בלאט 1 פון 3

ז"ך כסלו: יום הנס של בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 22, 2008 5:50 pm
דורך אלף בית
מארגן ז"ך כסלו גייען חסידי סאטמאר אפצייכענען 14 פון ווען כ"ק אדמו"ר בעל ברך משה מ'סאטמאר זי"ע, איז דורך דעם גרויסן נס, וואס האט בשעתו אויפגערודערט די וועלט.
די מעשה בקיצור.
דינסטאג אינדערפרי כ"ז כסלו, דער דריטער טאג חנוכה תשנ"ו. האט דער רבי געזאלט ארויספליען קיין מיאמי פלארידא, אויף אפרו ווי אלע יארן. יענעם אינדערפרי האט זיך אראפגעלאזט א שווערע שניי פון בערך 6 אינטשעס, דער רבי איז ארויסגעפארן צום קענעדי לופטפעלד, און ארויפגעשטוגן אויפן טאוער עיר (ז"ל) Toer Air באואינג 747 פלייט נומ. 41 קיין פלארידא. אום 10:30 האט דער פליגער פארלאזט דעם טערמינאל און געווארט באלד א שעה צו קענען אפ-פליען, ווען דער פליגער האט געהאלטן זיך ביים הייבן, האט זיך עס גענומען גליטשן אראפ פונעם ראנוועי, דער פליגער האט זיך געגליטשט לינקס, דער פליגער האט אדורך געגליטש די טעקסיוועי וואס איז געשטאנען לינקס צום ראנוועי . די רעדער פונעם פליגער זענען געווען איבערגעבראכן, אזוי אז די פליגער האט זיך געגליטשט אויפן בויך און זיך געווארפן ווי א ניסל שאלאכטס און זיך צוזעצט פון אלע זייטן. דער פליגער האט געגליטשט בערך אנדערהאלבן מייל, ביז ס'איז געקומען צו א פולשטענדיגע אפשטעל הארט פארן וואסער.
די ניסים זענען געווען געוואלדיג, אז דער פליגער האט נישט אויפגעריסן אין פלאמען, אז ס'האט נישט אריינגעליטש אין וואסער, פון די 427 פאסאנזשירן און 14 מאנשאפט מיטגלידער, זענען בלויז 24 לייכט געשעדיגט געווארן.
ידער האט באוואנדערט דעם נס, אלע נייעס באריכטן האבן אפען דעקלערט אז דער נס איז געווען בזכות דעם רבי'ן. אלע גויאישע פאסאנדשירן זענען נאכגעלאפן דעם רבינ'ס קאר, און זיך באדאנקט פארן נס וואס איז געווען בזכותו. די NATIONAL TRANSPORTATION SAFETY BOARD האט ארויסגעגעבן א באריכט פון איבער 100 זייטן ווי זיי מוטשענען זיך צו פארשטיין וויאזוי דער פליגער האט דורכגעלעבט דעם קראך.
אין גרויסן סאטמארן ביהמ"ד איז פארגעקומען א גרויסע מסיבת הודאה נאכן חנוכה ליכט צינדן פונעם רבי'ן.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 22, 2008 6:02 pm
דורך קענסט מיך?
אלף בית האט געשריבן:מארגן ז"ך כסלו גייען חסידי סאטמאר אפצייכענען 14 פון ווען כ"ק אדמו"ר בעל ברך משה מ'סאטמאר זי"ע, איז דורך דעם גרויסן נס, וואס האט בשעתו אויפגערודערט די וועלט.
די מעשה בקיצור.
דינסטאג אינדערפרי כ"ז כסלו, דער דריטער טאג חנוכה תשנ"ו. האט דער רבי געזאלט ארויספליען קיין מיאמי פלארידא, אויף אפרו ווי אלע יארן. יענעם אינדערפרי האט זיך אראפגעלאזט א שווערע שניי פון בערך 6 אינטשעס, דער רבי איז ארויסגעפארן צום קענעדי לופטפעלד, און ארויפגעשטוגן אויפן טאוער עיר (ז"ל) Toer Air באואינג 747 פלייט נומ. 41 קיין פלארידא. אום 10:30 האט דער פליגער פארלאזט דעם טערמינאל און געווארט באלד א שעה צו קענען אפ-פליען, ווען דער פליגער האט געהאלטן זיך ביים הייבן, האט זיך עס גענומען גליטשן אראפ פונעם ראנוועי, דער פליגער האט זיך געגליטשט לינקס, דער פליגער האט אדורך געגליטש די טעקסיוועי וואס איז געשטאנען לינקס צום ראנוועי . די רעדער פונעם פליגער זענען געווען איבערגעבראכן, אזוי אז די פליגער האט זיך געגליטשט אויפן בויך און זיך געווארפן ווי א ניסל שאלאכטס און זיך צוזעצט פון אלע זייטן. דער פליגער האט געגליטשט בערך אנדערהאלבן מייל, ביז ס'איז געקומען צו א פולשטענדיגע אפשטעל הארט פארן וואסער.
די ניסים זענען געווען געוואלדיג, אז דער פליגער האט נישט אויפגעריסן אין פלאמען, אז ס'האט נישט אריינגעליטש אין וואסער, פון די 427 פאסאנזשירן און 14 מאנשאפט מיטגלידער, זענען בלויז 24 לייכט געשעדיגט געווארן.
ידער האט באוואנדערט דעם נס, אלע נייעס באריכטן האבן אפען דעקלערט אז דער נס איז געווען בזכות דעם רבי'ן. אלע גויאישע פאסאנדשירן זענען נאכגעלאפן דעם רבינ'ס קאר, און זיך באדאנקט פארן נס וואס איז געווען בזכותו. די NATIONAL TRANSPORTATION SAFETY BOARD האט ארויסגעגעבן א באריכט פון איבער 100 זייטן ווי זיי מוטשענען זיך צו פארשטיין וויאזוי דער פליגער האט דורכגעלעבט דעם קראך.
אין גרויסן סאטמארן ביהמ"ד איז פארגעקומען א גרויסע מסיבת הודאה נאכן חנוכה ליכט צינדן פונעם רבי'ן.

נישט 14 יאר, 13

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 22, 2008 6:08 pm
דורך אלף בית
אנשטולדיגט, טעיתי.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 22, 2008 6:19 pm
דורך אלף בית
בילד פונעם פליגער
כ'געדענק ווי דער רבי האט זיך אויסגעדריקט, ביי די דרשה ביים אויבנדערמאנטן מסיבת הודאה.
דער פליגער איז געווען ממש א שברי כלי

עכלה"ק

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 22, 2008 8:49 pm
דורך חאצקל
כ'דענענק נאך טאקע ווי היינט, ווי די גאנצע ביהמ"ד האט געטאנצט חסדי ה' ווען דער רבי איז אריינגעקומען, דער רבי האט דעמאלט געזאגט תורה אויפן פסוק פון אודה ה' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו. דער רבי האט בענוות קדשו געזאגט אז דער נס איז זיכער געווען בזכות אבות, און אפילו בזכות בנים ער האט געהאט צוויי אייניקלעך אויף יענעם עראפלאן. אויך האט דער רבי דעמאלט פארציילט פון זיינע איבערלעבענישן ביי די וועלט מלחמה, פון וואס ער פלעגט זעלטן רעדן.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 22, 2008 9:42 pm
דורך אלף בית
פיגור וואס די NATIONAL TRANSPORTATION SAFETY BOARD האט ארויסגעבן אנגעצייכנט פונקליך וויאזוי דער עראפלאן האט זיך געגליטשט

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 3:19 am
דורך ביקסאד
דאס אז עס האט זעך דורך געגליטשט הארט נעבן די עלעקטרישע טרענספארמערס,און עס האט נאר ווען אויס געפעלט כחוט השערה [לויט די אוויאציא השגות] עס זאל א פינק כאפן ל"ע, איז שוין געווען א נס בתוך נס,

על כן אידעלעך, טייערע ברידערלעך, לויבט דעם פון אויבן אז מיר האבן געהאט די זכיה פאר נאך קנאפע צען יאר לחסות בצל צדיק כתמר וליהנות מאורו, און צייגן פאר אונזערע קינדער זיין ליכטיגע צורה.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 4:05 pm
דורך שאץ מאץ
א אינטרעסאנטע חשבון
ווי באקאנט האט דער ברך משה געכאפט א לייכטע קלאפ אין קאפ בשעת מעשה, און פון יענעם טאג איז אים שווער געוועהן צו זאגן די לענגערע תורות ווי אמאל,
אבער דער חשבון איז מבהיל,
אז מ'וועט נאכרעכענען וועט מען זעהן אז ער איז געוועהן אלט יענעם טאג כ"ז כסלו תשנ"ו
81 יאר מיט א חודש און אפאר טאג
פונקטליך ווי ווען זיין פעטער מרן מהריט"ב זי"ע איז געוועהן בשעת ווען ער האט געכאפט דעם סטראק ל"ע שבת מברכים אדר תשכ"ח
81 יאר מיט א חודש מיט אפאר טאג,
אויפן טאג פונקטליך, הלא דבר הוא,
וסימנא מילתא


אבער

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 4:08 pm
דורך קענסט מיך?
וואס הייסט אפאר טעג? שרייב די פונקטליכע צאל!

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 4:12 pm
דורך סאדע_באטל
איך האב געהערט אמאל פון דורשי רשימות א הפלא'דיגע זאך

די רבי זי"ע בעל ברך משה איז געווען פונקט אזוי אלט די טאג פון די עקסידענט ווי זיין גרויסע פעטער די רבי זי"ע בעל דברי יואל איז געווען די טאג פון די סטראוק
81 יאר
1 חודש
6 טעג

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 5:54 am
דורך המסתתר
די פונקטליכע געבורט דאטום פון מרן הברך משה זי"ע: כ"ג חשון תרע"ה.
81 יאר. שטימט
1 חודש. שטימט
אבער 6 טעג ? ביסט זיכער דערין. עפעס איז נישט קלאר.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:09 pm
דורך יאסל
המסתתר האט געשריבן:די פונקטליכע געבורט דאטום פון מרן הברך משה זי"ע: כ"ג חשון תרע"ה.
81 יאר. שטימט
1 חודש. שטימט
אבער 6 טעג ? ביסט זיכער דערין. עפעס איז נישט קלאר.

די פונקטליכער דאטום פונעם רבי'ן זצ"ל'ס געבורט האסט אפשר?

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:20 pm
דורך ראמני 08
ח"י טבת תרמ"ז

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:30 pm
דורך קענסט מיך?
און וואס איז די טאג פון חודש ווען דער רבי איז צאמגעפאלן מיט א סטרויק ל"ע ערש"ק שקלים

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:34 pm
דורך ביקסאד
ערב שבת קודש פרשת משפטים - שקלים, כ"ד שבט תשכ"ח.

ד מיט ז זענען זעך מתחלף אין אראמיש

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 2:01 pm
דורך הערשי קניהויז
סתם פאר אינטערעסאנטקייט פארוואס עפעס איז דו רבי געפארן יענע יאר אויף פלארידע אום חנוכה? דאכציך אז ער פלעגט פארן הערשט נאך חנוכה. קארעקט מי איף איים ראונג.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 2:21 pm
דורך יאסל
הערשי קניהויז האט געשריבן:סתם פאר אינטערעסאנטקייט פארוואס עפעס איז דו רבי געפארן יענע יאר אויף פלארידע אום חנוכה? דאכציך אז ער פלעגט פארן הערשט נאך חנוכה. קארעקט מי איף איים ראונג.

יא אר ראנג

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 2:35 pm
דורך lebediger berel
דער רבי ז"ל פלעגט בדרך כלל יא בלייבן דאהי אויף חנוכה, דאכט זיך מיר אז איין מאל פאר דעם איז ער שוין אוועק געפארן אינמיטן אדער פאר חנוכה, אויך דארף באמערקט ווערן אז דער רבי ז"ל האט שוין שווער געזאגט לענגערע תורות נאך פארן עקסידענט, נאך זייענדיג אין ארץ ישראל בשנת תשנ"ד איז אים שוין אנגעקומען זייער שווער צו האלטן לענגערע דרשות

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 2:39 pm
דורך קענסט מיך?
און ווער געדענקט די חנוכה תורה אין שנת תשנ"ה?

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 2:42 pm
דורך lebediger berel
אפשר אז דו וועסט געבן א HINT וועל איך זיך דערמאנען, מיר פלעגן געווענליך הערן די חנוכה תורות, ער פלעגט דעמאלט אויסנוצן די געלעגנהייט צו רעדן צום עולם ווייל אגאנץ יאר האט מען אים זייער שווער געהערט אן א מייק.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 2:45 pm
דורך קענסט מיך?
די תורה אין איינע פון די נעכט איז נישט געווען אזוי ווי בשנים קדמוניות, און זייט דעמאלס האט דער רבי אנגעהויבן ממעט צו זיין מער און מער באמירת דברי תורה.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 2:55 pm
דורך lebediger berel
דו רעדסט פון חנוכה תשנ"ה ? איך געדענק נישט אזא תורה דעמאלטס, אבער מעגליך כ'האב שוין פארגעסן.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 11:51 am
דורך cano
חאצקעל מיינט אפשר צו זאגען, אז ברבים האט די רבי זעלטען גערעדט פין די מלחמה יארען, ווייל איך האב עטליכע מאל געהערט דעם רבי'ן פארציילען מעשיות פין די מלחמה יארען.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 12:37 pm
דורך יאסל
cano האט געשריבן:חאצקעל מיינט אפשר צו זאגען, אז ברבים האט די רבי זעלטען גערעדט פין די מלחמה יארען, ווייל איך האב עטליכע מאל געהערט דעם רבי'ן פארציילען מעשיות פין די מלחמה יארען.

רעדן פון מלחמה יארן יא
אבער פון זיין זיווג ראשון מיט די קינדער דאס נישט, דאכט אז כ'האב דאס אפילו געהערט פון זיין זון האדמו"ר שליט"א.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 1:02 pm
דורך farshlufen
ביי א געלעגנהייט אין תשנ''ה זומער האב איך געהערט דעם רבי'ן דעם ''ברך משה'' דערציילן די מעשה אויפן באן וועג צוריק פון קאלעוו תש''ד, עס קלונגט מיר נאך היינט אין די אויערן.