רבי ברוך ממעזיבוזש זי"ע - ח"י כסלו תקע"ב לפ"ק

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

רבי ברוך ממעזיבוזש זי"ע - ח"י כסלו תקע"ב לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

דער הייליגער טשארטקובער רבי זיע"א האט דערציילט: רבי לייב לעטיטשיווער איז געווען א בן בית ביים רבין ר' ברוכ'ל. ווי באקאנט פלעג ר' ברוכל צומאל זיך שטארק צובייזערן און שעלטן. פארשטייט זיך אז ער האט געהאט דערביי סודות און העכערע כוונות. איינמאל איז ר' ברוכ'ל געווען אזוי אין כעס, אז רבי לייב איז ארויסגעלאפן פון
שטוב פון גרויס שרעק.

זייענדיג אינדרויסן, איז צו אים צוגעקומען אן ארימאן, און געפרעגט אויב דער רבי איז איצט אין שטוב, און אויב מען קען צו אים אריינגיין. ר' לייב האט אים געגעבן שלום, און געפרעגט פון וואנעט ער קומט, און דער ארימאן האט דערציילט אז ער איז פון ארץ ישראל. ווי באקאנט איז רבי ברוכ'ל איז געווען זייער אומצופרידן פון די וואס פארן ארויס פון אר"י, דעריבער האט אים רבי לייב געזאגט: איך וואלט אייך נישט געראטן אריינצוגיין צום רבי'ן, וויבאלד ער בייזערט זיך איצט. דער ארימאן האט זיך אבער נישט צוטוהן געמאכט און איז יא אריין.

נאך עטליכע שעה ווען ר' לייב איז צוריקגעקומען צום רבי'ןס שטוב, האט אים ר' ברוך געפרעגט: "האסט געזען דעם איד פון ארץ ישראל?" האט אים ר' לייב געענפערט אז יא, און אז ער האט אים גע'עצה'ט נישט אריינצוגיין איצט. דערציילט אים דער רבי, אז דער ארימאן איז גאר געווען אלי' הנביא.

האט זיך דערויף דער הייליגער טשארטקובער רבי אויסגעדרוקט מיט וואונדער, "וואס זאגט איר אויף אזא סארט כעס פון דער רבי'ן ר' ברוכל, אז אינמיטן בייזער'ן זיך האט ער געהאט גילוי אלי'.

דברי דוד, ליקוטים, עמ' קי"ז.

--

הרה"ק רבי ברוך פון מעזבוזש האט געזאגט פאר'ן הייליגן רבי מרדכי לעכוויטשער זי"ע: איך וועל אייך דערציילן ווי גרויס עס איז דער כח פון אמונה, כדי איר זאלט וויסן אנצוזאגן דעם עולם דערוועגן.

איך האב געהאט א טייערער אינגערמאן אין ק"ק 'שדה לבן', און דער אינגערמאן איז געווען אן ערליכער און זייער חביב ביי מיר. מאכט זיך אמאל און דער אינגערמאן ווערט מסוכנ'דיג קראנק און הקב"ה האט צוגעפירט אז איך בין דאן אנגעקומען אין שטאט שדה לבן, איז מען געקומען צו מיר מיט א קוויטל דערמאנען דעם חולה.

איך האב זיך געשטעלט דאווענען מנחה, און איך האב דאן פארשטאנען אז עס טויג נישט דער מצב מיט דעם אינגערמאן. איך האב געהייסן הייצן די מקוה, און ווען איך בין געווען אין מקוה האב איך דארט אויך געזען אז ער אינגערמאן איז אין א שווערע צושטאנד. בין איך געגאנגען אים מבקר חולה זיין, און איך טוה א קוק געטוהן אין זיין געזיכט, און זעה אז עס איז שוין ח"ו נישטא קיין האפענונג. האב איך דאן אזוי געזאגט: דער אינגערמאן איז דאך אן איש כשר וישר, און 'איך גלייב באמונה שלימה אז ער וועט נאך געזונט ווערן און לעבן', כאטש איך ווייס נישט ווי אזוי. איך בין דאן באלד אוועקגעפארן, און געבעטן אז מען זאל מיר לאזן וויסן באלד ווען ער ווערט געזונט.

איך האב געשיקט מיינע גבאים יעדן טאג אין די גאס געוואויר ווערן פון די בעלי עגלות וואס זענען געקומען פון שדה לבן אויב עס איז אים בעסער געווארן. אבער מען איז יעדן טאג צוריקגעקומען זאגן אז עס איז נישט אנגעקומען קיין ידיעה.

נאך עטליכע טעג האט איינער פון די גבאים געזאגט פאר'ן צווייטן, פארוואס זאלן מיר ווארטן ביז דער רבי שיקט אונז געוואויר ווערן אין גאס אויב עס איז אנגעקומען א בשורה טובה פון שדה לבן, איך וועל איצט אליין גיין אין מארק געוואויר ווערן. דער גבאי האט טאקע אנגעטראפן א בעל עגלה, וואס האט אים געזאגט אז די נאכט איז אנגעקומען א פרוי פון דארט, און זי געפינט זיך אין יענעם גאסט הויז.

דער גבאי איז באלד געגאנגען צום אכסניא זיך נאכפרעגן אויפ'ן פרוי, און עס איז ארויסגעקומען א פרוי רייך-געקליידעט. ווען דער גבאי האט איר געפרעגט אויב זיך ווייסט צו זאגן פון יענעם אינגערמאן, האט זי א קרעכץ געטוהן און געזאגט: איך בין נעכטען געווען ביי זיין לוי'. דער גבאי איז נעבעך צוריק צום רבי'ןס שטוב מיט עגמת נפש.

דערציילט דער רבי ר' ברוכ'ל, נאך עטליכע שעה שיק איך רופן די גבאים און זאג זיי ווייטער אז זיי זאלן גיין אין גאס זיך נאכפרעגן אויפ'ן אינגערמאן. זאגט מיר יענער גבאי, אז ער האט נישט פארוואס צו גיין, ווייל ער איז שוין געוואויר געווארן פון יענע פרוי וואס איז געווען אויף זיין לוי', און אזוי דערציילט ער מיר די גאנצע מעשה.

ווען איך האב דאס געהערט האב איך געזאגט: רבש"ע, איז דען מיין אמונה גארנישט ווערט? איך האב זיך טאקע געשטארקט אין די אמונה און געזאגט פאר די גבאים: דער אינגערמאן וועט געזונט ווערן און לעבן, און די בעל עגלה און פרוי, זענען נישט קיין מענטשען, נאר כוחות פונעם ס"מ וואס זענען געקומען אפשוואכן מיין אמונה.

