ר' נפתלי ווייסבלום ב"ר אלעזר מליזענסק - כ"ה חשון תקצ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

ר' איציקל פון זידיטשויב זצוק"ל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

נעכטיגן טאג האט געשריבן:
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:דער זון פון רבי נפתלי הרה"ק רבי איציקל פון זידיטשוב זי"ע.

רבי איציקל האט מען גערופן זידיטשובער זייענדיג אן איידעם אין זידיטשוב, האט ער אויך דארט געוואוינט?

איז ער געווען רב, רבי, מגיד?
האט ער געפראוועט?
ווער זענען געווען זיינע קינדער, רבי'ס, תלמידים?
ווען איז ער נסתלק געווארן?
וואו איז ער נקבר געווארן?

ווייסט איינער בכלל מער פרטים איבער אים?

צופיל פרטים איז נישט באקאנט איבער אים, ער האט איבער געלאזט זייער שיינע דורות היינט צו טאג, ובתוכם זיין אייניקל בן אחר בן וואס האט געטראגען זיין נאמען ר' יעקב איטשע ווייסבלום זצ"ל געבוירען אין זידיטשויב תרס"ז געלערנט ביי דעם גאון ר' מאיר אריק זצ"ל ,געווארען א'איידים ביי ההרה"ג ר' חיים אייזען אבד"ק סוירז און האט אים איבער גענומען ברבנות,שפעטער האט ער זיך געצויגען קיין ארץ ישראל אין חיפה ווי ער האט געגרינדערט א' שיינער קהילה מיט די נאמען "עטרת צבי" נאכ'ן הייליגע זיידע רבי הערשעלע פון זידיטשויב זיע"א,געווען א גרויסען תלמיד חכם א מרביץ תורה מיט א הערליכע בעל תפילה אויפן זידיטשויב'ער נוסח , ער האט שטארק לוחם געווען פאר קדושת השבת אין חיפה,איבער געלאזט א'הערליכע דור רבנים מרביצי תורה נפטר געווארען י"ט אלול תשל"ד,
זיין איידים רבי איטשע מנחם וויינבערג טאלנא רבי שליט"א ,זיין זוהן הרה"ג ר' אורי שליט"א משגיח ישיבת "נחלת הלוים" אין חיפה, נאך א' זוהן ר' חיים נפתלי זצ"ל. געווען רב אין נוה שאנן געגענט אין חיפה (איידים ביים סטערטינער רבי ר' יודא הערש בראנדוויין זצ"ל ) ער האט איבער געלאזט א 'זוהן ר' אורי שליט"א איידים ביי סלונימער רבי שליט"א (בארזאווסקי).

דא האט איר זיין יחוס
ר' יעקב איטשע הנ"ל
בן ר' נפתלי
בן ר' ישראל יוסף
בן ר' יעקב יצחק (הנקרא ר' איציקל פון זידיטשויב )
בן ר' נפתלי זצ"ל
בן ר' אלעזר זצ"ל
בן הרבי ר' מיילעך זיע"א
.
רבי איציקל פון זידיטשויב הנ"ל איז געבוירען אין יאר תקפ"ט,געווען א'איידעם ביי ר' הערצעלע לאבין איידים ביים עטרת צבי פון זידיטשויב זיע"א ער האט געוואוינט אין זידיטשויב ביים שווער און דערנאך האט ער זיך געצויגען קיין סאניק,ער פלעגט אסאך פארן קיין אונגארין ,און געהאט אסאך מעריצים דארטן.

ער האט זיך אסאך געדרייט ביים צאנזער רב זיע"א און צאנזער רב האט אים אויסערגעוונליך מקרב געווען,אמאל איז דארט געווען א'אונגארישער איד ,האט ער זיך אנגערופן צום צאנזער רב איך בין דאך אויכעט א'אייניקל פון אברהם אבינו, האט אים צאנזער רב אזוי גענטפערט, ער איז א' זוהן פון ר' נפתלי א'זוהן פון ר' אלעזר א'זוהן פונעם רבי ר' מיילעך זיע"א,אבער צו דו ביסט א'אייניקל פון אברהם אבינו ווייס יעך נישט,און צאנזער רב האט גענומען ר' איציקל'ס בארד און געווישט זיין פנים דערמיט זאגענדיג אז דאס ענדילט צום רבי ר' מיילעכ'ס בארד, געהערט פון הרה"ק רבי יאנקעלע פון פשעווארסק זיע"א.
ר' איציקל איז אוועק אין יאר תרנ"ד, יהי זכרו ברוך.

