רבי ישראל דוב בער מווילעדניק זצ"ל - כ"א טבת תר"י

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי ישראל דוב בער מווילעדניק זצ"ל - כ"א טבת תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי ישראל דוב-בער מווילעדניק זצוק"ל - כ"א טבת (תר"י)

הרה"ק רבי ישראל דוב בער איז געבוירן געווארן אין יאר תקמ"ח-ט, אינעם שטעטל קאטעלנע צו זיין טאטע ר' יוסף וועלכער איז געווען א מלמד דרדקי. ווען ער איז געווען פיר-פינף יאר אלט, איז זיין טאטע אוועק פון דער וועלט ל"ע, און זייענדיג ניין-צען יאר איז אויך זיין מאמע נפטר געווארן. ער האט חתונה געהאט בזיוו"ר מיט א טאכטער פון א גביר ר' משה, בזיוו"ש מיט א טאכטער פון א געוויסן ר' חיים. ער איז געווען א תלמיד מובהק פון כ"ק מרן המגיד מטשערנאביל זצוקללה"ה. אין יאר תקפ"ט איז ער באוואוסט געווארן אלס גרויסער מנהיג. כ"א טבת תר"י איז ער נסתלק געווארן לע"ע. זיין ספר "שארית ישראל" איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין יאר תרכ"ו, דורך זיין זון ר' אלכסנדר סענדער.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א שטארק צוקאכטער האט דער צדיק ארומשפאצירט ביי זיך אין שטוב און גערעדט ווי צו זיך. "וואס ווילן זיי פון מיר? - האט ער זיך געבייזערט - זיי מיינען אז איך בין עפעס אנשטאט גאט אז איך קען יעדן העלפן? ניין איך קען נישט, יעצט קען איך זיי מיט גארנישט העלפן!". דער רבי ווענדט זיך גלייך צום גבאי און שרייט אים אָן אין א שטרענגען טאן דאס ער זאל שוין פארשפארן אלע טירן און קיינעם נישט אריינלאזן צו אים.

דער גבאי הערט מיט שרעק דעם רבי'נס שארפע דיבורים, און ער וואונדערט זיך ווער עס דארף אנקומען און דער רבי וויל אים נישט אויפנעמען. ער פאלגט און פארמאכט באלד אלע טירן צום רבינ'ס אויפנאמס-צימער.

ביים רבי'ן הרה"ק רבי ישראל בער אין ווילעדניק, איז דער הויף תמיד געווען באלאגערט פון אידן נצרכים וועלכע זענען מיט צעבראכענע הערצער געקומען אנקלאפן אין די שערי רחמים, און איינרייסן ביים רבי'ן פאר א ישועה. אידן האבן זיך טאקע אנדערציילט פון די טויזנטע מופתים וואס האבן זיך כסדר געוואלגערט ביים רבי'ן אין שטוב, וואו א תפילה האט זיך נישט ליידיג אומגעקערט.

עס איז אדורך אפאר שעה און אין רבי'נס שטוב האט זיך אריינגעריסן אן אומגליקליכע פרוי, און געשריגן מיט יללות אז דער רבי זאל איר העלפן און אויסלייזן פון אירע יסורים, ווייל שוין ניינצן יאר וואס איר מאן האט איר איבערגעלאזט אלס עגונה און זי קען זיך שוין מער נישט ספראווען מיט דעם עול-הפרנסה.

