רבי יהוסף ראטטענבערג זצ"ל בעל בני שלישים מקאסאן, כ"ג חשוון

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן בוזי האט געשריבן:דער רבי אשר איז געווען ר' אשר לעווי א זוהן פון ר' אלימלך טאהשער, ער האט געוואוינט אין קאלעוו און דער באר מנחם האט געוואלט אז ער זאל איהם ממלא מקום זיין.
ה.


scy4851 האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ר' שמחה,
ער האט געהייסן ר' אשר ראטטענבערג אדער ר' אשר לעווי?

ראטענבערג


קומטס אייך אדורך ר' שמחה ובן בוזי, איך האף אז עס וועט נישט אנקומען ביז פעטש.....
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הרב מיללער,
איך געדענק פון וואס כ'האב געהערט פון מיין מאמע ע"ה. א קאלובער געבוירענער און דארט אויפגעוואקסען.
קען זיין אז זי האט נישט פינטלעך געוויסט. און שוהל איז זי דאך נישט געגאנגען.

איך וועל בל"נ איבערפרעגען פון מיין פעטער זז"ג, איר עלטערע ברידער, ענד אייל ריפארט בעק..
the SCY is the limit
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:כבוד ידידי בן ביזי שליט"א
א פאטש פאר א פאטש (רעדי???...)

איך בין נישט רעדי!! אבער איך בין גרייט צו פארהאנדלען

יעקעלע פוקס האט געשריבן:ר' צבי האט געוואינט אין סעליטש נישט אין העליש

דו ווייסט נישט גוט! ער האט יא געוואוינט אין העליטש.
און למען ההיסטורי' אין דעם שטאט העליטש איז געווען רב דער בעל מחבר פון ספר בני יוסף און ספר בני בנימין אן אייניקל פונעם בני יששכר ער איז געפארן נאך צום רוזינער און שרייבט אין הקדמה צו זיין ספר אז ער איז געווען אויף די חתונה פונעם אלטן הוסיאטינער, נאך
איז אינטערעסאנט אז אין העליטש איז געווען דער איינציגסטער שטאט אין גאליציע ווי עס איז געווען א בית מדרש פאר 'קראים' (אין אנדערע מדינות איז אויך געווען אבער אין גאליציע איז דאס געווען דער איינציגסטער

מיללער האט געשריבן:צורת קדשו, כתב ידו וספרו של ר' ישראל צבי מקאסאן זצ"ל


דער עצם בריוו האט דער גבאי ר' נטע ווייס געשריבן, ר' נטע איז נאך געווען גבאי ביים ערשטן רב ז"ל (דער בני שלשים) ער האט איבערגענומען דאס גבאות פון זיין שווער ר' דוד (?)
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:האט די טאשע רביצין נישט מסכים געווען צי די שידוך ווייל ער איז געגאנגען זייער ארעם אנגעטוהן צעריסן אין צישליסען און די רביצין האט געטענעט, אז פאר זייער געראטן טאכטער דארף מען א לייטישן בחור.... האט די טאשע רב געגעבן אפאר טאלער פאר ר' הערשל אן די רביצינ'ס וויסן, און געבעטן אז ער צירוק קומען איבערסיאר וועט ער וועט זיין בר מצוה און אנגעטוהן שיין!

וועגן דעברעצין האבן מיר נישט געשריבן ווייל ווי געשריבן האבן מיר נאר אנגערירט די גרעסערע לעבנס שטיקער אין דעברעצין האט ער נישט געוואינט זייער לאנג


אמת טאקע עס איז געווען די מעשה מיט די טאשער רעבעצין, אבער דאס האט פאסירט ווען מען איז געקומען צו די חתונה.
אין דעברעצין האט ער געוואוינט 5 מיט א האלב יאהר.

scy4851 האט געשריבן:דער זוהן ר' פנחס שלום ז"ל האב איך נאך געזעהן ווען איך בין נאך געווען א בחור.
אן אלטער צאמגעבראענער יוד. ער אז געגאנגען און ווייסע זאקען אינדערוואכען.


