רבי חיים אברהם דובער לעווין זצ"ל - המלאך והמלאכים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

רבי חיים אברהם דובער לעווין זצ"ל - המלאך והמלאכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

עס איז אינטרעסאנט אז פון די קאפוסטער חסידים (וואס אגב איך שטאם פון זיי) איז קיין זכר נישט געבליבן, אבער פון די מלאכים (זיי זענען נישט געווען קיין קאפוסטער) וואס זענען געווען בעיסד אין די טמא'נע אמעריקא זענען נאך געבליבן פיל פון זיי.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

בכלל די מלאך איז גראדע יא געווען א חסיד פון די רש"ב פין אנהייב אבער ער האט זיך שפעטער אפגעטייל און געווארען א מתנגד .

עס קען זיין אז ער האט מיטגענומען אפאר זאכן פון די רש"ב ווען ער האט זיך אפגעטיילט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

אנדי פעטיט האט געשריבן:עס קען זיין אז ער האט מיטגענומען אפאר זאכן פון די רש"ב ווען ער האט זיך אפגעטיילט.

ס'קען טאקע זיין.
אגב, וואס איז יעצט געווארן פון די מלאכים? זיי זענען א באזונדערע חסידישע קהילה? זיי האבן א רבי?
איך האב עפעס געמיינט אז זיי זענען געווארן א טייל פון סאטמאר.

ובאשר צו קאפוסט - די שול 'בעל התניא' ביי אונז אין ירושלים איז דאך א קאפוסטער.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

וועלעכער שול? אויף וועלעכער גאס?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

אין וויליאמסבורג איז דאך דא די ביהמ"ד נתיבות עולם בנשיאות הרה"צ ר' מאיר וועבערמאן שליט"א און אויך אין מאנסי איז דא א שיינע חבורה.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

אנדי פעטיט האט געשריבן:אין וויליאמסבורג איז דאך דא די ביהמ"ד נתיבות עולם בנשיאות הרה"צ ר' מאיר וועבערמאן שליט"א און אויך אין מאנסי איז דא א שיינע חבורה.

איז זיי זענען א באזונדערע קהילה אדער א חלק פון סאטמאר? וועמען'ס חסידים זיי זיינען? נישט דעם סאטמארער רבי'ן?
אגב, איינער האט מיר נעכטן געזאגט אז מלאך האט זיך אפגעטיילט נישט פון רש"ב נאר שוין פון ריי"צ.
אפשר עמעצער קען דערציילן פון זייערע געשיכטע?
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך קען נישט די פונקטלעכע פרטים אבער איך בין זיכער אז ער האט זיך אפגעטיילט פון די רש"ב.

למעשה איז עס נישט געווען נוגע ווייל זיי זענען דאך געווען אזוי ווייט איינער פון די אנדערע ביז די ריי"צ נ"ע איז געקומען קיין אמעריקא, וואס דאן האט זיך עס אביסל צופלאקערט, פארדעם מאכען מאנכע דעם טעות.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

דער מלאך איז געווען א תלמיד פינעם מרש"ב, נאכען לערנען ביים מגן אבות ער האט געלערנט בחבריתא מיט מרי"צ אין זיי האבען זיך צישלאגען ווייל ער האט באקימען חסידים, און ער איז אהיים געפארן, בשעתן געזעגענען מיטן מרש"ב האט דער מרש"ב זייער געוויינט אז ער פארט שוין אהיים

(געהער פון אן היסטאריקער)
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

בני היכלא האט געשריבן:ערנסטער.
וויאזוי קוקט אויס די שול, אן ר' משה'ן?
ס'האט נאך די זעלבע חן?

דעם אמת געזאגט - איך ווייס נישט, איך האב דארט (צום באדויערן) שוין עטלעכע יאר נישט געדאוונט און נישט געקומען אויף זייערע פארברענגענס.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

דארפסמאן, אט עפעס אזוי האט מען מיר נעכט אויכעט דערציילט - אז מחלוקת האט ער געהאט נישט מיטן רש"ב נאר מיטן ריי"צ.
אגב, ווי איז געווען זיין נאמען און פארוואס רופט מען אים אן 'מלאך'?
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זיין נאמען איז געווען ר' חיים אברהם דובער לעווין, און מען האט אים גערופן מלאך צוליב זיין געטליכע פירונג, בפרט על אדמת אמעריקע בימים ההם.
------
פארראכטן דעם נאמען פונעם מלאך, לויט די אויפמערקונג פון דארפסמאן.
לעצט פארראכטן דורך קרעמער אום דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2007 1:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כערענסטער ועוד לדארפסמאן, לויט מיין היסטארישע וויסנשאפט, האט ער טאקען געלערנט מיט מהרייצ, און ער איז איהם עפעס נישט געפאלן, וכולי וכולי.....
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

קרעמער: זיין נאמען איז געווען הר"ר חיים אברהם דובער לעווין זצ"ל , אזוי שטייט אויף זיין מצבה (ער ליגט אין לאדי NJ נעבן העקענסעט שפיטאל)

סאכדעס : עס איז שוין געווען א מחלוקה אינדערהיים אויב דער מרי"צ איז ערליך אדער נישט , ואני הקטן נעם נישט קיין שטעלונג

נאר איך האב זייער אסאך געהערט פון זיין צדקות, מיין חבר טוט אביסל אין היסטאריע ווייס איך אביסל
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עס איז פארבליבען א קונטרס פון מכתבים פונעם מלאך וואס ער שרייבט צו זיין זוהן וועלכער האט זיך נישט אויפגעפירט אינגאנצן ווי עס פאסט, ווייסט איינער צו פונעם זוהן איז עפעס פארבליבען?

דער בילד פונעם מציבה אינעם 'אתר קברי צדיקים'
אטעטשמענטס
chaim-avroham-dover.jpg
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

זיין זוהן ר' אפרים ע"ה האט געוואינט אין אלבעני, און אוועק ט' תמוז תשנ"ג, אויב איך האב נישט קיין טעות
יא עס איז פארבליבען פון אים, אבער לכאורה נישט וואס צי שרייבען אינעם קרעטשמע......
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב טאקע געמיינט דאס צו פרעגן, צו עס זענען פארבליבען ערליכע אייניקלעך.

דער מלאך האט דאהי אין אמעריקא ווען אידישקייט איז געווען בשפל המצב צוגעצויגן ערליכע בחורים פון ישיבת תורה ודעת וועלכע האבן זיך געהאלטן כצור החלמיש אקעגן די בייזע ווינטן.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

זיין זון ר' אפרים זלמן איז ווי איך ווייס געווען א גרוש אן קינדער אדער גאר אן אלטער בחור ער פלעגט צי קימען קיין קרית יואל אין איינשטיין ביי ר' יודא לייב פלאהר
אזוי אויך האט ער געהאט א טאכטער וואס וואס לויט מיין ידיעה האט זי נישט געהאט קיין קינדער
אזוי ארום איז נישטא כפי ידיעתי קיין דורות היינט צי טאג פונעם מלאך.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב ערנסטער, דער ביהמ''ד נתיבות עולם אויף 205 היוז סט. אין וויליאמסבורג, איז באשטאנען פון א געקליבען קרעמל פון געווייקטע תלמידים פון מלאך אנגעפירט דורך הרב ר' יעקב שור ז''ל [אוועק אנהויב מ' יארן און ליגט אין ק''י] צווישן זיי: ר' משה שפירא ז''ל, ר' יוסף פלאר מוכר ספרים ז''ל, ר' זאנוויל גערטנער ז''ל, און להבחל''ח ר' אבא שאול סאלאף זז''ג, זייערע קינדער האבן מער ווייניגער געלערנט און זענען אויפגעוואקסן אין סאטמאר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

יצחק שארר וועלעכע דרייט זיך אין די וויליאמסבורגער גאסן איז א זוהן פון ר' יעקב שארר, ר' יעקב איז געווען א ברודער מיט ר' גדלי' וואס זיינע קינדער זענען ר' אברהם שארר רב בית מדרש בית יעקב בפלעטבוש, ר' רפאל שארר ר"י וויזניץ קייאמישע, ר' ישראל שמחה שארר ר"י ישיבת אור שמח מאנסי.

בנוגע דער קאפוסטער, ער איז געווען א זוהן פונעם צמח צדק, און דער קאפוסטער איז געווען דער איינציגסטער פון אלע חבד"סקער רבי'ס וועלכע אלע קינדער זיינע זענען געווען רבי'ס, ער איז געגאנגען בגדי לבן, אנדערש ווי דער מהר"ש, ( די ליובאוויטשער זענען געגאנגען בגדי לבן אזוי ווי מען זעהט אויפן בילד פונעם צמח צדק) עס זענען געווען גרויסע מלחמות צווישן ליובאוויטש און קאפוסט בנוגע די ארץ ישראל'דיגע געלטער, און דער חבד'סקער בית מדרש אין מאה שערים געגענט איז טאקע מלכתחלה געווען א קאפוסטער.

דער רבי דער מהר"ש איז געווען מער א מאדערענער, אבער אין ליובאוויטש איז ער מער צוליב דעם וואס ער האט מחדש געווען אסאך אין חסידות, איך האב געהערט פון ר' שלום בער לעווין יו"ר פון די לייברערי פון אוצר אגודת חסידי חב"ד אז ס'איז בעצם יא דא א בילד פון איהם הגם ס'איז נישט באקאנט, נאר היות ער איז געווען זייער גרויס (בפועל ממש) שעמען זיי זיך דערמיט.

היינטיגע צייטן האלטן זיך די מלאכים נאכאלץ מיט מנהגי חב"ד, זיי נוצן די סידורים און ספרים וואס ווערן ארויס געגעבן דורך קה"ת ליובאוויטש, אבער זיי זענען שוין בעצם סאטמארער,
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אנדי פעטיט האט געשריבן:אין וויליאמסבורג איז דאך דא די ביהמ"ד נתיבות עולם בנשיאות הרה"צ ר' מאיר וועבערמאן שליט"א און אויך אין מאנסי איז דא א שיינע חבורה.
דאס בית המדרש פון הרב ר' חיים [אח"ד] פלאהר שליט"א.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

farshlufen האט געשריבן:אנגעפירט דורך הרב ר' יעקב שור ז''ל [אוועק אנהויב מ' יארן און ליגט אין ק''י]
א איידעם ביי משפחת דערשאוויץ.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב ביקסאד, האסט מיך דערמאנט, איך האב פארגעסן פון דעם לעבעדיגן לוסטיגן אידל, ר' יוסף דערשאוויטץ ז''ל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ר' יוסף איז געווען א זעלטן גוטער מעהלער ער האט א זוהן ר' דוד אין קרית יואל אויך מיט דעם גוטן טאלאנט ר' דוד איז אויך א גרויסער תלמיד חכם און א בעל מחדש נפלא
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

מיללער : די ביסט געווען לעצטענס ביי זיי ציון ? איך גיי אסאך מאל אויפן וועג קיין אפסטעט און איך טרעף זייער אסאך מאל מענטשן,
אגב וואס איך בין שוין אמאל אריינגעפאלען דארט און מלאכים האב איך געזען אז זיי זענען זייער מקפיד אויף די חב"ד מנהגים מען זאגט אן די בעלי תפילות וואסערע חיליקים עס איז דא ביים דאווענען, און ביי של"ס לערענט מען פאר תניא מיט א געוואלטיגע עיון מען פרעגט אריין, און אויך לערנט מען פאר "תורה אור" פינעם תניא (איך ווייס נישט ווען מען לערנט עס פאר) און ר' אלימלך פלאר פון מאנסי (א ברידער פון ר' חיים) לערנט פאר דרך מצותך פינעם צמח צדק יעדע מיטוואך אדער יעדע צווייטע מיטוואך, איך קען ר' אלימלך ער איז א פלאמעדיגע איד און קען גיט חב"ד (ער איז איינגעשטעלט ביי ר' משה גרין'ס ישיבה)

און די הויכפינט איז י"ט כסלו מען מאכט א גרויסע סעודה און מען רעדט דרשות און מען טאנצט ביז שפעט ביינאכט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דארפסמאן האט געשריבן:ר' אלימלך פלאר פון מאנסי (א ברידער פון ר' חיים) לערנט פאר דרך מצותך פינעם צמח צדק יעדע מיטוואך אדער יעדע צווייטע מיטוואך, איך קען ר' אלימלך ער איז א פלאמעדיגע איד און קען גיט חב"ד (ער איז איינגעשטעלט ביי ר' משה גרין'ס ישיבה)
לפי ידעיתי איז ער זיין איידעם.
ועמך כולם צדיקים
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”