בלאט 1 פון 4

רבי משה מקאריסטשוב זי"ע – ח"י טבת תרכ"ו

געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2009 3:56 pm
דורך בן בוזי
ר' משה איז געבוירן געווארן אלס דער צווייטער פון די אכט זוהן פון טשערנאבילער מגיד, און פון זיין מאמע די טאכטער פון דער גרויסער ר' אהרן מקארלין,
כשהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביי רבי יעקב יוסף פון אוסטראה און און בזוו"ש איז ער געווען אן איידעם ביי רבי הירש לייב אליקער.
***

ר' משה איז געווען באקאנט אלס אן אויסגערופענע ענותן, ווי זיין טאטע האט אויף איהם געזאגט משה עבד ה', ווען דער טשערנאבילער מגיד איז נסתלק געווארן האבן זיך די קינדער צוטיילט מיט די רוחניות'דיגער ירושה פונעם הייליגן טאטן, האט ר' יוחנ'טשע ראחמיסטריווקער געזאגט, האב איך געוואלט נעמען דעם גארנישט (דער מידת הענוה) האב איך געזעהן אז דער ברודער ר' משה האט עס שוין גענומען, ווייטער ר' משה האט געטענה'ט אז ער האט געוואלט נעמען דאס גארנישט און ר' יוחנ'טשע האט דאס פאר איהם גענומען, האבן זיי ביידע געזאגט אויף זיך אויב אזוי בין איך טאקע געבליבן מיטן גארנישט, ווען דער ר"ר ברוכ'ל מעזשעבוזשער איז געקומען קיין טשערנאביל האט ער אויף איהם געזאגט ער איז ווי אן אויוון וואס גליט פון אינעווייניג אבער פון אינדרויסן איז עס באהאלטן אז מען דערקענט גארנישט.
***

אין כתבי חסידים ווערט פארציילט, אז נאכן הסתלקות פון הרה"ק ר' ישראל בער ווילעדניקער בעל שארית ישראל וועלכע איז געווען א תלמיד פונעם טשערנאבילער מגיד, זענען די חסידים זיינע געקומען מקבל מרות זיין ביי ר' משה קארשובער –בהיות דער ווילעדניקער מגיד האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער- אבער ר' משה האט זיי נישט געוואלט אננעמען, אזוי ווי זיין שטייגער איז געווען אז ער פלעגט טענה'ן איך ווייס גארנישט איך בין נישט קיין רבי, האבן די ווילעדניקער חסידם איהם געזאגט מיט חכמה, רבי ווען מיר זאלן וויסן אז ס'איז דא ערגעץ אזא איינער ווי אונזער רבי, וואלטן מיר ביז יענער עק וועלט געפארן צו איהם, אבער מיר ווייסן נישט ווי צו טרעפן אזא איינעם, הערענדיג זייערע רייד (אז זיי האלטן איהם נישט גלייך צו זייער רבי'ן) האט ער זיי מקבל געווען, און אזוי זענען גאנצעטע ווילעדניקער קלויזן איבער געטוישט געווארן צו קארשובער קלויז'ן.
***

אמאל איז א אידענע אריינגעלאפן צו קורשובער רבי'ן און ביטער געוויינט, רבי, ראטעוועט, וואס איז אייך געשעהן פרעגט דער רבי, א שרעקליך אומגליק האט מיט מיר פאסירט איך בין ל"ע געווען שטארק פארשלאפט האט מען מיר אלס סגולה צוגעגעבן א נאמן, ב"ה איך האב געהאט א רפואה, נא, אבער זייט דעמאלטס האט עפעס שרעקליכס פאסירט, דהיינו, אין די ערשטע צייטן האט מען מיר נאך גערופן ביי ביידע נעמען, ביים אלטן און אויך ביים נייעם, ס'איז מיר ניט געווען איינגענעם אבער פארט רופט מען דאך מיר נאך ביים אלטן נאמען, אבער ברעכט זי אין א געוויין, לעצטנס האט מען אנגעהויבן מיר רופן נאר ביים נייעם נאמען און פון די אלטע האט מען פארגעסן, רבי, דאס האב איך מורא וועל איך חלילה שוין נישט איבער טראגן, הייליגע רבי העלפט מיר.
הערט אויס אידענע, רופט זיך דער רבי אהן: מיט מיר אייגענס האט געטראפן דאס זעלבע צרה, ווען איך בין געבוירן האט מען מיר צו אכט טאג א נאמען געגעבן 'משה' אזוי מיט אט די נאמען האט מען מיר שטענדיג גערופן, ביז צייטן האבן זיך געביטן און איך בין עלטער געווארן האט מען מיר צוגעגעבן א נאמען, און מען האט מיר אנגעפאנגען צו רופן –ר' משה- נו דאס איז נאך געווען אריבער צו טראגן, ווי נישט האט מען דאך נאך דערמאנט מיין ערשטע נאמען, היינט אבער האט מען אינגאנצן ווי פארגעסן מיין נאמען פון געבורט און מען רופט מיר בלויז מיטן נאמען 'רבי', ס'איז פשוט נישט אויס צו האלטן, ווי העלפט מען זיך מיט אט דעם צער...?
הערענדיג דאס איז דאס אידינע בארוהיגט געווארן.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2009 4:13 pm
דורך מיללער
די מצבה וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן אין קאריסטשוב לעצטענס אויפן חרוב-געווארענעם ביה"ח, דורך
אהלי צדיקים

געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2009 4:14 pm
דורך מיללער
ווער זענען געווען זיינע קינדער, זענען פארהאן היינט אייניקלעך פון די טשערנאבלער גזע דורך קאריסטשוב?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2009 4:37 pm
דורך בן בוזי
נפטר געווארן תרכ"ו

געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2009 4:59 pm
דורך ביקסאד
די זיווגים זאלט איר מיר אנטשולדיגן אבער איר האט פארמישט,

זיינע קינדער,
פון זו"ר בת רבי הירש לייב אליקער, א בת יחידה הרבנית ריזל אשת הרה"ק ר' ברוך אשר בן הרה"ק ר"א מ'טשערנאביל,
אלע זוהן פון ר"א זענען פון זיין זו"ש.

פון זו"ש הרבנית חנה בת הרה"ק ר' יעקב יוסף בן הרה"ק ר' פינחס בן הרה"ק ר' ייב"י פון אוסטראה,
איין זוהן מ"מ הרה"ק ר' מרדכי, און איין טאכטער הרבנית רחל.

פון זיין בן יחיד און זיין עלטסטע טאכטער זענען נאך היינט דא אייניקלעך.

עס איז געווען א קארסטשוב'ער רבי אין אמעריקא נאך די קריג, הרה"צ ר' יצחק אברהם משה בן הרה"ק ר' דוד יעקב מ'זיטאמיר בן הרה"ק ר' מרדכי מקראסטשוב.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2009 5:04 pm
דורך מיללער
ביקסאדער,
יישר-כחך, דער זוהן ר' מרדכי ליגט ערגעץ אין אוקריינא, איך קען זיך נישט דערמאנען אויף דער מינוט ווי, אבער איך האב געזעהן בילדער פון זיין אוהל מיט זיינע קינדער.

דער קאריסטשובער רבי פון אמעריקא הנ"ל האט זיך גערופען טווערסקי?
ר' יאסל אפשר הט איר בילדער?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2009 7:34 pm
דורך בן בוזי
ר' יצחק אברהם משה טווערסקי האט געוואוינט אין בני ברק, זיין פאטער ר' יעקב דוד מזיטאמיר איז געווען אן איידעם ביי ר' ישראל ב"ר איציקל מסקווירא, נאך זיין שווערס פטירה האט ר' יעקב דוד איבער גענומען זיין בית המדרש אין סקווירא,

געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2009 7:40 pm
דורך ביקסאד
פון דארט איז ר' יעקב דוד אריבער קיין טיטוב און פון דארט איז ער אריבער קיין זיטאמיר.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2009 7:56 pm
דורך בן בוזי
א יוד אן ארענדער האט געהאלטן א קרעטשמע און ס'זענען צו איהם געקומען גוים טרונקען, איינמאל איז א גוי אריין געקומען און זיך גוט אנגעטרונקען אבער ער האט נישט געהאלטן ביים באצאלן, האט איהם דער יוד דערפאר געגעבן א פראסק אין פנים און דער גוי איז אנידער געפאלן א טויטער, איז דער יוד תיכף געפארן קיין קארשוב צום רבי'ן, קומענדיג צום רבי'ן אין שטוב האט מען געזאגט אז דער רבי איז אין שוהל, איז ער גאגאנגען אין שוהל ער האט געפונעם דעם רבי'ן אבער ער האט נישט געוואוסט אז ער איז עס ווייל ער האט איהם נאך קיינמאל נישט געזעהן, האט ער איהם געפרעגט צו ער איז דער רבי, האט רבי משה געענטפער אז ער איז נישט קיין רבי, איז דער יוד ארויס אין גאס, דערנאך איז ער צוריק אריין געקומען און געזאגט דעם רבי'ן: אויב קענט איר מיר נישט העלפן דאן האב איך נישט קיין טענות אויף אייך, אבער אויב איר קענט מיר העלפן און איר העלפט מיר נישט דעמאלטס בין איך אייך נישט מוחל נישט בעוה"ז און נישט בעוה"ב, און ער איז זיך געגאנגען,
אזוי ווי ער איז ארויס האט איהם ר' משה צוריק אריין גערופען און געפרעגט וואס ער וויל, האט ער פארציילט די מעשה מיטן גוי ווי ער האט איהם דערלאנגט א פראסק פארן נישט באצאלן און דער גוי האט גע'פגר'ט, האט זיך ר' משה אנגערופען, אין אמת'ן אריין וואס איז דאס הרג'נען א גוי פאר איין קאפיקע, און ער האט אליינס געענטפערט, דאס איז דאך זיין פרנסה, און אויב איינער וועט נישט באצאלן דאן וועט דער צווייטער און דריטער אויך נישט צאלן און ער וועט נישט האבן קיין פרנסה, אבער פארט צוליב איין קאפיקע הרג'נען א גוי? אבער ווי איז מעגליך אז צוליב איין פאטש זאל דער גוי שטארבן? זיכער איז ער געווען קראנק און א גברא קטלא! האט ער אנגעוואונטשן דעם מענטש און זיי האבן זיך געזעגנט,
ווען ס'איז געקומען דער זמן המשפט האט דער קטיגור געפרעגט: היתכן צו הרגנ'ן א גוי בלויז צוליב איין קאפיקע? האט דער סניגור געזאגט: דאס איז דאך זיין פרנסה, און אז איינער וועט נישט באצאלן וועט דאך דאס ווערן א קייט און דער צווייטער און דער דריטער וועט דאך אויך נישט באצאלן, האט דער קטיגור ווייטער געפרעגט אבער פונדעסטוועגן, צוליב א קאפיקע דערהרג'ט מען א גוי? האט דער סניגור צוריק געפרעגט: קען מען דען שטארבן פון בלויז איין פאטש? אלא מאי, ער איז שוין געווען קראנק און געהאלטן ביים שטארבן.
מען האט דעם יוד פריי געלאזט גענוי מיט די טענות וואס דער רבי האט אויס געטענה'ט פאר איהם.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2009 4:17 pm
דורך מיללער
ביקסאד האט געשריבן:עס איז געווען א קארסטשוב'ער רבי אין אמעריקא נאך די קריג, הרה"צ ר' יצחק אברהם משה בן הרה"ק ר' דוד יעקב מ'זיטאמיר בן הרה"ק ר' מרדכי מקראסטשוב.


בן בוזי האט געשריבן:ר' יצחק אברהם משה טווערסקי האט געוואוינט אין בני ברק, זיין פאטער ר' יעקב דוד מזיטאמיר איז געווען אן איידעם ביי ר' ישראל ב"ר איציקל מסקווירא, נאך זיין שווערס פטירה האט ר' יעקב דוד איבער גענומען זיין בית המדרש אין סקווירא,


איך בין נישט קלאר וואו ר' יצחק אברהם משה האט געוואונט, ער איז געווען א רבי, איז פארהאן קינדער?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2009 4:47 pm
דורך מיללער
אינעם ספר היחס מטשערנאבל זעה איך אז ר' מרדכי מקאריסטשוב הנ"ל ב"ר משה איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער דער טריסקער מגיד(זעה בייגעלייגט), אויך האט ער געהאט נאך דריי זוהן, דער עשטער ר' נחום יוסף איז געווען א שוואגער מיטן מהרי"ד מבעלזא זייענדיג אן איידעם ביי ר' זושא ב"ר אהרן מטשערנאבל.

ווער איז ר' אפרים מטוריסק?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2009 8:35 pm
דורך בן בוזי
ביקסאד האט געשריבן:פון דארט איז ר' יעקב דוד אריבער קיין טיטוב און פון דארט איז ער אריבער קיין זיטאמיר.

ר' ישראל ב"ר איציקל סקווערער האט אויכעט געוואוינט אין טיטיוב, אבער פון וואנעט ווייסטו די אינפארמאציע, איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט עפעס א ידיעה פרטי פון איהם.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 21, 2009 2:52 am
דורך ביקסאד
בן בוזי האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:פון דארט איז ר' יעקב דוד אריבער קיין טיטוב און פון דארט איז ער אריבער קיין זיטאמיר.
ר' ישראל ב"ר איציקל סקווערער האט אויכעט געוואוינט אין טיטיוב, אבער פון וואנעט ווייסטו די אינפארמאציע, איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט עפעס א ידיעה פרטי פון איהם.
פון סקווירא מקורות.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 04, 2010 8:53 am
דורך משיח
ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט. זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.