(דער אמת איז אז ער איז געגאנגען דאהי מיט לאנגע הויזן אינדערוואכן)

יעקעלע פוקס האט געשריבן:לגבי דורות פון ר' משה שמואל:
ר' משה שמואל פון קליינווארדיין זצ"ל א זוהן פון הייליגן בני שלישים האט אויפגעשטעלט א שיינעם דור, ער האט געהאט א זוהן ר' פנחס שלום זצ"ל אבד"ק קאסאן אין די בראנס, זיין רביצין שרה חנה איז געוועהן א טאכטער פון הרה"ק ר' נפתלי מ'דעלאטין זצ"ל
זיינע קינדער: ר' מנחם ישראל זצ"ל (ר' ישראל'טשע), ר משולם שליט"א אבד"ק קאסאן בארא פארק (ירושלים)


ר' משולם האט געהאט זיין אייגן בית מדרש, אבער ר' ישראל'טשע האט הערשט איבער גענומען זיין פאטערס בית מדרש אין די בראנקס אויף Longfellow Avenue ווען זיין פאטער האט אין תשכ"ב זיך אריבער געצויגן פון Mulliner Avenue צו 18'טע עוועניו, דערנאך האט זיך ר' ישראל'טשע געצויגן קיין בארא פארק אין געעפנט דאס בית מדרש אויף די 14'טע עוועניו.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

בן בוזי האט געשריבן:ר' משולם האט געהאט זיין אייגן בית מדרש, אבער ר' ישראל'טשע האט הערשט איבער גענומען זיין פאטערס בית מדרש אין די בראנקס אויף Longfellow Avenue ווען זיין פאטער האט אין תשכ"ב זיך אריבער געצויגן פון Mulliner Avenue צו 18'טע עוועניו, דערנאך האט זיך ר' ישראל'טשע געצויגן קיין בארא פארק אין געעפנט דאס בית מדרש אויף די 14'טע עוועניו.

לעצטנס בין איך אריבער געגאנגען די בית המדרש אויף 14 עוו. און איך האב געזעהן אז אויפן סיין פון ביהמ"ד שטייט בית המדרש "עתרת" שלום קאסאן, איז מיר אינטערעסאנט פארוואס מען שרייבט עתרת מיט א "ת" אין נישט א "ט".
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:לגבי דורות פון ר' משה שמואל:
ר' משה שמואל פון קליינווארדיין זצ"ל א זוהן פון הייליגן בני שלישים האט אויפגעשטעלט א שיינעם דור, ער האט געהאט א זוהן ר' פנחס שלום זצ"ל אבד"ק קאסאן אין די בראנס, זיין רביצין שרה חנה איז געוועהן א טאכטער פון הרה"ק ר' נפתלי מ'דעלאטין זצ"ל
זיינע קינדער: ר' מנחם ישראל זצ"ל (ר' ישראל'טשע), ר משולם שליט"א אבד"ק קאסאן בארא פארק (ירושלים)
ר' ישראלטשע'ס קונדער: קאסאנע רביס בארא פארק, פלעטבוש, פארשעי, לאנדאן,
ר' משולם'ס קונדער איינער א איידעם ביי ווישניצע רבי פון מאנסי שליט"א און נאך ברודער רבי'ס
ווי אויך האט ר' משה שמואל געהאט נאך קינדער אין אמעריקע, איינער אין מיאמי און א טאכטער און שיקאגוי

ווען איז דער ר' משה שמואל געקומען קיין אמעריקא? אין איז ער געקומען מיט זיינע קינדער?
ווייל כ'זע אז ער האט איבערגעלאזט דורות יראים ושלימים גארנישט עפעקטעט פונעם אמעריקאנעם אויר,וואס ביי אנדערע רבי'ס האט זיך ביי טייל גאר שלעכט אויסגעלאזט אין ביי אנדערע כאטש אביסל מארדענעזירט
אין אויב איינער ווייסט ווען איז ער אוועק? אין צי ער ליגט דא אין אמעריקא?
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

אקעי, איך וועל אויך אריינווארפן מיינע פאר צענט איבער דעם קאסאניער גזע און די הייליגע צדיקים לבית קאסאן

סטוצעך דא איבער'ן פאטער פון ר' יהוסף צדיקא הרה"ק ר' צבי, ר' צבי איז געווען א זוהן פון הרה"ק ר' יהוסף מ'קאזעווע תלמידו וחתנו (בזיוו"ש) פון הרה"ק בעל עטרת צבי מ'זידיטשוב.