אויף צומארגנס איז טאקע געקומען א ידיעה אז דער אינגערמאן איז געזונט געווארן. פארשטייט זיך אז עס איז קיינמאל נישט געווען קיין שום לוי'. עס איז מיר קלאר, זאגט דער רבי ר' ברוכ'ל, אז די פרוי איז געווען די ס"מ אליין וואס איז געקומען פרובירן מיר אפשוואכן מיין כח האמונה, אבער אן ערפאלג.

הרה"ח ר' אלעזר דוב גימאן פון קאזניץ ז"ל, ספרן של צדיקים, מערכה ג', אות ג'.

--

מען דערציילט אז דער רבי ר' ברוכ'ל האט אמאל גענומען אין דעם האנט דער ספר הזוהר הק', און אויפגעמאכט דעם שער בלאט און אזוי געליינט: ספר הזוהר – דאס לעכטיגע ספר, מהתנא האלוקי – פון דער וואס לערנט אונז גאט, דאס איז דאך רבי שמעון בר יוחאי. ער האט דאן צוגעקוועטשט דעם הייליגן ספר צו זיין הארץ און געזאגט: רבי שמעון, איך קען דיך, און דו קענסט מיך!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי יוסף מיאמפלא זי"ע, איז געווען א מחותן מיט הרה"ק הרבי ר' ברוך'ל פון מעזבוזש זי"ע, זיין זון רבי יצחק איז געווען דעם רבי'ן ר ברוךלס איידעם, פלעגט רבי יוס'עלע יאמפלער האבן א מנהג צו קומען צו פארן צום רבי'ן רבי ברוך'ל צוויי מאל א יאהר אויף יעדן שבת פרשת בחקתי און שבת פרשת תבא, די שבתים וואס מען ליינט די תוכחה. און דער רבי ר' ברוך'ל פלעגט אים נאך שבת פארן באגלייטן א היבשן וועג ארויס פון די שטאט אויפ'ן וועג אהיים. שבת פרשת תבא שנת תקע"א, איז אויך רבי יוס'עלע יאמפעלער געווען אין מעזיבוזש. נאך שבת, ווען דער רבי ר' ברוך'ל האט אים געדארפט פארן באגלייטן ווי געווענליך, האט ער באפוילן אז קיינער זאל נישט מיטקומען, אויך נישט זיין איידעם רבי איציקל (דער זון פון ר' יוס'עלע יאמפעלער) וועלכער פלעגט שטענדיג מיטפארן באגלייטן זיין טאטן. אפילו דער אנטרייבער, דער בעל עגלה, זאל דאס מאל אויך נישט זיין קיין איד, נאר א גוי זאל זיין דער בעל עגלה. אזוי איז טאקע געווען דער רבי ר' ברוך'ל איז אליין געפארן באגלייטן דעם מחותן זיין איידעם רבי איציקל האט זיך אבער נישט געקענט איינהאלטן האט ער גענומען א וואגן און איז נאך געפארן דעם וואגן פון זיין טאטן און שווער. האט ער געזען ווי נאך א צייט פארן האבן זיי זיך אנגעשטעלט ביי א וואלד, די ביידע צדיקים זענען אריינגעגאנגען אין וואלד, אין רבי איציקל איז זיי נאכגעגאנגען שטילערהייט. האט ער געהערט ווי זיין שווער דער רבי ר' ברוך'ל זאגט פאר זיין טאטן רבי יוסעלע יאמפעלער: "מחותן! עס איז דא א גרויסער קטרוג אין הימל, און עס איז נישט דא קיין אנדערע עצה נאר אז צוויי פון די צדיקי הדור זאלן נסתלק ווערן, איך זעה נישט אז דאס זאל זיין קיין אנדערע נאר מיר צוויי, איך בין שוין גרייט דערויף, בעט איך אייך איר זאלט אויך מסכים זיין דערצו נסתלק צו ווערן פון דער וועלט כדי עס זאל אפגעטוהן ווערן דער קטרוג פון די.וועלט". רבי יוס'עלע האט קודם נישט געוואלט מסכים זיין, זאגענדיג אז מען דארף זוכן אן אנדערע עצה ווי אזוי מבטל צו זיין דעם קטרוג, אבער ענדליך האט ער אויך מסכים געווען אז זיי זאלן ביידע אוועק גיין פון דער וועלט דאס קומענדיגע יאהר ווען רבי איציקל, וועלכער איז געשטאנען אונטער א בוים און אלעס אויסגעהערט, האט געהערט אז ער גייט דאס יאהר פאר'יתומ'ט ווערן פון זיין טאטן און שווער, האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן און פון גרויס צער האט ער ארויסגעלאזט א גרויסן קרעכטץ. ווען רבי ברוך'ל האט דאס געהערט האט ער זיך אויסגעדרייט און ווען ער האט געזען אז זיין איידעם שטייט דארט האט ער אים געזאגט: "אויב וועסטו מיר געבן א תקיעת כף אז דו וועסט קיינעם נישט דערציילן פון דעם שמועס ביז נאך זיין פטירה, איז גוט, אויב נישט..." רבי איציקל האט אים געגעכן א תקיעת כף, און דער רבי ר' ברוך'ל איז צוריק געפארן מיט אים אין שטאט.די צוויי צדיקים האבן זיך געזעגנט און זענען אהיים געפארן. דאס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס זיי האבן זיך געטראפן, ווייל דריי חדשים שפעטער, ח"י כסלו שנת תקע"ב לפ"ק האט דער רבי ר' ברוך'ל צוריק געגעבן זיין הייליגע נשמה פאר'ן אדון כל נשמות. און די צוויי צדיקים האבן זיך מער נישט געטראפן, כאטש רבי יוס'עלע יאמפלער איז שוין געווען אונטערוועגנס קיין מעזיבוזש, דאס איז געווען ווען ער האט געהערט אז דער רבי ר' ברוך'ל איז נישט געזונט, און ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין מעזיבוזש אים צו פארן באזוכן, אבער ווען ער איז אנגעקומען אין די שטאט טשערנאסטעראה האט ער מרגיש געווען אז דער רבי ר' ברוך'ל איז שוין נסתלק געווארן, האט ער זיך אויסגעדרייט און איז צוריק געפארן אהיים. בעפאר דער רבי ר' ברוך'ל איז נסתלק געווארן האט ער געהייסן מען זאל שיקן דריי פון זיינע חפצים, די תפילין דרבינו תם, דעם שטעקן, און נאך עפעס א זילבערנעם חפץ, פאר זיין מחותן רבי יוס'עלע יאמפעלער, כדי ער זאל זאגן נאך אים קדיש. מען האט אזוי געטוהן. נאך די שבעה האט ער באקומען די דריי חפצים פון רבי'ן ר' ברוך'ל. איין קדיש האט ער אינגאנצן געזאגט נאך אים, יענעם פרייטאג צו נאכטס נאך דעם וואס ער האט באקומען די ידיעה. און גלייך נאכדעם איז ער אויך נישט געזונט געווארן און איז עטליכע וואכן שפעטער נסתלק געווארן, כ"ד טבת שנת תקע"ב לפ"ק.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ר' זיידעניו, עצה טובה קמ"ל, שרייב ביטע אייערע מקורות, אזוי וואו ר' יודל הנ"ל.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך האב געהאט א טייערער אינגערמאן אין ק"ק 'שדה לבן', און דער אינגערמאן איז געווען אן ערליכער און זייער חביב ביי מיר. מאכט זיך אמאל און דער אינגערמאן ווערט מסוכנ'דיג קראנק און הקב"ה האט צוגעפירט אז איך בין דאן אנגעקומען אין שטאט שדה לבן, איז מען געקומען צו מיר מיט א קוויטל דערמאנען דעם חולה.


