רבי אברהם דוב מאווריטש-צפת ה'בת עין' זצ"ל - י"ב כסלו תר"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

רבי אברהם דוב מאווריטש-צפת ה'בת עין' זצ"ל - י"ב כסלו תר"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

רבי אברהם דוב ב"ר דוד מאווריטש זיע"א, מח"ס בת עין

י"ב כסליו תר"א לפ"ק

דער הייליגער אווריטשער פלעג זיך מסגף זיין מיט פארשידענע סיגופים און תעניתים. ער האט דערציילט אז איידער ער איז געפארן קיין אר"י איז ער געפארן זיך געזעגענען פון עטליכע צדיקים. ווען ער איז געקומען צום רבין ר' זושא זי"ע, האט אים רבי זושא אויסגעמוסר'ט פארוואס ער איז זיך מסגף ביים עסן, און רבי זושא האט דאן געהאלטן אינמיטן רייכערן די לולקע. דער אווריטשער האט שפעטער דערציילט אז בשעת ווען רבי ר' זושא האט אים מוסר געזאגט האט ער געזען ווי מחציו ולמעלה איז א שטיק פייער, ווען מען האט אים געפרעגט אויב די אנדערע אנוועזענדע האבן עס געזען האט ער געזאגט אז ער ווייסט נישט. ער האט דאן דערציילט אז רבי זושא האט אים געזאגט: אויב דו וועסט מיר פאלגן און אויפהערן מיט די סיגופים וועל איך דיר מאכן העכער פון אלע צדיקים פון דור. ער האט אבער נישט מסכים געווען. האט דער הייליגער אווריטשער אויסגעפירט: היינט טוט עס מיר באנג.

מזקנים אתבונן ח"ב דף צ"ו אות ז'

--

זקני צפת פלעגן דערציילן אז ווען דער הייליגער אווריטשער איז געפארן קיין ארץ ישראל האט ער געהאט קפיצת הדרך למעלה מדרך הטבע. ווייל א געווענליכע נסיעה פון אדעס קיין ארץ ישראל האט אין יענע צייט געדויערט לכל הפחות פיר וואכן, אבער ביי אים האט עס געדויערט בלויז 15 טעג. ווען דער שיפס קאפיטאן האט געזען אז מען איז שוין ביים בארטן פון ארץ ישראל האט ער געשוואוירן אז דאס איז נאר אינעם זכות פון דעם צדיק, ווייל ער האט נאך קיינמאל נישט געהאט אזא אויסערגעווענליך שנעלע רייזע.

מזקנים אתבונן, ח"ב דף צ"ז אות י'

--

דער בת עין האט געהאט א חסיד אין טברי' מיט'ן נאמען רבי משה לייב שו"ב. דער איד האט געהאט א גוטער מנהג, אז ער פלעג יעדן ראש חודש אפגעקאכן א פליישיג געקעכטס, און גיין צופיס זעקס שעה פון טברי', בארג ארויף, קיין צפת צום סעודת ראש חודש ביים הייליגן בת עין פון אווריטש. נאכדעם וואס ער איז נפטר געווארן איז ער געקומען אין חלום צו איינער פון זיינע פריינט און אים דערציילט מה נעשה בדינו.
ווען ער איז אנגעקומען אין בית דין של מעלה, האט מען אים פארמשפ'ט אז ער זאל אריינפאלן אין די הענט פון די מלאכי חבלה. די חברה האבן אים גענומען און אויסגעטיילט געברענטע צרות. אבער ווען עס איז געקומען ראש חודש האט ער געזאגט אז ער וויל גיין צום רבי'ן אזוי ווי ער האט זיך געפירט יעדן חודש. האט מען אין בי"ד של מעלה נאכגעקוקט, און געזען אז ער האט טאקע נישט פארפעלט קיין איין מאנאט, האט מען אים געגעבן די ערלויבעניש.

די מלאכי חבלה זענען געשטאנען אינדרויסן במשך די סעודה און געווארן אויף אים. נאכ'ן סעודה האט ער געוואלט ארויסגיין און געזאגט פאר'ן רבי'ן אז די חברה ווארטן אים אינדרויסן. דער רבי האט אים געהייסן בלייבן דארט מיט אים, ווייל: ווער האט דיר דען געהייסן ארויסגיין?!

מאמר מרדכי סלאנים, ח"ב דף קס"ו אות כ"ג

--

דער הייליגער אווריטשער איז אמאל געגאנגען זיך משתטח זיין אויף די קברי צדיקים אין צפת. איינע פון די באגלייטער'ס האט זיך אויסגעדריקט מיט א זילזול: ווער ווייסט אויב דער צדיק ליגט דא טאקע באערדיגט... האט זיך אנגערופן הרה"ק מאווריטש: א זאך וואס איז א מסורה ביי אידן, און מען גלויבט נישט אין דעם איז דאס אפירקורסות.

מאמר מרדכי סלאנים, ח"ב דף קס"ד אות ט"ו

--
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ער מיט'ן ווילעדניק'ער זענען געווען טשערנאביל'ער תלמידים.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

היינט די יומא דהילולא קדישא
נישט פארגעסן טוהן עפעס לטובת נשמתו, אזוי דער צדיק האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק, וועט ער זיך אוודאי מער מיען פאר וועט עס טיט לטובתו,
כאב אמאל געהערט פון הרה"ק מ'טאהש שליט"א אז ס'איז דא א משפחה אין ירושלים וואס האבען יארן לאנג צירוק געדארפט א גרויסע ישועה, האבען זיי געמאכט א יארצייט סעודה, ביו"ד פונעם בת עין לעילו נשמתו, און זיי זענען געהאלפען געווארען למעלמה מדרך הטבע, זייט דעמאלטץ מאכען זיי א סעודה יעדע יאר י"ב כסליו,
זכותו יגן עלינו
לחיים לחיים
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

א בילד פון זיין ציון הק' און פון זיין ביהמ"ד אין צפת וואס דארט איז געווזן די באוואוסטע נס ביים ערדציטערניש.
אטעטשמענטס
AvrahamDovAvruchHouse2.jpg
AvrahamDovAvruchHouse2.jpg (42.88 KiB) געזען 13532 מאל
AvrahamDovMiAvrutsh1.JPG
AvrahamDovMiAvrutsh1.JPG (23.08 KiB) געזען 13531 מאל
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

געוועהן איז דאס אין א וואכנדיגן טאג אין חודש טבת, די בתי מדרשים אין די הייליגע שטאדט צפת תובב"א, זענען געוועהן פיהל מיט מתפללים. די טויזנטער און טויזנטער צפת'ער אידן האבן זיך געפונען אין די שולן, ווי געווענליך יעדן פארנאכט'ס, וואו זיי זענען געקומען דאווענען מנחה מיט מעריב.

פלוצלינג האבן זיך גענומען הערן געשרייען פון אלע זייטן, א שרעקליכער ערד ציטערניש האט געטראפן די שטאדט צפת! די ערד האט זיך געגעבן א שאקל, איינמאל און נאכאמאל. הונדערטער הייזער, קליינע און גרויסע געביידעס, זענען אומגעפאלן ווי קארטן. אין איין סעקונדע איז עיה"ק צפת פארוואנדלט געווארן אין איין גרויסן בית החיים! טויזנטער טייערע אידן, יונג און אלט, האבן נעבעך פארלוירן זייער לעבן אונטער די הויפענס שטיינער און ערד, צעבראכענע באלקענעס און שטיקער ליים.

די אלט פארצייטישע געסאלעך פון די שטאדט צפת, זענען געוועהן קרומע און שמאלע, איין געסל העכער די צווייטע, אזוי איז איין הויז געפאלן אויף די אנדערע, און עס האט נישט געדארפט לאנג געדויערן אז די גאנצע שטאדט זאל פארוואנדלט ווערן אין א חורבה ר"ל.

אויך כמעט אלע שולן און בתי מדרשים פון די שטאדט צפת, זענען חרוב געווארן פון דעם ערד ציטערניש, באגראבענדיג אונטער זיך די מתפללים וועלכע האבן זיך דאן דארט געפינען.

אין יענע צייטן, האט אין צפת געוואוינט איינער פון די צדיקי הדור, הגאון הקדוש רבי אברהם דוב זי"ע, א תלמיד מובהק פון טשערנאבלער רבי'ן דער "מאור עינים" זי"ע, און פון בארדיטשעווער רב דער "קדושת לוי" זי"ע, וועלכער איז פאר ער איז ארויף געפארן וואוינען קיין ארץ ישראל, געוועהן רב אין די שטאדט אווריטש, און איז באקאנט אין די חסידישע וועלט אלס דער "אווריטשער רב", אדער אויף דעם נאמען פון זיין הייליג ספר "בת עין". דער "בת עין" זי"ע האט אין צפת געעפענט אן אייגן בית המדרש, און עס האבן זיך ארום אים גרופירט הונדערטער חסידים ואנשי מעשה.

אין יענעם ביטערן מאמענט וואס די ערד ציטערניש איז פארגעקומען, איז דער "בת עין" געשטאנען אויף זיין ארט אין זיין בית המדרש. מנחה האט מען שוין געהאט געדאווענט, און ער מיטן עולם האבן צוגעווארט צו קענען דאווענען מעריב.

ווען עס איז פארגעקומען די ערד ציטערניש, האט דער עולם אין בית המדרש זיך געוואלט נעמען ארויסלויפן, כדי צו געפינען זיך אונטערן פרייען הימל, וואו מעןאיז ווייניגער אויסגעשטעלט צו די סכנה, און מיט גרויס בהלה האט זיך יעדער א לאז געגעבן צו די טיר.

ווען דער "בת עין" האט דאס געזעהן, האט ער געגעבן א געשריי: "קיינער זאל נישט ארויסלויפן"! דער עולם האט געפאלגט און איז געבליבן אין בית המדרש.

דאן האט דער "בת עין" באפוילן, אז אלע מתפללים זאלן זיך ארום שטעלן ארום אים, זיך צוזאמען שטופן אויפן ארט וואו ער שטייט. די אנוועזנדע האבן אזוי געטוהן, און יעדער האט זיך געשטעלט ביי דעם מזרח טייל פון בית המדרש, נעבן דאס פלאץ וואו דער "בת עין" איז געשטאנען.

און דאן האט זיך דער רבי דער "בת עין" אנידער געווארפן אויף דער ערד, זיך אויסגעשטרעקט אויף דער ערד, און אנגעהויבן מתפלל זיין צו השי"ת, איינצורייסן מיט תפלות און בקשות, השי"ת זאל רחמנות האבן און זיי רעטן פון די גרויסע סכנה.

און פלוצלינג האט די געביידע אויפגעציטערט, די ווענט האבן אנגעהויבן קרימען שטיינער און ליים זענען געפלויגן אין אלע זייטן, און ביז געציילטע סעקונדעס איז איינגעפאלן א האלבער בית המדרש. טאקע דער טייל פון די מערב וואנט! יענע העלפט הויז איז גענצליך חרוב געווארן, נישט געבליבן קיין זכר פון די ווענט און פון דאך. און דער מזרח טייל וואו דער רבי מיט די חסידים זענען געשטשנען, איז געבליבן גאנץ אומבארירט!

ביז צום היינטיגן טאג שטייט נאך דער בית המדרש אין צפת עיה"ק. דער חרוב געווארענער טייל איז שפעטער צוגעבויט געווארן, אבער אויף דעם טייל וואס איז דעמאלטס געבליבן שטיין בדרך נס, איז אויפגעהאנגען אויף די וואנט א מארמארענער טאוול, וואו עס איז ארויפגעקריצט לזכרון עולם, דער וואונדערליכער נס וואס האט געטראפן די שול בשעת די ערד ציטערניש, ווען די אלע מתפללים זענען געבליבן לעבן אין זכות פון צדיק דער "בת עין" זי"ע
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

ווייסט איינער ווען און פארוואס איז דער אווריטשער רב ארויף קיין ארץ ישראל?
לחיים ולברכה!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

איז נישט געווען די סיבה ווייל "כאן אי אתה זוכה לבנים".
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

נחמן נתן האט געשריבן:ווייסט איינער ווען און פארוואס איז דער אווריטשער רב ארויף קיין ארץ ישראל?

דו מיינסט זיך צו באציען צו א גוויסער סיפור? אדער דו פרעגסט סתם אזוי.

אינעם ספר בת עין זעהט זיך אהן א שטארקע חיבה צו ארץ ישראל, איך ווייס אבער נישט צו דאס האט ער געזאגט/געשריבן בעפארן ארויף פארן קיין אר"י אדער דערנאך.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

באציע זיך נישט צו א געוויסן סיפור, נאר די אנדערע עליות קיין ארץ ישראל זענען מער באקאנט, האב איך געוואלט וויסן ווען און וואס די מאטיוון זענען געווען.
לחיים ולברכה!
קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלת »

שמעלקא טויב האט געשריבן:איז נישט געווען די סיבה ווייל "כאן אי אתה זוכה לבנים".


זעה דא אות צ"ה
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

וויייסט איינער מער איבער די סגולה פון מאכן א יארצייט סעודה און די יארצייט טאג פינעם הייליגען בית עין ז"ל ? א מקור אדער עפעס אנדערשט
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דער מקור שטאמט פון דעם וואס מען האט געגרינדעט א תלמוד תורה אין צפת על שמו ולזכרו פון דעם הייליגן צדיק זי"ע, און אלס א מיטל פון פאנד-רעזינג האט מען באשטימט היינט נאכט א סעודת הילולא ומסיבת "בת עין" בבית ר' נתן יואל פריינד הי"ו אויף אכציג סקילמאן סטריט G-C.

פון אייגענע ערפארונג - פון פאראיאר בבית ר' הערשל וועבער - קען איך זאגן אז דער סעודת הילולא איז באמת א רייכע סעודה.
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

לכאורה האט געשריבן:דער מקור שטאמט פון דעם וואס מען האט געגרינדעט א תלמוד תורה אין צפת על שמו ולזכרו פון דעם הייליגן צדיק זי"ע, און אלס א מיטל פון פאנד-רעזינג האט מען באשטימט היינט נאכט א סעודת הילולא ומסיבת "בת עין" בבית ר' נתן יואל פריינד הי"ו אויף אכציג סקילמאן סטריט G-C.

פון אייגענע ערפארונג - פון פאראיאר בבית ר' הערשל וועבער - קען איך זאגן אז דער סעודת הילולא איז באמת א רייכע סעודה.

סאיז א אלטא סגולה איך האב שוין געהערט דערפון יאר'ן צוריק דא האסטו וואס איינער שרייבט און ס"ח אונעם אשכול
יעקעלע פוקס האט געשריבן:היינט די יומא דהילולא קדישא
נישט פארגעסן טוהן עפעס לטובת נשמתו, אזוי דער צדיק האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק, וועט ער זיך אוודאי מער מיען פאר וועט עס טיט לטובתו,
כאב אמאל געהערט פון הרה"ק מ'טאהש שליט"א אז ס'איז דא א משפחה אין ירושלים וואס האבען יארן לאנג צירוק געדארפט א גרויסע ישועה, האבען זיי געמאכט א יארצייט סעודה, ביו"ד פונעם בת עין לעילו נשמתו, און זיי זענען געהאלפען געווארען למעלמה מדרך הטבע, זייט דעמאלטץ מאכען זיי א סעודה יעדע יאר י"ב כסליו,
זכותו יגן עלינו
לחיים לחיים
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

בביה"ח שייח' באדר שבירושלים - שם קברו בשנות תש"ט-תשי"א באותו זמן שגם קברו בביה"ח סנהדריה, לפני שהתחילו לקבור בהר המנוחות (שם גם מנוחת קודש ר' גדלי' משה מזוועהיל זצ"ל)

ממשפחת הבת עין - מה זאת אומרת?
אטעטשמענטס
Bas Ayin.jpg
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

עס זענען געווען אין צפת פיל אייניקליך פון א ברודער פון'ם בת עין.
מינצקער
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 3:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מינצקער »

ובראשם משפחת קסטלניץ (ר ישראל שמעון)
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הבת עין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

סאיז ידוע אז הרב הקדוש רבי אברהם דוב אויערבאך בעל הבת עין מאוורוטש תלמיד הרה"ק מבארדיטשעוו המאור עיניים ובנו רבי מאטעלע מטשערנאביל זי"ע .האט עולה געווען קיין ארץ ישראל און באזעצט און צפת,און בשעת די באווסטע ערד ציטערניש און צפת בשנת תקצ"ז לפ"ק,האט אויסגעבראכן ,האט ער געהאלטן און מיטן דאווענן מנחה און זיין שהול, האט ער געזאגט צום עולם דארט ,אז אלע זאלען קומען לעבן עם און מזאל זיך ארפלייגען אויף די ערד,און הפלא ופלא אז די אנדרע העלפט פון בית מדרש האט זיך אינגאנצען צושעמעטערט, אבער די העלפט וואו ער איז געשטאנען מיט די עולם האט גארנישט פאסירט,אפילו די האלבע דאך איז גבליבען הענגען און די לופטען, ויהי לאות ונס, און סהענגט א טאוועל און בית מדרש בזה הלשון,

מה נורא המקום הזה, בית מדרש של רבי אברהם דוב האדמו"ר מאווריטש זצ"ל, שחזה את הרעש הגדול על צפת תובב"א בתקצ"ז ובזכותו הגדולה ניצל חצי ביהמ"ד מחורבן והאדמו"ר ותלמידיו שרדו בחיים.און יאר תר"א האט אויסגעבראכן א מגיפה ל"ע און צפת,האט ער צו געזאגט אז ער גייט זיין די לעצטע קרבן ביי די מגיפה,און כך הוה ער איז נסתלק געווארען און יב כסליו יענם יאר תר"א לפ"ק, און די מגיפה האט זיך אויפגעהערט מיט זיין הסתלקות. און מהאט עם באהאלטען און די מערה פון הרה"ק רבי דוד שלמה אייבישיץ בעל ערבי נחל ,און פון הרה"ק מוואלשיטסק זצ"ל ,ער האט לידער נישט איבער געלאזט דורות נאך עם. זכותו הגדול יעמוד לנו ולכל ישראל אמן. ער האט דאך געהאט די זעלבע נאמען וואו הרה"ק רבי אברהם דוב אויערבאך מחמעלניק ,און זיין טאטע האט גהייסען רבי דוד מגיד דחמעלניק, אשר על כן נפשי בשאלתי צו וויסען זענען זיי געווען קרובים? און וואו אזוי?
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

זי"ע די יארצייט איז די וואך פרייטאג
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

איז געשטאנען אין איינע פון די גליונות, אז דער הייליגער בת עין זי"ע האט נישט געלאזט קאלעכען דאס ביהמ"ד פאר פסח, ווייל די צייט ווארפען די ווייבער ארויס די מענער פון שטוב, און זיי האבן נישט ווי צו גיין נאר אים ביהמ"ד!!!!!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

ווייסט איינער צו דער בארימטער ביהמ"ד ווי עס איז פארקומען דער גרויסער נס איז נאך אין באנוץ?
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

ווייסעך וואס האט געשריבן:ווייסט איינער צו דער בארימטער ביהמ"ד ווי עס איז פארקומען דער גרויסער נס איז נאך אין באנוץ?


זיכער, ס'איז א שיינער שוהל, אבער די טיהר איז בדרך כלל פארשפארט חוץ ביים דאווענען.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

השלט ממעל הכניסה לבית מדרשו בעיה"ק צפת תובב"א
אטעטשמענטס
Awritsh.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת בן אחיו רבי משה אפרים זצ"ל - במערת דודו הבת עין זי"ע
אטעטשמענטס
IMG_0248.JPG
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6774
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

בקבוק יין שהיה שייך להרה"ק רבי אברהם דוב מאווריטש זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מתוך ספר "חיים הם למוצאיהם" (מאת הנגיד בנש"ק מו"ה שמואל פרענקל הי"ו, ברוקלין נ.י. תשע"ב)
אטעטשמענטס
2212.jpg
67676.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”