ר' צבי אליין האט געוואוינט אין טלוסט ווייל דארט האט אויך געוואוינט זיין מאמע, ר' צבי איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק ר' שמואל ווילנער העליטש'ער רב, וואס איז געווען א זון פון ר' אורי בן ר' שלמה ווילנער וועלכער איז געווען א תלמיד פונעם הייליגן בעל שם זי"ע. (לאפוקי מ'זת"ע). און אזוי ווערט ער טאקע באטיטלט "ר' צבי מ'טלוסט" דורך אלע וואס שרייבן די תולדות. (געוויסע מאל האב איך געזעהן שרייב ר' צבי מ'טאהסט, זעט אויס אז מ'פלעגט עס אזוי אויך רופן)

2. איבער דעם איד אינעם בילד פונעם באר מנחם, און מען שרייבט דא איבער עפעס א ר' אשר, איך ווייס נישט פון קיין ר' אשר צו זאגן (ס'מיינט נאך נישט אז סיניש געווען), אבער לויט מיינע ידיעות איז דער איד אינעם בילד, דער וועמען מען זעט דארט זייטיג (עס קוקט אויס ווי ער האט אן אפענעם בעקישע) הרה"צ ר' מענדעלע קאלוב'ער, ער איז געווען א זון פון בעל בני שלשים ר' יהוסף (א נעפיו פונעם באר מנחם), ער איז געווען רב אין נאפקאר, אבער האט געוואוינט אין קאלעוו. אגב האב איך געהערט אז דער ר' מענדעלע איז געווען עפעס אן אויסטערלישער בעל תפילה, און דער חזן קווארטין האט אים אמאל געהערט דאווענען האט ער אים געזאגט, איר וועט אפגעבן דין וחשבון אז איר זענט נישט געווארן א חזן.

יעקעלע, איך האב גראדע יא באמערקט אז דו ביסט געגאנגען צווישן די טראפן און נישט געוואלט צורירן דעם פאליטיק דארט, און דאס איז א גוטער זאך, ס'פעלט נישט אויס היינט.

אין דעברעצין האט ער טאקע געוואוינט אפאר יאר און זיין בית המדרש דארט איז שפעטער אנגעגאנגען ביזן קריג.

(המשך יבוא)
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל,
די חברה דא וועלן קענען אפשר ענטפערן די אנדערע קשיות, אבער כפי מה שכתב חד מבני החבורה לעיל ליגט ר' משא שמואל ארין לאס אנג'לס.

וטהור-עינים יחוה דעת,
א גרויסן יישר-כח ר' טהור פאר די וויכטיגע ידיעות, והיית לנו לעניים, יעצט וועט געוויס זיין אינטערעסאנט צו הערן וואס ר' שמחה'ס פעטער זאגט צו דעם אינגערמאן אויפן בילד, דערווייל האבן מיר שוין דריי ווערסיעס; ר' אשר לעווי הרה"ק מטאהש, ר' אשר ראטטענבערג, ר' מענדל ב"ר יהוסף ראטטענבערג מנאפקא-קאלוב.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

נעקסט

ר' יהוסף האט קודם געהייסן יוסף דעם "ה" האט ער זיך שפעטער מוסיף געווען צום נאמען. (און אינטערעסאנט אז די קאסאניער אייניקלעך זענען שטארק מקפיד אז ווען מ'געט א נאמען יוסף (ד"ה אפילו אויב מ'האט אינזין אן אנדערן זיידן) זאל מען דוקא געבן יהוסף און נישט יוסף)

די מעשה מיטן טאשער רב איז געווען אזוי: ר' צבי מ'טלוסט איז געווען אויף שבת ביים טאשער רב, און דער טאשער רב האט דעמאלס געזוכט א שידוך פאר זיין עלטסטע טאכטער, און ער האט געפרעגט אלע צדיקים וואס פלעגן קומען צו עם אויב זיי ווייסן פון עפעס א גוטן בחור, ווען טאשער רב האט געפרעגט פון ר' צבי, האט ער געענפערט אז ער האט א גוטן זון, און ער האט שטארק אויסגערומט זיין זון, האט טאשער רב אים געזאגט, איבערסיאר ווען ער וועט זיין בר מצוה ברענג אים אהער וועל איך אים פארהערן, מ'האט טאקע אזוי געטון און די אנדערע יאר זומער איז ער געווארן א חתן ביים טאשער רב, און די חתונה איז געוווען צוויי יאר שפעטער ווען ער איז געווען פופצצן יאר אלט.

דער טאשער רב איז אוועק אין תרל"ג, דער בני שלשים איז דעמאלט אלט געווען צוואנציג, נישט איין אין צוואנציג.

ר' אלף בית, דער קאסאניער רב האט נישט געלערנט ביים יטב לב אין ישיבה, ער איז אלס קינד נאך געפארן צו הרה"ק ר' אייזיקל זידיטשוב'ער (וועלכער האצעך נאך אויסגעדריקט אויף עם אלס קינד: ער איז מיין אלטער חסיד) און אים האט ער געהאלטן פאר זיין רבי מובהק, נאך זיין חתונה (געדענק, ער איז געווען פופצן ביי זיין חתונה) איז ער געבליבן ביי זיין שווער אויף קעסט פינעווו יאר ביז דער שווער איז נפטר געווארן, און דאן איז ער שוין געווארן ממלא מקום, במשך די פינעוו יאר קעסט איז ער אסאך ארום געפארן צו צדיקים. ער איז געפארן צו הרה"ק ר' אייזיק'ל קאמארנער און איז געווארן א פייערדיגער חסיד פון עם, ער איז אויך געפארן שפעטער צו זיין זון ר' אליעזר'ל קאמארנער.

דעמאלס נאך די חתונה איז ער אויך געפארן קיין צאנז צום הייליגן דברי חיים זי"ע וועלכער פלעגט אים אויסטערליש מקרב זיין און ער פלעגט אים רופן בלשון חיבה, ער איז דעם רבי'נס אייניקל (כידוע, ווען דער דברי חיים געזאגט סתם רבי, האט ער געמיינט דעם עטרת צבי). און ער האט אויך באקומען די הורמנא פון הייליגן צאנזער רב. מיט'ן שווער איז ער אויך געפארן קיין דינוב.

הערשט שפעטער נאך וואס זיינע רבי'ס זענען נפטר געווארן איז ער געפארן צום הייליגן יטב לב.

ער פלעגט אויך פארן צו הרה"ק מ'ליסקא בעל אך פרי תבואה און צום אמרי יוסף מ'ספינקא, קיין בעלזא (כידוע די מעשה מיט די עלי' דארט) און צו נאך פילע אנדערע צדיקים.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:וטהור-עינים יחוה דעת,
א גרויסן יישר-כח ר' טהור פאר די וויכטיגע ידיעות, והיית לנו לעניים, יעצט וועט געוויס זיין אינטערעסאנט צו הערן וואס ר' שמחה'ס פעטער זאגט צו דעם אינגערמאן אויפן בילד, דערווייל האבן מיר שוין דריי ווערסיעס; ר' אשר לעווי הרה"ק מטאהש, ר' אשר ראטטענבערג, ר' מענדל ב"ר יהוסף ראטטענבערג מנאפקא-קאלוב.

יעצט אויפגעהאנגען דעם טעלעפאן פון מיין פעטער זז"ג
קודם.. בן בוזי איז גערעכט. ר' אשר האט געהייסען לעווי.
ער איז געווען א נעפיו פארען באר מנחם.

די אינפארמעישען איז אזוי

דער בילד איז ר' מענדעלע ראטענבורג אזוי וויא טהור'ל זאגט.

ר' אשר'ל האט געוואוינט און קאלוב. ער איז נישט געווען אן איידעם ביים באר מנחם.

דער באר מנחם האט נישט געהאט קיין קינדער. אבער א מיידעל האט יא געוואוינט דארט און הויז, זי איז געווען מער פאר משמש זיין די רביטצען

ער האט מיר אויך געזאגט ווער זי איז געווען.
זי איז געווען ר' זכרי' בראנער (פון בראנערס בעיקערי) שוועסטער

