ר' נפתלי ווייסבלום ב"ר אלעזר מליזענסק - כ"ה חשון תקצ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

ר' נפתלי ווייסבלום ב"ר אלעזר מליזענסק - כ"ה חשון תקצ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

הרה"ק רבי נפתלי ב"ר אלעזר מליזענסק זיע"א
כ"ה חשון תקצ"ט

--

דער הייליגער שינעווער רב זי"ע האט געזאגט: אלע רבי'ס האט מען געצווינגען פון
הימל צו זיין רבי, און נאר רבי נפתלי האט זיך דורך געזעצט (געפועל'ט) נישט צו זיין.

--

כאטש ער האט טאקע נישט געוואלט אננעמען קיין רבי'סטעווע, האט ער אבער איין טאג אין יאר משנה געווען פון זיין מנהג, זיך אנגעטוהן רבי'שע מלבושים און געפראוועט אן עולם, דאס איז געווען אין דעם הייליגן טאג פורים. חסידים דערציילן אז מען האט דאן געזען ביים אים אויסערגעווענליכע זאכן, ווי אויך אפענע מופתים, אז אפילו שווערע בעלי מום ווי שטומע, הינקעדיגע און אנדערע קראנקע ל"ע זענען ביי אים געהאלפן געווארן אין דעם הייליגן טאג.

--

דער זון פון רבי נפתלי הרה"ק רבי איציקל פון זידיטשוב איז אמאל געקומען אין שטאט נארייעוו (אין געגענט פון לעמבערג). ווען חסידים האבן אים געזען האט מען אים געפרעגט אויב ער איז אפשר א זון פון רבי נפתלי פון ליזשענסק (זעהט אויס אז ער האט געענדלט אין הייליגן טאטן). ווען ער האט געזאגט אז יא, האבן זיי אים דעציילט די פאלגענדע וואונדערליכע פאסירונג.

אמאל איז זיין טאטע רבי נפתלי געקומען אין די שטאט, און א איד האט אים איינגעלאדנט ער זאל קומען צו אים אהיים. רבי נפתלי האט אים געזאגט אז ער וועט קומען אויב ער וועט אים צוליב טוהן די צוויי זאכן: איינס, ער זאל צוזאמשטעלן א מנין אויף קידוש לבנה. צוויי, ער זאל אנגרייטן א פיש אויפ'ן סעודה נאך קידוש לבנה. דער איד האט געענטפערט אז א מנין קען ער אים שאפן, אבער פיש נישט, וויבאלד עס איז נישטא קיין טייך אין גאנצן געגענד, איז פון וואו זאל ער אים איצט נעמען פיש. רבי נפתלי האט מסכים געווען אויך אן דעם צווייטן תנאי און איז געגאנגען צו דעם איד אהיים. אזוי ווי דער איד קומט אהיים, קומט אים פלוצלונג אנטקעגן א גוי, און שלעפט מיט זיך א גרויסע פיש צום פארקויפן. דער איד האט עס באלד אפגעקויפט און אנגעגרייט א סעודה לכבוד רבי נפתלי.

אז דער בעל אכסניא האט צוגעזען אזא זאך, האט ער פארשטאנען אז דער גאסט איז אוודאי א דערהויבענער איד, און ער האט אים געגעבן א קוויטל און זיך מזכיר געווען: היות ער פלעג אלעמאל דינגען דעם גאסט הויז פונעם פריץ, און איצט איז געקומען א צווייטער איד און אים משיג גבול געווען, און אויסגעדינגען די האטעל פונעם פריץ. איצט איז ער געבליבן אן קיין פרנסה. פרעגט אים רבי נפתלי, ווי אזוי הייסט דער משיג גבול. ענפערט ער: "פסח". נו, מאכט אים דער רבי, "פסח איז דאך נאר אכט טאג!" דער בעל אכסניא האט זיך געוואונדערט אויף דעם אינטערסאנטן ענטפער, אבער ער האט געהאט אמונת צדיקים אז ער איז שוין א געהאלפענער.