למען דעת: דער שטאט שדה-לבן רופט מען אין אידיש שווארץ-טומאה און איר אמת'ער נאמען איז ביאלע-טשערקאוו וואס דער טייטש דערפון איז דער ווייסער קלויסטער, און חסידים האבן דעריבער עס נישט געוואלט רופן ביי איר אמת'ער נאמען.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ח"י כסלו איז דער יארצייט פון הרב הקדוש דער רבי ר' ברוך'ל פון מעזיביזש זי"ע.

דער רבי ר' ברוך'ל פון מעזיביזש זי"ע איז געבוירן שנת תקט"ו לפ"ק צו זיינע עלטערן הגה"ק רבי יחיאל זי"ע באקאנט מיטן צונאמען "דער דייטשל", און די באוואוסטע צדיקת מרת אדל ע"ה די טאכטער פון מרן אור שבעת הימים הבעל שם טוב הקדוש זי"ע. ער איז אויפגעצויגן געווארן ביים זיידן דער בעשטה"ק זי"ע, דער בעשטה"ק האט אים זייער ליב געהאט און זיך געטשאטשקעט מיט אים. נאך די פטירה פון בעשטה"ק האט ער זיך אויפגעצויגן ביי צוויי פון די גרויסע תלמידים הגאון הקדוש רבי יעקב יוסף מפולנאה זי"ע בעמח"ס תולדות יעקב יוסף, און הגאון הקדוש רבי פנחס קארעצער זי"ע. שפעטער האט ער זיך באזעצט אין די שטאט טולטשין, וואו ער האט אנגעהויבן פירן אן עדה קדושה פון חסידים ואנשי מעשה. פון דארט האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין מעזיביזש וואו ער האט געוואוינט ביז זיין הסתלקות ח"י כסלו שנת תקע"ב לפ"ק, ושם מנוחתו כבוד, צופיסנס פון זיין הייליגן זיידן דער בעשטה"ק זי"ע, און נעבן זיין הייליגן ברודער הגה"ק רבי משה חיים אפרים מסדילקאוו זי"ע בעמח"ס דגל מחנה אפרים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ווען די חסידים פון די שטאט זיטאמער זענען אמאל געקומען צום רבי'ן רבי ברוך'ל פון מעזיביזש, און אים איינגעלאדנט צו קומען צו זיי אין שטאט אויף א שבת, האט דער רבי ר' ברוך'ל אנגענומען די איינליידענונג, און האט זיי צוגעזאגט אז אויף איינע פון די קומענדיגע שבתים וועט ער אי"ה קומען קיין זיטאמער. גאר גרויס איז געווען די שמחה אין זיטאמער ווען עס איז באקאנט געווארן די פריידיגע בשורה אז זיי וועלן האבן די זכי' מקבל פנים צו זיין דעם גרויסן צדיק ביי זיך אין שטאט, צוגרייטונגען זענען געמאכט געווארן צו קענען אנטפאנגען דעם גרויסן גאסט מיטן געהריגען כבוד, און זעלבסט פארשטענדליך אז מען האט געזארגט אנצוגרייטן א בכבוד'יגע אכסני', וואו דער רבי זאל איינשטיין אין די צייט וואס ער וועט וויילן אין שטאט. עס איז אנגעקומען דער טאג וואס דער רבי ר' ברוך'ל, האט געדארפט ערשיינען. מחנות מחנות פון די שטאט לייט זענען ארויסגעפארן אויסער די שטאט, מקבל פנים צו זיין דעם גרויסן גאסט, און ווען עס האט זיך באוויזן דער וואגן וואו דער רבי איז געזעסן, זענען אלע צוגעלאפן מיט גרויס פרייד, און אים געגעבן שלום מיט א הייליגן ציטער און גרויס יראת הכבוד. צווישן די פארזאמלטע האט זיך געפינען אויך א געוויסער גביר, וועלכער איז ביז נישט לאנג פריער געווען א פשוט'ער ארעמאן, די הצלחה האט אים אויפגעשיינט און ער איז נתעשר געווארן, פארדינט א פארמעגן, ביז ער האט זיך אנגעהויבן רעכענען אלס איינער פון די גרויסע גביריס אין שטאט. שטייען די חשובים פון שטאט און שטיפן זיך ארום דעם צדיק, קומט צו דער אויפגעקומענער גביר און נעמט אויך שלום פון רבי'ן, ווי אזוי דער גביר קומט נאר צו, הייסט אים דער רבי ער זאל ארויף קומען אויפן וואגן, און אזוי אינאיינעם מיט דעם גביר פארט דער רבי אריין אין שטאט. די אלע חשובים פון שטאט, האבן זיך געפילט א ביסל פארשעמט, דא שטייען זיי אלע נעבן רבי'ן, קיינעם פון זיי בעט נישט דער רבי ארויפצוקומען אויפן וואגן, נאר דוקא דעם גביר, וועלכער איז דא ביז נישט לאנג געווען א פראסטער ארעמאן? דער דרך ארץ פארן רבי'ן איז אבער געווען גאר גרויס, האט זיך קיינער פון זיי נישט געוואגט דעם רבי'ן אויפמערקזאם צו מאכען, צו זאגן עפעס א ווארט. אויפן וועג אריינפארנדיג אין שטאט, פרעגט דער רבי דעם גביר צו ער האט א גרויס הויז וואו ער זאל קענען איינשטיין? דער גביר ווערט מלא שמחה, און מיט גרויס פרייד לאדענט ער אן דעם רבי'ן ער זאל קומען איינשטיין ביי אים אין הויז, ער פארמאגט ברוך השם א גרויס הויז, עס איז דא דארט פלאץ בהרחבה, דאס גאנצע הויז מיט אלע צימערן וועט ער איבערגעבן פארן רבי'ן. אזוי איז טאקע געבליבן, ווען מען איז אנגעקומען אין שטאט, האט דער רבי ר' ברוך'ל געהייסן מען זאל זיך אפשטעלן ביים הויז פון דעם גביר, און מען איז דארט געבליבן איינשטיין. ווען עס איו באקאנט געווארן אין שטאט אז דער רבי האט זיך אויסגעוועלט דאס הויז פון דעם אויפגעקומענעם גביר, אלס אכסני', האבן אלע שטאט לייט געשטוינט און נישט געקענט פארשטיין וואס דא גייט פאר? פארוואס עפעס האט דער רבי אפגעלאזט די שיינע בכבוד'יגע אכסני' וואס מען האט אים געהאט אנגעגרייט אין שטאט, און זיך אויסגעוועלט איינצושטיין דוקא ביי דעם גביר? ערשט נישט לאנג איז דער גביר געווען א געווענליכער ארעמאן, ער האט זיך נישט אויסגעצייכנט מיט גארנישט. מענטשן האבן גערעדט אז ער איז גאנץ א פראסטער מענטש, אין זיין יוגנט האט ער זיך אויפגעפירט זייער נישט שיין און נישט ארענטליך, וואס עפעס האט ער נושא חן געווען ביים רבי'ן? וואס האט דער רבי ביי אים געזעהן ? דאך, האט זיך קיינער נישט געוואגט דעם רבי'ן צו פרעגן אויף דעם, דער דרך ארץ און יראת הכבוד פארן רבי'ן איז געווען צו גרויס אז איינער זאל זיך דערוואגן אים פארצווארפן און צו פרעגן קושיות, אין איינע פון די טעג רופט דער רבי אריין דעם בעל אכסני', דעם גביר, און פרעגט אים: צו ער האט שוין קינדער וועלכע זענען אין עלטער פון שידוכים? ענטפערט דער גביר אז ער האט יעצט א טאכטער אין שטוב, וואס ער זיכט פאר איר א שידוך, און ער בעט טאקע דער רבי זאל אים אנווינטשן השי"ת זאל אים מאכן טרעפן פאר איר דעם ריכטיגן שידוך. רופט זיך דער רבי אן צו אים: "איך האב א זון, א וואוילער בחור, אויב איר ווילט קען איך מיך מיט אייך משדך זיין!, איר וועט אראפלייגן א שיינעם נדן, און דער שידוך וועט זיין געשלאסן". דער גביר איז געווארן אויסער זיך פאר התרגשות, אזא זאך איז אים קיינמאל נישט איינגעפאלן!, ער זאל גאר ווערן א מחותן מיטן באוואוסטן צדיק דער רבי ר' ברוך'ל? דער גרויסער אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב זי"ע? ער האט באלד געענטפערט מיט גרויס פרייד אז ער נעמט זיך אונטער צו געבן א נדן וויפיל דער רבי וועט נאר בעטן. דאן האט דער רבי ר' ברוך'ל אים אויסגעשטרעקט די האנט, זיך געווינטשן מזל טוב, און דער שידוך איז געשלאסן געווארן! די טאכטער פון דעם אויפגעקומענעם גביר איז א כלה געווארן מיטן זון פון הייליגן רבי'ן רבי ברוך'ל!