(ער האט מיר געזאגט אז מיין מאמע [זיין שוועסטער] האט נישט גיט געדענקט)
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יאסל האט געשריבן:ווען איז דער ר' משה שמואל געקומען קיין אמעריקא? אין איז ער געקומען מיט זיינע קינדער?
ווייל כ'זע אז ער האט איבערגעלאזט דורות יראים ושלימים גארנישט עפעקטעט פונעם אמעריקאנעם אויר,וואס ביי אנדערע רבי'ס האט זיך ביי טייל גאר שלעכט אויסגעלאזט אין ביי אנדערע כאטש אביסל מארדענעזירט
יאסעל
איך האב געהערט פון ר' ישראלטשע זצ"ל אליינס אז זיי זענען געגאנגען אהנגעטוהן אונעם חסידישען לבוש, אהן קיין שום שינוי,
אויף אזוי ווייט אז זיין ברידער ר' משולם האט איינמאל אריינגעפארען פאר איינעם ווער האט אוהם געוואלט מסביר זיין אז דא און אמעריקע דארף מען זיין אביסעל מער מעורב מיט מענטשען וויא אזוי מעגייט אהנגעטוהן.
און ר' משולם האט זיך געמאכט אז ער ווייסט נישט וואס יענער וויל און אז ער איז AMISHאון ביי זיי גייט מען אזוי, האט זיך יענער אנטשולדיגט אז ער האט נישט געמיינט צי טשעפען זייער מנהגים,
אויף דעם ארויף האט יענער געכאפט פון ר' משולם, אז אויב איך בין AMISH איז אקעי אזוי צי גיין אבער אויב איך בין א יוד דענמאלטס בין איך אלד פעשינט
the SCY is the limit
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

שטיקל גבאי האט געשריבן:לעצטנס בין איך אריבער געגאנגען די בית המדרש אויף 14 עוו. און איך האב געזעהן אז אויפן סיין פון ביהמ"ד שטייט בית המדרש "עתרת" שלום קאסאן, איז מיר אינטערעסאנט פארוואס מען שרייבט עתרת מיט א "ת" אין נישט א "ט".


עס אן אינטערעסאנטע זאך טאקע, און דער סיבה דערצו וואס בלויז אין קאסאני קען מען אויפקומען מיט אזאנס איז אז 'עתרת' איז נישט מלשון 'עטרה' דאס איז מלשון 'תפלה' כמו העתירו בעדי, ויעתר לו וכדו',וואס דאס איז מער צוגעפאסט אלס נאמען פאר א בית מדרש.

אויב דאס וואלט געווען אן ענין עפ"י קבלה בנוסח קאסאן-זידיטשוב קענסטו זיך פארשטעלן אז דער ספר 'עטרת צבי' וואלט ווען געהייסן 'עתרת צבי'!!

עס איז דא א ספר פון א תלמיד פונעם עטרת צבי וואס הייסט 'עתרת שלום' אבער דער ביהמ"ד הייסט נישט נאך יענע ספר,
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד ידידנו היקרים כאו"א בשמו הטוב יבורך

בן בוזי שי'
אויף פארהאנדלען זענען מיר אלץ גייט!:
אויף העליש אדער סעליש העמער נאכגעבען, אפשר האב איך נישט מדייק געווען די נאמען פון די שטאט, אדער לאמער מאכן א פשרה 'סהעיליש'
אדער לגבי דעם חתן'ס אנוועזענהייט גיב איך נישט נאך בשום אופן, כאב אלץ אזוי געוויסט, און כאמעך נאכאמאל נאכגעפרעגט למען הפינקליכקייט, ווי אויך האב איך מיך פארגעשטעלט אז עס דארף מסתמא ווערן געברענגט אינעם ספר עבודת עבודה פונעם טאהשער רבי שליט"א פארשטייט זיך אז טאשע מעשיות וואס ער ווייסט פינדערהיים איז דארט די בעסטע מקור, און יגעת ומצאת תאמין, ער ברענג טאקע די מעשה און טאקע ווי איך האב געזאגט, אז די בני שלישים איז אויך געווען דערביי, און דרך אגב נאר אזוי שטימט די מעשה אז זי האט נישט געוואלט וועגן זיינע מלבושים, האט בעלה הק' געדארף טוהן וואס ער האט געטוהן,
( מאמר המוסגר- ער איז אויך מעתיק דארט די צוויי בריוו וואס ר' יהוסף זצ"ל האט באקומען פונעם ייטב לב און פונעם דברי חיים, איבערצינעמען דאס רבנות פאסטן), ווי אויך אונזער פריינט וואס זעהט אלעס מיט איין אויג וועט זיין די כתוב השלישי און איז מכריע לויט ווי איך זאג

