ר' נפתלי עהרליך זצ"ל אבד"ק דעלאטין, ה' שבט תש"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

ר' נפתלי עהרליך זצ"ל אבד"ק דעלאטין, ה' שבט תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

דעם פרייטאג, פארט אויס די יארצייט פון הרה"ק ר' נפתלי עהרליך זצ"ל, אבד"ק דעלאטין יע"א

ער איז געבוירען געווארען אין יאר תרכ"ג, צי זיין פארטער ר' צבי הירש זצ"ל, וואס איז געווען א זוהן פון ר' יהודה ליביש עהרליך פון ראזלא זצ"ל, אן איידעם ביים עטרת צבי פון זידיטשוב זצ"ל,

זיין ברית איז פארגעקומען אין זידיטשוב ביים פעטער ר' אייזיקל זצ"ל, ווי הרה"ק ר' אייזיק איז געווען סנדק און געגעבען דעם נאמען, זיין פאטער האט געזאגט פאר ר' אייזיקל אז ער וויל אים א נאמען געבען נאכען הייליגען ראפשיצער רב זצ"ל, ויקרא שמו בישראל 'נפתלי צבי', למעשה האט מען אים באלד אויפמערקזאם געמאכט אז די טאטע הייסט דאך 'צבי', איז דא צוויי גירסאות: איינס אז ער האט גלייך איבער געזאגט, אלוקינו ואלוקי אבותינו קיים וכו' און געטוישט נאר אויף נפתלי, און די צווייטע גירסא איז אז קודם האט ער נישט צירוק געטוישט, נאר שפעטער ביים סעודת ברית האט ער געזאגט א מי שברך, און אראפגענומען דעם צבי.
ער איז געווען א איידעם בייט הרה"ק ר' מנחם ישראל אבד"ק' וואנילוב זצ"ל

די שטאט דעלאטין איז געווען א עיר ואם בישראל, די עיקר האבען דארט געשטראמט יודען אין זומער, וויבאלד דעלאטין איז אויף א בארג, און עס מער קילער דארט, ווי די שטעטלעך ארום, פלעגט מען דארט קומען זומער פאר עטליכע וואכען אויף אפרי, א בחינה ווי די קאנטרי, און עס האבען דארט געוואוינט זייער אסאך זידיטשובע חסידים, און ווען זייער רב איז נפטר געווארען און יאר תרנ"ה, האט די יודען פון שטאט אויפגענומען דעם יונגען ר' נפתלי, אן אייניקעל פונעם עטרת צבי, אלט זייענדיג 32 יאר

ער האט דארט משמש געוועהן ברבנות כמעט א יובל יארן, געווען דער מוהל, און אנגעפפירט מיט אלע רבנישע פאנקציעס פונעם שטאט, ער איז געווען זייער א שארפע מענטש פון איין זייט, און פון די צווייטע זיין זייער א ציעגעלאזענע, א בחינה פון שמאל דוחקת, און ימין מקרבת,
מ'פארציילט אז איינמאל האט זיך דער ראש הקהל דארט אנגעשטויסען און א שטיקעל חילול שבת, און די רב האט זיך דערוויסט דערפון, האט אים געגעבען א פראסק ברבים, אזוי אז די וואנט האט אים געגעבען די צווייטע, (פרובירן זאל א רבי געבען היינט א פראסק פארען ראש הקהל.....)

ער איז געווען א זעלטענער שיינע מענטש, ווי מענטשען אפילו להבדיל גוים פלעגען זיך אפשטעלן און אום אנקוקען גיייענדיג אויפן גאס, ווי אויך איז ער געווען באקאנט מיט א מורא'דיגער שטימע, וואס פארשידענס ווערט דערציילט דערוועגען.

מיר האבען אמאל געהערט פון הרה"ק מקרעטשניף זצ"ל, אז ער פלעגט מיט פארען מיט זיין פאטער זומער אויף דעלאטין, און זיין פאטער פלעגט דאווענען אין די נאדווערנע קלויז, אבער ער פלעגט אלץ לעכצען צי דאווענען ביים דעלאטינער רב, נהנה זיין פון זיין דאווענען, אבער עס האט נישט געפאסט נישט מיט גיין דאווענען מיט זיין פאטער, איינמאל איז זיין טאטע נישט געווען אויף שבת, האט ער אריינגעכאפט די געלענגענהייט, אין געגאנגען דאווענען אין די שטאטישע שוהל ביים רב, פארציילט ער אז אויף גאסען אוועק, האט מען שוין געהערט קולות פון זיין שיינע הויכע שטימע, מיטן זידיטשובער נוסח, ווי די קרעטשניפע רבי פלעגט אלץ נאכמאכען דעם 'מקולות מים רבים' וואס די דעלאטיער רב האט געזאגט דעמאלטץ, ער פלעגט צילייגען 'דאס איז געווען אבער קולות'

עז איז דא א איד ר' מרדכי ברעסלער ני"ו אין טאראנטא קאנאדע, א איד קע"ה היבש איבער די תשעים, וואס גייט נאר צי דריי שיעורים יעדען טאג, וואס איז געווען די הויז בחור ביים דעלאטינער רב, מיר האבען זיך אמאל געטראפען מיט אים, און ער פארציילט פארשידענע מורא'דיגע זאכען פון זיין רבי'ן,
ער האט צווישען אנדערע זאכען פארציילט, אז ער פלעגט יעדען טאג גיין מיט די רב אין מקוה, און אין דעלאטין איז געווען צוויי מקוה'ס איינס א ווארעמע ציקעשטעלטע שטאטישע מקוה, און די צווייטע א אומגעהייצטע טיפע פארשטיפטע מקוה, און די רב פלעגט גיין יעדן טאג דוקא אין די קאלטע, (דארט אין די ווייטע אוקריינע ווינטער אין א קאלטע מקוה, איז געווען, ווי מיר שטעלן זיך פאר, "קיין פיקניק")

ער איז נסתלק געווארען ה' שבט תש"א, ביים סאמע אנפאנג פון די קריג, און וויבאלד די סכנה אין שטאט, איז שוין געווען פאר יעדען איד, אויף די העכסטע שטאפלען, האבען די חברה קדישא אום באהאלטען, אינמיטען די נאכט, מיט א מוראדיגער שטילקייט דארט אין בית החיים,

למעשה אינמיטען די שבעה זענען שוין די נאציס ימ"ש געווען אין שטאט ממילא האט מען נישט געקענט לייגען קיין מצבה,

נאכען קריג איז זיין זוהן ר' שלמה יעקב ז"ל גלייך צירוקגעפארען קין דעלאטין, קענען זיך אויסוויינען ביים טאטענס מקום מנוחה, ווי אויך שטעלן א מציבה כראוי, אבער למעשה אפילו ער איז אויך געווען ביי די קבורה, האט ער בשום אופן נישט דערקענט דעם פלאץ ווי אין בית החיים מ'האט אים געלייגט, ציליב די שרעק וואס האטט דעמאלץ געהערשט, ווי אויך נאך די ביטערע קאשמארען וואס ער האט מיטגעמאכט תיקף.

ער האט געהאט א זוהן ר' יהודה לייביש זצ"ל הי"ד וואס האט געוואינט אין בערעגסאז אין געהאט א אייגענעם קלויז (לעצטענס געזעהן אין א באשרייבונג, אז מ'האט דעם ר' לייביש גערופען 'די בערעגסאזע רבי') און געוועהן א איידעם ביים בני שלישים פון קאסאן זצ"ל

ווי אויך א טאכוטער שרה חנה ע"ה די רביצין פון ר' פנחס שלום פון קאסאן - בראנקס,
(עס איז פארהאן א אינטערעסאנטע בריוו, וואס די דעלאטינער רב זצ"ל האט געשריבען פאר זיין טאכטער פארן פארען קיין לאס אנדזשעלעס מיט איהר שווער ר' משה שמואל פון קאסאן- קליינווארדאן, אסאך חיזוק איידער מפארט צי די גרויסע טריפה'נע אמעריקא)

ווי אויך א זוהן פון זווג שני ר' שמואל יעקב ז"ל ווי אווען דערמאנט

ת.נ.צ.ב.ה.

נ.ב. מיין טעלעפאטיע - תפיסת המחשבה ארבעט שוין ביזן ווייטען פענסעלוועניע, ווי אונזער גיטער פריינט ר' יעקב בער וויל א בילד פון אום, און די מצבה, אבער פון די מצבה איז נישט דא, פון אום האב איך יא געזעהן איך וועל עס פרובירן שאפען בל"נ
טעמו וראו כי טוב השם
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
ר' ליבוש וויא מען האט גערופען האט נישט געהאט א קלויז . שבת האט מען געדאוונט אין זיין "דיינינג רום " אין מען האט איהם נישט גערופען בערעגסאזער
רבי . אזוי וויא איך אייל זעך יעצט צי א שמחה קען איך נישט מאריך זיין אבער איך האב אסאך חומר וועגען איהם .
אויך האב איך געקענט זיין זין יוסף וואס מען האט גערופען ליבוש יוסי אין בערעגסאז .
איך בין שוין געווען אין דעלאטין ר' יעקב האלפערין המפורסם מזכרון מאיר -בני ברק הי מדעלאטין .גם חיים בלאך הי' משם .'
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד ר' בעדאטז
איך האב געהערט פון הזקן הישיש הרה"ג אבדק"ק שומר שבת שליט"א אז ר' לייביש האט געדינגען ביי זיין פאטער ר' חיים ז"ל צווי שטובער אין בערעגסאז, איינס האט געדינט פאר זיין וואנונג, און די צווייטע פאר א שוהל - קלויז (די ווילסט דאס רופען דייניג רום - נוי פראבלעם - יונעים איט)
אין ספר כנפי יונה, תולדות פון בריד רב זצ"ל ווערט געברענגט אז מ'האט אים גערופען "בערעגסאזע רבי"
יעצט מיין גיטע פריינט מיר האבען אייך ארויסגעגעבען מיינע מקורות, און אז איר ווייסט אנדערש אדרבה, זאגט אייערע מקורות, און וועלען זיך זייער פרייער צום קלארקייט פון די זאך

ווי אויך ווארטען מיר זייער אויף אייער חומר, וואס איר זאגט
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' יעקל, טעלעפאטיע?.... חחח

תשוח"ח פאר די חשובע אשכול איבער א ווייניגער באקאנטער גדול מדור הקדום, יעדעס שטיקל אינפארמאציע איז ווערט.

כה לחי!
שימעלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שימעלע »

בס"ד
ווייסט איינער צו עס איז דא אייניקלעך וואס ריפן זיך דעלאטין? ווייל דאכט מיר זיך אז איך האב אמאל געהערט אויף קול מבשר רעדן פון אזא רבי/רב!
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

badatz האט געשריבן:ב''ה ..אויך האב איך געקענט זיין זין יוסף וואס מען האט גערופען ליבוש יוסי אין בערעגסאז .

