רבי ליבער הגדול מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ח תשרי

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי ליבער הגדול מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ח תשרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער צדיק רבי ליבער הגדול (אשכנזי) זי"ע , איז געבוירען צו זיין פאטער רבי אברהם אשכנזי ז"ל וועלכער איז געוועהן פון די פארטריבענע פון קראקא, וואס ס'האט דעמאלט געהערט צו פוילן, און איז אנגעקומען קיין בוסטריך א שטעטל נישט ווייט פון בארדיטשוב. רבי אברהם איז געוועהן א זוהן פון רבי שמאול בן הרב הק' המקובל אלקי רבי שמשון אוסטראפאליער זי"ע וועלכער איז נהרג געווארען על קידוש השם שנת ת"ח , ומנוחתו כבוד אינמיטן די שטאדט , רבי ליבער איז געבליבען א יתום פון זיין פטאער זייער יונג. די מוטער פון רבי ליבער איז געוועהן אן אייניקל פון הקדוש רבי יחיאל הגדול זצ"ל וואס איז אומגעקומען אויף קידוש השם שנת ת"ח אין די שטאדט נעמרוב.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

* * * *
דעמאלט איז נאך בארדיטשוב נישט געוועהן קיין שטאדט, די שטאדט איז געוועהן ביסטריך פון דער אנדערער זייט טייך א האלבער קילימעטער פון בארדיטשוב. דארט האט געוואוינט אויך דער מעיאר פון די גאנצע געגענט , און דארט וואו ס'איז היינט די שטאדט בארדיטשוב איז געוועהן א גרויסער וואלד, פלעגט רבי ליבער גיין צופרי און פארנאכט יעדען טאג אין דעם וואלד דאווענען ער האט געהאט דארט א מקום מיוחד.
איז אמאהל דער מעיאר געפארען אריין אין דעם וואלד און רבי ליבער איז געשטאנען דארט מוכתר בטלית ותפילין און געדאווענט, די געשפאנטע פערד אויף וועלכע דער מעיאר מיט עטליכע קאזאקען האבען געריטן , אזוי ווי זיי האבען דערזעהן די הייליגע צורה, האבען זיי זיך אזוי דערשראקען אז זיי זענען כמעט אראפגעפאלען אויף דער ערד ווען נישט וואס די קאזאקען האבען זיי צוריק געהאלטען. האט דער מעיאר פאר גרויס כעס געגעבען א באפעהל פאר זיינע קאזאקאן צו נעמען דעם איד און אים גוט צו שלאגען מיט שטעקענעס , זיי האבען באלד אויסגעפאלגט דעם באפעהל און האבען אים אזוי צושלאגען מיט שטעקענעס אז ס'האט זיך געגאסען פון אים דאס בלוט , אבער רבי ליבער איז געשטאנען ווייטער און געדאווענט נישט געגעבען זיך א ריר פון פלאץ . די קאזאקאן האבען זיך געוואונדערט און געזאגט דעם מעיאר , וואס איז דאס אז מיר שלאגען אים אזוי שטארק און ער זאגט נישט קיין איין ווארט, ער מוז זיין עפעס א הייליגער מאן .

דער מעיאר איז אהיים געפארען איבערלאזענדיג ר' ליבער'ן אין דעם שרעקליכן מצב. ווי נאר ער איז א היימגעקומען האט דער מעיאר באלד באקומען גרויסע יסורים אין זיינע הענט און פיס אז ער האט זיי ממש נישט געקענט רירן . מען האט באלד געלאזט רופען א דאקטער , דער דאקטער האט געזאגט אז ער ווייסט נישט פון וואו די קראנקהייט קומט אבער ס'איז א גרויסע סכנה און מ'וועט מוזן אראפנעמען די פיס רח"ל .
דער מעיאר איז געווארען זייער באזארגט הערענדיג די ווערטער , און האט נישט געוואוסט וואס פריער דא צו טוהן אינצווישען האבען די קאזאקען דערציילט די גאנצע מעשה פאר'ן אידישן ארענדאר ווי אזוי זיי האבען געשלאגען דעם איד, האט דער ארענדאר זיך באלד צעפייערט "וואס דעם איד האט איר געשלאגען? ער איז דאך אונזער מגיד, ער גייט דאך יעדען טאג דאווענען אין דעם וואלד!