אין שטאט איז געווארן א גרויסער טומל, די חסידים האבן נישט געוואוסט וואו זיך אהין צו טאן פון גרויס בושה, היתכן אז אזא באוואוסטער צדיק, און נאך דערצו אזא מיוחס, א רעכט אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב זי"ע, זאל זיך משדך זיין מיט אזא פראסטן מענטש? נאך מער האט זיי וויי געטאן, ווען זיי האבן זיך דערמאנט אז נישט מער ווי צוואנציג יאר צוריק, איז די גאנצע שטאט זיטאמער דערביי געווען, ווען מען האט געכאפט דעם יעצטיגן עושר ביים טוען אן עבירה, און אלס שטראף פאר די עבירה האט מען אים דעמאלט ארום געפירט איבער אלע גאסן פון שטאט מיט שרעקליכע בזיונות, ווען א ריזיגע מאסע מענטשן, ווייבער מיט קינדער, לויפן אים נאך און שרייען אויס אויף אים אלע ערליי שינד ווערטער. יעצט צוואנציג יאר שפעטער, קומט אזא צדיק און איז זיך מיט אים משדך? איז באשלאסן געווארן, אז א געקליבענע דעלעגאציע פון חשוב'ע אידן, וועלן אריינגיין צום רבי'ן, זיי וועלן אים דערציילן אלעס וואס מען ווייסט אויף דעם עושר, אזוי וועט דער רבי אפשר וועלן מבטל זיין דעם נישט פאסיגן שידוך.