דער רבי שרייט גוט אָן דעם גבאי'ן וואס ער האט די פרוי ערלויבט אריינצוקומען אין שטוב. עס איז שוין אבער נישט געווען קיין עצה ווייל אירע יללות זענען אלס העכער געווארן. "רבי!" - האט זי זיך געריסן - "שוין צוויי יאר וואס איך וואלגער זיך ארום אויף די וועגן קיין ווילעדניק, און יעצט אז איך בין שוין אנגעקומען וויל מיר דער רבי נישט אויפנעמען". דער רבי שענקט איר אפי' נישט קיין אויפמערקזאמקייט, נאר רופט זיך אָן צום גבאי'ן: גיי ווארף איר שוין ארויס פון דא!...
די פרוי לאזט זיך אבער נישט, אירע טענות ווערן אלס העכער, "הייליגער רבי האט רחמנות אויף מיר און מיינע פיר קינדערלעך; כ'בין גרייט צו געבן דעם רבי'ן וויפיל געלט ער וועט נאר פארלאנגען, און אפילו די פינף רובל וואס איך האב מיט מיר, וועל איך דעם רבי'ן אוועקגעבן!"

שווער געווען איז צו פארשטיין דעם רבי'נס דרכים, ביים גבאי'ן איז דאס קיין ספק נישט אז דער צדיק האט דערביי באהאלטענע כוונות, ער האט אבער נישט געפרעגט, נאר אויסגעהערט ווי די ארימע פרוי טענה'ט זיך אויס ביים רבי'ן. ענדליך האט זיך דער הייליגער ווילעדניקער אויסגעדרייט צו די שרייעדיגע פרוי און אויסגערופן:

- "נישט פינף רובל האסטו נאר זעקס". די פרוי האט באלד צוגעשאקלט אז ס'איז רעכט וואס דער רבי זאגט. - "און נישט נאר דאס" - האט דער רבי ווייטער געזאגט - "נאר דו האסט אויך נאך פינעף-און-צוואנציג קאפיקעס!". אויך דאס האט די פרוי באשטעטיגט, און מודה געווען אז די געלט דארף זי פאר הוצאות-הדרך. דער רבי האט ווייטער גערעדט: "און די געלט וועל איך נישט צונעמען ביי דיר, נאר כ'וועל דיר צוגעבן נאך; און איך גיב דיר אַן עצה, אז פון די געלט זאלסטו קויפן בייגלעך אויפ'ן מארגענדיגן יריד!"

די פרוי האט איינשטומיג אויסגעהערט אלס וואס דער רבי זאגט איר אָן. דער הייליגער ווילעדניקער האט איר ווייטער גע'עצה'ט: "ווען דו וועסט האבן געקויפט די בייגעלעך זאלסטו זיך אליין שטעלן אויפ'ן יריד און זיי פארקויפן, און מיט די געלט זאלסטו קויפן פרישע בייגעלעך און זיי ווייטער פארקויפן, און אפשר אזוי וועט דיר דער אייבערשטער העלפן אז דו וועסט קענען שפייזן דיין פאמיליע, און אויך חתונה מאכן די קינדער.

דער רבי האט פארענדיגט זיינע ווערטער, און אפגעציילט פאר דעם פרוי פינף-און-צוואנציג זילבערנע קאפיקעס און איר געוואונטשן הצלחה. די פרוי האט געוואוסט אז זי איז שוין א געהאלפענע, און מיט האפענונג האט זי זיך ארויסגעשארט פון רבי'נס שטוב און געגאנגען אויספאלגן פונקטליך דעם צדיק'ס דיבורים.
זי האט באלד איינגעקויפט בייגעלעך און זיך געשטעלט אויפ'ן מארק צווישן די פויערן צו פארקויפן איר סחורה. סוף טאג האט זי איבערגעציילט די ריווח וואס זי האט געמאכט און זי זעט אז די הצלחה האט איר גוט געשיינט. זי קלערט נישט לאנג און קויפט באלד איין נאך א גרעסערן קוואנטום פון פרישע בייגל.

דעם מארגנדיגן טאג איז זי אויך געשטאנען אויפ'ן מארק און פארקויפט בייגעלעך. פויערן זענען כסדר פארבייגעגאנגען אויפן יריד, זיך אפגעשטעלט ביי איר טישל און געקויפט א בייגל-צוויי. זי האט גאנץ שנעל געזען אז די מזל שפילט איר גוט.