דער יוסי איז געווען די זעלבע בחינה ווי ר' פנחס שלום'ס יוסל, ביידע האבן געהייסן 'יהוסף' נאכן זייער זיידן די הייליגע בני שלשים, מ'האט טאקע זינט דאן מער נישט געגעבען קיין נאמען יהוסף זעלבסט פאר די קאסאניער אייניקלעך, מ'האט געהאלטען אז עס צי א הייליגע נאמען, און עס קען שאטען

נ.ב. מיר קענען יוסלעך (יהוסף) נישט אייניקלעך, און מיר ווינדערן זיך פארוואס טאקע האט מען אנגענומען די כלל נאר פאר די אייניקלעך!
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

די דעלאטינער רב זצ"ל, האט יעדע וואך געענדיגט דעם באר מים חיים פון פרשת השבוע, און נישט קידוש געמאכט פרייטאג צינאכטס, פארן מסיים זיין,
ווער ס'ווייסט וויזוי די באר מים חיים קיקט אויס אין די בראשית סדרה'ס, האט א שטיקעל באגריף פון וואס מרעדט, מיר האבען טאקע געהערט עס האט זיך געמאכט אז און די ווינטער סדרה'ס האט ער טאקע געמאכט קידוש כמעט ביי חצות הלילה,
ווי אויך איז ער געווען א אייניקעל פונען באר מים חיים

פארן קריג האט זיך געמאכט אסאך, אז אין די שטעטלעך פלעגט פארקומען אזא באאל, ווי עס פלגען הולטייען יונגען אין מוידען, אידישע ליידער, און וויבאלד דעלאטין איז געווען א גרויסע אידישע שטאט, האט דאס געדארף פארקומען אויך דארט, אבער די רב האט דאס נישט ציגעלאזט און דאס פארשטערט יעדעס מאל דאס האט געדארפט פארקומען
האט פאסירט איינמאל אז עס איז ליידער געווען געניג שקצים וואס האבען דאס דייקא יא געוואלט, און נישט אויסגעהאלטען אז די רב, איז פארט שטערקער, און זיי קענען אים נישט בייקומען, האבען זיי מחליט געווען אז יעצט, איימאל פאר אלעמאל, וועט מען דאס דורך ברעכען, ווי מ'האט געטוהן אין די אנדערע שטעטליך, וואס איז אויך געווען קודם א ווידערשטאנד, אבער מ'האט דאס דורך געבראכען און דערנאך איז עס שוין געפארען געשמירט.
מ'האט זיך צאמגענומען א גרויסע עולם, און געדינגען א גרויסע סטעידיום, אפאר באליס מיט מוסקלען, און ארויסגעקלעפט אין די גאסען, אז פאר דע ווערי פורסט טיים וועט פארקומען דא אין דעלאטין א באאל מיט אלע פיטשיווקעס, א מעמד וואס מ'טאר נישט פארפאסען..
מ'איז געקומען צום רב, אז עס איז צרות, זיי זענען דא מיט גרויסע כוחות, אין ס'איז כמעט אוממעגליך דאס אפצישטעלן.
די רב האט געענפערט מ'זאל גארנישט זארגען, און "ווילאנג ער איז איז רב דא אין שטאט, וועט דא קיין באאל נישט זיין"!!
ויהי היום, די עולם איז אנגעצויגען וואס גייט דא זיין, און די רב זאגט, אז צים באשטימטען צייט גייט ער אויך צום באאל!!!, אבער קיינער זאל נישט מיטגיין מיט אום, נישט קיין גבאים, שטוב מענטשען וכו' קיינער נישט,
די שטוב מענטשען האבען זיך אנגעהויבען בעטען ער זאל דאס נישט טוהן, מ'וועט אים חלילה אוועקלייגען דארט אויפן פלאץ, אבער עס האט גארנישט געהאלפען די ראשי קהלה, חסידים, שטוב מענטשען אלע האבען זיך געבעטן בתחנינים אז ער זאל זיך אפלאזען, מ'רעדט דא פון סכנות נפשות, ווי אויך איז ער נישט קיין יונגערמאן, שוין געווען לכאורה איבער די שבעים, אבער, והוא באחת, ער גייט.......
ער האט גענומען זיין זילבערנע שטעקן, און אויך האט ער פארמאגט א גרעבערע שטעקען וואס פלעגט אום העלפען גיין איבער די בערגיגע שטאט, (ווי שוין געשמיסט אויווען, איז דעלאטין אויף בערג) און דאס אויך גענומען, אוזי איז ער געגאנגען איינער אליין, מיט די צוויי שטעקענעס, איבערלאזענדיג די שטוב מענטשען און די גאנצע קהלה, אינדערהיים פאלאזירט פאר שרעק.
אנקומענדיג צום באאל האט מען געהאט ממש אנגעפאנגען, איון מ'הערט פליצלינג שרייען אז די רב קימט, איינער האט אים באמערק, ס'איז געווארען א איבערקערעניש, און מ'האט פארמאכט די לעקטער, די דעלאטיער רב האט אריינשפאצירט אין זאל, אין געזעהן דיע פארמאכטע לעקטערס, האט ער אויפגעהויבען ביידע שטעקענעס, און אנגעהויבען האקען רעככטס און לינקס, מיט אלע זיינע כוחות, ממש מכות רצח, אן אויפהער, ס'האט זיך געטוהן שרייען און יללות, פון פארוואנדערטע, און א צעמישעניש אין די פינסטער, אבער דער רב הערט נישט אויף און האקט שטיקער, אן רחמנות.
נאך א שטיק צייט איז ער ארויס, מ'האט אנגעצינדען די לעקטער, און ס'איז זיי געווארען שווארץ פאר די אויגען, בליט האט זיך גאגאסען ווי א קוואל, מענטשען פאר'חליש'ט צי'מזיק'ט און האלב טויט, פארשטייט זיך אז די באאל האט זיך געענדיגט מיט אנבולאנסען און דאקטורים.
נאך אפאר טאג באקומט דער רב א בריוו פון געריכט, ווי מקלאגט אום אויף זיינע מעשיות, אן ערענסטע קלאגע, פון א גרויסע צאל געליטענע מענטשען, א גרויס חלק וואס ליגען נאך אין שפיטאל, ווי אויך די שטאט זעלבסט, און אויך די ארגענעזירער פון די באאל
די שטוב מענטשען האבען אנגעפאנגען זיכען די בעסטע אדוואקאטען, אבער דער רב זאגט ניין, ער ברויך נישט קיינעם, ער וועט גייט אליין, מ'האט אים פרובירט מסביר זיין, אז דא רעדט מען נישט פון קיין קונדערשפיל. מ'רעט דא פון א ערנסטע קלאגע, און ערנסטע שטראפען, א אייביגע תפיסה און אפשר נאך ארגער, ווערווייסט...
דער רב האלט זיך ביי זיינס, קיינער זאל זיך נישט זארגען, אין קיינער זאל נישט מיט קומען מיט אים, און אויך נישט פארטיידיגען, ער גייט אליין בעזהשי"ת.
צום באשטימטען געריכט טאג האט זיך ווייטער געטוהן א פחד און א שרעק, ווער ווייסט וואס זיי האבען אנגעארבעט קעגען דעם רב, די נקמה פון די חברה האט דאך זיי געברענט עד למעלה,
למעשה איז ער אנגעקומען אין געריכט, און זיך באגעגענט מיט א געפאקטע זאל, מענטשען מיט קראטשען אין קעסטס, ציהאקטע געזיכטען, און צעמזיקטע גופים, די רב האט געשעפט נחת דקדושה, און די געריכט הייבט זיך אן
דער שופט פרעגט דעם רב צי האט ער טאקע דאס אלעס געטוהן, ענפערטע ער, יא אוודאי געוויס, פרעגט דעם שופט צי ער האט עפעס צי ענפערען אויף דעם קרימינאלען אקט??? ענפערט ער זייער געלאסען, דער שופט ווייסט דאך אז איך בין דער אויבערראבינער אין שטאט, אוודאי ענפערט ער (דאס איז געווען א געהעריגע ליגאלע שטאשיע פאזיציע, די אידשע שטאטס אויבערראבינער) נא, סאיז דאך געווען גערופען א אידישער באאל, האב איך דאך אלץ רב געוואלט מיט האלטען, קום איך אן, האבען די מחוצפים פארלרשען די לעקטער און אפגעשטעלט דעם באאל,
דער שופט גייט אריין און א כעס און נעמט אראפ זיינע האלבע ברילען פון די אויגען, און פרעגט די אנפירער אויב עס איז אמת, אז ווען די אויבערראבינער איז אנגעקומען האט מען פארלאשען די לעקטער??? יא האבען זיי געענפערט, נא אזא חוצפה, איז עס ענק געקומען ערליך, און ער איז ארויס א געווינער
פארשטייט זיך אז אין דעלאטין האבען זיי שוין נישט פרובירט נאכאמאל.
זי"ע
טעמו וראו כי טוב השם
משה מענטש
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 1:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מענטש »