מען האט אויסגעקליבן עטליכע חשוב'ע חסידים, און זיי זענען אינאיינעם אריינגעגאנגען צום רבי'ן ר' ברוך'ל, און אים דערציילט וואס זיי ווייסן אויף דעם נייעם מחותן, דער אויפגעקומענער גביר. דער רבי האט אויסגעהערט וואס זיי זאגן, און דאן האט ער זיך אנגערופן צו זיי: "איך האב טאקע נאך נישט געמאכט מיט אים קיין תנאים, איך בין נאך נישט פארבינדן מיט אים, איך בין נאך נישט געצווינגען אנצוהאלטן דעם שידוך. דאך אבער זאגט מיר מיין הארץ, אז די זאך איז נישט אזוי פשוט, ווייל גלייך ווי איך האב דעם מענטש געזעהן דאס ערשטע מאל, דארט אינדרויסן פון שטאט זיצנדיג אויפן וואגן, איז מיר אריין א געדאנק אין קאפ אז איך זאל מיך מיט אים משדך זיין. או עס האט מיר געקענט אריינקומען אזא געדאנק אין קאפ, גלייבט זיך מיר נישט אז דאס וואס איר דערציילט זאל זיין אמת! איך האף, אז השי"ת וועט עפענען מיינע אויגן און אייערע אויגן, און די אויגן פון אלע חסידים, זיי זאלן אלע זעהן אז איך האב טאקע נישט געמאכט קיין טעות, און אונזער נייער מחותן איז ריין פון די אלע באשמוצונגען". דארט אין די שטאט זיטאמער, האט אמאל מיט יארן פריער געוואוינט איינער פון די גרויסע צדיקים פון דור, הרב הקדוש רבי זאב זי"ע, באוואוסט מיט ליבליעס נאמען: "רבי וועלוולע פון זיטאמער", דער מחבר פון ספר אור המאיר. די אלמנה פונעם "אור המאיר" האט נאך דעמאלט געלעבט, און זי האט געוואוינט דארט אין זיטאמער. איידער דער רבי ר' ברוך'ל איז אוועקגעפארן פון זיטאמער, איז ער געגאעען באזוכן די אלמנה, מיט די באגלייטונג פון א גרופע מסידים. ווען דער רבי איז אריינגעקומען צו די אלמנה אין שטוב, איז זי אים אנטקעגן געלאפן און געזאגט : "ברוך הבא רבי ר' ברוך!, היינט האב איך מיך דערוואוסט אז איר זענט אן אמת'ער צדיק און גדול הדור!, און מיין מאן איז געווען אן אמת'ער בעל רוח הקודש! ווייל פאר צוואנציג יאר צוריק בין איך געשטאנען מיט מיין הייליגען מאן ביים פענסטער און געזעהן ווי מען טראגט ארום אייער נייעם מחותן, דער גביר, וועלכער איז דעמאלט געווען א יונגערמאן, מיט צוגעבינדענע הענט , און עס לויפן אים נאך יונג און אלט מיט קללות און בזיונות, האט מיר מיין הייליגער מאן דעמאלט געזאגט: דו זעסט דעם גרויסן עולם וואס לויפט נאך דעם מענטש? זאלסט וויסן אז ער איז ריין פון יעדן זינד! הלוואי זאל איך זיין אזוי ריין און זכאי בדין ווען איך וועל ארויף קומען אין הימל נאך הונדערט און צוואנציג יאר, ווי דער מענטש איז יעצט!" האט מיר מיין הייליגער מאן דעמאלט געזאגט: אלס שכר פון די אומזונסטע בושה וואס דער מענטש ליידט יעצט, וועט ער נאך זוכה זיין, אז א רבי, פון די גדולי צדיקי הדור, וועט זיך מיט אים משדך זיין". יעצט אז איך האב געהערט אז איר האט זיך מיט דעם מענטש משדך געווען, האב איך פארשטאנען אז טאקע אייך האט מיין הייליגער מאן געמיינט, און איר זענט דאס דער "צדיק וגדול הדור", וואס מיין מאן האט דעמאלט געמיינט". ווען די אלמנה, די רבי'צן פון "אור המאיר", האט געענדיגט איר דערציילונג, זענען אלע חסידים וועלכע זענען דארט געווען אין שטוב געווארן זייער פרייליך, עס האט יעדן ארום גענומען א געוואלדיגע שמחה, זיי האבן זיך געפרייט מיט דעם וואס עס איז קלאר געווארן אז דער נייער מחותן איז אן ערליכער איד, און דער רבי מיט זיינע הייליגע אויגן האט טאקע יא גוט געזעהן. די תנאים זענען שוין געפראוועט געווארן מיט גרויס פייערליכקייט, און די גאנצע שטאט האט זיך מיט געפרייט מיט די גרויסע שמחה.
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

הרה"ק ר' ברוך ממעזבוז זי"ע י"ח כסלו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

לכבוד היו"ד של הרה"ק ר"ר ברוכ'ל ממעזבוז זי"ע כדאי לפתוח אשכול, אשר ממנו נלמד עבודתו הק', לידע איך לעבוד את ה' ב"ה.

אכבד את מי שיהי' - ויש לו קצת ידיעה, על אודות ימי ילדותו ובחרותו בבית זקינו הסבא קדישא אור שבעת הימים נבג"מ, ועל אודות דרך עבודתו במשך ימי כהונתו בעיר מעזבוז, שיביא לנו מחכמתו המרובה, ובזה יהי' לנו קשר אדוק בהאי גברא רבא, ותורתו ישפיע על נשמתינו לעלות על סולם העולה בית קל ולהתדבק בהבורא ברוך הוא בזכותו.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

בוצינא דנהורא לכבוד די יארצייט
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

וישלח יעקב מלאכים. (לב, ד)
צום רבי'ן ר' ברוכ'ל איז אמאל געקומען אויף שבת א צדיק וואס האט אים נאך געקענט פון אלס קליין קינד, און האט זיך דעריבער געשפירט גאר היימיש. אריינקומענדיג האט ער אראפגעלייגט זיין פעקל אין שטוב און זיך ארומגעדרייט מעשה בעל הבית.
האט אים ר' ברוכ'ל געזאגט אזוי:
שטייט אין פסוק וישלח יעקב מלאכים. פרעגן דאך שוין די מפרשים, וואס האט אויסגעפעלט ער זאל שיקן צו עשיו מלאכים, פארוואס נישט שיקן מענטשן שליחים?
נאר יעקב האט צו די מלאכים אזוי געזאגט: ווען ענק זענען געקומען צו מיין זיידן זענט איר געווען מענטשן. פונקט ביי מיר ווילט איר גאר מלאכים ווערן? געהט אייך אויב אזוי צו עשו'ן!...
--

