רבי אשר אנשיל יונגרייז ה'מנוחת אשר' מטשענגער זצ"ל - ה' כסליו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

רבי אשר אנשיל יונגרייז ה'מנוחת אשר' מטשענגער זצ"ל - ה' כסליו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

היינט איז די יארצייט פון הרה"ק ר' אשר אנשיל הלוי יונגרייז זצוק"ל בעל מנוחת אשר מ'טשענגער
כידוע האבען אים די גדולים פון יענע צייט אים באטיטעלט מיט "מופת הדור", ער איז געווען א איש קדוש ונורא און באוויזען מוראדיגע זאכען מיט ישועות, און בעיקר מיטן חכמת הרפואה, מענטשן מיט אלע מיני חולאים און פונעם גאנצען ארום זענען געקומען צי פארען קיין טשענגער, געהאלפען צי ווערן מיט א רפואה, אפילו די גויים זענען פיל געקומען צי אים,
עס איז דא א געוואלד מיט מעשיות פלאי פלאים, וואס די דור הקדום האט נאך פארציילט, השי"ת זאל געבען צייט, קאפ און מח, וועלען מיר בל"נ ציטירן אביסעלע,
ער איז געוועהן א זוהן פון ר' שמואל הלוי זצ"ל אבד"ק סעטשע, און איבערגעלאזט א שיינע פארצווייגטע משפחה, פיל רבני אונגארן זענען געווען מיוצאי חלציו, עס האט מיר פארציילט איינער אז הארט פארן קריג איז געווען א גרויסע אסיפת רבנים פון 150 גדולים ערגעץ אין אונגארען, אינמיטן די אסיפה האט איינער געבעטן אז ווער עס איז א טשענגערע אייניקעל אל זיך אויפהייבען, און עס האבען זיך אויפגעהויבען 80 רבנים!!!
ער האט פארפאסט דעם ספה"ק שו"ת מנוחת אשר, ועוד
ת.נ.צ.ב.ה.
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווידעראמאל איז ר' יעקל פון די מזכי-הרבם, אשריך ר' יעקל בעוה"ז וטוב לך בעוה"ב!

דער גרויסער גאון וצדיק דער מנוחת אשר האט טאקע זוכה געווען צו יוצ"ח גדולי תורה ומנהיגי קהילות קדושות בישראל עד ימינו אלה.

עס וואלט ראטזאם געווען צו מאכן סדר מיט די סדר היחוס פון צאצאיו הגדולים, איך וועל קודם דערמאנען מזכרונו עטליכע גרויסע אייניקלעך, און שפעטער וועל איך פרובירען בעזהשי"ת צו מאכן סדר.

1) ר' דוד יונגרייז מרבני עדה החרדית ז"ל
2) ר' שמואל דוד יונגרייז בעמח"ס שו"ת מהרשד"ה
3) ר' יהודה סג"ל ראזנער אב"ד סעקלעהיד בעמח"ס אמרי יהודה
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

יא הרב מיללער און די ביסט אויך ווידער דא מיט דיינע גיטע ווערטער, חיזוק ועידד, וואס ווי פארשטייט זיך שטיפ דאס די וואגען ארויף דעם בארג כמובן,
לאמער נישט פארגעסען אז די פארשאלטענע לאפעס פון דעם ימח שמו'ניק האט ליידער אויך דערגרייכט און ליידער אפגעמעקט רוב מנין ורוב בנין אויך פון אט דעם שיינעם גזע, אבער ב"ה פארט איז איבערגעבליבען אחד בעיר ושנים במשפחה, וואס האט זיך ווידעראמאל צישפרייט ב"ה כע"ה,
איך האב אמאל געזעהן א שיינע בוים אויסשטעל פון די גאנצע גזע, איך וועל עס פרובירן שאפען, און מהנה זיין, בל"נ
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דער מנוחת אשר האט געהאט א זוהן ר' משה נתן נטע ז"ל. ער איז געווען רב און טיסא פירעד. פון אוהם איז דא א ספר מנוחת משה, שו"ת און חידושים אויף סוגיות הש"ס.

דער מנוחת משה האט געהאט א זוהן ר' אשר אנשיל ז"ל,(וורשיינליך א נאמען געגעבען נאך זיין גרויסען טאטען) דער ר' אשר אנשיל ז"ל איז געווען רב און דיאנדיאש. עס איז דא פון אוהם א ספר על התורה בשם 'זכור ושמור'
the SCY is the limit
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד ר' שמחה שליט"א
א געשמאק צי פארברענגען מיט אייך, א איד וואס קען זאגען אויף זייער אסאך ענינים, יא איך געדענק נאך, (דעם קאמפלימענט איז געווען גרייט ביי די קאסאנע אשכול, אבער ס'קיינמאל נישט שפעט)
איר געדענקט אפשר די דיארמאטע רב זצ"ל (אויך א יונגרייז) געווען א מלמד דרדקי אין די סאטמארע תלמוד תורה אין בארא פארק?
טעמו וראו כי טוב השם
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

דער אפטייקער אין טשענגער פלעגט מאכן גאר אסאך געלט פון חולים וואס פלעגן קומען נאך רפואות ביים מנוחת אשר,
לימים האט זיך דער אפטייקער אוועק געצויגן פון טשענגער און א צווייטער איז געקומען במקומו, זיך טרעפענדיג אמאל פרעגט די נייע אפטייקער פונעם אלטן אויב ער פלעגט מאכן געלט, ווייל ער קען נישט לייזן קיין גראשן צוליב דעם וואס רוב רעצעפטן וואס די רב הייסט פארשרייבן פארמאגט ער נישט, זאגט דער אלטער פארן נייעם: שוטה איינער! מיינסט טאקע אז די רעצעפטן היילט? איך פלעג געבן סיי וואס איך האב נאר פארמאגט און די מענטשען זענען אזוי אויך אויסגעהיילט געווארן, אלעס אונעם זכות פונעם צדיק.

איבער די מעשה וויאזוי דער מנוחת אשר האט באקומען די כח פון הימל צו היילן מענטשען איז דא עטליכע גירסאות, ווער עס קען זאל מהנה זיין דעם עולם.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:איר געדענקט אפשר די דיארמאטע רב זצ"ל (אויך א יונגרייז) געווען א מלמד דרדקי אין די סאטמארע תלמוד תורה אין בארא פארק?

וואס פאר א שאלה?
זיין בית-מדרש אויף 10 עווניו נישט ווייט פון מאימאנידיס שפיטאל.
איך האב א פעטער זז"ג וואס איז א דיארמאטער נאך פון און דערהיים. ער האט דארט געדאווענט. היינט איז אוהם שוין שווער ציגיין אזוי ווייט. ער איז שוין לאורך ימים ושנים נענטער צי די תשעים וויא צי די שמונים (ווער נישט פון די מלחמה איבערגעלעבענע), אלע זיינע שמחות זענען געווען דארט.

איך וועל דיר איבערזאגען עפעס וואס איך האב געהערט פונעם דיארמאטער רב
ער האט עס אינז פארציילט ביי א חתונה פון איינע פון מיין פעטער'ס קינדער.

עס האט פאסירט מיט אוהם, מיט א יונגעל, א תלמוד זיינער, אונעם סאטמער תלמוד תורה.

מעהאט געלערענט די גמרא און שבת פון כפה עליהם הר כגוגית. פרעגט תוס' דארט אז פארוואס האט מען געדארפט דער כפה עליהם, יודען האבען דאך שוין געהאט געזאגט נעשה ונשמע, איז וואס איז שייך צי צווינגען אויף א זאך וואס מען וויל ברצון הטוב?
ענטפערט תוס' וז"ל שם
שמא יהיו חוזרים כשיראו האש הגדולה שיצאה נשמתן

האט א יונגעל געפרעגט, וואס הייסט שמא? איז דען דא ספיקות קמי שמיא? דער רבוש"ע ווייסט נישט בעפאר וואס יודען וועלען טוהן, אז ער דארף זיך באווארענען מיטען הר כגוגית?

האט דער דיארמאטער רב געזאגט פאר אינז אז ער איז געבליבען שטיין און נישט געוויסט קיין תירוץ צי ענטפערען אויף דער שטארקע קשיא.

דערציילט ער, אז דאס יונגעל פרעגט אוהם אויב ער האט רשות אליינס זאגען א תירוץ, האט ער אוהם געזאגט נא אדרבה, זאג.

האט דאס יונגעל געזאגט, אז דער פשט און תוס' איז אז נישט כביכול זאגט 'שמא יהיו חוזרים' און כביכול אליינס וויסט נישט,
נאר תוס' אליינס האט נישט געוויסט א קלארער טעם פארען כפה עליהם, און תוס' זאגט, שמא, קען זיין, אז דער טעם פארען דארפען דער כפה איז ווייל יהיו חוזרים


זאג ר' יעקעלע, ווען איז דער דיארמאטער רב ז"ל נפטר געווארען.

און נאך א פראגע. דער דערעטשקע רב ז"ל איז אויך געווען א יונגרייז. איז ער אויך געווען פון מנוחת אשר'ס אייניקלעך?
דער באקאנטער אסתר יונגרייז, די פירערען פון דער הנני ארגענעזאציע, קערט זיך אהן מיטען דערעטשקע רב ז"ל. ווייסט אפשר וויא אזוי? און אויב זי איז אויך פונעם טשענגער משפחה?
the SCY is the limit
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד ידידי ר שמחה שי'
די באקאנטע רביצין אסתר יונגרייז פון הנני, ווי אויך די באוויסטע שרייבערין אין די דזשואיש פרעס פאר לאנגע יארען, הייסט יעצט יונגרייז, איר מאן איז א יונגרייז א טשענגערע אייניקעל, און זי זעלבסט איז אויך א טשענגערע אייניקעל א קאזין מיט איר מאן, (זי איז שוין היבש פארעלטערט, איר קאפ ארבעט שוין נישט ווי פאר צוואנציג יאר צירוק)

זאנוויל האט געשריבן:...איבער די מעשה וויאזוי דער מנוחת אשר האט באקומען די כח פון הימל צו היילן מענטשען איז דא עטליכע גירסאות, ווער עס קען זאל מהנה זיין דעם עולם.

כבוד ר' זיי וואויל
לאות ידידות וועל איך שילדערן די מעשה, אבער בקיצור נמרץ, משום חוסר זמן (ווער עס וויל קען משלים זיין)
די הייליגע מנוחת אשר פלעגט לערנען יומם ולילה מיט א אויסטערלישע התמדה און מיט א דחקות גדול, ער האט נישט געהאט צי הייצען דעם שטיב פלעגט ער לערנען אינטער די דאכענע, וכו'
איינמאל אינמיטן די נאכט איז אנגעקומען א איד מיט א צורה נאה און בעט אים ער וויל אים אויסלערנען חכמת הרפואה, די רבי האט אים געזאגט ער שוין שוין אפיאגען פון דאנעט, און אים נישט שטערען לערנען מיט דברים של מה בכך, דער איד האט מוראדיג מפציר געווען היות ער לעבט מיט שרעקליכע דחקות, אפשר דאך איז א געלעגענהייט, ער וועט אים אויסלערנען אנע געלט,
ענפערט די רבי, בשום אופן שבעולם וועל איך נישט אפלאזען די תוה"ק, פרנסה גיבט השי"ת, און ווי פארשטייט זיך אז פון דאקטאריי מאן דכר שמיה,
די מנוחת אשר איז צירוק צום גמרא און ניטאמאל באמערקט וואס דער אומגעריפענע גאסט טיט, למעשה האט דער גאסט אנגעפירקעלט דעם טיש מיט א גאנצע ליסטע, פאר דעם קראנקהייט דארף מען די רפואה, און פאר יענע מחלה יענע רפואה וכו וכו' א גאנצע ליסע מיט רפואות פאר אלע חולאים ר"ל, ופרח לו..... דער גאסט איז נישטא מער,
דער מנו"א קימט צירוק לערקנען און זעט וןואס דער אורח האט געטוהן האט ער געבעטן ציפרי דעם רביצין אויב צי קען מוחל זיין און אפווישען דעם צעשמירטען טיש, זי האט פרובירט קראצען און רייבען אבער אן ערפאלג, די שריפט האט זיך נישט אויסגעמעקט בשום אין אופן, דער מנו"א פאנג אן טראכטען, איין מינוט וויזוי איז דער גאסט אריין, טא די טיר איז דאך פארשפארט געווען, און איז נאך אלץ, און וויזוי איז ער ארויס!, האט ער פארשטאנען אז ישדברים בגוי, און האט גענומען א ביכעלע און איבערגעשריבען דעם גאנצען טיש, און ויהי לפלא אז די שריפט פינעם טיש האט אנגעפאנגען אראפקומען און די רביצין האט מיט איין וויש אפגעוואשען דעם גאנצען טיש ריין ווי עס איז געווען בעפאר,
די קימעדיגע נאכט אינמיטן לערנען קימט צי לויפן א איד און קלאפט שטארק אויפען טיר, די מנו"א עפענט און די איד מאכט יאמערליכע קולות אז זיין טאכטער גייט אויס ל"ע און די רבי מיז איר שוין געבען א רפואה, דער מנו"א קיקט אים אן, לויף צים דאקטאר וואס קען איך דיר העלפען, דער איד לאט זיך נישט ער זאגט עס איז געווען ביי מיר א איד מיט א הדרת פנים און געזאגט אז איר קענט מיר העלפן און איך זאל מיך נישט לאזען אפזאגען פון דיר בשום אופן, דער מנו"א האט פארשטאנען אז זיין גאסט פון נעכטן נאכט - זעהט אויס - געמאכט נאך סטאנציעס, און געזאגט איין מינוט האט ער גענומען זיין ביכל און געזאגט דעם איד וואס צי טוהן און פאר שטייט זיך אז זי האט געהאט א ישועה, נאכדעם איז געקומען א צווייטער אז זיין טאטע איז שטערבליך קראנק ל"ע און די רבי זאל שוין העלפן, וכו' כמעשיהו בראשונה האט זיך אפגעשפילט עטליכע מאל,
עס האט נישט געדויערט לאנג, און יצא שמו אז דער יונגרייז פון טשענגער היילט אויס ווינדערליך אלע קראנקהייטן,
לאנג האט נישט געדויערט אז זיין נאמען איז באקאנט געווארען און די גאנצע שטאט און שפעטער ארום, און צום סוף איז מען געקומען פון גאנץ אונגארען, און ווי אויווען דערמאנט אפילו די גויים פלעגן געהאלפפען ווערען,

נ.ב. די מעשה מיטען (פארמעסיסט) אפטייקער פון טשענגער איז מער באריכות ווי די שילדערסט עס, אבער כאב נישט יעצט צייט, ועוד חזון אי"ה
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הגיע הזמן לעשות סדר, יעדער איז מסכים? אל-רייט, איך האב אביסל צוזאמען גענומען די סדר הצאצאים להרה"ק בעל מנוחת אשר זצ"ל און מיט די הילף פון די חברים היקרים ובעזרת שמו יתברך נעשה ונצליח ארויסצוקומען מיט א דבר השלם, וזה החלי בסייעתא דשמיא:

א) ר' שמואל הלוי יונגרייז אב"ד סעטשע, בניו

ב) א. ר' אשר אנשיל יונגרייז אב"ד טשענגער בעמח"ס שו"ת מנוחת אשר - ה' כסלו תרל"ד
זוגתו הרבנית נוחא בת ר' מאיר אלמאש (תלמידו של ר"י הצדיק מפוזנא) י"ט תמוז תרל"ד
ב. ר' שרגא פייש יונגרייז אב"ד מישקאלץ
ג. ר' שמעון יונגרייז אב"ד בעטשקע

ג) בני ר' אשר אנשיל המנוחת אשר
א. ר' אברהם יונגרייז מ"מ אביו אב"ד טשענגער
ב. ר' שמואל זאב יונגרייז אב"ד באיאם
ג. ר' משה נתן נטע יונגרייז אב"ד טיסא-פירעד בעמח"ס מנוחת משה
ד. ר' יצחק יעקב קאפיל יונגרייז
ה. חתנו ר' שמואל דוד הלוי יונגרייז בן אחיו ר' שרגא פייש (ב-ב) אב"ד פיעהר-דיארמאט בעמח"ס שו"ת מהרשד"ה
ו. חתנו ר' יעקב שיק מברעזווא אב"ד נאווי-דוואר ב"ר דוד מו"ל שו"ת מנוחת אשר
ז. חתנו ר' יהושע ברוך רייניץ ב"ר נתן פייטל מטשעטשעוויץ אב"ד גאלסעוויטש בעל ה'מכתבים'
ח. חתנו ר' יעקב (?) במישקאלץ

ד) בני ר' שרגא פייש אב"ד מישקאלץ (ב-ב)
א. ר' שמואל דוד הלוי יונגרייז אב"ד פיעהר-דיארמאט בעמח"ס שו"ת מהרשד"ה חתן דודו המנוחת אשר (ב-א)

ה) בני ר' אברהם הלוי יונגרייז אב"ד טשענגער בן המנוחת אשר (ג-א)
א. ר' אשר אנשיל יונגרייז מ"מ אבותיו אב"ד טשענגער

ו) בני ר' משה נתן נטע מטיסא-פירעד (ג-ג)
א. ר' אשר אנשיל אב"ד דיאנדיאש בעמח"ס זכור ושמור
ב. ר' שמואל חיים
ג. ר' מאיר נפתלי
ד. ר' אברהם יחיאל
ה. הב. שרגא
ו. חתנו ר' יהונתן בנימין איש הורוויץ מירושלים עיה"ק
ז. חתנו ר' מנחם לעמבערגער אב"ד פאלגאר
ח. חתנו ר' משה אהרן מאנדעלבוים אב"ד מאראש-וואשערהעלי
ט. חתנו ר' זאב וואלף בלאס

ז) בני ר' יעקב שיק מברעזווא חתן המנו"א (ג-ו)
א. ר' מנחם מענדל שיק אב"ד סיקסא
ב. ר' מאיר שיק אב"ד אנאד

ח) בני ר' יהושע ברוך רייניץ חתן המנו"א (ג-ז)
א. חתנו ר' שלום קרויז אב"ד לעגעניעמיהאלי

ט) ר' משה הלוי יונגרייז אב"ד קאשוי (ב"ר ?)

י) בני ר' משה יונגרייז מקאשוי (ט)
א. ר' ברוך ראובן שלמה - ו' ניסן תרצ"ד
ב. ר' שמואל בנימין אב"ד פילעק
ג. ר' יצחק צבי מקאשוי

י"א) בני ר' ברוך ראובן שלמה יונגרייז (י-א)
א. ר' דוד יונגרייז ראב"ד העדה החרדית חתן ר' אשר זוסמאן דיליאן
ב. ר' אברהם
ג. חתנו ר' שמעון הלל שלעזינגער

י"ב) בני ר' שמואל בנימין יונגרייז מפילעק (י-ב)
א. ר' יעקב שרגא אב"ד פילעק
ב. ר' יחזקאל אב"ד זאגראד

י"ג) בני ר' אשר אנשיל מדיאנדיאש (ו-א)
א. ר' משה נתן נטע אב"ד טאקאי

י"ד) בני ר' יצחק צבי מקאשוי (י-ג)
א. ר' משה דוד אב"ד הארשפאלווא

המשך יבא, דערווייל ווערט דער עולם געבעטן צו ברענגען נאך אינפארמאציע
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

יש"כ ר' יעקל פארן אראפ ברענגן די מעשה, דאכט זיך מיר אז עס איז דא נאך א גירסא אביסל אנדערש.

פון ר' שמואל יונגרייז זצ"ל - אב"ד סעטשע, איז לעצטענס געטראפן געווארן אלטע כתבים פון אים, דוכט זיך מיר אז מען איז יעצט עוסק און עס ארויס געבן לאור עולם.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד ידידי היקר ר' יעקב בער שליט"א
זייער שיין אראפגעלייגט, מיר וועלען ווארטען אויף אייער המשך שיבוא, ווי איידער אריינטאנצען דא
אבער א אינטערעסאנטע קלייניקייט וועל איך יא צילייגען
אזוי די שרייבסט איז די מנו"א זוהן ר' אברהם זצ"ל געוועהן מ"מ אביו אלץ אבד"ק טשענגער, און ווייטער אוויא די שרייבסט איז זיין זוהן ר' אשר אנשיל געוועהן מ"מ נאכדעם אלץ אבד"ק, דער ר' אשר אנשיל (השני) טשענגערער רב, האט געהאט א זוהן הרה"ג ר' אלעזר ארי' זצ"ל וואס אין תרצ"ב איז ער געווארען אויפגענומען אלץ רב הצעיר בחייו פונעם טאטען, אלט זייענדיג אינגאנצען 25 יאר אלט, ער איז געוועהן דער לעצטער רב אין טשענגער, ביז די פארשאלטענע רשעים האבען חרוב געמאכט די גאנצע שטאט, ער האט דאן געפירט די ישיבה ווי אויך די גאנצע קהלה מיט אלע אירע באדערפענישען,
ער האט בחסדי השם איבערגעלעבט די קריג, און שפעטער געקומען קיין קרוינהייטס ווי ער האט אויפגעשטעלט א פרישע דור ישרים, נאכדעם וואס ער האט ליידער פארלוירען זיין זוו"ר מיט 10 קינדער ל"ע הי"ד, און אויך געגרינדעט די קהל מנוחת אשר טשענגער אויף מאנטגאמרי סטריט, שפערטער האט ער זיך געצויגען קיין בארא פארק, און סוף ימיו האט ער געוואינט אין סיגעיט,
עס איז א פלא אז ער איז נסתלק געווארען ביום ט"ו סיון תש"נ, גענוי די זעלבע טאג וואס די הערליכע קהלת טשענגער אין אונגארען זענען אלע אומגעקומען ט"ו סיון תש"ד, השגחה פרטית ווי זייער באליבטע און לעצטע רב איז נתבקש געווארען לישיבה של מעלה אין טאג פונעם יארצייט
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד ידידי ר' זאנוועלע שי'
יא ריכטיג, ס'דא וואס זאגען אז דער איש הפקיד על כל בשורות טובות, איז קודם געגאנגען צי די אנשי העיר די וואס האבען געדארפט א ישועה און זיי געזאגט אז ר' אנשיל קען זיי העלפען, און דער מנו"א האט נישט געוויסט וואס די אלע ווילען פון אים, און למעשה איז דער יעניגער דערנאך אריינשפאצירט צי אים באנאכט אין געבעטן אים אויסלערנען חכמת הרפואה וכו'
הער אויס, א גרויס חלק פון מיינע סחורה ווייס איך, פון טשענגערער רב הרה"ג ר' אלעזר ארי' זצ"ל, ווי איך האב פריער דערמאנט, קען זיין איך געדענק שוין נישט גיט, ער איז למעשה אוועק שוין כמעט 20 יאר, אדער איז טאקע דא צוויי גירסאות
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' יעקל,
איך בין נאכנישט אראפגיין נאך א דור, ווייל איך וויל קודם זעהן צו דער עולם האט נאך בני המשפחה מדור השני להמנוחת אשר.

לויט וויך איך ווייס זענען דא אסאך אייניקלעך דורך דעם בעל ה'מכתבים' ר' יהושע ברוך רייניץ, ווי אויך דורך די אנדערע קינדער.

איך זיך צירוצים אויף די פאלגענדע פראגעס;
קען איינער אויסרעכענען נאך אייניקלעך פונעם צווייטן דור להמנוחת אשר?
וויאזוי איז ר' דוד יונגרייז פון די עדה החרדית געווען אן אייניקל?
ביי וועם איז סעקלעהידער רב געווען אן איידעם? (זיין בן יחיד און רב הצעיר בסעקלעהיד האט געטראגן דעם נאמען ר' שמואל דוד הי"ד וועלכע איז א טשענגערער נאמען כידוע)
וויאזוי האט דער יארמוטער רב (פון נאך די קריג) הנ"ל געהייסן אויפן נאמען?
איז ר' זאב וואלף גינצלער אב"ד פ. יארמוט געווען פון די משפחה?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

המשך בסדר הצאצאים, דערונטער עטליכע תירוצים אויף טייל פון מיינע קשיות.

ו) בני ר' משה נתן נטע מטיסא-פירעד (ג-ג)
א. ר' אשר אנשיל אב"ד דיאנדיאש
ב. ר' שמואל חיים
ג. ר' מאיר נפתלי
ד. ר' אברהם יחיאל
ה. הב. שרגא
ו. חתנו ר' יהונתן בנימין איש הורוויץ מירושלים עיה"ק
ז. חתנו ר' מנחם לעמבערגער אב"ד פאלגאר
ח. חתנו ר' משה אהרן מאנדעלבוים אב"ד מאראש-וואשערהעלי
ט. חתנו ר' זאב וואלף בלאס

ט) ר' משה הלוי יונגרייז אב"ד קאשוי (ב"ר ?)

י) בני ר' משה יונגרייז מקאשוי (ט)
א. ר' ברוך ראובן שלמה - ו' ניסן תרצ"ד
ב. ר' שמואל בנימין אב"ד פילעק
ג. ר' יצחק צבי מקאשוי

י"א) בני ר' ברוך ראובן שלמה יונגרייז (י-א)
א. ר' דוד יונגרייז ראב"ד העדה החרדית חתן ר' אשר זוסמאן דיליאן
ב. ר' אברהם
ג. חתנו ר' שמעון הלל שלעזינגער

י"ב) בני ר' שמואל בנימין יונגרייז מפילעק (י-ב)
א. ר' יעקב שרגא אב"ד פילעק
ב. ר' יחזקאל אב"ד זאגראד
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

י"ג) בני ר' אשר אנשיל מדיאנדיאש (ו-א)
א. ר' משה נתן נטע אב"ד טאקאי

י"ד) בני ר' יצחק צבי מקאשוי (י-ג)
א. ר' משה דוד אב"ד הארשפאלווא

דאכציך מיר אז דער סעקלעהידער רב איז געווען אן איידעם ביי ר' משה מקאשוי הנ"ל, שטימט?
דער יארמוטער רב האט געהייסן ר' יעקב צבי יונגרייז, וועמענס זוהן איז ער געוועהן?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א בילד פונעם הייליגען מנוחת אשר זצוק"ל
אטעטשמענטס
untitled.jpg
untitled.jpg (21.61 KiB) געזען 24590 מאל
אוועטאר
א איד
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 03, 2008 11:31 am
לאקאציע: ארץ ישראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד »

דאס איז נאך א בילד פונעם הייליגן מנוחת אשר זי"ע

אונז זענען אייניקלעך פון איהם, דורך זיין איידעם שמואל דוד הלוי יונגרייז זצוק"ל, איך מיין אז אויכט דורך נאך א איידעם אדער א זון, אבער דעס וועל איך וויסן מער קלאר ווען מיין טאטע וועט דא זיין צוריק פון טשענגער (ער איז געפארן צום יארצייט)
אטעטשמענטס
אשר.jpg
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

דער בעל עולמו של אבא פון פעטרושען איז אויך געווען אן אייניקעל פונעם מנוחת אשר דורעכען טשעטשאוויצער רב
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער אודווארי רב שליט"א ואחיו הרב מראצפערט ז"ל זענען אויך אייניקלעך דורך דעם בעל המכתבים מטשעטשאוויץ (ווי געשריבען אויבן).

א איד,
אפשר האט איר א בילד פון די מצבה אין טשענגער, ווער נאך ליגט דארט באהאלטן?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' אברהם יונגרייז אב"ד טשענגער בן המנוחת אשר, איז געווען אן איידעם ביי הגאון ר' אברהם יצחק גליק אב"ד טאלטשווא בעמח"ס שו"ת יד יצחק, ר' אברהם איז נפטר געווארן י"ט סיון תרס"ד.

זיין זוהן ר' אשר אנשיל האט ממלא געווען מקום אבותיו ביז צו די קריג ווען ער איז אומגעקומען עקד"ה הי"ד.

בילדער פון די צוויי טשענגערער רבנים, פונעם 'ספר היזכור' לקהילת טשענגער.
אטעטשמענטס
Abraham Jungriesz Chenger.jpg
Abraham Jungriesz Chenger.jpg (31.07 KiB) געזען 24527 מאל
Anchel Jungriesz Chenger (2).jpg
Anchel Jungriesz Chenger (2).jpg (24.03 KiB) געזען 24520 מאל
אוועטאר
א איד
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 03, 2008 11:31 am
לאקאציע: ארץ ישראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד »

יעצט האב איך ביי מיר נאר פיקטשערס פון דע ציון פונעם שווער פון מנוחת אשר, ר' מאיר אלמאש.
אין אויכט פון אן אייניקל, ר' יצחק צבי יונגרייז, דער זון פון ר' משה יונגרייז פון קאשוי. איך האב אויכט צוגעלייגט דע ציון פון ר' משה יונגרייז
אטעטשמענטס
2.jpg
1.jpg
אוועטאר
א איד
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 03, 2008 11:31 am
לאקאציע: ארץ ישראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד »

מיללער האט געשריבן: ב. ר' שרגא פייש יונגרייז אב"ד מישקאלץ - סעטשע
ג. ר' שמעון יונגרייז אב"ד בעטשקע

ג) בני ר' אשר אנשיל המנוחת אשר
א. ר' אברהם יונגרייז מ"מ אביו אב"ד טשענגער
ב. ר' שמואל זאב יונגרייז אב"ד נ' באיאם
ג. ר' משה נתן נטע יונגרייז אב"ד טיסא-פירעד בעמח"ס מנוחת משה
ד. ר' יצחק יעקב קאפיל יונגרייז אב"ד אפא
ה. חתנו ר' שמואל דוד הלוי יונגרייז בן אחיו ר' שרגא פייש (ב-ב) אב"ד פיעהר-דיארמאט בעמח"ס שו"ת מהרשד"ה
ו. חתנו ר' יעקב שיק מברעזווא אב"ד נאווי-דוואר ב"ר דוד מו"ל שו"ת מנוחת אשר
ז. חתנו ר' יהושע ברוך רייניץ ב"ר נתן פייטל מטשעטשעוויץ אב"ד גאלסעוויטש בעל ה'מכתבים'
ח. ר' יונתן בנימין הלוי יונגרייז

ד) בני ר' שרגא פייש אב"ד מישקאלץ - סעטשע(ב-ב)
א. ר' שמואל דוד הלוי יונגרייז אב"ד פיעהר-דיארמאט בעמח"ס שו"ת מהרשד"ה חתן דודו המנוחת אשר (ב-א)
ב. ר' משה הלוי יונגרייז אב"ד קאשוי
ג. ר' יהושע פאלק הלוי יונגרייז אב"ד סאנטוב
ד.ר' מאיר הלוי יונגרייז אב"ד רימאסאמבאט
ה. ר' מרדכי הלוי יונגרייז אב"י נייפעסט
ו. ר' אהרן הלוי יונגרייז אב"י אפץ
ז. ר' יצחק הלוי יונגרייז אב"י לערינצי


ה) בני ר' אברהם הלוי יונגרייז אב"ד טשענגער בן המנוחת אשר (ג-א)
א. ר' אשר אנשיל יונגרייז מ"מ אבותיו אב"ד טשענגער
ב. ר' ישעי' הלוי יונגרייז אב"ד זערענד
ג. ר' ישראל הלוי יונגרייז אב"ד נאדודוואר
ד. חתנו ר' יהושע הכהן שאטין מגיד מישרים טשענגער


ו) בני ר' משה נתן נטע מטיסא-פירעד (ג-ג)
א. ר' אשר אנשיל אב"ד דיאנדיאש בעמח"ס זכור ושמור
ב. ר' שמואל חיים אב"ד ואמאש מיקולא
ג. ר' מאיר נפתלי הערצקע אב"י בק"ק טיסא פירעד
ד. ר' אברהם יחיאל אב"י בק"ק ס"ט פעטער
ה. הב. שרגא
ו. חתנו ר' יהונתן בנימין איש הורוויץ אבד"ק אשלא - קובין,ירושלים עיה"ק
ז. חתנו ר' מנחם לעמבערגער אב"ד פאלגאר
ח. חתנו ר' משה אהרן מאנדעלבוים אב"ד מאראש-וואשערהעלי
ט. חתנו ר' זאב וואלף בלאס אב"י דעברעצין

ז) בני ר' יעקב שיק מברעזווא חתן המנו"א (ג-ו)
א. ר' מנחם מענדל שיק אב"ד סיקסא
ב. ר' חיים מאיר שיק אב"ד אנאד
ג. חתנו ר' צבי הלוי פראגער אב"ד פאפראד
ד. חתנו ר' אשר אנשיל ווייס אב"ד נאדיפאלו
ה. חתנו ר' ישראל הלוי יונגרייז אב"ד נאדודוואר בן גיסו ר' אברהם הלוי יונגרייז - טשענגער
ו. חתנו ר' אשר אנשיל הלוי יונגרייז אב"ד פאביאנהאז, דומ"ץ פ' דיארמאט בן גיסו ר' שמואל דוד הלוי יונגרייז פ' דיארמאט
ז. חתנו ר' קלונימוס שלום הלוי קעללנער אב"ד טענקע, פאסעיק
ח. חתנו ר' חיים יהודה עהרענרייך דומ" הומנא


ח) בני ר' יהושע ברוך רייניץ חתן המנו"א (ג-ז)
א. חתנו ר' שלום קרויז אב"ד לעגעניע מיהאלי
ב. ר' מאיר רייניץ אב"י יאנעשי
ג. חתנו ר' יוסף זעלטענרייך אב"י זבארעוו
ד.חתנו ר' מנחם גרשון מאשקאוויטש אב"ד טשעטשעוויץ
ה. חתנו ר' חיים מיללער אב"י נאנאוויטש
ו. חתנו ר' בירך פאשקעס אב"י מאקווא
ז. חתנו ר' מאיר גרינוואלד אב"י נאצנאוויטש


ט) ר' משה הלוי יונגרייז אב"ד קאשוי (ב"ר שרגא פייש אב"ד סעטשע?)

י) בני ר' משה יונגרייז מקאשוי (ט)
א. ר' ברוך ראובן שלמה - ו' ניסן תרצ"ד קברניטה של היהדות החרדית בארה"ק
ב. ר' שמואל בנימין אב"ד פילעק
ג. ר' יצחק צבי אב"ד קאשוי (מצורף תמונת המצבה)
ד. ר' יעקב שרגא הלוי יונגרייז אב"ד נ' בערצעל
ה. חתנו ר' יוסף אלימלך כהנא אב"ד אונגוואר
ו. חתנו ר' אברהם בנימין הלוי יונגרייז אבד"ק פ' דיארמאט - בן אחיו ר' שמואל דוד הלוי יונגרייז
ז. חתנו ר' יהודה סגל רוזנר אב"ד סעקעליהיד - א תשובה אויפן שאלה...
ח. חתנו ר' אשר אנשיל הלוי יונגרייז אב"ד מ' קאוועשד בן אחיו ר' יהושע פאלק הלוי יונגרייז


י"א) בני ר' ברוך ראובן שלמה יונגרייז (י-א)
א. ר' דוד יונגרייז ראב"ד העדה החרדית חתן ר' אשר זוסמאן דיליאן
ב. ר' אברהם
ג. חתנו ר' שמעון הלל שלעזינגער

י"ב) בני ר' שמואל בנימין יונגרייז מפילעק (י-ב)
א. ר' חיים הלוי יונגרייזמו"ץ מעריש אוסטרוי
ב. ר' דוד יחזקאל יונגרייז דומ"ץ קעזמארק
ג. חתנו ר' משה האלענדער אבד"ק סעניטץ
ד. חתנו ר' שמואל דוד רייניץ מורה הוראה ומגיד טארנאליא
ה. חתנו ר' יהושע גינז אבד"ק אפץ בעמ"ס גאולה וישועה
ו. חתנו ר' חיים יעקב קטינא אבד"ק ניר באגאד
ז. חתנו ר' חנניא יו"ט ליפא פרידריך דומ"ץ פולעק

ב. ר' יחזקאל אב"ד זאגראד

י"ג) בני ר' אשר אנשיל מדיאנדיאש (ו-א)
א. ר' משה נתן נטע אב"ד טאקאי
ב. ר' יוסף דוב הלוי יונגרייז אבד"ק דיענדיעש
ג. חתנו ר' יעקב נייפעלד דיין דיענדיעש


י"ד) בני ר' יצחק צבי מקאשוי (י-ג)
א. ר' משה דוד אב"ד הארשפאלווא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א מורא'דיגען דאנק אייך 'א איד' פאר די גאר באלערנדע אינפארמאציע, עס קומט גאר אויס אז א גרויס טייל פון די רבנים למשפחת יונגרייז זענען נישט קיינע אייניקלעך פונעם מנוחת אשר, נאר גאר פון זיין ברודער ר' שרגא פייש אב"ד סעטשע (לדוגמא, ר' דוד יונגרייז ראב"ד העדה החרדית)

אן עקסטערן דאנק פאר די תמונות המצבות.

עטליכע קליינע שאלות צו אייך, אדער ווער עס קען ענטפערן.
1) ר' ברוך ראובן שלמה אבי ר' דוד יונגרייז, וואס הייסט אז ער איז געווען "קברניטה של היהדות החרדית בארה"ק"?
2) די בילדער פון די צמבות פון ר' משה ובנו ר' יצחק צבי יונגרייז, איז אין קאשוי?
3) ר' יהונתן בנמין הלוי הורוויץ מירושלים (ו-ו) ווען איז ער ארויף קיין ירושלים, איז ער געווען דארט אקטיוו וכדו?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א בילד פון הרה"ג ר' דוד הלוי יונגרייז זצ"ל ראב"ד העדה החרדית בירושלים עיה"ק בעמח"ס אור דוד (לעצטער אינעם בילד) אינאיינעם מיט די אנדערע חברי הביד"צ; הגאב"ד ר' פנחס עפשטיין זצ"ל (ערשטער אין די רייע) און הרה"ק ר' ישראל יצחק רייזעמאן זצ"ל (אין צענטער).
אטעטשמענטס
IMG_0017%20%28Medium%29.jpg
אוועטאר
א איד
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 03, 2008 11:31 am
לאקאציע: ארץ ישראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד »

אויף שאלה 1 און 3 האב איך נישט אן ענטפער
שאלה 2 יא.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”