משפחה-נעמען פון רבנים ואדמורי"ם

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

משפחה-נעמען פון רבנים ואדמורי"ם

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 6:36 pm

זעהנדיג אז דער חידות אשכול גייט אויף גוטע רעלסן, קום איך דא מיט א נייע איידיע, דהיינו אז היות רוב רובם פון צדיקי עולם האט מען און מען רופט זיי נאכאלץ ביי זייערע נעמען פון זייערע ספרי קודש אדער ביי זייערע שטעט, צומאל ווייסט מען ניטאמאל ווי אזוי זיי האבן געהייסן אויף זייערע ערשטע נעמען, אדער לעצטע נעמען, און אנדערע פעלער איז באקאנט זייערע נעמען און נישט זייערע ספרי קודש וואס זיי האבן מחבר געווען, בוי איך אויף דעם אשכול מיט די זעלבע חשבון ווי מיין פארגייענדיגע, דהיינו מען זאל דא מברר זיין ברדך שאלה ותשובה, וחידה ופתרון, די אמת'ע נעמען פון אונזערע רביים.

אלץ מייסד האשכול וועל איך שטעלן די זעלבע פשוט'ע תקנות ווי אין די אנדערע אשכול, דהיינו:

א) ווען איינער לייגט ארויף א חידה זאל דאס בלייבן די איינציגסטע חידה ביז עס ווערט פארענטפערט דורך דעם שואל, אדער ווען עס גייט אריבער 24 שעה פון ווען די חידה איז געפרעגט געווארן.

ב) דער וואס פרעגט דער חידה דארף באריכטן ברבים ווען דער ריכטיגע תירוץ איז געקומען אויפן האריזאנט, אדער דארף ער מעלדן דעם תירוץ ווען עס גייט אריבער 24 שעה און קיינער ווייסט נישט דארף ער דאס אליינס פארענטפערן.

ג) אויף יעדע חידה זאל מען ארויף לייגן א נומער וועלכע חידה דאס איז.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 6:38 pm

און אלץ מתחיל וועל איך אנהייבן מיט צוויי חידות.

חידה א'
ווי אזוי האט דער באר מים חיים געהייסן אויף זיין נאמען, און וועלכע ספרים האט ער געמאכט?

חידה ב'
ווי אזוי האט ר' משה לייב סאסוב'ער געהייסן אויפן לעצטן נאמען?

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 7:51 pm

דאכט זיך מיר ער האט געהייסן ר' חיים ער האט געדינט אלץ רב און די שטאט טשערנאוויץ, ער האט מחבר געווען די ספר דורו של שבת, שער התפל, און אויב איך געדענק גוא אויך א ספר מיטן נאמען ארץ החיים, ער אי געווען א תלמיד די זלאטשובע מגיד

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 8:18 pm

לשאלה א' - געהייסן האט ער אויף די משפחה נאמען 'טיראר'. מחבר געווען האט ער, ווי וועלוועלע האט דערמאנט, באר מים חיים, סידורו של שבת, ארץ החיים און שער התפילה.

שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

תגובהדורך שמואל'יק'יל » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 9:59 pm

פאר חידה ב':
הערבליך

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 10:00 pm

אקעי נעקסט זיידעניו גוי אהעד

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 10:43 pm

חידה ג'
ווי אזוי האט געהייסן דער יוד הקדוש אויף די לעצטע נאמען?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 10:49 pm

ערבליך אן דעם ה פון אנהייב,

שמואל'יק'יל, אוואו מיר פארשטייען רעדט איר א ירושלם'ער אידיש,

הערט זיך א איי אוואו א היי און פארקערט אויך,

אבער מען שרייבט עס נישט אזוי.

עס קומט אייך אבער קרעדיט אז אזוי פינעף'ער פארטאגס טוט איר דא באזוכען.
ועמך כולם צדיקים

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 11:30 pm

חידה א'
ווי אזוי האט דער באר מים חיים געהייסן אויף זיין נאמען, און וועלכע ספרים האט ער געמאכט?

חידה ב'
ווי אזוי האט ר' משה לייב סאסוב'ער געהייסן אויפן לעצטן נאמען?


די תירוץ אויף חידה אלף איז טאקע ווי ר' זרח'ל האט געזאגט רבי חיים טיראר פון טשערנאוויץ און די ספרים איז ווי וועלוועלע האט דערמאנט, באר מים חיים, סידורו של שבת, ארץ החיים און שער התפילה.

און אויף חידה ב' איז אזוי ווי ידידינו הידען וחקרן ר' שמאול'ליק ער האט געהייסן ר' משה לייב ערבליך

שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

תגובהדורך שמואל'יק'יל » פרייטאג דעצמבער 05, 2008 7:03 am

דער רבי ר' משה לייב האט געהייסן רבי משה יהודה לייב

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » פרייטאג דעצמבער 05, 2008 10:48 am

אלף בית האט געשריבן:חידה ג'
ווי אזוי האט געהייסן דער יוד הקדוש אויף די לעצטע נאמען?

דער איד הקדוש איז דאך גאנץ פשוט ראבינאוויטש

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג דעצמבער 07, 2008 7:59 pm

חידה ד'
ווי אזוי האט געהייסן אויפן פולע נאמען רבי ר' זושא מהאניפאלי?

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » זונטאג דעצמבער 07, 2008 8:03 pm

ס'הייסט וויאזוי? רבי משולם זוסיא אויערבאך

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג דעצמבער 07, 2008 8:20 pm

מרוב חרפיתיה דפעפער שהוא דבר חריף ומפולפל, נעלם ממנו ההסכמה של הר"ר זושא על לקוטי אמרים של בעל התניא נ"ע און דארט איז אינטערגעשריבן משולם זוסיל מאניפאלי ווידעראום אין ספר הקדוש נועם אלימלך איז ביים הסכמה פון ר"ר זושא אינטערגעשריבן הק' משולם זוסמאן מאניפאלי.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » זונטאג דעצמבער 07, 2008 8:24 pm

מרוב זקנותו, שכח זה זקן שקנה חכמה, שכבר דברנו מנושא זו באשכול המצויין כאן עיי"ש ותמצא נחת.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג דעצמבער 07, 2008 8:29 pm

מרוב הזריזותו, של משפחת הזרחי לא מצא הלינק מנוח, דער לינק טראג נישט צו קיין אשכול, אויב איך געדענק גוט רעדט מען דארט ווען דאס וואס ער שרייבטזיך אונטער "בן ר' אברהם" בשעת ווען ר''ר אלימלך איז געווען "ב"ר אליעזר ליפמאן", אבער איבער "זושא-זוסיא-זוסמאן-זוסיל" געדענק איך טאקע נישט.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » זונטאג דעצמבער 07, 2008 8:30 pm

ואתך הסליחה. נו נאדער דעם אשכול

וראה שם מה שכתוב בני היכלא ותגובתי משם ולהלאה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג דעצמבער 07, 2008 8:40 pm

יישר כחכם הרב מחרופי דפעפרותא, איך האב טאקע די אלע תגובות נישט געזעהן, (אדער דערזעהן), אבער נאך אלעם איז נאכנישט קלאר כאור הפעפער שצווח ככרוכיא אז ער זעהט גארנישט קיין צווייטע אויסוועג נאר "ס'הייסט וויאזוי? רבי משולם זוסיא אויערבאך", נאר דער צווייטער נאמען איז שוין טאקע דעבאטירט געווארן מה זה ועל מה זה, און דארטן איז מען אויכעט נישט אנגעקומען צו א שביל אחד.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג דעצמבער 07, 2008 9:39 pm

חידה ה'
ווי אזוי האט געהייסן דער הייליגער ראפשיצער אויפן נאמען?

אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2008 11:51 am

תגובהדורך ארפכשד » זונטאג דעצמבער 07, 2008 9:51 pm

רבי נפתלי צבי הורוויץ זי"ע
א איד פון דערהיים, מלא חן...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג דעצמבער 07, 2008 9:57 pm

ניין דער רופשיצער רב אליינס האט מתחילה נישט געהייסן הורוויץ נאר שפעטער יא און די קינדער האבן זיך שוין יא גערופן הורוויץ.

אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2008 11:51 am

תגובהדורך ארפכשד » זונטאג דעצמבער 07, 2008 10:10 pm

איך דערמאן זיך שוין! "רובין".
א איד פון דערהיים, מלא חן...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג דעצמבער 07, 2008 10:13 pm

יא! גערעכט.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג דעצמבער 07, 2008 10:19 pm

חידה ו'
און ווי אזוי האט רבי אשר'ל ראפשיצער געהייסן?

אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2008 11:51 am

תגובהדורך ארפכשד » זונטאג דעצמבער 07, 2008 10:20 pm

אויך "רובין"
א איד פון דערהיים, מלא חן...


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט