זיין די משנה והוי זהיר בגחלתן!!! וואס ווער ער ווייסט האט מען באצאלט פון ביידע זייטן זייער א ביטערן פרייז וואס מיר זענען נישט גרייט דערויף און מיטן מקיים זיין די משנה אוודאי ווערן אפגעהיט.
דעלאטין איז בימים ההם געועהן א גרויסע ליפטיגע שטאט אויף א בארג - ווי אויבן דערמאנט אין פריעריגע תגובות - און דארט איז געוועהן אסאך חסידישע קלויזן און אויך האבן געוואינט דארט אסאך זידיטשוב'ע חסידים און וויבאלד דאס רבנות פאסטן איז ליידיג געווארן און געזיכט דעם פאסיגן פערזאן צי ערפילן דאס רבנות האבן די זידיטשובע חסידים אנגעטראגן פאר די ראשי הקהלה אז אפשר וואלט די זידיטשובע רב ר' נפתלי מסכים געוועהן דאס אנצינעמען.
די ראשי וטובי הקהלה האבען חוקר ודורש געוועהן אויפן קאנדידאט און מחליט געוועהן אז ער וואס זיי זיכען און ווי מ'זעהט אויף די ארטיקל אין מחזיקי הדת פון קאפל האטמאן - לכאורה דער ראש הקהל וכדו' – האט מען פארגעשלאגען אסאך אנדערע און אויך געאפפערט געלט פאר דעם פאסטן אבער האבן פארט מחליט געוועהן איהם צי נעמען פאר רב פון שטאט.
מיט גרויס פאראדע און פאמפע האט מען אויפגענומען ר' נפתלי אלט זייענדיג אינגאנצען 32 יאר אלץ רב פון שטאט און מורה דרך און מרא דאתרא מוסמך מכל העיר און פון אלע פראקציעס וכדו'
ער האט טאקע געפירט די שטאט ביד רמה ווי אסאך מעשיות ווערט דערלציילט פון זיינע 46 ברבנות – עטליכע שוין דא באשריבן – ער איז געוועהן באליבט אין די גאנצע שטאט און ווי אויך שטארק געוועהן גשעצט אפילו ביי די גוים פון שטאט און אוודאי אין שטאטראט געוועהן דער וואס האט פארשריבען די לעגאלע אידישע איינגעלעגענהייטן, געוועהן מוהל פאר די קונדער און מסדר קידושין געוועהן און אלע אנדערע קהלה'שע איינגעלעגענהייטן געוועהן דער נשיא.
אלץ געלונגענער מענטש און ראש המדברים ביי אסיפות הרבנים איז אויפגענומען געווארן און תרצ"א פאר נשיא ועד הרבנים שבמזרח גאליציע – ווי דערמאנט
קרעטשניפער רבי האט פארציילט פון זיין טאטען ר' ניסן חיים אבד"ק בראדשין זצ"ל ווי ער האט אנגעמערקט אמאל ביים א אסיפת הרבנים אין פוילן ווי עס האבן זיך באטייליגט איבער 200 רבנים איז דער דעלאטינער רס געוועהן די איינציגסטער מיט א פלאכע קאפעלוטש און פון צוויי איינסטיגטע מיט ווייסע שטרימפ אינדערוואכען.
הגם ער איז געאנגען אנגעטוהן מיט גאנצען לבוש ווי דערמאנט און מיט א זילבערנע שטעקן אבער האט פארט נישט געוואלט בייטן די רבנות אין אדמורו"ת און אפילו נישט משתף זיין, עס איז געוועהן וואס האבן אים אסאך געבעט'ן ער זאל זיך מער אפגעבן מיט פראווען רביסטעווע - עס איז דא א מעשה באריכות איינמאל פאר שמחת תורה זענען אנעקומען א גאנצע דעלעגאציע חסידים און געהאפט אז מיט צוואנג ווער ער זיי פראווענען הקפות וכדו' ווי ער האט שיעור איבערגעלאזט די גאנצע שטאט בעפאר יו"ט – ער האט גע'פסק'נט שאלות זיך אפגעגעבען מיט די גאנצע שטאט און געוועהן נאנט מיט זיי און עהרליך געדינט.
מיר האבן (ליידער) געזהען א פילם וואס א איד אין א"י האט אונז געוויזען וואס ער האט פראצעדירט מיטן נאמען RETURN TO MY SHTETL DELATYN ווי זיין טאטע א יליד דעלאטין האט אביסל אראפ געלייגט דאס שיינע לעבן אין דעלאטין (ביי א באזוך אין דעלאטין נאכ'ן קריג) און דאס גייסטליכע רייכקייטמ מיט וואס די רב האט געשיינט אויפן שטאט (ווי קאמיש איז געוועהן צי זעהן א איד אן א קאפל נעבעך ווי ער האט נאסע אויגן ביים זיך דערמאנען מיט התרגשות וויזוי די רב האט געהויבן די שטאט און געהאלטען זיי פעסט קעגען די בייזע ווינטען – ללא ספיק וואלט אים דער רב אנגעבראכען די ביינער ווען ער זעהט וויאזוי ער זעהט אויס אויף וואס ער וואלט באמת געהאט וואס צי וויינען).
ווי פארשטייט זיך האט זיך און לויף פון כמעט א יובל יארן אויך געשאפן אזעלעכע וואס זענען געוועהן בייז איבערהויפט פאר די וואס ער האט נישט געשוינט טאמער האט מען גערירט דאס אידישקייט – ווי מיר האבן אליין געהערט יארן צירוק פון א איד וואס איז געוועהן בשעת מעשה מ'איז געקומען זאגן פארן רב שבת נאכמיטאג אז דער ראש הקהל (אפשר גאר אונזער אויווענדערמאנטער קאפיל) לאדענט אפ א טראק לויד וואס איז אנגעקומען היצט, איז די רב אהין געגאנגען מיט זיינע באגלייטער זעהן באשיינפערליך אויב דאס איז וואהר און ווי געזעהן אז עס איס טאקע אזוי האט ער אים אראפגעלאזט א קליגעדיגען פראסק על לחיו בפני כל הקהל הקודש און נישט אנגענומען זיין טענה אז עס איז א דבר האבוד, שינוי וכו' וכו'
נא פארשטייט זיך אז פארן ראש הקהל האט געדויערט א תקופה ביז ער איז צירוקגעווארן באפריינדעט מיטן רב, און מיט נאך אזעלעכע מעשיות וואס האט נישט געברענגט פריינטשאפט און פארשטייט זיך ווי דארט אין גאליציע האבן שוין בסוף ימיו געבלאזען היבש פרייע ווינטען און מ'האט זיך געמוזט קרוגען מיט די יונגווארג מיט ציין און נעגל וואס האט געשאפען א געשפאנקייט ווי אויך האט מען אביסל אריינגדרייט איינע פון זיינע דיינים וואס ער האט ממנה געוועהן צווישען אנדערע מוצי"ם אבער דאס איז בכלל נישט געוועהן עפעס באזאנדערס, נאר ווי פארשטענדליך און ווי איבעראל.
מ'זעהט אביסל אין בריוו פון ר' שלמה יעקב צי דעם חיים בלאך ווי אויך אין נאך מקומות די געשפאנקייט וואס האט זיך דארט געשאפען אבער פארט איז ער געבליבן די געטרייע רב פארן גאנצען שטאט בלי יוצא מן הכלל עם יומו האחרון ה' שבט תש"א וואס הארט נאך זיין פטירה זענען די ימח שמם'ניקעם אריין און גע'הרג'ט און גע'רצח'ט און חרוב געמאכט די שטאט אבער ב"ה ער האט נאך אויסגעפיעט און זוכה געוועהן לקבר ישראל אבער נישט זוכה געוועהן צי א מצבה אוהל וכו' (און פריערדיגע תגובות שוין גערעדט דערוועגן) – נ"ב אזוי ווי די אידישע בית החיים איז געוועהן ביים עק שטאט אויף א בוזונדערע בארג האט דער בורא עולם אזוי געפירט אז זיי האבן עס נישט באמערק און חרוב געמאכט ווי רוב אנדערע פלעצער נאר עס איז פארשוינט געווארען און געבליבן גאנץ מיט די מצבות!!! (מ'האלט יעצט אינמיטן בויען דעם גדר און איבערפרישן די בית החיים כראוי וכיאות) ווי בד"ץ האט אויבן דערמאנט איז ער זעלבסט דארט געוועהן תשנ"ב ווי אויך געהערט פון נאך וואס האבען שוין דארט פוקד געוועהן קברי משפחתם ווי אויך ליגט דארט ר' נחום מאטעניו פון טשארטקוב ווי בד"ץ האט שוין ערוועהנט וכו' מיר וועלן נישט איבערגיין אלעס וואס איז שוין דערמאנט געווארען.
