רבי יהוסף ראטטענבערג זצ"ל בעל בני שלישים מקאסאן, כ"ג חשוון

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

רבי יהוסף ראטטענבערג זצ"ל בעל בני שלישים מקאסאן, כ"ג חשוון

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 12:45 pm

הרה"ק רבי יהוסף צדיקא מקאסאני זצוק"ל איז געבוירן צי זיין פאטער הרה"ק ר' צבי מ'קאזאווע זצ"ל וואס איז געווען א רעכטע אייניקעל פונעם הייליגן עטרת צבי מזידיטשוב זצ"ל און אויך געטראגען זיין הייליגען נאמען,
אלט זייענדיג צוועלעף יאר איז ער אדורך געפארן מיט זיין פאטער ר' הערשעלע דורך נירטאשש און זיך אפגעשטעלט ביים ערשטען טאהשען רבי'ן זצ"ל ווי הרה"ק מ'טאהש איז ארויס פון התפעלות פון די קליינעם חריף, איבערס יאר צי די בר-מצוה איז באשטימט געווארן די תנאים, און די חתונה איז פארגעקומען צוויי יאר דערויף ווען ר' יאסעלע איז אלט געווען קוים פיפצן יאר, ביי די חתונה האבן זיך משטתף געוועזן אלע גדולי הדור,
זעקס יאר דערויף אלט זייענדיג אינגאנצן 21 יאר איז זיין שווער פליצלינג נסתלק געווארען אפשטעלענדיג א מגיפה וואס האט געהערשט און די גאנצע אומגעגנט דארט ל"ע, און די איידעם האט באקומען בריוו פון אלע גדולי הדור אריינגערעכנט די הייליגע דברי חיים זצוק"ל איבערצינעמען די רבנות שטעלע,
יארן שפעטער ווען זיין שוואגער ר' אלימלך פון טאהש איז גרויס געווארן (ער איז אלט געווען אינגאנצען 8 יאר ביי זיין טאטען פטירה) האט ער אים איבערגעגעבן די רבנות פאסטען און ער איז געווארען אויפגענומען אין שטאט מאדע אס רב
און מאדע האט ער געליטן גרויסע רדיפות צילוב זיין שטארקע קנאות (ואכמ"ל) און ער איז געווארען אויפגענומען אין די שטאט מעזעקאסאני,
דארט האט ער פארשפרייט תורה וחסידות אין די גאנצע אומגעגנט ביז צי זיין הסתלקות אום כ"ג מרחשוון תרע"ב אלט זייענדיג 58 יאר, ושם מנו"כ,
ער האט געשריבן אסאך חידושי תורה בעיקר אויף תורת הנסתר וואס איז ליידער נעלם געווארן נאך בכ"י, איבערגעבליבן איז נאר די ספה"ק בני שילישים, יד יוסף, ויצבר יוסף,
זיין מ"מ איז געווען זיין זוהן די הייליגע שמועה טובה ר' חיים שלמה זצ"ל, ער איז נסתלק געווארן תר"פ, דאן האט איבערגענומען די אנדערע זוהן הרה"ק ר' ישראל צבי די אור מלא זצ"ל הי"ד וואס ער איז געווען א איידעם צוויי מאל ביים ברודער די שמועה טובה, און צום סוף ביי הרה"ק ר' שלום אליעזר פון ראצפערט זצ"ל
ווי אויך האט ער געהאט א זוהן ר' משה שמואל פון קליינווארדיין און שפעטער דא אין אמעריקע און די בראנקס
און אויך די איידעם הרה"ק ר' לייבוש עהרליך פון בערעגסאז זצ"ל הי"ד א זוהן פון הרה"ק ר' נפתלי מ'דעלאטין זצ"ל
און נאך עטליכע קינדער
ת.נ.צ.ב.ה.
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 1:48 pm

א גרויסן יישר-כח ר' יעקל פאר די תולדות און פרטים איבער דעם קאסאנער צדיק זצ"ל.

דאכציך אז ר' מנחם בראדי פון קאדלוב דער באר מנחם איז אויך פון די משפחה, וויאזוי פוקטליך?