זאלט איר וויסען אז דער מעיאר וועט נישט ווערען געזונד ביז ער וועט אים נישט איבערבעטן
דער מגיד רבי ליבער איז געבליבען ליגען אין בעט צוליב די שלעק וואס ער האט באקומען . ווען דער מעיאר האט געשיקט זיין דאקטער אים אויסצוהיילן האט ער באפוילן , אז ער איז אים נישט מוחל נאר בתנאי זה אז אויף דעם פלאץ וואו ער האט אים געטרפאען דאווענען , זאל ער אויפבויען א גרויסע שוהל און דעמאלס וועט ער ווערען צוריק געזונט.

אזוי איז טאקע געוועהן , דער מעיאר האט געהאלטען ווארט וואס ער האט צוגעזאגט און איז אינגאנצען געזונד געווארען , איז דער מעיאר דערנאך נאכאמאהל געקומען צו ר' ליבער און אים געפרעגט מה בקשתך עוד ותעש, וואס נאך קען איך טוהן עפעס פאר דיר , האט ער אים געזאגט אז ער זאל זיך נעמען בויען א שטאדט נאנט נעבין די שוהל

דער מעיאר האט אלעס געטוהן ווי רבי ליבער האט אים געהייסען און אזוי ארום שנת תנ"א איז געווארען די שטאדט בארדיטשוב א ישוב. רבי ליבער האט געזאגט די שוהל איז מכוון פונקט א קעגען דעם שער השמים פון תפילות ישראל.

(ווען דער הייליגער רבי לוי יצחק, דער בארדיטשובער רב זי"ע איז אהין געקומען , האט ער געלאזט בויען זיין דירה אין קלויז, נאנט נעבין די גרויסע שוהל.)

רבי ליבער האט געבויט א בית המדרש נעבען די שוהל , וואו ער האט געלערנט מיט זיינע תלמידים יעדען טאג נגלה און נסתר
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער רבי איציק'ל נעשכיזער זי"ע האט דערציילט, אז אין די צייטן פון דער צדיק ר' ליבער פון בארדיטשוב איז איינמאהל דורך געפארן א סוחר אינמיט'ן די נאכט און האט נישט געהאט ווי צו נעכטיגן. נאכן זוכן איבער די שטאט האט ער באמערקט ווי פון איין פענצטער שייינט ארויס א לעכטיגקייט און עס הילכט אפ פון דארט א זיסע קול תורה. איז ער גלייך צו געפארען צו דעם הויז, און האט אריין געקלאפט צו פרעגן אויב ער קען דא איבער נעכטיגן.

ווי די טיר האט זיך געעפנט האט ער דערזעהן פאר זיך א חשובע איד, וואס אויף זיין צורה האט מען געזעהן אז ער איז א גרויסע צדיק. (דאס איז געוועהן דער רב, ר' ליבער).

דער איד האט זיך שטארק אנשולדיגט פארן שטערן דעם רב'ס לערנען אינמיט'ן די נאכט, נאר ווי באלט ער דרייט זיך שוין לאנג איבער די שטאט צו זוכן אן ארט וואו צו נעכטיגן, און איבעראל איז שוין טונקל, איז ער געקומען דא אהער ווייל דא האט ער געזעהן ליכטיגקייט, דעראיבער וויל ער בעהטן א טובה איבער צו שלאפן דא די נאכט.

"אוודאי זייער גערן"!

רבי ליבער איז אליין געלאפען און האט צוגעגרייט א בעט און אליין אויסגעשפרייט א שיינעם ליילעך מיט אלעס וואס ער האט נאר געדארפט.

דעם איד האט זייער ווי געטוהן אז אזא חשוב'ער רב איז זיך אזוי מטריח פאר זיינעט וועגן, האט ער געזאגט:

"פארוואס דארף דער רב זיך אזוי שטארק מטריח זיין פאר מיר?"

