ר' אלימלך סג"ל לאווי מטאהש זי"ע - כ"ג כסלו תש"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

ר' אלימלך סג"ל לאווי מטאהש זי"ע - כ"ג כסלו תש"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

כ"ג כסלו איז די יומא דהילולא פון דעם צדיק הרה"ק רבי אלימלך מטאהש זי"ע
ער איז געווען א זוהן פון הרה"ק השרף רבי משולם פייש מטאהש זי"ע דער אדמו"ר הזקן און מייסד פון די טאהשער דינאסטיע


רבי ר' אלימלך מ'טאהש איז געבוירן געווארן אין שנת תרכ"ה צו זיין גרויסן טאטן הרה"ק ר' משולם פייש דער ערשטער טאהשער רבי, וועמען פריערדיגע צדיקים האכען באטיטולט מיטן נאמען "השרף אלקי"', ווייל זיין עבודה איז געווען מיט א פלאם פייער און מורא'דיגע התלהבות.

דער טאהשער רבי מהר"א זי"ע איז געווען א תלמיד מובהק וחביב פון הרב הקדוש רבי אליעזר צבי מקאמארנא זי"ע, און איז געווען ווייט באוויסט בימיו פון די גרויסע חסידי'שע רבי'ס אלץ א גרויסער פועל ישועות, און האט באוויזן אומצאליגע מופתים, אידן זענען געקומען צו פארן להסתופף בצילו וליהנות מזיוו פון איבערן גאנצן לאנד.

באזונדער האט גע'שמ'ט די ימי הפורים אין טאהש, וואס זענען געפראוועט געווארן אויף גאר א דערהויבענעם פארנעם אין אן אטמאספערע פון ימים נוראים, און אן שיעור אפענע מופתים זענען פארגעקומען אין דעם טעג.

איידער ר' אלימלך איז געבוירען געווארען האט ר' משולם פייש שוין געהאט טעכטער און אויך איין זון הרה"צ ר' מרדכי זצ"ל אבער ער האט שטארק משתוקק געווען און מתפלל געווען צי האבען נאך א בן זכר.

איינמאל כ"א אדר ווען ער האט זיך משתטח געווען אזוי זיין שטייגער תמיד ביי די הילולא אויפ'ן ציון פין רבי ר' אלימלך אין ליזענסק אין דארט מסיים געווען גאנץ תהילים איז ער אהיימגעקימען אין געזאגט פאר די רביצין מינדל ע"ה. "מינדל, עס קומט אינז א מזל טוב, מיר האבען ב"ה גע'פועל'ט א בן זכר, מיט די הבטחה פין רבי ר' אלימלך, און האט פאראויס געזאגט ער וועט זיין א פועל ישועות און א אור גדול בימיו" - כח הפועל בנפעל.

וכן הוה, זיי זענען נפקד געווארען מיט א בן זכר. ר' משולם פייש האט א נאמען געגעבען אלימלך נאכ'ן רבי ר' אלימלך און ער פלעגט אים רופען בלשון חיבה "מיין רבי ר' אלימלך'ל".

דער טאטע האט אים אפגעהיטען ווי דאס שווארץ אפעל פין אויג האלטענדיג אים שטענדיג נעבען זיך, אפילו שלאפען האט ער אים גענימען צי זיך אין זיין צימער, ער זאל זיך איינגעוואוינען אין ציזען די עבודה פין גאר אינגערהייט איז שוין געווען צי דערקענען אז דער אלימלך'ל איז א פרי קודש הילולים און איז אנגעברייט צו זיין א צדיק וקדוש פועל ישועות בקרב הארץ.

איינמאל א ווינטערדינע פראסטיגע נאכט ווען אינדרויסען האט געבושעוועט א זאוואראכע און שניי האט ר' אלימלך באמערקט דעם טאטען ארויסגיין פין צימער אין הויף אריין, איז ער שטילערהייט נאכגעגאנגען, האט ער געטראפען דעם טאטען מאכען גלגל שלג, איז ער געבליבען שטיין פארווינדערט, אין ער האט געפרעגט דעם טאטען, טאטע פארוואס טוסטו דאס? האסטו דען אזויפיל עבירות אז דו דארספט טוהן אזלכע סיגופים.

האט איהם זיין הייליגער טאטע ר' משולם פייש געענפערט, ניין, כ'טוה דאס נישט פאר מיינעט וועגן, נאר מארגען וועט קימען צי מיר א איד בעטען א ישועה, אין דער איד דארף דאס מאכען פאר כפרות עוונות, מאך איך דאס אנשטאט אים. די מעשה האט געלאזט א שטארקען רושם אויף ר' אלימלך זעענדיג די מסירת נפש פון זיין הייליגען טאטען ווי ער געט זיך אוועק פאר אידענס וועגען, אינאיינעם מיט זיין רוח הקודש.

אבער נישט אויף לאנג האט ר' אלימלך ציגעזען זיין טאטענס עבודה, זייענדיג א קינד פין אכט יאר אלט איז רבי ר' משולם פייש נסתלק געווארען לגנזי מרומים.

דאס איז געווען בשנת תרל"ג האט געבוששעווען אין אנגארען א געפערליכע מגיפה ל"ע און זייער אסאך פון אחב"י זענען נעבעך געכאפט געווארען פון די מגיפה הש"י (אויך ר' משולם פייש האט פארלוירען 2 קינדער אין די מגיפה), איין טאג האט ר' משולם פייש זיך אנגערופען צו די רביצין ביז א פאר טאג וועט עפעס פאסירען ביי אונז אין שטוב, די רביצין איז פארציטערט געווארען הערענדיג דאס ווייל זי האט פארשטאנען וואס ער מיינט.

"כ"ח סיון" האט דער רבי געזאגט פאר זיינע נאענטע אז ער וויל אויסלייזען אידישע קינדער פון די ביטערע מגיפה ל"ע אין ער איז מקבל אויף זיך "במסירת נפש גמור" נסתלק צו ווערן פארן כלל ישראל אין האפט צי זיין די לעצטער וואס וועט שטארבען פין די מגיפה ל"ע,אין אזוי איז געווען מיט יחודים ודביקות האט ער צירוקגעגעבען נפשו ליוצרו, און עס איז מקוים געווארען גדולה מיתת צדיקים שמכפרת כקטורת והמגיפה נעצרה.דער עשטער רבי איז געווען נ”ז שנה בהסתלקותו (עס איז דא אן אנדערע גירסא אז ער איז נסתלק געווארן בן נ"ב שנה בחינת שמואל הנביא)

נאכ'ען הסתלקות פון זיין גרויסען טאטען וואס ווי דערמאנט איז דער הרה"ק ר' אלימלך נישט געווען מער ווי אכט יאר אלט איז בעצתם של כמה מגדולי וצדיקי הדור אויפגענימען געווארען דער שפעטערדיגע קאסאני רבי הרה"ק ר”ר יהוסף צדיקא חתנא דבי נשיאה פון ערשטער טאהשער רבי'ן אלס ממלא מקום פון זיין שווער.

אויך דער יטב לב פון סיגוט שרייבט בתוך הדברים אין א בריוו צו די ראשי הקהלה פין טאהש "אתם ידעתם את כל הטובות אשר עשה הרב הגאון הקדוש מוהר"ר משולם פייש זללה"ה אב"ד קהלתכם וסביבותה להורות הדרך הישרה שבחו מי ימלל הוא הוציא יקר מזולל ומעפר זהב במשכיות כסף ועתה בהלקח ארון אלוקים ועלה למעלה וכו' וטי יתן והיה להחזיק יד חתנו כבנו האברך המופלג בתורה וביראה המושלם מו"ה יוסף נ"י להעמידו על כנו ובסיסו וכו' וחמו יסייענו כי יגדל הלוך וגדול להושיבו על כסא וכו'.

ווי אויך דער הייליגער דברי חיים פון צאנז זי"ע שרייבט אין א בריוו ענדליך צי דעם. און דער קאסאניער רבי האט זיך ווייטער אפגעגעכען מיט'ן חינוך פון דעם קליינעם אלימלך'ל וואס איז פארבליבען א קליינע יתום'ל און האט אכטונג געגעבען אויף אים בעין פקיחא און ווייטער געהארעוועט לויט אים ער זאל שטייגען בתורה ועבודה ע"ד אביו הקדוש.

ווען ר' אלימלך איז אלט געווארען זיבעצען יאר איז ער א חתן געווארען מיט די טאכטער פון הרה"ק המפורסם ר' יצחק איייזיק ווייס זצוק"ל אב"ד סוואליעווע אין שפעטער ראב"ד אין מונקאטש (מחבר ספה"ק בית יצחק-תולדות יצחק ועוד).

נאך די תנאים האט זיך פלוצים באוויזען בהקיץ הרה"ק ר' משולם פייש - וואס איז ווי דערמאנט שוין געווען בעולם העליון - צו זיין מחותן דער סוואליעווער רב אין האט אים אויסגערעכענט די שבחים פין זיין זון ר' אלימלך. און דער סוואליעווער רב האט אים אויסגערעכענט זיין יחוס, און ער האט אים געזאגט בתוך הדברים אז ער האט א ברודער הרה"צ ר' שמואל צבי (דער פאטער פון הרה”ק בעל אמרי יוסף מספינקא זי"ע) האט ר' משולם פייש געענפערט אויב אזוי פאסט איר פאר אינז אלס א מחותן.

די פאסירינג האט איבערגעלאזט א מורא'דיגען רושם אויפ'ן סוואליעווען רב, און חאטש זיין איידעם ר"ר אלימלך האט זיך פרובירט שטארק צי באהאלטען אין אלע זיינע ענינים, דאך האט ער נאך די חתונה ארויסגעוויזען א געוואלדיגע חביבות פאר זיין גרויסען איידעם


איך בין מעתיק אביסל פון אשכול "אהבה רבה" איבער צו וועמען די טאהשער צדיקים זענען געפארן און פון וועמען זיי האבן מקבל געווען

דער ערשטער טאהשער רבי הרה"ק השרף רבי משולם פייש זי"ע - דעם טאהשער רבי'נס עלטער זיידע - איז געווען א תלמיד מובהק פון הייליגן רבי דוד'ל דינוב'ער זי"ע, צו וועם ער פלעגט פיל פארן להסתופף, באזונדער איז באקאנט אז ער פלעגט פארן אויף גאנץ סוכות קיין דינוב, און רבי דוד'ל פלעגט ווארטן אויף איהם אינאיינעם צו מסכך זיין די סוכה, אמאל האט ער געשפעטיגט און די חסידים האבן געזאגט פאר רבי דוד'ל אז די צייט ריקט זיך און מען דארף שוין מסכך זיין, האט ער געענטפערט "מיין נוי סוכה איז נאכנישט דא" קען איך נאכנישט גיין מסכך זיין, מיינענדיג זיין תלמיד מובהק דעם טאהשער צדיק.

2. זיין זוהן רבי אלימלך מטאהש זי"ע - דעם טאהשער רבינ'ס זיידע - איז געווען אן איידעם און האט געגעסן קעסט ביים בעל בית יצחק דער סואליעווער רב וואס איז געווען בשעתו ראב"ד אין מונקאטש, בימיו פון בעל שם שלמה פון מונקאטש, און ער איז געווען דאן זייער מקושר צום שם שלמה, פארברענגענדיג טעגליך שעות מיט איהם בתורה וחסידות. (דאס איז געווען נאך איידער ער איז נתקשר געווארן צו רבי אליעזר'ל קאמארנער זי"ע)

3. שפעטער איז רבי אלימלך נתקשר געווארן צו רבי אליעזר'ל קאמארנא וואס איז געווען זיין רבי מובהק, און איהם פלעגט ער רופן סתם "דער רבי זכרונו לברכה", און ער האט זיך געפירט לויט די מנהגים און פסקים פון קאמארנער. - אבער נאך די פטירה פון רבי אליעזר'ל, איז ער געפארן צום בלאזשובער רב, וואס איז געווען א זוהן פון רבי דוד'ל דינוב'ער זיין טאטענ'ס רבי, האט ער ממשיך געווען דאס התקשרות לבית דינוב.

די מנהגים און ניגונים אין טאהש זענען על פי רוב צאמגעשטעלט פון דינוב און קאמארנא, די סדר הקפות למשל איז כולו דינוב, דער אהבה רבה ניגון איז פון דינוב, דער מזמור לדוד ביי שלש סעודות איז אויך פון דינוב, די אנדערע זמירות ביי שלשל סעודת זאגט מען פסוק בפסוק כנוסח זידיטשוב קאמארנא.



לכשירחיב האף איך ממלא צו זיין בע"ה נאך מתולדותיהן של צדיקים פון דעם גזע
לעצט פארראכטן דורך חייקל אום דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 2:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

בילד פון די מציבה על ציון קדשו פון רבי אלימלך מטאהש זי"ע
אין טאהש אונגארן
אטעטשמענטס
Pictures os tosh nesiah 123.jpg
לעצט פארראכטן דורך חייקל אום זונטאג דעצעמבער 21, 2008 12:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

בילד פון די מציבת קדשו פון השרף רבי משולם פייש מטאהש זי"ע
אטעטשמענטס
Pictures os tosh nesiah 129.jpg
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

דער אוהל על ציון קדשו פון רבי אלימלך
אטעטשמענטס
Pictures os tosh nesiah 125.jpg
Pictures os tosh nesiah 125.jpg (35.77 KiB) געזען 10400 מאל
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

נאך די חתונה האט רבי אלימלך מטאש געגעסן קעסט ביים שווער דער סוואליעווער רב וואס האט שוין דאן געוואוינט אין מונקאטש וואו ער איז געווען ראב"ד.
דער שווער מיטן איידעם זענען צוזאמען געזעצען און געהארעוועט יומם ולילה בתורת הנגלה והנסתר וואס דער ר' יצחק אייזיק איז שוין דאן פאררעכענט געווען ווי איינער פון די גאוני וגדולי הדור און ער איז געווען א בקי נפלא בש"ס ופוסקים ווי אויך אין תורת הח"ן.

