רבי יצחק ישעי' האלברשטאם מטשחויב זצ"ל-הי"ד ג’ אלול תש”ג
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
רבי יצחק ישעי' האלברשטאם מטשחויב זצ"ל-הי"ד ג’ אלול תש”ג
מיר האבן שוין אסאך ארומגערעדט איבער הרה"ק ר' ישעי'לע טשחויבער דער אינגסטער זוהן פונעם הייליגען צאנזער רב דער דברי חיים זצוק"ל און זיין משפחה, הגיע הזמן צו האבן אן עקסטערען אשכול איבער דעם גרויסן צדיק וקדש.
ר' ישעי'לע איז ווי דערמאנט געווען דער אינגסטער זוהן פונעם צאנזער רב, ווערנדיג געבארן אויף דער עלטער פונעם פערטן זווג בת ר' מרדכי דוד אונגאר מדומבראווע, ווען ר' ישעי'לע האט חתונה געהאט מיט הרבנית בת ר' יחיאל מקריליוויץ חתן הרה"ק ר' יהושע'לע מבעלז האט שוין דער צאנזער רב נישט געלעבט און די גרויסע ברודער די קינדער פונעם דברי חיים האבן זיך אפגעגעבן מיט די חתונה.
ר' ישעי'לע איז אויפגענומען געווארן אלס רב אין טשחויב ווי ער איז למעשה קיינמאל נישט אריבערגעגאנגען וואונען און אויף זיין פלאץ האט מען אויפגענומען ר' יעקב שמשון קאנער ממשפחת אחיו הרדברי יחזקאל משינאווא, ר' ישעי'לע האט געוואונט אין קראקא ביז צום דעפארטירונג ווי ער איז אומגעקומען אין אוישוויץ עקד"ה הי"ד.
דער הייליגער ר' ישעי'לע איז געווען באוואוסט אלס א בעל מופת ואיש פלא, א קדוש וטהור און זייענדיג דער זוהן פונעם גרויסן פאטער דער צאנזער רב איז ער געווען מפורסם אין אונגארן און אין גאליציע.
בייגעלייגט זענען עטליכע בילדער וואס איך האב צאמגענומען פון אונזער פארום ותשוח"ח לכל החברים המתנדבים בעם.
דער ערשטער בילד איז מיט זיין שוואגער הרה"צ ר' אלעזר הלוי ראזענפעלד זצ"ל-הי"ד מאושפיצין חדב"ן מרן הדברי חיים.

דער עלטסטער זוהן פון הרה"ק ר' ישעי'לע איז געווען הרה"צ ר' חיימ'ל האלבערשטאם הנקרא דער טשחויבער רבי, ער האט געוואונט אין ניו-יארק ושם מנ"כ.
ר' חיימ'ל איז געווען אמיטגליד פון די אגודת האדמורי"ם אין אמעריקא און ער איז נפטר געווארן בשנת תשט"ז, ער האט געהאט א זוהן ר' משה וועלכער האט א זוהן דוד וועלכער לעבט אין פלארידא.

איין איידעם פון ר' ישעי'לע איז געוען הרה"ק ר' חיים יצחק טווערסקי מלויאב-טשערנאבל זצ"ל הי"ד פון וועם מיר האבן שוין גערעדט באריכות אין אשכול מיוחד אויף דעם.
בייגעלייגט איז א בילד פון ר' חיים יצחק און אויך פון הרה"ק ר' ישעי'לע ווען לינקס פון אים ווערט געזעהן זיין אייניקל הרה"ק ר' זושא'לע משטערנאבל-בני ברק זצ"ל אלס בחור.

- אטעטשמענטס
-
- Chernobyl-Tchchoiv.jpg (23.6 KiB) געזען 8130 מאל
-
- tchchoiv2.jpg (20.3 KiB) געזען 8129 מאל
נאך א זוהן פון ר' ישעי'לע איז געווען הרה"צ ר' יעקב צבי האלבערשטאם אב"ד סוכא ז"ל-הי"ד, עס איז פארבליבען קינדער פונעם סוכא רב החיים אתנו לאויט"א, ר' יחזקאל דוד ואחיו ר' אשר.
דער סוכא רב האט געהאט א זוהן חיים וועלכער איז געווען א חתן ביי הרה"ק ר' חנא האלבערשטאם מקאלאשיץ זצ"ל-הי"ד, ער ווערט געזעהן אויפן פריערדיגען בילד רעכטס, אלס אינגל מיט די ברילען, ער איז אומגעקומען עקד"ה בשנות הזעם.
א בילד פונעם סוכא רב ז"ל.

- Suche.gif (9.54 KiB) געזען 8115 מאל
דער אנדערער זוהן פון ר' ישעי'לע איז געווען הרה"צ ר' יחזקאל דוד האלבערשטאם ז"ל-הי"ד וועלכער איז געווען אן איידעם ביי ש"ב דער קדושת ציון פון באבוב, זיין רביצין די טאכטער פון ר' בנציון באבובער זצ"ל האט איבערגעלעבט די קריג מיט א זוהן ר' יעקב (המכונה יענקוש) הי"ו.
א בילד פון ר' יחזקאל דוד ז"ל מיט זיין שווער דער קדושת ציון, אויך א בילד פון ר' יעקב ב"ר יחזקאל דוד ביי א מסיבה (ערשטער רעכטס אויפן אויבן-אן).

- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 987
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
יעקעלע פוקס האט געשריבן:כבוד ידידי הרב מילער שי'
יש"כ פארן עפענען דעם אשכול
ווי אין ניו יארק ליגט ר' חיים ז"ל בן ר' ישעי'לע זצ"ל?
אין וועלוואוד סעמעטערי (זעה דער לינק אינעם תגובה איבער אים).
איך האב געזעהן אינעם נייעם ביה"ח אין קראקא די מצבה פון א זוהן פון ר' ישעי'לע טשחויבער וועלכער איז אוועק אלס קינד ל"ע, איך דערמאן זיך נישט יעצט דער נאמען, אפשר האט איינער מער אינפארמאציע און פילייכט גאר א בילד.
תיקות טעות: די זון פון רבי ישעי'לע זצ"ל האט געהייסן ר' יחזקאל הי"ד. (איר האט אים פילייכט פארטוישט מיט ר' יחזקאל דוד הלברשטאם בן הקדושת ציון זצ"ל).
ר' ישעילע טשחויבער איז דריי מאל געווען א פעטער פאר זיין מחותן דער קדושת ציון וועלכער איז געווען אן אייניקל פון זיין ברודער רבי מאיר נתן זצ"ל, אן איידעם פון זיין ברודער רבי שלום אליעזר מראצפערט הי"ד, און אן אייניקל (דורך זיין שווער) פון זיין שוואגער רבי מאטעלע האניסטייפלער זצ"ל.

ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
מיללער האט געשריבן:לעווי, דער נאמען 'יחזקאל דוד' האב איך גענומען פונעם ספר 'הרה"ק משחויב'.
אויב עס שטייט דארט אזוי דאן מן הסתם האבן זיי רעכט, קען זיין אז מען האט אים נאר גערופן מיטן נאמען יחזקאל.
דרך אגב, איך געדענק ווען די ספר איז ארויס געקומען (אויב מיר רעדן פונען זעלבן ספר) ווען איך בין געווען א בחור אין ישיבה און כ'האב עס אדורך געליינט/לערנט מדעקל לדעקל איןא איין טאג. ווער איז די מחבר דערפון?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
-
- שר מאה
- תגובות: 150
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 19, 2009 2:41 pm
מיללער
דו שרייבסט זייער שיין, אבער כ'וועל עס אביסל צופיצן.
ר' ישעי'לע איז געווען פון די דריטע רעבעצן פון הייליגן דברי חיים. אין די פערטע האט אים ערצויגן.
אין ווי אויך.
נישט ווי זיין הייליגן ברודער ר' שלום אליעזר'ל, איז ער נישט אומגעקומען אין אוישוויץ.
ער איז אנטלאפן מיט זיין גבאי'ן צוזאמען קיין אונגארן, מיטן ציל אריבערצושפרייזן די גרעניץ קיין רומעניע. אבער בשעת'ן אריבערגיין די גרעניץ, ביים לעצטן בארג אויפן בארג אראפ איז ער ליידער דערשאסן געווארן.
זיין געטרייער גבאי איז דארט געבליבן שטיין א לענגערע צייט צווישן די פליענדע קוילן, נישט וויסענדיג וואס צו טוען מיט אים. ביז ער האט געזען אז ער האט ליידער נישט קיין ברירה די קוילן האבן מנצח געווען, אין ער איז ווייטער געלאפן אן ר' ישעי'לע מיט ערפאלג קיין רומעניע
ר' חיים טשעחויב'ער ליגט אין בה"ח בית דוד אין לאנג איילענד long island NY נישט קיין סאך ארויפצו פון צעילימער רב זי"ע

מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן
-
- שר מאה
- תגובות: 150
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 19, 2009 2:41 pm
ר' יעקעלע מפשעווארסק זצ"ל פלעגט זיין זייער בידידות מיט ר' חיים טשעחוב'ער, זיי האבן אסאך געלערנט צוזאמען.
ווי אויך דערציילט ר' יעקעלע אז זיין רבי דער הייליגער ר' חנא קאלאשיצער זי"ע. פלעגט אפט צו פארן צוזאמען מיט די חסידים, צו ר' ישעי'לע פארברענגען, פאר א ר"ח אדער א חמשה עשר בשבט טיש.
ווי אויך דערציילט ר' יעקעלע אז זיין רבי דער הייליגער ר' חנא קאלאשיצער זי"ע. פלעגט אפט צו פארן צוזאמען מיט די חסידים, צו ר' ישעי'לע פארברענגען, פאר א ר"ח אדער א חמשה עשר בשבט טיש.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6804
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
מיללער האט געשריבן:יעקעלע פוקס האט געשריבן:כבוד ידידי הרב מילער שי'
יש"כ פארן עפענען דעם אשכול
ווי אין ניו יארק ליגט ר' חיים ז"ל בן ר' ישעי'לע זצ"ל?
אין וועלוואוד סעמעטערי (זעה דער לינק אינעם תגובה איבער אים).
אן לאנגאיילענד אונעם חלקא וואס האט באלאנגט אמאל צי דעם קהל חרדים און די איסט סייד. (ער האט דארט געדאווענט.)
עס איז אויפען זעלבען ראוד וויא דער צעהלעמער חלקא איז.
דער אלטער סיגוטער חלקא איז אויך דארט אויף יענעם ראוד
איך האב שוין עטליכע מאל געהאט די זכיה צי זיין אויף זיין ציון.
the SCY is the limit
-
- שר מאה
- תגובות: 150
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 19, 2009 2:41 pm
אזוי נארמאל האט געשריבן:
אין ווי אויך.
נישט ווי זיין הייליגן ברודער ר' שלום אליעזר'ל, איז ער נישט אמגעקומען אין אוישוויץ.
ער איז אנטלאפן מיט זיין גבאי'ן צוזאמען קיין אנגארן, מיטן ציל אריבערצושפרייזן דו גרעניץ קיין ראמעניע. אבער בשעת'ן אריבערגיין די גרעניץ, ביים לעצטן בארג אויפן בארג אראפ איז ער ליידער דערשאסן געווארן.
זיין געטרייער גבאי איז דארט געבליבן שטיין א לענגערע צייט ציווישן די פליענדע קוילן, נישט וויסענדיג וואס צו טיען מיט אים. ביז ער האט געזעין אז ער האט ליידער נישט קיין ברירה דו קוילן האבן מנצח געווען, אין ער איז ווייטער געלאפן אן ר' ישעי'לע מיט ערפלאג קיין ראמעיניעץ
זאג ביסט זיכער מיט די געשיכטעלע ? ווייל לויט ווי ס'ליגט מיר אין קאפ איז ר' ישעי'לע געשאסען געווארן אין איינע פון די גיטאות כ'מיין אין באכניע,
אגב לויט ווי די לעגענדע גייט, איז די אויטא וואס איז געשיקט געווארן צי ראטעווען דעם בעלזער רב אויך געווען אין פלאן פאר ר' ישעי'לע, נאר ער האט נישט געוואלט אוועקפארן אן זיין זון דער סוכא'ער רב.
[/quote]יאסל האט געשריבן:
אגב לויט ווי די לעגענדע גייט, איז די אויטא וואס איז געשיקט געווארן צי ראטעווען דעם בעלזער רב אויך געווען אין פלאן פאר ר' ישעי'לע, נאר ער האט נישט געוואלט אוועקפארן אן זיין זון דער סוכא'ער רב.
יאסל טייערע, איך קלער אז מיטן גריבלן אין די לעגענדע קען מען צוקומען עובר צו זיין אויף די תקנות ודי.......
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
-
- שר מאה
- תגובות: 150
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 19, 2009 2:41 pm
מר. יאסל
אז ער איז נעבעך אומגעקומען אויפן בארג אינמיטן גרעניץ, האב איך געהערט פון הרה"ג החסיד ר' מאיר מאשקאוויטש שליט"א
אין איך האב טאקע אויך געהערט אז ער האט אויך געברויכט צו זיין אויף די אויטא, נאר כ'האב געהערט א אנדער גירסא פארוואס ער איז נישט געווען. (צוליב א גבאי)
מר. באטל
די שרייבסט עפעס קאוד שפראך. ביטע זיי עס מסביר.
אז ער איז נעבעך אומגעקומען אויפן בארג אינמיטן גרעניץ, האב איך געהערט פון הרה"ג החסיד ר' מאיר מאשקאוויטש שליט"א
אין איך האב טאקע אויך געהערט אז ער האט אויך געברויכט צו זיין אויף די אויטא, נאר כ'האב געהערט א אנדער גירסא פארוואס ער איז נישט געווען. (צוליב א גבאי)
מר. באטל
די שרייבסט עפעס קאוד שפראך. ביטע זיי עס מסביר.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן
יאסל האט געשריבן:אזוי נארמאל האט געשריבן:
אין ווי אויך.
נישט ווי זיין הייליגן ברודער ר' שלום אליעזר'ל, איז ער נישט אמגעקומען אין אוישוויץ.
ער איז אנטלאפן מיט זיין גבאי'ן צוזאמען קיין אנגארן, מיטן ציל אריבערצושפרייזן דו גרעניץ קיין ראמעניע. אבער בשעת'ן אריבערגיין די גרעניץ, ביים לעצטן בארג אויפן בארג אראפ איז ער ליידער דערשאסן געווארן.
זיין געטרייער גבאי איז דארט געבליבן שטיין א לענגערע צייט ציווישן די פליענדע קוילן, נישט וויסענדיג וואס צו טיען מיט אים. ביז ער האט געזעין אז ער האט ליידער נישט קיין ברירה דו קוילן האבן מנצח געווען, אין ער איז ווייטער געלאפן אן ר' ישעי'לע מיט ערפלאג קיין ראמעיניעץ
זאג ביסט זיכער מיט די געשיכטעלע ? ווייל לויט ווי ס'ליגט מיר אין קאפ איז ר' ישעי'לע געשאסען געווארן אין איינע פון די גיטאות כ'מיין אין באכניע,
אגב לויט ווי די לעגענדע גייט, איז די אויטא וואס איז געשיקט געווארן צי ראטעווען דעם בעלזער רב אויך געווען אין פלאן פאר ר' ישעי'לע, נאר ער האט נישט געוואלט אוועקפארן אן זיין זון דער סוכא'ער רב.
אזוי ווי כהאב געשריבן די מעשה איז לא היה ולא נברא, ער איז אימגעקומען אינעם באכניער געטא ווען מהאט אים געכאפט באהאלטען אין א בונקער.
דארט איז אויך געשאסן געווארן זיין זון דער סוכא'ר רב הי"ד.