ר' יצחק (איציקל) ב"ר משה דן מסקווירא-תל-אביב זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

ר' יצחק (איציקל) ב"ר משה דן מסקווירא-תל-אביב זצ"ל

תגובהדורך יאסל » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:18 pm

וואס טיט זיך מיטן אנדערען סקווירא רבי וואס איז נאר געווען אן אייניקעל פון ר' איציקעל איז היינט דא פון אים דורות? ווען איז ער ארויסגעקומען אהער?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 2:02 pm

ארויס געקומען אהער אום 1927 לויט ביד"צ, און דורות? עפעס פרומע אייניקלעך האט ער אין פסעיק נוא דזשערסי אבער דאכט זיך מיר אז נישט דער גאנצער משפחה איז געבליבן עהרליך.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 2:19 pm

בן בוזי האט געשריבן:ארויס געקומען אהער אום 1927 לויט ביד"צ, און דורות? עפעס פרומע אייניקלעך האט ער אין פסעיק נוא דזשערסי אבער דאכט זיך מיר אז נישט דער גאנצער משפחה איז געבליבן עהרליך.

יעצט זע איך אז ער איז גאר אוועק אום שנת תשל"ח זייענדיג איבער די ניינציג
האט ער עפעס געהאט א שייכות מיטן סקווירא רבין ?
און ווי איז געווען זיין ביהמ"ד דא אין אמעריקא?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 2:32 pm

קודם האט ער געוואוינט אין בראנקס פלעגט מען איהם דאן רופט ר' איציקל בראנקסער
דערנאך האט ער זיך געצויגן קיין תל אביב ועל שמו נקרא ר' איציקל תל אביב'ר
ער האט באזוכט אין סקווירא אבער איך ווייס נישט וויפיל צוגעבונדענקייט זיי האבן געהאט
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 2:47 pm

יאסל האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:ארויס געקומען אהער אום 1927 לויט ביד"צ, און דורות? עפעס פרומע אייניקלעך האט ער אין פסעיק נוא דזשערסי אבער דאכט זיך מיר אז נישט דער גאנצער משפחה איז געבליבן עהרליך.

יעצט זע איך אז ער איז גאר אוועק אום שנת תשל"ח זייענדיג איבער די ניינציג
האט ער עפעס געהאט א שייכות מיטן סקווירא רבין ?
און ווי איז געווען זיין ביהמ"ד דא אין אמעריקא?

ב''ה
הוא בא לארה''ב בשנת תרפ''ז ביחד עם אמו שהיתה בת הרה''צ ר' מאיר יודא חיים זצ''ל חאדראוו חתן המגיד
מטאלנא .
הי' לו ג בנים בעלי בית הדפוס טווערסקי בראס. בבראנקס
הוא בעצמו הי' לו ביהמ''ד גדול ויפה בבראנקס אפילו אחר שהוא עלה לארה''ק וגר בתל אביב הביהמ''דר
התקיים ע''י בניו עשרים שנה .
אחד מבניו לא הי' לו ילדים.
כל משפחתו הם יראים ושלמים .
אחד מנכדיו הרב משה דן טווערסקי הוא מגיד שיעור בישיבת תורה ודעת . ויש לו משפחה הגונה בני תורה.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 2:55 pm

badatz האט געשריבן:

הייסט דאס אז ער איז געווען א נעפיו פונעם טאלנא וויזניצער רבין פון דאהי אין אמעריקא
וואס טיט זיך היינט ציטאג ניט זיין ביהמ"ד סלעבט נאך
זאגסט אז ער האט געהאט א ביהמ"ד יפה סאיז געוועהן סתם געגענט אידן?
אדער אזוי ווי זיין קאזין ר' איציקעל פון בארא פארק וואס ווי סקוקט אויס אין די שטיקעל צייטונג האט ער געהאט א שטיקעל רביסטעווע מיט צענדליגער חסידים?
זענען זיינע קינדער חסידיש אין פארוואס האט קיינער נישט ממשיך געווען די אדמורו"ת אזוי ביי ר' איציקעל פון בארא פארק?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 3:13 pm

יאסל,
האסט א בילד פונעם סקווירא-תל-אביב'ע רבי?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 3:48 pm

דער ערך איבער אים אין 'תולדות אנשי שם'.
צוגעלייגטע
Skvirre.jpg

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 12:08 am

בן בוזי האט געשריבן:קודם האט ער געוואוינט אין בראנקס פלעגט מען איהם דאן רופט ר' איציקל בראנקסער
דערנאך האט ער זיך געצויגן קיין תל אביב ועל שמו נקרא ר' איציקל תל אביב'ר
ער האט באזוכט אין סקווירא אבער איך ווייס נישט וויפיל צוגעבונדענקייט זיי האבן געהאט

איר ווילט אפשר מגלה סוד זיין ווער פלעגט אים אזוי רופן, סתם עולם [וואס האט נישט געהאט קיין אייגענע אדער פערזענליכע אינטערעסן] האט אים גערופן סקווירא רבי, אן קיין צוגעלייגעכטס.
ועמך כולם צדיקים