פארנאכט'ס האט זיך צו איר טישל דערנענטערט א גוי און פארלאנגט פון איר בייגעלעך פאר דרייסיג קאפיקעס. דער גוי האט ארויסגעצויגן פון זיין בערזל א גאנצן רובל, און די זיבעציג קאפיקעס רעשט וואס ער האט פון איר באקומען האט ער אריינגעשאקלט אין א קליין בערזל.

ביז דערווייל האט די פרוי געלייגט אַן אויג אויף דעם גרעסערן בערזל וועלכע דער גוי האט אראפגעלייגט אויפ'ן טיש, באלד דערנאך האט זי אויך געלייגט די הענט דערויף... און עס אראפגעשארט אונטער'ן טיש, אריינווישענדיג עס אין די שניי. דער גוי האט זיך געפארעט מיט די רעשט און מיט די בייגעלעך, און האט פארגעסן פונעם בערזל.

ס'נישט אריבער קיין סאך צייט און א בהלה איז אנטשטאנען ביי דעם פרוי'ס טישל. דער גוי האט זיך אומגעקערט און גענומען טענה'ן אז ער געדענקט אויף זיכער אז ער האט איבערגעלאזט זיין בערזל מיט צען טויזנט רובל, דא ביי דעם טישל. די פרויט ציט אבער מיט די פלייצעס און ענטפערט דעם גוי אז זי ווייסט נישט וואס ער וויל: איר האט מיר געגעבן א רובל, איך האב אייך געגעבן רעשט, נאַט אייך די בייגלעך און גייט פון דא.

צוביסלאך האבן זיך די טענער געהעכערט. דער גוי האט נישט געוואלט מוותר זיין אויף אזא ריזן סכום, און ער האט איר גענומען הויך זידלען. פארשטייט-זיך אז די פרוי - וואס האט דעם פאך בעסער געקענט - האט גענומען נאך העכער שרייען, ביז מען האט אלאמירט די פאליציי און די קולות האבן זיך דערטראגן ביז ווייט אוועק.

זעענדיג אז ער קען זיך נישט קיין עצה-געבן, האט דער פאליציי זיך געוואנדן צו דעם גוי און געזאגט: הער מיין עצה, איך האב נישט קיין שום באווייזן אויף די פרוי, דעריבער זאג איך דיר שלעפ איר אריין צום ראבינער, און אויב איז זי א גנב דערפסטו נישט זארגן ווייל זי וועט דיר דארט באצאלן ביז'ן לעצטן קאפיקע.
דער גוי האט באלד אזוי געטאן, און אריינגעשלעפט דעם פרוי צום הייליגן ווילעדניקער. זי האט זיך ווייזט-אויס בארעכנט אז עס לוינט נישט צו לייקענען, און זי האט געווינקן פאר'ן רבי'ן, אז די געלט ליגט ביי איר. דער רבי האט אלעס פארשטאנען און זיי ביידן געהייסן צוריקקומען מארגן. שפעטער האט דער רבי געלאזט רופן די פרוי, און ביי איר אוועקגענומען דעם בערזל מיט די גאנצע געלט.

אויפמארגנס זענען זיי ביידע געקומען אין די באשטימטע שעה, און אויך דער פאליציי-באאמטער איז מיטגעקומען. דער רבי קערט זיך צום גוי און בעט אים סימנים אויף די בערזל. דער מענטש האט באלד גענומען אויסרעכענען: אזויפיל און אזויפיל געלט האב איך געהאט אינעם בערזל, דער רבי האקט אים אבער איבער און שרייט אויס: וואס דרש'נסטו דארט אין רוסיש, ווי גלייך דו פארשטייסט נישט וואס מ'רעדט צו דיר?

דער גוי שטייט פארלוירן און ווייסט נישט וואס מ'וויל פון אים. דער רבי מוסר'ט אים אבער אויס און זאגט פאר'ן גבאי'ן: געב אים נאר אפאר געזונטע פעטש וועסטו זען ווי ער וועט רעדן אידיש.