ווען רבי נפתלי איז אוועקגעפארן, האט דער איד דערציילט די מעשה אין שטאט, און דער עולם האט אים אויסגעלאכט. א שיינע מעשה, ער האט געהאט צוגאסט עפעס אן ארעמאן א רבי'ש קינד, און ער גלויבט אים נאך. אזוי זענען אריבער עטליכע טעג, און עס זעהט זיך גארנישט קיין ישועה, און דערווייל ווערט ער ללעג ולקלס פאר'ן גאנצן שטאט וועלכע וויצלט זיך אויף זיין חשבון. עס קומט דער אכטער טאג, און אונזער בעל אכסניא שעמט זיך נעבעך צו גיין אין שוהל זיך ווייזן דעם פנים, און איז געבליבן אינדערהיים.

עס דויערט נישט לאנג און עמיצער קומט און זאגט אים אז דער פריץ האט פארשיקט דעם פסח פון גאסט הויז. ער האט אים נישט געגלויבט, און געמיינט אז זיכער טרייבט ער פון אים שפאס, אבער דער מבשר ווייזט אים פון פענסטער אן אנגעלאדענטע וואגן מיט פסח'ס הויז געזונד גרייט ארויסצופארן פון שטאט. אזוי רעדנדיג, קומט אונטער א שליח פון פריץ אז ער זאל זאפארט קומען.

"צו וועלכען ראבין ביזטו געפארן?" האט אים דער פריץ געפרעגט ווען ער איז אנגעקומען אין זיין הויז. "איך בין נישט געפארן אין ערגעץ, איך בין געזעצן אין שטוב די גאנצע צייט," זאגט אים דער איד. "מיר וועסטו נישט אויספאָפּן", האט זיך דער פריץ נישט געלאזט. און אזוי דערציילט אים דער פריץ, אז שוין אכט טעג וואס ער חלום'ט זיך ביינאכט אז א רבי קומט אים זאגן אז ער זאל צוריקגעבן דעם האטעל פאר אונזער בעל אכסניא, אבער ער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט. "היינט בין אין פלוצלונג איינגעשלאפן אינמיטן טאג, כאטש עס פאסירט קיינמאל נישט ביי מיר," זאגט דער פריץ, "און אט באווייזט זיך דער רבי פאר מיר, און מיר געשלאגן, און געווארנט אז אויב איך געב נישט צוריק דעם גאסט הויז, דאן וועט ער מיר אומברענגען," און דערביי האט אים דער פריץ באוויזן די צייכנס פון די קלעפ וואס דער הייליגער רבי נפתלי האט אים אריינגעשמיסן.

דער איד האט טאקע צוריק באקומען זיין פרנסה כאז ומקדם, אזוי ווי דער רבי האט אים געזאגט אז פסח איז נאר אכט טעג...