צירוק צו אונזערע נושא
בד"ץ האט געשריבען "התמנותו לא היה פשוט" אויך "לא היה באופן רשמי" האט ער געמישט! און געמיינט דאס רבנות אין זידיטשוב, ווייל ב"ה ער האט קלאר געזאגט אז זיין מקור איז אדמו"ר ר' ישראל'טשע ז"ל מ'קאסאן בראנקס/ברוקלין וואס מיר האבען אויך געהערט אסאך דערציילן פון אים, אבער נאך בד"ץ'נס ווערטער האט ער שוין נישט געלעבט מיר זאלן אים איבערפרעגען האבן מיר אבער נאכאמאל קלאר מברר געוועהן מפי אחיו להבח"ל אדמו"ר ר' משולם פייש שליט"א לרפו"ש כעת בבני ברק און פון בניו האדמורי"ם וואס אלע ווייסן אויך פון ברודער/טאטען און פון אנדערע אז נישטא קיין אנדערע נוסח און עס איז קלאר ער איז געוועהן רב מוסמך ומוסכם באופן רשמי, פרטי, כללי, גשמי און רוחני גאנצע 46 יאר און די איינציגסטע זאך וואס בד"ץ האט געקענט מיינען אדער הערן איז געוועהן נאר לגבי זידיטשוב און נישט דעלאטין....
אבער אזוי ווי בד"ץ איז א פארגאנגענהייט, און איך בין שוין אויך אלט... איז אלעס געבליבן אזוי ליגן דא אין אשכול, און ווי ערשטוינט בין איך געווארען ווי מיין ידיד נאמן האט דאס אלעס געדענקט און ברענגט אפילו א ראי' פונעם ארטקל אינעם מחזיקי הדת, וואס איך בין זיכער אז היצט נאך די אריכות און איבערקיקן וועט ער זעהן אין די ארטיקל א פשוט'ע טיפ וויזוי מהאט אמאל מפרסם געוועהן און געמאכט א טראסק וואס פאר א חשוב'ע רב מ'האט אויפגענומען אז מ'האט זיך נישט פארקויפט פאר בצע כסף ווי אין אנדערע קהילות נאר גענומען איינעם וואס איז ראוי פאר אט דעם שטיל! פינקט ווי הנגיד אויך זיין זיידע, מיינט די ארטיקל אויך נאר א וועג פון נאטור וואס די פענע האט געהאט אויפן פאפיר בימים ההם (ובזמן הזה)
אפשר קיק טאקע איבער און זאג צי איך האב רעכט
און אנטשולדיגט זייער פארן מאריך זיין אבער כדי מונע זיין א פארדריסליכן שגיאה וואס איז שוין כמעט א פאקט און כדי מ'זאל נישט זאגן מדשתקי שמע מינה.... האט מען זיך אביסל צילאזט, ואתכם הסליחה.
מיללער האט געשריבן:הוא מותיב והוא מפרק א באריכט אין מחזיקי הדת בשנת תרנ"ה מעלדט איבער די אויפנאמע און ברמז דערמאנט ער אביסל איבער די התמנות איבער א צווייטען בעד בצע כסף.
לא ולא כנ"ל
מיללער האט געשריבן:....ועל השנית האב איך געטראפןן אז פאר ר' נפתלי איז געווען רב אין דעלאטין הג"ר יעקב יוקל הלוי איש הורוויץ בעמח"ס אבני השואהם ב"ר משולם יששכר אב"ד סטאניסלוב בעמח"ס בר ליוואי נכד באח"ב להגה"ק ר' איציקל האמבורגער.
יא אויך ער און אויך איז געוועהן רב ר' צבי הירש דעלאטינער זצ"ל און נאך
מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:היינט האב איך געזעהן אים 'שם הגדולים לגאוני הגר' אז ר' יהודה לייבוש ב"ר נפתלי עהרליך מדעלאטין, איז געווען אן איידעם ביי ר' משה יוסף ט"ב מאיהעל, איך זעה דא אז ער איז געווען אן איידעם ביים בני שלישים אין קאסאן, איז דאס זוו"ר וזוו"ש שני אדער א פארדריסליכע טעות?

