רבי יוסף מיאמפאלא זצ"ל - כ"ד טבת תקע"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי יוסף מיאמפאלא זצ"ל - כ"ד טבת תקע"ב

תגובהדורך זיידעניו » מוצ"ש ינואר 17, 2009 10:22 pm

הרה"ק רבי יוסף מיאמפלא זי"ע איז געווען דער עלטסטער זון פון רבי'ן ר' מיכל'ע פון זלאטשוב זי"ע. אין זיין יוגנט האט ער נאך געהאט די זכי' צו זיין ביים בעשטה"ק זי"ע ווען זיין טאטע האט אים מיטגענומען אהין. ער איז געווען א גרויסער מפורסם ער איז נסתלק געווארן כ"ד טבת שנת תקע"ב און ער ליגט אין יאמפלא נעבן זיין הייליגן טאטן דער רבי ר' מיכליע זי"ע


הרה"ק רבי יוסף מיאמפלא זי"ע, איז געווען א מחותן מיט הרה"ק הרבי ר' ברוך'ל פון מעזבוזש זי"ע, זיין זון רבי יצחק איז געווען דעם רבי'ן ר ברוךלס איידעם, פלעגט רבי יוס'עלע יאמפלער האבן א מנהג צו קומען צו פארן צום רבי'ן רבי ברוך'ל צוויי מאל א יאהר אויף יעדן שבת פרשת בחקתי און שבת פרשת תבא, די שבתים וואס מען ליינט די תוכחה. און דער רבי ר' ברוך'ל פלעגט אים נאך שבת פארן באגלייטן א היבשן וועג ארויס פון די שטשט אויפ'ן וועג אהיים. שבת פרשת תבא שנת תקע"א, איז אויך רבי יוס'עלע יאמפעלער געווען אין מעזיבוזש. נאך שבת, ווען דער רבי ר' ברוך'ל האט אים געדארפט פארן באגלייטן ווי געווענליך, האט ער באפוילן אז קיינער זאל נישט מיטקומען, אויך נישט זיין איידעם רבי איציקל (דער זון פון ר' יוס'עלע יאמפעלער) וועלכער פלעגט שטענדיג מיטפארן באגלייטן זיין טאטן. אפילו דער אנטרייבער, דער בעל עגלה, זאל דאס מאל אויך נישט זיין קיין איד, נאר א גוי זאל זיין דער בעל עגלה. אזוי איז טאקע געווען דער רבי ר' ברוך'ל איז אליין געפארן באגלייטן דעם מחותן זיין איידעם רבי איציקל האט זיך אבער נישט געקענט איינהאלטן האט ער גענומען א וואגן און איז נאך געפארן דעם וואגן פון זיין טאטן און שווער. האט ער געזען ווי נאך א צייט פארן האבן זיי זיך אנגעשטעלט ביי א וואלד, די ביידע צדיקים זענען אריינגעגאנגען אין וואלד, אין רבי איציקל איז זיי נאכגעגאנגען שטילערהייט. האט ער געהערט ווי זיין שווער דער רבי ר' ברוך'ל זאגט פאר זיין טאטן רבי יוסעלע יאמפעלער: "מחותן! עס איז דא א גרויסער קטרוג אין הימל, און עס איז נישט דא קיין אנדערע עצה נאר אז צוויי פון די צדיקי הדור זאלן נסתלק ווערן, איך זעה נישט אז דאס זאל זיין קיין אנדערע נאר מיר צוויי, איך בין שוין גרייט דערויף, בעט איך אייך איר זאלט אויך מסכים זיין דערצו נסתלק צו ווערן פון דער וועלט כדי עס זאל אפגעטוהן ווערן דער קטרוג פון די.וועלט". רבי יוס'עלע האט קודם נישט געוואלט מסכים זיין, זאגענדיג אז מען דארף זוכן אן אנדערע עצה ווי אזוי מבטל צו זיין דעם קטרוג, אבער ענדליך האט ער אויך מסכים געווען אז זיי זאלן ביידע אוועק גיין פון דער וועלט דאס קומענדיגע יאהר ווען רבי איציקל, וועלכער איז געשטאנען אונטער א בוים און אלעס אויסגעהערט, האט געהערט אז ער גייט דאס יאהר פאר'יתומ'ט ווערן פון זיין טאטן און שווער, האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן און פון גרויס צער האט ער ארויסגעלאזט א גרויסן קרעכטץ. ווען רבי ברוך'ל האט דאס געהערט האט ער זיך אויסגעדרייט און ווען ער האט געזען אז זיין איידעם שטייט דארט האט ער אים געזאגט: "אויב וועסטו מיר געבן א תקיעת כף אז דו וועסט קיינעם נישט דערציילן פון דעם שמועס ביז נאך זיין פטירה, איז גוט, אויב נישט..." רבי איציקל האט אים געגעכן א תקיעת כף, און דער רבי ר' ברוך'ל איז צוריק געפארן מיט אים אין שטאט.די צוויי צדיקים האבן זיך געזעגנט און זענען אהיים געפארן. דאס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס זיי האבן זיך געטראפן, ווייל דריי חדשים שפעטער, ח"י כסלו שנת תקע"ב לפ"ק האט דער רבי ר' ברוך'ל צוריק געגעבן זיין הייליגע נשמה פאר'ן אדון כל נשמות. און די צוויי צדיקים האבן זיך מער נישט געטראפן, כאטש רבי יוס'עלע יאמפלער איז שוין געווען אונטערוועגנס קיין מעזיבוזש, דאס איז געווען ווען ער האט געהערט אז דער רבי ר' ברוך'ל איז נישט געזונט, און ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין מעזיבוזש אים צו פארן באזוכן, אבער ווען ער איז אנגעקומען אין די שטאט טשערנאסטעראה האט ער מרגיש געווען אז דער רבי ר' ברוך'ל איז שוין נסתלק געווארן, האט ער זיך אויסגעדרייט און איז צוריק געפארן אהיים. בעפאר דער רבי ר' ברוך'ל איז נסתלק געווארן האט ער געהייסן מען זאל שיקן דריי פון זיינע חפצים, די תפילין דרבינו תם, דעם שטעקן, און נאך עפעס א זילבערנעם חפץ, פאר זיין מחותן רבי יוס'עלע יאמפעלער, כדי ער זאל זאגן נאך אים קדיש. מען האט אזוי געטוהן. נאך די שבעה האט ער באקומען די דריי חפצים פון רבי'ן ר' ברוך'ל. איין קדיש האט ער אינגאנצן געזאגט נאך אים, יענעם פרייטאג צו נאכטס נאך דעם וואס ער האט באקומען די ידיעה. און גלייך נאכדעם איז ער אויך נישט געזונט געווארן און איז עטליכע וואכן שפעטער נסתלק געווארן, כ"ד טבת שנת תקע"ב לפ"ק.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג ינואר 18, 2009 5:13 pm

די אדמורי"ם ממשפחת ראבינאוויטש לבית סקאליע זענען אייניקלעך בא"ב צו ר' יוסלי יאמפאלער און אזוי ארום צום זלאטשובער מגיד.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16828
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך דעצמבער 07, 2011 10:59 pm

אהל הקדוש אין יאמפאלא
צוגעלייגטע
Poster2.jpg

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג ינואר 19, 2012 12:16 am

ארויף געברענגט לכבוד די יא"צ

זי"ע
参考专家

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20550
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 19, 2012 10:03 am

פון הרב ר' נפתלי אהרן וועקשטיין זז"ג:
צוגעלייגטע
תולדות ר' יוסף יאמפלער.pdf
(495.73 KiB) דאונלאודעד 186 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 12:00 am

ארויף געברענגט לכבוד די יא''צ פין די הייליגער צדיק ר' יוסף יאמפאליא זי''ע ועכי''א היינט נאכט
参考专家

אוועטאר
מאטל שניידער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 11:21 am

תגובהדורך מאטל שניידער » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 12:54 pm

ווייסט איינער מער פרטים בנוגע די יחוס

ר' אהרן יצחק ??לעבאוויטש??
ב"ר ישראל מטשאהן
ב"ר יוסף מיאמפאלא?
צוגעלייגטע
chrome_2016-08-08_12-38-25.png
chrome_2016-08-08_12-40-06.png
די אלטע פארעכטן, די נייע נישט פאדארבן!



צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מענטשאלע און 13 געסט