עס האט זיך אבער נישט אויסגעפעלט ווייל ער האט באלד גענומען רעדן א פליסיגן אידיש, דער רבי שרייט אים אבער גוט אָן: דו ביסט דאך איר מאן, אויף וועמען האסטו זי איבערגעלאזט? אז דו דארף יעצט חתונה מאכן די קינדער און זי האט נישט א פרוטה ביי די נשמה זיך מפרנס צו זיין?!...

דער מענטש האט באלד מודה געווען אז ער'ז די מאן פון דעם פרוי, ער האט איר געגעבן א גט כדת וכדין, און בלויז געבעטן מ'זאל אים אפגעבן איין טויזנטער פון די געלט, און דאס איבריגע האט ער אוועקגעגעבן פאר די פרוי מיט אירע קינדער
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א דאנק ר' זיידל פאר די פתיחת האשכול.

דער ווילעדניקער צדיק איז לעצטענס זייער שטארק אויפגעכאפט סיי דאס גיין צו זיין ציון ביומא דהילולא, נאכדעם וואס עס איז באקאנט די ווערטער פון אים אז 'ווער עס וועט נאר אנכאפן די קלאמקע פון זיין טיהר, וועט געהאלפן ווערן' און אויך נאכדעם וואס עס איז נסייסד געווארן א קהילה וביהמ"ד אין מאנסי על שמו, און די באקאנטע ירחון 'אור ישראל' וועלכע איז נקרא על שמו וזכרו.

אינעם דערמאנטן ספר 'שארית ישראל' שרייבט ר' יהושע מונדשיין דער גרויסער חוקר לתולדות החסידות גאר א שיינע מבוא איבער די תולדות פונעם הייליגען ווילעדניקער, עס איז מערקווידיג ווי דער ווילעדניקער צדיק איז פון די גאר געציילטע תלמידי בעש"ט (איך מיין תלמידי תלמידיו) צו וועם עס האבן זיך צוגעצויגן אויך חסידי חב"ד, עיי"ש באריכות.

ווער עס האט בילדער פון זיין ציון הק' ווערט מכובד מהנה צו זיין.
א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווארט »

צו באמערקן: עס זענען געווען צוויי טיילן חסידים, עובדים און פשוט'ע. אין'ם ספר ווערט ער נישט דערמאנט אלס בעל מופת, און אין'ם סיפורי נפלאות ווערט נישט דערמאנט דעם ספר.
כאטש ער איז געווען א תלמיד מובהק פון'ם טשערנאבלער מגיד, זענען אבער די חסידי טשערנאבל געפארן צו די בני הרמב"ן מטשערנאביל, און פון די חסידי חב"ד האבן זיך אין איהם מדבק געווען.
אבער דאהי אין אמעריקא איז דאס געווען דער סקווירא'ר רבי זצ"ל וואס האט געטוהן צום איבערדרוקן זיין ספר.
תכלית הידיעה אשר לא נדע
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

זיידעניו האט געשריבן:הרה"ק רבי ישראל דוב-בער מווילעדניק זצוק"ל - כ"א טבת (תר"י)

הרה"ק רבי ישראל דוב בער איז געבוירן געווארן אין יאר תקמ"ח-ט, אינעם שטעטל קאטעלנע צו זיין טאטע ר' יוסף וועלכער איז געווען א מלמד דרדקי. ווען ער איז געווען פיר-פינף יאר אלט, איז זיין טאטע אוועק פון דער וועלט ל"ע, און זייענדיג ניין-צען יאר איז אויך זיין מאמע נפטר געווארן. ער האט חתונה געהאט בזיוו"ר מיט א טאכטער פון א גביר ר' משה, בזיוו"ש מיט א טאכטער פון א געוויסן ר' חיים. ער איז געווען א תלמיד מובהק פון כ"ק מרן המגיד מטשערנאביל זצוקללה"ה. אין יאר תקפ"ט איז ער באוואוסט געווארן אלס גרויסער מנהיג. כ"א טבת תר"י איז ער נסתלק געווארן לע"ע. זיין ספר "שארית ישראל" איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין יאר תרכ"ו, דורך זיין זון ר' אלכסנדר סענדער.

