ר' ברוך יוסף ז"ק מקוברין-ארה"ב זצ"ל - ט"ז סיון תש"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' ברוך יוסף ז"ק מקוברין-ארה"ב זצ"ל - ט"ז סיון תש"ט

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:39 pm

אויפן פארלאנג פון ידידי הרב ר' יאסל שליט"א ממובחרי חברינו היקרים, ידען נפלא בקורות היהדות והחסידות, עפען איך דא אן אשכול איבער די תולדות פון דעם קוברינער רבי'ן ר' ברוך יוסף ז"ק זצ"ל וועלכער האט געוואונט דאהי על אדמת אמעריקא.

איך וועל קודם ציטירען די ביז היצטיגע אינפארמאציע וועלכע איז ערשינען בין כותלי האשכול של 'מי האיש?' און פון דארט העמיר פרובירען צו גיין ווייטער מיט זיינע תולדות.

יאסל האט געשריבן:הרב מיללער עפעס אינפארמעישאן אויף דעם אמעריקאנעם רבי'ן האסטי?
סאיז דא פון אים דורות?
דיין פרענד פון די קברים (לעצטענס קוקט אויס אז הרב ביקסאד איז שוין אויך א שותף צי די פריינדשאפט) האט עפעס אינפארמאציע פון אים?


בן בוזי האט געשריבן:ער האט ערליכע דורות איינע פון זיי האב איך געקענט ר' אהרן טווערסקי פון לאס אנדזשעלעס (איך מיין ער איז געווען זיינס אן איידעם), ער איז געווען זיינס אן איידעם, ער האט אריין געגעבן א ספר תורה אמאל אין סקווירא לע"נ דעם קאברינער רבי און ער האט דעמאלטס ארויס געגעבן א ספר פון איהם איך דארף דאס אפיר זוכן וועל איך בע"ה ברענגען מער פרטים.


ביקסאד האט געשריבן:די אייניקלעך פון ר' אברהם לאנדא [חתן ר' מרדכי לייב דייטש] געבן זעך אן אלס אפשטאמיגע פון איינע פון די געשוויסטער פון דעם קאברין'ער רבין, זיי האבן אויך געדריקט איטליכע פון זיינע ספרים אין איין באנד מיט דעם נאמען תורת האדמו"ר מקאברין, וואו זיי שרייבן זיין יחוס און זיינע דורות.


יאסל האט געשריבן:זונ'ען האט ער אויך געהאט?
און ווען איז ער אוועק דאכט זיך נאך פארן צווייטען וועלט קריג?


אלף בית האט געשריבן:ער איז אוועק ט"ז סיון תש"ט, ער איז בא"ב אייניקל פונעם רבי מיכלע זלאטשובער, דער נאמען ז"ק איז ר"ת זרע קודש, ער איז געווען איידעם אין קוברין, דא אין אמעריקא האבן אים די קוברינע חסידים אויפגענומען פאר רבי


בייגעלייגט איז א בילד פונעם קוברינער רבי (ליינקס) מיט הרה"צ ר' איציקל מסקווירא-ב"פ (רעכטס).
צוגעלייגטע
Zak-Kubrin.jpg
Zak-Kubrin.jpg (9.28 KiB) געזעהן 3677 מאל

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 2:10 pm

יישר כח פארן אריבערברענגען אינעם נייעם אשכול.

רבי ברוך יוסף ז"ל איז ארגינעל געווען ממלא מקום פון זיין טאטן רבי ישראל מקארסילאוו. ביי די פראגראמען אין רוסלאנד אין יאר תרע"ג איז ער אנטלאפן קיין ארץ ישראל, שפעטער האט ער געוואוינט אין עגיפטן און דערנאך איז ער אריבערגעקומען קיין אמעריקא, דאהי אין אמעריקא האבן געוואינט א שיינער קיבוץ קוברינער חסידים, האבן זיי אים אויפגענומען אלץ רבי ווייל ער איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק רבי דוד שלמה מקוברין נכד הרה"ק רבי משה'לע קוברינער.
ער האט מחבר געווען עטליכע ספרים צווישן זיי ברכת יוסף.

זענען דא נאך אייניקלעך פונעם זלאטשובער וואס האבן זיך גערופן ז"ק?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 2:15 pm

ספר ברכת יוסף
http://www.hebrewbooks.org/2836
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4716
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 2:17 pm

עס איז דא ר' ראובן ז"ק וועלכע האט געשריבן עטליכע ספרים ווי צב"ש בית ישראל כרם ישראל און נאך רוזשינער ווערקן, אבער כ'ווייסט נישט פון וועלכע ז'רע ק'ודש ער קומט
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 2:35 pm

יאסל,
קברי צדיקים האט די מצבה, בייגעלייגט איז דער בילד.

ר' א. ווייס,
א דאנק פאר די דעטאלן, וויאזוי פונקטליך גייט דער המשך צו זלוטשוב?
צוגעלייגטע
kobrenerttt.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 2:39 pm

איך עזה איז אינעם שער בלאט פונעם 'ברכת יוסף' הנ"ל איז אויסגערעכנט דער יחוס.

ר' ברוך יוסף ז"ק מקוברין בן,
ר' ישראל מקרסילוב בן,
ר' נחמן מסקאלאט נכד
ר' מיכל מזלאטשוב.

עס פעלט אבער עטליכע דורות.
צוגעלייגטע
2836.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 3:13 pm

אינעם ספר 'ברכת יוסף' הנ"ל ביים סוף איז אריינגעדרוקט א מגילת יוחסין פונעם קאברינער רבי ר' ברוך יוסף, און דערנאך סיפורים נפלאים מבית אבותיו.

דער סדר היחס צו ר' מיכל מזלאטשוב, איז ווי אויבן דערמאנט;
ר' ברוך יוסף ז"ק מקוברין בן,
ר' ישראל מקרסילוב בן,
ר' נחמן מסקאלאט בן,
ר' ישראל מטשאהן בן,
ר' יוסף מיאמפאלא בן,
ר' יחאל מיכל מזלאטשוב זצ"ל.

דעם נאמען ז"ק איז איבער גענומען פון א אנדערע גזע ווי ער שרייבט דארט.

ער דערמאנט צוויי ברודערס מיט'ן טיטל 'מר.' עס קוקט אויס ווי זיי זענען לכה"פ נישט קעווען קיינע רבנים, צבי און משה חיים אפרים.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 3:26 pm

ר' ברוך יוסף ז"ק מ'קאברין בן
ר' ישראל מ'קראסילאוו בן
ר' נחמן מ'סקאליט בן
ר' ישראל מ'טשאהן בן
ר' יוסף מ'יאמפלא בן
המגיד מ'זלאטשוב.


ער האט געהאט א בן יחיד ר' נחמן ישראל ז"ק נפטר צום גדליה תשמ"ג.
אלף בית האט געשריבן:רבי ברוך יוסף ז"ל איז ארגינעל געווען ממלא מקום פון זיין טאטן רבי ישראל מקארסילאוו. ביי די פראגראמען אין רוסלאנד אין יאר תרע"ג איז ער אנטלאפן קיין ארץ ישראל, שפעטער האט ער געוואוינט אין עגיפטן און דערנאך איז ער אריבערגעקומען קיין אמעריקא, דאהי אין אמעריקא האבן געוואינט א שיינער קיבוץ קוברינער חסידים, האבן זיי אים אויפגענומען אלץ רבי ווייל ער איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק רבי דוד שלמה מקוברין נכד הרה"ק רבי משה'לע קוברינער.

ער האט עולה געווען קיין ארץ ישראל צוליב די געזונטהייט פון די רביצין,
די טערקן האבן אים פון דארט פארטריבן ביי די ערשטע וועלט קריג קיין מצרים,
אזוי וואו אסאך אנדערע וועלכע האבן געהאט בירגערשאפט פון פרעמדע מדינות,
די קאברין'ער חסידים פון אמעריקא האבן אים פון דארט ארויס געברענגט נאך בחיי חותנו,

ער איז געווען א איידעם ביי הרה"ק ר' דוד שלמה מ'קאברין [נסתלק כ"ט מרחשון עטר"ת] בן
הרה"ק ר' נח נפתלי מ'קאברין [נסתלק בן ג"ן שנה, כ"ו מנחם אב תרמ"ט, מנו"כ בעיר קאמין] נכדו ומ"מ
הרה"ק ר' משה מ'קאברין זי"ע [נסתלק כ"ט ניסן תרח"י].
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 4:45 pm

ביקסאדער,
דער זוהן ר' נחמן ישראל איז געווען א רבי?
איז פארבליבען קינדער פון אים?