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 1:54 pm

כבוד ידידי מסקרענטאן שליט"א
די קאלוב'ער רב איז געווען א שוואגער מיט די קאסאן'ער רב, ביידע איידעמעס ביי הרה"ק מטאש זצ"ל
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 1:58 pm

א דאנק פאר די אינפארמאציע איבער דער רבם ומאורם פון מיינע זיידעס, איך האב געהאט 10 זיידעס!! קאסאניער חסידים.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 2:05 pm

יישר כח ידידינו הרב פוקס שליט"א
עס איז א מחיה צו זעהן יעדע תגובה וואס דו שרייבסט ווי עס רינט פון דיין פעדער/קנעפלעך נאר תורה וחסידות מיט פייערדיגע חסידי'שע ווארעמקייט.

איין הערה וויל איך מוסיף זיין,
דער קאסאני'ער רב האט נישט איבערגעגעבן דאס טאהש'ער רבנות בלייך פאר'ן שוואגער דער טאהש'ער רבי רבי אלימלך, נאר אינמיטן איז נאך געווען רב זייער אנדערער שוואגער דער הייליגער באר מנחם שפעטערדיגע קאלוב'ער רב
ווען דער קאלוב'ער רב האט חתונה געהאט מיט זיין רביצין די צדיקת - וואס אגב האט דער קאלובער רב געשיקט שווערע קוויטלעך צו איר זאגענדיג זי איז א צדיקת און א בת קדושים און מען קען ביי איר פועל'ן עיין בהקדמת באר מנחם - האט שוין דער הייליגער שווער רבי משולם פייש מטאהש נישט געלעבט.

דער קאסאניער רב האט דאן אוועק געגעבן דאס רבנות אין טאהש אלץ דרשה געשאנק פאר'ן נייעם שוואגער דער שפעטערדיגער קאלוב'ער רב.

שפעטער ווען דער קאלוב'ער רב איז געווארן רב אין קאלוב, האט ער דאס צוריק געגעבן פאר'ן שוואגער הרה"ק רבי אלימלך מטאהש.
עס איז דא א מורא'דיגע מעשה איבער דעם.
היות דער באר מנחם איז שוין געווען רב אין טאהש, האט מען פאר רבי אלימלך מטאהש האט מען אנגעטראגן רבנות'ן אין פארשידענע גרויסע שטעט, אבער ער האט נישט געוואלט אננעמען קיין אנדערע רבנות, נאר אויב ער קען זיין במקום אביו הק', האט ער נאכ'ן זיך אוועקציען פון מונקאטש ווי ער איז געווארן אן איידעם און געגעסן קעסט - עיין באשכול אהבה רבה ניגון - צוריק געצויגן קיין נירטאהש, אבער ער האט נישט משמש געווען ברבנות, ווייל ווי געזאגט איז נאך דער שוואגער געווען רב דארט.
זיין רבי מובהק, רבי אליעזר'ל קאמארנער האט דאן זיך געוואלט משתדל געווען ביים באר מנחם ער זאל אפטרעטן דאס רבנות אין טאהש פאר רבי אלימלך'ן, וויסענדיג אז אזא אדם גדול ווי דער באר מנחם וועט זיכער טרעפן אן אנדערע - און אפשר נאך גרעסערע שטעלע - און רבי אלימלך וויל דאך דייקא נאר במקום אבותיו, ער זיכט נישט קיין גרעסערע שטעלע.
אין ניר טאהש אזוי ווי אין פילע אנדערע שטעט, איז געווען א קהל'ישע רב'ס דירה, דאס הייסט די דירה האט באלאנגט פאר קהל, און דארט האט געוואוינט דער רב, ווער עס איז געווען רב האט באקומען די דירה.
רבי אליעזר'ל וועלענדיג מחזק זיין רבי אלימלך'ן צו באקומען דאס רבנות אין טאהש, האט געשריבן א בריוו צום באר מנחם אז ער בעט איהם א טובה ער זאל זיך ארויסציען פון דעם רב'ס דירה, און דאס איבערגעבן פאר'ן שוואגער רבי אלימלך, אזוי צו זאגן איהם צו שטיפן פאראויס אז ווען די צייט וועט קומען זאל ער איז איבערנעמען דאס רבנות.
בשכר זאת, שרייבט רבי אליעזר'ל, אז ער וועט טוהן אזא זאך, און מוותר זיין אויפ'ן רב'ס דירה פאר'ן יונגערן שוואגער, זאגט ער איהם צו ער וועט געהאלפן ווערן מיט קינדער - וואס כידוע האט דער באר מנחם ליידער נישט זוכה געווען צו איבערלאזן קיין קינדער - א גרויסע בקשה מיט א געוואלדיגע הבטחה.
אבער למעשה איז דער בריוו אנגעקומען לידיו פון רבי אלימלך, זעהט אויס אז רבי אליעזר'ל האט נישט געהאט די גענויע אדרעסע פונעם באר מנחם, האט ער דאס געשיקט צו איהם, אדער האט ער איהם דאס געגעבן פערזענליך ער זאל דאס אליין איבערגעבן פאר'ן באר מנחם.
רבי אלימלך האט געזעהן די בקשה אין בריוו, האט ער נישט געוואלט דאס איבער געבן פאר'ן באר מנחם, קלערענדיג אז די בקשה ער זאל אפטרעטן די דירה פאר'ן שוואגער עס וועט איהם אפשר גורם זיין חלישת הדעת, האט ער דעם בריוו קיינמאל נישט איבער געגעבן...

דער באר מנחם האט למעשה טאקע נישט איבער געלאזט קיין קינדער ל"ע, אבער ער האט איבערגעלאזט הונדערטער תלמידים הקרויים בנים, און זיין ספר וואס די וואס לערנען דערין ווערן אויך זיינע תלמידים, וועלכע זענען ממשיך און זענען מנציח זיין הייליגן נאמען.
דער טאהשער רבי זאל זיין געזונט אויך א תלמיד פונעם פעטער דער באר מנחם, ער האט געלערענט אין קאלוב, וואו דער פעטער האט איהם גאר שטארק מחבב געווען, און פלעגט איהם זעצן ביי די שיעורים נעבן זיך אויפ'ן אויבנאהן.


אלענספאלס, יישר כח רבי יעקעלע, וזכותם יגן עלינו ועל כל ישראל
שוין גענוג פאר איצט, מען דארף צוריק גיין צו דער עבודה.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 2:11 pm

כבוד הרב החסיד בן ביזי שי'
איך פלעג מיך ווינדערן אויף דיין חכמה ווי אויך אויף דיינע ידעות בכלל ובחסידות בפרט, אלעס איז פארענפערט......

נ.ב. דיינע זיידעס זענען לכאורה געווען תלמידים פון בנו הרה"ק ר' ישראל צבי (שראלטשע) די בעל אור מלא זצוק"ל
ער האט געפירט זיין ישיבה ביז דעם קריג, כידוע זענען די קאסאניע תלמידים געווען (נאך אלץ.... די פאר איבערגעבליבענע לאויוש"ט) גאר אויסגעריפענע חסידישע ת"ח מיטן גאנצען פראכט אין אלע הינזיכטן.
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 2:20 pm

כבוד הרב ר' חיים חייקל שי'
מיר ווייסן פון וואס איהר האט געשריבן, אבער וויבאלד עס האט זיך געטוהן דארט א שטארקע פאליטיק האבן מיר אויסגעלאזט דעם חלק פון אידערצווישן (אפשר זענט איר נישט בא'הבנ'ט מיט די געשעענישען, אדער אפשר האט איר געמאכט א שיין שטיקל מיטן עס באציקרן אז מ'זאל נישט זעהן אז עס איז געשטיקלט....)
ווי אויך האבן מיר געשריבן בקיצור נמרץ זיין הייליגן לעבענס ביאגריפע,
עס איז דא אסאך צי רעדן (שרייבן) ועוד חזון
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 2:28 pm

א בילד פונעם הייליגען באר מנחם פון קאלוב זצ"ל, עס ווערט אויך געזעהן זיין איידעם ר' אשר ראטטענבערג מגזע קאסאן, ווייסט איינער וועמעס זוהן ר' אשר איז געווען און צו עס איז פארבליבען פון אים דורות?

