רבי חיים אברהם דובער לעווין זצ"ל - המלאך והמלאכים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

די חתונה פון ר' יעקב שארר איז אפגעראכטן געווארן אזוי ווייט ווי אין נארטה קאראליינע, צוליב דעם וואס הרב שארר האט חתונה געהאט מיט גאר א יונג מיידל וואס איז אינגאנצן אלט געווען נישט מער פון 15 יאהר, און דארט איז די נענטסטע שטאט צו נוא יארק ווי הייראטן איז ערלויבט אין אזא יונגן עלטער, עס האט ווייזט אויס געשאפן סענזאציע אין די צייטונגען און קריטיק אינערהאלב די שארר פאמיליע. די צייטונג ציטירט אנטריסטישע קאמענטארן פון אן אומאנגעבליכער ברודער, איז דא באקאנט ווער עס זענען געווען די ברודער זיינע חוץ וואס מיר ווייסן פון הג"ר גדלי'?
אטעטשמענטס
reb yakov schorrs wedding.pdf
(122.7 KiB) געווארן דאונלאודעד 489 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אטעטשמענטס
נוסח הארי בראנקס.JPG
נוסח הארי בראנקס.JPG (49.28 KiB) געזען 5085 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

יי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

זעה איך אז האשה משוא פיגל׳ס יארצייט בת המלאך געפאלט אט אט אום פורים ווער וויל א טובה טון די נשמה אזוי ווי זי האט נישט געלאזט קיין דורות
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

זי פלעגט זאגן אז ווען זי וועט גיין פון דער וועלט וועלן אלע זיין בשמחה, ובסוף נלב"ע בפורים
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

אינעם ניי ערשינענעם ביכל ״ערשטע פלאמען״ געשיכטע פון ר׳ אברהם זאנוויל גערטנער ז״ל איז דא א שיינעם חלק איבערן מלאך מיט די גאנצע חבריא מלאכים אדער ״זאנוואליסטן״ ווי גערופן ליין איך דארט ע״ש דעם פרומען בחור אברהם זאנוויל גערטנער וואס האט געמאכט דעם ווינט אין תורה ודעת פון אנגארישער יוראפעישער פרימקייט

העפנס טו בי אז דער ביכל איז גאר א גוטער ארבייט געקויפט האב איך עס פאר פסח אבער סליגט שוין אין שאפע צווישן די געליינטע ביכלעך כאב נאר געוואלט ליינען דעם ערשטען בלעטל אבער אראפגעלייגט ערשט ביים לעצטען

דער קאפיטל איבערן מלאך איז מעשי ידיו פון הרב יודל ראפאפארט נ״י (געווען אינעם בלאט אין פארזעצונג נישט לאנג צוריק) צוגעלייגט מיט משפחת גערטנערס אייגענע עפיזאדען מיט זייער רבין דעם מלאך

איין זאך איז מיר נישט פארשטענדליך פארוואס זענען דעם מלאך׳ס אנהענגער נישט געגאנגען וואוינען נעבן אים אין די בראנקס, אדער דעם מלאך אריבער רופן קיין וויליאמסבורג ווי זיינע אנהענגער זענען געווען סטאנצירט?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

פארוואס דער מלאך האט זיך נישט געצויגן אויף וויליאמסבורג? אולי משום די תלמידים האבן ווארשיינליך נישט צוגעשטעלט פרנסה פארן מלאך... וואונענדיג אין בראנקס האט ער מקיים געווען ביידע (סיי געהאט א רבנות פאסטן פאר פרנסה און געהאט תלמידים אין וויליאמסבורג) כמאחז"ל ירא שמים יוצא ידי שניהם.

פארוואס די תלמידים האבן זיך נישט געצויגן אויף די בראנקס? זיי זענען געווען בחורים...
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

יש לזכור עוד אז די תלמידים האבן בסך הכל געהאט א קשר מיט איהם לערך 2 יאר.

זיי פלעגן אריינפארן צו איהם יעדן דינסטאג און דאס איז זיי געווען גענוג. מען האט שוין אמאל דערמאנט אז עס איז נישט געווען א יש פון א רבי מיט חסידים, סך הכל אפאר בחורים האבן געטראפן א איד ביי וועם זיך צו קלאמערן און שעפן חיזוק והדרכה. די גאנצע חסידות איז לכאורה נאר נולד געווארן ווען זיי זענען געפלויגן פון תורה ודעת און געדארפט עפענען א אייגענע שטיבל.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

געקויפט נעכטן.

אנגעהויבן צו הערן. גאנץ אינטערעסאנט. עטליכע שיינע נקודות זיך ארויסצונלערנען.
אטעטשמענטס
Photo_040115_001.jpg
לחיים ולברכה!
פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרשיסחא »

נחמן נתן האט געשריבן:געקויפט נעכטן.

אנגעהויבן צו הערן. גאנץ אינטערעסאנט. עטליכע שיינע נקודות זיך ארויסצונלערנען.

דאס איז די שמועסן וואס דער רבי יצחק לעבאוויטש זז"ג האט געהאלטן מיטן זון פון מלאך?

בדרך אגב, האט מיר געזאגט א איד וואס האט גוט געקענט דער זון פון מלאך ר' רפאל זלמן, אז טראץ דעם רושם וואס קען ארויס קומען פון אוצר אגרות קודש אויף אים (זעה עפעס א רמז'ל אין די הקדמה פון די מביאים לבית הדפוס), דאך האט ער אים גוט געקענט און ער קען מעיד זיין אז ער איז געווען א זעלטענעם ערליכער איד א לערנער און א ירא שמים.

עס ליגט מיר עפעס אין קאפ אז איך האב געזעהן ערגעץ וואו אז שב"ק האט דער מלאך געגאנגען מיט בגדי לבן, אזוי ווי עס איז געווען דער מנהג פון די רביים אין חב"ד, לכה"פ ביזן צמח צדק, אזוי ווי מען קען זעהן ביי די באקאנטע בילד פון אים.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איבער דער קשר צווישן דעם מלאך און דער מונקאטשער רב זצ"ל הגה"ק בעל מנחת אלעזר (8-11)
אטעטשמענטס
266696952-Haichud-Beis-Sivan-5775.pdf
(2.66 MiB) געווארן דאונלאודעד 462 מאל
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

דער מלאך'ס ציון אין סעדדעל ברוק איז באדראעט פארשוועכט צו ווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ב"ה

דער מלאך'ס ציון אין סעדדעל ברוק איז באדראעט פארשוועכט צו ווערן
מורשת חכמי אמעריקא פאדערט אויף צו נעמען באלדיגע שריט

אהרן בן בוזי הירשקוביטץ, מזכיר

סעדדעל ברוק, נוא דזשערסי: אין דער קליינער שטעטל וואס ליגט געאגראפיש אין צענטער פון די חרדישע זידלונגען, געפונט זיך איינע פון די גאר היסטארישע בתי עולם אין וועלכע ס'ליגן באערדיגט פילע רבנים און ערליכע לייט וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר שמירת תורה ומצוות אין די טריפה'נע אמעריקא. דער סאמע וויכטיגסטער פיגור וועמענס ציון עס געפונט זיך אין דער דאזיגער בית החיים און איז ליידער בלויז דער איינציגסטער וואס ציהט היינט א ציבור מתפללים. איז דער בארימטער מלאך וואס האט אויפגעשטורעמט אין זיינער צייטן דאס יהדות נוא יארק סיי מיט זיין פריוואטע פירונג און סיי אלס זעלטענע משפיע. דער מלאך האט געהייסן רבי חיים אברהם דובער לעווין זצ"ל געווען אדוק ומקושר צו צדיקי ותורת חב"ד און גלייכצייטיג געהאט נאנטע באציאונגען מיט די גרעסטע ליטווישע גדולים ווי דער חפץ חיים און הגאון רבי חיים בריסקער. זיין ביאגראפיע און לעבנס פאסירונגען זענען שוין היינט גאר ברייט באקאנט. ספעציעל איז ער בארימט צוליב דעם וואס זיינע נאכפאלגער די תלמידים פונעם בית המדרש "נתיבות עולם" זענען ממשיך אין זיינע הייליגע דרכים נאך ביזן היינטיגן טאג.

כאטש ווי דערמאנט איז דער מלאך פארבונדן צו די חבורת נתיבות עולם, האט ער אבער אין פאקט געדינט אלס דער רב פון די חב"ד'סקער קהלה וואס האט זיך גערופען צמח צדק נוסח האר"י דבראנקס. די קהילה איז מייסטנס באשטאנען פון חסידי חב"ד ניעזשין וואס האבן געהאט א קרקע אויפן ריווערסייד סעמיטערי אין דער שטעטל סעדדעל ברוק. ביי די פטירה פונעם מלאך אום שבועות תרצ"ח איז ער געברענגט געווארן לקבורה אין יענע חלקה, ווי ער ליגט דארט פראמינענט און פון דאן אן איז עס א ציציאונגס קראפט פאר מתפללים וועלכע קומען זיך משתטח זיין על קברו.

אין לויף פון די יאהרן מיט די איינוואנדערונג פון שעדליכע עלעמענטן האט זיך דאס אידישקייט אין די בראנקס אויפגעלעזט און דערמיט אויך די אקטיווע קהילות. דאס האט באדייטעט אז די בראנקסער נוסח האר"י שוהל מיט איר קרקע זענען געבליבן אהן אן אויסלייזער. נאטורליך האבן די חברי הקהילה נאכפאלגער פונעם מלאך, געשפירט דער פאראנטווארטליכקייט איבער צו נעמען די אויפזוכט פונעם אפטיילונג. אלס א זייטיגע באלוין האבן געוואוסע תלמידים פונעם מלאך געקריגן א מעגליכקייט צו ווערן באערדיגט הארט נעבן זייער הייליגע רבי.

מען מוז באטאנען אז א שטענדיגע בית החיים אויפזוכט, איז זייער קאסטבאר און אויב איז די קאסע-קוואל אויסגעטרוקנט, איז נישט מעגליך אנצוהאלטן דאס אויפהאלטעריי. פאקטיש טוט זיך אפ א שרעקליכע צושטאנד אין די לאקאלע בתי חיים וויבאלד פילע סאסייעטיס האבן נישט די מעגליכקייט צו באצאלן די נויטיגע באשטייערונגען און די בתי חיים זענען אין טאטאלע צושטערונג. סצענעס וואס מען איז געוואונט צו זעהן אויף בילדער פון רוסישע און אונגארישע דערפער איז אן אנגיינעדיגע פאקט אין נוא יארקער אומגעגנד. די נוא יארקער געזעצן לויטעט אז ווילאנג א סאסייעטי אדער קאנגרעגעישאן איז נאך אקטיוו אפילו נאר ווי א צאנקענדיגע ליכט וואס האלט ביים אויסגיין, ליגט אויף איר די פולע פאראנטווארטליכייט. נאר אין א פאל וואס דער סאסייעטי איז גענצליך אויפגעלעזט הערשט דאן נעמט א גאווערנמענט טראסט פאנד איבער די לייצעס און טוט וואס איז ריכטיג פארן אויפהאלטונג פון די אייגנטוהם.

די פארגאנגענע וואך האט א מיטגליד פונעם מורשת חכמי אמעריקא באזוכט אויפן ריווערסייד בית עולם פאר אויספארש צוועקן. ווי ערשטוינט און ערשיטערט איז ער געווען צו רעאליזירן אז די קרקע פונעם בראנקסער נוסח האר"י שוהל איז אין א טאטאל צושטערטע צושטאנד. צווייגן און דערנער זענען פארוואקסן און מציבה שטיינער האלטן בעפאר אדער נאכן אראפ פאלן צו דער'ערד.

עס איז קיין צווייפל דערין נישטא אז מ'דארף זאפארט אונטערנעמען די נויטיגע שריט צו אפראטעווען דער בית החיים און איר צוריק שטעלן אויף א צופרידנשטעלנדע מצב. מיר גלויבן אז ס'זענען דאהי פארהאנען אזעלכע מיט איינפלוס ביי די וואס זענען באאויפגעטראגן מיט די פאראנטווארטליכקייט און וועלן ווירקן אונטער צו נעמען די נויטיגע שריט. גלייכצייטיג איז אויך ערווארטעט אז די נוא יארקער אידנטוהם ביי וועמען דער אייביגקייט פונעם מלאך איז ביי זיי נאנט אין טייער וועלן קומען צו פינאנציעלער הילף.

אין דער זכות פון צוריק שטעלן דער כבוד צום הייליגן ארט וועט דער צדיק מגין זיין און פועל'ן מכל טוב וטוב בגשמיות ורוחניות בבני חיי ומזוני רויחי בכלל ובפרט במהרה בימינו אמן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

FullSizeRender (6).jpg
FullSizeRender (6).jpg (28.83 KiB) געזען 4547 מאל

FullSizeRender (5).jpg
FullSizeRender (5).jpg (33.96 KiB) געזען 4547 מאל

FullSizeRender.jpg
FullSizeRender.jpg (49.42 KiB) געזען 4547 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בעזהשי"ת

יום ד' לסדר פרח מטה אהרן תשע"ה לפ"ק

נחרדנו לשמוע אודות המצב בבית החיים - ריווערסייד, מקום מנוחת קדשו של אדם הגדול בענקים, תוארו כמלאך אלקים, המפורסם בצדקותו ופרישותו הרה"ק רבי חיים אברהם דובער לוין זצ"ל אשר שטח הבית החיים נמצא במצב מוזנח לגמרי, העלו בה קמשונים ועלו בה חוחים, אבני קודש מושלכים בתוך אשפתתות, וזכרון קדושים נמצא בבזיון נורא ומבהיל, תסמרנה שערות אנוש.

אי לזאת הננו מצטרף בצירופא דרבנן לכבוד מזכיר המורשת ה"ה מו"ה ר' אהרן שיחי', לבקש בזה מאחב"י לעורר לבב מי שיש בידו לעשות להגן על כבוד המתים, ולהציל את הבית החיים מבזיון וחרפה, ובזכות הנצחת זכרונם של צדיקים מאורי הדורות, נזכה לברכת מחיה חיים יתן לנו חיים טובים ארוכים ומתוקנים, וכל טוב סלה

באתי על החתום, פה סקרענטאן יצ"ו
הק' יעקב דוב המכונה מיללער, אב"ד
נשיא מכון מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הדלה עליה את הגפן ואת הקיסוס
אטעטשמענטס
Riverside 3.JPG
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

איינער קען אפשר אונטערלייגן א פלייצע?
----
ט'רסאנט, פאר שבועות איז געווען פראקלאמירט נסיעות צום ציום הק', ס'האט טאקע קיינעם נישט געקימערט דער מצב דארט?
אטעטשמענטס
Riveride 4.JPG
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

ווער איז דער אחראי ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ווייסט איינער ווער איז היינט דער אחראי דארטן?
אפשר איז כדאי מען זאל מפרסם זיין דעם נאמען און דעם טעלעפאן נומער אז מען זאל לייגן אויף אים דריק עפעס צו טון.
די חלקה ווערט נאך גענוצט, און עס איז נישט מסתבר אז מען לייגט דארטן בחנם.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שרעקליך!!!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]

האט מען נישט לעצטנס דארט געברענגט למנוחה רבי מאיר וועבערמאן ז"ל?