דער ווילעדניקער האט נישט געהאט קיין קינדער ל"ע, דער ר' סענדר האט געהייסן פרומקין אויף די לעצטע נאמען, און ער איז געווען לכאורה א חבד'סקער.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נארישער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארישער »

נאכנישט צייט געהאט צו ליינען די גאנצע און סקען זיין אז סשטייט שוין
דער ווילעדניקער צדיק האט געזאגט סוועט זיין שווערע צייטן, ווער עס וועט קלאפן אויף מיין טיר וועל איך איהם נישט שולדיג בלייבן.
(קרעדיט קול מבשר)
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

לרגל היומא דהילולא קדישא שיחול למחר כ"א טבת

בימי הקומאניסטן ימ"ש - מסרו הבעלי מסירות נפש את נפשם לנסוע לציונו הקדוש בכל עת מצוא, כן שמעתי מהרה"ח ר' יעקב חיים רוטנער שליט"א, שנסעו אפילו ממונקאטש הרחוקה עד לווילעדניק כדי להתפלל על ציון הקדוש.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

ושמעתי מאבי מורי, אז די רשעים האבן געזעהן ווי דאס ארט איז א קוואל פון חיזוק פאר אידישע קינדער האבן זיי אנגעפילט דעם אהל, עס פארשטאפט, אז מ'זאל נישט קענען אריינגיין. די אידן, מיט אמונה פשוטה אין ווערטער פון א צדיק, זענען ווייטער געקומען צום ציון בלויז אנצוכאפן דעם קלאמקע און מ'איז טאקע געהאלפן געווארן. זי"ע.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

יוסלמאן האט געשריבן:ושמעתי מאבי מורי, אז די רשעים האבן געזעהן ווי דאס ארט איז א קוואל פון חיזוק פאר אידישע קינדער האבן זיי אנגעפילט דעם אהל, עס פארשטאפט, אז מ'זאל נישט קענען אריינגיין. די אידן, מיט אמונה פשוטה אין ווערטער פון א צדיק, זענען ווייטער געקומען צום ציון בלויז אנצוכאפן דעם קלאמקע און מ'איז טאקע געהאלפן געווארן. זי"ע.

אזוי זאגט עדות הרבנית בתי' בארג אין איר ביכל.

(ואני בעניי פארשטיי נישט פארוואס אגודת אהלי צדיקים האט איינגעווארפן דעם אוהל בשעת דאס איז געווען דער איינציגסטע אוהל אין גאנץ אוקראיינה וואס איז געבליבן שטיין אלע יאהרן קיינער האט דערויף נישט געהאט קיין שליטה, און דאס וואלט לכאורה געדארפט פערזעווירט ווערן און נישט ווערן איינגעווארפן.)
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווארט »

בן בוזי האט געשריבן:

א קשיא אויף "אגודת אהלתי צדיקים" ווען און וואו און וואס צו בויען?!
תכלית הידיעה אשר לא נדע
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

בן בוזי האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:הרה"ק רבי ישראל דוב-בער מווילעדניק זצוק"ל - כ"א טבת (תר"י)

הרה"ק רבי ישראל דוב בער איז געבוירן געווארן אין יאר תקמ"ח-ט, אינעם שטעטל קאטעלנע צו זיין טאטע ר' יוסף וועלכער איז געווען א מלמד דרדקי. ווען ער איז געווען פיר-פינף יאר אלט, איז זיין טאטע אוועק פון דער וועלט ל"ע, און זייענדיג ניין-צען יאר איז אויך זיין מאמע נפטר געווארן. ער האט חתונה געהאט בזיוו"ר מיט א טאכטער פון א גביר ר' משה, בזיוו"ש מיט א טאכטער פון א געוויסן ר' חיים. ער איז געווען א תלמיד מובהק פון כ"ק מרן המגיד מטשערנאביל זצוקללה"ה. אין יאר תקפ"ט איז ער באוואוסט געווארן אלס גרויסער מנהיג. כ"א טבת תר"י איז ער נסתלק געווארן לע"ע. זיין ספר "שארית ישראל" איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין יאר תרכ"ו, דורך זיין זון ר' אלכסנדר סענדער.