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 11:20 am

בן בוזי האט געשריבן:קודם האט ער געוואוינט אין בראנקס פלעגט מען איהם דאן רופט ר' איציקל בראנקסער
דערנאך האט ער זיך געצויגן קיין תל אביב ועל שמו נקרא ר' איציקל תל אביב'ר
ער האט באזוכט אין סקווירא אבער איך ווייס נישט וויפיל צוגעבונדענקייט זיי האבן געהאט

ב''ה
גערופען האט מעהן איהם סקווערער רבי . עהר איז געווען דער ממלא מקןם פין זיין טאטען . וואס איז געווען א גרויסער רבי .ר' משה דן איז געווען איינער פין דיא מפורסמים .
איך האב נאך געטראפען אין קיוב חסידים זיינע .און גערעדט מיט דעם רחמסטריווקא רבין מארה''ב אין עהר האט מיר דאס מאשר געווען אז עהר איז געווען א ערנסטער רבי ע''כ .
ר' איציקעל איז געווען אמאהל אין נין סקווער אויף איין ברית . האט מעהן איהם אויפגערופען סקווערער רבי
פין דיא בראנקס . דאס האט מיר דערציילט ר' דודעל פין בארא פארק עהר איז דארט געווען .
עהר איז געווען זייער אן עהרליכער מענטש א פיינער א פארגינער בעל מעלות ומידות טובות .עהר האט אין זיין לעבין נישט ווייא געטין א מענטש . אין מסתמא קיין שום בעל חי . אויב דאס הייסט נאך היינט א מעלה .
יש הרבה לכתוב על זה ואכמ''ל

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 12:12 pm

ער איז געווען דער יושב ראש פון אגודת האדמורים
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 12:38 pm

בן בוזי האט געשריבן:ער איז געווען דער יושב ראש פון אגודת האדמורים

ב''ה
הוא לא הי' רק היו''ר.
גם המזכיר והפעיל.
ישנו תחת ידי את ספר הישיבות שהי' להם בהשתתפות האדמורי''ם וכמה הבטיחו לשלוח לכל אדמו''ר או למשפחת אדמו''ר כמו למשל לכ''ק מרן אדמו''ר מבעלז זצוקללה''ה או לאדמו''ר מסאטמאר וכו.
והכל הי' בביתו .ותחת פעילתו והשגחתו . ובלי שום פרסום מצידו .
ואי''ה עוד נאריך בזה .

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 1:09 pm

בן בוזי האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:ב''ה
אויך הרה''צ ר' איציקעל בן הרה''ק ר' משה דן בן הרה''ק ר' אברהם יושע העשיל בן האדמוה''ז מסקווירא זצ''ל הי' חתן הרה''צ ר' אברהם יושע העשיל זצ''ל מלויאב

[יאסל"=quote"]די אגדות אדמורים האט נישט געהאט קיין שייכות מיט די אמעריקאנע אגודת ישראל וואס?
איז ווער איז אלץ געווען דארט א חבר אין די דאזיגע אגודה ?

דאס האט נישט קיין שייכות מיט אגודת ישראל, אין דעם זענען געווען מעמבערס אלע רבי'ס דאהי אין אמעריקא, איך דארף צו האבן מער אינפארמאציע וועגן זיי.[/quote]

אז די דארפסט האבן ני זיי אזוי גיט אין זיך עס אויף און זיי מהנה דעם עולם,
לויט בד"ץ''ענס ווערטער (אויב כפארשיי גוט העברעאיש) האבן זיי עפעס ציגעזאגט צי שיקען פארן בעלזער און סאטמאר'ער רבי זע איך דאך אז סאיז געווען אן אקטיווע ארגענעזאציע,
ביידעוועי א בילד פון ר' איציקעל לבקשת הרב מיללער
צוגעלייגטע
IMG_0057 (Custom).jpg
IMG_0057 (Custom).jpg (9.75 KiB) געזעהן 3914 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 1:36 pm

badatz האט געשריבן:ב''ה
אויך הרה''צ ר' איציקעל בן הרה''ק ר' משה דן בן הרה''ק ר' אברהם יושע העשיל בן האדמוה''ז מסקווירא זצ''ל הי' חתן הרה''צ ר' אברהם יושע העשיל זצ''ל מלויאב

יאסל,
יישר כח פארן בילד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 5:27 pm

badatz האט געשריבן:ב''ה
גערופען האט מעהן איהם סקווערער רבי . עהר איז געווען דער ממלא מקןם פין זיין טאטען . וואס איז געווען א גרויסער רבי .ר' משה דן איז געווען איינער פין דיא מפורסמים .
איך האב נאך געטראפען אין קיוב חסידים זיינע .און גערעדט מיט דעם רחמסטריווקא רבין מארה''ב אין עהר האט מיר דאס מאשר געווען אז עהר איז געווען א ערנסטער רבי ע''כ .