"נישט פאר דיר בין איך זיך מטריח", ענטפערט איהם דער רב, "נאר פאר מיר אליין, איך גרייט מיר צו א גרויסע מצוה אויף יענער וועלט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בילד
דער שטאט בארדיטשוב אויף די אוקריינע מאפע

בילד
דער אידישער בית החיים

דער שטאט בארדיטשוב כהיום
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער "מגלה עמוקות" פלעגט נאך זיין פטירה יעדע נאכט קומען פון יענע וועלט, לערנען מיט זיין אייניקל רבי ליבער מבארדיטשוב ז"ל. מיטאמאל האט דער אייניקל באמערקט ווי דער זיידע האלט זיך שוין אפ א שטיק צייט פון זיין אראפקומען, האט ער זיך צוזאמענגעפאקט זיינע פלעקלעך און געפארן קיין קראקע צום ציון פון זיין זיידן, אפשר וועט ער דארט אויסגעפינען די אורזאך פארוואס זיין זיידע קומט שוין נישט צו אים. אנקומענדיג צום ציון, האט אים זיין זיידע געענטפערט, נישט לאנג צוריק איז נפטר געווארן דער בעש"ט, און לכבודו האט מען פארשפארט די "ישיבה של מעלה" פאר 30 טעג. דעריבער האב איך נישט געקענט קומען לערנען מיט דיר.
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

וואס איז די סיבה אז ר' ליבער ליגט דארט אינמיטן א פארק ?
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

כ"ח תשרי?
כ'מיין אז די יארצייט איז כ"ח חשוון.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ראמני 08 האט געשריבן:וואס איז די סיבה אז ר' ליבער ליגט דארט אינמיטן א פארק ?


עס איז א בית החיים אבער ווערט ר"ל גענוצט היינט אלס א פארק
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

די בית החיים ווי די בארדיטשאווער ליגט איז געווען איינס מיט יענע בית החיים ?
אין בכלל וויאזוי איז זיין פלאץ נישט גערירט געווארן
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דאס איז נישט דער זעלבער בית החיים, און דער פלאץ זיינע איז יא גערירט געווארן, נאר די שטאטישע אידן האבן געוואוסט צו זאגן אז דארט ווי ס'האט געוואקסן די דריי ביימעלעך דארט איז מקום מנוחת קדשו פונעם גרויסן ר' ליבער,
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

פאלגענד איז א שטיקל פון אל-געמיינער דזשונראל

פרומע אידן אין באַרדיטשעוו דערציילן מיר ביזן היינטיקן טאָג, וועגן דעם מקובל ר’ ליבער, וועלכער האָט געבויט “די אַלטע שוהל”
דר. כאַריטאָן בערמאַן\קיעוו


“פּריץ, כ’וועל דיר פאַרגעבן, אָבער מיט אַ תנאי, אַז אויפן זעלבן אָרט, וואו דער רייטער האָט מיך געשלאָגן מיט דער בייטש בעת איך האָב געדאַוונט, זאָלסטו אויסבויען אַ שול, וואו די אידן פון באַרדיטשעוו זאָלן קענען דאַווענען. אַנדערש וועל איך דיר נישט מוחל זיין...”.



כ’האָב ליב פון צייט צו צייט זיך אַראָפּכאַפּן קיין באַרדיטשעוו, וואָס איז אַ מאָל אפשר געווען די אידישסטע שטאָט אין גאַנץ רוסלאַנד. ס’איז אין באַרדיטשעוו געווען אַ שול, די “אַלטע שול” האָט זי געהייסן, און זי איז געשטאַנען אין צענטער פון שטאָט. אין דער שול האָט געדאַוונט דער באַרימטער חזן ניסי בעלזער, וואָס האָט אַרויסגעגעבן אַ גאַנצן דור חזנים, וועלכע זיינען שפּעטער אַליין אויך געוואָרן באַרימט איבער דער וועלט.