מיר האבען העהערט פונען קיוויאדשער זצ"ל אסאך פונעם דעלאטינער רב
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

משה מענטש האט געשריבן:מיר האבען העהערט פונען קיוויאדשער זצ"ל אסאך פונעם דעלאטינער רב

אגיטן ר' משה, מיר האבען געהערט אז די קיוויאשדער זצ"ל האט אין גיט געקענט, און אסאך גערעדט פון אים, אפשר געדענקסטי עפעס, מיר וועלן הנאה האבען
ווי אויך האט אים די קרעטשניפער רבי זצ"ל געקענט, (ווי געשמיסט אויווען געווען דארט אפאר זומערס)
ווי אויך האבען מיר אסאך געהערט פון האדמו"ר מ'זידיטשוב באר שבע, וועגען דעם דעלאטינער רב, געווען עפעס משפחה מיט אים, ווי אויך האבען מיר געהערט פונעם באר שבע רבי די נוסח אתקונו סעודתא פון דעלאטינער רב, זייער הארציג
אינטערעסאנט אז די אלע וואס האבען אים געקענט (פרעגען) רעדן איבער אים אים מיט א געוואלדיגע הערצה
ווי אויך זע איך אז בד"ץ גרייט זיך אויף סחורה, מיר ווען אויסווארטן מיט אינטערעסע
טעמו וראו כי טוב השם
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
ניחמתי על מה שכתבתי ואני מבקש מחילה --ותאמר סלחתי--- אולי הכאבתי למישהוא .
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

לא כאבת בכלל, ויאמר יעיקל סלחתי כדבריך, אם יש על מה למחול
נאר וואס דען, די האסט אפגעפרעגט אפאר זאכען, האבען מיר געברענג די מקור הדברים און געווארט אויף אייער ענטפער, וואס מ'ווארט נאך אלץ

#2 ר' בעדאטץ, ווען זענט איהר געווען אין דעלאטין?? נישט פארן קריג לכאורה, און נאכדעם וואס האט איר דארט געזיכט, האט איהר משפחה אין ביה"ח דארט? מיר זענען דארט געווען פאר צוויי יאר צירוק אין געצינדען ליכט לע"נ דעם רב וואס האט געטריי געדינט די קהלה דארט פאר כמעט א יובל יארן, ר' נפתלי ב"ר צבי הירש זצ"ל
טעמו וראו כי טוב השם
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
הייתי בדעלאטין בשנת תשנ''ב חפשתי את קברו של הרה''צ ר' מנחם נחום מרדכי [נחום מאטעניו ] בן
האדמוה''ז מטשארטקאוו .
ועכשיו לנושא הבאת מקור את הכנפי יונה ---בעהמ''ח הנ''ל דיבר איתי שעות ארוכות אודות כל סיפרו
בלשון חז''ל ערבא ערבא צריך - את ביתו של ר' ליבוש ראיתי כמה פעמים בבערעגסאז .
תאמין לי שאני יכול אפילו לתת לך את שמות המתפללים אצלו .
על הימים האחרונים של חג הסוכות הוא נסע כל שנה לקאסין להסתופף תחת גיסו הרה''ק בעל אור מלא .
זה שכתבת שקיבלו את הרה''ק ר' נפתלי ז''ל לאב''ד דעלאטין זה לא כל כך פשוט .תדע המושג של חסידי
זידטשאוו היתבטל אחר פטירת הרה''ק ר' אלי' נ''ע בשנת תרל''ח ובנים לא היו לו רק הי' בנים ונכדים של
חסידי זידטשאוו . שהלכו לירעות אצל צדיקים אחרים או שנתפקרו רח''ל .אני נצר לבית זידטשאווי .
הבעל בני שילשים לא ירש אפילו חסיד אחד מזידטשאוו ר' יאסעלע פיטאריאנער מעןלם לא נסע אליו .
חסידי זידטשאוו הזקנים ממונקאטש בניהם היו או חסידי בעלז ומשפחת ווייס קירבו את עצמם לספינקא
והשאר נעשו ציונים .אפילו הרה''ק המלבוש ובניו ר' מנשהעלע ור' משהעלע שהיו גאונים וקדושים לא
המשיכו את עדת זידיטשאוו .היו להם רק אוהדים ומצב פרנסתם הי' בכי הרע בעיר ואם בישראל מונקאטש
מבצר חסידות זידיטשאוו שהרבי בעל עטרת צבי הי' עוד נוסע למונקאטש וכשר' שלהמעלע בא לשם היו
עוד שישים חסידים שהתפללו קבלת שבת בטליתים כך סיפר בעל האור מלא .
ובצד השני גליצי' סטרי-קאלאמיי-סטאניסלאוו-דרהוביטש--הי' המצב יותר גרוע
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