אויך, איז פארהאן היינט א ממשיך דרך מגזע קאסאן?
צוגעלייגטע
BeerMenachem[1].jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 2:30 pm

ר' יעקל,
ווען איר שרייבט אז דער פאטער פונעם בני שלישים ר' צבי מקאזאוועאיז געווען א 'רעכטע אייניקל' פון ר' צבי מזידוטשויב, מיינט איר בן-אחר-בן, וויאזוי איז די יחוס?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 2:32 pm

ווי ר' שמחה האט שוין געשריבן אין אן אנדערע אשכול האט זיין טאטע אויך געלערנט ביים קלובער רב
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 2:49 pm

מיללער האט געשריבן:ר' יעקל,
ווען איר שרייבט אז דער פאטער פונעם בני שלישים ר' צבי מקאזאוועאיז געווען א 'רעכטע אייניקל' פון ר' צבי מזידוטשויב, מיינט איר בן-אחר-בן, וויאזוי איז די יחוס?


ניין! ער אויסדריקליך נישט געווען א בן אחר בן אייניקל, דעם קאסאניע רבי'נס לעצטע נאמען איז געווען רוטנבערג און דעם זידיטשוב'ער רבי'נס לעצטע נאמען איז געווען אייכנשטיין, זיין יחוס האב איך יעצט נישט פאר מיר.

דער קאסאניער רבי האט געלערנט אין סיגוט אין די ישיבה פון הייליגן ייטב לב,

אגב, איז אינטערסאנט אנצוגעבן אז דער טאהש'ער רבי זי"ע האט געהאט 3 איידימ'ער אלע זענען געווען תלמידים פונעם ייטב לב'ס ישיבה, ה"ה, הרה"ק רבי יהוסף ראטטענבערג מקאסאן, הרה"ק רבי מנחם בראדי פון קאלוב און הרה"ק רבי דוד מנשה ראטטענשטיין, זי"ע.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 2:54 pm

דער בני שלישים איז געווען א תלמיד פון דעם ייטב לב זי"ע אין איז אפילו געפארן אנפאנג צים קדושת יו"ט,
בנוגע זיין זון ר' משה שמואל האט איינער אן אנונג ווען ער איז אוועק אין צי סאיז דא פון אים דורות?

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 3:09 pm

כבוד ידידי ר' יעקב בער שי'
על ראשון ראשון
לגבי ר' אשר ראטענבערג איז אינטערעסאנט וואס די זאגסט ווייל כידוע האט די הייליגע באר מנחם פון קאלוב נישט געהאט קיין קינדער ל"ע, קען אפשר זיין אז ער האט געהאט, נאר נישט איבערגעלאזט??... נאר וואס יא, עס איז געווען עטליכע ר' אשר ראטנעבעררג'ס, איינע פון זיי לעבט נאך לאויטו"ש ר' אשר ישעי' ראטנעבערג שליט"א אדמו"ר מ'קאסאן, קע"ה קרוב צי די מאה בדעה צלילה, פאר אלע אידען געווינטשן, ער איז א אייניקעל פון ר' חיים שלמה זצ"ל די עלסטע זוהן און מ"מ אביו הרה"ק ר' יאסעלע בעל בני שלישים זצ"ל
#2 די הייליגע עטרת צבי האט נישט געהאט קיין זוהן נאר פינף טעכטער, ר' הערשל קאזעווערס מוטער האט געהייסן רייזל, און ווען זי איז געוועהן מעוברת האט איהר איר הייליגע פאטער ר' הערשעלע זידיטשוב'ער גאזאגט אז זי ווארט א בן זכר, און ווען די קינד וועט געבוירן ווערן זאל מען אים א נאמען געבען "צבי" זי האט זייער געוויינט פארשטייענדיג אז די טאטע וועט נישט דערלעבן איר שמחה, וכך הוה
און לגבי גזע קאסאן איז איבערגעבליבן היבש, קודם ווי פריער געזאגט די קאסאניער רבי ר' אשר ישעי' שליט"א ווי אויך זיין איידעם די קאסאניער רבי פון בארא פארק און די ברודער, קינדער פון ר' ישראל'טשע קאסאניער זצ"ל און אויך א ברידער וואס וואוינט יעצט אין אר"י מיט די קינדער, אייניקלעך פון ר' משה שמואל זצ"ל פון קליינווארדיין ווי אויבן דערמאנט איז ער געקומען צי די בראנקס נאך פארן קריג,
ווי אויך די סאלקע משפחה (טיסא סאלקא) זענען קאסאניער אייניקלעך,
ווי אויך זענען צוויי קאזינעס, מיידלעך רעכטע אייניקלעך פונעם בני שילישים איבער געלעבט די קריג און אהער געקומען נע ונד, און ב"ה אויף געשטעלט שיינע משפחות, פון זיי די איייניקלעך פון דעם דעלאטינער רב זצ"ל
ווי אויך איז דא נאך משפחת און אר"י אייניקלעך
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 3:21 pm

