בלאט 4 פון 4

צרור המור .

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 10, 2014 3:39 pm
דורך רימנובער אייניקעל
ווען די רבי רבי ברוכל האט משדך געווען זיין טאכטער הרבנית הצדקת רייזל'ע מיט רבי בער'לע זון פון הרה"ק רבי שלמה קארלינער זיע"א,האט זיך רבי שלמה אינטערגענומען צו געבן נדן,און די חסידים האבען עס צוזאמגעקליבן און געברענגט צום רבי'ן,און רבי שלמה האט עס אויסגעטיילט צו צדקה,און די חסידים האבן צאמגעקליבן אזוי דריי מאל,און ער האט אויסגעטיילט די גאנצע געלט,אין די סומע פון פיר הונדערט גילדין פאר פדיון שבוים,און ממילא איז ער געפארן צום חתונה אן א'גראש'ן אין זיין קעשענע,און די רבי רבי ברוך האט נישט גערעדט דערפון און נישט געבעטן די נדן.

ווען רבי שלמה האט זיך געזענגט פון זיין זון רבי בער'לע,האט אים זיין זון געפרעגט,טאטע וואס זאל איך טוהן ווען מיין שווער וועט מיך בעטן די נדן,האט ער אים גענטפערט,אז ער זאל זיך שטעלן ביי א'ווינקל,און זיך פארשטעלן זיין צורה ,און זיך אויסשמועסן זיין הארץ,און ס'וועט אים בעסער ווערן.

אמאל ווען די רבי רבי ברוכל האט געזאגט שיר השירים,אנקומענדיג צו דער פסוק "צרור המור",האט ער געווינקן רבי בער'לע מיט די פינגערס אז ער זאל אים ציילען געלט פון די נדן.

איז רבי בער'לע צוגעגאנגען צום ווינקל און געטוהן וואס זיין טאטע האט אים געהייסען.

נאך ווען ער האט גענדיגט שיר השירים, האט אים די רבי רבי ברוכל אזוי געזאגט,"וואס היינטיגיע אינגעלייט זענען,אז מ'זאגט זיי עפעס,פארמאסערן זיי גלייך פאר זייער טאטע'ן,איך האב נאר א'זאג געטוהן א'ווארט,האט ער שוין דערציילט דעם טאטע'ן.

פשט אין ברוך שאמר.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 10, 2014 4:37 pm
דורך רימנובער אייניקעל
די רבי רבי ברוכל פאר זיין הסתלקות,האט ער אזי געטיישט.

ברוך שאמר והיה העולם,אין והיה אלא לשון שמחה,ווען ברוך זאגט א'ווארט,ווערט א'שמחה אין אלע עולמות.
,ברוך גוזר ומקיים,ברוך צושניידט די שלעכטע גזירות פון כלל ישראל,ומקיים גוטע גזירות אויף די איד'ן,ברוך אומר ועושה,ברוך זאגט,און די אייבערשטער טוהט.

די גרויסע שול אין טולטשין

געשריבן: זונטאג מארטש 01, 2015 12:39 pm
דורך נחוניא
א לעגענדע פון שטאט טולטשין

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2015 1:42 pm
דורך יציב פתגם
מצבת "אשה זקנה מרת שרה בת ר' יוסף... נכד הרב הצדיק ר' ברוך מעזשביזשר"

1061546523_20b56d8181_z.jpg

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 8:07 am
דורך סוואליעווער אייניקל
מען גרייט זיך שוין צום יארצייט...
קען איינער ברענגן אפשר א קלארע רשימה פון קינדער פון הרה"ק הרבי ר' ברוך'ל זי"ע [אריינגערעכנט טעכטער און איידימער]
און עפעס בילדער פון זיין מצבה, חתימה וכדו'
איז דא עפעס בילדער פון זיין אלטע מצבה? פון זיין ביהמ"ד?
יישר כח

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 30, 2015 1:29 pm
דורך יענקל פאטאש

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 27, 2018 12:17 am
דורך מומחה יוחס
היינט בייטאג מאנטיג.
געוועהן די יא''צ פין דער רבי ר' ברוכ'ל ממעזיבוזש זי"ע ועכי''א
נכד חביבו פין די אור שבעת הימים דער הייליגע בעש''ט הק' זי''ע ועכי''א

געשריבן: מאנטאג ינואר 21, 2019 11:11 am
דורך יודל קליין
dovidal האט געשריבן: רבי שמואל טייך שליט"א רופט זיך פשעמישעל רבי - מוציא לאור ספרים של רבי ברוך ממעזבוזש
מי יודע יחוסו לרבי ברוכל?

געשריבן: מאנטאג ינואר 21, 2019 12:15 pm
דורך הסרפד
איך געדענק שוין נישט, איך האב עס א מאהל געזעהן אין זיינס א ספר, פיר פארשידענע וועגן אויב איך בין מיך נישט טועה (עכ"פ צום בעש"ט - אפשר נאר צוויי מאהל צום ר"ר ברוך'ל).