בדץ היקר
איר האט געשריבען קורץ און שארף, איך מיין ציזאגען זייער קורץ און זייער שארף
מיר האבען בעזהשי"ת א תשובה אויף יעדע שורה עקסטערע, אבער די צייט איז נישט מספיק היצט, ועוד חזון למועד
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד הרב בד"ץ, לאמיר אביעסל צינעמען אייער תגובה
badatz האט געשריבן:ב''ה
הייתי בדעלאטין בשנת תשנ''ב חפשתי את קברו של הרה''צ ר' מנחם נחום מרדכי [נחום מאטעניו ] בן
האדמוה''ז מטשארטקאוו .

איך האב געוויסט אז אין דעלאטין ליגט א קינד פונעם הייליגען טשארטקאווער זצ"ל, מיר האבען נישט געוויסט וועלכע, יש"כ פאר די אינפארמאציע, דרך-אגב די האסט דאס געפונען? ווען איך בין דארט געווען אין שנת תשס"ו, האב איך געפונען א מצבה וואס עס פעלט די שטיין זעלבסט, עס איז נאר געבליבען צוויי שטאנגען פון מארבעל פון די זייטן, מיר האבען חושש געווען אז דאס מיז זיין די מקום מנוחה פונעם טשארטקאווערס זוהן, און די מצבה איז לכאורה אויך געווען פון מארבל וכד' און די גוים דארט האבען דאס מסתמא גע'גנב'ט,
badatz האט געשריבן: ועכשיו לנושא הבאת מקור את הכנפי יונה ---בעהמ''ח הנ''ל דיבר איתי שעות ארוכות אודות כל סיפרו
בלשון חז''ל ערבא ערבא צריך - את ביתו של ר' ליבוש ראיתי כמה פעמים בבערעגסאז .
תאמין לי שאני יכול אפילו לתת לך את שמות המתפללים אצלו .

ענטפער: מיר האבען בכלל נישט גערעדט פון ר' לייבוש, נאר דערמאנט אלץ א קינד פון דעלאטינער רב, און מיר האבען ציגעלייגט אז מיר האבען "געליינט" אז מ'האט אים גערופען 'די בערעגסאזע רבי', ווי אויך האט ער פארמאגט א "קלויז" (נישט קיין שוהל, און אויך נישט קיין בית המדרש), ביסטי אויפגעשפרינגען, #1 האט מען אים 'נישט גערופען בערעגסאזע רבי', #2 האט ער נישט געהאט א קלויז,
האבען מיר געברענגט אונזערע מקורות, אז אין כנפי יונה האבן מיר געליינט אז מ'האט אים אזוי גערופען, ענפערסטי אז אויפן מחבר צריכין ערבא, זיי נישט ברוגז איך ווייס נאך נישט ווער די ביסט און צי די דארפסט נישט אויך אן ערבא, ווי אויך האבען מיר נאך געקוקט אינען זכרונות המאור (תשל"ד) ווי ער באשרייבט דעם ר' לייבוש, (איך מיין ער האט נאך געוויסט אזויפיל ווי אייך, ווי אויך האט ער דאס געטוהן כל ימי חייו מברר געוועהן אלטע זכרונות פונדערהיים, אויב האט ער דאס נישט אליין געוויסט) און ער שרייבט דארט אויך, "והיה נקרא בשם האדמו"ר מ'בערעגסאז" וועסט דאך אוודאי אויף מאיר אמסעל אויך זאגען אז ערבא ערבא צריך, ממילא איז שווער צי פארהאנדלען, מיר וועלן אייך נאר מוסיף זיין אז מיר האבען אמאל געהאט א שמועס מיט האדמו"ר הישיש מזידיטשוב בערעגסאז שליט"א ווי ער האט אסאך פארציילט פון ר' לייביש'ן, מיר געדענקען נישט ער זאל האבן געזאגט אז מ'האט אים גערופען בערעגסאזע רבי, אבער אראפגעלייגט ווי די רבי דארט, האט ער זיכער,
יעצט בנוגע זיין קלויז, וואס די זאגסט אז ס'איז נישט אמת, האב מיר אייך געזאגט דעם מקור, (חוץ וואס מיר האבען אלץ אזוי געוויסט) אז מיר האבען אליין געהערט פון הרב הישיש אבד"ק שומר שבת (ער לעבט נאך לאויט"א, איר קענט אים אליין פרעגען) אז זיין פאטער ר' חיים טירנויער ע"ה האט געהאט ריעל עסטעיט אין בערעגסאז, און פארדיגען הייזער פאר רענט, האט ער מיר פארציילט, אז ר' לייבוש האט געדינגען פון זיין פאטער סיי זיין דירה און סיי דעם קלויז, און זיין פאטער האט נאר גענומען רענט פונעם וואוינונג און נישט פונעם קלויז וויבאלד ער איז געווען זייער ארעם, און געוויסט אז עס אים שווער צי באצאלען האט ער אים געוואלט אים מהנה זיין, און נישט גערעכענט פארן קלויז.
איז וואס ענפערסטי אויף דעם, 'אז די האסט געזעהן זיין דירה', ווי אויך קענסטי אויסרעכענען די נעמען פון די מתפללים דארט...
badatz האט געשריבן: זה שכתבת שקיבלו את הרה''ק ר' נפתלי ז''ל לאב''ד דעלאטין זה לא כל כך פשוט.