זיע"א.
--
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרב הקדוש רבי נפתלי ווייסבלום מליזענסק איז געבוירן געווארן אין שנת תקכ"ה צו זיין גרויסן פאטער הרב הקדוש רבי אלעזר מליזענסק זי"ע , א זון פון רבן של ישראל דער הייליגער רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע.
ער פלעגט פארן צו הרב הקדוש בעל אהבת שלום מקאסוב ער איז געווען א חבר טוב צו הרב הקדוש מראפשיץ זי"ע ער האט בשום אופן נישט געוואלט נוהג זיין באדמורו"ת און האט מיט אן אויסערגעווענליכען תקיפות פארטריבן די חסידים מיט כח. ווען ער האט זיך אמאל געפונען אין א מורא'דיגען דחקות איז ער ארום געפארן נאך געלט אינעם באגלייטונג פון הייליגען דברי חיים און הגה"ק רבי שלום מקאמינקא.
בניו הקדושים: זענען געווען רבי יעקב יצחק (איציקל), רבי אלעזר,און רבי זושא , זיינע איידעמער: רבי חיים שיף, רבי צבי יוסף אב"ד רודניק, רבי יעקב קאפל מווישניצא זכרונם לברכה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס דערציילט הרה"ח ר' ישראל ניימאן שיחי' וועלכער איז א ליזענסקער פון דערהיים, אז זיין זיידע ע"ה האט געהאט א קליינע קרעטשמע פון וואס ער פלעגט זיך מפרנס זיין בצמצום, און דער ר"ר נפתלי זצ"ל פלעגט אריינקומען און בארגן א פאר רייניש און די קומענדיגע וואך האט ער עפעס אפגעצאלט און נאך צוגעבארגט. אזוי איז אנגעגאנגען א לאנגע צייט, ביז זיין זיידע האט זיך מיישב געוועהן און ער האט געזאגט צום רבי'ן ר' נפתלי כדברים האלה: " דא איז דאס גאנצע לעדל וואו דאס געלט ליגט פאר'ן רבי'ן ווען דער רבי וועט וועלן זאל ער קומען און נעמען און צוריק באצאלען ווי אזוי ער פארשטייט" פון דעמאלט אן האט ער געזעהן ממש אז א ברכה איז אריינגעקומען אין דעם לעדל און ער האט אלע קינדער חתונה געמאכט מיט שיינע שידוכים און געגעבען שיינע נדנים. דאס אלעס פון דעם קליינען קרעטשמע וואס איידער דעם האט ער געהאט פרנסה בדוחק.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זצ"ל האט דערציילט: אמאל זענען צו אים געפארן הרה"ק מצאנז, הרה"ק מקאמינקא , און הרה"ק רבי הערשעלע גלאנץ אן איידעם ביים ארי' דבי עילאי זי"ע, זיי זענען צו אים אנגעקומען דאנערשטאג ביינאכט.
רבי נפתלי זי"ע איז דעמאלט געזעסען פארשפארט אין זיין שטוב . עס איז דארט געווען א שפאלט אין די וואנט האבען די צדיקים פון דארט אריין געקוקט און האבען אים געזען זיצן און לערנען גמרא אדער שלחן ערוך ער האט עס גלייך מרגיש געווען האט ער זיי געוואונקען זיי זאלן אוועק גיין, זיי האבען זיך נישט געוואגט צו אים אריין צו גיין און זיי זענען אוועק געפארן.
נאכדעם זענען זיי נאכאמאל צו אים געפארן און ביים צווייטן מאל איז מיט זיי מיטגעפארן הרה"ק רבי אליעזר'ל דזיקובער זי"ע אנשטאט הרב ר' הערשעלע זצ"ל דער איידעם פון ארי' דבי עילאי זי"ע, וויבאלד דער רבי ר' אליעזר איז דאך געווען א זון פון הייליגן ראפשיצער רב זי"ע האט ער זיך געוואגט און אריין געקלפאט אין די טיר, רבי נפתלי האט געעפענט די טיר און האט פארשטאנען אז רבי ר' אליעז'ל איז געווען דער וואס האט געקלאפט אויף די טיר, האט ער געוויזן מיט די פינגער, אלס צייכן פון ווארענונג, און געזאגט : אליעזר'ל!
האט רבי אליעז'ל אים געענפערט איר זענט נישט מקיים קיין הכנסת אורחים ?
האט ער זיך צושמייכעלט און זיי אריין געלאזט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' איציקל איז געווען א ליזענסקער אייניקל דורך ר' נפתלי?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

הרה"ק ר' משה יצחק בן
הרה"צ ר' נפתלי אלימלך בן
הרה"צ ר' אברהם בן
הרה"צ ר' אלימלך
בן....................חתן
הרה"צ ר' ישראל...הרה"ק ר' אלעזר
חתן...................בן
במ"ס נועם אלימלך
ועמך כולם צדיקים
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

און ספר שארית ברוך פון ר' ברוך רובין בריזדאוויטצער זי"ע מגזע גלאגוב - ראפשיטץ ווערט געברענגט און עמ' 41 אז ווען ר' נפתלי ליזענסקער איז אוועק האט מען עם נישט געוואלט מספיד זיין מפחד אז ער האט אזעלעכע זאכן קיינמאל נישט געוואלט בחיים חיותו. דו עובדא ווערט געברענגט ווייטער און עמ' 42 והיות אז יאך האב דאס געזעהן און אוצה"ח המקוון קען איך נישט זעהן דו עמ' 42. על זאת וועל איך בעטען א צינד א טובה קטנה פון דו חברים דאהי, ווער סקען דאס אהער שרייבען בשלימות אדער סקענען צו דא תבא עליו ברכת טוב און דעם זכות פונ'עם הייליגען הייליגען רבי ר' נפתלי זי"ע וועט אויף עם משפיע זיין כל טוב וטוב.

ייש"כ
הק' בעמ"ח כתר ישועה חו"פ לע"ע אויף דעם אידישע וועלט יצ"ו
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

יודל מענדלזאהן האט געשריבן: איין טאג אין יאר האט ער משנה געווען פון זיין מנהג, זיך אנגעטוהן רבי'שע מלבושים און געפראוועט אן עולם, דאס איז געווען אין דעם הייליגן טאג פורים. חסידים דערציילן אז מען האט דאן געזען ביים אים אויסערגעווענליכע זאכן, ווי אויך אפענע מופתים, אז אפילו שווערע בעלי מום ווי שטומע, הינקעדיגע און אנדערע קראנקע ל"ע זענען ביי אים געהאלפן געווארן אין דעם הייליגן טאג.


ובלשון קדשו פון הגה"ק ר' יענקעלע מפשעווארסק זי"ע: "לאם און שטום זענען דארט געהאלפן געווארן".
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

לרגל ההילולא של זקיני הרב הקדוש רבי נפתלי מליז'ענסק זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

הנני מביא תמונה של הציון של זקיני הרב הקדוש רבי זישא וייסבלום מנאדבורנא זצ"ל בנו של הרב הקדוש רבי נפתלי מליז'ענסק זי"ע
אטעטשמענטס
בראנדוויין.jpg
בראנדוויין.jpg (60.79 KiB) געזען 7943 מאל
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

האבעך געזעהן דעם שבת אז איינמאל פורים ווען ס'האט געשטראמט אן עולם פון נאנט און ווייט צו פועלן ישועת ביי הרה"ק ר' נפתלי זי"ע, און ער האט אנגעהאט א ווייסע בעקיטשע, זאגענדיג אזער איז פארשטעלט פאר א רבי, האט ער אינמיטן זיך אנגערופן "שוין גענוג פארשטעלט" און ער האט אויפגעהערט צו פראווען. זי"ע.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
ENoam
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 01, 2011 2:26 am

ילקוט עיינות נועם: שבעה דורות לרבי ר' אלימלך - תשע"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ENoam »

ילקוט עיינות נועם: שבעה דורות לרבי ר' אלימלך (מחבר ספר "נועם אלימלך) – טיוטה שנייה, תשע"א


היום כ"א אדר - יום הזיכרון לרבי ר' אלימלך (מליז'נסק). ליום זה נערכה טיוטה שנייה של "ילקוט עיינות נועם", הכוללת את רשימת צאצאי "הנועם אלימלך", בשבעת הדורות הראשונים במשפחה.

הילקוט הוכן בכדי לתעד את "נכדי" הנועם אלימלך, לסייע בבירור הקשר המשפחתי אל רבי אלימלך (לאלה שיש בידם מסורת כזו), ולהנציח את הצאצאים שנספו בשואה.

בילקוט שולבו תוספות ועדכונים רבים שהתקבלו ממשפחות הצאצאים מאז הפצת הטיוטה הראשונה (תשס"ט), והוא מהווה עתה מפעל משותף של כלל "נכדי הנועם אלימלך" שעסקו בו.

בני משפחה המעוניינים לקבל את הילקוט, יכולים לפנות ישירות אל: [email protected]. נבקשכם לרשום במפורט את הקשר המשפחתי הידוע לכם אל "הנועם אלימלך", ותענו בברכה.

"עיינות נועם" - נכדי ונכדות הנו"א, השוקדים על מורשת משפחתנו.


"דהנה שרש כל השרשים לאחוז במידת ענוה... שיהיה מוכנע מיחוסו ומבית אבותיו. ...שלא יתגאה ביחוס אבותיו... שזכותם עומדת לו ולזרעו, אבל לא להנאת עצמו ולגאוותו" (נועם אלימלך, פר' בא)
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

יחוס רבי איציקל זיע"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ביקסאד האט געשריבן:
הרה"ק ר' משה יצחק בן
הרה"צ ר' נפתלי אלימלך בן
הרה"צ ר' אברהם בן
הרה"צ ר' אלימלך
בן....................חתן
הרה"צ ר' ישראל...הרה"ק ר' אלעזר
חתן...................בן
במ"ס נועם אלימלך

בדרך אגב איז הרה"ק רבי איציק'ל געווען צוויי מאל א'אייניקל .

און היות אז ס'איז שווער צו פארשטיין קלאר די יחוס וועגן די פינטלעך וועל איך עס נאך אמאל איבערשרייבן.
הרה"ק רבי משה יצחק זצ"ל.
בן הרה"ק רבי נפתלי אלימלך זצ"ל.
בן הרה"ק רבי אברהם זצ"ל.
בן הרה"ק רבי אלימלך זצ"ל.
בן הרה"ק רבי ישראל אלבוים.
חתן הרה"ק רבן של ישראל הרבי רבי אלימלך זיע"א .

די צווייטע מאל איז אזוי.

רבי אלימלך בן רבי ישראל הנ"ל איז געווען חתן דודו הרה"ק רבי אלעזר זצ"ל בן הרבי רבי אלימלך זיע"א.

בדרך אגב האט צאנזער רב זיע"א געהאלטן עולם ומלואו פון הרה"ק רבי אברהם'לע הנ"ל (אבי אביו פון רבי איציקל זיע"א).

ער שרייבט און א'בריעוו אויף רבי אברהם'לע והוא מחולל מפשעינו ונקי מן החטא כתינוק בן שנה.
ער איז געווען א'הינקעדיגע .
שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלישעי »

יומדה"ל חל בשבת זו
זיע
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9537
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

ווייסט איינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

בן כמה שנים היה רבי משולם זוסיא בן רבי נפתלי ליזענסקער זי"ע
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

dovidal האט געשריבן:בן כמה שנים היה רבי משולם זוסיא בן רבי נפתלי ליזענסקער זי"ע

בן כמה למה?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9537
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

פלטיאל האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:בן כמה שנים היה רבי משולם זוסיא בן רבי נפתלי ליזענסקער זי"ע

בן כמה למה?

בעת פטירתו
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

רבי נפתלי האט תופס געווען די הייליע ריזשינער זיע"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

dovidal האט געשריבן:בן כמה שנים היה רבי משולם זוסיא בן רבי נפתלי ליזענסקער זי"ע

אזוי פיל ווייסט מען אז ער איז אוועק כ"ה כסליו תר"ן,(ועיין לעיל תמונת מצבת קודשו),און ער איז געווען א'איידים ביי הרה"ק רבי דוד ארי' בן הצמח ה' לצבי פון נאדווערנא זיע"א,און ער איז ארויף וואוינען קיין ארץ ישראל ווייל ער האט געזעהן זיין רבי'ן, רבי חיים פון קאסעוו זיע"א אין חלום און אים געהייסן גיין דארטן,און ער האט זיך באזעצט אין צפת,מ'האט אים באהאלטן נעבען דעם בית יוסף זיע"א מיט די אלשיך הקדוש מערה,ער איז געווען באוואוסט מיט זיין גרויסע פלייסיקייט,און ס'איז ממש געווען לא פסיק פומיה מגירסא,ער האט געהאט זעכצן קינדער,און ווען ער איז ארויף קיין ארץ ישראל,האט ער געהאט הונדערט זיבן און צוואנציג צאצאים.

געהערט פון הרה"ק רבי יענקעלע פון פשעווארסק זיע"א,אז ווען רבי זושאלע איז געווארען א'אידים אין נאדווערנא ,האט אים זיין טאטע ר'בי נפתלי ליזעשענסקער זיע"א געזאגט ,אז וויבאלד נאדווערנא איז נישט ווייט פון סאדיגערע וועט דיך דיין שווער זיכער מיטנעמען צום הייליגען ריזשינער זיע"א ,זאלסט נישט פארציילן ווער דו ביסט,און ס'איז אזוי געווען,זיין שווער האט אים מיטגענומען צום ריזשינער זיע"א,האט אים די ריזשינער געפרעגט ווער ער איז,האט ער בלית ברירה געמוזט זאגען אז ער איז רבי נפתלי'ס א'זוהן,האט זיך די הייליגע ריזישנער אנגערופן,אזוי?,מיר קאנען אים.

ווען רבי זושאלע איז אהיים געקומען האט ער איז פארציילט פארן פאטער זיינער,האט זיך רבי נפתלי אנגערופן ,אזוי?,אז ער קען מיך, מוז איך פארן צו אים,ווען רבי נפתלי איז צוריק געקומען פונעם ריזשינער,האט ער זיך אנגערופן ,אז ווען מיר זענען אנגעקומען צום ריזשינער האבן מיר זיך פארדרייט די ספאדיק,און די ריזשינער האט אונז גארנישט תופס געווען ,און אונז האבן אים תופס געווען פון קאפ ביז צו די פוס.
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

רבי איציקל פון זידיטשוב זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:דער זון פון רבי נפתלי הרה"ק רבי איציקל פון זידיטשוב זי"ע.


רבי איציקל האט מען גערופן זידיטשובער זייענדיג אן איידעם אין זידיטשוב, האט ער אויך דארט געוואוינט?

איז ער געווען רב, רבי, מגיד?
האט ער געפראוועט?
ווער זענען געווען זיינע קינדער, רבי'ס, תלמידים?
ווען איז ער נסתלק געווארן?
וואו איז ער נקבר געווארן?

ווייסט איינער בכלל מער פרטים איבער אים?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 12996
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אפשר קוקט אינעם נייעם ספר תולדות ארויסגעגעבן דורך הרה"ג רבי נחום מאיר גערמאן
דביה תחדי נפשא
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

וואס איז די נאמען פונעם ספר?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 12996
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

המאורות הגדולים
דביה תחדי נפשא
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

חמרא טבא האט געשריבן:המאורות הגדולים

ער רופט עס המאורות הגדולים - חזקני נ"א
ע"ש רבי נפתלי אין רבי אלימלך זיין נעפיו
פון די תולדות צאצאי ר"נ פעלט זייער אסאך אינפא
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

דערווייל בין איך נישט אנגעקומען צו זעהן דעם ספר, איז דער סווירזער רב געווען אן אייניקל? וויאזוי?

download/file.php?id=138294&mode=view
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

טעות סופר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

זיידעניו האט געשריבן:הרב הקדוש רבי נפתלי ווייסבלום מליזענסק איז געבוירן געווארן אין שנת תקכ"ה צו זיין גרויסן פאטער הרב הקדוש רבי אלעזר מליזענסק זי"ע , א זון פון רבן של ישראל דער רבי רבי מיילעך זיעא.
בניו הקדושים: זענען געווען רבי יעקב יצחק (איציקל), רבי אלעזר,און רבי זושא , זיינע איידעמער: רבי חיים שיף, רבי צבי יוסף אב"ד רודניק, רבי יעקב קאפל מווישניצא זכרונם לברכה.

ועיין לעיל. במערכת ר' צבי יוסף מרודניק פה בעולם ביצה (איי וועלט בלע"ז) וואס ציטירט הרב ועקשטיין בריוו, אז נישט ער ,און נישט זיין רעבעצין זענען געווען אייניקליך פונעם רבי ר' מיילעך זיע"א, ויערב לכם.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

ותהום כל העיר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

אינעם אוהל פונעם רבי ר' מיילעך זיע"א איז געווען צוויי צימערן ,אין די אינעווייניג'סטע איז גלעגן די רבי ר' מיילעך און די דרויסענדיגע צימער איז געלעגן 4 מענטשן
2 קינדער פונעם רבי ר' מיילעך,1)ר' אלעזר, 2)ר' אליעזר ליפא , 3)ר' נתן (רבי מיילעך'ס ברודער) 4)ר' שמואל צורף (רבי מיילעך'ס איידים).

ווען רבי נפתלי ליזשענסקער איז אוועק האט מען אים געברענגט צום אוהל און ס'איז נישט געווען קיין פלאץ פאר אים, האט זיך זיין פלימעניק (זיין ברודער רבי מענדל בער זוהן) רבי מיילעך רודניקער אנגערופען ,טאמער ס'מאכט זיך נישט קיין פלאץ פארן פעטער, גיי איך מתיר זיין דעם חרם און אריינלייגען דעם פעטער אינעם חדר הפנימי (ווי רבי מיילעך ליגט),איז זאפארט געווארען פלאץ אינעם חדר החיצון ,און מ'האט אים דארטן באהאלטן ,ויהי לנס.

געהערט פון רבי יענקעלע פון פשעווארסק זיע"א וואס האט עס געהערט פונעם שווער רבי איציקל זיע"א.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”