ר' דוד'ל איז געווען סקווירא רבי על הדרך, משא"כ ר' משה דן וואס האט איבער גענומען דעם ארגינעלען הויף,
פון זיין פאטער ר' אברהם יהושע העשיל בכורו פון ר' איציקל, איז געווען דער רבי בהא הידיעה אין שטאט,
בנוסף צו דעם האט ער געהאט א גרויס געפארעכטס פון דער אום געגענט.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג דעצמבער 28, 2008 4:02 pm

ר' איציקל ב"ר משה דן
צוגעלייגטע
reb itzikel m'skver tal aviv.jpg
reb itzikel m'skver tal aviv.jpg (3.96 KiB) געזעהן 3778 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 28, 2008 4:44 pm

מיר האבן גארנישט פארמעקט אין דעם נושא

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 11:57 am

מציבת הרה"צ ר' יצחק ואחיו הרה"צ ר' אברהם יושע העשיל זצוק"ל, בביה"ח נחלת יצחק בת"א
צוגעלייגטע
R' Yitzchok.JPG
R' A Y H.JPG
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2588
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג יולי 21, 2013 12:17 am

שטיקל גבאי האט געשריבן:מציבת הרה"צ ר' יצחק ואחיו הרה"צ ר' אברהם יושע העשיל זצוק"ל, בביה"ח נחלת יצחק בת"א

א בילד פון די מציבה פון די רביצין קען מען אפשר אויף אהערשטעלן?

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג יולי 22, 2013 6:31 pm

נחוניא האט געשריבן:
שטיקל גבאי האט געשריבן:מציבת הרה"צ ר' יצחק ואחיו הרה"צ ר' אברהם יושע העשיל זצוק"ל, בביה"ח נחלת יצחק בת"א

א בילד פון די מציבה פון די רביצין קען מען אפשר אויף אהערשטעלן?

נאדער דעם בילד
צוגעלייגטע
Skver Rebitzin.jpg
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » מיטוואך יולי 26, 2017 10:53 am

פרעגער האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
שטיקל גבאי האט געשריבן:

א בילד פון די מציבה פון די רביצין קען מען אפשר אויף אהערשטעלן?

נאדער דעם בילד

דאס איז פון די צוויטע רעבעצין.

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2484
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך יולי 26, 2017 11:03 am

שטיקל גבאי האט געשריבן:מציבת הרה"צ ר' יצחק ואחיו הרה"צ ר' אברהם יושע העשיל זצוק"ל, בביה"ח נחלת יצחק בת"א

וואס שטייט ביי די אונטרעשטע שורה פון מצבת הרה"צ רבי רברהם יהושע העשיל, חתן הה"צ הר' אריה ליב מקרושיע, מי זה?

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » דאנארשטאג יולי 27, 2017 5:39 am

נחום וואהלינער האט געשריבן:
שטיקל גבאי האט געשריבן:מציבת הרה"צ ר' יצחק ואחיו הרה"צ ר' אברהם יושע העשיל זצוק"ל, בביה"ח נחלת יצחק בת"א

וואס שטייט ביי די אונטרעשטע שורה פון מצבת הרה"צ רבי רברהם יהושע העשיל, חתן הה"צ הר' אריה ליב מקרושיע, מי זה?

ס'מיינט די שווער פון ר' אברהם יהושע העשיל. [די שווער פון זלאטשובער מגיד האט געהייסן ר' משה פון די שטאט שדה-לבן (בעליטשערקאוו)]
ווער איז דאס געווען?
אין בעלוץ צדיקים שטייט נישט מיט וועמען די קינדער פון הרה"ק רבי משה דן מסקווירא זי"ע האבן חתונה געהאט?

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » דאנארשטאג יולי 27, 2017 5:45 am

אברהם יהושע העשיל טווערסקי 1.png
אברהם יהושע העשיל טווערסקי 1.png (60.17 KiB) געזעהן 2111 מאל
אברהם יהושע העשיל טווערסקי 2.png
אברהם יהושע העשיל טווערסקי 2.png (45.23 KiB) געזעהן 2111 מאל

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » דאנארשטאג יולי 27, 2017 10:12 am

נחום וואהלינער האט געשריבן:
שטיקל גבאי האט געשריבן:מציבת הרה"צ ר' יצחק ואחיו הרה"צ ר' אברהם יושע העשיל זצוק"ל, בביה"ח נחלת יצחק בת"א

וואס שטייט ביי די אונטרעשטע שורה פון מצבת הרה"צ רבי רברהם יהושע העשיל, חתן הה"צ הר' אריה ליב מקרושיע, מי זה?

מיר דאכט זיך אז עס שטייט מקרוטיע נישט מקראשיע...
אין איינע פון די קובצים נחלת צבי איז דא א לאנגע שיינע מאמר אויף די שושלת לבית קראטי, איך האב עס איבערגעשריבן מסודר פאר מיר, אבער איך האב עס נישט תחת ידי.
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד און 9 געסט