אמאל שמחת תורה האבן די חברייא קדישא, די הייליגע תלמידים פונעם בעש"ט הקדוש געטאנצן און זיך געפרייט בשמחת התורה. עס איז געווען א מעמד פון השראת השכינה, די שמחה און קדושה האט מען געשפירט און געזעהן. מיטאמאל צורייסט זיך די שיך ביי איינע פון די תלמידים. גרויס איז געווען זיין ווייטאג אז ער קען נישט מיטטאנצן מיט זיינע חברים. באמערקט עס די טאכטער פונעם בעש"ט די צדיקת אדל, און זאגט אים: "טאמער זאגסטו מיר צו א בן זכר היי יאר, ברענג איך דיר תיכף א נייע פאר שיך," דען זי האט אין איר געוועלב פארקויפט שיך.
דער תלמיד האט צוגעזאגט, און יענע יאר איז געבוירן דער הייליגער רבי ר' ברוכ'ל זי"ע.
פון די מעשה, האבן חסידים געזאגט, זעהט מען די כח פון תלמידי בעש"ט, און גלייכצייטיג די כח פון אן אמת'ע שמחה של מצוה.
--
אמאל איז איינגעשטאנען ביים רבי ר' ברוכ'ל א חשוב'ער איד פון ארץ ישראל. זיין חשיבות האט זיך דערקענט אויך פונעם אופן ווי אזוי דער רבי האט אים מכבד און מקרב געווען. פרייטאג צו נאכטס, איז ער געזעצן ביים טיש פון רבי'ן, און וויבאלד ער האט שטענדיג געטרויערט אויפ'ן חורבן, איז ער שבת אויך געווען טרויעריג. ווען דער רבי האט געזינגען כל מקדש, אנקומענדיג צו די ווערטער פון "אוהבי ה' המחכים בבנין אריאל", האט דער רבי א קוק געטאהן אויפ'ן אר"י איד און זעהט ווי ער קרעכצט און ווייטאגט ביי די ווערטער – "המחכים בבנין אריאל". האט דער רבי אויפגעהערט זינגען, און און אים א זאג געטוהן שארף: "אוהבי ה' המחכים בבנין אריאל ביום השבת קודש שישו ושמחו!"
דאן האט דער רבי ממשיך געווען זינגען מיט א פרייליכע ברען!
--
דאס מיינט אבער נישט אז דער רבי ר' ברוכ'ל האט חלילה זיך נישט מתאבל געווען אויפ'ן חורבן. ווען מען האט אים דערציילט אז דער בראהילעווער רב האט מחבר געווען א ספר "מים קדושים" אויף סדר קדשים, האט ער געזאגט: "עס וואונדערט מיר זייער ווי אזוי מען קען מאכן א חיבור אויפ'ן סדר קדשים. ווען איז זאג דעם 'איזהו מקומן של זבחים', כאפט מיר א ציטער, ווי איז היינט דער מקומן של זבחים? עס איז דאך חרוב געווארן! דרייען זיך מיר איבער די קישקעס פון ווייטאג און איך קען ווייטער נישט זאגן."...
--
עס איז באקאנט אז דער הייליגער רבי ר' ברוכ'ל מעזשיבוזש'ער זי"ע פלעג אפט שמועסן מיט די נאענטע, און פאר סתם מענטשן האט אויסגעזעהן אז דאס זענען פשוטע דיבורים. האט אמאל ר' ברוכ'ל געטייטשט: "ויברך דויד את ה' לעיני כל הקהל ויאמר דויד" אז באמת איז געווען ויברך דויד את ה', אבער לעיני כל הקהל, האט אויס געקוקט אז ויאמר דויד, ווי ער זאגט סתם דיבורים.
--
זיין אייניקל ר' יחיא' מיכל האט אלס קליין קינד זיך געשפילט 'באהאלטן' מיט א חבר. נאכ'ן אפזיצן אין זיין באהעלטעניש א שטיק צייט, איז ער אומגעדולדיג ארויס, און באמערקט אז זיין חבר איז גארנישט דא. האט ער פארשטאנען אז יענער האט אים גארנישט געזוכט. מיט געוויין איז ער אריינגעלאפן צום זיידן זיך באקלאגן אויפ'ן חבר וואס האט אים נישט געוואלט אויפזוכן...
האט דער הייליגער צדיק אויך גענומען וויינען און געזאגט: "דער אויבערשטער קלאגט שטענדיג און זאגט דאך די זעלבע: איך באהאלט מיך, א הסתר פנים, און קיינער זוכט מיר נישט"...
--
אין דער חסידישער וועלט איז געווען שטארק מפורסם די פייערדיגע עבודת השם ביים רבי ר' ברוכ'ל בעת ער זאגט שיר השירים ערב שבת נאך דער מקוה. דאמאלס איז דער רבי אינגאנצן אויסגעטוהן געווען פון גשמיות און זיין אויסזעהן ווי א מלאך פון ג-ט. צדיקים האבן אויף אים געזאגט אז ער האט אין זיך א ניצוץ פון די נשמה פון שלמה המלך און דעריבער זאגט ער דעם שיר השירים מיט די ריכטיגע כונות...
ווען דער רבי ר' ברוכ'ל האט געזאגט שיר השירים האט מען קיינעם נישט אריינגעלאזט אין רבינ'ס חדר כדי מען זאל חלילה נישט מבלבל זיין דעם רבי'ן, אבער אויך ווייל די הייליגע פייער פון צדיק ביים זאגן איז פשוט געווען סכנת נפשות פאר א ילוד אשה.
ווען דער צדיק ר' הערשעלע זידיטשובער, א תלמיד מובהק פון הייליג'ן חוזה פון לובלין זי"ע, איז געווען אין מעזיבוש ביים רבי'ן ר' ברוכ'ל צום ערשטן מאל, האט ער זוכה געווען צו אויסערגעווענליכע התקרבות צום צדיק. ר' הערשעלע האט טאקע גוט נאכגעקוקט דעם רבי'ן, באטראכט זיינע הייליגע וועגן, און איינגעזעהן אז עס איז למעלה מן השכל. דער מענטשליך מח קען גארנישט פארשטיין די מאס אהבה און יראה צום הייליגן בורא וואס דער הייליגער ר' ברוכ'ל פארמאגט.
ווען ער האט געהערט די אויסערגעווענליכע מעשיות איבער דעם רבי'ן שיר השירים זאגן ערב שב"ק נאכ'ן טבילה, אז דער רבי איז דאן ממש ווי א מלאך אלוקים און ברענט ווי א פייער, האט ער באשלאסן אז ער מוז דאס מיטהאלטן. האט ער געטראכט זיך אריינצושארן אין חדר מיוחד פון רבי'ן איידער דער רבי קומט צוריק פון מקוה, זיך גוט באהאלטן, און מיטהאלטן די עבודה פון דער נאענט. ר' הערשעלע האט דערציילט פון זיינע מחשבות זיין חבר ר' יהודה גרשון פון ראזדאל, איינער פון די גדולי התלמידים פון לובלינער וואס איז מיט אים מיטגעפאהרן קיין מעזשיבוזש.
"אויך איך וועל מיך באהאלטן אין רבינ'ס חדר," האט ר' יהודה גרשון אויסגערופן.
און כך הוה, ווי נאר דער רבי ר' ברוך איז געגאנגען אין מקוה אריין זיך טובל'ען לכבוד שבת, האבן ביידע חברים זיך אריינגעשארט אין רבינ'ס חדר און זיך באהאלטן צווישן די מלבושים וואס האבן געהאנגען אויף דער וואנט.
אבער ווי נאר דער רבי ר' ברוך האט אנגעהויבן זאגן שיר השירים מיט גרויס התלהבות כדרכו בקודש, האט ר' יהודה גרשון זיך אנגערופן צו ר' הירשעלען: "איך קען נישט איינשטעהן, עס ברענט מיך. איך ווער פארברענט!"
"שא שטיל, איך בעט דיך," האט ר' הירשעלע אויסגערופן. "זיי מצמצם דיינע מחשבות אין הייליגן בורא, וועסטו עס קענען סובל זיין."
איז ר' יהודה גרשון געבליבן שטיין אויפ'ן ארט מיט גרויס שרעק, אז עס האט אים גענומען קלאפן א צאן אויף א צאן, און ר' ברוכ'ל האט ווייטער געזאגט.
אבער ווי נאר דער רבי ר' ברוכ'ל האט אויסגערופן: "ודגלו עלי אהבה, סמכוני באשישות רפדוני בתפוחים כי חולת אהבה אני," האט ר' יהודה גרשון דערזעהן א פלאם פייער ארום דעם רבי'ן, און איז פון גרויס פחד ארויסגעלאפן פון צימער.
פון די רעש האט ר' ברוכ'ל זיך אויסגעדרייט, און באמערקט ר' הירשעלע. ער האט אים אבער גארנישט געזאגט, נאר פארגעזעצט זאגן דעם שיר השירים. ר' הערשעלע איז געבליבן אין צימער און געזעהן די קולות און לפידים, דער גאנצער צימער אין א הימלישער פייער, אבער האט ער זיך געשטארקט און זיך אנגעשטרענגט צו הערן די הייליגע געזאנג פון אלע געזאנגען. דאן איז דער רבי אנגעקומען צום פסוק "אני לדודי ועלי תשוקתו," דא איז שוין נישט געווען אויסצוהאלטן, ער האט געשפירט אז עס נעמט אים אן עק. אבער ר' הערשעלע האט צו זיך געזאגט: "זאל זיין וואס ס'זאל זיין. איך בין זיך מוסר נפש פאר'ן אויבערשטען צו הערן די דברי אלוקים חיים. טאמער איז דער רצון הבורא איך זאל אויסגיין, בין איך גרייט דערויף." דאן האט ער געשפירט ווי א פרישע גייסט פון הימל איז אין אים אריין, און ער באקומען א חיות ווייטער מיטצוהאלטן.
עטליכע פסוקים דערויף, ביי די ווערטער "כי עזה כמות אהבה, ..רשפיה רשפי איש שלהבתיה", האט ר' הערשעלע ווידער געשפירט אז ער ווערט נתבטל במציאות ח"ו, אבער דער אויבערשטער האט אים געהאלפן ביז'ן דער רבי האט גע'ענדיג די גאנצע שיר השירים.
די הייליגע מינוט'ן זענען פארליבן איינגעקריצט אין הארץ פון זידיטשובער צדיק זיין גאנצן לעבן. ער פלעג שטענדיג זאגן, אז טאמער מאכט זיך אים ח"ו אמאל א ירידה אין זיין עבודת השם, א נפילת המוחין, דאן שטייען אים פאר די אויגן די הייליגע זמן פון שיר השירים ביים רבי'ן ר' ברוכ'ל, און דאס גיבט אים כח אנצוגיין אין אלע אומשטענדן.
זיעואכי"א
--
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