נישט איין משורר, וואָס האָט געזונגען ביי ניסי בעלזער אין כאָר ביים עמוד פון דער “אַלטער שול”, האָט זיך שפּעטער געמאַכט אַ נאָמען ווי אַן אָפּערע-זינגער. אויך צווישן די גרעסטע שוישפּילערס, וועלכע האָבן געבויט דאָס אידישע טעאַטער און באַרימט געוואָרן איבער דער גאַנצער וועלט, האָבן פריער געזונגען ביי ניסי בעלזער אין כאָר.

מיט דער “אַלטער שול” איז פאַרבונדן אַ לעגענדע, וואָס פרומע אידן אין באַרדיטשעוו דערציילן נאָך ביז היינטיקן טאָג:

“ס’האָט אין באַרדיטשעוו”, דערציילט מען, “אַ מאָל געלעבט אַ גרויסער מקובל מיטן נאָמען ר’ ליבער. ער איז געווען דער גייסטיקער “נגיד” פון שטאָט, און אַלע אידן האָבן אים ליב געהאַט, אים גרויס כבוד אָפּגעגעבן, און גערופן האָבן זיי אים “ר’ ליבער דער גרויסער”, ר’ ליבר הגדול”.

געווען איז ר’ ליבער זייער אַ פרומער און ג-ט פאָרכטיקער איד, אַ גרויסער מקובל, און יעדן טאָג פלעגט ער אַרויסגיין אויסער דער שטאָט און דאָרט תפילה געטאָן צו ג-ט ביחידות. אַלעמאָל, ווען ער האָט תפילה געטאָן צו ג-ט, איז ער אַריין אין אַזאַ התפּעלות, אין אַזאַ דביקות, אַז ער האָט זיך אין גאַנצן ווי אָפּגעריסן פון דער ערד, און קיין זאַך אין דער וועלט האָט אים נישט געקענט ברענגען דערצו, אַז ער זאָל מפסיק זיין.

איין מאָל, ווען ר’ ליבער איז אַזוי געשטאַנען אויסער דער שטאָט לעבן אַ בוים, שטאַרק פאַרטיפט אין די תפילות, איז פאַרבייגעפאָרן דער גראַף ראַדזיוויל און האָט אים אָנגעהויבן רופן. אָבער ר’ ליבער האָט זיך אַפילו אויפן גראַף נישט אומגעקוקט. ווען דער גראַף האָט דערזען, ווי דער איד קוקט זיך אַפילו נישט אום אויף אים, איז ער געוואָרן שטאַרק אין כעס און געהייסן דעם רייטער, ער זאָל אים מיט אַלע כוחות שלאָגן מיט דער בייטש.

דער רייטער האָט געפאָלגט. אָבער ר’ ליבער האָט זיך אַלץ פון אָרט נישט גערירט און האָט ווייטער געדאַוונט מיט גרויס כוונה, פּונקט ווי נישט אים וואָלט מען מיט דער בייטש געשמיסן. דאָס האָט דעם גראַף אַזוי צעטומלט, אַז ער איז געוואָרן נאָך מער שטאַרק אין כעס און געהייסן דעם רייטער, ער זאָל אים, מיט אַלע כוחות, ווייטער שלאָגן מיט דער בייטש. דער רייטער האָט געפאָלגט.

דער גראַף האָט נישט געקענט קומען צו זיך פון דער דביקות פון דעם אידן. אין דער היים, האָט עס די גאַנצע צייט נישט געלאָזט רוען דעם גראַף. ער האָט בשום-אופן נישט געקענט פאַרגעסן דאָס געשטאַלט פון דעם אַלטן אידן, וואָס האָט זיך געלאָזט שמייסן מיט דער בייטש און דאָך נישט איבערגעריסן די תפילות צו ג-ט. האָט ער געשיקט דעם רייטער און אים אָנגעזאָגט, אַז ער זאָל אויסזוכן ר’ ליבערן און אים גלייך ברענגען אין הויף אַריין. ער וויל אים איבערבעטן...

ר’ ליבער איז געקומען צום גראַף אין הויף אַריין, און ווען דער גראַף האָט זיך גענומען פאַרענטפערן פאַר אים און געבעטן, ער זאָל אים פאַרגעבן, האָט ר’ ליבער צום אים געזאָגט:

“פּריץ, כ’וועל דיר פאַרגעבן, אָבער מיט אַ תנאי, אַז אויפן זעלבן אָרט, וואו דער רייטער האָט מיך געשלאָגן מיט דער בייטש בעת איך האָב געדאַוונט, זאָלסטו אויסבויען אַ שול, וואו די אידן פון באַרדיטשעוו זאָלן קענען דאַווענען. אַנדערש וועל איך דיר נישט מוחל זיין...”.

דער גראַף האָט אָנגענומען דעם תנאי און האָט אויסגעבויט אַ גרויסע שול אויף דעם זעלביקן אָרט וואו ער האָט זיין רייטער געהייסן שלאָגן דעם פרומען אידן ר’ ליבער.

דאָס איז די לעגענדע וועגן דער “אַלטער שול”, וואָס איז געשטאַנען אין צענטער פון באַרדיטשעוו.

אין באַרדיטשעוו האָט טאַקע געוואוינט אין דער תקופה פון דעם בעש”ט, דער מקובל ר’ אליעזר ליבער, וועלכער איז געקומען פון קראָקע אין באַרדיטשעוו און דאָרט געוואוינט אַ סך יאָרן און צו וועמען דער בעל-שם-טוב פלעגט פאַרפאָרן אַלע מאָל, ווען ער האָט זיך דאָרט אין שטאָט אָפּגעשטעלט.

געשטאָרבן איז ר’ אליעזר ליבער אין דעם יאָר 1771, תקל”א, און צווישן די אַלטע מצבות, וואָס זיינען געשטאַנען אויפן באַרדיטשעווער בית-עולם, האָט מען פאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה געקענט זען זיין מצבה. אויפן אויפשריפט, וואָס איז געווען שוין אַ היפּש ביסל אָפּגעריבן, האָט מען נאָך געקענט איבערלייענען די ווערטער: “חריף ובקי, חסיד ועניו”. (אַזוי האָט געשריבן ד”ר. ש.א. האָראָדעצדקי, וועלכער האָט דעם אויפשריפט פון דער מצבה איבערגעשריבן, ווען ער האָט געקליבן מאַטעריאַל פאַר דער געשיכטע פון דער שטאָט באַרדיטשעוו. וועגן דעם שרייבט אויך מ. אָשעראָוויטש).

צום באַדויערן איז די לעגענדאַרע “אַלטע שול” פאַרניכטעט געוואָרן דורך די נאַצישע רוצחים.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דא איז בדרך אגב געשאפן געווארן א שמועס איבער א מאנאסטריטשער גזע מיט די שם משפחה 'קטן' וועלכע ציען זייער יחוס ביז ר' ליבער הגדול מבארדיטשוב.

אלף בית האט געשריבן:מוניסטריטש'ער רבי (נישט פון די ליניצער גזע) איז א בן אחר בן אייניקל פון רבי ליבער הגדול פון בארדיטשוב, כ'מיין אז סאיז מקובל פון טאטן צו זוהן,


בן בוזי האט געשריבן:ווער איז דא מאנוסטריטשער רבי?.


אלף בית האט געשריבן:אין ברוקלין האט געוואוינט א רבי ער האט געהייסן רבי אהרן לייב קטן, ער האט זיך גערופן מוניסטריטש'ער רבי, ער האט א זוהן רבי שלמה אויך א רבי'לע.


בן בוזי האט געשריבן:פליז זיי זענען ווייט פון בן אחר בן אייניקלעך פון סיי ווער ביי זיי איז אלסדונג בת אחר בת איך קאן זיי גאנץ פיין


אלף בית האט געשריבן:אויב די קענסט זיי ביטע פארצייל מיר אביסל פון זיי, ווייל איך האב זייער ווייניג ידיעות איבער זיי.