כבוד החברים שי' איך וויל מאכן עטליכע תגובות
יעקעלע פוקס האט געשריבן:הרה"ק רבי יהוסף צדיקא מקאסאני זצוק"ל איז געבוירן צי זיין פאטער הרה"ק ר' צבי מ'קאזאווע זצ"ל

ר' הרשעלע האט געוואוינט אין העליטש און נישט אין קאזאווא.
יעקעלע פוקס האט געשריבן:אלט זייענדיג צוועלעף יאר איז ער אדורך געפארן מיט זיין פאטער ר' הערשעלע דורך נירטאשש און זיך אפגעשטעלט ביים ערשטען טאהשען רבי'ן זצ"ל ווי הרה"ק מ'טאהש איז ארויס פון התפעלות פון די קליינעם חריף, איבערס יאר צי די בר-מצוה איז באשטימט געווארן די תנאים

ר' יהוסף איז נישט מיטגעפארן מיט זיין פאטער קיין אונגארן נאר זיין פאטער האט פארציילט אז ער האט א זוהן א חריף, און דער ליסקער רב איז געווען שדכן.
יעקעלע פוקס האט געשריבן:ווי אויך האט ער געהאט א זוהן ר' משה שמואל פון קליינווארדיין און שפעטער דא אין אמעריקע און די בראנקס

ר' משה שמואל איז דא געווען עטליכע מאהל אין אמעריקא און געוואוינט צו לעצט אין לאס אנדזשעלעס.
מיללער האט געשריבן:א בילד פונעם הייליגען באר מנחם פון קאלוב זצ"ל, עס ווערט אויך געזעהן זיין איידעם ר' אשר ראטטענבערג מגזע קאסאן, ווייסט איינער וועמעס זוהן ר' אשר איז געווען און צו עס איז פארבליבען פון אים דורות?

דער רבי אשר איז געווען ר' אשר לעווי א זוהן פון ר' אלימלך טאהשער, ער האט געוואוינט אין קאלעוו און דער באר מנחם האט געוואלט אז ער זאל איהם ממלא מקום זיין.
יעקעלע פוקס האט געשריבן:יארן שפעטער ווען זיין שוואגער ר' אלימלך פון טאהש איז גרויס געווארן (ער איז אלט געווען אינגאנצען 8 יאר ביי זיין טאטען פטירה) האט ער אים איבערגעגעבן די רבנות פאסטען און ער איז געווארען אויפגענומען אין שטאט מאדע אס רב
און מאדע האט ער געליטן גרויסע רדיפות צילוב זיין שטארקע קנאות (ואכמ"ל) און ער איז געווארען אויפגענומען אין די שטאט מעזעקאסאני,
דארט האט ער פארשפרייט תורה וחסידות אין די גאנצע אומגעגנט ביז צי זיין הסתלקות אום כ"ג מרחשוון תרע"ב אלט זייענדיג 58 יאר, ושם מנו"כ,

ר' יהוסף האט נישט געליטן צוליב קנאות נאר צוליב חריפות, והשנית פון מאדע איז געפארן קיין דעבערצין ווי ער האט געהאט א בית המדרש וועלכע איז טאקע געשטאנען ביזן קריג, פון דעברעצין איז ער געפארן קיין קאסאני ווי ער איז אנגעקומען בפרשת נח שנת תרנ"ח און דאס רבנות אין טאהש האט ער אוועק געגעבן אין תרמ"ה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 3:24 pm

כבוד ר' יהוסל שי'
יא מיר ווייסן פון דעם, און ווי איר זעט לכאורה אויף מיינע טריט אז איך גיב אכט ווי איך שפאציר נישט אריינטרעטן ווי מ'דארף נישט......