פרעגער האט געשריבן:

אכבד את מי שיהי' - ויש לו קצת ידיעה, על אודות ימי ילדותו ובחרותו בבית זקינו הסבא קדישא אור שבעת הימים נבג"מ, ועל אודות דרך עבודתו במשך ימי כהונתו בעיר מעזבוז, שיביא לנו מחכמתו המרובה, ובזה יהי' לנו קשר אדוק בהאי גברא רבא, ותורתו ישפיע על נשמתינו לעלות על סולם העולה בית קל ולהתדבק בהבורא ברוך הוא בזכותו.


זיידעניו האט געשריבן: ער איז אויפגעצויגן געווארן ביים זיידן דער בעשטה"ק זי"ע, דער בעשטה"ק האט אים זייער ליב געהאט און זיך געטשאטשקעט מיט אים.


ס'איז אביסל שווער צו זאגן אז ער איז אויפגעצויגן געווארן ביים זיידן, ווען ער איז נאר געווען דריי יאר אלט - לויט דיין גירסא מאקסימום 5 יאר אלט - ביים זיידן'ס דעם בעש"ט הק' פטירה.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אבער ער איז געווען ביים זיידן און געדענקט דעם זיידן, ס'דא א סיפור וואס ער האט געזאגט דעם זיידן אז בב"א קמא איז ער, ר"ת ב'רוך ב'ן א'דל, און ס'דא אן אנעדערע סיפור וועגן שפילן באהאלטן אז די קינדער זענען איהם נישט געקומען זוכן וכו'
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

ס'איז דא עפעס א ניגון וואס איז מיוחס צו ר"ר ברוכ'ל, כ'האב איהם געהערט אין סלאנים
לחיים ולברכה!
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:

אכבד את מי שיהי' - ויש לו קצת ידיעה, על אודות ימי ילדותו ובחרותו בבית זקינו הסבא קדישא אור שבעת הימים נבג"מ, ועל אודות דרך עבודתו במשך ימי כהונתו בעיר מעזבוז, שיביא לנו מחכמתו המרובה, ובזה יהי' לנו קשר אדוק בהאי גברא רבא, ותורתו ישפיע על נשמתינו לעלות על סולם העולה בית קל ולהתדבק בהבורא ברוך הוא בזכותו.


זיידעניו האט געשריבן: ער איז אויפגעצויגן געווארן ביים זיידן דער בעשטה"ק זי"ע, דער בעשטה"ק האט אים זייער ליב געהאט און זיך געטשאטשקעט מיט אים.


ס'איז אביסל שווער צו זאגן אז ער איז אויפגעצויגן געווארן ביים זיידן, ווען ער איז נאר געווען דריי יאר אלט - לויט דיין גירסא מאקסימום 5 יאר אלט - ביים זיידן'ס דעם בעש"ט הק' פטירה.


הרה"ק ר' ברוכ'ל נולד בשנת תק"י בערך, והי' עשר שנים בפטירת הבעש"ט נבג"מ.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

שואל הנכבד, יש ספר קטן בשם תהלות ברוך שהו"ל אחד מהמקושרים ל"האדמו"ר מפשעמישל" (שמואל טייך) אשר בשבת תחכמנו עיר ואם בישראל סקרענטאן יצ"ו, עם כל המשוגעת'ן יש שם מעניינת רבה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

בן בוזי האט געשריבן:שואל הנכבד, יש ספר קטן בשם תהלות ברוך שהו"ל אחד מהמקושרים ל"האדמו"ר מפשעמישל" (שמואל טייך) אשר בשבת תחכמנו עיר ואם בישראל סקרענטאן יצ"ו, עם כל המשוגעת'ן יש שם מעניינת רבה.


איה מקום מנוחת הספר?
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

פרעגער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:שואל הנכבד, יש ספר קטן בשם תהלות ברוך שהו"ל אחד מהמקושרים ל"האדמו"ר מפשעמישל" (שמואל טייך) אשר בשבת תחכמנו עיר ואם בישראל סקרענטאן יצ"ו, עם כל המשוגעת'ן יש שם מעניינת רבה.


איה מקום מנוחת הספר?


בארגז הספרים שלי בימין שורה התחתונה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

בן בוזי האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:שואל הנכבד, יש ספר קטן בשם תהלות ברוך שהו"ל אחד מהמקושרים ל"האדמו"ר מפשעמישל" (שמואל טייך) אשר בשבת תחכמנו עיר ואם בישראל סקרענטאן יצ"ו, עם כל המשוגעת'ן יש שם מעניינת רבה.


איה מקום מנוחת הספר?


בארגז הספרים שלי בימין שורה התחתונה.


ב'היברו בוקס' לא מצאתיה.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

פה יש מודעה בקובץ אור ישראל אודות פרטי הספר בהו"ל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

200 יאהר זינט דעם הסתלקות פונעם קדוש וברו"ך זי"ע (ב'רוך ב'ן א'דל ק'דוש מ'רחם א'מו)
לחיים ולברכה!
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

זיידעניו האט געשריבן:ח"י כסלו איז דער יארצייט פון הרב הקדוש דער רבי ר' ברוך'ל פון מעזיביזש זי"ע.
דער רבי ר' ברוך'ל פון מעזיביזש זי"ע איז געבוירן שנת תקט"ו לפ"ק צו זיינע עלטערן הגה"ק רבי יחיאל זי"ע באקאנט מיטן צונאמען "דער דייטשל", און די באוואוסטע צדיקת מרת אדל ע"ה די טאכטער פון מרן אור שבעת הימים הבעל שם טוב הקדוש זי"ע.

איך זעה אז זיידעניו מאכט אויך דעם טעות.
אט איז וואס כ'האב געשריבן אין ידיעות באגאדזש (ס'באלאנגט טאקע נישט דארט, נאר דא):
פארשריבן האט געשריבן:ס'איז באקאנט אז דער איידעם פון בעשה"ק רבי יחיאל, האט מען גערופן "דער דייטשעל". און ס'איז זאגאר פארהאן אין די מעשה ביכלעך געוויסע לעגענדעס ווי אזוי ער איז אנגעקומען צום הייליגן בעש"ט.

האב איך היינט געזעהן אינעם ספר "תהלות ברוך" וואס שרייבט ווי פאלגענד:

זאת למודעי, כי מה שמכונה חתנו של הבעש"ט הרה"ק רבי יחיאל בשם ה"דייטשעל", זהו טעות מוחלט ולא הי' מוצאו ממשפחה אשכנזית. רק ה"דייטשעל" היה ר' יוסף אשכנזי, חתן אשתו של הבעש"ט שהיתה גם דודתו. (דא ברענגט ער עטליכע פרטים אויף אים). וכיון שהי' רבי יוסף חתן אשת הבעש"ט, טעו בזה לומר שהוא חתן הבעש"ט.

מעגליך אז פאר די ריכטיגע היסטאריקער איז דאס נישט קיין חידוש, אבער פאר מיר איז דאס געווען.



אויך האב איך פארגאנגענעם ח"י כסליו ביי תיקון געזאגט פאר די אנוועזנדע ארום דעם פלעשל, אז דער רבי ר' ברוכ'ל האט זיך געפירט בעשירות אויפן באפעל פון ר' מענדעלע וויטעבסקער וואס האט זיך אויך באנוצט מיט גאלדענע און זילבערנע כלים, און ס'איז געווען פארן עולם א גרויסער חידוש.
ווייל דער אלגעמיינער עולם איז באקאנט אז דער ריזשינער האט מחדש געווען דאס פירן זיך ברחבות, אבער אז ס'איז געווען פריערדיגע וואס האבן זיך שוין אויך געפירט ברייט, דאס ווייסן זיי נישט. ווי צ.ב.ש. דער רבי ר' מיכלע זלאטשובער, און ווי פריער דערמאנט דער רבי ר' ברוכ'ל און ר' מענדעלע וויטעבסקער, נאר דער הייליגער ריזשינער האט עס איינגעפירט אויף א גרויסן פארנעם וואס מען האט ביז דאן נישט געזעהן.

ס'איז כדאי צו צוברענגען דער תמצית פון א שטיקל ליקוטי מוהר"ן (קמא סי' ס'): יש שבילי תורה שיש בהם התבוננות גדול מאוד שאי אפשר לבוא להתבוננות הזאת כי אם ע"י עשירות, וכמו שבפשטי תורה אם אין קמח אין תורה וצריך שיהי' לו עכ"פ פרנסה, כמו כן להתבוננות הזאת שהוא גדול מאוד, צריך שיהי' לו עשירות גדול מאוד הון רב. וע"כ שבט יששכר שהיו יודעי בינה, לא זכו לזה רק ע"י עשירות בחינת "יששכר חמור גרם", ותרגומו עתיר בנכסין. וע"כ משה וכל הנביאים הי' להם עשירות גדול מאוד, כדי לבוא על ידו להשגת גדולות.

ווידער איז באקאנט אז רוב צדיקים האבן דייקא יא געלעבט בעניות, אנע צופיל אויסברענגעריי. בפרט איז באקאנט דער הייליגער סטרעליסקער.

פילייכט איז כדאי צו עפענען אן אשכול מיטן נאמען "צדיקים שהנהגו בהרחבה ובעשירות".
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווער זענען געווען די טעכטער [און איידימער] פון רבי ר' ברוכ'ל ממעזיבוש? (אפשר דענקט איינער וועלכע מאמר פון וועקשטיין באהאנדלט דאס?)

איך פרעג ווייל איך הבא געטראפן אן אינטערעסאנטע ספר בשם 'מנחת ישראל' דער מחבר איז ר' ישראל ב"ר יעקב מודובסקע, ווי עס זעהט אויס פון אנדערע פלעצער איז ער געווען א רב אין אמעריקא און שפעטער ארויף קיין אר"י ווי ער האט זיך באזעצט אין צפת תובב"א. ער גיבט זיך אן אלס אייניקל פונעם בעש"ט הק' דורך ר' ברוכל ממעזיבוזש.

זיין יחוס גייט פון זיי מוטער הרבנית חנה'לי בתו של הרבנית ריבה'לע בת בתו של ר' ברוך ממעזיבוזש,פון זיין מאמע איז ער געווען א ברודער מיט ר' נפתלי חנה'לס.

זעהט דא דער מקור:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=2
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פרטים על ר' נפתלי חנה'לס ב"ר שאול שלום הלוי דוקטרוביץ ואמו הרבנית חנה'לע בתו של ר' אבררהם קלונימוס קלמן נכד המגיד מזלוטושוב והעבש"ט:
http://www.tidhar.tourolib.org/tidhar/view/1/125
[מישט צו נעקסטן בלעטל צו זעהן א בילד)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מאמרו של הרב ווקשטיין על משפחת חנה'לש הנ"ל
אטעטשמענטס
Chaneles.pdf
(88.94 KiB) געווארן דאונלאודעד 262 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ארויף געברענגט לכבוד די יא"צ היינט נאכט

זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
ואם תאמר
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואם תאמר »

יוסלמאן האט געשריבן:בוצינא דנהורא לכבוד די יארצייט

http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... %90#p31456
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”