פיר יאר איז ער געזעצען קעסט ביי זיין שווער, די התמדה זיינע איז געווען עד אין לשער, ביז צוועלעף ביינאכט האט ער געהארעוועט מיט זיין שווער, און דאן בחצות הלילה פלעגט ער גיין צו הרה"ק ר' שלמה שפירא בעל שם שלמה ממונקאטש זי"ע, וואו ער פלעגט עסן מיט אים נאכטמאל און פון אים אויך מקבל געווען סודות התורה ודרכי החסידות.

דער שם שלמה איז געווען א צאנזער חסיד פון הרה"ק בעל דברי חיים זי"ע און ער האט זיך געפירט כמנהג רבו הקדוש וואס כידוע פלעגט דער הייליגער צאנזער רב פירן טיש אויך אינדערוואכען יעדען טאג ברבים, אזוי אויך פלעגט דער מונקאטשער רב דער שם שלמה פירן דעם נאכטמאל טיש ברבים, אין ער האט זייער מקרב געווען דעם יונגערמאן ר' אלימלך מטאהש און ווארטן אויף אים מיט די סעודה.

איינמאל האט זיך געמאכט אז דער ר' אלימלך האט זיך פארשפעטיגט אביסל, האט דער שם שלמה געהייסען ווארטן זאגענדיג ער וועט זיכער קומען וכן הוה, ר' אלימלך איז אנגעקומען און ערשט דאן איז זיך דער שם שלמה געגאנגען וואשן. און די פיר יאר האט ר' אלימלך אסאך מקבל געווען פון אים בכל מקצועות התורה.

נאך די פיר יאר וואס ער האט געענדיגט די קעסט ביים שווער האט אים דער שווער געשיקט צו עטליכע גדולי הדור זיך פארהערן און באקומען סמיכות חכמים וכתב ההורמנא ובתוכם איז געווען הגאון המפורסם ר' יצחק שמעלקיש זצ"ל הגר"י גרינפעלד (דער פאטער פונם מהרש"ג) הגאון בעל בית היוצר און נאך גדולים וגאוני עולם.

אלע זענען שטארק נתפעל געווארען פון זיין גרויס חריפות און בקיאות אין אלע מקצועות התורה.

זיינע ידידים אין מונקאטש האבען אים געבעטן ער זאל פארבלייבען אין מונקאטש, וויסענדיג פון זיין גדלות בתורה ועבודה ורוב קדושתו אבער ער האט נישט געוואלט, נאר ער האט זיך אריבערגעצויגען קיין טאהש.

אבער ער איז נאכנישט געווארן טאשער רב ווייל ווי דערמאנט איז דער קאסאניער רבי זי"ע אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום, וויבאלד דער זון ד.ה. ר' אלימלך איז נישט געווען מער ווי אכט יאר ביי זיין פאטער'ס הסתלקות, און כאטש יעצט איז שוין דער קאסאני רבי נישט דארט געווען (ער איז געווארן רב אין מאד, דאן האט ער געוואוינט אין דעברעצין, און דאן איז ער אויפגענומען געווארען אין קאסאני) אבער צו די חתונה פון ר’ משולם פייש'ס צווייטער איידעם ה"ה הרה"ק הבאר מנחם מקאלוב ר' מנחם בראדי זי"ע האט דער קאסאני רבי געגעבען די טאהשע רבי'סטעווע פאר'ן שוואגער ביז דער ר"ר אלימלך וועט חתונה האבן און ענדיגען די קעסט. און נאכדעם וואס דער באר מנחם איז אויפגענומען געווארן אין קאלוב ערשט דאן איז הרה"ק ר' אלימלך געווארן ממלא מקום פון זיין גרויסען טאטען אלס אבדק"ק ואדמו"ר בטאהש. זייענדיג 39 יאר אלט.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

אין מונקאטש האט געוואוינט א איד, זיין ווייב איז געווען א ניכטע פונעם טאהש'ן רבי'ן רבי אלימלך זי"ע, עס האט זיך ביי זיי ל"ע נישט געהאלטן קיין קינדער. זיי האבן שוין געהאלטן א היבשע פאר יאר נאך די חתונה, אבער זיי האבן נאך ליידער נישט געהאט זוכה געווען צו זרע של קיימא, די ווייב פלעגט אפט מאל גיין צום פעטער זיך מזכיר זיין און דער פעטער האט אנגעוואונטשן אבער עס גייט א דורך א יאר נאך א יאר און דער שטוב איז ליידיג פון קינדער.

עטליכע האבן איר ג'עצה'ט אז ווען זי גייט אריין צום פעטער, זאל זי זיך איינשפארן אז ער מוז איר "צוזאגן" א קינד, זי פלעגט אזוי טון אבער דער טאהש'ער פלעגט נישט צוזאגן, ער האט איר אלעמעל געוואונטשן. ביז איינמאל האט זי זיך פאר'עקשנ'ט ווען זי איז אריין צום פעטער האט זי געבעטן אז דער רבי זאל איר צוזאגן א קינד, דער רבי האט אנגעוואונטשן כדרכו, דער אייבערשטער זאל העלפן, און געוויזן אז מ'קען שוין גיין. זי האט זיך אבער ווייטער ג'עקשנ'ט און געבעטן אז דער רבי זאל צוזאגן, דער רבי האט ווידער געזאגט, דער אייבערשטער זאל העלפן און געוויזן אז מ'קען שוין גיין. אזוי האט זי זיך געבעטן מערערע מאל ביז דער רבי האט איר געזאגט, אויב ביסטו גרייט אנצונעמען אויף זיך די שווערסטע יסורים וועט ער איר צוזאגן. זי האט געענטפערט יא אודאי, האט איר דער רבי צוגעזאגט אז זי וועט זוכה זיין צו זרע של קיימא.

איין אויפדערנאכט ווען זי איז שוין געשלאפן, דער מאן איז געזיצן אין דרויסענדיגן צימער און געלערנט, פלוצלינג שפרינגט אריין א "קאץ" פונעם פענסטער, שפרינגט צו איר קאפ און הייבט אן צו רייסן און קראצן אן רחמנות, זי האט אנגעהויבן צו שרייען דער מאן איז געקומען צו לויפן און קוים מיט צרות פארטריבן דעם קאץ, מ'האט איר אריינגעפירט אין שפיטאל וואו מ'האט איר באהאנדעלט, זי איז אבער פארבליבן כל ימיה מיט אפענע וואונדן אין קאפ, זי האט געמוזט איבערבינדן די וואונדן יעדן טאג וואס דאס איז געווען שרעקליכע יסורים, אויך האט זי נישט געקענט שלאפן געהעריג זי האט געמוזט אונטערהייבן דעם קאפ.

אבער דער ברכת צדיק האט נישט געשפעטיגט צו קומען, נאך א קורצע צייט האט זי זוכה געווען צו האלזן א קינד געזונט און פריש.

(די צווייטע וועלט מלחמה איז געווען א גזירה מן השמים וואס צדיקים האבן נישט געקענט מבטל זיין, זיי זענען ביידע אומגעקומען אין קריג הי"ד)

די מעשה האב איך געהערט פון איינעם וואס האט עס געהערט פון די פרוי וואס האט מיט איר פאסירט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

badatz האט געשריבן:B"H
CHEIKELE
GUZMOS ALSO HAVE A SHIUR.


כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט טייערער ידיד, אדרבה זאג וואס דו מיינסט.
מיינסט אפשר אז ווייל דו האסט אפשר נישט געהערט אזויפיל פון איין צדיק ווי פון אן אנדערע צדיק אדער פון צדיקים פון געוויסע גזע'ס אז נאר די אנדערע האבן גע'יכול'ט.

כ'האכ פאר דיר נייעס, אז אפילו ביי ערליכע אונגארישע רבנים גדולים בתורה האט מען אויך געזעהן מופתים, און אוודאי אזוי ביי די צדיקים חסידישע רבי'ס מנהיגי ישראל, איז געווען אפענע אותות ומופתים א טעגליכע פאסירונג,.

וואס כ'האב געשריבן איז באזירט אויף וואס עס דערציילן איש מפי איש אלטע חסידים און/אדער טאהשער רבי זאל זיין געזונט אין זיינע ספרים א.ד.ג.

כ'האב אליין אויך נאך געהערט פון אידן וואס זענען געווען אין טאהש ביי דעם צדיק, און זיי האבן דערציילט בדידם הוי עובדא.

א איד האט מיר דערציילט ער האט געדארפט זיך שטעלן צום מיליטער אלץ בחור, ער איז נישט געווען קיין טאהשער חסיד, אבער עס איז געווען מפורסם אז פורים אין טאהש קען מען אלעס פועלן גרינג, איז ער מיט עטליכע חברים געפארן קיין טאהש, זיי זענען אנגעקומען פורים אינדערפרי, רבי אלימלך האט געהאלטן פאר'ן דאווענען, ער איז געשטאנען אין הויף פון ביהמ"ד און גערייכערט, ווען זיי זענען אנגעקומען און געזאגט זיי ווילן זיך מזכיר זיין, איז דער צדיק אריין אין ביהמ"ד, וואו ער האט זיי אויסגעהערט, פלוצלינג נעמט זיך דער צדיק שרייען, ארויס!! גייט שוין ארויס פון דא!!! זיי זענען געווארן דערשראקן און נישט געוויסט וואס ער וויל פון זיי, שטייענדיג אזוי צומישט, און דער צדיק שרייט ווייטער ארויס!!! ארויס!! זענען צוגעקומען אנדערע און געזאגט גייטס ארויס, דער רבי הייסט ענק ארויס גיין.

דער איד דערציילט מיר, אז ער האט נישט געכאפט אויפ'ן פלאץ וואס דא גייט פאר, פארקערט ער האט געהאט תרעומות, ער קומט צו פארן און שלעפט זיך אהער, און דער טאהשער רבי ווארפט זיי אזוי נישט שיין ארויס, שוין אז מען הייסט גיין גייט מען.

ווען ס'איז געקומען דער טאג ווען זי האבן זיך געדארפט שטעלן צום מיליטער, זענען זיי געווען זייער דערשראקן און פארלוירן, זייענדיג זיכער אז מען וועט זיי איינריקן, אבער באלד ווי זיי זענען נאר אריינגעקומען דארט, האט זיך דער הויפט גענומען שרייען אויף זיי מיט באנומענע קולות

- ארויס!!! ארויס!! גייט שוין ארויס פון דא!!!

נאך פאר וואס ווען ווי, האבן זיי באקומען א באפרייאונג צעטל, און מען האט זיי פארשיקט פון דארט.

הערשט יעצט האבן זיי געכאפט אז דאס האט דער טאהשער רבי זיי אנגעארבייט און גע'פועל'ט א ישועה, ווען ער האט זיי אזוי מיאוס ארויסגעווארפן, מיט די זעלבע ווערטער.

נאך א מעשה פון מיליטער באפרייאונג וואס זיין אייניקל דער טאהשער רבי שליט"א דערציילט, אין טאהש האט געוואוינט א אינגערמאן וואס פלעגט יעדן אינדערפרי אנהייצן דעם אויבן אין ביהמ"ד, אנצואווארעמען פאר'ן עולם צום דאווענען.

דער אינגערמאן האט באקומען א צעטיל ער דארפט זיך שטעלן צום מיליטער, איז ער געלאפן צום צדיק רבי אלימלך, זיך מזכיר זיין, האט אים רבי אלימלך געזאגט, דיך דארף מען האבן דא אין ביהמ"ד, דו הייצט דאך דעם ביהמ"ד, דיך וועט מען נישט נעמן אין מיליטער.

ווען ער האט זיך געשטעלט, האט זיך דער באאמטער גענומען שרייען אויף אים, וואס זוכסטו אין מיליטער, דו באלאנגסט אין א טעמפל... נישט אין מיליטער, גיי דיר אין טעמפל אריין....
גענוי וואס דער רבי האט אים געזאגט פאראויס, אז אים דארף מען אין ביהמ"ד, ער קען נישט גיין אין מיליטער.


א דריטע מעשה פון מיליטער און פורים, א איד פון קאראס, זיין פאטער האט געהייסן הרה"ח ר' גרשון קאראס'ער האט מזכיר געווען דריי בחורים חברים וואס דארפן זיך שטעלן, האט איהם ר' אלימלך געהייסן ער זאל זיך פארשטעלן אנשטאט זיי ביי אים אויפ'ן טיש.

דער האט באלד געכאפט ס'עסק, און קריכט ארויף און שטעלט זיך פאר פאר'ן רבי'ן צום מיליטער, מיט'ן נאמען פון ערשטן בחור, זאגט אים דער רבי לאמיר זען וויאזוי דו גייסט, כאפ א שפאציר, דער בחור נעמט זיך שטארק הינקן, און אזוי הינקעדיג שפאצירט ער ארום פאר'ן רבי'ן, נע! דו טויגסט נישט פאר'ן מליטער, שרייט דער רבי אויס, דו הינקעסט דאך געפערליך.

דאן האט ער זיך געשטעלט פאר'ן צווייטן, און זיך פארמאכט איין אויג, אויף וואס דער רבי האט איהם ווידער באפרייט, ער זעהט דאך נישט גוט, און פארן דריטן, האט ער זיך געמאכט א הויקער, דער רבי האט זי אלע באפרייט, און כן הוה, עס איז געקומען א ידיעה אז מען האט די אלע בחורים באפרייט.


זי"ע
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

איבער די התקשרות פון רבי אלימלך מטאהש צו זיינע רבי'ס

הרה"ק ר' אלימלך איז געווען א תלמיד מובהק פון הרה"ק ר' אליעזר'ל קאמארנער זי"ע וועלבע האט אים ליב געהאט ווי א אייגען קינד, און אויך מסמיך געווען להנהגה און צו ליינען קוויטלעך.
זיין נתקרב ווערען צו ר' אליעזר'ל איז פארבינדן מיט דעם דאזיגען סיפור פון אביו הקדוש השרף רבי משולם פייש סג"ל מטאהש זי"ע, וואס טאהשער רבי שליט"א דערציילט.

עס איז ידוע אז הרה”ק ר’ אייזיק’ל קאמארנער זי”ע פלעגט צו פארן יעדעס יאר אויף דריי שבתים אויף אונגארן, ער פלעגט זאגן בצחות לשון קדשו אז ווען עס ענדיגט זיך די צאל פון ישועות וואס ער האט זיך איינגעפאקט אין קופערט, פאר'ן פארן, דאן פארט ער צוריק קיין קאמארנא.

אויף איינס פון די שבתים וואס ר' אייזיק'ל איז געווען אין אונגארן האט זיך דער ערשטער טאהשער רבי משולם פייש נוהג געווען זיך מסתופף זיין בצילא דמהימנותא פון הרה”ק ר' אייזיק'ל קאמארנער.

אמאל נאך אזא שבת און דערהויבענעם וויילן בצל קדשו נאך וואס דער הייליגער קאמארנער האט זיך געזעגענט מיט'ן טאהשער שרף רבי משולם פייש זי"ע, ווען דער רבי ר' אייזיק'ל קאמארנער האט איהם ארויסבאגלייט מיט גרויס חביבות, איז ער ווייטער געגאנגען מיט איהם טראץ וואס רבי משולם פייש האט איהם עטליכע מאל געבעטן זיך נישט מטריח צו זיין, און זיך אומקערן צו זיין שטוב, האט איהם רבי ר' אייזיק'ל באגלייט ביז א בריק אינדרויסן פון שטאט.

אנקומענדיג צום דעם בריק האט רבי משולם פייש זיך אפגעשטעלט און נישט געלאזט דעם קאמארנא רבי'ן אים ווייטער באגלייטן, האט זיך דער רבי ר' אייזיק'ל אנגערופען בלשון קדשו: ווען איר לאזט מיר ווען נאך אייך באגלייטען אריבער דעם בריק, וואלט איר געווען אינגאנצן מיינס, אצינד וועט אייער קינד זיין אינגאנצן אונזערס....!

אזוי איז טאקע געווען, טראץ וואס רבי משולם פייש איז געווען שטארק אדוק אין רבי ר' אייזיק'ל, איז אבער פארט זיין רבי מבוהק געווען דער רבי ר' דוד'ל דינוב'ער זיעועכ"י, נאר מיט יארן שפעטער איז נתקיים געווארן די הייליגע רייד פון רבי ר' אייזיק'ל ווען זיין זוהן רבי אלימלך מטאהש האט זיך מדבק געווען און מקשר געווען ממש ווי אן אייגן קינד אין הייליגן רבי ר' אליעזר'ל מקאמארנא זיעועכ"י, וועלכער איז געווען רבו המובהק, און רבי אלימלך האט אנגענומען די פסקי הלכה ומנהגי קודש פון רבוה"ק מקאמארנא זיעועכ"י.
ע"כ העובדא פון ר' אייזיק'ל און ר' משולם פייש, זכותם יגן עלינו.

עס זענען אריבער יארן, דער רבי ר' אייזיק'ל איז נסתלק געווארען און אויך ר' משולם פייש איז נסתלק געווארען לחיי העולם הבא, דער קאסעניער רב איז דאן געווען רב אין טאהש, אין שנת תרמ"ז האט זיך משדך געווען דער שפעטערדיגער קאסאניער רבי דאן טאהשער רב (הרה"ק ר' אלימלך'ס שוואגער) מיט הרה"ק מקאמארנא, ד.ה. הרה"ק ר' חיים שלמה דער בעל שמועה טובה דער זון פון קאסעניער רבין איז געקומען בקשר האירוסין מיט די טאכטער פון הרה"ק ר' אשר מקאלבאסוב, (נכד הרה"ק ר' אשר מראפשיץ) ר' אשר איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק ר' אלכסנדר סענדר זצ"ל בן הרה"ק ר' אייזיק'ל מקאמארנא זי"ע. (ר' אלכסנדר סענדער איז נסתלק געווארען אינגערהייט בחיי אביו הק' ר' אייזיק'ל ער איז אוועק מיט'ן שם היחוד אזוי ווערט געברענגט אין עצי עדן אויף משניות אין די הקדמה). ר' סענדער'לס ברודער הרה"ק ר' אליעזר קאמארנער איז שוין דאן געווען ממלא מקום פון ר' אייזיק'ל.

די חתונה איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אין די שטאט קאמארנא און עס איז געפארען א עולם חסידים ואדמורי"ם ובפרט קרובי המשפחה זיך באטייליגן אין די שמחה, - ר' אלימלך אלס א פעטער פאר'ן חתן האט אויך געדארפט פארן, אבער ער האט נישט געהאט קיין חשק צו פארן, היות ווי געזאגט איז שוין ר' אליעזר'ל קאמארנער דאן געווען ממלא מקום פונעם טאטען (עס איז שוין געווען דרייצן יאר נאך ר' אייזיק'לס הסתלקות), און ר' אלימלך האט נישט געוואלט פארן צו אים ווייל ער איז געווען זייער דבוק אין זיין רבי'ן דער שם שלמה ממונקאטש זי"ע, (זעט אויס אז ער האט געשפירט אז זיין שורש נשמה איז דארט, און אז ער וועט נתדבק ווערן, ווייל ער איז יא ארומגעפארן צו אלע צדיקי פוילן), אבער למעשה זייענדיג א פעטער פאר'ן חתן האט ער געמוזט פארן קעגן רצונו.

עס איז געווען א דערהויבענע צוזאמקום פון צדיקים וגדולי הדור, און ר' אלימלך האט געהאט א געלעגענהייט זיך צו באקענען מיט אסאך גדולים וצדיקים, די גאנצע צייט וואס ער איז געווען דארט האט ער זיך נישט געוואלט קוקן אין ר' אליעזרל'ס צורה, ווייל ער האט נישט געוואלט נמשך ווערן נאך אים.

שב"ק בייטאג האט הרה"ק ר' אליעזר'ל געגעבען קידוש נאכ'ן דאווענען אלס פעטער פון די כלה, און ער האט אליינס געטיילט לעקיך פאר'ן עולם, ר' אלימלך האט ווי דערמאנט נישט געוואלט זיך איינקוקן אין ר' אליעזר'לס צורה האט ער זיך געשטעלט אונטערן בענקל פון ר' אליעזר’ל, פלוצים אינמיטן טיילען לעקיך האט זיך ר' אליעזר'ל אויסגעדרייט און האט געזען שטיין אונטער אים ר' אלימלך'ן, האט ער געפרעגט "ווער איז דער שווארצער אינגערמאן" האט אים דער קאסאניער רבי (דאן טאהשער רב) גענטפערט אז דאס איז זיין שוואגער ר' אלימלך.

האט דער הייליגער קאמארנער געזאגט בזה הלשון "ווען איך וואלט געוויסט פריער אז ער איז דא, וואלט איך אסאך א שענערען שבת געהאט" - ר' אלימלך האט געזאגט אויף דעם אז דאס איז געווען דאס ערשטער מאל וואס ער האט געזען די צורה פון ר' אליעזר'ל און ער האט צוגעלייגט "אזא שיינע צורה האב איך נאכנישט געזען"..

נאכדעם האט זיך ר' אליעזר'ל אויסגעדרייט נאכאמאל צו ר' אלימלך און האט אים געזאגט "יונגערמאן אז דו וועסט קומען צו שלש סעודות וועל איך דיר געבען אן עלי' און א בילקע".

ר' אלימלך איז געגאנגען צו שלש סעודות און ר' אליעזר'ל האט אים זייער מכבד געווען, נאך שלש סעודות האט אים ר' אליעזר'ל געבענטשט און געזאגט אויף שב"ק פ' לך לך וועט איר קומען די ערשטער מאל צו מיר אלס תלמיד, (עס איז א מקור אין רעיא מהימנא אז אויף שבת לך לך איז אן ענין צו פאר'ן צום רבי'ן) וכן הוה. ער איז געקומען שב"ק פ' לך לך, האט אים געזאגט דער הייליגער ר' אליעזר'ל "איך בין דיר מקבל אלס תלמיד פונקט ווי אן אייגען קינד" אזוי איז טאקע געווען ער האט אים מקרב געווען בכל הקירבות ממש ווי פאר בניו הקדושים.

רבי אלימלך האט דערציילט אז יעדע נאכט פלעגט ר' אליעזר'ל לערנען א שיעור אין רמב"ם מיט זיינע זין, און ער האט קיינעם נישט אריינגעלאזט דעמאלטס אין צימער, נאר פאר ר' אלימלך'ן האט ער געגעבען רשות אריינצוקומען, רעכענדיג אים צווישן זיינע זון.

ווי אויך עטליכע טעג פאר ר' אליעזר'ס פטירה שעמדו על המשמר אצל מטתו הקדושה איז ער אויף געווען יעדע נאכט מיט איין זון און איבערגעגעבען פארשידענע זאכן, האט ער אויך איין נאכט פארברענגט מיט'ן טאהשער רבי'ן אויך.

רבי אליעזר'ל האט איהם דאן געבענטשט און געזאגט בתוך הדברים א סדר הנהגה אויף כל ימי חייו, און אים מסמיך געווען אלס רבי און פועל ישועות, ר' אלימלך פלעגט נאכזאגן דאס לשון וואס ר' אליעזר'ל האט אים געזאגט "קענסט ליינען א קוויטל און קענסט טרייבען א פערד", און ר' אלימלך האט נישט מסביר געווען וואס דאס מיינט.

ר’ אלימלך איז דאן אלט געווען אינגאנצען ל"ג שנים און ער האט אים שוין מסמיך געווען צו ליינען קוויטלעך, ר' אליעזר'ל האט אים אמאל געזאגט "איבער די הונדערט זאלסט דיך גארנישט פארכטן זאלסט דיך אנכאפען אין מיין בעקיטשע"

איבער דעם וואס ר' אליעזר'ל קאמארנער האט געזאגט פאר ר' אלימלך מטאהש ווען ער האט אים מסמיך געווען צו ליינען קוויטלעך און צו פירן א רבי'סטעווע, האט ער אים געזאגט בלש"ק "קענסט ליינען א קוויטל און קענסט טרייבען א פערד" ווילן מיר צולייגן ווי פאלגענד; ר' אלימלך האט זיך אמאל ארויסגעכאפט שב"ק בייטאג ביים קידוש מאכען בזה"ל; אויב איך וואלט געהאט א פערד און וואגן וואלט איך אליין דאס געפירט קיין קליינווארדיין עכל"ק, דער עולם האט נישט פארשטאנען דעם פירוש הדברים און ער האט נישט מסביר געווען.

איז כדאי צו דעם צו דערמאנען - כאטש מי יוכל לעמוד בסוד קדושים - אז אין ספר פורים המשולש בטאהש פון הרה"ח ר' יוסף משה פריעדלענדער געדרוקט אין א"י תשכ"ח לפ"ק ברענגט ער מורא'דיגע זאכען וואס ער האט אליין בייגעוואוינט א דריי יאר פורים ביי הרה"ק אלימלך זי"ע תרצ"ח - תרצ"ט - תש"א, ברענגט ער דארט בתוך הדברים דאס פאלגענדע.

פורים תרצ"ח האט ר' אלימלך פארציילט פארן טרינקען פון זיין טאטן הרה"ק מהרמ"פ זי"ע (דער ערשטער טאהשער רבי) ר' משולם פייש איז געפארן קיין ראזלא צו ר' יודא צבי מ'ראזלא זי"ע, ר' יודא צבי פלעגט זיך פירן עטליכע מאל א וואך איז פארן שפאצירען אין א וואגן געשפאנט צו פערד אויסער די שטאט, איינמאל האט ר' יודא צבי געזאגט פאר ר' משולם פייש "וועסט דאך זיין א רבי און א מנהיג ישראל דארפסטו דאך וויסן וויאזוי צו פירן א פערד און וואגן, קום מיט מיר אויפ'ן שפאציר וועל איך דיר אויסלערען מעשה מרכבה", ע"כ המעשה פון מהרמ"פ, האט ר' אלימלך געענדיקט דעמאלטס איך קען אויך פירן א פערד און וואגן און כ'האב גוט געלערענט די מעשה מרכבה.

זעה מיר עפעס א פשט אין די ווערטער, אז הנהגה און רבי'סטעווע איז אן ענין פון מעשה מרכבה.

