רבי צבי הירש מייזליש מווייטצען ז"ל - כ"ה טבת תשל"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי צבי הירש מייזליש מווייטצען ז"ל - כ"ה טבת תשל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

היינט פאלט אויס די יארצייט פונעם ווייצענער רב ר' צבי הירש מייזליש זצ"ל.

ער איז געווען דער זוהן פון ר' דוד דוב מייזליש אב"ד איהעל בעמח"ס בנין דוד חתן ר' משה יוסף ט"ב אב"ד איהעל בן מרן הייטב לב מסיגוט זצ"ל.

בזוו"ר איז דער ווייצענער רב געווען אן איידעם ביי ר' חיים יעקב ט"ב אב"ד לימינוב [ובזוו"ש ביי ר' יוסף פאנעט מדעעש, כמדומה לי]

דער ווייצענער רב האט משמש געווען ברבנות אין ווייטצען, ניימארק און נאך די קריג אין שיקאגו, ער האט מחבר געווען דעם ספר מקדשי השם ווי ער האט צוזאמענגענומען חד"ת פון קדושי אוישוויץ הי"ד ווי אויך די ספרים בנין צבי און זר זהב.

די קינדער פון ווייצענער רב;
ר' זלמן לייב מייזליש אב"ד סיגעיט
ר' יוסף משה מייזליש אב"ד ווייצען-וומ"ס
ר' דוד מייזליש אב"ד סאטמאר-מאנטריאל חדב"ן הברך משה
ר' אלעזר מענדל מייזליש אב"ד ניימארק חתן אב"ד שאפראן
חתניו;
ר' אברהם לייטנער אב"ד מאנטיווידעא ז"ל
ר'.. האלפערין ב"ר אלחנן מראדימישלא-לונדון
ר' משה אונגאר אב"ד ווייצען-שיקאגו

(ווער קען צולייגן?)

צוויי בילדער אין די יארן נאך די קריג (ערשטער לינקס אויף ביידע בילדער), ווי אויך א בילד פון די מצבה.
אטעטשמענטס
1.jpg
2.jpg
2.jpg (33.87 KiB) געזען 11570 מאל
rabbi-zvi-hirsch-meisels.jpg
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מיטוואך יאנואר 21, 2009 5:52 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

עמיצער האט דעם בילד פון גלייך נאך די קריג וואס מיר האבן שוין ערגעץ ערווענט?
עס איז מער ווערט ווי אלע אנדערע שיינע בילדער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א באשרייבונג אויף ענגליש איבער דעם ווייצענער רב'ס פעולות לתורה ויהדות אין שיקאגו.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ווען דער ווייצענער רב ז"ל איז נפטר געווארען, איז דער אויווארער רב ז"ל (זיין עלטערער ברידער) געזעצען שבעה ביי זיין טאכטער דער שומקוטער רביטצען.
מען איז אויפגעשטאנען פון די שבעה אויף א זינטאג, און יענעם דינסטאג איז געווען די לויה פונעם אויווארער רביטצען ע"ה, און דער רב ז"ל האט זיך צירוק געזעצט שבעה.
דער אוויווארער רב ז"ל איז געזעצען שבעה צוויי וואכען נאכאנאנד מיט א הפסק פון נאר איין טאג.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

באקומען אין אישית נאך פרטים איבער די ביאגראפיע פונעם ווייטצענער רב זצ"ל

דער ווייצענער רב זצ"ל האט געהאט 11 קינדער מיט די ערשטע פרוי (הרבנית הענא זיסל בת ר' חיים יעקב ע"ה), 7 דערפון זענען ליידער אוועק אין קריג, דער אכטער איז שוין נפטר געווארן בעפארן קריג. 3 האבן איבערגעלעבט:
הרבנית אשת חבר להבחל"ח גאב"ד מאנטעווידעא זצ"ל,
הרב יוסף משה מ'ווייצען שליט"א (וויליאמסבורג),
הרב זלמן לייב מ'סיגעיט שליט"א.

נאכן קריג האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית בריינדל ע"ה בת ר' יוסף פאנעט מ'דעעש (צו באמערקן אז זיין יונגערער ברודער ר' אלעזר מ'אוהעל האט חתונה געהאט מיט איר עלטערע שוועסטער להבחל"ח הרבנית ריזל תחי'), ער האט געהאט מיט איר 9 קינדער:
הרבנית א"ח ר' ישראל שמואל דוד נחום האלפערין (לאנדאן),
הרבנית א"ח האדמו"ר מ'פאפא ב"פ שליט"א,
הרבנית א"ח הרב מ'נירבאטור שליט"א (ב"פ),
הרב דוד שליט"א אב"ד סאטמאר מאנטריאל,
הרב דוב בעריש שליט"א (לאנדאן)
הרב אלעזר מנחם מענדל שליט"א אב"ד ניימארק (וויליאמסבורג),
הרבנית א"ח הרב משה יוסף אונגער שליט"א (שיקאגא)
הרבנית א"ח הרב יעקב ראטנבערג שליט"א (ב"פ),
הרב ברוך שליט"א אב"ד לייפניק (ב"פ).
פישל גוטביין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גוטביין »

מיללער דער אישית קומט לכאורה פון דא
http://www.ivelt.com/index.php?o ... 7%A2%D7%9C
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

דער ווייצענער רב'ס רעביצען בריינדעלע האט נאך זיין פטירה חתונה געהאט מיטן ביקסאדער רבין ז"ל פון וויליאמסבורג(לכאורה גארנישט מיט ביקסאד פון אינזער קרעמל).
דער ווייצענער רב'ס רעביצין בריינדעלע איז אויך בארימט דארעך דאס בוך א זון אין א פאנצער אדער עי סאן ענד עי שילד, וואס די סייעתא דשמיה האט ציגעפירט אז זי זאל זיין אין פוילן ביי איר זיידע ווען דער קריג האט אויסגעבראכן, אין דערנאך ווען זי איז ציריקגעשווערט געווארן קיין אונגארען האט זי דערציילט איר פאטער וואס דאס מיינט די דייטשע אקופאציע ,אין דאס האט געפירט אז דער דעשש ער רבי זאל אנטלויפען פונעם געטא אריין אין וואלד אין אזוי ארום ראטעווען כמעט זיין גאנצע פאמליע פון דעפאטירט ווערן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אויפן בילד, שטייענדיג לינקס, זעהט מען הרב ר' יוסף משה מייזליש שליט"א אב"ד וויטצען-וומ"ס בן הבנין צבי ז"ל.
אטעטשמענטס
Pakshavitz-Bobov.jpg
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:באקומען אין אישית נאך פרטים איבער די ביאגראפיע פונעם ווייטצענער רב זצ"ל

נאכן קריג האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית בריינדל ע"ה בת ר' יוסף פאנעט מ'דעעש (צו באמערקן אז זיין יונגערער ברודער ר' אלעזר מ'אוהעל האט חתונה געהאט מיט איר עלטערע שוועסטער להבחל"ח הרבנית ריזל תחי')

און דער אויווארער רביטצען ע"ה איז געווען א שוועסטער פאר ר' יוסף פאנעט מ'דעעש ז"ל
קומט אויס אז דער אויווארער רב ז"ל איז געווען א פעטער פארען ווייטצענער רב זצ"ל און פארען אוהעלער רב ז"ל
the SCY is the limit
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יאסל האט געשריבן:דער ווייצענער רב'ס רעביצען בריינדעלע האט נאך זיין פטירה חתונה געהאט מיטן ביקסאדער רבין ז"ל פון וויליאמסבורג(לכאורה גארנישט מיט ביקסאד פון אינזער קרעמל).

איי פליעד די פיפטה.
ועמך כולם צדיקים
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

לכאורה איז דער בילד אויך דער ווייצענער רב זצ"ל (מיטן באבובער רב מהר"ש זצ"ל)
אטעטשמענטס
BaW5.jpg
לחיים ולברכה!
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

קיקט אפשר מער אויס ווי דער אוהעל'ער רב זיין ברודער?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נחמן נתן איז ווארשיינליך גערעכט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיר האבן לעצטנס געהערט און איבערגעהערט א זעלטן היסטארישע טעיפ פון א דרשהמיט אן אמאליגן חן וואס דער ווייצענער רב ז"ל האט געזאגט אין מאנטעוועדעא ארוגוויי בשנת?, בתוך גבריו דערציילט ער אויך פון ר"ה אין אוישוויץ, איך וואלט נאכגעברענגט דעם תוכן, איך קאן מיך אבער נישט ערלויבן די צייט אפצוטייפן די גאמצע דרשה.

דער טעיפ איז צובאקומען ביי "קרן שמואל ישעי'".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרה"צ ר' בעריש מספינקא האט קינדער וואס ענדלען אין די איהעלער משפחה, ווער ס'קען זיין זוהן ר' זלמן לייב אדער ר' יואל וועט זעהן אין זיי די צורה פון ווייצענער/איהעלער רב וואס ווערט דא געזעהן מיטן באבאובער רב.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

היות עס איז נישטא קיין עקסטער אשכל פאר די בנין דוד וועל איך שרייבן מיין תגובה דא, און אויב עס וועט זיך מאכן אן עקסטער אשכל וועל איך אהין צטט'ן די שמועס.

דעם וואך האב איך גערעדט מיט א מייזליש אייניקל, אן אייניקל פון הרה"ג רבי מרדכי זאב די פאטער פון די בנין דוד, און עס איז אויסגעקומען אפאר אינטרעסאנטע זאכן. צווישן אנדערע האט ער פארציילט אז די מייזליש משפחה זענען בעצם געווען פוילישער אפשטאמיגער און גור'ער חסידים. עס איז מיר געווען גאר אן אינטרעסאנטע פאקט אז בעצם איז די מייזליש משפחה פון גור גאר.

(שפעטער האב איך טאקע געזעהן אין די הקדמה פון בנין דוד שטייט אז ווען ר' מרכי זאב האט זיך געצויגן קיין טארנע איז ער אריין זיך געזעגנען פון זיין רבי די שפת אמת. די שפת אמת האט אים געזאגט אז ער זאל האלטן אן אויג אויף זיין דוד דוב, ווייל ער וועט אויפוואקסן א גדול בישראל, ווי אויך האט די שפת אמת געשוקט א בריוו מיט דער בקשה צו די טארנע רב, און די בנין דוד איז טאקע באלד אריין גענומען געווארן אין די ארטיגע צאנזער קלויז ווי ער האט געלערנט מיט אזעלכע לייבן ווי הגאון רבי יוסף ענגיל ועוד).

איך האב מיך געוואונדערט אויב עס זענען דא היינט אין גור געבליבן פון די מייזליש משפחה, אפשר קינדער פון רבי מרדכי זאב'ס ברודער די לאסקער רב וכדומה.

אין בארא פארק האט געואוינט א איד וועלכער איז געווען א קינד פון רבי שלמה זלמן מייזליש די ברודער פון די בנין דוד. ער האט זיך געטוישט די נאמען צו גוטער. זיין זון הייסט ר' שלמה זלמן גוטער, פון בארא פארק סיינס, ער איז א באבובער.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דער פון בארא פארק האט געהייסן ר' דוד דוב גוטער, מח"ס מתוק מדבש כמה חלקים, א זיסער איד געווען, איך האב אים געקאנט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דעם בילד האט מתפעל געברענגט אין בח"ח פון דעם ווייצענער רב ביי א חתונה אינאיינעם מיטן באבובער רב, אז איך בין מיך נישט טועה איז דער אויבירשטער בילד לויט דעם ענדערש דער איהעלער רב.
אטעטשמענטס
Bobov-Vietzen.jpg
Bobov-Vietzen.jpg (122.04 KiB) געזען 11094 מאל
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

היינט געווען די יארצייט
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

ביקסאד האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:דער ווייצענער רב'ס רעביצען בריינדעלע האט נאך זיין פטירה חתונה געהאט מיטן ביקסאדער רבין ז"ל פון וויליאמסבורג(לכאורה גארנישט מיט ביקסאד פון אינזער קרעמל).


א חידוש פלא אז מען האט געלייגט די ביקסאדער רביצין נעבען איר ערשטע מאן. ווייל באמת א פרוי נאכדעם וואס זי האט חתונה מיט א צווייטן האט זי שוין גארנישט מיט די ערשטע מאן, ווייל זי קען דאך שוין נישט האבן צוויי מענער. משא"כ אז א מאן זאל ליגן נעבן די ערשטע ווייב דאס קאן יא זיין ווייל ער מעג האבן צוויי ווייבער.

אויב ווייסט איינער די הסבר דערפון ביטע מיטטיילן מיטן ציבור
אברעמעלע
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 04, 2010 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברעמעלע »

איך מיין אז אייער טענה איז נאר גילטיג אויב זי האט געהאט קינדער מיט די צווייטע. אזוי איז געווען מיט מיין זיידע'ס זוו"ש, ווי באלד זי האט נישט געהאט קינדער מיט מיין זיידע, ליגט זי מיט איהר ערשטע.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

אין די ענגלישע 'מישפאחא' (אפשר אויך אין די העברעעישע) האט מען פארגאנגענע וואך געווידמעט גאנץ א שיינעם באשרייבונג איבער דעם ווייצענער רב זצ"ל און זיינע פעולות אין שיקאגא.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פורים קטן »

[quote="מיללער"]באקומען אין אישית נאך פרטים איבער די ביאגראפיע פונעם ווייטצענער רב זצ"ל

נאכן קריג האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית בריינדל ע"ה בת ר' יוסף פאנעט מ'דעעש (צו באמערקן אז זיין יונגערער ברודער ר' אלעזר מ'אוהעל האט חתונה געהאט מיט איר עלטערע שוועסטער להבחל"ח הרבנית ריזל תחי').


קודם כל, וויל איך באטאנען אז הרבנית ריזל ע"ה לעבט שוין נישט, זי איז נפטר געווארן בערך 2 חדשים צוריק.
יעצט וויל איך פרעגן עטליכע שאלות, לידיעה בעלמא.
איז אוהעל'ער רב געווען חתונה געהאט פארן קריג, אדער דאס איז געווען זיין ערשטע זיווג?
ווער איז פריער געווארן א איידעם ביי ר' יוסף מדעש, דער אוהעל'ער רב אדער דער ווייצענער רב?
דוכט זיך אז אין אזא פאל, [צוויי ברודערס מיט צוויי שוועסטערס] דארף מען האבן א "היתר ג' רבנים", ווייל דאס איז קעגן צואת ר' יהודה החסיד, צו איז ערגעץ פארשריבן אדער געדריקט דעם היתר ג' רבנים ביי דעם פאל? [פארוואס איך פרעג, ווייל אין אן ענליכן פאל, האב איך געזעהן געדריקט א תשובה, אין שו"ת דברי יואל, דערפאר איז אינטערעסאנט צו וויסן די מציאות ביי דעם פאל].
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

א) עס איז געווען דער זיווג שני ביי דעם איהעל'ער רב אויך.
ב) איהעל'ער רב האט חתונה געהאט אין אונגארן, דער ווייצן'ער רב נאך דעם אין אמעריקא.
ג) א געוויסע רבי האט טאקע נישט געוואלט נעמען איינע פון די קינדער פון ווייצן'ער רב פאר א איידעם צוליב די סיבה.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פורים קטן »

ייש"כ ביקסאד
בנוגע אות ג', האט דער "געוויסע רבי" מפקפק געווען אויפן היתר ג' רבנים, האט ער געהאלטן אז מ'קען זיך נישט סומך זיין אויף אזא היתר, אדער ער האט פאר זיך מחמיר געווען בענין צואת ר' יהודה החסיד לפנים משורת הדין?
איך האב נישט ביי מיר קיין שו"ת דברי יואל, אבער כפי זכרוני נעמט ער עס אן פאר א דבר פשוט צו מתיר זיין במקום הצורך [אזוי ווי נאכן קריג] בצירוף ג' רבנים. אפשר זענען דא וואס זענען מער מחמיר אין דעם ענין, דער "געוויסע רבי" האט זיכער די רעכט צו מחמיר זיין פאר זיך.
אויב האסטו מער ידיעות אין דעם ענין, וואלט איך דיר שטארק מכיר טובה געווען.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”