וואס ווילסטי זאגען, אז עס איז נישט קלאר צי מ'האט אים אויפגענומען פאר רב דארט?
קימסט מיר פאר ווי אכמענידשאד (להבדיל) ער זאגט עס איז נישט געווען קיין האלאקאסט, מיר וועלן ניטאמאל פרובירן זיך טענה'ן ווייל אין קיץ לדברי רוח, מיר וואלטען ענדערש געזאגט אז מיר האבען נישט פארשטאנען אייער פאראגראף,
וועלכע קליינער ידען אין רבנות פון די אלטער היים ווייסט נישט פונעם דעלאטינער רב, אדער וועלכער, וואס איז נאר אביסעל באקאנט און במשנת זידיטשוב, קאמארנא, טאהש, קאסאן, ראזלא, וכו' וכו' ווייסט נישט ציזאגען פונעם דעלאטינער רב (קען זיין די אלע דארפן ערבים) אויב איר האט שוין אמאל אריינגעקוקט אינעם עשר'ל האט זיכער זיך באגעגענט מיט סיפורים וואס ער האט געהערט פון ר' נפתלי אב"ד דעליטין,
מיר זענען עטליכע יאר צירוק ספעציעל אראפגעפארן קיין טאראנטא הערענדיג אז די הויז בחור פונעם דעלטינער רב לעבט, עס איז געווען א גרויסע זאך פאר אונז זיך באקענען מיט א איד פון דער אלטערהיים וואס האט אליין משמש געווען א רב אינדערהיים, ער האט זיך זייער געפרייט צי פארציילען, און פארשטייט זיך אנגעהויבן אז ער האט זוכה געווען צי זיין דעם רב'ס "שיק אינגעל", די קאסאניער ברודערס האבן מיר געזאגט, אז דיי האבן בערך א צוואנציג יארק צירוק אויך אמאל ספעציעל אריבער אים טרעפן ווען ער איז געווען אין ניו יארק, צי הערן ערשט האנטיגע מעשיות פון זייער זיידע די דעלאטינער רב זצ"ל
ווי אויך אז די ווילסט קענסטי זיכען אויפן געוועב, לייג אריין DELATYN וועסטי טרעפן צווישען אנדערע א דאקיומענט פון אלע אפישעלס פון דעלאטין, די ראבינערס און להבדיל די גלחים וכו' וועסטי אויך גפונען RABBINER NAFTALI EHRLICH אויב איך געדענק גיט די ספעלינג, (מיר האבען נישט יעצט די צייט עס אפירזיכען נאכאמאל' מיר געבען אייך די טיפ וויזוי מיר האבן דאס געטראפען, אז איר ווילט) די יארן וואס ער האט געדינט אין די שטאט אויך אלץ אפיציעלע אויבערראבינער.
וועיסט זיך אויך אנטרעפען מיט די ווידעא פילם (וואס מיר האבען [ליידער] אין אונזער באזיס) מיטן נאמען RETURN TO MY SHTETL DELATYN וואס א זוהן פון א האלאקאסט איבערלעבער, באשרייבט זיין ליבער היים-שטאט דעלאטין, ווי אויך זיין אימפארגעסליכער רב, וכו', מיר קענען גיין ווייטער אבער ס'איז אשאד, ווייל והם לא יוכלו, מיר וועלן זיך לעת עתה באגעניגען מיט דעם.
badatz האט געשריבן: .תדע המושג של חסידי
זידטשאוו היתבטל אחר פטירת הרה''ק ר' אלי' נ''ע בשנת תרל''ח ובנים לא היו לו רק הי' בנים ונכדים של
חסידי זידטשאוו . שהלכו לירעות אצל צדיקים אחרים או שנתפקרו רח''ל .אני נצר לבית זידטשאווי .
הבעל בני שילשים לא ירש אפילו חסיד אחד מזידטשאוו ר' יאסעלע פיטאריאנער מעןלם לא נסע אליו .
חסידי זידטשאוו הזקנים ממונקאטש בניהם היו או חסידי בעלז ומשפחת ווייס קירבו את עצמם לספינקא
והשאר נעשו ציונים .אפילו הרה''ק המלבוש ובניו ר' מנשהעלע ור' משהעלע שהיו גאונים וקדושים לא
המשיכו את עדת זידיטשאוו .היו להם רק אוהדים ומצב פרנסתם הי' בכי הרע בעיר ואם בישראל מונקאטש
מבצר חסידות זידיטשאוו שהרבי בעל עטרת צבי הי' עוד נוסע למונקאטש וכשר' שלהמעלע בא לשם היו
עוד שישים חסידים שהתפללו קבלת שבת בטליתים כך סיפר בעל האור מלא .
ובצד השני גליצי' סטרי-קאלאמיי-סטאניסלאוו-דרהוביטש--הי' המצב יותר גרוע

די ביסט מאריך אז זייט ר' אלי' זידיטשוב'ער און תרל"ח האט זיך אויפגעהערט די גרויסע חסידות זידיטשוב, זאג נאר ר' בד"ץ, די האסט אפשר פארשטאנען פון מיינע ווערטער אז די דעלאטינער רב האט און תרנ"ה איבערגענומען דאס זידיטשןבע חסידות?, אויב יא האט איר געהאט א טעות, און איר האט נישט גיט אפגעליינט מיינע שורות, מיר האבען געשריבען אז דעלאטין איז געווען א עיר ואם בישראל, פינטל, אויך איז דארט געווען אסאך זידיטשובע חסידים, פינטל, און ווען די רבנות שטעלע איז געווארן ליידיג אין תרנ"ה האט מען אים אויפגענומען אלץ רב זייענדיג א זידיטשובע אייניקעל, "נישט אז ער האט ממשיך געווען די זידיטשובע חסידות"

צום שלוס, וואלט איך אייך זייער געבעטן, איר זאלט נישט אריינלייגען עקסטרעמע פעסעמיזם, און די ענינים, נישט אז מיר ווילן ארבייטן אויף אייערע מידות, מיר זענען נאך נישט פערטיג מיט אונזערע, נאר ווייל מיר ווילן נישט זיין קיין גרמא בניזקין, און זיך שפילין מיט די גחלתן של צדיקים, אגב מיר לייגען נישט אריין קיין אפטעמיזם, נאר מיר פרובירן ארויסברענגען דעם ריעליזם, און אדרבה העלפט אונז ארויס, דאס וועט זיין פאר אונז אלע דא אין קרעטשמע, אין על הצדיקים אפטיילונג א הנאה, ארויסברענגען מיט א קלארקייט, משנתם של צדיקים מדור הקדום
טעמו וראו כי טוב השם
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב ''ה

נאמנים פצעי אוהב!!!!!
דבריך הם" כמעשה לבנת הספיר "
ודברי הם "וכעצם השמים לטוהר "
לא איכנס לוויכוחים כי אין קץ וכו'
דברי אודות הרה''ג ר' נפתלי מדעליטין קבלתי מידידי נכד הנ''ל הרה''צ אי''ש החסד ר' מנחם ישראל זצ''ל
מקאסאני שזכיתי לקבל ממנו כבר בשנת תשי''ז כשבא להסתופף בצל קדשו של כ''ק מרן אדמו''ר מבעלז זצ''ל
ושעות על גבי שעות שהה בביתנו והקשבתי לשיחו . ואח''כ כשבאתי לארה''ב ישנתי כג' חדשים אצל האדמו''ר
ר' פינחס שלום זצ''ל מקאסאני יחד בחדרו במרפסת והתפללתי כל יום שחרית איתו בבית מדרשו.
עכ''פ ר' ישראלטשע כפי שהי' מכונה בלשון חיבה סיפר לי שזקינו לא הי' הרב באופן רשמי בדעלאטין .
אם אתה רוצה לקבל טוב ואם לא גם זה זכותך !!!! אין כאן שאלה לגבי להתיר עגונה .
[אגב יש איתי אוצר גדול של דיבורים שקבלתי בשנים קדמוניות מהרה''צ ר' מ''י זצ''ל שכידוע הי' אוצר בלו''ם
ובור סיד שאינו מאבד טיפה ואיש אמ''ת יהי זכרו ברוך ]
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד ר' בד"ץ שי'
ר ישראלטשע זצ"ל האבען מיר אויך זייער גיט געקענט פון די נאענט, אפשר נישט געשמועסט אזויפיל שעות מיט אים ווי איר, אבער זייער אסאך געהערט פון אים, ווי אויף זיינע מוראדיגע תפילות ווי ער האט אראפגעלייגט מיט א זעלטענע נעימות
היצט לענינינו, רוב פון מיינע מקורות (לגבי דעלאטין) קומען טאקע פון זיין ברודער האדמו"ר ר' משולם שליט"א ולפו"ש, וואס זענען רעכטע אייניקלעך פונעם דעלאטינער רב זצ"ל, ווי אויך פון ר' ישראלטשעס קינדער, די קאסאנע רבי ר' מאיר יהוסף שליט"א ואחיו הרבנים, און נאך, אינטערעסאנט אז מיר האבען קיינמאל נישט געהערט וואס די זאגסט, נאר פארקערט,
קאן זיין איך בין נישט עומד לסוף דעתך, ווי פארשטיין וואס די מיינסט מיט דעם "לא היה הרב באופן רשמי" פון וועלכע רשומה רעדטסטי, ביי אלע דעלאטינע אפשטאמיגע, וואס לעבען נאך לאוי"ט ווי אויך פון די וואס זענען שוין נישטא, נאר האבען איבערגעגעבען, האבן אלע געוויסט אז ער איז געווען די שטאטס רב, ווידעראום אין די שטאטראט האב איך שוין געשריבען אויווען אז מיר זענען אנגעקומען צי די אפיציעלע דאקימענטען וואס איז פאבליק אויפען געוועב, ווי מ'רעכענט דארט אויס אלע שטאטישע אפישעלס, ווי די גלחים, מעארען, און להבדיל רבנים, אין דארט ווערט ער אויסגערעכענט אלץ אויבערראבינער, וויאויך זענען מיר אריבערגעפארען פאראיאר קיין רמות 6 לעבן ירושלים, ווי מיר האבען זיך געטראפען מיט דעם ארויסגעבער פון דעם פילם RETRURN TO MY SHTETL DELATYN א איד א מזרחיסט מיט א כיפה סריגה, ער האט מיר געוויזען אויף זיין זוהן נאפטאלי (געדענק נישט צי ער האט בכלל פארמאגט א קאפעל) אז ער הייסט נאך זיין טאטענס רבי, די דעלאטינער רב, ווי אויך האט ער מיר געויזען הערליכע בילדער פונעם רב, ווי אויך האט ער מיר געזאגט אז וועט מאכען קאפיס און מיר שיקען פן ארינעלע דאקימענטען, וואס עפעס זיין טאטענס א חבר אויך א דעלאטינער, איז אריבערגעפארען נאכען קריג און געבעטן פון די שטאטראט די אלע אפיציעלע דאקיומענטן, וואס איז אים געווען ווי א שלל רב, זיין רב'ס פאפירן, (איך ווארט נאך דערויף), אפגערעדט פון דעם אז ער האט זיך אינטערגעשריבען אב"ד דעליטין, ווי מיר האבען אליין געזעהן כתב יד קדשו
ממילא איך ווייס נאך נישט וואס די מיינסט מיט אט דעם אופן רשמי, וואס די רב איז נישט געווען, אבער אזוי ווי די האסט דאך געזאגט א מקור, וועלן מיר זיך נישט פוילן, און טוהן צידערזאך, מברר זיין און זיך אומקערן אי"ה
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

הרב בן בוזי
קריטיק אויף די הנהלה געהערט אויסדריקלעך נאר אין אישי, סיי וועלכע תגובה וואס איז געשריבן אויף א היציגן טאן אדער גרייפט אן איינעם במישרין אדער בעקיפין וועט פארמעקט ווערן.
הגבאים
בשם הנהלת הקהלה
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

badatz האט געשריבן: ר' יעקב האלפערין המפורסם מזכרון מאיר -בני ברק הי מדעלאטין .גם חיים בלאך הי' משם .'