די אויבערשטע בילד איז פון ר'נפתלי ווייסבלום פון באלחוב זצ"ל (קרעדיט "יציב פתגם"),די מיטעלסטע איז פון זיין זוהן ר' יעקב איטשע הנ"ל מיט זיין קבר.
אטעטשמענטס
נפתלי מבאלחוב סאנ יק.JPG
20170323_184712_resized %281%29.jpg
יעקב יצחק קבר.JPG
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג מארטש 27, 2017 4:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

א גרויסן ישר כח פאר די אינפארמאציע, איז באקאנט ווען זיין יארצייט איז?
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

אשכול באוצה"ח על רבי חיים נפתלי
http://forum.otzar.org/viewtopic.php?f= ... uo#p285513
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

יחוס הרב מ' סווירז זצ"ל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

נעכטיגן טאג האט געשריבן:דערווייל בין איך נישט אנגעקומען צו זעהן דעם ספר, איז דער סווירזער רב געווען אן אייניקל? וויאזוי?

http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view

נאט אייך זיין יחוס.
ר' יעקב איטשע ווייסבלום אבד"ק סווירז
בן רבי נפתלי
בן ר' ישראל יוסף
בן ר' יעקב יצחק ( המכונה ר' איציקל זידיטשויבער)
בן רבי נפתלי
בן רבי אלעזר
בן הרבי ר' מיילעך זיע"א.
ועיין פה למעלה באריכות מה שכתבתי אודותיו ויערב לכם יהי זכרו ברוך.

בדרך אגב האט ער איבערגענומען די רבנות סווירז פון זיין שווער הרה"ג ר' חיים הלוי אייזען איידים פון הרה"ק רבי יודא הערש השני פון סטרעטין זצוק"ל.

און סקאליא רבי זצ"ל פון נוא יארק איז בזיווג ראשון געווען סווירזער רב'ס איידים ,און זי איז נעבעך אומגעקומען ביי די ערשטע וועלט'ס קריג דורך די קאזאקין ימ"ש הי"ד .
אטעטשמענטס
YYWISBLUM.jpg
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1919
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

מקום מנוחתו של רבי נפתלי מליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:הרה"ק רבי נפתלי ב"ר אלעזר מליזענסק זיע"א
כ"ה חשון תקצ"ט

--

דער הייליגער שינעווער רב זי"ע האט געזאגט: אלע רבי'ס האט מען געצווינגען פון
הימל צו זיין רבי, און נאר רבי נפתלי האט זיך דורך געזעצט (געפועל'ט) נישט צו זיין.

--

כאטש ער האט טאקע נישט געוואלט אננעמען קיין רבי'סטעווע, האט ער אבער איין טאג אין יאר משנה געווען פון זיין מנהג, זיך אנגעטוהן רבי'שע מלבושים און געפראוועט אן עולם, דאס איז געווען אין דעם הייליגן טאג פורים. חסידים דערציילן אז מען האט דאן געזען ביים אים אויסערגעווענליכע זאכן, ווי אויך אפענע מופתים, אז אפילו שווערע בעלי מום ווי שטומע, הינקעדיגע און אנדערע קראנקע ל"ע זענען ביי אים געהאלפן געווארן אין דעם הייליגן טאג.

--

דער זון פון רבי נפתלי הרה"ק רבי איציקל פון זידיטשוב איז אמאל געקומען אין שטאט נארייעוו (אין געגענט פון לעמבערג). ווען חסידים האבן אים געזען האט מען אים געפרעגט אויב ער איז אפשר א זון פון רבי נפתלי פון ליזשענסק (זעהט אויס אז ער האט געענדלט אין הייליגן טאטן). ווען ער האט געזאגט אז יא, האבן זיי אים דעציילט די פאלגענדע וואונדערליכע פאסירונג.

אמאל איז זיין טאטע רבי נפתלי געקומען אין די שטאט, און א איד האט אים איינגעלאדנט ער זאל קומען צו אים אהיים. רבי נפתלי האט אים געזאגט אז ער וועט קומען אויב ער וועט אים צוליב טוהן די צוויי זאכן: איינס, ער זאל צוזאמשטעלן א מנין אויף קידוש לבנה. צוויי, ער זאל אנגרייטן א פיש אויפ'ן סעודה נאך קידוש לבנה. דער איד האט געענטפערט אז א מנין קען ער אים שאפן, אבער פיש נישט, וויבאלד עס איז נישטא קיין טייך אין גאנצן געגענד, איז פון וואו זאל ער אים איצט נעמען פיש. רבי נפתלי האט מסכים געווען אויך אן דעם צווייטן תנאי און איז געגאנגען צו דעם איד אהיים. אזוי ווי דער איד קומט אהיים, קומט אים פלוצלונג אנטקעגן א גוי, און שלעפט מיט זיך א גרויסע פיש צום פארקויפן. דער איד האט עס באלד אפגעקויפט און אנגעגרייט א סעודה לכבוד רבי נפתלי.

אז דער בעל אכסניא האט צוגעזען אזא זאך, האט ער פארשטאנען אז דער גאסט איז אוודאי א דערהויבענער איד, און ער האט אים געגעבן א קוויטל און זיך מזכיר געווען: היות ער פלעג אלעמאל דינגען דעם גאסט הויז פונעם פריץ, און איצט איז געקומען א צווייטער איד און אים משיג גבול געווען, און אויסגעדינגען די האטעל פונעם פריץ. איצט איז ער געבליבן אן קיין פרנסה. פרעגט אים רבי נפתלי, ווי אזוי הייסט דער משיג גבול. ענפערט ער: "פסח". נו, מאכט אים דער רבי, "פסח איז דאך נאר אכט טאג!" דער בעל אכסניא האט זיך געוואונדערט אויף דעם אינטערסאנטן ענטפער, אבער ער האט געהאט אמונת צדיקים אז ער איז שוין א געהאלפענער.

ווען רבי נפתלי איז אוועקגעפארן, האט דער איד דערציילט די מעשה אין שטאט, און דער עולם האט אים אויסגעלאכט. א שיינע מעשה, ער האט געהאט צוגאסט עפעס אן ארעמאן א רבי'ש קינד, און ער גלויבט אים נאך. אזוי זענען אריבער עטליכע טעג, און עס זעהט זיך גארנישט קיין ישועה, און דערווייל ווערט ער ללעג ולקלס פאר'ן גאנצן שטאט וועלכע וויצלט זיך אויף זיין חשבון. עס קומט דער אכטער טאג, און אונזער בעל אכסניא שעמט זיך נעבעך צו גיין אין שוהל זיך ווייזן דעם פנים, און איז געבליבן אינדערהיים.

עס דויערט נישט לאנג און עמיצער קומט און זאגט אים אז דער פריץ האט פארשיקט דעם פסח פון גאסט הויז. ער האט אים נישט געגלויבט, און געמיינט אז זיכער טרייבט ער פון אים שפאס, אבער דער מבשר ווייזט אים פון פענסטער אן אנגעלאדענטע וואגן מיט פסח'ס הויז געזונד גרייט ארויסצופארן פון שטאט. אזוי רעדנדיג, קומט אונטער א שליח פון פריץ אז ער זאל זאפארט קומען.

"צו וועלכען ראבין ביזטו געפארן?" האט אים דער פריץ געפרעגט ווען ער איז אנגעקומען אין זיין הויז. "איך בין נישט געפארן אין ערגעץ, איך בין געזעצן אין שטוב די גאנצע צייט," זאגט אים דער איד. "מיר וועסטו נישט אויספאָפּן", האט זיך דער פריץ נישט געלאזט. און אזוי דערציילט אים דער פריץ, אז שוין אכט טעג וואס ער חלום'ט זיך ביינאכט אז א רבי קומט אים זאגן אז ער זאל צוריקגעבן דעם האטעל פאר אונזער בעל אכסניא, אבער ער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט. "היינט בין אין פלוצלונג איינגעשלאפן אינמיטן טאג, כאטש עס פאסירט קיינמאל נישט ביי מיר," זאגט דער פריץ, "און אט באווייזט זיך דער רבי פאר מיר, און מיר געשלאגן, און געווארנט אז אויב איך געב נישט צוריק דעם גאסט הויז, דאן וועט ער מיר אומברענגען," און דערביי האט אים דער פריץ באוויזן די צייכנס פון די קלעפ וואס דער הייליגער רבי נפתלי האט אים אריינגעשמיסן.

דער איד האט טאקע צוריק באקומען זיין פרנסה כאז ומקדם, אזוי ווי דער רבי האט אים געזאגט אז פסח איז נאר אכט טעג...

זיע"א.
--

איז דען נישט דא ארגינעלע בילד פון אמאהל, פונעם מצבה פון רבי נפתלי ווייסבלום מליזענסק?
דאס איז א בילד פון היינט - קרדיט: mytzadik
אטעטשמענטס
נפתלי מליזענסק.JPG
נפתלי מליזענסק.JPG (32.38 KiB) געזען 3056 מאל
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

נעכטיגן טאג האט געשריבן:
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:דער זון פון רבי נפתלי הרה"ק רבי איציקל פון זידיטשוב זי"ע.

רבי איציקל האט מען גערופן זידיטשובער זייענדיג אן איידעם אין זידיטשוב, האט ער אויך דארט געוואוינט?

איז ער געווען רב, רבי, מגיד?
האט ער געפראוועט?
ווער זענען געווען זיינע קינדער, רבי'ס, תלמידים?
ווען איז ער נסתלק געווארן?
וואו איז ער נקבר געווארן?

ווייסט איינער בכלל מער פרטים איבער אים?

זיך איך פרטים איבער דעם ר' איציקל פון זידיטשויב

ווען איז ער אוועק, און ווי ליגט ער?

ווייסט איינער, אדער ווי מ'קען כאטש זיכן פרטים אויף אים?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחאה »

זיידעניו האט געשריבן:הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זצ"ל האט דערציילט: אמאל זענען צו אים געפארן הרה"ק מצאנז, הרה"ק מקאמינקא , און הרה"ק רבי הערשעלע גלאנץ אן איידעם ביים ארי' דבי עילאי זי"ע, זיי זענען צו אים אנגעקומען דאנערשטאג ביינאכט.
רבי נפתלי זי"ע איז דעמאלט געזעסען פארשפארט אין זיין שטוב . עס איז דארט געווען א שפאלט אין די וואנט האבען די צדיקים פון דארט אריין געקוקט און האבען אים געזען זיצן און לערנען גמרא אדער שלחן ערוך ער האט עס גלייך מרגיש געווען האט ער זיי געוואונקען זיי זאלן אוועק גיין, זיי האבען זיך נישט געוואגט צו אים אריין צו גיין און זיי זענען אוועק געפארן.
נאכדעם זענען זיי נאכאמאל צו אים געפארן און ביים צווייטן מאל איז מיט זיי מיטגעפארן הרה"ק רבי אליעזר'ל דזיקובער זי"ע אנשטאט הרב ר' הערשעלע זצ"ל דער איידעם פון ארי' דבי עילאי זי"ע, וויבאלד דער רבי ר' אליעזר איז דאך געווען א זון פון הייליגן ראפשיצער רב זי"ע האט ער זיך געוואגט און אריין געקלפאט אין די טיר, רבי נפתלי האט געעפענט די טיר און האט פארשטאנען אז רבי ר' אליעז'ל איז געווען דער וואס האט געקלאפט אויף די טיר, האט ער געוויזן מיט די פינגער, אלס צייכן פון ווארענונג, און געזאגט : אליעזר'ל!
האט רבי אליעז'ל אים געענפערט איר זענט נישט מקיים קיין הכנסת אורחים ?
האט ער זיך צושמייכעלט און זיי אריין געלאזט

כמדומה אז אין י"ג אורות ווערט נישט דערמאנט אז ר' אליעזר'ל האט גענטפערט פאר ר' נפתלי...
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

ס׳ווייסט עימעציר אינפארמאציע אויף ר׳ נפתלי שיף מגארליץ, בן ר׳ חיים שיף מטורנא, חתן רבי נפתלי ליזענסקער,
מתי נולד, מתי נפטר, וכו׳.
ביליצר
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 07, 2016 6:13 am

צדיקא ופרישא הרה"ק רבי משולם זוסיא וייסבלום מנדברורנא זצוקללה"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביליצר »

האי צדיקא ופרישא הרה"ק רבי משולם זוסיא וייסבלום מנדברורנא זצוקללה"ה [בן ר"נ בן רבי אלעזר בנו של הנועם אלימלך!]
לעצט פארראכטן דורך ביליצר אום מיטוואך יוני 03, 2020 2:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: צדיקא ופרישא הרה"ק רבי משולם זוסיא וייסבלום מנדברורנא זצוקללה"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

ביליצר האט געשריבן:האי צדיקא ופרישא הרה"ק רבי משולם זוסיא וייסבלום מנדברורנא זצוקללה"ה [בן ר"נ בן רבי אלעזר בנו של הנועם אלימלך!]
בידי ספר חשוב שהיה שייך לו ,כל הקודם לרכשו זוכה !

א בילד פארגינט איהר אונז ?
אחד מעיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

חותן רבי נפתלי מליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מעיר »

מה היה שם חותנו של רבי נפתלי?
mar0was
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

Re: חותן רבי נפתלי מליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mar0was »

אחד מעיר האט געשריבן:מה היה שם חותנו של רבי נפתלי?

אויף geni שטייט אז ר'נפתלי איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' ישראל אלבוים אבד"ק פריסטיק חתן ר"ר אלימלך.
https://www.geni.com/people/R-Yisrael-Elbaum/6000000002629715860
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: חותן רבי נפתלי מליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

mar0was האט געשריבן:
אחד מעיר האט געשריבן:מה היה שם חותנו של רבי נפתלי?

אויף geni שטייט אז ר'נפתלי איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' ישראל אלבוים אבד"ק פריסטיק חתן ר"ר אלימלך.
https://www.geni.com/people/R-Yisrael-Elbaum/6000000002629715860

גירסא כזה מעולם לא שמעתי, האט עס עפעס א מקור ?
הרב הויזמאן שרייבט אז ער איז געוועהן א איידעם ביי זיין עלטער פעטער ר' זושא, אבער כנראה להד"ם
כמדומה לי אז אין ספר זרעא קדישא שטייט אז ער איז געוועהן א איידעם ביי ר' חנה מבילוגרייא עיי"ש
דא האט מען עפעס געשריבן וועגען דעם (אפשר פון דארט קומט גירסת geni ?)
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ר' נפתלי ווייסבלום ב"ר אלעזר מליזענסק - כ"ה חשון תקצ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פין די ווינדליכע צדיק ר' נפתלי מליזענסק זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4149
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: ר' נפתלי ווייסבלום ב"ר אלעזר מליזענסק - כ"ה חשון תקצ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
mar0was האט געשריבן:
אחד מעיר האט געשריבן:מה היה שם חותנו של רבי נפתלי?

אויף geni שטייט אז ר'נפתלי איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' ישראל אלבוים אבד"ק פריסטיק חתן ר"ר אלימלך.
https://www.geni.com/people/R-Yisrael-Elbaum/6000000002629715860

גירסא כזה מעולם לא שמעתי, האט עס עפעס א מקור ?
הרב הויזמאן שרייבט אז ער איז געוועהן א איידעם ביי זיין עלטער פעטער ר' זושא, אבער כנראה להד"ם
כמדומה לי אז אין ספר זרעא קדישא שטייט אז ער איז געוועהן א איידעם ביי ר' חנה מבילוגרייא עיי"ש
דא האט מען עפעס געשריבן וועגען דעם (אפשר פון דארט קומט גירסת geni ?)

אין ספר המאורות הגדולים ארויסגעגבן דורך הג"ר נחום מאיר גערמאן שליט"א, ברענגט ער דארט אז ער איז געווען א איידעם ביי הרה"ק ר' אלחנן מבולגורייא הנ"ל מ'האט אים גערופן 'רבי חנא רישא', א תלמיד פון רבין ר' אלימלך זי"ע, אין ספר י"ג אורות ווערט געברענגט פון ספר תולדות משה (טאמשוב) אז ער איז אויך געווען א מחותן מיטן ר"ר אלימלך, זיין זון הרה"ק ר' שמואל צורף איז געווען דריטער איידעם פין ר"ר אלימלך זי"ע,

און אין ספר יפה שיחתן פין זיין אייניקל (כנראה נושא את שמו) הגה"צ ר' אלחנן היילפרין זצ"ל גאב"ד ראדומישלא, שרייבט ער דארט אז זיין זיידע ר' חנה רישא ליגט אין ליזענסק ביים לינקן זייט פין די טיר ביים אוהל, אין זיין מצבה איז געשטאנן ביזן קריג אויפן וואנט פונעם אלטן אוהל.