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:15 pm

סאיז דען געווען אזא זאך ווי קאברינער חסידים?
דאכט זיך אז נאך וואס ר' משה קאברינער איז נסתלק געווארן זענען אלע אריבער צי הרה"ק מסלאנים.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:36 pm

ר' יאסל, זעהט אויס איר דארפט מער לערנען וועגען חסידות רייסן.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 3:07 pm

מיללער האט געשריבן:ביקסאדער,
דער זוהן ר' נחמן ישראל איז געווען א רבי?
איז פארבליבען קינדער פון אים?

כשטעל מיך צי צי די פראגע ווי דרייען זיך היינט צי טאג זיינע אייניקלעך
נאך א פראגע איז ווי דא אין אמעריקא האט ער געהאט זיין ביהמ"ד
אין לגבי מיין ידיעות וועגען חסידות רייסין וועל איך מיך יעצט נישט צירייסען דערוועגען כהאב נאר ארויס געשריבן וואס ליגט מיר און זכרון
אגב וועלכע חסידות'ער פינקטליך זענען געווען אין רייסין?
כ'האב אלץ געהאט שוועריקייטן עס געהריג אויסציסארטירען
וואהלין פאדאליע רייסין?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 3:47 pm

דער ערך פונעם קאברינער רבי אין 'תולדות אנשי שם'.
צוגעלייגטע
Sack.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 11:20 pm

דער ספר שכל טוב פונעם קאברינער רבי אויף היברו-בוקס.

מיר געפונען דארט א ביזנעס קארטל פון זיין זוהן ר' נחמן ישראל הנ"ל מיט'ן טיטול 'חזן ישראלי'קל ז"ק' וועלכער איז אויך געווען א 'בערימטער מסדר קידושין' (דאס מיינט וואס מ'רופט היינט 'שטעלן א חופה') עס קוקט אויס אז דער זוהן איז שוין נישט געווען קיין רבי, פונעם נעקסטן בלעטל זעהט אויס ווי ער איז געווען א בן יחיד.
צוגעלייגטע
3368_5.jpg
3368_5.jpg (13.91 KiB) געזעהן 3512 מאל
3368_6.jpg
3368_6.jpg (18.42 KiB) געזעהן 3509 מאל

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 12:41 pm

לכאורה דארף נאך זיין אייניקעל וואס ווערט דארט דערמאנט דוד שלמה בן ישראל נאך צי לעבען,
וואלט געווען אינטערסאנט אין וועלכע פאזיציע ער האט ממשיך געווען זיין מסורת אבות צי און אדמורו"ת אדער גאר און חופה שטעלען?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 11:02 pm

עטליכע פרטים וואס איך האב דערווישט פונעם ספר 'תורת האדמו"ר מקאברין' וואס הרב מביקסאד האט דערמאנט, עס איז א ליקוט פון אלע זיינע חיבורים וועלכע זענען שוין טיילוויז דערמאנט געווארן.

אויסער דעם זוהן ר' נחמן ישראל הנ"ל, האט דער קאברינער רבי געהאט דריי טעכטער, די איידימער זענען געווען;
1) ר' אהרן טווערסקי רב בלאס אנזשעלעס ב"ר יצחק משושלת אזארניץ-טשערנאבל
2) ר' שאול לינשיטץ
3) ר' חיים דוב קלאנצקי

די קינדער פון ר' אהרן טווערסקי הנ"ל האבן זיך משתתף געווען בהוצאת הדפוס לע"נ אביהם ז"ל.

אויך ווערט דארט דערמאנט אז דער קאברינער רבי האט געהאט א ברודער ר' טובי' מסענזשארזש וועלכער האט געוואונט בסו"י אין אר"י, דאס איז דער פאטער פון ר' אברהם לאנדא פון קר"י, מאנראו.

[הייסט דאס לפי"ז אז ר' אברהם לאנדא איז א בא"ב צום מגיד מזלוטשוב? עפעס מאכט מיר עס נישט קיין סענס.]

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21724
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 20, 2009 5:04 pm

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 08, 2009 12:27 pm

די פאלעגדע האט ר' מיילעך היינט געשריבעןלכ' די יארצייט.

מיילעך האט געשריבן:ר' ברוך יוסף ז"ק מקאברין-ט"ז סיון תש"ט
נולד בשנת תרמ"ז בקראסילוב לאביו ר' ישראל מקראסילוב בן ר' נחמן מסקאליט בן ר' ישראל מטשעהן בן ר' יוסף מיאמפאלי בן המגיד מזלאטשוב.
ולאמו הרבנית בת שבע בת ר' ברוך יוסף גוטמאן מסאדילקוב בן ר' ארי' לייב מסאדילקוב (חתן נכד הדגל מחנה אפרים) בן ר' אברהם מקאריסטשוב חתן הרה"ק בעל מאור עינים מטשערנאבל.
נשא את בת ר' דוד שלמה מקאברין בן ר' נח נפתלי מקאברין בן ר' יעקב ישראל בן הרה"ק ר' משה מקאברין.
בשנת תרע"ג עלה עם משפחתו לארה"ק להיות באויר צח לרפואת זוגתו הרבנית.
בארה"ק יסד מושב חסידים.
בעת שפרץ מלחמת העולם א' הוגלה לארץ מצרים כשאר נתיני רוסיא ששהו בארה"ק
וישב שם משך שני שנים בארץ לא זרועה וסבל הרבה מהשלטון, עד שעלה בידי חסידי קאברין בארה"ב
להוציאו משם ולהביאו עם משפחתו לארץ נושבת פה בארה"ב והגיע בשנת תרע"ו.
יסד פה את בית מדרשו' דגל מחנה ישראל' דחסידי קאברין בברוקלין.
נסתלק ט"ז סיון ונטמן במאנט יהודה בקווינס.זצ"ל.
בנו: ר' נחמן ישראל ז"ק.
חתניו ר' שאול לינטשיץ-ר' חיים דוב קלאנצקי- ר' אהרן טווערסקי רב בלאס אנזשעלעס.


א קלייניקייט, דער ר' אהרן טווערסקי ווי ליגט ער?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 09, 2009 9:54 am

מיללער האט געשריבן:דער קאברינער רבי האט געהאט דריי טעכטער, די איידימער זענען געווען;
1) ר' אהרן טווערסקי רב בלאס אנזשעלעס ב"ר יצחק משושלת אזארניץ-טשערנאבל


ר' אהרן טווערסקי פון לאס אנזשעלעס איז געווען א זוהן פון ר' יצחק מאזארניץ-בעלז, פון זיין מאמעס זייט איז ער געווען אן אלעסקער אייניקל (אשכנזי?).

איך האב ערהאלטן דריי בילדער פון זיין חתונה, דורך זיין קרוב ר' יצחק מאיר טווערסקי מו"ל מלכות טשערנאבל (ער איז אויך א אזארניצער אייניקל) תשוח"ח לו.

די בילדער זענען קליין און נישט אזוי קלאר, אבער מען דערקענט דעם באיאנער רבין און דעם קאפישניצער רבין זצ"ל, און אויב איך זעה גוט אינעם בילד גייענדיג צו די חופה, איז דער קאברינער רבי דער אונטערפירער פון לינקס.
צוגעלייגטע
Wedding1.jpg
Wedding1.jpg (8.95 KiB) געזעהן 3190 מאל
Wedding2.jpg
Wedding2.jpg (7.09 KiB) געזעהן 3189 מאל
Wedding3.jpg
Wedding3.jpg (7.71 KiB) געזעהן 3190 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 14, 2009 12:14 pm

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער קאברינער רבי האט געהאט דריי טעכטער, די איידימער זענען געווען;
1) ר' אהרן טווערסקי רב בלאס אנזשעלעס ב"ר יצחק משושלת אזארניץ-טשערנאבל


ר' אהרן טווערסקי פון לאס אנזשעלעס איז געווען א זוהן פון ר' יצחק מאזארניץ-בעלז, פון זיין מאמעס זייט איז ער געווען אן אלעסקער אייניקל (אשכנזי?).

איך האב ערהאלטן דריי בילדער פון זיין חתונה, דורך זיין קרוב ר' יצחק מאיר טווערסקי מו"ל מלכות טשערנאבל (ער איז אויך א אזארניצער אייניקל) תשוח"ח לו.

די בילדער זענען קליין און נישט אזוי קלאר, אבער מען דערקענט דעם באיאנער רבין און דעם קאפישניצער רבין זצ"ל, און אויב איך זעה גוט אינעם בילד גייענדיג צו די חופה, איז דער קאברינער רבי דער אונטערפירער פון לינקס.