עוד נשמתם בם? די צוויי יודען, אויב יא האט איר עפעס שייכות מיט זיי?
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד הרב בד"ץ
איך האב זייער פרובירט נהנה צי זיין פון אייער קענטעניסן, ידיעות וכו', מיר האבען געזעהן אז איר פארמאגט אסאך, האבען מיר פרובירט צי שלעפן מיט א צווענגעל, אבער למעשה, האב איך ארויסגעשלעפט די ציין, ציזאמען מיט די גאמס, אנטשולדיגט.

אפשר דאך וואלט מיר געקענט הנאה האבען, ווי אויך מיטטיילען אייערע ידיעות פון דעם גזע מיטן קרעטשמע ציבור, אבער לאמיר פרובירן רעדן מילד, ווייל מיר האבען ביידע געכאפט פעטש, און מיינע באקען זענען נאך רויט

#1 ר' יעקב האלפערין, און ר' חיים בלאך לעבען נאך?
#2 זענען זיי פון דעלאטין פון דערהיים?
#3 האט איר געטראפען די מצבה פון ר' נחום מרדכי טשארטקאווער?
#4 האט איר נאך געקענט ר' לעיביש'ן?
#5 אפשר האט איר נערווען טאקע אויסרעכענען די מתפללים וואס האבען געדאווענט דארט, מיז זיין אינטערעסאנט
#6 האט איר נאך דיטעילס געהערט פון ר' ישראלטשע פון זיין דעלאטיער זיידע?

און צי אייך ר' משה מענטש, איר האט אריינגעווארפען אז איר האט עפעס געהערט פונעם קיוויאשדער, מיר האבען אסאך נאכגעהערט אז די קיווישדער זצ"ל פלעגט אסאך פארציילען פונעם דעלאטינער רב, אפשר געדענקט איר פרטים?
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

יש"כ ידידי הרב מילער פארן ציטירן דעם היברו בוקס, מיר האבען דאס געטראפן דארט

איך קען מיך נישט אויס וויזוי גרינגער צי מאכען, אז מ'זאל דאס זעהן גלייך, נישט דארפען עפענען, הילף ביטע
אטעטשמענטס
29100_37.pdf
(88.46 KiB) געווארן דאונלאודעד 349 מאל
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

היינט האב איך געזעהן אים 'שם הגדולים לגאוני הגר' אז ר' יהודה לייבוש ב"ר נפתלי עהרליך מדעלאטין, איז געווען אן איידעם ביי ר' משה יוסף ט"ב מאיהעל, איך זעה דא אז ער איז געווען אן איידעם ביים בני שלישים אין קאסאן, איז דאס זוו"ר וזוו"ש שני אדער א פארדריסליכע טעות?
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:היינט האב איך געזעהן אים 'שם הגדולים לגאוני הגר' אז ר' יהודה לייבוש ב"ר נפתלי עהרליך מדעלאטין, איז געווען אן איידעם ביי ר' משה יוסף ט"ב מאיהעל, איך זעה דא אז ער איז געווען אן איידעם ביים בני שלישים אין קאסאן, איז דאס זוו"ר וזוו"ש שני אדער א פארדריסליכע טעות?

אתה צודק !!!!
והיא היתה ארוסה לבן דודה הרב יצחק אייזיק ז''ל לעווי בן הרה''ק ר' אלימלך זצ''ל מטאהש [היא נתארסה אחר פטירת אבי' ] והם ביטלו השידוך ואח''כ
נתארסה לגיס בן אחי' הרב ר' לעביש שהי' גרוש מבת הרה''צ ר' משה יוסף זצ''ל אב''ד אוהעל .[הרב ר' יצחק אייזיק הנ''ל נעשה אח''כ חתן הרה''ח ר'
חיים יעקב ז''ל דייטש מקליינווארדיין ונשאר ממנו בן אחר המלחמה ר' מאיר נפתלי צבי ז''ל אשר גר בשנים האחרונות בקרית - צאנז נתני' בארה''ק ]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח בד"צ, און מיט וועם האט בתו של ר' משה יוסל איהעלער חתונה געהאט בזווג-שני?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:
badatz האט געשריבן: ר' יעקב האלפערין המפורסם מזכרון מאיר -בני ברק הי מדעלאטין .גם חיים בלאך הי' משם .'

עוד נשמתם בם? די צוויי יודען, אויב יא האט איר עפעס שייכות מיט זיי?

לא ולא, על הראשון המפורסם היית צריך לידע בעצמך.
ועמך כולם צדיקים
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:יישר-כח בד"צ, און מיט וועם האט בתו של ר' משה יוסל איהעלער חתונה געהאט בזווג-שני?


c
ב''ה
הרה''ק ר' משה יוסף זצ''ל אב''ד אוהעל הי' אדם השלם ממ''ש נחמד למראה ונעים הליכות פאר הדרשנים.
אכל קעסט אצל חו''ז הדברי חיים בצאנז . אך נפטר בקוצר ימים בבעקעש טשאבא [כידוע המכתב של השינעווער רב ] ובניו אחריו ג''כ לא הצליחו להמשיך עדה וברבנות כידוע ויפה השתיקה .
ועכשיו לשאלתך -ביתו הנ''ל נשארה גלמודה .
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”