ברכת מז"ט צו די חתונה אין מחזיקי הדת שנת תר"ע
פארדריסליך יא אבער א טעות נישט כמדובר באריכות למעלה אנפאנג אשכול
נ"ב יש"כ פאר די אינטערעסאנטס וואס די האסט אפירגעבראכט
מיללער האט געשריבן:על ר' יהודא לייבוש עהרליך מבערעגסאז הנ"ל ב"ר נפתלי נכתב ע"י חתנו ר' חיים נחום מערמלשטיין:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=537
עם הרבה פרטים סביבות המשפחות

טרעף איך דארט כמענה למבוקשי אז ר' צבי הירש עהרליך מראזלא אבי ר' נפתלי היה חתנו של ר' מענדל הורוויץ-אייזנבערג מבארטשוב ב"ר שמואל שמעלקא מראמאן [אחיו של הרה"ק הזרע קודש מראפשיץ] ב"ר מענדל מלינסק.
לידיעתך הרחבה איז דער ר' שמעלקא פון ראמאן געוועהן א איידעם פונעם הייליגען באר מים חיים און טאקע פון דעם זיווג זענען אלע דעלאטינע איינקליך אויך אייניקלעך פונעם באר מים חיים זצ"ל
נ"ב און אן אנדערע אשכול (כ'מיין לינסקא אויב מיין זכרון דינט נאך מאז ומקדם) האט איינער אראפגעריסן דארט אז מיז נישט זיין אז אייניקליך פון ר' שמעלקא מראמאן זצ"ל זענען אויך אייניקלעך פונעם באר מים חיים צילוב זו"ר און זו"ש וויל איך באטאנען אז אפילו אויב ער האט רעכט – וואס איך בין אויך נישט זיכער - זענען זיי דוקא יא אייניקלעך!
שטארק זיך האט געשריבן:שכוח הרב מיללער פארן אויפברענגן אט די טעמע, איך האב שוין איינמאל געפרעגט אין דעם אשכול איבער די קינדער פון הר״ר צבי הירש עהרליך זצ״ל. וואו קאן איך נאכקוקן מער?

איבער דעם ״הנגיד״ טיטל קוקט מיר אויס אוויא רבבה שי׳ לערענט עס אפ, מסתם אויף די טעמפלעיטס (לשבר את האוזן) אין ראזלא פלעג שטיין אזוי געשריבן... בכלל אויב וואלט ער ווירקליך געווען א נגיד, וואלט דאך געווען ירושה... אין וועלעכענס פאל וואלטן מיר אוודאי מער געוואוסט איבער צאצאיו הנגידים...

שטארק זיך טאקע חזק חזק ונתחזק
פשט פון "גלגל החוזר" מיינט אז די זאכן האט דייקא נישט מיט קיין ירושה.....
און ביי אסאך וועם די קלאפסט נאך געלט (פאר צדקה צוועקן) ווייסטי ניטאמאל אז זיי זענען ראזלא אייניקלעך..... און אויב ביסטי אויך א ראזא אייניקעל זיי דיך נישט מייאש 'העי יו נעווער נוי'
שטארק זיך
טהור-עיניים האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער דערמאנטער יליד דעלאטין מעלדט בשנת תרנ"ח אין המגיד איבער א צערעמאניע אינעם ארטיגען ביהמ"ד ווי דער רב ר' נפתלי האט נשוא געווען מדבריו, וועלכע יאר איז ר' נפתלי געווארן דארט רב און ווער איז געווען בעפאר? (איך ווייס אז מ'האט אויבן דערמאנט שקבלתו לרב לא היה מוסכם לכל הדיעות ואכמ"ל)

וואס איז טאקע פשט אז ער האט גערעדט ביי אזא סארט צערעמאניע, און וואס איז פשט אז דאס איז גאר פארגעקומען אין בית המדרש?

גם כבוד ידידי מאז ר' טהור'ל
עז איז טאקע א פלא אבער זעהט אויס אז ער האט געהאלטען אז חזן מיצקיוויטש זאל זינגען איז לתועלת הענין און אויב האט ער דאס ציגאלאזט אין ביהמד"ר און אויך אליין אויפגעטרעטן קענסטי זיכער זיין עפעס איז געליגען אינטער דעם.
עס איז ידוע ווי ער האט זיך געשלאגען נישט צילאזען קיין באאל צערעמאניעס אין דעלאטין ווי עס איז שוין געוועהן ליידער אסאך אריינגעריסען אין אנדערע מקומות ווי מזעהט אין מונקאטש און נאך, ווי שוין דערמאנט אין די אשכול די מעשה באריכות, קען זיין פארדעם האט ער געוואלט אז דאס זאל זיין אשטאט דעם אדער דאס וועט אפהאלטן, מ'קען זאגען סברות לרוב אבער דאס איז קלאר אז ער האט נישט ציגעלאזט די אלע סארט פארברענג סערעמאניעס אין דאס האט געמיזט האבן א טיפערע באדייט.

צום שלוס זאגזשע נאר סקרענטענע רב האט דיין אתערותא דלתתא אויפגעטוהן  :grin: היצטערט העמער לויפן זיך גרייטן אויף'ן שבת המלכה וואס ווארט נישט איך זאל גרייט ווערן נאר קומט אן קיין אתערותא דלתתא

שבתא טבא
טעמו וראו כי טוב השם
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן: ......מלבד בנו ר' נפתלי נשוא האשכול ווערט דא דערמאנט די טאכטער פערל אשת ר' חיים פרידלאנדער, איז געווען נאך קינדער אויב יא מי המה?

דער מלבוש פון זידיטשוב איז אויך געוועהן א איידעם ביי דעם ר' צבי הירש און דער מלבוש האט געבעטן דעם שווער אז היות ער איז נאנט מיט די טובי העיר ווערעצקי און דאס רבנות פאסטען איז יעצט ליידיג זאל ער שתדל'ן פאר אים וכן עשה און דער מלבוש איז געווארען אויפגענומען פארן רב אין ווערעצקי. (מיר וועלן שפעטער נאך רעדען דערוועגן)
אויך ר' חיים וואס די דערמאנסט איז געוועהן א ברודער, ווי אויך א שוועסטער שנעעבאלג וואס די אלע שנעעבאלג'ס (זידיטשובע רבי פון באר שבע ואחיו) זענען אייניקליך – איך האב געזעהן א בריוו וואס די דעלאטינער רב האט געשריבען פאר נ"א וואס דאס מיינט נכד אחותי הר"ר חיים שנעעבאלג ז"ל

- - -

און שטאט זידיטשוב איז געוועהן בימים ההם רבי דער מלבוש – אייניקל פון ר' אייזיקל זצ"ל – וואס ווי אויבן דערמאנט האט דער מלבוש געבעטן זיין שווער – פאטער פון ר' נפתלי – שתל'ן דאס רבנות אין ווערעצקי וואס ר' נפתלי האט אויף דעם ארויף געבעטן דאס רבנות אין זידיטשוב פארן זוהן ר' נפתלי, וואס איז ראוי לאותו איצטילא בכל הענינים געקאנט תורת החן און געדאווענט מיטן זידיטשוב'ן ברען און נוסח מיטן גאנצן קנאק! וואס הגם דער ר' צבי הירש איז געוועהן א רעכטע אייניקל פונעם עטרת צבי אבער פארט איז די רבנות אנגעקומען די זיין נעפיו הרה"ק ר' אייזיק'ל ואח"כ לבניו, אבער ווי געזאגט געבעטן עס אלצ'ן ארלעדיגן דעם אנדערן רבנות.
למעשה האט דער מלבוש אויך געהאט חשוב'ע קונדער וואס זענען ווי פארשטענדליך נישט געוועהן איינשטימיג מיט דעם ענין – דא שניידן מיר ארויס א גרויס שטיקל (א שטיק) היסטאריע מקיים צי זיין די משנה והוי זהיר בגחלתן!!! וואס ווער ער ווייסט האט מען באצאלט פון ביידע זייטן זייער א ביטערן פרייז וואס מיר זענען נישט גרייט דערויף און מיטן מקיים זיין די משנה אוודאי ווערן אפגעהיט.

- - -

צירוק צו אונזערע נושא
בד"ץ האט געשריבען "התמנותו לא היה פשוט" אויך "לא היה באופן רשמי" האט ער געמישט! און געמיינט דאס רבנות אין זידיטשוב, ווייל ב"ה ער האט קלאר געזאגט אז זיין מקור איז אדמו"ר ר' ישראל'טשע ז"ל מ'קאסאן בראנקס/ברוקלין וואס מיר האבען אויך געהערט אסאך דערציילן פון אים, אבער נאך בד"ץ'נס ווערטער האט ער שוין נישט געלעבט מיר זאלן אים איבערפרעגען האבן מיר אבער נאכאמאל קלאר מברר געוועהן מפי אחיו להבח"ל אדמו"ר ר' משולם פייש שליט"א לרפו"ש כעת בבני ברק און פון בניו האדמורי"ם וואס אלע ווייסן אויך פון ברודער/טאטען און פון אנדערע אז נישטא קיין אנדערע נוסח און עס איז קלאר ער איז געוועהן רב מוסמך ומוסכם באופן רשמי, פרטי, כללי, גשמי און רוחני גאנצע 46 יאר און די איינציגסטע זאך וואס בד"ץ האט געקענט מיינען אדער הערן איז געוועהן נאר לגבי זידיטשוב און נישט דעלאטין....

נישט געוואוסט אז דער ווערעצקי'ער רב במ"ס מלבוש לשויו"ט האט געהאט נאך א זיווג אויסער די רביצין בת הרה"ק רבי מנשה'לע מ'ראפשיץ,
די רביצין וועלכע איז אוועק אינגערהייט ליגט אין ווערעצקי, א בילד פון איהר מצבה האט אונז געוויזן הרבי מ'טבא דשמואל שליט"א.

די זידיטשויב'ע שנעעבאלג פאמיליע זענען קינדער פון רבי ישעיה [מ. רב ד'בני רא"ם] חתן בזוו"ר רבי שלום אייכנשטיין מ'זידיטשויב [פראכניק].

איבער דאס חילופין פון די רבנות ווערעצקי און זידיטשויב אשתדל לשמוע.

סקרענטאן'ער רב עס קומט זעך אייך א צל"ש פאר ארויס שלעפן אזוי א לענגערע באשרייבונג פון ש"ב ר' יעקעלע,
אבער דאס איז אלעס צו פאר-דאנקען די כח פון דעלאטין.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

וואי אזא שטיק האט אינז דער (אלטער?) ר' יעקעלע געגעבען צו פארבייסען, איך האף נאר אז דער 'בדץ זי"ע' מיינט דער ניק און נישט דער מענטש.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

איי וויי, דער מיללעראוויטש האט אויפגעשטויסן א היבשן דיאלאג, שכוח דיר ...

רבי יעקעלע, (יעיקל גיב א קעיקל...) נו, מער אינפאו איבער די געשוואוסטער פונעם דעלאטינער.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א הילכיגען יישר כח און ברוך הבא פאר הרב החשוב ר' יעקל פאר די פרטים און דעטאלן מיט א פונקטליכקייט און אן עקסטערן דאנק פאר די דברי תודה וברכה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שיין בילד פונעם דעלאטינער רב ז"ל ר' נפתלי עהרליך באדיבות ידידינו החשוב ר' יעקל הי"ו, אנגעבליך איז דאס בילד גייענדיג צום שלאכט-הויז אין דעלאטין מפקח זיין על עסקי כשרות הבשר
אטעטשמענטס
123_Page_1.jpg
123_Page_1.jpg (23.29 KiB) געזען 3720 מאל
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

טהור-עיניים האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:עס איז אינטרעסאנט אז ביידע משפחות וואס שטאמען בן-אחר-בן פון דער אברך אב"ד באלחוב הייסן נישט פריעדלאנדער (אבער פאר אנדערע סיבות).

וואס איז אזוי אינטערעסאנט? הורוויץ און אייכענשטיין זענען ביידע שענערע נעמען פון פריעדלאנדער.

עס באלאנגט אפשר נישט אין דעם אשכול, אבער עס איז אינטערעסאנט אז די הורוויץ און אייכענשטיין משפחה זענען מחותנים. הרב לייביש אייכענשטיין אב"ד בערטש פון מאנסי איז א מחותן מיט הרב ... (סארי, פארגעסן וויזוי ער הייסט) הורוויץ פון בארא פארק, א זוהן פון דעם שטראסבורגער רב. ביי די חתונה האט א איד אויפגעמערקט אז דאס איז בכלל נישט אזא שיינע שידוך, הורוויץ מיט אייכענשטיין? עס איז פרידלאנדער מיט פרידלאנדער...

כ'בין יעצט געוואר געווארן אז ס'איז דא א כתב יד, וואס רעכענט אויס דער יחוס פון הגה"ץ האברך על תהלים בן אחר בן צום הגאון המהר"ם פאדאווע ז"ל
האברך
בן ר' זלמן לייב
בן ר' מאיר חריף
בן ר' אברהם
בן ר' יוסף
בן ר' פנחס
בן ר' מאיר וואהל אב"ד בריסק
בן ר' שאול וואהל מלך פולין ליום אחד כידוע
בן ר' שמואל יהודה קאצענעלענבויגען
בן הגאון המהר"ם פאדאווע
מגזע רש"י

קומט אויס אז אפשר איז פריעדלאנדער מיט פריעדלאנדער אפשר יא א שיין שידוך, צוענדיג בן אחר בן ביז צום מהר"ם פאדעווע וואס הייסט גאר א שיינע יחוס מגזע רש"י
אויך פאסיג דעיס אריינצושטעלן אונעם אשכול בן אחר בן

למעשה ווייסט איינער מער איינצלהייטן פון דער ברודערס נעמן, דאטומס נולד? נפטר? מקום מגוריהם? האט עס עפעס א שייכות מיט בעל טל חיים מליסקא ואחיו ששמם פריעדלאנדער?
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

נו אוודאי איז עס שיין, אז איינער איז אן אייניקל פון גדולי עולם איז דען א נפקא מינא באמת וויזוי ער הייסט? צו איצקאוויטש צו טווערסקי?

נאר היינט קוקט מען מער אויף אזעלכע שטותים, דעריבער זעהט עס אזוי אויס.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:על ר' יהודא לייבוש עהרליך מבערעגסאז הנ"ל ב"ר נפתלי נכתב ע"י חתנו ר' חיים נחום מערמלשטיין:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=537
עם הרבה פרטים סביבות המשפחות

מצבת מרת עטל ב"ר יהודא לייבוש ערליך ומציבת בעלה ר' חיים נחום מערמלשטיין.

קרעדיט; דער יוראפעישער צדיק'ל
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אינעם אשכול רעדט מען נישט פון די משפחה פון ר' יהודה לייבוש מראזלא חתנו של העטרת צבי, מלבד בנו ר' צבי הירש, איז געווען נאך קינדער און אויב יאר מי המה?

ר' צבי הירש זצ"ל איז געוועהן א בן יחיד, נישט געהאט קיין ברודערס אבער געהאט איין שוועסטער וואס האט עולה געוועהן קיין א"י (כ'מיין אז נאך אלץ מיידל....) וואס איך ווייס נישט איהר שפעטערע היסטאריע אבער איך ווייס יא אז עס דרייען זיך אין א"י אסאך וואס זענען זידיטשובע אייניקליך וואס שטאמען פון איהר (דאכט זיך אויך עפעס א משפחת מינצבערג און נאך)

די טאכטער גיטל האט חתונה געהאט מיט הרה"ח ר' דוד יעקב ווילף ז"ל מחשובי חסידי באיאן (באקאנט אלס "רבי דוד סטריער").
זעה בייגעלייגט וואס איז געווען געשריבן אויף אים אינעם קובץ תפארת ישראל רוזין באיאן.
אטעטשמענטס
ווילף 1.jpg
ווילף 2.jpg
ווילף 3.jpg
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נחוניא האט געשריבן:
יעקעלע פוקס האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אינעם אשכול רעדט מען נישט פון די משפחה פון ר' יהודה לייבוש מראזלא חתנו של העטרת צבי, מלבד בנו ר' צבי הירש, איז געווען נאך קינדער און אויב יאר מי המה?

ר' צבי הירש זצ"ל איז געוועהן א בן יחיד, נישט געהאט קיין ברודערס אבער געהאט איין שוועסטער וואס האט עולה געוועהן קיין א"י (כ'מיין אז נאך אלץ מיידל....) וואס איך ווייס נישט איהר שפעטערע היסטאריע אבער איך ווייס יא אז עס דרייען זיך אין א"י אסאך וואס זענען זידיטשובע אייניקליך וואס שטאמען פון איהר (דאכט זיך אויך עפעס א משפחת מינצבערג און נאך)

די טאכטער גיטל האט חתונה געהאט מיט הרה"ח ר' דוד יעקב ווילף ז"ל מחשובי חסידי באיאן (באקאנט אלס "רבי דוד סטריער").
זעה בייגעלייגט וואס איז געווען געשריבן אויף אים אינעם קובץ תפארת ישראל רוזין באיאן.

צו באמערקן איז אינעם קובץ שטייט אז ער איז געוווען אן איידעם ביי רבי יהודא לייביש מראזלא בן אחיו וחתנו של העטרת צבי. אבער כמובן איז דאס פשוט א פליטת הקולמוס, און עס האט זיך אים פארטוישט צווישן רבי יהודא לייביש עהרליך מיט זיין שוואגער רבי יהודא לייביש מראזלא.

ניין ניין עס בכלל נישט קיין פליטת הקולמס! ר' יודא לייבוש עהרליך האט אויך געוואוינט אין ראזלא נישט נאר זיין שוואגער (חתן העטרת צבי) אין זיין שוואגער האט נישט געהייסן ר' יודא לייבוש נאר ר' יודא הערשעלע זי"ע.
נאר דער אייניגער טעות האט ער יא געמאכט אז ער איז נישט געוועהן בן אחיו וואס דאס האט ער טאקע פארטוישט מיטן שווגער וואס איז געוועהן בן ר' משה פון סאמבור א ברודער פונעם עטרת צבי זצ"ל זי"ע

נ.ב. יש"כ פארן מעתיק זיין דעם קובץ
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

ס'קומט זיך א מזל טוב פאר דעלאטינער רבי'ן רבי חיים נחום מערמעלשטיין שליט"א, לרגל הולדת בתו למז"ט.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”