לגבי דורות פון ר' משה שמואל:
ר' משה שמואל פון קליינווארדיין זצ"ל א זוהן פון הייליגן בני שלישים האט אויפגעשטעלט א שיינעם דור, ער האט געהאט א זוהן ר' פנחס שלום זצ"ל אבד"ק קאסאן אין די בראנס, זיין רביצין שרה חנה איז געוועהן א טאכטער פון הרה"ק ר' נפתלי מ'דעלאטין זצ"ל
זיינע קינדער: ר' מנחם ישראל זצ"ל (ר' ישראל'טשע), ר משולם שליט"א אבד"ק קאסאן בארא פארק (ירושלים)
ר' ישראלטשע'ס קונדער: קאסאנע רביס בארא פארק, פלעטבוש, פארשעי, לאנדאן,
ר' משולם'ס קונדער איינער א איידעם ביי ווישניצע רבי פון מאנסי שליט"א און נאך ברודער רבי'ס
ווי אויך האט ר' משה שמואל געהאט נאך קינדער אין אמעריקע, איינער אין מיאמי און א טאכטער און שיקאגוי
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 3:25 pm

יעקעלע פוקס האט געשריבן:לגבי ר' אשר ראטענבערג איז אינטערעסאנט וואס די זאגסט ווייל כידוע האט די הייליגע באר מנחם פון קאלוב נישט געהאט קיין קינדער ל"ע, קען אפשר זיין אז ער האט געהאט, נאר נישט איבערגעלאזט??...

וואס איז מיט דיר? דער באר מנחם האט געהייסן בראדי און נישט ראטטענבערג!!
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 3:27 pm

בן בוזי האט געשריבן:כבוד החברים שי' איך וויל מאכן עטליכע תגובות
מיללער האט געשריבן:א בילד פונעם הייליגען באר מנחם פון קאלוב זצ"ל, עס ווערט אויך געזעהן זיין איידעם ר' אשר ראטטענבערג מגזע קאסאן, ווייסט איינער וועמעס זוהן ר' אשר איז געווען און צו עס איז פארבליבען פון אים דורות?

דער רבי אשר איז געווען ר' אשר לעווי א זוהן פון ר' אלימלך טאהשער, ער האט געוואוינט אין קאלעוו און דער באר מנחם האט געוואלט אז ער זאל איהם ממלא מקום זיין.


גדולים מעשי בן-בוזי יותר מכל אשר לפניו, מיט געציילטע ווערטער אזעלכע ידיעות מבוררות, ברוך שחלק מכחמתו ליראיו.

בן-בוזי יקירי, דער ר' אשר לעווי איז געווען אן איידעם ביים באר מנחם? איז פארבליבען פון אים קינדער?

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 3:41 pm

כבוד ידידי בן ביזי שליט"א
א פאטש פאר א פאטש (רעדי???...)

ר' צבי האט געוואינט אין סעליטש נישט אין העליש, אבער פריער אדער שפעטער (איך בין נישט קלאר) איז ער געוועהן רב אין קאזאווא

ר' יהוסף, איז דייקע יא מיט געפארן כידוע די מעשה האט די טאשע רביצין נישט מסכים געווען צי די שידוך ווייל ער איז געגאנגען זייער ארעם אנגעטוהן צעריסן אין צישליסען און די רביצין האט געטענעט, אז פאר זייער געראטן טאכטער דארף מען א לייטישן בחור.... האט די טאשע רב געגעבן אפאר טאלער פאר ר' הערשל אן די רביצינ'ס וויסן, און געבעטן אז ער צירוק קומען איבערסיאר וועט ער וועט זיין בר מצוה און אנגעטוהן שיין!

די הייליגע בני שילישים האט געליטן צילוב זיין גרויס קנאות, פארשטייט זיך אז מ'איז א קנאי פאר זיך אן קיין חריפות לייד מען נישט קיין רדיפות....

וועגן דעברעצין האבן מיר נישט געשריבן ווייל ווי געשריבן האבן מיר נאר אנגערירט די גרעסערע לעבנס שטיקער אין דעברעצין האט ער נישט געוואינט זייער לאנג

און וועגן ר' משה שמואל ביסטי גערעכט ער האט טאקע געוואוינט אין לאס אנזשעלעס און טאקע שם מנו"כ, (לידיעת יאסעל)
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 3:43 pm

בן בוזי האט געשריבן:
יעקעלע פוקס האט געשריבן:לגבי ר' אשר ראטענבערג איז אינטערעסאנט וואס די זאגסט ווייל כידוע האט די הייליגע באר מנחם פון קאלוב נישט געהאט קיין קינדער ל"ע, קען אפשר זיין אז ער האט געהאט, נאר נישט איבערגעלאזט??...

וואס איז מיט דיר? דער באר מנחם האט געהייסן בראדי און נישט ראטטענבערג!!

כבוד בן ביזי שי'
יא מיר ווייסן אז די באר מנחם האט געהייסן בראדי, אבער ווי מיללער האט געפרעגט צי ער האט געהאט א "איידעם" ר' אשר ראטענבערג!
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 3:45 pm

דער באר מנחם האט נישט געהאט קיין קינדער.
ער האט אויפגעהאעוועט א מיידעל, עפעס משפחה מיט די רביטצען דאכט זיך מיר.
ר' אשר'ל האט מיט איר חתונה געהאט

יעקעלע האט געשריבען דא וועגען ר' משה שמואלס קינדער.

ר' משה שמואל האט געהאט א זוהן ר' פנחס שלום.
דער זוהן ר' פנחס שלום ז"ל האב איך נאך געזעהן ווען איך בין נאך געווען א בחור.
אן אלטער צאמגעבראענער יוד. ער אז געגאנגען און ווייסע זאקען אינדערוואכען.

ער האט געוואוינט ביי זיין זוהן ר' משולם, זאל האבען א גאנצע רפואה
דער וואוינט היינט ביי א קינד און א"י.
ר' משולם ברידער ר' ישראל'טשע זצ"ל האט אויך געהאט א בית-מדרש און באראפארק.

ר' משולם'ס עלצטע זוהן ר' בן-ציון איז איין איידעם ביי ר' מאטעלע מוויזניץ שליט"א און מאנסי.
זייט זיין טאטע איז און א"י, פירט ער דאס בית-מדרש אוף 18 עוועניו און 49 גאס און באראפארק.

ר' פנחס שלום האט געהאט א לייברערי ספרים עפעס אויסטערליש.
ר' משולם האט מיר איינמאל דערציילט אז ווען זיי האבען נאך געוואוינט אין דער בראנקס פלעגט דער 'מלאך' קומען אסאך צי זיי און שטוב בארגען ספרים.
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 3:46 pm

דער שער בלאט פון די ספרים פונעם קאסאנער רבי ר' יהוסף זצ"ל ובנו מ"מ ר' חיים שלמה זצ"ל.
צוגעלייגטע
Yehosef.jpg
Yehosef.jpg (38.14 KiB) געזעהן 60565 מאל
ChSh.jpg
ChSh.jpg (36.79 KiB) געזעהן 60564 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 3:47 pm

צורת קדשו, כתב ידו וספרו של ר' ישראל צבי מקאסאן זצ"ל
צוגעלייגטע
YTzv Sefer.jpg
YTzv Sefer.jpg (40.08 KiB) געזעהן 60559 מאל
Ytzv Pic.jpg
Ytzv Pic.jpg (19.46 KiB) געזעהן 60559 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 3:50 pm

scy4851 האט געשריבן:דער באר מנחם האט נישט געהאט קיין קינדער.
ער האט אויפגעהאעוועט א מיידעל, עפעס משפחה מיט די רביטצען דאכט זיך מיר.
ר' אשר'ל האט מיט איר חתונה געהאט
.


ר' שמחה,
ער האט געהייסן ר' אשר ראטטענבערג אדער ר' אשר לעווי?

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 3:52 pm

יש"כ גדול הרב מיללער, מיר האבן זייער הנאה פון אייער בילדער אוצר
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 4:01 pm

מיללער האט געשריבן:ר' שמחה,
ער האט געהייסן ר' אשר ראטטענבערג אדער ר' אשר לעווי?

ראטענבערג
the SCY is the limit


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט