שושלת קאפוסט-באברויסק מגזע חב"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מענדעלע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2007 5:41 am

שושלת קאפוסט-באברויסק מגזע חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדעלע »

ערנסטער האט געשריבן:ובאשר צו קאפוסט - די שול 'בעל התניא' ביי אונז אין ירושלים איז דאך א קאפוסטער.

הערשל חנון קענסטו.ער איז דאך א גבאי דארט, בין איך גערעכט?
לעצט פארראכטן דורך מענדעלע אום מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 1:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

אויף וועלעכער גאס איז דאס?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

מענדעלע האט געשריבן:הערשל חנון קענסטו.ער איז דאך א גבאי דארט, בין איך גערעכט?

איך קען דארטיקן גבאי (ער איז קיין עין הרע א איש בריא מאד :wink: ) און דאכט זיך מיר אז ער טאקע הייסט הערשל, אבער ווי איז זיין פאמיליע ווייס איך נישט.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

אנדי פעטיט האט געשריבן:אויף וועלעכער גאס איז דאס?

בית הכנסת 'בעל התניא' געפינט זיך אויף 'רחוב בעל התניא' (נעבן 'שוק מאה שערים').
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
מענדעלע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2007 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדעלע »

ערנסטער האט געשריבן:
אנדי פעטיט האט געשריבן:אויף וועלעכער גאס איז דאס?

בית הכנסת 'בעל התניא' געפינט זיך אויף 'רחוב בעל התניא' (נעבן 'שוק מאה שערים').

אנקעגן "תורה ויראה" :wink:
נעבן בית המדרש הגדול דחסידי סלונים(בערעזאווסקי) און בית המדרש הגדול פון כ"ק תולדות אברהם יצחק רבי שליט"א
אוועטאר
מענדעלע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2007 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדעלע »

ערנסטער האט געשריבן:
מענדעלע האט געשריבן:הערשל חנון קענסטו.ער איז דאך א גבאי דארט, בין איך גערעכט?

איך קען דארטיקן גבאי (ער איז קיין עין הרע א איש בריא מאד :wink: ) און דאכט זיך מיר אז ער טאקע הייסט הערשל, אבער ווי איז זיין פאמיליע ווייס איך נישט.

יא,יא-סע איז טאקע ער,הערשל חנון-א ווארעמער ירושלמער איד.
וואו נעמט ער אזויפיל געלט פאר די אלע סעודות וואס ער פראווט דארט אין זיין שיל. :smile:
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

מענדעלע האט געשריבן:אנקעגן "תורה ויראה" :wink:

גענוי.
מענדעלע האט געשריבן:יא,יא-סע איז טאקע ער,הערשל חנון-א ווארעמער ירושלמער איד.

אמת. א מענטש - א גאלד, זאל ער זיין געזונט און שטארק.

וואו נעמט ער אזויפיל געלט פאר די אלע סעודות וואס ער פראווט דארט אין זיין שיל. :smile:

איך ווייס נישט פונוואנען נעמט ער די געלט, אבער סעודות דארט ב"ה טאקע פעלט נישט. :wink:
די וואָר הענגט אויף א האָר
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

אנדי פעטיט האט געשריבן:עס איז אינטרעסאנט אז פון די קאפוסטער חסידים (וואס אגב איך שטאם פון זיי) איז קיין זכר נישט געבליבן,

למעשה איז דאכצעך ביים ערשטע קאפוסטער רבי געקומען צו פארן מער חסידים ווי ביים מהר"ש, ער אידאך געווען עלטער. שפעטער ביים מגן אבות זענען שוין אסאך צוריק קיין ליובאביטש, אבער ער האט זיך נאך געקענט פארמעסטן מיט זיי, און דערנאך ביים דריטע און לעצטע קאפוסטער רבי (א ברודער מיטן מגן אבות) זענען שוין רוב דאכצעך צוריק צום רש"ב. זיי האבן זיך געהאלטן פאר חב"ד'סקער כאטש אפילו מען איז זיך נישט אויסגעקומען אזוי.

