רבי ברוך ממעזיבוזש זי"ע - ח"י כסלו תקע"ב לפ"ק

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

צרור המור .

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך דעצמבער 10, 2014 3:39 pm

ווען די רבי רבי ברוכל האט משדך געווען זיין טאכטער הרבנית הצדקת רייזל'ע מיט רבי בער'לע זון פון הרה"ק רבי שלמה קארלינער זיע"א,האט זיך רבי שלמה אינטערגענומען צו געבן נדן,און די חסידים האבען עס צוזאמגעקליבן און געברענגט צום רבי'ן,און רבי שלמה האט עס אויסגעטיילט צו צדקה,און די חסידים האבן צאמגעקליבן אזוי דריי מאל,און ער האט אויסגעטיילט די גאנצע געלט,אין די סומע פון פיר הונדערט גילדין פאר פדיון שבוים,און ממילא איז ער געפארן צום חתונה אן א'גראש'ן אין זיין קעשענע,און די רבי רבי ברוך האט נישט גערעדט דערפון און נישט געבעטן די נדן.

ווען רבי שלמה האט זיך געזענגט פון זיין זון רבי בער'לע,האט אים זיין זון געפרעגט,טאטע וואס זאל איך טוהן ווען מיין שווער וועט מיך בעטן די נדן,האט ער אים גענטפערט,אז ער זאל זיך שטעלן ביי א'ווינקל,און זיך פארשטעלן זיין צורה ,און זיך אויסשמועסן זיין הארץ,און ס'וועט אים בעסער ווערן.

אמאל ווען די רבי רבי ברוכל האט געזאגט שיר השירים,אנקומענדיג צו דער פסוק "צרור המור",האט ער געווינקן רבי בער'לע מיט די פינגערס אז ער זאל אים ציילען געלט פון די נדן.

איז רבי בער'לע צוגעגאנגען צום ווינקל און געטוהן וואס זיין טאטע האט אים געהייסען.

נאך ווען ער האט גענדיגט שיר השירים, האט אים די רבי רבי ברוכל אזוי געזאגט,"וואס היינטיגיע אינגעלייט זענען,אז מ'זאגט זיי עפעס,פארמאסערן זיי גלייך פאר זייער טאטע'ן,איך האב נאר א'זאג געטוהן א'ווארט,האט ער שוין דערציילט דעם טאטע'ן.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מיטוואך דעצמבער 10, 2014 4:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

פשט אין ברוך שאמר.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך דעצמבער 10, 2014 4:37 pm

די רבי רבי ברוכל פאר זיין הסתלקות,האט ער אזי געטיישט.

ברוך שאמר והיה העולם,אין והיה אלא לשון שמחה,ווען ברוך זאגט א'ווארט,ווערט א'שמחה אין אלע עולמות.
,ברוך גוזר ומקיים,ברוך צושניידט די שלעכטע גזירות פון כלל ישראל,ומקיים גוטע גזירות אויף די איד'ן,ברוך אומר ועושה,ברוך זאגט,און די אייבערשטער טוהט.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

די גרויסע שול אין טולטשין

תגובהדורך נחוניא » זונטאג מארטש 01, 2015 12:39 pm

א לעגענדע פון שטאט טולטשין
צוגעלייגטע
בית המדרש בטולטשין.pdf
(220.47 KiB) דאונלאודעד 219 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך מארטש 25, 2015 1:42 pm

מצבת "אשה זקנה מרת שרה בת ר' יוסף... נכד הרב הצדיק ר' ברוך מעזשביזשר"

1061546523_20b56d8181_z.jpg

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 8:07 am

מען גרייט זיך שוין צום יארצייט...
קען איינער ברענגן אפשר א קלארע רשימה פון קינדער פון הרה"ק הרבי ר' ברוך'ל זי"ע [אריינגערעכנט טעכטער און איידימער]
און עפעס בילדער פון זיין מצבה, חתימה וכדו'
איז דא עפעס בילדער פון זיין אלטע מצבה? פון זיין ביהמ"ד?
יישר כח
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1096
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מאנטאג נובעמבער 30, 2015 1:29 pm


אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 12:17 am

היינט בייטאג מאנטיג.
געוועהן די יא''צ פין דער רבי ר' ברוכ'ל ממעזיבוזש זי"ע ועכי''א
נכד חביבו פין די אור שבעת הימים דער הייליגע בעש''ט הק' זי''ע ועכי''א
参考专家

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » מאנטאג ינואר 21, 2019 11:11 am

dovidal האט געשריבן: רבי שמואל טייך שליט"א רופט זיך פשעמישעל רבי - מוציא לאור ספרים של רבי ברוך ממעזבוזש
מי יודע יחוסו לרבי ברוכל?
זה הקטן גדול יהי'

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג ינואר 21, 2019 12:15 pm

איך געדענק שוין נישט, איך האב עס א מאהל געזעהן אין זיינס א ספר, פיר פארשידענע וועגן אויב איך בין מיך נישט טועה (עכ"פ צום בעש"ט - אפשר נאר צוויי מאהל צום ר"ר ברוך'ל).


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ליפשיטץ און 11 געסט