בלאט 1 פון 2

ר' ברוך בער לייבאוויץ ר"י קמניץ בעל ברכת שמואל

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 02, 2008 2:36 pm
דורך זיידעניו
בילד

בילד
ר' שמעון שקאפ מיט ר' ברוך בער

בילד

ר' אהרן קאטלער מיט ר' ברוך בער

בילד

בילד
ר' ברוך בער מיט ר' ירוחם גורליק

בילד

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 02, 2008 2:43 pm
דורך ארפכשד
בדרך אגב, עס איז דא נאך א "ברכת שמואל", דער טאטע פון קב הישר... דער ספר איז דא צו באקומען ביי די אוצר הספרים אפטיילונג.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 02, 2008 3:05 pm
דורך ביקסאד
זיידעניו האט געשריבן:ר' ברוך בער מיט ר' ירוחם גורליק
זיצענדיג נעבן אים ר' חנוך העניך אייגעס מ'ווילנא במ"ס מרחשת.

כפי ידיעתי זענען נישט אלע בלידער זענען פון ר' ברוך בער.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 02, 2008 3:08 pm
דורך זיידעניו
וועלכע נישט ?

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 02, 2008 4:19 pm
דורך ביקסאד
די בילד מיט ר' אהרן קאטלער ברענגען זיי אין דעם "הרב הדומה למלאך" עמוד 142 אז דאס איז ער [נישט ממש די בילד אבער נאך צוויי פון די סעריע], אבער עס זענען דא אזעלעכע וואס זענען מפקפק דערינען און זאגן אז דאס איז גאר דער ראגעטשאווער.

די בילד מיט ר' ירוחם [איבער אים וואלט מען בכלל באדארפט מרחיב צו זיין את הדיבור] און דעם מרחשת ברענגען זיי אין דעם "הרב הדומה למלאך" עמוד 156 אז הינטער אים שטייט זיין אייניקל ישעי'.

די בילד מיטן ספאדיק ברענגען זיי אין דעם "הרב הדומה למלאך" עמוד 195 אז דאס איז דער במ"ס ערוך השולחן.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 03, 2008 12:25 pm
דורך מיללער
ר' ירוחם גורליק איז דער אינגער בחור אויף דער ערד, ר' חנוך העניך אייגעש מווילנא בעל ה'מרחשת' איז דער וועלכער זיצט לעבן ר' ברוך בער.

דער מיטן ספאדיק איז זיכער נישט ר' ברוך בער, נאר דער ערוך השלחן.

דא איז געווען אן אייניל א ראש ישיבה,איך מיין אז ער איז לעצטענס נפטר געווארן מיר האבן עס דא באריכטעט, קען זיך איינער דערמאנען וועם איך מיין?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 1:55 pm
דורך נחמן נתן
הגאון רבי ברוך בער זצ"ל

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 1:59 pm
דורך יוסלמאן
רעכטס איז ר' אהרן קאטלער ז"ל.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 2:00 pm
דורך נחמן נתן
יוסלמאן האט געשריבן:רעכטס איז ר' אהרן קאטלער ז"ל.

פון וואנעט נעמסטו דאס? - איך מיין אז איר האט א טעות.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 2:03 pm
דורך יוסלמאן
נחמן נתן האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:רעכטס איז ר' אהרן קאטלער ז"ל.

פון וואנעט נעמסטו דאס? - איך מיין אז איר האט א טעות.


כ'האב זיכער געזעהן דעם בילד ממש די וואך, מיט די הערה.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 2:10 pm
דורך 11211
ווער איז אין די בילד מיטן ספאדיק? דאס איז לכאורה א טעות

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 2:12 pm
דורך נחמן נתן
יוסלמאן האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:רעכטס איז ר' אהרן קאטלער ז"ל.

פון וואנעט נעמסטו דאס? - איך מיין אז איר האט א טעות.


כ'האב זיכער געזעהן דעם בילד ממש די וואך, מיט די הערה.

אף על פי כן, דעתי לחלוק.
- - -
11211,
דו ביסט לכאו' גערעכט מיט דיין הערה.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 2:14 pm
דורך פייטל
נחמן נתן האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:רעכטס איז ר' אהרן קאטלער ז"ל.

פון וואנעט נעמסטו דאס? - איך מיין אז איר האט א טעות.


כ'האב זיכער געזעהן דעם בילד ממש די וואך, מיט די הערה.

אף על פי כן, דעתי לחלוק.


לא מיניה ולא מקצתיה. ותו לא מידי.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 3:19 pm
דורך ללמוד וללמד
כ'בין נישט צו באקאנט אין די ביאגראפיע פון די גדולים פון די געגנט. כ'האב געהערט לעצטנס אז ר' ברוך בער האט געהאט אן אויסטערלישן געפיל צו "ניגון" און האט אליין מחבר געווען ניגונים, והי' כמנגן המנגן ותהי עליו רוח ה'. איינער האט מיר אויסגעלערנט א ניגון אויף "אני ישנה ולבי ער וגו'" וואס איז מלא הרגש און בארירט ממש די סטרונעס פון הארץ, וואס ער זאגט איז מיוחס צו ר' ברוך בער. צו ווייסט איינער וועגן דעם? (איך קען נישט שרייבען דא נאטן און מן הסתם קענט איהר נישט לייענען, אבער דוכט זיך די ניגון ווערט געזונגען אויך אויף די טעיפ פון די בעלי מנגנים וואס קומען זיך צאם ביי יאקאב יעדן חוה"מ).

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 3:20 pm
דורך הער שליוואוויץ
פין הרשל ציג'ס בלאג (אינטרסאנט אויב ס'איז אמת.)

http://theantitzemach.blogspot.com/2010 ... st_27.html

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 3:32 pm
דורך מיללער
11211 האט געשריבן:ווער איז אין די בילד מיטן ספאדיק? דאס איז לכאורה א טעות


טאקע א טעות, דאס איז דאכציך דער תורה תמימה

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 4:49 pm
דורך farshlufen
מיללער, ר' ברוך עפשטיין דער מו"ל פון תורה ת.... איז דאס נישט.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 8:18 pm
דורך פרייליכערהייט
ללמוד וללמד האט געשריבן:כ'בין נישט צו באקאנט אין די ביאגראפיע פון די גדולים פון די געגנט. כ'האב געהערט לעצטנס אז ר' ברוך בער האט געהאט אן אויסטערלישן געפיל צו "ניגון" און האט אליין מחבר געווען ניגונים, והי' כמנגן המנגן ותהי עליו רוח ה'. איינער האט מיר אויסגעלערנט א ניגון אויף "אני ישנה ולבי ער וגו'" וואס איז מלא הרגש און בארירט ממש די סטרונעס פון הארץ, וואס ער זאגט איז מיוחס צו ר' ברוך בער. צו ווייסט איינער וועגן דעם? (איך קען נישט שרייבען דא נאטן און מן הסתם קענט איהר נישט לייענען, אבער דוכט זיך די ניגון ווערט געזונגען אויך אויף די טעיפ פון די בעלי מנגנים וואס קומען זיך צאם ביי יאקאב יעדן חוה"מ).


הרב ללמד, יא, טאקע א זעלטן הרגש'דיגן ניגון, לויט ווי זיי גיבן איבער איז ער געוועהן זייער געפיליש ווען עס אי געקומען צו נגינה. נישט אזוי ווייט די סטרוקטור פונעם ניגון, נאר די זעלטענע אימוישענס וואס קומט דארט צום אויסדרוק.

האב איך אמאל געהערט פון זיין אייניקל הרב הגאון רח"ש לייבאוויץ ר"י קמניץ בירושלים עיה"ק, אז דער זיידע פלעג אלס זאגן אז דעם ניגון גופא זינגט ער גוט, פארשטיין צו דעם ניגון פארשטייט זיין רבי ר' חיים פיל בעססער, דאס אי מחמת זיין אומגעהויערע ביטול צו מורו ורבו הגאון ר' חיים בריסקער, האט ער אים אויך זיין "טאלאנט" אים אזוי געגעבן די אויבערהאנט....!

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 10:06 pm
דורך ביקסאד
פרייליכערהייט האט געשריבן:האב איך אמאל געהערט פון זיין אייניקל הרב הגאון רח"ש לייבאוויץ ר"י קמניץ בירושלים עיה"ק,

כהיום, גם מראשי ישיבת פאנאוויזש.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 10:43 pm
דורך פייטל
איז ר' דן אונגארישער שליט"א אויך א אייניקל?? וויאזוי??

געשריבן: פרייטאג אפריל 30, 2010 12:50 am
דורך ביקסאד
ר' דן שליט"א חתן ר' ראובן גראזאווסקי במ"ס בעיות הזמן חתן בעל ברכת שמואל.

געשריבן: פרייטאג אפריל 30, 2010 8:05 am
דורך מיללער
farshlufen האט געשריבן:מיללער, ר' ברוך עפשטיין דער מו"ל פון תורה ת.... איז דאס נישט.


גערעכט, עס איז זיין טאטע דער 'ערוך השלחן'.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 24, 2014 7:26 pm
דורך רימנובער אייניקעל
געהערט האב איך אז מ'האט אמאל געזאגט רבי ברוך בער אז זינגען קען ער בעסער פון רבו רבי חיים בריסקער זצ"ל,האט רבי ברוך בער געזאגט אז ס'איז נישט דא כולו מעלה אויף די וועלט, און ממילא רבו איז געווען כולו מעלה אבער איין חסרון,זינגען האט ער נישט געקענט, משא"כ ער איז כולו חסרון, ער האט איין מעלה אז ער קען זינגען.

געשריבן: מאנטאג מארטש 24, 2014 10:01 am
דורך רימנובער אייניקעל
הרה"ק המנחת אלעזר מ'מונקאטש זצ"ל האט געזאגט אויף רבי ברוך בער זצ"ל.אז ער האט געטראפען איינעם און די ליטא וואס קען ליינען א'קוויטעל.

געשריבן: מאנטאג מארטש 24, 2014 12:26 pm
דורך למעלה משבעים
מנין המקור לזה?