(געהערט פון עלטערע חב"ד'סקע חסידים)
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

לעווי האט געשריבן:און דערנאך ביים דריטע און לעצטע קאפוסטער רבי (א ברודער מיטן מגן אבות)
קודם איז געווען צוויי ברודער און זיי זענען נישט געווען רבי אין קאפוסט, איינער איז געווען ר' שמריה נח אין באברויסק, און דער צווייטער ר' שלום דובער אין רעציצא.
ועמך כולם צדיקים
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

ביקסאד האט געשריבן:

רבי שמריהו נח איז געווען די ממשיך פון די מגן אבות און ער איז שפעטער געווארן קאפוסטע רבי.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אמת אז ער האט אנגעהויבן פירן נאך דעם הסתלקות פון דעם ברודער דער מגן אבות,

אבער אפשר זאגסטו מיר ווען ער האט זעך באזעצט אין קאפוסט, חוץ תשרי תרס"א, מנו"כ אין באברויסק.
ועמך כולם צדיקים
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

ביקסאד האט געשריבן:אמת אז ער האט אנגעהויבן פירן נאך דעם הסתלקות פון דעם ברודער דער מגן אבות,

אבער אפשר זאגסטו מיר ווען ער האט זעך באזעצט אין קאפוסט, חוץ תשרי תרס"א, מנו"כ אין באברויסק.

איך ווייס נישט צו ער האט דייקא געוואוינט אין קאפוסט (איך וועל מיך נאכפרעגן בעז"ה) אבער קאפוסטער רבי האט מען אים גערופן. און לפי ידיעתי האט ער אין באברויסק געפירט נאך בחייו פון זיין ברודער (כ'בין נישט זיכער).
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ער האט זיך נישט באזעצט אין קאפוסט, פינטל. נישט דא וואס זעך נאך צו פרעגן.

ער איז געווען רב אין באברויסק בחיי אחיו, נישט רבי.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

ר' שמרי' נח מבאברויסק זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מאדמור"י רוסיא
אטעטשמענטס
bk.jpg
bk.jpg (19.39 KiB) געזען 6924 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

בן בוזי האט געשריבן:מאדמור"י רוסיא

ב''ה
האדמו''ר ר' שמרי' נח נבג''ם מבברויסק ישנו ממנו חיבור שמן למאור ב''ח אחר פטירת אחיו בעל המגן אבות מקאפוסט שנפטר כ''ז אייר תר''ס עבר לקאפוסט
והי' שם בימים הנוראים אך אח''כ חזר לבברויסק עיין קצת בבית רבי להילמאן
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

עטליכע שטריכן איבער ר' שמרי' נח מבאברויסק גענומען פונעם באברויסקער יזכור בוך, (אגב: דער אויבן דערמאנטער רידב"ז = ר' יעקב דוד ב"ר זאב וילובסקי וועלכע מען דערמאנט אין אן אנדער אשכול איבער לעצטע נעמען האט צייטווייליג געדינט אין באברויסק אויף די רבנות).

געבוירן בשנת תר"ז אין ליובאוויטש אלס בן זקונים צו זיין טאטע ר' יהודא ליב וועלכע איז שפעטער באוואוסט געווארן אלס דער קאפוסטער, ביי די 16 יאהר האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית ליבא בת דודו זיין טאטנס ברודער ר' ישראל נח מניעז'ין.
נאך זיין שווערס פטירה בשנת תרמ"ג האבן איהם זיין שווערס חסידים גערופן קיין ניעזשין ממלא צו זיין מקום חותנו אבער 'לא אסתייעא מילתא' און ער איז צוריק קיין באברויסק, נאך די פטירה פון זיין עלטערער ברודער ר' שלמה זלמן פון קאפוסט וועלכע איז נסתלק געווארן אייר תר"ס האט ר' שמרי' נח אנגעפאנגן צו פירן ראביסטיווע, און פיל פון זיין ברודערס חסידם זענען צו איהם געפארן, בשנת תרס"א האט ער מייסד געווען א חסידישע ישיבה אונטער די אויפזיכט פון זיין זוהן ר' מנחם מענדל, אין דעם ישיבה האבן זיך משלים געווען פילע חבד'סקער בחורים, דער ישיבה איז געבליבן שטיין אויך נאך דער ערשטער רעוואלוציע אין 1905 ווען רוב אנדערע ישיבות זענען געשלאסן געווארן.
ר' שמרי' נח האט זיך באטייליגט אין די ציבורישע אנגעלעגנהייטן וועלכע האבן געפלאגט דעם רוסישען אידנטום און ער האט זיך באטייליגט אין כינוס הרבנים וואס איז פארגעקומען אין פעטערבורג מטעם הממשלה, און אזוי אויך אין דעם פרומען אידישע פארבאנד ביים צווייטן רעוועלוציע אין 1917, ר' שמרי' נח איז געשטאנען בראש פון די מערכה פון די חסידים קעגן די סאציאליסטן און ציונים וועלכע האבן פראבירט משפיע צו זיין אויף די יוגנט.
זיין איינציגער זוהן ר' מנחם מענדל איז געהרג'ט געווארן דורך די דינקין באנדע, און ער איז נסתלק געווארן בשנת תרפ"ג און ווי עס ווערט באריכטעט האבן זיך משתתף געווען אן עולם גדול ביי זיין לוי'.
אין שנת תשכ"ד איז ארויס געקומען פון איהם א ספר 'שמן למאור' על התורה ומועדים.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ובכן זעה איך אז פיל פון די אויבן געטענה'טע ענינים זענען איצטער שוין קלאר.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

[quote="בן בוזי"]זיין איינציגער זוהן ר' מנחם מענדל איז געהרג'ט געווארן דורך די דינקין באנדע, /quote]

מער אינפארמאציע ביטע?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
נא לא לשכוח מאחיהם השלישי הרה''ק ר' שלום דוב בער נ''ע מרציצא
חסיד שלו ר' זעליג הדפיס סידור עם ליקוט מהסה''ק ליקוטי תורה עם הסכמה מרבו מרעציצא
עיין ברשימות הרב''ש דעת הרש''ב אודות הסידור.
אגב הג' אחים הם ה"יחידים" מנכדי הצמח צדק שהנהיגו עדה .
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

לעווי האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:זיין איינציגער זוהן ר' מנחם מענדל איז געהרג'ט געווארן דורך די דינקין באנדע, /quote]

מער אינפארמאציע ביטע?

ווען עס איז געווען די רעוועלוציע קעגן דעם צאר איז צייטווייליג אויפגעשטעלט געווארן א דעמאקראטישע רעגירונג ווען קרענסקי איז געווען פרעזידענט עס איז געווען זייער גוט פאר די אידן אבער נאך א דריי פערטל יאהר איז נאכאמאל געווען א רעוועלוציע צווישן די רויטע (בולשעוויקן) און די ווייסע מיליטער איבער צו נעמען די רעגירונג, ווען יעדע שטיק צייט האט א צווייטער געוועלטיגט, דער מיליטער איז באשטאנען פון פעטליורעס באנדעס און פון דעניקינס באנדעס, דעמאלטס זענען פארגעקומען שרעקליכע און גרויליגע פאגראמען, מען האט געפלינדערט און געהרג'ט צענדליגע טויזנטער יודן דורך אויס רוסלאנד און אוקראינה,
אגב: ווען מען האט אומגעווארפן דעם צאר און עס איז אונטער געגאנגען די מלוכה פון די ראמאנאוו פאמיליע, האט מען זיך געפריידט און די גאסן מיט די נייע קרענסקי רעגירונג, מיר קענען זיך נישט פארשטעלן די דרוק וואס די יודן האבן געהאט אונטער דעם צארישער הערשאפט, און וואספארא דערלייכטערונג דאס איז געווען ווען מען האט אנגענומען די דעמאקראטישע רעגירונג, אז ר' דוד'ל סקווערער האט געזעהן ווי מען טאנצט אין די גאסן האט ער זיך אנגערופן דעם וכל קרני רשעים אגדע זעה איך שוין, אבער דער תרוממנה קרנות צדיק איז נאך גאר ווייט ממילא וואס פריידט מען זיך? בשעת מעשה האט מען נישט פארשטאנען כלפי מה דברים אמורים, אבער שפעטער ווען מען האט אומגעווארפן די דעמאקראטישע רעגירונג און ס'איז פארגעקומען די פאגראמען און דערנאך דאס אויפשטייג פון די קאמאניסטישע רעגירונג האט מען שוין אלעס פארשטאנען.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

badatz האט געשריבן:ב''ה
אגב הג' אחים הם ה"יחידים" מנכדי הצמח צדק שהנהיגו עדה .

דהיינו אז דער קאפוסטערס קינדער זענען געווען די איינציגסטע פון דעם צמח צדק'ס אייניקלעך וואס אלע ברודער זענען געווען רבי'ס.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

לעווי האט געשריבן:
אנדי פעטיט האט געשריבן:עס איז אינטרעסאנט אז פון די קאפוסטער חסידים (וואס אגב איך שטאם פון זיי) איז קיין זכר נישט געבליבן,

למעשה איז דאכצעך ביים ערשטע קאפוסטער רבי געקומען צו פארן מער חסידים ווי ביים מהר"ש, ער אידאך געווען עלטער. שפעטער ביים מגן אבות זענען שוין אסאך צוריק קיין ליובאביטש, אבער ער האט זיך נאך געקענט פארמעסטן מיט זיי, און דערנאך ביים דריטע און לעצטע קאפוסטער רבי (א ברודער מיטן מגן אבות) זענען שוין רוב דאכצעך צוריק צום רש"ב. זיי האבן זיך געהאלטן פאר חב"ד'סקער כאטש אפילו מען איז זיך נישט אויסגעקומען אזוי.

(געהערט פון עלטערע חב"ד'סקע חסידים)

ב''ה
צריך לדעת קצת היסטורי' !!!
המגן אבות הי' באותו הגיל כמו המהר''ש .אך לאחר חתונתו גר אצל חותנו . והי' בא מפעם לפעם אל זקינו הצמח צדק .אביו המהרי''ל כבר בחיי אביו חזר מאמרי חסידות ובחורףשנת תרכ''ו נסע על ערי השדה לחסידים לחזק אותם ולחזור חסידות ולא הי' בליובאוויטש בפטירת אביו . אך המהר''ש הי' בן הזקונים של הצמח צדק ובזיווג ראשון הי' חתן אחיו הרחש''ז מלאדי ואביו אהבו ולמד איתו ביחידות עיין בזה בספרו של הילמאן אשר בשם בית רבי יתקרי .ולאחר פטירת הצ''צ בקיץ בנו המהרי''ל עבר לקאפוסט ועל הימים נוראים הי' עולם גדול מאוד . אך נפטר בג' חשוון תרכ''ז חצי שנה אחר אביו ואז מילא מקומו בנו המגן
אבות ויש מכתב ממהר''ש להמג''א אודות לסדר אם חוזר לליובאוויטש .נדפס במכתבי מהר''ש .ולאחר פטירתו בכ''ז אייר תר''ס בנו ר' יהודא לייב לא הי' אפילו שאלה שימלא מקומו אז עבר הנשיאות לאחיו הבבברויסקער -אגב הרבנית חנה גור -ארי' סיפרה לי שעל חג הפסח תרפ''ב בא ר' יהודא לייב ללניגראד לאבי'
המהריי''ץ והי יפה תואר מאוד .אך חסידי הרש''ב הי' בעיקר מן התלמידים של תומכי תמימים שיסד בשנת תרנ''ז .ולא מההמשך הקודם כי יותר מעשר
שנים לא הי' רבי בליובאוויטש .וגם הבברויסקער יסד ישיבה ויצאו ממנה גדולי הרבנים .
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

כמדומה לי אז ר' יהודא ליב צירלסאהן דער קעשינובער רב איז געווען א קאפוסטער חסיד פון בעל מגן אבות
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

בן בוזי האט געשריבן:כמדומה לי אז ר' יהודא ליב צירלסאהן דער קעשינובער רב איז געווען א קאפוסטער חסיד פון בעל מגן אבות

ב''ה
בני בוזי היקר שיחי' נצח
ר' חיים ליבערמאן המכונה רח''ל איש אמונו של הריי''ץ אמר לי פעם שהרבנים והדיינים והעשירים היו חסידי קאפוסט !
המלמדים והשוחטים היו חסידי ליובאוויטש !
ממילא פרחי החסידים בשהול -ביהכנ''ס- שמעו תמיד מהמלמדים אודות ליובאוויטש כי למלמדים הי' להם זמן לספר סיפורים. משא''כ הרבנים וכו' היו עסוקים
ע''כ במשך הזמן היונגווארג נסעו לליובאוויטש יש הרבה להאריך בזה וביום מן הימים אי''ה אתחלק איתכם . זו סוגיא רחבה .
אך לכל הדעות הרש''ב הבין לליבות הצעירים והבין בחינוךוידע מה חסר לדור הצעיר והתעסק בזה והי' הראשון בעדת החסידים שעשה פראגראם וסדר בחינוך
.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ווי אזוי איז געווען די באציאונג צווישן ליובאוויטש מיט קאפוסט - באברויסק - רציצא ?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”