דער ווילעדניקער האט נישט געהאט קיין קינדער ל"ע, דער ר' סענדר האט געהייסן פרומקין אויף די לעצטע נאמען, און ער איז געווען לכאורה א חבד'סקער.

ר' סענדר פרומקין איז געווען אן אייניקל בן בתו של הגה"צ ר' אהרן מסטרעשעלא נבג"מ - וואס ער האט אנגעהויבן פיהרן בחייו פון זיין רבי'ן דער בעל התניא - און זיך אפגעטיילט בחילוקי דעות פונעם מיטלען רבי'ן, ע"כ איז מעגליך אז דערפאר איז ער געגאנגען קיין ווילעדניק - וואס איז נישט צו ווייט פון זייער געגנט - זוכן א נייעם רבי'ן. און מעגליך אז די אנדערע חסידי חב"ד זענען אויך געווען פון די אפגעטיילטע. ווי באוואוסט האט זיך חב"ד צוטיילט עטליכע מאל: סטראשעלא, קאפוסט, באברויסק.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דו רעדסט פון חילוקים שונים, ס'איז אן אנדערע חלוקה די חלוקה פון ר' אהרן סטראשעלער, ר' הילל פאריטשער וכדו', וועלכע האבן זיך אפגעטיילט פון ליובאוויטש און געווארן 'פסול' אין חב"ד (עי' מש"כ הרב בד"ץ באשכול המופלא קאפוסט בשם הריל"ג אודות דעתו של הרמ"ש בנוגע הספר פלח הרמון), לבין החלוקה של קאפוסט--באברויסק-רעציצא, שם היה הליובאוויטש חלק הקטן וקאפוסט חלק העיקר, אך מה' יצא הדבר ונשתנו העתים וכהיום נתהפך הקערה על פי' וליובאוויטש נעשו עיקרי היוצאי בית חב"ד.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

בן בוזי, במחילה כתבת דברים לא נכונים,
ר' הילל פאריטשער מעולם לא היה פסול בחב"ד אלא שבחב"ד בעבר לא למדו אלא בדרושים של הרביים, ואותו דבר הוא עם ספרי רי"א מהאמיל שג"כ לא למדו בספריו, משא"כ ר' אהרן מסטראשילע שנחלק עם האדמו"ר האמצעי, שלגביו היה כמובן סיבה עצמית יותר ל'פסול' של ספריו
לגבי קאפוסט וליובאוויטש יש לחלק בין תקופת המהרי"ל מקפוסט והמר"ש מליובאוויטש שאז היה קאפוסט המרכז, לבין תקופת הרש"ז מקאפוסט והרש"ב מליובאוויטש שאז חזרו הרבה לליובאוויטש,
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

שמעתי פעם, שכל פעם כשחב"ד נתחלק, הלכו ראשי וגדולי החסידים - כמו הרוגוצ'ובער וכדומה, להצד השני של חב"ד ולא לליובאוויטש.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווארט »

עכ"פ נראה שמחסידי סטראשעלע היו שנתדבקו בהאווילעדניקער

יש בספרו מתורת חב"ד לפי ההשואות

עכ"ז יש בספרו מרבו מטשערנאביל כמה פתגמים אשר מממנו מקורו, וגם משאר ראשוני החסידות.
תכלית הידיעה אשר לא נדע
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

לרגל היאצ"ט כ"א טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

פעם הגיע ר"נ מטשערנאביל לזיטאמיר בתשעת הימים, ושאל בביהמ"ד מי יכול לסיים מסכת למחר, ואף א' לא ענה.
פנה ר"נ אל הרה"ק מווילעדניק שהיה אז כבר תריסר, ושאלו אם יוכל, וענה: אם הרבי ירצה- אעשה הסיום. שאלו ר"נ: איזו מסיכתא? וענה: איזו שהרבי יאמר. והוציא ר"נ מסיכתא בבא בתרא מהארון, ולמר ר' ישראל בער כל הלילה.
למחרת א' שאפשר לעשות הסיום, והביט עליו ר"נ כמתמיה, וא' הנער : הרבי יכול לבחון אותי שמות כל התנאים ואמוראים מה פעמים מוזכרים בכל המסכת בכלל, ובכל דף בפרט.. ועשו הסיום.
זי"ע ועכ"י.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

סטראשעלע קאפוסט לאדי באברויסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

סטראשעלע -קודם כל וויל איך אייך מודיע זיין אז עהר האט נישט געפירט בחיי מורו בעל התניא והשו''ע -עהר איז מחולק אין יסודות מיט זיין תרי רעין דלא מתפרשין דער מיטעלער רבי .
קאפוסט באברויסק איז א חלק פין ליובאוויטש מיט דיא זעלבע יסודות . נאר אזוי וויא סאטמאר מיט סיגוט צווייא באזינדערע נעמען .
פראמקין איז געווען איין אייניקעל פין סטראשעלער האט אריין געלייגט א פאהר מאמרים וואס עהר האט געהאט אין ספה''ק שארית ישראל .אזוי וויא ס'איז אנגעמערקט בשולי הדף .
דער רש''ב האט מחדש געווען אסאך זאכען במחשבה דיבור ומעשה . בחיי הקאפוסטער האט עהר כמעט וויא נישט געפירט . עהר האט אנגעפאנגען זיין נשיאות בשנת תרנ''ז אין דער מגן אבות פין קאפוסט איז נפטר געווארען ז''ך אייר תר''ס .
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

פרעגער האט געשריבן:שמעתי פעם, שכל פעם כשחב"ד נתחלק, הלכו ראשי וגדולי החסידים - כמו הרוגוצ'ובער וכדומה, להצד השני של חב"ד ולא לליובאוויטש.

הראגאטשאווער לא הלך כי לא נסע לרבי מימות הצמח צדק .
אין דיא אנדערע חלומות דיינע זענען נישט ווערט קיין תגובה . ווייל קיק אריין אין בית רבי וועסט דו זעהין אז דער שמעתי איז נישט קיין שמועה אין געניג מיט דעם
אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר »

די אוהל און די מציבה פונעם הייליגען ווילעדניקער זי''ע.
אטעטשמענטס
081.jpg
084.jpg
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

רבבה האט געשריבן:הראגאטשאווער לא הלך כי לא נסע לרבי מימות הצמח צדק .
כשהצמח צדק נסתלק י"ג ניסן כתר"ו היה הצפנת פענח בגיל שמונה,
אז מה הפירוש שלא נסע לרבי מימות הצמח צדק לרבבה פתרונים.

המגן אבות נכדו של הצמח צדק מינה אותו לרב של עדת החסידים בדווינסק.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

רבבה האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:שמעתי פעם, שכל פעם כשחב"ד נתחלק, הלכו ראשי וגדולי החסידים - כמו הרוגוצ'ובער וכדומה, להצד השני של חב"ד ולא לליובאוויטש.

הראגאטשאווער לא הלך כי לא נסע לרבי מימות הצמח צדק .
אין דיא אנדערע חלומות דיינע זענען נישט ווערט קיין תגובה . ווייל קיק אריין אין בית רבי וועסט דו זעהין אז דער שמעתי איז נישט קיין שמועה אין געניג מיט דעם

תודה על התגובה שאינה שוה תגובה.
חכם עתיק יומין, ליובאוויטש אליין שרייבט אין בית רבי אנדערש, ותמהני????????!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
ואם תרצה להמשיך אגיד לך בדיוק ממי ומתי הי' השמעתי שכתבתי, ואז לך ותבדוק ולא בקשתיך לפתור חלומותי.......
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

רבבה, אז די טענער זענען שוין יא הויעך דאן, נתתיך, וועל איך דיר אריינגעבען!

דו קומסט מיר אויס צו זיין ווי די ביי וועמען חב"ד איז ר"ת כחושבנא ד770....

עס איז מנהג דרך ארץ ביי אונז און ביי אנדערע, אז אן אורח באזעצט זיך נישט אזוי באקוועם גלייך ביים ערשטן אריין קום!!
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

ביקסאד האט געשריבן:
רבבה האט געשריבן:הראגאטשאווער לא הלך כי לא נסע לרבי מימות הצמח צדק .
כשהצמח צדק נסתלק י"ג ניסן כתר"ו היה הצפנת פענח בגיל שמונה,
אז מה הפירוש שלא נסע לרבי מימות הצמח צדק לרבבה פתרונים.

המגן אבות נכדו של הצמח צדק מינה אותו לרב של עדת החסידים בדווינסק.

ביזט גערעכט אז דער מגן אבות האט איהם אריין געלייגט אין דעם ראהטשאווער חסידישער רבנות ווייל ראהטשאוו האט באלאנגט ציא קאפוסט .
אבער קיק אריין אין דעם ביכל אויף דעם ראגאטשאווער וואס איינער אין כפר חב''ד האט ארויס געגעבען וועסטו זעהן אז עהר איז זייט דעם צמח צדק נישט געפארען ציא קיין רבי'ן .
אין שו''ת צפנת פענח וואס איז געדרוקט געווארען אנפאנג פין דיא מלחמה דורך זיין טאכטער אין ח''ב סימן ח' וז''ל הזהב אך מה אני יכול לכתוב למתנגד כמוך כי גם אתה היית חסיד כמונו הייתי מגלה בזה לך רזין מדורשי רשומות ודורשי חמורות אך למתנגד כמוך די בזה ובפרט שאתה מטיף ומגיד ר''ל לכן אני מקצר ובא .סיא רעד זעך דארט וועגען הלל פסח ביינאכט .
אויך איז ידוע אז עהר איז געווען א תלמיד פין בית הלוי אין געלערנט צו זאמען מיט ר' חיים אין ר'יצחק אייזיק הלוי דער בעל דורות ראשונים .
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

רבבה, איר האט דאס נאכנישט פארענטפערט וואס ביקסאד האט געשריבן אז "כשהצמח צדק נסתלק י"ג ניסן כתר"ו היה הצפנת פענח בגיל שמונה,
אז מה הפירוש שלא נסע לרבי מימות הצמח צדק לרבבה פתרונים."
כ'ווייס נישט וואס ס'שטייט אין "דעם ביכל אויף דעם ראגאטשאווער" אגב מה שמו?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

שמעלקא טויב האט געשריבן:רבבה, איר האט דאס נאכנישט פארענטפערט וואס ביקסאד האט געשריבן אז "כשהצמח צדק נסתלק י"ג ניסן כתר"ו היה הצפנת פענח בגיל שמונה,
אז מה הפירוש שלא נסע לרבי מימות הצמח צדק לרבבה פתרונים."
כ'ווייס נישט וואס ס'שטייט אין "דעם ביכל אויף דעם ראגאטשאווער" אגב מה שמו?

דאס מיינט פראסט אין פשוט אז עהר איז קיננמאל נישט געפארען ציא דיא אדמור''י חב''ד בבית מושבותם עהר האט זייא געזען ווען זייא זענין
געווען אינטער וועגענס .וואס בייא אונז אין רוסלאנד האט דאס געהייסען מחוץ לתחום המושב כידוע לאנ''ש .
שם הביכעל איז דער ראגאטשאווער .
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”