תיקון טעות, דער קאברינער רבי האט שוין דאן נישט געלעבט, לויט ווי איך האב געזעהן אינעם ספר 'מי יראנו טוב' לתולדות אדמור"י אזארניץ, זענען די צוויי אינטערפירער; ר' יצחק יואל ראבינאוויטש ממאנאסטריטש און דער נאוואמינסקער רבי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 18, 2010 11:13 am

ידידינו ר' אשר מחבורת המגיבים ומסעיים לר' ברוך אמסל הי"ו, האט אונז מזכה געווען מיט בילדער פון די מציבות פון די צוויי רביצינס פונעם קאברינער רבי, איך האב צוגעלייגט די אינפארמאציע אין באלד

מיללער האט געשריבן:די פאלעגדע האט ר' מיילעך געשריבען
מיילעך האט געשריבן:ר' ברוך יוסף ז"ק מקאברין-ט"ז סיון תש"ט
נולד בשנת תרמ"ז בקראסילוב לאביו ר' ישראל מקראסילוב בן ר' נחמן מסקאליט בן ר' ישראל מטשעהן בן ר' יוסף מיאמפאלי בן המגיד מזלאטשוב.
ולאמו הרבנית בת שבע בת ר' ברוך יוסף גוטמאן מסאדילקוב בן ר' ארי' לייב מסאדילקוב (חתן נכד הדגל מחנה אפרים) בן ר' אברהם מקאריסטשוב חתן הרה"ק בעל מאור עינים מטשערנאבל.
נשא את הרבנית חיה בת ר' דוד שלמה מקאברין בן ר' נח נפתלי מקאברין בן ר' יעקב ישראל בן הרה"ק ר' משה מקאברין.
בשנת תרע"ג עלה עם משפחתו לארה"ק להיות באויר צח לרפואת זוגתו הרבנית.
בארה"ק יסד מושב חסידים.
בעת שפרץ מלחמת העולם א' הוגלה לארץ מצרים כשאר נתיני רוסיא ששהו בארה"ק
וישב שם משך שני שנים בארץ לא זרועה וסבל הרבה מהשלטון, עד שעלה בידי חסידי קאברין בארה"ב
להוציאו משם ולהביאו עם משפחתו לארץ נושבת פה בארה"ב והגיע בשנת תרע"ו.
יסד פה את בית מדרשו' דגל מחנה ישראל' דחסידי קאברין בברוקלין.

אשתו הרבנית חי' נפטרה י' אלול תר"פ ונשא בזוו"ש את הרבנית איטא בת ר' נחמן פערלמוטטער
http://kevarim.com/rabbi-nachman-pearlmutter/


נסתלק ט"ז סיון ונטמן במאנט יהודה בקווינס.זצ"ל.
בנו: ר' נחמן ישראל ז"ק.
חתניו ר' שאול לינטשיץ-ר' חיים דוב קלאנצקי- ר' אהרן טווערסקי רב בלאס אנזשעלעס.


http://s949.photobucket.com/albums/ad33 ... 489.jpg%26
צוגעלייגטע
IMG_1489.jpg
IMG_1487.jpg
IMG_1487.jpg (27.34 KiB) געזעהן 2760 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:37 pm

מכתב מהאדמו"ר מקאברין בארה"ב ר' ברוך יוסף ז"ק ז"ל לטובת אגודת ישראל באמעריקא (מהעיתון הדרך שנת תר"פ)
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=49

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4716
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג מאי 07, 2013 12:03 pm

בנוגע לר' נחמן פערלמוטטער דער שווער פונעם קאברינער רבי בזוו"ש, האט ידידנו הדגול שליט"א ר"מ דק"ק ריעים האהובים בבראנזוויל, געוואלט ציען דא א פאראלעל צום ציעשינוב'ער דיין ר' העניך פערלמוטטער. והנה, יגעתי ומצאתי, אט האב איך אפגעפונען די עלליס איילענד רעקארדס פון ר' נחמן און עס איז וואר און ריכטיג אז ער קומט טאקע פון טשעשינאוו.

רבי נחמן פערלמוטטער האט לויט די שריפטן אימיגרירט קיין נוא יארק אום תרע"ד, דאהי האט ער שוין דאן געהאט א זוהן אברהם וועלכע האט געוואוינט אויף 155 פארסייט עוועניו ביי די אידישע איסט סייד געגנד אין מאנהעטן. זיין פרוי רבקה האט ער -ווי ס'איז פארצייכנט- איבערגעלאזט אין וויען ביים טאכטער מרס שווארץ, דורכאויס די קומענדיגע זעקס יאהר זענען די אמעריקאנער טויערן מייסטנס געווען פארשלאסן פאר אימיגראנטן, און הערשט אום תר"פ האט ער זיך פאראייניגט מיט זיין פרוי וועלכע איז דאן אנגעקומען מיטן שיף קיין אמעריקא, צוזאמען מיט איר איז מיטגעקומען איר אומפארהייראטע טאכטער איטא דאן 25 יאהר אלט (צוועלף טעג נאך זייער אנקום איז דער קאברינער רעבעצין ליידער פריצייטיג נפטר געווארן, און זי האט חתונה געהאט מיטן קאברינער רבי בזוו"ש).

ר' נחמן'ס עלליס איילענד רעקארדס פון יולי 14 1914 1, 2 שורה נומער 30

רבקה און איטא פערלמוטטער'ס עלליס איילענד רעקארדס פון אוגוסט 12 1920 1, 2 שורות 14 און 15
צוגעלייגטע
ellis island perlmutter Aug 12, 1920.jpg
Nachmen Perlmutter Jul 14, 1914.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2014 4:51 am

תגובהדורך נטיעות » מוצ"ש פאברואר 15, 2014 7:48 pm

מיללער האט געשריבן:אינעם ספר 'ברכת יוסף' הנ"ל ביים סוף איז אריינגעדרוקט א מגילת יוחסין פונעם קאברינער רבי ר' ברוך יוסף, און דערנאך סיפורים נפלאים מבית אבותיו.

דער סדר היחס צו ר' מיכל מזלאטשוב, איז ווי אויבן דערמאנט;
ר' ברוך יוסף ז"ק מקוברין בן,
ר' ישראל מקרסילוב בן,
ר' נחמן מסקאלאט בן,
ר' ישראל מטשאהן בן,
ר' יוסף מיאמפאלא בן,
ר' יחאל מיכל מזלאטשוב זצ"ל.

דעם נאמען ז"ק איז איבער גענומען פון א אנדערע גזע ווי ער שרייבט דארט.

ער דערמאנט צוויי ברודערס מיט'ן טיטל 'מר.' עס קוקט אויס ווי זיי זענען לכה"פ נישט קעווען קיינע רבנים, צבי און משה חיים אפרים.


פרופ' ישראל חיים ז"ק ע"ה, העיר לי בשעתו על דבר תמוה. בתעודת הפטירה של רבי ישראל מקראסילוב, נמצא כתוב לאמר שהנפטר ר' ישראל הוא בן של ר' מיכל. ואל תאמר ששמו היה רבי נחמן מיכל, שהרי היה לו בן בשם רבי מיכל, וכי שמו ושם בנו היו שווין? (תאריך הפטירה שבתעודה זהה ממש לזה שבספר ברכת יוסף של רבי ברוך יוסף מקוברין).

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2478
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג פאברואר 16, 2014 1:45 am

נטיעות האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אינעם ספר 'ברכת יוסף' הנ"ל ביים סוף איז אריינגעדרוקט א מגילת יוחסין פונעם קאברינער רבי ר' ברוך יוסף, און דערנאך סיפורים נפלאים מבית אבותיו.

דער סדר היחס צו ר' מיכל מזלאטשוב, איז ווי אויבן דערמאנט;
ר' ברוך יוסף ז"ק מקוברין בן,
ר' ישראל מקרסילוב בן,
ר' נחמן מסקאלאט בן,
ר' ישראל מטשאהן בן,
ר' יוסף מיאמפאלא בן,
ר' יחאל מיכל מזלאטשוב זצ"ל.

דעם נאמען ז"ק איז איבער גענומען פון א אנדערע גזע ווי ער שרייבט דארט.

ער דערמאנט צוויי ברודערס מיט'ן טיטל 'מר.' עס קוקט אויס ווי זיי זענען לכה"פ נישט קעווען קיינע רבנים, צבי און משה חיים אפרים.


פרופ' ישראל חיים ז"ק ע"ה, העיר לי בשעתו על דבר תמוה. בתעודת הפטירה של רבי ישראל מקראסילוב, נמצא כתוב לאמר שהנפטר ר' ישראל הוא בן של ר' מיכל. ואל תאמר ששמו היה רבי נחמן מיכל, שהרי היה לו בן בשם רבי מיכל, וכי שמו ושם בנו היו שווין? (תאריך הפטירה שבתעודה זהה ממש לזה שבספר ברכת יוסף של רבי ברוך יוסף מקוברין).

און דער יחוס הנ"ל האט קוברינער רבי אליינס געשריבען, ועיין בספרו ברכת יוסף דף 88.און ממילא איז נישט מסתבר אז קאברינער רבי האט נישט געווסט זיין טאטע'ס טאטע עכטע נאמען. בדרך אגב ווער איז געווען דער פראפעסאר ישראל חיים ז"ק?
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום זונטאג פאברואר 16, 2014 1:58 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אליעזר לאנדא און 10 געסט