נאך די הסתלקות פון ר' אליעזר'ל איז ר' אלימלך געפארן צום בלוזשעווער רב דער בעל צבי לצדיק ר' צבי אלימלך זי"ע א זון פון הרה"ק ר' דוד'ל דינוב'ער זי"ע (ר' משולם פייש דער ערשטער טאהשער רבי איז געפארן צו ר' דוד'ל דינוב'ער זי"ע.)

ר' אלימלך מטאהש זי"ע פלעגט זאגן, "דער רבי זכרונו לברכה (אזוי האט ער גערופן זיין רבי מובהק רבי אליעזר'ל) האט אין מיר אלעס אריין געלייגט, נאר וואס עס האט נאך צוגעפעלט ווייל איך בין נאך געווען יונג, האט דער בלוזשעווער רב צוגעלייגט" עכל"ק.

איינמאל איז ער געווען ערגעץ אין א קור ארט ווי דער בלוזשעווער רב איז געווען נעמען בעדער, זענען זיי געגאנגען צוזאמען שפאצירן - דער בלוזשעווער רב איז געווען א גרויסע רייכערער - גייענדיג האט זיך אויסגעלאשען זיין לולקע, האט ער געבעטען פון די באגלייטערס זיי זאלען עס צוריק אנצינדן, אבער עס האט געבלאזן א שטארקע ווינט און עס האט זיך כסדר אויסגעלאשן די שוועבעלע, האט דער טאהשער רבי גענימען דריי שוועבעלעך אינאיינעם און אנגעצינדען די לולקע, האט זיך דער בלוזשעווער רב אנגערופן:
"איך האב שוין לאנג געוואוסט אז אין טאהש ברענט א פייער, אבער אז דאס איז אזוי גרויס און שטארק אז קיין ווינט קען דאס נישט פארלעשן, דאס בין איך הערשט יעצט געוואר געווארן".

בשעת עס האט געבוזשעוועט די ערשטע וועלט מלחמה האט דער בלוזשעווער רב געשיקט זאגן פאר'ן טאהשער רבי. אז ער אנטלויפט פון פוילן און קומט קיין אונגארן, ווי אויך וועט ער באזוכן ביי אים זיין געטרייע תלמיד אין טאהש, ר' אלימלך האט איהם מייעץ געווען זיך צו באזעצען אין פעסט, דארט וועט ער קענען ווייטער פירן די רבי'סטעווע ווי עס פאסט זיך, דער בלוזשעווער רב האט זיך באזעצט אין פעסט און ווייטער באדמורו"ת כפי ערך גדולתו וקדושתו און טויזענטער האבן געשטראמט צו זיין טיר.

ווען דער בלוזשעווער רב איז אנגעקומען קיין פעסט האט זיך דער טאהשער רב געאיילט אים מקבל פנים זיין בברכה און דער בלוזשעווער רב האט זיך זייער דערפרייט טרעפענדיג זיך מיט זיין באליבטן תלמיד פנים אל פנים. דער בלאזשעווער רב האט געהייסען אריינברענגן כיבוד פאר'ן טאהשער רבי'ן, לעקיך און ברוינפן ווי דער סדר איז.

פאר'ן טועם זיין האט רבי אלימלך דער טאהשער רבי געמאכט קודם א שהכל אויף די ברוינפען, ערשט דערנאך א בורא מיני מזונות אויף די לעקיך, האט אים דער בלוזשעווער רב פארגעהאלטן היתכן איר טוט קעגן א הלכה אין שלחן ערוך? האט ר' אלימלך געענטפערט אז אלס קאמארנער תלמיד און חסיד פירט ער זיך ווי הרה"ק ר' אייזיק'ל איז מבאר אין ספה"ק היכל הברכה וטעמו ונימוקו עמו אז מ'זאל קודם מאכן א ברכה אויף די יי"ש און דערנאך אויף לעקיך.

האט דער בלוזשעווער רב געזאגט פאר ר' אלימלך, אף על פי כן בעט איך אייך איר זאלט אייך פון היינט מאל אן פירן כפי השו"ע, וויבאלד איר זענט דאך א רב בישראל, און א רב מוז זיך פירן עפ"י שו"ע, אז אנדערע זאלן זיך נישט אפלערנען צו טון שלא עפ"י שו"ע, נאכדעם וואס ער האט זיך זייער שטארק איינבעטען ביי אים האט אים ר' אלימלך צוגעזאגט פון היינט מאל אן צו מאכן קודם א מזונות און דערנאך א שהכל.

דער טאהשער רבי ר' אלימלך האט זיך געפירט אז ווען ער איז אהיימגעקומען פון די נסיעות צי זיינע רבי'ס צו זיך קיין טאהש, האט ער נישט גערעדט צו קיינעם קיין ווארט פאר ער האט זיך קודם גע'טובל'ט אין מקוה און זיך געזעצט לערנען א שטיק צייט, ערשט דערנאך פלעגט ער רעדן צו די בני בית און מקורבים דערציילן פון די נסיעה.

דאס מאל צוריק קומענדיגן פון זיין באזוך ביים בלוזשעווער רב איז ער כדרכו בק' געגאנגען אין מקוה, און איז אריין צו זיך אין שטוב וועלענדיג ארויסנעמען א ספר פון שאנק צו לערנען, איז פלוצלינג ארויסגעפאלען פון זיך אליין דער חומש היכל הברכה פון הייליגער קאמארנער און האט זיך געעפענט בי דעם דף ווי דער קאמארנער ברענגט די אויבערדערמאנטע הלכה, אז מ'זאל מאכען א שהכל אויף יי"ש פאר די מזונות, ר' אלימלך איז געבליבען פארטראכט ברעיונותיו הק', און ער האט תיקף געשיקט א בריוו צי זיין רבי'ן דער בלאזשעווער רב פארציילענדיג די מעשה פונקטליך ווען און ווי אזוי דאס האט פאסירט - האלטענדיג דאס פאר א סימן מן השמים.

האט אים די בלוזשעווער רב צוריק געשריבן - אויב אזוי, ציט ער צירוק און ער איז אים מוחל די הבטחה וואס ער האט אים געגעבען, און ער קען זיך פירן ווייטער ווי די דעה פון הייליגער קאמארנער זי"ע.

ווען רבי אלימלך פלעגט פארן צו די הילולא פון דעם הייליגען בני יששכר זיך משתטח זיין על קברו הק', פלעגט ער פארן קודם קיין בלאזשוב צום רבי'ן און צוזאמען זענען זיי געפארן צום ציון פון הייליגען בני יששכר.

- אגב - דער מנהג איז צו גיין א טאג פאר די יארצייט אדער א טאג נאך די יארצייט ווייל עס איז געווען א צוואה פון הייליגן בני יששכר נישט צו קומען אין די יארצייט, דאס ערשטער יאר נאך די פטירה האט מען נישט געפאלגט און עס האט פאסירט א גרויס אומגליק רח"ל, אזוי פלעגט אויך טאהשער רבי מיטן בלאזשובער רב פארען א טאג געריקט פון די יאהרצייט מטעם הנ"ל.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בשם כל החברים וויל איך מיך באדאנקען פאר הרב ר' חייקל הי"ו פאר נעמען די מיה און אראפברענגען ערשט-האנטיגע מעשיות ותולדות על צדיקי בית טאהש זצוק"ל, זכות הרבים תלוי בך, ממנו ילמדו וכן יעשו.

און היצט אפאר שאלות לתולדות הרה"ק ר' אלימלך זצ"ל, מיר ווייסן פון צוויי קינדער פון וועם עס זענען פארבליבען דורות היינט צוטאגס;
1. ר' מרדכי מדעמעטשער זצ"ל אבי הרה"ק מטאהש שליט"א
2. ר' חיים שלמה מחוסט-טאהש זצ"ל

האט ר' אלימלך געהאט נאך קינדער?
איז פארבליבען נאך אייניקלעך, פון אנדערע קינדער?
דער טאהש'ער רבי האט געהאט דא געשוויסטער, לויט וויך דענק א שוואגער וויינגארטן, איז ער געווען א איידעם ביי ר' מרדכי?
איז פארבליבען חיבורים לבית טאהש?
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

נאך עטליכע ענינים, און איבער די הסתלקות.

רבי אלימלך, וואס איז באקאנט ביי טאהש'ער חסידים מיט'ן שם חיבה "דער טאהש'ער זיידע", (דער סבא קדישא על שם זה) כלשון קדשו ווי טאהשער רבי שליט"א דערמאנט איהם, איז געווען נודע ומפורסם מיט זיין קדושה און אויסטערלישע עבודת הקודש במסירת נפש, און אלץ פועל ישועות בקרב הארץ, וואס מ'האט געזעהן ביי איהם גאר אפענע מופתים נפלאים, און די גרעסטע גדולים און רבי'ס בדורו פלעגן שיקן קוויטלעך צו איהם זיך מזכיר זיין בדבר ישועה ורחמים.

טאהשער רבי שליט"א דערציילט שטענדיג, אז ס'איז נישט געווען אזא זאך אז מ'זאל נישט פוע'לן ביים זיידן.

רבי אלימלך פלעגט זאגן, און ער האט מעיד געווען אויף זיך בלשון קדשו: "ווער עס טרעט איבער אונזער שוועל און ער גלייבט נישט אז אונז ווייס מיר שוין אלעס וואס איהם פעלט, דער קען ביי אונז נישט געהאלפן ווערן".

אויך פלעגט ער זאגן "מיר האבן זיך אויסגעבטן ביים אויבירשטען, אז ווער עס איז אונז מהנה, מוז ביי אונז געהאלפן ווערן".

(טאהשער רבי שליט"א זאגט דערויף אז מיט'ן מחזק זיין און ארויסהעלפן די טאהשער מוסדות איז מען אין כלל פון די ברכה "ווער ס'איז אונז מהנה...", אויך האט דער טאהשער רבי שליט"א זיך אמאל אויסגעדריקט בלשון קדשו "ווען מען קומט אריין אין די בתי מדרשים און די מוסדות וואס טראגן דעם חותם כהן גדול, און מען דאווענט דארט כראוי, מען שמועסט נישט ביים דאווענען, און מען איז קובע עתים לתורה דארט, ווערט דאס פאררעכנעט ווי מען קומט אריין צו אונז.... און ווי מען איז אונז מהנה, און מען איז בכלל פון די געוואלדיגע ברכות צדיק.)

דער ותגזר אומר ויקם לך איז מקויים געווארן ביי איהם במלוא מובן המולא, און די ישועות וואס אידן האבן געהאט אין טאהש ביים רבי אלימלך איז טאקע געווען א שם דבר אין אונגארן, ובפרט פורים, וואס דאן איז עס געווען א ציצואונגס פונקט אויך צו אידן פון ווייטערע מקומות, און אסאך גדולי ישראל און צדיקים מפורסמים פלעגן אליין שיקן קוויטלעך קיין טאהש אויף פורים. אין ספר "פאר משולם" אין קונטרס "פורים המשולש בטאהש" ברענגט דער בעל מחבר א חשובער חסידישער איד מיט גענויע איינצעלהייטן דריי דערהויבענע ימי הפורים וואס ער האט מיטגעהאלטן אין טאהש ביים רבי'ן רבי אלימלך ז"ל.

עס איז ידוע די מעשה ווען ער האט געזאגט פאר א אידן וואס איז געקומען בעטן א ישועה פאר זיין טאטן א געטרייער חסיד פון רבין וועלכער איז געליגן שטארק קראנק, האט איהם דער רבי געזאגט "זארג נישט מיין קינד, ער וועט נאך לעבן צוואנציג יאהר!!", דער זון לעבט נאך היינט און דערציילט אז דער טאטע האט אויסגעלעבט די צוואנציג יאהר מיום ליום!, אזוי איז דאך אן א שיעור מעשיות פון אותות ומופתים וואס אידן האבן געזעהן די גרויסקייט פון די עבדי ה' ביים טאהשער צדיק.

אין די צייט ווען רבי אלימלך איז נתסלק געווארן, איז שוין דער הימל אין אייראפע ליידער געווען פארוואלקענט מיט שווארצע וואלקענעס און שווערע גזירות אויפן אידענטוהם, דער צדיק האט כסדר געקרעכצט און פאראויס געזאגט ברוח קדשו אז עס זענען דא שווערע גזירות אויף אידישע קינדער.

פורים תש"א האט ער געזאגט ביים משתה היין "קינדערלעך עס טוט זיך אין הימל אזא רעש, איך קען ענק נישט אלעס דערציילן, אבער אזויפיל קען איך ענק זאגן, אז עס זענען דא שווערע קטרוגים אויפ'ן אידנטוהם, לאמיר איינרייסן אויף רחמי שמים", און ער האט דאן געזאגט מיט'ן עולם מיט א גרויס התעוררות דעם ימים נוראים'דיגער "לדוד מזמור", "הושענא", און נאך מזמורים און פיוטים פון די הייליגע טעג, דאן האט רבי אלימלך געזאגט דער פסוק זאגט "מה ה' אלקיך שואל מעמך כי אם ליראה", דער אויבירשטער וויל אונז נאר דערשרעקן, און ער האט געפרעגט דעם עולם, נו? האט עטס ענק שוין דערשראקן? יעדער האט געשריגן יא!! האט ער אויסגעפירט "דאס יאהר אי"ה וועלן מיר אפקומען נאר מיט שרעק", און אזוי איז טאקע געווען, דאן יענעם יאהר איז נאך געווען פארהעלטנמעסיג ראויג אין אונגארן.

אין די צייטן וואס די לאגע פאר אידישע קינדער איז אלץ שווערער געווארן האט ער זּיך כסד באקלאגט פאר די מקרובים מיט אזעלכע אויסדרוקן ווי "דאס הארץ שטעכט מיר פון צרות ישראל", "איך שפיר איך וועל דאס נישט אדורכטראגן", אויך האט ער זיך אמאל ארויסגעכאפט ווען מען האט גערעדט פון דעם צורר היהודים הידוע בזה"ל, "ווען איך זאל האבן נאך איינעם מיט מיר וואלט איך....... ער האט נישט אויסגעפירט (איהם מעביר געווען), והדברים עתיקים.

אנפאנג שנת תש"ג האט מען געהערט מפה קדשו פארשידענע רמזים אויף זיין הסתלקות אין די נאנטע טעג, ווען זיין זון הרה"ק ר' לייזער'ל (אליעזר צבי) זצ"ל האט געוואלט פארשענערן די חנוכה מנורה, האט ער איהם געזאגט "אז דו וועסט צינדן איין ליכטל וועט אויך גוט זיין" - וואס מ'האט נישט פארשטאנען ביז די הסתלקות, ווען די שבעה איז געפאלן אין די ימי החנוכה און מען האט געצינדן ליכט לעילוי נשמתו הטהורה.

י"ח כסליו איז ער פארשלאפט געווארן, און ער האט מרמז געווען אז זיינע טעג זענען געציילטע, און ער האט אויפגעהערט רעדן, ווייל אזוי האט ער מקבל געווען מרבותיו הקדושים נישט צו רעדן סמוך צו די הסתלקות, ער האט נאר געוואונקן און מרמז געווען, דאך ווען אידן זענען געקומן להיכל קדשו זיך פראווען נאך ישועות אין די לעצעט טעג, האט ער דאס באלד דערשפירט אז מען שטייט אינטערן טיר און ער האט געהייסן זיי אריינלאזן, און געוואונטשן א ישועה.

כ"ג כסליו איז געווען דער טאג פון כיבוי המאורות, ווען עס איז מקויים געווארן דער פסוק מפני הרעה נאסף הצדיק און ער האט צוריקגעקערט זיין אויסגעלייטערטע נשמה ליוצרה ובוראה ברוך הוא, עס האבן זיך באטייליגט ביי די לויה א ריזן עולם און בבכי ותמרורים איהם באגלייט למקום מנוחתו בקודש סמוך ונראה צום ציון הקדוש פון זיין טאטע דער שרף רבי משולם פייש מטאהש זי"ע, און א באזונדערע אוהל איז אויפגעשטעלט געווארן אויף זיין ציון.

בנו בכורו איז געווען הגה"ק מוהר"ר מרדכי סג"ל זצוק"ל אבדק"ק דעמעטשער יצ"ו, אבי יבלחט"א כ"ק מרן הרה"ק מטאהש שליט"א, וועלכער איז מיט די רביצין - צוזאמען מיט די אנדערע קינדער פון רבי'ן זי"ע - אומגעקומען אין אוישוויץ הי"ד אין שנת תש"ד.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

חייקל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:B"H
CHEIKELE
GUZMOS ALSO HAVE A SHIUR.


כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט טייערער ידיד, אדרבה זאג וואס דו מיינסט.
מיינסט אפשר אז ווייל דו האסט אפשר נישט געהערט אזויפיל פון איין צדיק ווי פון אן אנדערע צדיק אדער פון צדיקים פון געוויסע גזע'ס אז נאר די אנדערע האבן גע'יכול'ט,
כ'האכ פאר דיר נייעס, אז אפילו ביי ערליכע אונגארישע רבנים גדולים בתורה האט מען אויך געזעהן מופתים, און אוודאי אזוי ביי די צדיקים חסידישע רבי'ס מנהיגי ישראל, איז געווען אפענע אותות ומופתים א טעגליכע פאסירונג,.

וואס כ'האב געשריבן איז באזירט אויף וואס עס דערציילן איש מפי איש אלטע חסידים און/אדער טאהשער רבי זאל זיין געזונט אין זיינע ספרים א.ד.ג.

B"H
CHEIKELE
you dont know who i am.
my SHVER was tumer venelam for 2 years in the big city of tosh.
my father saw rab meilech K"G cheshvan in tosh .
and iam a reletiveto tosh .
and i was by my ZEIDAS KEIVER RAB FEISH IN TOSH
and i have two EINIKLECH named after the babe mindel.
so ich ken mich farhern mit dir dir vegen tosh.
avaday is rab meilech geven a baal mofes.
on PURIM there was an OLEM LEFI ERECH.
BUT HOW ABOUT SHABES CHANIKE, SHEVUOS THE TZWEITE TEG SIKOS.
mein liber YEDID mein SHVER WAS THERE for 2 years.
RAB YAAKOV CHAYIM AMSEL MY COUSIN who was from DEMETCHER a dorf leben di grose shtut tosh
hot mir asach dertzeilt.
this is not taking away from the tzidkos of rab meilech.
but olemos is an andere zach.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

רבותי מיר האבן דא א אריינבאקומען א איד מדור הקדום, לאמיר זיך אויפשטעלן פאר הגאון מחברי הביד"צ מזקני חבורתינו בנש"ק מנכדי הס"ק מטאהש זצוק"ל, איך וועל יעצט פרובירען איבערצוטייטשן די פריערדיגע תגובה.

...חייקל, איר ווייסט נישט ווער איך (בד"צ) בין, מיין שווער איז געווען צוויי יאר 'טמיר ונעלם' אין דעם גרויסן שטאט טאהש.
מיין פאטער האט געזעהן ר' אלימלך מטאהש כ"ג חשון אין טאהש, איך בין א קרוב אין טאהש.
איך בין שוין געווען ביים ציון פון מיין זיידן הרה"ק ר' משולם פייש מטאהש זצ"ל, איך איך האב ב"ה צוויי אייניקלעך וועלכע טראגן דעם נאמען נאך די באבע מינדל ע"ה.

אלזא, איך קען מיך פארהערן מיט אייך וועגן טאהש, אוודאי איז ר' אלימלך געווען א בעל-מופת, פורים איז געווען דארט אן עולם 'לפי ערך' אבער שבת חנוכה, שבועות, צווייטע טעג סוכות?
מיין ליבער ידיד, מיין שווער איז דארט געווען צוויי יאר, ר' יעקב חיים אמסעל מיין קרוב איז פון דעמעטשער, א דארף לעבן די גרויסע שטאט טאהש, ער האט מיר אסאך דערציילט.

איך נעם חלילה נישט אוועק פון די צידקות פון ר' אלימלך, אבער עולם'ס איז אנאנדערע זאך.....


יעצט מיינע קאמענטארען;
ווער איז געווען די באבע מינדל?
ר' יעקב חיים אמסעל, איז דער מחבר פון נחלת יעקב, דער פארהערער אין סאטמאר-וומ"ס?
ער לעבט נאך, הרב אמסעל?
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

די באבע מינדל איז געווען די רעבעצין פונעם ערשטן טאהש'ער רבי'ן דער זיידע הרה"ק רבי משולם פייש זי"ע
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיך? »

מיללער האט געשריבן:ווער איז געווען די באבע מינדל?
ר' יעקב חיים אמסעל, איז דער מחבר פון נחלת יעקב, דער פארהערער אין סאטמאר-וומ"ס?
ער לעבט נאך, הרב אמסעל?

ווער ס'איז געווען די באבע מינדל האט שוין אלף בית געענטפערט
יא! ר' יעקב חיים אמסעל איז דער מחבר פון נחלת יעקב און דער פארהערער
און ניין ער לעבט שוין נישט, ת.נ.צ.ב.ה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח פאר די משיבים.

איך ווארט נאך אויף די איבריגע תולדות מהרה"ק מטאהש, ר' חייקל ווערט נישט געפאלן, מיר שלינגען מיט דורשט יעדע תגובה.
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

מיללער האט געשריבן:בשם כל החברים וויל איך מיך באדאנקען פאר הרב ר' חייקל הי"ו פאר נעמען די מיה און אראפברענגען ערשט-האנטיגע מעשיות ותולדות על צדיקי בית טאהש זצוק"ל, זכות הרבים תלוי בך, ממנו ילמדו וכן יעשו.

און היצט אפאר שאלות לתולדות הרה"ק ר' אלימלך זצ"ל, מיר ווייסן פון צוויי קינדער פון וועם עס זענען פארבליבען דורות היינט צוטאגס;
1. ר' מרדכי מדעמעטשער זצ"ל אבי הרה"ק מטאהש שליט"א
2. ר' חיים שלמה מחוסט-טאהש זצ"ל

האט ר' אלימלך געהאט נאך קינדער?
איז פארבליבען נאך אייניקלעך, פון אנדערע קינדער?
דער טאהש'ער רבי האט געהאט דא געשוויסטער, לויט וויך דענק א שוואגער וויינגארטן, איז ער געווען א איידעם ביי ר' מרדכי?
איז פארבליבען חיבורים לבית טאהש?



רוב משפחה פון רבי אלימלך מטאהש און זיינע קינדער און אייניקלעך זענען ליידער אומגעקומען על קידוש ה' אין אוישוויץ.

ואלו תולדותיהן של צדיקים צאצאיו הקדושים של רבי אלימלך מטאהש זצ"ל
(כ'ווייס נישט צו כ'האב אלעס, און צו אלעס איז מדויק אבער דאס איז וואס כ'האב יעצט געקענט זיך דערמאנען און/אדער טרעפן על אתר)


1. הרה"ק רבי מרדכי זצ"ל הי"ד אב"ד דעמעטשער בנו בכורו של רבי אלימלך מטאהש זי"ע - אבי יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א - נעקד"ה א' דר"ח אלול תש"ד הי"ד

רבי מרדכי איז געבוירן אין תרמ"ז, און איז געווען א תלמיד פונעם פעטער רבי מנחם בראי דער באר מנחם פון קאלוב, נאך די חתונה האט איהם די קהלה אין טהש אויפגענומען אלץ רב הצעיר, און ער האט דארט צוגעהאלפן דעם פאטער צום רבנות.

מיט דער צייט איז ער געווארן מפורסם אלץ א גרויסער מומחה אין חושן משפט און פירן דין תורות, און ביי אלע שווערע דין תורות אין די געגענט האט מען זיך צו איהם געוואנדן.
אמאל, אין יענער צייט, ווען ער איז נאך געווען א יונגערמאן, איז ער געזיצן ביי א אידן מיט צוויי עלטערע גרויסע רבנים, דער רבי און פעטער זיינער דער באר מנחם פון קאלוב, וואס איז געווען ראש בית דין, און דער ראצפערטער רב רבי שאול ראזענבערג, האבן די ביידע עלטערע גאונים שטארק באווינדערט דעם יונגערמאנס גואונת און בקיאות.
אין שנת תר"צ איז ער אויפגענומען געווארן אלץ רב אין דעמעטשער וואס איז געווען א גליל פון טאהש, ער האט דאן איבערגעגעבן דאס "רב הצעיר – דומ"ץ" פאסטן אין טאהש פאר'ן יונגערן ברודער ר' לייזער'ל (שפעטער דערמאנט).

אין דעמטשער האט רבי מרדכי אנגעפירט א גרויסן קארעספעדאנץ זיך שרייבענדיג אין תשובות מיט אלע גדולים. ער האט אויך געענטפערט אויף אסאך שאלות וואס מ'האט איהם אנגעפרעגט, און ער האט זיך גערעכנט פון צווישן די חשוב'סטע יונגע רבנים אין די געגענט.

רבי מרדכי איז געווען מפורסם אלץ גרויסער צדיק, און אויך א גרויסער בעל חסד, זיין דאווענען איז געווען מיט גרויס דביקות אויפ'ן זידיטשוב'ער נוסח, און זיינע דרשות האבן יעדן ערצויבערט.

מיט אלע זיינע גרויסע מעלות איז רבי מרדכי געווען א געוואלדיגער עניו, ער האט געהאט פיל חסידים, וועלכע האבן איהם געמאכט פאר זייער רבי, אבער ער האט דאס בשום אופן נישט געוואלט אננעמען.

פילע מלי דחכמתא ווערן נאכגעזאגט פון איהם, צווישן אנדערע, האט ער געזאגט, "ווען צוויי אידן קריגן זיך, איז נישט איינער גערעכט און דער אנדערע אומגערעכט, נאר ביידע זענען אומגערעכט"... פארדעם אליין אז זיי קריגן זיך.

אין די שווערע צייטן איז ער צוזאמען מיט כמעט די גאנצע משפחה, און זיין גאנצע קהלה, אוועק קיין אוישוויץ הי"ד.

זוג' הרבנית צירל ז"ל הי"ד בת הגה"צ רבי יעקב פעקעטע זצ"ל בעמח"ס אמת ליעקב - אם יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א - נעקד"ה ג' סיון תש"ד

2. הרה"צ רבי יצחק אייזיק זצ"ל הי"ד נהג באדמורו"ת בקליינווארדיין נעקד"ה עם ב"ב הי"ד
רבי אייזיק'ל איז געווען טאהשער רבי אין קליינווארדיין, און איז אויך געגאנגן אויף אוישוויץ מיט די גאנצע משפחה.

3. הרה"צ רבי אליעזר צבי (ר' לייזערל) זצ"ל הי"ד דומ"ץ בק"ק טאהש נעקד"ה עם בניו וב"ב הי"ד

נאך דעם וואס דער ברודער רבי רמדכי מדעמעטשער איז געווארן רב אין דעמעטשער, איז ער געווארן רב הצעיר און ומ"ץ אין טאהש און איז דארט בייהילפיג געווען אפר'ן פאטער צום רבנות.

רבי לייזער'ל איז אויך געווען א גרויסער גאון וצדיק, און דערצו א זעלטענער מושלם בכל המעלות, ער האט געהאט געבענטשע הענט צו מאכן קונסטווערק, און ער האט געקענט זינגן און גראמען א.ד.ג., אבער ער האט געהאט אביסל א מאדנעם אויסזעהן, מיט שטארקע הויקערס...

דערפאר האט רבי מרדכי איהם אפגעטרעטן דאס רבנות אין טאהש, נישט וועלענדיג ער זאל דארפן גיין אין דער פרעמד ווי מען וועט איהם אפשר נישט נוהג כבוד זיין צוליב זיין אויסזעהן.

טאהשער רבי שליט"א דערציילט אסאך פונעם פעטער רבי לייזער'ל, וואס לויט איין גירסא איז דער טאהשער רבי אויך געווען א חתן – אדער לויט אן אנדערע גירסא געזאלט ווערן א חתן - ביי דעם פעטער פאר'ן קריעג, אבער די כלה איז ליידער אומגעקומען.

4. הרה"צ רבי אשר זצ"ל הי"ד אבדק"ק קאלוב - נעקד"ה עם בניו וב"ב הצ' מרת מרים בת אחיו רבי מרדכי מדעמעטשער הי"ד

ער איז געווען אן איידעם ביים גרויסן ברודער רבי מרדכי מדעמעטשער און דומ"ץ אין קאלוב.
רבי אשר'ל ער האט געזאגט ביים הספד אויפ'ן טאטן רבי אלימלך, אז ווער עס האט נישט געהערט דעם טאטן זאגן ברכת התורה פוריםן אינדערפרי, דער האט אין זיין לעבען נאך נישט געהערט א ברכה כתיקינו...!

איבערגעלעבט די קריעג פון די קינדער פון רבי אלימלך האבן נאר

5. הרה"צ רבי חיים שלמה אבדק"ק חוסט זצ"ל חתן רבי ישראל יעקב מחוסט זצ"ל - וואס איז ארויסגעקומען קיין אמעריקע (ראה אשכול מיוחד אודותיו)

הרה"צ ר' חיים שלמה איז אמאל אלץ יונג קינד אויפגעשטאנען אין אן אינדערפרי און אנגעהויבען שרייען אז ער האט פארלוירען די ראי' רח"ל, ער זעט גארנישט, די מוטער הרבנית הצדיקת מרת פראדל האט אים תיכף געפירט צי א דאקטער וואס האט באלד באשטעטיגט אז צי דעם איז ל"ע נישט דא א רפואה ה"י, איז זי אריין געלאפען צי איר הייליגן מאן רבי אלימלך און איינגעריסען וועלטען ער זאל זען עפעס צי טאן, האט דער רבי געזאגט מ'זאל אים שוין אריינברענגען אין זיין צימער און ר' אלימלך האט גענומען א קאצקע צוקער דאס ציקלאפט אויף שטויב און עס צישפרייט אויף פארשידענע כתבי ידות וואס ער האט געהאט פון זיינע רבי'ס, און דאן עס אריינגעבלאזען אין ר' חיים שלמה'ס אויגען, און ער האט זיך אנגערופען "אויף א יובל האב איך דיר גע'פועל'ט ", וכן הוה, ער איז צוריק זעענדיג געווארען. און סוף ימיו, פופציג יאהר שפעטער האט ער ל"ע פארלוירן די ראי', ווען מען האט איהם געוואלט אפערירען, האט ער אלץ געזאגט עס איז א שאד דער טאטע האט פאראויס געזאגט ער האט נאר גע'פועל'ט פאר א יובל,

רבי חיים שלמה מחוסט האט פארציילט. איינמאל האט ער באקומען א בריוו פון זיין פאטער – רבי אלימלך דער טאהשער רבי ז"ל, עטליכע וואכן פאר ראש השנה, ווי רבי אלימלך בעט פון אים, אז ווען ער קומט אויף סוכות קיין טאהש, זאל ער זיך משתדל זיין צו קויפן א שיינעם אתרוג און דאס מיטברענגן קיין טאהש אויף סוכות.
ס'איז געווען א גרויס וואונדער פאר'ן חוסטער רבי'ן, דאס וואס די טאטע דארף צו קומען צו אן אתרוג פון אן אנדערע לאנד, אבער ער האט נישט געפרעגט קיין קשיות, און אפגעמאכט ביי זיך אז פאר'ן ארויספארן וועט ער קויפן א שיינעם אתרוג לכבוד'ן טאטן.
אפאר טעג פאר ראש השנה האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט מלחמה, און תיכף נאך ראש השנה איז אריינגעקומען קיין חוסט א גרויס מיליטער, און רוב מענטשן זענען אנטלאפן, און אויך דער חוסטער רבי מיט די משפחה מיט די קינדער זענען געלאפן צום באן סטאנציע, און ווי פארשטייט זיך, אז פון גרויס יאגעניש און דערשראקענקייט, האט דער חוסטער רבי נישט געקענט קויפן א אתרוג פארן פאטער..
אזויווי דער חוסטער רבי איז אנגעקומען צום באן סטאנציע, און ער האט שוין געוואלט ארויף גיין אויפן' באן, איז פלוצלינג געקומען צו לויפן א יוד, האלטענדיג אין די האנט א הערליכער אתרוג, און ער לויפט צו צום חוסטער רבי'ן און פרעגט אים, צו ווילט איר אפשר קויפן דעם אתרוג?, דער חוסטער רבי האט נישט געטראכט צו לאנג און אפגעקויפט דעם אתרוג פון דעם יוד. און ארויף אויפ'ן באן און אפגעפארן קיין אונגארן.
ווען דער חוסטער רבי איז אנגעקומען קיין טאהש, איז זיין פאטער רבי אלימלך ז"ל אים אנטקעגן געגאנגען, און אים געפרעגט, נו?! האסטו מיר געברענגט א אתרוג?!
דער חוסטער רבי האט תיכף דערלאנגט פארן רבי'ן דעם אתרוג, און רבי אלימלך האט זיך זייער געפרייט דערצו, ווייל צוליב די מלחמה וואס האט אויסגעבראכן, איז שוין געווען זייער שווער צו באקומען אתרוגים אין אונגארן, און דער פאטער ז"ל האט יא געהאט א מהודר'דיגע אתרוג.
יעדעס יאהר נאך סוכות פלעגט רבי אלימלך געבן דעם אתרוג פאר די רביצין, צו מאכן דערפון איינגעמאכטץ
אויף חמשה עשר בשבט. אבער יענע יאהר נאך סוכות, ווען רבי אלימלך האט געוואלט אהין געבן דעם אתרוג
פאר די רביצן, האט זיך דער רבי מיישב געווען, און געזאגט, אז ס'איז דאך א שעת מלחמה, און מ'ווייס מיר דאך נישט וואס ס'וועט זיין דא, ממילא וועל מיר אוועק לייגן דעם אתרוג אויפן קומענדיגן יאהר סוכות, און אזוי האט דער רבי צוריק געלייגט דעם אתרוג אין זיין פושקע.
חנוכה האט רבי אלימלך געהייסן ברענגן דעם אתרוג, און רבי אלימלך האט דאס באטראכט מיט גרויס הנאה, זאגענדיג, אז ברוך השם דער אתרוג איז זייער שיין. און אזוי אויך אום פורים האט דער רבי נאכאמאל געהייסן ברענגן דעם אתרוג, און עס נאכאמאל באטראכט און מיט גרויס שמחה זיך אנגערופן, אז דער אתרוג איז גאר שיין. אזוי האט דאס דער רבי געהאלטן אינעם אתרוג פושקע ביז די אנדערע יאהר סוכות.
די אנדערע יאהר סוכות, איז ממש נישט מעגליך געווען צו באקומען קיין אתרוג אין גאנץ איירופא, און דעם רבי'ןס אתרוג איז נאך געווען הערליך שיין.
דער חוסטער רבי'ס שווער הרה"ק ר' ישראל יעקב מחוסט זי"ע האט יענעם יאהר געשריבן א טעלעגראם פאר זיין איידעם - וואס האט זיך דאן אויך געפונען אין טאהש - אז ער האט נישט געקענט באקומען קיין שום אתרוג, און צו ער האט פאר אים עפעס א אופן אז ער זאל קענען באקומען א אתרוג, האט דער חוסטער רבי צוריק געשריבן פאר זיין שווער, אז דא ביי אונז אין טאהש געפונט זיך נאך דער אתרוג וואס כ'האב פאר יאהר געברענגט פארן טאטן, און דער אתרוג איז נאך מהודר'דיג.
הרה"ק ר' ישראל יעקב מחוסט זי"ע - נישט וועלענדיג גלייבן וואס דא האט פאסירט - האט זיך ארויס געלאזט אויפן וועג קיין טאהש, וועלענדיג אליין זעהן די גרויסע וואונדער. און אזוי אויך זענען געקומען במשך דעם סוכות אסאך גרויסע רבנים פון די גלילות ארום, צו קענען בענטשן אויפ'ן רבי'נס אתרוג.
נאך סוכות האט רבי אלימלך אויפגעשניטן דעם אתרוג און געוויזן אז דער אתרוג איז אויך פון אינעווייניג געווען פריש און זאפטיג. והיה לפלא. (פורים המשולש)

ווען ער איז ארויסגעפארן קיין אמעריקע האט איהם דער טאטע רבי אלימלך מטאהש געגעבן במתנה חומשים היכל הברכה, וואו ער האט אריינגעשריבן בתוך הדברים "זה חלקי מכל עמלי" וואס מ'האט שפעטער תולה געווען אלץ רמז, אז ער איז דער איינציגסטער קינד פון רבי אלימלך וואס האט איבערגעלעבט די קריג.


ואלו צאצאיו הק' של רבי מרדכי מדעמעטשער זצ"ל אבי יבלחט"א כ"ק אדמו"ר הרה"ק מטאהש שליט"א

1. הרה"צ רבי ישראל יצחק אייזיק זצ"ל הי"ד
נעקד"ה עם ב"ב מרת הענטשא ו' ז' סיון תש"ד

2. הרבנית הצ' חי' ברכה אשת הרה"צ רבי שבח האלפערין מ'אנטווערפין נעקד"ה ו' ז' סיון תש"ד

3. הצ' שרה רחל אשת הרה"צ אשר סג"ל לאווי הי"ד נעקד"ה ו' ז' סיון תש"ד

4. בתו הצ' חנה אשת הרה"צ רבי משה יוסף פריעדלענדער מביקאני נעקד"ה ו' ז' סיון תש"ד

איבערגעלעבט די קריעג האבן נאר

הרה"ח מגזע היחס רבי חיים יוסף (לאווי) אורענשטיין ז"ל
א זוהן פון רבי מרדכי מדעמעטשער – און ברודער מיט יבלח"ט טאהשער רבי שליט"א פון איין טאטן, ער האט זיך גערופען אורענשטיין אויף זיין מאמע'ס משפחה נאמען.
ווען ער איז נפטר געווארן פאר עטליכע יאהר צוריק דאהי. איז טאהשער רבי געקומען צו פארן צו זיין לוי' נישט מער געדאכט, געדענק איך.

און יבלחט"א

הרבנית לייפער תחי' אשת הרה"ח מגזע היחס ר' שמואל מאיר לייפער ז"ל
שוועסטער מיט'ן טאהשער רבי'ן שליט"א


כ"ק מרן הרה"ק טאהשער רבי שליט"א ה' יאריך ימיו ושנותיו עביגו"צ

דער טאהשער רבי שליט"א וואס טראגט דעם הייליגן נאמען פון זיין עלטער זיידן השרף רבי משולם פייש, איז א תלמיד מובהק פון זיין גרויסן זיידן רבי אלימלך מטאהש, און פון זיין פעטער דער באר מנחם פון קאלוב.

דער טאהשער רבי איז געבוירן אין שנת תרפ"א-תרפ"ב לאויט"א עמו"ש, ער האט זיך אסאך געווייקט ביים זיידן רבי אלימלך, און זיך דארט קונה געווען שלימות אין תורה ועבודה, און אין גרויס צדקות, מיט'ן קירוב לבבות לעבודת ה', און אויסטערלישע אהבת ישראל.

רבי אלימלך דער זיידע האט נאך יונגערהייט איהם ארויסגעוויזן גרויס חביבות, און געלאזט הערן אז דער וועט נאך זיין א גרויסער רבי און פועל ישועות.

אין די שווערע צייטן איז ער געווען אין די ארבייטס לאגערן, און האט זיך דארט אויבגעציכענט מיט זיין גרויס קדושה און זיין גרויס עבודת ה' וחסידות אפילו אונטער די רשעים.

נאך די קריעג האבן איהם די שארית הפליטה תלמידים חסידים ומעריצים פון בית טאהש פארבעטן איבערצונעמן דאס רבנות אין נירעדהאז ווי עס האבן זיך נאך די קריעג באזעצט א היבש בילס אידן, דער טאהשר רבי האט זיך באזעצט אין ניערדהאז און איז ארט שטארק טעטיג געווען צו צוריק איפבוי פון די ביסל אונגארישע קהלות נאכ'ן גרויסן חורבן.