קיינער מערקט דאס נישט? דאס איז דאך שרעקליך, מ'דארף נעמען שריט זאפארט!

אפשר מאכט דער מורשת א סניף "ועד להצלת בתי עלמים בארצות הברית" שע"י מורשת חכמי אמעריקא?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

לויט ווי יאך האב געלעזט אין דעם וואונדערבארן ניי-ערשינענער ביך (נעה, נישט 'בוך' ענדערש 'מוסר ספר'...) "ערשטע פלאמען אויפן אמעריקאנעם אייז", ביאגראפיע פון הרה"ח ר' אברהם זאנוויל גערטנער ז"ל, האט מען איהם אויך געלייגט דארט, ער האט דאך זייער אסאך אייניקלעך שיחי' בליעה"ר, אולי כדאי זיי צו מודיע זיין
אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע: אין א וועלט פון שקר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט אלעס איז אמת »

הרה"ח ר' אברהם זאנוויל גערטנער ע"ה בשנת תשנ"ז

וזוגזו ע"ה ת"ב בשנת תשע"ב

גאנץ נאנט צום מלאך
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק
אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא »

נחוניא האט געשריבן:ווייסט איינער ווער איז היינט דער אחראי דארטן?
אפשר איז כדאי מען זאל מפרסם זיין דעם נאמען און דעם טעלעפאן נומער אז מען זאל לייגן אויף אים דריק עפעס צו טון.
די חלקה ווערט נאך גענוצט, און עס איז נישט מסתבר אז מען לייגט דארטן בחנם.

אחראי זענען מיר אלע..... יעדער איינער קען עס מסדר זיין אני הקטן בין אמאל אריין אין אפיס פרעגן וואס עס קאסט אויפצורייניגן די חלקה, אין באקןמען א פרייז פון פיר טויזנט דאלאר, זיי האבן געזאגט אז מען ברויך נישט קיין רשות פונעם בעל אחראי (אגב עס איז א איד פון וויליאמסבורג) נאר מען ברויך פשוט געלט. אפשר קען זיך די חברי הקרטשמע אראפלאזען איין טאג מיט די ריכטיגע כלים אין אועפרייניגען (אויב די באאמטע וועלן לאזן)
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ליסקא האט געשריבן:

דער אחראי וועלכער נעמט געלט פון באגראבן אויפן חלקה האט די אחריות קעיר צו נעמען...
אדער זאל ער אויפגעבען די בעלות דערפון.
וויטעבסקער
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2015 12:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויטעבסקער »

אין דעם נארישן ספר 'יד החסידים על העליונה' דערציילט ער וועגן א אסיפה פון אלע גדולי הר"י בליטא ביי ר' חיים'ן אין שטוב, און דער 'מלאך' איז דארטן אויך געווען, והסביר להם יסודי החסידות. פשוט שזו טעות. (ואולי נתחלף לו עם רש"ב בועידות הממשלתיים בפ"ב)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נישט אלעס איז אמת האט געשריבן:הרה"ח ר' אברהם זאנוויל גערטנער ע"ה בשנת תשנ"ז

וזוגזו ע"ה ת"ב בשנת תשע"ב

גאנץ נאנט צום מלאך
אטעטשמענטס
IMAG0031.jpg
IMAG0032.jpg
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

מציבת רבי מאיר וועבערמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

רבי מאיר וועבערמאן וזוגתו ליגן ביים עק פונעם חלקה.
זעט אויס מען האט אים נישט געוואלט לייגן אינמיטן א געדיכטע וואלד.
עס איז ממש א חרפה און א בושה וויאזוי די חלקה קוקט אויס.
די אחראים זאגן אז זיי מאכן נישט קיין געלט און זענען נאר עוסק לשם מצוה, ממילא דארפן זיי זיך נישט אפגעבן.
גיי ווייס דעם אמת!!!
אטעטשמענטס
וועבערמאן.JPG
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”