הרה"ק ר' חנא הנ"ל איז אויך געווען דער שווער פונעם ר"ר הערש מרימנוב זי"ע ביי איינע פון די זיווגים.
לעצט פארראכטן דורך הבעש''ט אום דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 1:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4149
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: ר' נפתלי ווייסבלום ב"ר אלעזר מליזענסק - כ"ה חשון תקצ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

זרע קודש הרה"ק רבי נפתלי מליזענסק זי"ע
ווי עס ווערט געברענגט אין ספר המאורות הגדולים
~
א) הרה"ק ר' יעקב יצחק זי"ע הנקרא ר' איציק'ל מזידיטשוב.
ב) הרה"ק ר' אלעזר (סגי נהור) מליזענסק זי"ע.
ג) הרה"ק ר' משולם זושא מנאדבורנא זי"ע סוף ימיו עלה להשתקע בעיה"ק צפת ושם מנו"כ.
ד) הרבנית הדס ע"ה אשת הגה"צ ר' חיים שיף מטארנא זצ"ל.
ה) הרבנית ע"ה א"ח הגה"צ ר' צבי יוסף טייטלבוים זצ"ל אבד"ק רודניק.
ו) הרבנית מירל ע"ה אשת הגה"צ ר' יעקב קופיל ב"ר יצחק לנדמאן זצ"ל אבד"ק ווישניצא.
ז) הגה"צ ר' יעקב ארי' ליב זצ"ל.
ח) הרבנית חי' ע"ה אשת (בזו"ר) הגה"צ ר' שמואל זאנוויל בינדיגער זצ"ל מבארדיוב.
ט) הרבנית אסתר ע"ה אשת הגה"צ ר' זאב וואלף זצ"ל דומ"ץ לאנצהוט הנקרא ר' וואלוויש דיין מבני היכלו של הרה"ק מצאנז זי"ע.
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי חנא ריישא מבילגוריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

הבעש''ט האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
mar0was האט געשריבן:
אחד מעיר האט געשריבן:מה היה שם חותנו של רבי נפתלי?

אויף geni שטייט אז ר'נפתלי איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' ישראל אלבוים אבד"ק פריסטיק חתן ר"ר אלימלך.
https://www.geni.com/people/R-Yisrael-Elbaum/6000000002629715860

גירסא כזה מעולם לא שמעתי, האט עס עפעס א מקור ?
הרב הויזמאן שרייבט אז ער איז געוועהן א איידעם ביי זיין עלטער פעטער ר' זושא, אבער כנראה להד"ם
כמדומה לי אז אין ספר זרעא קדישא שטייט אז ער איז געוועהן א איידעם ביי ר' חנה מבילוגרייא עיי"ש
דא האט מען עפעס געשריבן וועגען דעם (אפשר פון דארט קומט גירסת geni ?)

אין ספר המאורות הגדולים ארויסגעגבן דורך הג"ר נחום מאיר גערמאן שליט"א, ברענגט ער דארט אז ער איז געווען א איידעם ביי הרה"ק ר' אלחנן מבולגורייא הנ"ל מ'האט אים גערופן 'רבי חנא רישא', א תלמיד פון רבין ר' אלימלך זי"ע, אין ספר י"ג אורות ווערט געברענגט פון ספר תולדות משה (טאמשוב) אז ער איז אויך געווען א מחותן מיטן ר"ר אלימלך, זיין זון הרה"ק ר' שמואל צורף איז געווען דריטער איידעם פין ר"ר אלימלך זי"ע,

און אין ספר יפה שיחתן פין זיין אייניקל (כנראה נושא את שמו) הגה"צ ר' אלחנן היילפרין זצ"ל גאב"ד ראדומישלא, שרייבט ער דארט אז זיין זיידע ר' חנה רישא ליגט אין ליזענסק ביים לינקן זייט פין די טיר ביים אוהל, אין זיין מצבה איז געשטאנן ביזן קריג אויפן וואנט פונעם אלטן אוהל.

הרה"ק ר' חנא הנ"ל איז אויך געווען דער שווער פונעם ר"ר הערש מרימנוב זי"ע ביי איינע פון די זיווגים.

לכאורה איז די גירסא פון GENI אן אויפגעטראכטע זאך, כידוע אז אסאך פרטים האמורים שם זענען אבי געהאקט (ואכמ״ל). דער בעל ההילולא אא״ז הרה״ק ר׳ נפתלי זצ״ל האט געהאט אן איר-אייניקעל אלחנן (אלחנן בן אלימלך בן אלעזר), אין די נאמען איז חוזר וניעור אינ׳ם משפחה. על כן איז מער מסתבר אז זיין שווער האט טאקע געהייסען אזוי.

אין דער פרענומעראנטן (בייגעלייגט) פונ׳ם ספר הק׳ נועם מגדים - לבוב תקס״ז ווערט דערמאנט אין בילגוריי איינער בשם אלחנן. איך קלער אז עס איז דער ר׳ חנא מחמת דריי סיבות: א) אינ׳ם פרענומעראנטן האב׳ן נאר חסידישע אידען געחתמ׳ט (אדער נגידים וואס האבן לכה״פ געשטיצט די חסידים). ב) די נאמען אלחנן איז נישט אזא שם נפוץ בפרט אז ער קומט פונ׳ם (דארף) בילגוריי. ג) ער ווערט דערמאנט די ערשטער אונ׳ם ליסטע פון זיין דארף, ד״ה אז ער איז געווען א חשוב׳ע איד.

נועם מגדים - תקס״ז
נועם מגדים - תקס״ז
545820C6-5C6E-4CE9-A46A-C05E61D4ACC6.jpeg (309.1 KiB) געזען 976 מאל
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: ר' נפתלי ווייסבלום ב"ר אלעזר מליזענסק - כ"ה חשון תקצ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

הבעש''ט האט געשריבן:ד) הרבנית הדס ע"ה אשת הגה"צ ר' חיים שיף מטארנא זצ"ל.

זייער זוהן ר׳ יוסף שיף אבד״ק ניעבליניץ
איז געווען דער שווער פון דעם דערמאנט ר׳ אלחנן ווייסבלום פון ליזענסק

אגב, דער נאמען איז ״האָדס״ און נישט ״הַדַס״, אבער דער שמועס געהערט נישט דא.
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: ר' נפתלי ווייסבלום ב"ר אלעזר מליזענסק - כ"ה חשון תקצ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

איטשע האט געשריבן:

וואס הייסט? זיכער קימט עס דא אריין. איך וואלט זייער געוואלט וויסען לגבי דער פרט (איך בין פון איר אן אייניקעל דורך דער דער ר׳ אלחנן וזו׳).
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: ר' נפתלי ווייסבלום ב"ר אלעזר מליזענסק - כ"ה חשון תקצ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

איטשע האט געשריבן:
הבעש''ט האט געשריבן:ד) הרבנית הדס ע"ה אשת הגה"צ ר' חיים שיף מטארנא זצ"ל.

זייער זוהן ר׳ יוסף שיף אבד״ק ניעבליניץ
איז געווען דער שווער פון דעם דערמאנט ר׳ אלחנן ווייסבלום פון ליזענסק

אגב, דער נאמען איז ״האָדס״ און נישט ״הַדַס״, אבער דער שמועס געהערט נישט דא.

וויאזוי זאגט מען דער נאמען ״האָדס״ וואס איר האט געשריעבען? ״האָדאָס״ אדער ״האָדִיס״?
אין בית שמואל הל׳ שמות נשים איז פאראן די נעמען הָדָס, הַדַסָה, אין האדס. די נקודות פונ׳ם לעצטען נאמען איז משמע פונ׳ם בית שמואל אז עס הערט זיך ״האָדִיס״ אעפ״כ שרייבט מען עס אהן א יו״ד אינ׳ם גט.
דאס הייסט אויב א פרוי ריפט זיך ״האָדאָס״ וואלט מען געשריעבען די נאמען אין א גט בלויז ״הָדס״ (וכן משמע בספר קב ונקי), דערפאר אויב זי האט געהייסען ״האָדאָס״ איז מובן פארוואס מען שרייבט בלויז ״הדס״, אבער אויב זי האט געהייסען ״האָדִיס״ זענט איר גערעכט.

ובסופו של דבר, פון ווי נעמט איר דער אינפארמאציע?
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re: ר' נפתלי ווייסבלום ב"ר אלעזר מליזענסק - כ"ה חשון תקצ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
הבעש''ט האט געשריבן:ד) הרבנית הדס ע"ה אשת הגה"צ ר' חיים שיף מטארנא זצ"ל.

זייער זוהן ר׳ יוסף שיף אבד״ק ניעבליניץ
איז געווען דער שווער פון דעם דערמאנט ר׳ אלחנן ווייסבלום פון ליזענסק

אגב, דער נאמען איז ״האָדס״ און נישט ״הַדַס״, אבער דער שמועס געהערט נישט דא.

וויאזוי זאגט מען דער נאמען ״האָדס״ וואס איר האט געשריעבען? ״האָדאָס״ אדער ״האָדִיס״?
אין בית שמואל הל׳ שמות נשים איז פאראן די נעמען הָדָס, הַדַסָה, אין האדס. די נקודות פונ׳ם לעצטען נאמען איז משמע פונ׳ם בית שמואל אז עס הערט זיך ״האָדִיס״ אעפ״כ שרייבט מען עס אהן א יו״ד אינ׳ם גט.
דאס הייסט אויב א פרוי ריפט זיך ״האָדאָס״ וואלט מען געשריעבען די נאמען אין א גט בלויז ״הָדס״ (וכן משמע בספר קב ונקי), דערפאר אויב זי האט געהייסען ״האָדאָס״ איז מובן פארוואס מען שרייבט בלויז ״הדס״, אבער אויב זי האט געהייסען ״האָדִיס״ זענט איר גערעכט.

ובסופו של דבר, פון ווי נעמט איר דער אינפארמאציע?

viewtopic.php?p=2195184#p2195184
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: ר' נפתלי ווייסבלום ב"ר אלעזר מליזענסק - כ"ה חשון תקצ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אה, האב איך עס שוין געשריבן, עי׳ בטי גיטין.
אגב, זעמיר שטיקל מחותנים, מיין זוהן ווערט אן איידעם ביין אן אייניקל מר׳ אלחנן הנזכר...
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: ר' נפתלי ווייסבלום ב"ר אלעזר מליזענסק - כ"ה חשון תקצ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

גלאזער האט געשריבן:
עוג מלך הבשן האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
הבעש''ט האט געשריבן:ד) הרבנית הדס ע"ה אשת הגה"צ ר' חיים שיף מטארנא זצ"ל.

זייער זוהן ר׳ יוסף שיף אבד״ק ניעבליניץ
איז געווען דער שווער פון דעם דערמאנט ר׳ אלחנן ווייסבלום פון ליזענסק

אגב, דער נאמען איז ״האָדס״ און נישט ״הַדַס״, אבער דער שמועס געהערט נישט דא.

וויאזוי זאגט מען דער נאמען ״האָדס״ וואס איר האט געשריעבען? ״האָדאָס״ אדער ״האָדִיס״?
אין בית שמואל הל׳ שמות נשים איז פאראן די נעמען הָדָס, הַדַסָה, אין האדס. די נקודות פונ׳ם לעצטען נאמען איז משמע פונ׳ם בית שמואל אז עס הערט זיך ״האָדִיס״ אעפ״כ שרייבט מען עס אהן א יו״ד אינ׳ם גט.
דאס הייסט אויב א פרוי ריפט זיך ״האָדאָס״ וואלט מען געשריעבען די נאמען אין א גט בלויז ״הָדס״ (וכן משמע בספר קב ונקי), דערפאר אויב זי האט געהייסען ״האָדאָס״ איז מובן פארוואס מען שרייבט בלויז ״הדס״, אבער אויב זי האט געהייסען ״האָדִיס״ זענט איר גערעכט.

ובסופו של דבר, פון ווי נעמט איר דער אינפארמאציע?

viewtopic.php?p=2195184#p2195184

ייש״כ פאר׳ן ציווייזען די שמועה דארט, אבער לגבי די טאכטער פונ׳ם בעל ההילולא פון ווי נעמט זיך דאס אז מען האט איר געריפען האָדִיס? אין נישט האָדאָס?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: ר' נפתלי ווייסבלום ב"ר אלעזר מליזענסק - כ"ה חשון תקצ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

כ׳האב בלויז געשריבן, אז ס׳קומט מיט א קמ״ץ נאך די ה׳ = האדס, ווארום הדס אין לשה״ק איז מיט א פתח.
דער גד׳ איז לכאורה א שו״א, אזויווי בילא, פרידא וכו׳...
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”