כנ"ל האט ער געהאט דריי קינדער:
מזיווג ראשון
א. הרבנית ריזל ע"ה א"ח הרה"ק ר' ברוך אשר מטשערנוביל זצ"ל.
מזיווג שני
ב. בנו יחידו הרה"ק ר' מרדכי זצ"ל,
ג. הרבנית רחל, א"ח הרה"ק ר' ברוך מאיווניצא זצ"ל.

ביקסאד האט געשריבן:פון זיין בן יחיד און זיין עלטסטע טאכטער זענען נאך היינט דא אייניקלעך.

פון זיין עלטסטע טאכטער איז דא היינט אייניקלעך:
בן האדמו"ר ר' יעקב ישראל מטשערנוביל ב"פ זצ"ל, וועלכע וואוינט היינט אין לורינס, ווי שוין געשמועסט באשכול שלהם.
הרב יצחק דוד טווערסקי שי', נכד הרה"ק ר' איציקל קעשנובער זצ"ל.

פון זיין בן יחיד ר' מרדכי, ווער זענען די אייניקלעך בימינו?

פאלגענד זענען די קינדער פון הרה"ק ר' מרדכי מקאריסטשוב זצ"ל בן הרה"ק ר' משה מקאריסטשוב זצ"ל:
א. הרה"ק ר' מנחם נחום יוסף בנציון זצ"ל, חתן הרה"ק ר' ישעי' משולם זוסיא מטשערנוביל זצ"ל.
ב. הרה"ק ר' דוד יעקב מזיטאמיר זצ"ל, חתן דודו הרה"ק ר' ישראל מסקווירא זצ"ל (ראה באשכול שלו).
ג. הרה"ק ר' משה מקארשוב זצ"ל, חתן דודו הרה"ק ר' אפרחם ממאציוב זצ"ל (חתן המגיד מטוריסק).
ד. הרה"ק ר' יצחק פינחס אלי' זצ"ל, חתן הרה"ק ר' משה שפירא זצ"ל מגזע זיטאמיר.
ה. הרה"ק ר' ברוך מסטעפין זצ"ל, חתן הרה"ק ר' מאיר חיים מסטעפין זצ"ל.
ו. חתנו הרה"ק ר' יעקב בהראי"ה מסקווירא זצ"ל.
ז. חתנו הרה"ק ר' משה יודא לייב מחעלים זצ"ל לבית טוריסק.
ח. חתנו הרה"ק ר' משה מז'ינקוב זצ"ל.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 04, 2010 9:08 am
דורך משיח
מיללער האט געשריבן:ווער איז ר' אפרים מטוריסק?


הרה"ק ר' אפרים מרגליות זצ"ל ממאציוב, בו הרה"ג ר' מנחם מאניש מרגליות מדאביסאר זצ"ל, בן הרה"ג ר' חיים מרדכי מרגליות מדובנא זצ"ל בעמח"ס שערי תשובה על שו"ע או"ח, וחתן הרה"ק ר' יעקב לייב מקאוולע זצ"ל.

דער ר' אפרים איז געווען צוויי מאל אן איידעם ביים הייליגן טוריסקער מגיד זצ"ל.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 04, 2010 9:14 am
דורך מיילעך
א ביישרייבונג אין "סטעפינער יזכור בוך"
אויף ר' ברוך מסטעפין בן ר' משה מקארוסטשוב.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 04, 2010 9:26 am
דורך משיח
מיללער האט געשריבן:ביקסאדער,
יישר-כחך, דער זוהן ר' מרדכי ליגט ערגעץ אין אוקריינא, איך קען זיך נישט דערמאנען אויף דער מינוט ווי, אבער איך האב געזעהן בילדער פון זיין אוהל מיט זיינע קינדער.

די אוהל איז אין זיטאמיר,
אין מלכות טשערנוביל איז דא א בילד דערפון.

מיללער האט געשריבן:דער קאריסטשובער רבי פון אמעריקא הנ"ל האט זיך גערופען טווערסקי?
ר' יאסל אפשר הט איר בילדער?

ליינט דא וועגן אדמור"י זיטאמיר לבית קאריסטשוב.

געשריבן: זונטאג פעברואר 14, 2010 10:59 am
דורך משיח
היום, כ"ט שבט, יו"ד של הרה"ק ר' מרדכי מקאריסטשוב זצ"ל, בנו יחידו וממלא מקומו של הרה"ק ר' משה מקאריסטשוב זצ"ל.