שטיק גאבע שי'
די קאסאנער ביהמד"ר אויף 14 הייסט טאקע עתרת מיט א תי"ו (מיט א פינתל) און ס'נישט קיין טעות, אלץ לשון פון 'ויעתר יצחק', 'נעתר לבקשתינו' א לשון פון געבעט,
ולמען ההיסטאריע פון אט דעם ביהמד"ר, די ביהמד"ר איז געווען קודם די דירה פון ר' יעקב פאטאש ע"ה (די באוויסטע יו"ט ערליך'ס ידיד נאמן פון אוזבעקיסטאן וואס עס איז ידוע די באוויסטע ניגון "יאקאב" וואס ר' יו"ט ערליך ע"ה האט פארפאסט ביי זיין חתונה און מיט דעם אים אויפגעריפן צי מצוה טאנץ) און די ל' יארן האט דאס די טאשע קהלה אפגעקויפט פון אים און געמאכן א ביהמד"ר, שפעטער ווען ר' ישראל'טשע איז געקומען פון די בראנקס האט ער דאס אפגעקויפט און דארט געפירט עד יומו האחרון

כבוד ר' יהוס'ל
ווי שוין אויוון געברענג איז ר' משה שמואל זצ"ל געקומען פון קליינווארדיין אויף אמעריקע, און זיך באזעצט אין לאס אנדזשעלעס און ושם מנוחת כבודו
און לגבי נישט ווערענדיג אמעריקאנעזירט איז געקומען פשוט -סייעתא דשמיא, פארשטייט זיך- ווייל ער האט געהאט אין זיך די קאסאנע קנאות און שארפקייט און אנגעגאנגען מיטן פולן טעמפוי זיך נישט בייגענדיג קיין זיז כלשהו, נישט מיטן לבוש, און נישט מיט קיין שום אידישקייט ענין, און אזוי אויך שפעטער זיינע קונדער, ר' פנחס שלום זצ"ל אין די בראנקס האט געפייערט און זיךל געשלאגן פאר אידישקייט, די קאסאנע קונדער האבן אסאך מעשיות ווי זיי האבן זיך אנגעליטן פון די שכינים (אויך אידישע ליידער) ווי מ'האט אראפגעווארפן זייערע היטן אלץ קליינע בחורים'לעך וכדו'

ריינער אויג (לשון יחיד) שי'
דיינע תגיבות זענען שיין און קלאר און מיר שטימען מיט 90%, יש"כ פארן דערמאנען אז ר' צבי זצ"ל האט טאקע אויך געווינט אין טלוסט - טויסט (ווי אן אייניקל האט מיר געזאגט אז ער גייט בל"נ זיין טויסטע רבי און אויב זיין ברודער וועט זיין ברוגז וועט ער עס טוישן אויף פעינעץ....) און לדבריך שטימט זייער גיט די אלע שטעט, געקומען איז ער פון קאזאווא ווי זיין טאטע ר' יוסף זצ"ל איז געווען רב, און א איידעם איז ער געוועהן אין (ס)העליטש ווי זיין שווער איז געווען רב, און געוואינט האט ער אין טלוסט.

כבוד ר' שמחה שליט"א
די מעשה מיט AMISH איז געווען מיט ר' ישראל'טשע אין די טרעין און נישט מיט ר' משולם, די לייגסט עס אראפ גאנץ בניחותא למעשה איז ציגעקומען א אמעריקאנער איד צי ר' ישראלטשע און אנגעשריגען היתכן ער מאכט א 'חילול השם' אז גייט אנגעטוהן מיט גאנצען חסידישן לבוש דא אין אמעריקע, האט אים ר' ישראל'טשע געענפערט און א זאפטיגן ענגליש, אז ער וויסט נישט וואס ער וויל פון אים ער קימט פון עמיש טאון ער ווייסט נישט וואס ער רעדט, האט זיך דער איד (?!) פארענפערט און איבערגעבעטן, אנטשוליגט כ'האב געמיינט אז ביסט א דזשו, האט זיך ר' ישראלטשע' אויפגעשטעלט און געמאכט אזעלעכע קולות אז די גאנצע באן האט זיך געווארפן "די שגץ איינער, אויב בין איך א גוי און כאב משוגעת'ן פארוואס איך גיי אזוי אנגעטוהן איז גיט, אבער טאמער בין איך א איד און איך גיי אנגעטוהן וויזוי די באשעפער וויל, און וויזוי מיין טאטע און זיידעס, איז א פראבלעם וכו'..." דער איד האט איינגעמאכט דארט פאר שרעק און אראפ געלאפען ביים ערשטען סטאנציע, אז דער אינגער אויפגערעגטער חסידישער אינגערמאן זאל אים נישט דערמארדן,
די מעשה איז געווען באשריבן אין די מ' יארן אין' דער איד' דורך ר' סענדר דייטש ע"ה מיט אלע טעמים, איך געדענק נאך די קעפל האט געהייסן 'איש יהודי היה ב..... הבירה פארשטייט זיך ער האט נישט געשריבן ביי ווען עס איז געווען (אבער ווער עס האט געוויסט האט געוויסט... ואכמ"ל)
ווי אויך איז ידוע אז ווען הרה"ק מ'סאטמאר זצוק"ל איז געקומען אויף אמעריקע און אנגעפירט די ערשטע פראטעסט און וואשינגטאן האט ער גענומען ר' ישראל'טשע זאל רעדן אין ענגליש, א פליסיגן ענגליש האט ער געקענט, און א קאסאנער קנאי און חריף איז ער דאך געווען.
(מיר וועלן אנהאלטן אכט געבענדיג נישט אריינציטרעטן, אז די שיך זאל נישט שמוציג ווערן........)
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