נאך עטליכע יאהר ווען דער קאמוניסטישער רעזשים אין די מזרח אייראפעיאשע לענדער האט זיך געשטארק, און דאס איישע לעבן איז געווארן אלתץ שווערער, האבן אידן אנגעהויבן צו פארלאזן די מזרח אייראפעעער לענדער, און אוועק געוואדנערט איבער די גרויסע ימים, איז דער טאהשער רבי דאן אנגעקומען קיין מאנטריאל אין קאנאדא, ווי ער האט אהין אריבער גפירט און איבערגעפלאנצט דאס טאהשער חסידות, אין זיין בית המדרש וואס איז באלד געווארן א ציציאונגס פונקט פאר חסידישע אידן פון די גאנצע שטאט, און אויך פון ניו יארק און אימעטום.

אין שנת תשכ"ג-כ"ד האט דער טאהשער רבי מיט נישט פארשטענדליכע הימלישע כוחות אן סייעתא דשמיא מייסד געווען זיין הייליגע קרי' "קרית טאהש", מיט אייגענע מוסדות הק', וואס זענען זיך צובליעט און צעוואקסן בליעה"ר צו אן אימפעריע פון תורה וחסידות, מיט תלמידים וחסידים און בתי מדרשים איבער מערערע שטעט אין די וועלט. און א גרויס געפארכעץ פון טויזענטער אידן וועלכע קומען אויף שבתים ימים טובים, און צו באקומען ברכת קדשו און גיבן א קוויטל.

כלל ישראל בעט לקיים בנו חכמים ישראל, פונעם טאהשער רבי'ן וואס איז פון די געציילטע פארבליבענע שרידי דור הישן, און א פארצייטישער רבי און צדיק, ה' יאריך ימיו ושנותיו בנעימים, ויחזק בריאות גופו הטהור ברפואה שלימה ובריאות השלימות.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

badatz האט געשריבן:
חייקל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:B"H

you dont know who i am.
my SHVER was tumer venelam for 2 years in the big city of tosh.
my father saw rab meilech K"G cheshvan in tosh .
and iam a reletiveto tosh .
and i was by my ZEIDAS KEIVER RAB FEISH IN TOSH
and i have two EINIKLECH named after the babe mindel.
so ich ken mich farhern mit dir dir vegen tosh.
avaday is rab meilech geven a baal mofes.
on PURIM there was an OLEM LEFI ERECH.
BUT HOW ABOUT SHABES CHANIKE, SHEVUOS THE TZWEITE TEG SIKOS.
mein liber YEDID mein SHVER WAS THERE for 2 years.
RAB YAAKOV CHAYIM AMSEL MY COUSIN who was from DEMETCHER a dorf leben di grose shtut tosh
hot mir asach dertzeilt.
this is not taking away from the tzidkos of rab meilech.
but olemos is an andere zach.


כבוד הרב בנן של קדושים רבי בד"ץ שליט"א

איך האב געשריבן
חייקל האט געשריבן: אידן זענען געקומען צו פארן להסתופף בצילו וליהנות מזיוו פון איבערן גאנצן לאנד.

ב



אינדערהיים אין רוב רבי'שע הויפן איז נישט געווען דעס מין געפארעכץ ווי היינט, אין פוילן איז יא געווען מער, אבער ביי די מערהייט רבי'ס נישט.

ווער רעדט א דור צוויי פריער, די תלמידי הבעש"ט ותלמידי תלמידיו, איז נישט געוען דער מושג פון אזא עולם, ניטאמאל קיין הונדערטער. צענדליגער האט געהייסט א גרויסער עולם.
אבער נישט לויט דעם וערט געמאסט זייער גרויסקייט

און יא קיין טאהש איז געוען א גרויס געפארעכץ, נישט עטליכע באסעס אויף יעדן שבת, אבער מען איז אסאך געפארן אהין לויט די אינדערהיימ'ישע השגות.

ודי בהערה זו. און אדרבה אז דו קענסט יא לייג צו א פלייצע
לעצט פארראכטן דורך חייקל אום זונטאג דעצעמבער 21, 2008 4:40 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א גרויסן יישר כח ר' חייקל פאר די דעטאלן, עטליכע שאלות נוספות;

ר' חיים יוסף אורענשטיין, וואו האט ער געוואונט? איז ער געווען א רב/רבי וכדו'?
ביי וועם איז הרה"צ מטאהש שליט"א אן איידעם?
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

אויף דיינע אנדערע שאלות

מיללער האט געשריבן:דער טאהש'ער רבי האט געהאט דא געשוויסטער, לויט וויך דענק א שוואגער וויינגארטן, איז ער געווען א איידעם ביי ר' מרדכי?

ביי וועם איז הרה"צ מטאהש שליט"א אן איידעם?

דער טאהשער רבי שליט"א איז געווען אן איידעם (בזיווג ראשון) ביי הרה"צ רבי יודא'לע וויינגארטן זצ"ל בסוף ימיו א שם דבר אין ירושלים עיה"ק, מגזע הרה"ק הנועם אלימלך מליזענסק זי"ע, די וויינגארטנס זענען געווען שוואגערס מצד די טאהשער רביצין ע"ה.
אויך הגה"ח ר' יו"ט ליפא ווייס שליט"א מו"ל פון די מונקאטשער זמירות, און פאטער פון די אחים ווייס השמשים שיחיו, איז געווען אן איידעם אויפן זעלבן ארט.
ר' ליפא וואוינט אין טאהש אלע יארן, און כאטש ער איז אליין א שיינער תלמיד חכם, און א איד וואס האט מסיים געווען ש"ס מערערע מאל, האט ער זיך מפרנס געווען מיגיע כפו, און פארקויפט מזונות. ווען כ'האב געלרענט דארט אין די ישיבה, פלעגט זיין אונזער 'טריעט' צו גיין קויפן קאקאש קעיק ביי ר' ליפא.


מיללער האט געשריבן:איז פארבליבען חיבורים לבית טאהש?


קיין ספרים חיבורים בכתב ידם האבן די טאהשער צדיקים נישט איבערגעלאזט בדפוס תורה שבכתב, אין געציילטע ספרים ווערט געברענגט משמם הק' תורות ועובדות. אבער דער עיקר איז פארבליבן אסאך תורה שבעל פה.

עס איז דא א ספר "פאר משולם" תולדות פון הרה"ק רבי משולם פייש מטאהש זי"ע, וואס איז שפעטער געדרוקט געוארן אינאיינעם מיט א ספר "פורים המשולש בטאהש" ע"י הר"ח רבי משה יוסף פרידלענדער ז"ל (כ'האב דאס שוין פריער דערמאנט עטליכע מאל) תולדות און בעיקר איבער דריי יאהר פורים בצלו פון רבי אלימלך מטאהש זיעועכ"י, ביידע ספרים זענען נישט בנמצא היינט, עס איז א יקר המציאות.

אין די דריי ספרים פון ספה"ק "עבודת עבודה" פון טאהש'ער רבי'ן שליט"א שיחות קודש - אמרות קודש (אידיש) - דברות קודש ווערט געברענגט אן אוצר פון דברי תורה און עובדות פון די צדיקי בית טאהש.

אויך אין די מייסטערווערק ספרים "זמירות עבודת הלוי - ילקוט הרועים" אויף שבת - ימים טובים - און א באזונדערע הגדה של פסח, וואס זענען מעשי ידיו להתפאר פון דעם טייערן חסידי'שן אינגערמאן א נצר חוטר מגזע צדיקי בית טאהש הרב ר' מרדכי יצחק סג"ל טירנויער ז"ל (מער וועגן איהם אין אשכול פון רבי חיים שלמה מחוסט), וואס זענען מלא וגדוש מיט תורות סיפורים עובדות און מנהגים פון די צדיקי בית טאהש קאסאן קאמארנא זידיטשוב ראזלא והמסתעף.

אויך איז לעצטענס ארויסגעקומען צוויי בענדער פון ספרי תולדות אויף אידיש מעשה ביכלעך פון די צדיקי בית טאהש, "דער שרף פון טאהש", און "רבי אלימלך מטאהש", א שיינע ארבייט פון די מוצאי ספרי קודש לבית טאהש אין קרית טאהש.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

מיללער האט געשריבן:א גרויסן יישר כח ר' חייקל פאר די דעטאלן, עטליכע שאלות נוספות;

ר' חיים יוסף אורענשטיין, וואו האט ער געוואונט? איז ער געווען א רב/רבי וכדו'?


דו פרעגסט שנעלער ווי איך קען ענטפערן :smile:

די אנדערע שאלה האב איך שוין געהאט געענטפערט, האב איך דארט אריינציטירט די שאלה.

ר' חיים יוסף איז נישט געווען קיין רבי רב, ער איז געווען א חשוב'ער בעל הבית, געוואינט אין בארא פארק, און געדאווענט אין ארטיגן טאהשער בית במדרש.

ר' חיים יוסף איז געווען שטארקע רודף צדקה וחסד, ער האט אסאך געהאלפן זיין ברודער דעם רבי'ן אין די ערשטע יארן, און זיין נאמען האט פיגורירט גאר פראמינענט אויף אלע משולחים ליסטעס אלץ "טאהשער רבי'ס ברודער" כאטש רוב האבן ניטאמאל געוויסט זין שייכות קיין טאהש, און זיך געווינדערט וואס עפעס מען רופט איהם אזוי.... ער האט זייער שיין אויף גענומען יעדן איד, און פארטיילט פיל צדקה בסבר פנים יפות.

זיין זוהן איז הרה"ח ר' יצחק אורענשטיין הי"ו הולך בדרכי אבותיו, אויך גאר א חשוב'ער רודף צדקה וחסד, וואס האט אויפגעשטעלט שיינע חסידישע דורות לתפארת בית אבותיו.

מען דערציילט אז ווען זיין ברודער דער טאהשער רבי איז ארויסגעקומען קיין קאנאדא האט ער עם מיט זיין גוט הארץ פארשאפט א גוטן דזשאב, און ערקלערט פאר'ן רבי'ן אז דאהי גייט נישט די זאכן ווי אין דערהיים, און אז מען האט נישט קיין זשאב האט מען נישט פון ווי צו לעבן.... דער רבי האט זיך שטארק באדאנקט, און אנגעגאנגען מיט זיין עבודה, פון דאווענען און פראווען עבודת ה' א גאנצן טאג... גאנץ שנעל האט דער ברודער איינגעזעהן אז דעם טאהשער רבינ'ס פול טיים דזשאב איז עבודת ה'. און פאר זיין פרנסה זארגט שוין דער זן ומפרנס לכל בשר, ווי ס'שטייט ולא ראיתי צדיק נעזב....
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
גד
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2008 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גד »

ר' חיים יוסל'ס מאמע איז געווען א טאכטער פון ר' ישראל מרדכי ארענשטיין קערעסטורער רב, א שטיף זון ביים מהר"ם שיק,, נאכדעם וואס דער מהרם שיק האט חתונה געהאט זיווג שני, מיט זיין פאטער ר' חיים אברהם דער בארדיובער רב.
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

יישר כח פאר מיללער, בד"ץ, אלף-בית, קענסט-מיך, און גד פאר זייערע הוספות

אנטשולדיגט מיר פאר די ספעלינג מיסטעיקס, דאס פאסירט ווען מען שרייבט שנעל טראכטענדיג, אז ס'וועט זיין א מעגליכקייט וועט מען דאס פארריכטן אי"ה
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

חייקל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
חייקל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:B"H

you dont know who i am.ן דעס מין געפארעכץ ווי היינט, אין פוילן איז יא געווען מער, אבער ביי די מערהייט רבי'ס נישט.

ווער רעדט א דור צוויי פריער, די תלמידי הבעש"ט ותלמידי תלמידיו, איז נישט געוען דער מושג פון אזא עולם, ניטאמאל קיין הונדערטער. צענדליגער האט געהייסט א גרויסער עולם.
אבער נישט לויט דעם וערט געמאסט זייער גרויסקייט

און יא קיין טאהש איז געוען א גרויס געפארעכץ, נישט עטליכע באסעס אויף יעדן שבת, אבער מען איז אסאך געפארן אהין לויט די אינדערהיימ'ישע השגות.

ודי בהערה זו. און אדרבה אז דו קענסט יא לייג צו א פלייצע

B"H
1st I made a mistake my father saw rab melech K"G cheshvan in kosonand he came to his nephew der HEILIGER OR MALEHS tish.
it was on thursday night .and for shabes he traveld to dobrony,
CHEIKELE
i am not talking such olem like satmer or munkatch.
but how about like koson. that was realy a young chasides. IN HOT ZICH UNGEFANGEN OF TZI ARBETEN.
even the nephews of rab meilech like rab aron dobroyner and all of his children were fabtente KOSOYNER chasidim.
I WOULD LIKE TO ASK A QUESTION ?
tosher chasidim writte thatbig rabones were offerd to rab meilech.
PLEASE COULD YOU NAME ME A NAME OF A CITY
cheikele you writte that rab meilech learnd with his shver the gaon der svalyever ruv evry night till 12 oaclock.and than went over to the tish of rab shlomele der ruv. who pravet a tish evry night.
this BELOSHON NEKIYA NOT TRUE
rab shlomele didnot fir a tish evry night .
check it out in munkatch..

HEMSHECH YUVOY
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

badatz האט געשריבן:B"H
1st I made a mistake my father saw rab melech K"G cheshvan in kosonand he came to his nephew der HEILIGER OR MALEHS tish.
it was on thursday night .and for shabes he traveld to dobrony,
CHEIKELE
i am not talking such olem like satmer or munkatch.
but how about like koson. that was realy a young chasides. IN HOT ZICH UNGEFANGEN OF TZI ARBETEN.
even the nephews of rab meilech like rab aron dobroyner and all of his children were fabtente KOSOYNER chasidim.
I WOULD LIKE TO ASK A QUESTION ?
tosher chasidim writte thatbig rabones were offerd to rab meilech.
PLEASE COULD YOU NAME ME A NAME OF A CITY
cheikele you writte that rab meilech learnd with his shver the gaon der svalyever ruv evry night till 12 oaclock.and than went over to the tish of rab shlomele der ruv. who pravet a tish evry night.
this BELOSHON NEKIYA NOT TRUE
rab shlomele didnot fir a tish evry night .
check it out in munkatch..

HEMSHECH YUVOY


כ'על מקדים זיין, געדענק! ראשית, לא שמענו ולא ראינו אינו ראי'. און כ'נעם אן אז דו פרעגסט ווייל דו ווילסט פשוט וויסן די פאקטן, נישט אז דו האסט עפעס אנדערע חשבונות... ווייל אויב יא, האב איך נישט קיין שום פראלבעם דערמיט, און כ'וואלט נישט געענטפערט, נאר יענעם געלאזט בלייבן גערעכט. ואתכם הסליחה.


אקעי, מ'עט פרובירן צו משיב זיין על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.

עס איז ידוע אז אלע רבי'ס זענען געווארן גרויסע רבי'ס נישט פון זיצן אינדערהיים, צומאל האט מען אינדערהיים בכלל נישט געהאט אזא עולם, דער עיקר איז געווען די נסיעות וואס מען איז געפארן פראווען שבתים אין דער פרעמד, פון דארט האט מען קונה געווען חסידים, און ס'איז געוואקסן ס'רעביסטעווע.

רבי אלימלך מטאהש איז כמעט נישט געפארן אויף קיין שבתים צו אנדערע שטעט צו זאמלן געלט אדער פראווענען. ער האט נישט געזוכט ס'זאל וואקסן דער עולם, ראשית ווייל ער איז געווען זייער א בעל בית'שער רבי, וואס האט זיער מקפיד געווען אויף זיין פונקטליכע סדר היום, ער האט זיך געלייגט פרי, אויפגעשטאנען חצות און געלערנט א גאנצע נאכט. ארום פארענדיג, אדער אז ס'קומט א גרויסער עולם, וועט ער געשטערט ווערן פון זיין סדר היום, האט ער דאס נישט געוואלט.

שנית, און דאס איז געווען דער עיקר טעם, ווייל ער האט אזוי מקבל געווען פון ר' אליעזר'ל קאמארנער זצ"ל זיין רבי מובהק, וואס האט אים געזאגט "אוודאי וועט מען קומען צו דיר, אבער דו זאלסט נישט ארום פארן". און ער האט אים געזאגט בזה"ל; "אז דו וועסט ארומפארן פראווען, וועט מען רייסן היטן מיט שטריימלעך און בעקיטשעס, מען וועט דיך מכבד זיין ווייל דו ביסט דאך דעם טאטען'ס א קינד. אבער עס וועט גארנישט ווערן דערפון..." ד.ה. צו עבודת השם וועט דאס נישט צוהעלפן, עס וועט אים שטערן אין זיין עבודה.

דערפאר איז כמעט נישט געפארן, חוץ ממש געציילטע מאל ווען ער האט איינגעוויליגט צו פארן אמאל, אדער אז די קינדער האבן זייער שטארק איינגעבעטען ער זאל פארן אויף א שב"ק איז ער געפארן.

אמאל איז ער נאך לאנגע הפצרות געקומען קיין קליינווארדיין פראווען א שבת, איז ער אנגעקומען אין שטאט פרייטאג נאכמיטאג, דער שטייגער פלעגט זיין אז די רבי'ס זענען געקומען עטליכע טעג פאר שב"ק און פארבליבן ביז סוף וואך נאך שבת, און ער האט שוין מוצש"ק אדער זונטאג געוואלט אהיימפארן, מען האט איהם זייער שטארק איינגעבעטן ער זאל נאך בלייבן איז ער קוים געבליבן ביז מאנטאג-דינסטאג.

ווען הרה"צ ר' מאיר יוסף מ'קרעסערטיר זצ"ל האט חתונה געמאכט, האט ער מכבד געווען רבי אלימלך'ן דעם טאהשער רבי'ן מיט סידור קידושין און האט אים אויך געלאדענט אויף שבת שבע ברכות, רבי אלימלך איז טאקע געפארן און מסדר קידושין געווען, אבער תיכף ומיד נאך די חופה האט ער געזאגט אז ער מוז שוין אהיימפארן און איז נישט געבליבן אויף שב"ק.

אויך אין דיארמעט איז רבי אלימלך געווען אמאל אויף שב"ק, - דער דיארמעטער רב הגה"צ ר' וואלף גינצלער זצוק"ל, איז געווען א גרויסער חסיד וידיד פון הרה"ק ר' אלימלך (אגב; ס'איז דא א מורא'דיגער בריווו פון גודל מעלות השמחה, וואס רבי אלימלך האט געשריבן צו אים - ער פלעגט אליין צו וויילן עטליכע מאל א יאר אין טאהש להסתופף בצילו ווי אויך פורים), ר' וואלף האט חתונה געמאכט א טאכטער מיט הרה"צ ר' יעקב הלוי יונגרייז זצ"ל, דער לעצטער דיארמעטער רב (מ"מ חותנו) און ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן ר' אלימלך מיט א סידור קידושין און אים געלאדענט אויף שב"ק, די חתונה איז געווען אין א דאנערשטאג נאכט, און ר' אלימלך איז דאס מאל יא געבליבען אויף שב"ק ס'איז דא א העתק פון די פלאקאטן וואס די ראשי וטובי הקהל האבן ארומגעשיקט מיט די פרייליכע ידיעה אז דער טאהשער רבי וועט זיין אויף שבת אין דיארמאט.

יענעם שב"ק איז פארגעקומען דארט אן אינטערעסאנטע מעשה, דער דיארמעטער רב פלעגט דאס דערציילן, ווי אויך געדענקט דאס הרה"ח ר' אשר לעמל שווארטץ, עס איז אריינגעקומען צום רבי'ן א טאטע און א מאמע און זייער געוויינט אז זייער זון וואקסט ל"ע א בן סורר ומורה, ער דאווענט נישט, ער לערנט נישט, ער לייגט שוין נישט קיין תפילין רח"ל, ער עסט וואס עס לאזט זיך - עס איז זייער ביטער מיט אים, האט דער רבי זיי בארואיגט זאגענדיג, זארגט נישט ברענגט אים אריבער פרייטאג צונאכטס צום טיש, און עס וועט אי"ה זיין אלעס אין ארדענונג, איר וועט נאך זען פון אים אסאך נחת, די עלטערן זענען ארויס פון דארטען פול מיט אמונה און בטחון אז אין זכות פון דעם צדיק וועט זיי דער באשעפער זיכער העלפן.

דערווייל זענען זיי אהיימגעגאנגען און אנגעהויבן צו פארציילן אין שטוב פון דעם רבי'ן וואס איז געקומען אין שטאט און עס וועט קומען א גרויסער עולם אויף שב"ק פון די געגענט צו זיין אינאיינעם אויף שב"ק מיט'ן רבי'ן, אבער דער בחור האט זיך געמאכט נישט הערנדיג און עס האט אים קנאפ אינטערעסירט די גאנצע מעשה, ער האט געהאט א סאך וויכטיגערע זאכען פון דעם צו ערלעדיגען פרייטאג צונאכטס.
די עלטערן האבן נאך אלץ געהאפט אז אפשר וועט זיך ביי אים אויפוועקן די נייגעריקייט, אבער דער בחור האט בכלל נישט געטראכט פון גיין צום טיש.
די עלטערען זענען פרייטאג צונאכטס נאכן טיש אריינגעקומען צום רבי'ן מיט א גרויס געוויין אז ער זאל רחמנות האבן אויף זיי און אים פארציילט אז דער בחור האט בשום אופן נישט געוואלט קומען צום טיש. האט דער רבי ווייטער זיי שטארק בארואיגט, און געפרעגט צי עס איז דא אן עירוב אין שטאט, האבן זיי געזאגט אז יא. האט ער זיי געזאגט, איר זאלט קומען מארגן צום טיש און איך וועל אייך געבן א שטיקל קוגעל און איר זאלט עס אהיים טראגן פאר אייער זון און דער אייבישטער וועט העלפן איר וועט נאך זען א סאך נחת, זיי זענען ארויס פון דארט מיט אסאך חיזוק און קוים געקענט ווארטן אויף שב"ק בייטאג.

בייטאג זענען זיי געקומען צום טיש און דער רבי האט זיי געגעבן קוגעל און זיי זענען אהיימגעלאפען מיט א שמחה גדולה, ווייל דאס האבן זיי געוויסט אז דער זון עסט וואס עס לאזט זיך, אבער דערווייל האבן זיי געהאט א גרויסען טעות, זיי האבן אים געגעבן א שטיקל קוגעל, און אנשטאט דאס אויפעסען האט ער דאס אראפגעווארפן און בשום אופן נישט געוואלט פון דעם טועם זיין.
די עלטערן זענען תומ"י צוריקגעלאפן, דער רבי האט נאך געהאלטן אינמיטן פירן דעם טיש, און דער טאטע איז אריינגעקומען מיט א גרויס געוויין אז דער רבי זאל אים העלפן, דער זון וויל בשום אופן נישט עסן פון די שיריים. האט דער רבי באפוילן אז מ'זאל אריינברענגען נאך א שטיקל קוגל און ער האט געזאגט פארן טאטן, זארגט נישט איר זאלט אריינלייגן דעם קוגל אין א טעלער זופ אזוי אז אייער זון זאל נישט קלערן דערפון און איר וועט זען אי"ה ביי אים אסאך נחת.

דער סוף פון דעם איז געווען, אז פון ווען ער האט אויפגעגעסן די טעלער זופ, איז ער געווארען נהפך לאיש אחר, דער דיארמעטער רב ז"ל פלעגט זאגן אז ער איז געווארן פון די איידעלסטע בחור ביי זיין שווער אין ישיבה.

דער ערשטער טאהשער רבי, רבי משולם פייש האט נאך פארפירט מעשים און זיך געקוויטעלט ביי די צדיקי הדור ווען מען געבויעט די באן אין אונגארן, אז אין טאהש זאל מען נישט מאכן קיין סטאנציע, ווייל אז ס'וועט זיין גרינג אנצוקומען צו איהם, וועלן צו פיל מענטשן קומען צו פארן, און זיי וועל איהם שטערן פון זיין עבודה...

על כל פנים, דער טאהשער רבי האט נישט געזוכט צו פראווען, און נישט צו האבן קיין גרויסן עולם. און ער האט טאקע נישט געהאט קיין גרויסן עולם אויפן שטייגער פון די גרויסע חסידות'ער.

כ'האב אמאל געהערט אז אין טאהש ווערטלט מען זיך אז נאך היינט ליידט מען פון דער ברכה פון רבי אליעזר'ל קאמארנער, טאהש'ער רבי איז א וועלטס רבי, מען רייסט היטן שטריימלעך בעקיטשעס, און דרייט איבער די וועלט ווי ער קומט, און פארט איז דאס טאהשער חסידות נישט געווארן קיין ריזן חסידות א שטייגער ווי אנדערע....
בדרך הטבע קען זיין, ווייל דער טאהשער רבי האט צוטיילט אזויפיל געלט פאר אנדערע מוסדות און רבי'ס, צו בויען זייערע קהלות און מוסדות, אנשטאט בויען זיך אליין, ווי אנדערע טוען.

אויף דיינע צוויי אנדערע שאלות,

1. וועלכע גרויסע רבנות'ן מען האט אנגעטראגן פאר רבי אלימלך. - וואס דו מיינסט דערמיט דאס אפצואווענדן
2. אז דער שם שלמה האט געפירט יעדן טאג טיש כמנהג צאנז, וואס דו שרייבסט מיט א זיכערקייט אז ס'איז שקר.

וועל איך דיר ענטפערן די זעלבע תשובה, די ביידע זאכן דערציילט כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, כ'האב דאס ביי א געלעגענהייט אליין געהערט פון איהם מפה קדשו, און עס איז אויך געדרוקט אין זיינע ספרים "עבודת עבודה". דער טאהשער רבי איז דער מקור דערויף, און אפילו איך קען דיר נישט זאגן נעמען פון שטעט, אויך די מעשה מיט'ן שם שלמה דערציילט דער טאהשער רבי מערערע מאל, איז ביי מיר טאהשער רבי נאמן אלץ מקור מוסמך אז די מעשה איז אמת ויציב.

א פרייליכן חנוכה!
לעצט פארראכטן דורך חייקל אום זונטאג דעצעמבער 21, 2008 8:43 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

B"H

cheikele N"Y
you dont under stand .bevaday is mein feter RAB MEILECH geven a baal mofes and a heiliger yid vechulu vechulu
but he was not considered a manhig . oder gefirt a chasides.
do you remember rab cheskele mertz ztza"lwho was a kedosh elyon but not a rebbe with chasidim.
the same thing RAB ITZIKEL PSHEVORSKER ZATZA"L
if you know a little bit of history you know what iam talking about.
about the gadlus of rab MORDECHAI DEMETCHERER i dont know only what my cousin rab yaakov chayim zatza"l amsel<friedman told me.
his father was SHATZ MATZ in DEMETCHER
by the way way i have in my library thousands of seforim and never saw a SHEAILA OR TESHUVA from rab mordchai.
HEMSHECH YUVOY.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”