Korshev.jpg
Korshev.jpg (10.96 KiB) געזען 5763 מאל

געשריבן: זונטאג פעברואר 14, 2010 11:01 am
דורך משיח
דא האט איר א בילד פונעם אוהל אין זיטאמיר.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.

Korshev 2.jpg

אן אלטער פארגעסענער ניגון פין קאריסטשובער רבי

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2012 12:30 pm
דורך פעלדמאן

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2012 1:06 pm
דורך פרעגער
פעלדמאן האט געשריבן:http://www.jpress.org.il/Repository/getFiles.asp?Style=OliveXLib:LowLevelEntityToSaveGifMSIE_TAUHE&Type=text/html&Locale=hebrew-skin-custom&Path=HYT/1931/02/06&ChunkNum=-1&ID=Ar00803&PageLabel=8


עס ליינט זיך ווי א געוואלדיגער הארציגע ווארימע ניגון.

הרה"צ ר' ברוך טווערסקי אדמו"ר מסטעפין

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2013 4:28 pm
דורך בן בוזי
דער פאלגנדע בילד דארף קרעדיטירט ווערן צום יו"ר ונשיא מורשת חכמי אמעריקא, הגה"צ מו"ר ר' יעקב דוב מיללער שליט"א רב אב"ד ור"מ דק"ק עדת היראים בסקרענטאן פא. יצ"ו, דאס ווערט דא אויף אייוועלט צום ערשטן מאל געשטעלט און אידענטיפיצירט, און מהיום והלאה וועט דער תגובה דינען ווי דער מקור צו דער בילד. דער גרויסער חוקר לבית טשארנאביל הרב יצחק מאיר טווערסקי מכאטין-קווינס ווען מיר האבן איהם דורך א דעפעשע געשיקט דאס בילד, ניטאמאל וויסנדיג במה דברים אמורים, איז ער אבער אויפגעשפרונגען מלא שמחה צו דער אנטדעקונג פון דעם בילד, צוליב דעם וואס ער האט ביז היינט שוין געזוכט א בילד אבער אן ערפאלג, און צוזאמען איז דאס אידענטיפיצירט געווארן, און כאטש וואס ער פאר זיך טוט זיך יעצט פארנעמען מיטן אויסקלארן די זאך אויף א הונדערט פראצענט, וועלן מיר דאס אבער שוין שטעלן אלס קרוב לודאי.

ובזה החלי; דאס בילד המצורף פה, איז גענומען געווארן אין אמעריקא בשנת תרצ"ט, דא זענען דא צוויי בילדער, איינס געקעסטעלט און דארט דערקענט מען זיצענדיג ביים טיש הגאון ר' מנחם מענדל זאקס ז"ל אן איידעם פונעם חפץ חיים זי"ע בעת אן אויפהאלט אין ארה"ב. און דערנאך איז דא דער גרויסער בילד, וואס אין צענטער זיצן, דער עלטערער דאס איז כ"ק אדמו"ר ר' מאיר חיים קאצינעלבויגן מסטעפין, מיט זיין איידעם כ"ק אדמו"ר ר' ברוך טווערסקי מסטעפין ב"ר מרדכי ב"ר משה מקאריסטשוב בהמגיד הק' מטשארנאביל.

ר' ברוך האט געוואוינט אין סטעפין ביז תרצ"ו און דערנאך האט ער געוואוינט אין לובלין, במשך די יאהרן איז ער עטליכע מאל געווען דאהי אין אמעריקא, און פאר א שטיק צייט אויכעט געוואוינט אין די בראנקס, די פרטים זענען נאך נישט פונקטליך פעסטגעשטעלט געווארן.

דערווייל דעם שיינעם בילד.

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2013 4:41 pm
דורך בן בוזי
א דרוק סארט פון ר' ברוך אין די בראנקס, מסתמא דורכאויס איינע פון זיינע באזוכן

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2013 4:51 pm
דורך מיללער
חמרא למרא ושקיא לטיבותא, א דאנק אייך מזכיר המורשת פאר שיקען דעם מציאה פאר ידיד המורשת הרב ר' יצחק מאיר שליט"א און אזוי ארום האבן מיר זוכה געווען צום אוצר המנוצר, ווילאנג דער בילד ווערט פעסטגעשטעלט אויף א הונדערט פראצענט.

ווען איז זיין שווער האדמו"ר ר' מאיר חיים מסטעפין נפטר געווארן? איך מיין אז דער רעכטס איז נישט זיין שווער נאר זיין שוואגער ר' משה ב"ר מאיר חיים, לאור פון דעם צייטונגס אויסשניט:

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2013 4:55 pm
דורך מיללער
דער סטעפאניער רבי פארט קיין לובלין