יעצט זע איך אז ר' משה שמואל פון קליינווארדיין האט אויך געהאט קינדער אחוץ דער ר' פנחס שלום, האט איינער אן אנונג וואס איז מיט זיי געווארען אין צי סאיז דא פון זיי ערליכע דורות?
דער ר' משה שמואל זעלבסט איז נפטר געווארן שוין אין תש"ו אין ליגט אין לאס אנדשעלעס, מיללער א בילד פון זיי מצבה האט אפשר דיין פרענד פון די קברים
אדער גאר אבילד פון אים זעלבסט?
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד בן בוזי שי'
ווען איך האב אנגעהויבן שרייבן מיין תגובה איז נאך דיינס נישט געווען, מיט דיין הסבר אויף 'עתרת'
אנטשולדיגט (נישט געפערליך מיט דעם זעמער דאך נישט מחולק.... {דערווייל])
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל,
מיין פרענד האט נישט דערווייל דעם בילד פון די מצבה, איך וואלט אויך געוואלט זעהן עפעס בילדער פון די קאסאנע רביס אויב איינער האט.

ר' יעקל,
מיר שלינגען מיט דורשט יעדעס ווארט, עס איז אונז א כבוד און עהרה אז איר זענט בתוכינו, און זיכער א כבוד פאר די צדיקי וקדושי בית קאסאן אז זייער זכרון ווערט מונצח מיט לכבוד ולזכרון עולם.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד ידידי היקר ר' יעיקל דוב שי'
מיין גוף (און נשמה) איז געמאכט פן אזא מאטריאל וואס גלייכט א גיט ווארט!!
יש"כ
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב פוקס,

איר האט עפעס קאסאנער בילדער?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

בדרך אגב: אז מען רעדט אזוי ארום פון קאסאני, וועלן מיר מאכן א סורוועי ווער פון אונזערע שרייבערס קענען ארויס זאגן 'קאסאני' מיט די מסורה אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק מיט דעם קוועטש אויף די נו"ן-יו"ד, ודי
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

ניין (נאר אין קאפ)
כ'האב נאר אמאל געזעהן א בילד צורת קדשו פונעם הייליגן אור מלא זצ"ל וואס די האסט אראפגעברענגט, אבער גרעסער און קלארער
מיט ר' ישראלטשע זצ"ל האב איך אסאך געהאט, אסאך גענאש'ט פון אים און אסאך געגאנגען הערן זיינע תפלות וואס עס איז געווען א אויסטערלישע הערליכע שטימע און אראפ געלייגט דאס דאווענען מיט דעם זידיטשוב'ער ווארימע נוסח עס האט געהאט אלע טעמים,
ווי אויך פונעם ברידער ר' משולם שליט"א ורלפו"ש, און די לעצטע פאר יאר האב איך מיך אפאר מאל געטראפן מיט די אלטע קאסאניער רבי שליט"א פון 9 עוועניו, קע"ה קרוב צי די מאה און געדענקט אסאך אלטע מעשיות פון דערהיים, ווי אויך איז ער שוין צי שוואך זיך איינציהאלטן ווען איינער פרעגט אים עפעס צי דערזאך אין ס'גיט אים א קיצעל, ס'כדאי אריינכאפען פון אט די אלטע אידן וואס האבן א ריכטיגע טעם זקינים
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד בן ביזי שי'
מ'זעהט אז די האסט (געהאט?) קאסאנע זיידעס, וואס כידוע אי און יעדע ווארט געווען פיל מיט רמזים ע"פ פרד"ס
און די פשט'ע מענטשען האבן געקענט די קליינע אותיות (כמנהג זידיטשוב נישט צי ווארטן אויף די 40)

מ ע ז ע ק א ס א נ י

ק י א ה ס ו א ה ן
א ק ד א נ ס י נ
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עטליכע פרטים איבער הרה"ק ר' ישראל צבי מקאסאני זצ"ל בעל אור מלא, לויט ווי איך לייענן אינעם 'יזכור בוך' לקהילת קאסאני עוועיליבל דורך NYPL (ניו יארק פובליק לייברערי).

* פונעם ערשטע ווייב 'מינדל' (בת?) וועלכע איז נפטר געווארן בשנת תרע"ט (1919 למס.) האט ער געהאט צוויי טעכטער, 1) הרבנית אלטא רחמה אשת ר' צבי אייכנשטיין (?) וועלכע איז געהרגט געווארן אין אוישוויץ מיט 5 קינדער הי"ד 2) הרבנית צפורה יענטל אשת ר' חי"ל טייטלבוים מניר-באטור וועלכע איז אויך אומגעקומען עקד"ה מיט דריי קינדער הי"ד.

* פון די צווייטע ווייב הרבנית רחל מלכה (בת?) וועלכע איז נפטר געווארן תרפ"ה איז געווען דער זוהן הרה"צ ר' אלטר חיים שלמה וועלכע איז אומגעקומען צוזאמען מיט זיין טאטע אין אוישוויץ הי"ד.

* פון די דריטע ווייב הרבנית אדל (בת מהרש"א מראצפערט?) האבן זיי געהאט דריי טעכטער 1) רחל 2) יוכבד 3) אסתר. יוכבד איז נפטר געווארן אין קאסאן בשנת תרצ"ה און די אנדערע צוויי זענען אוועק על מוקדה הי"ד.

א בילד פון ר' ישראל צבי זצוק"ל ארומגענומען מיט חסידים אין קאסאן אנגעטאן בבגדי שבת, פונעם דערמאנטן בוך.
אטעטשמענטס
RYB.jpg
RYB.jpg (19.82 KiB) געזען 12042 מאל
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ני
אטעטשמענטס
200841_810504155_ko (Custom).JPG
200841_810504155_ko (Custom).JPG (10.18 KiB) געזען 12033 מאל
(Custom).jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער קאסאנער רבי דער 'אור מלא' האט אויך אנגעפירט מיט א ישיבה בשם 'עטרת צבי' לשמו ולזכרו פון זיין זיידן דער עטרת צבי פון זידיטשוב.

בייגעלייגט זענען צוויי בילדער פון די תלמידי הישיבה, איינס בשנת תרצ"ט און דאס צווייטע בשנת תש"א (אפשר דערקענט איינער זיין זיידע...)

די בילדער זענען פונעם דערמאנטן 'ספר היזכור', אגב, די בילדער פלעגט מען דעמלטס צייטן נוצען צו קריגען געלט פון די אמעריקאנע ארגענזאציעס.
אטעטשמענטס
0021.jpg
1941Yesh.jpg
1941Yesh.jpg (19.47 KiB) געזען 12021 מאל
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך האב לעצטנס גערעדט מיט הרב החסיד ר' יקתואל ווייס שליט"א א איד א בן תשעים ועוד, אזוי אינמיטן רעדן האט ער זיך ביטערליך צוויינט, פרעג איך איהם וואס איז, קוים וואס ער קען קומען צו זיך פארציילט ער מיר וואס זיין שוועסטער האט איהם פארציילט אז זי האט געזעהן אין אושוויץ ווי די רשעים האבן געפונען אז דער רבי -דער בעל אור מלא- האט אין זיין באזוץ א זייגער און זיי האבן איהם געגעבן מכות רצח.
ר' יקתואל האט ממש מיטגעפילט די צער וואס זיין רבי איז דעמאלטס אריבער מיט איבער 60 יאהר צוריק, ס'ווייזט דאס געוואלדיגע התקשרות וואס זיינע תלמידים האבן געהאט צו איהם, און ס'איז א פאקט אז די יודן וואס האבן געלערנט ביים קאסאניער רב האבן נישט מסיח דעת געווען פון איהם קיינמאל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”