בן בוזי האט געשריבן:טעיתי עויתי, די קטן'ס זענען יא בן אחר בן אייניקלעך פון דער גרויסער רבי ליבער, דערפאר איז טאקע זייער אמת'ער נאמען ליבערזאהן נאר זיי האבן דאס שפעטער געביטן אויף קטן. והוא רחום יכפר :oops:



אלף בית האט געשריבן:די רביסטעווע איז מקובל פון טאטן צו זון?


בן בוזי האט געשריבן:ס'איז נאך עד היום הזה קיין רבי'סטיווע, נאר וואזשע דען זיי האבן פיינע יחוס זיי זענען דעם בעל שם הק' אייניקלעך און נאך, זייערע משפחות האבן מכהן געווען ברבנות אין כעמלעניצקי, פראסקורוב, מאניסטריטש-גאליציע.




באדיבות ידידי ורעי, האב איך געקריגען צוויי בילדער פון מצבות אינעם ניו-זשערסי ביה"ח פון אב ובנו לבית קטן, ר' ארון לייב הנ"ל ובנו ר' יוסף אליעזר ז"ל, עס וואלט אינטערעסאנט געווען צו הערן מער דעטאלן איבער די גזע, לויט ווי איך זעה זענען זיי אייניקלעך אויך פונעם דגל ולמעב"ק הבעש"ט זצ"ל.
אטעטשמענטס
katan1.jpg
katan1.jpg (24.91 KiB) געזען 6929 מאל
Katan2.jpg
Katan2.jpg (26.09 KiB) געזען 6927 מאל
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ר' מתתי' קטן'ס מאמע איז געווען אן אייניקל פון די רעבעצין חנה סימא (דאס איז ר' איציקל סקווערער'ס דריטע רעבעצין פון וועלכע ר' דוד'ל סקווערער איז פון איר געבוירן).
חנה סימא האט געהאט חתונה געהאט קודם מיט ר' מרדכי ראבינוביץ
זי איז געווען א טאכטער פון ר' הערשעלע סקווערער
בן ר' אהר'לע טיטיובער
בן ר' הערש בעל שם'ס מפינסק
בן אור שבעת הימים הבעש"ט הק'
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

יישר כח מיללער פארן אריבערברענגן די דיסקוסיע אין דעם אשכול,
כ'האב געמאכט אביסל ריסורטש איבער זיי.

זיי זענען גלייכע אייניקלעך בן אחר בן צו רבי ליבער הגדול מבארדיטשוב.
רבי אהרן לייב קטן ממאניסטרישץ
ב"ר מתתיהו קן ממאניסטרישץ
ב"ר יצחק קטן מטיסמעניץ
ב"ר ארי' לייבוש ליבערזאהן מפראקראוו
ב"ר אליקים געציל מבארדיטשוב
בן רבי ליבער הגדול (רבי ליבער הגדול איז געווען א גראדער אייניקל פון רבי שמשון מאוסטראפאליע)
איז שוין אפגעפרעגט בן בוזי וואס זאגט אז זיי זענען נישט בן אחר בן אייניקלעך, בן בוזי אנטשולדיגט זיך טאקע שפעטער, צווייטנס, אויף די מציבה זעה איך אז זיי זענען געווען אדמורי"ם, ווידער אפגעפרעגט בן בוזי וואס שרייבט אז זיי זענען געווען רבנים און נישט קיין רבי'ס, (זיי זענען אויסדריקליך נישט געווען רבנים, זיי האבן בלויז געהאט שוהלן אין די שטעט ווי זיי האבן געוואוינט) און סאיז מקובל פון טאטן צו זוהן, האבן מיר שוין נאך א גזע וואס האלט אן פון נאכן בעש"ט ביז היינטיגן טאג.

זיי זענען אייניקלעך פוון בעש"ט הק' ווייל רבי ארי' לייבוש ליבערזאהן מפראקראוו איז געווען אן איידים ביי א זוהן פונעם דגל, רבי אליקים געציל איז געווען אן איידים ביי רבי יוסלע מיאמפולע בן רבי מיכל מזלאטשוב.

פון רבי יוסף אליעזר ליבר קטן (די צווייטע בילד) האב איך נישט קיין ידועות, כ'מיין אז ער האט א ברודער רבי שלמה וואס איז דער היינטיגער מאניסטרישצער רבי, ווער ס'ווייסט מער, זאל זיין אזוי גוט און מעלדן, יישר כחכם
לעצט פארראכטן דורך אלף בית אום מיטוואך דעצעמבער 17, 2008 12:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דער בעל שם הקדוש האט פארציילט אז אמאל איז דער גרויסער ר' ליבער געווען פארנומען מיט אן עסק פון פדיון שבויים, אינמיטן גיין אין מארק נאך געלט איז צוגעקומען צו איהם אליהו הנביא, האט איהם ר' ליבער געזאגט אז ער האט נישט קיין צייט צו איהם ווייל ער איז יעצט עוסק אין פדיון שבויים.
האט דער בעשה"ק געזאגט: צדיקים וואלטן געוואלט האבן גילוי אליהו, אבער אליהו וויל האבן גילוי ר' ליבער!
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

א אייניקל פון ר' ליבר מבארדיטשוב בן אחר בן.
איינער האט אפשר אינפארמאציע איבער אים?
אטעטשמענטס
IMG_1612[1].JPG
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פון וואנעט נעמט איר אז ער איז נכדו של ר' ליבר?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ווי האסטו דאס אפגעפונען ווי ליגט ער?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

ער ליגט אין מאנט חברון קווינס.
זיין יחוס:
ר' זאב ב"ר דוד צבי ב"ר יוסף חנינא ליפא ב"ר ארי' יהודה לייבוש ליברזאהן מפרוסקרוב ב"ר אליקים געציל ב"ר שמואל ב"ר יחיאל איכל בן ר' ליבר מבארדיטשוב זי"ע.

ער איז געווען א איידעם ביי ר' יעקב קאפל מארילוס מליטאוויסק בן ר' נפתלי מליטאוויסק בן הרה"ק ר' שמעון מיערוסלאב.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זעהר אינטערעסאנט אז אויף די מצבה שטייט גארנישט אז ער איז א בא"ב צו ר' ליבער מבארדיטשוב, וואס ווייסט איר יא ר' מיילעך איבער אים?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' מיילעך במחילת כבודכם הרוממה, אויב ער אליין האט זיך נישט געשריבן אלס אייניקל פון ר' ליבער פון וואנעט נעמסטו עס?

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 40&pgnum=1
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

farshlufen האט געשריבן:ר' מיילעך במחילת כבודכם הרוממה, אויב ער אליין האט זיך נישט געשריבן אלס אייניקל פון ר' ליבער פון וואנעט נעמסטו עס?

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 40&pgnum=1

פיין צוגעטראפן יעצט קוק דא און ער שרייבט בפירוש זיין גאנצער יחוס, איך ווייס נאר נישט צו מיילעך נעמט עס פון דארט
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

זיידעניו שרייבט לעיל אז ר' ליבער איז געווען בן ר' אברהם בן ר' שמואל בן ר' שמשון מאוסטראפאליער, ער שרייבט נישט דעם ר' שמואל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ישר כח ר' בן בוזי, איך האב עס געלייענט אבער נישט ביז צום סוף, איך פארשטיי אבער נישט אויב אזוי פארוואס דערציילט ער נישט אויפן שער בלאט?

ווידאראמאל, א דאנק אייך.
לעצט פארראכטן דורך farshlufen אום דינסטאג יוני 30, 2009 2:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

לערן זיך אויס ווען דו עפענסט אויף א ספר אויף היברו בוקס קודם קוק איבער די ערשטע פאר זייטן צו זעהן צו ער דערמאנט עפעס וועגן זיך און דערנאך מיש אריבער צום סוף ספר אפשר פון דארט קען מען זיך עפעס לערנערן, דאס פון אינמיטן איז נישט געמאכט פאר אונז ס'געמאכט צום לערנען...
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”