ר' יהושע ראזנפעלד מקאמינקא - י"ז חשון תרס"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ר' יהושע ראזנפעלד מקאמינקא - י"ז חשון תרס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

י"ז חשון איז דער יארצייט פון הרה"ק ר' יהושע'לע קאמינקא זצ"ל, ר'יהושע'לע איז געבוירן אין יאר תק"צ און איז נסתלק געווארן אין יאר תרס"ד, ער איז געוועהן גאהר א גרויסע צדיק, די לעצטע זיבצן (17) יאהר פון זיין לעבן איז ער נעבעך געוועהן פארליזירט, און ער האט נעבעך פארלוירן זיין דיבר ער האט נישט געקענט רעדן, אויך איז איהם זעהר שווער געוועהן זיך צו באוועגן, ער האט נישט געקענט גיין אליין, א.ד.ג.

אבער פארשידענע זמנים האט מען זיך נישט געקענט גלייבן די אויגן, ווי למשל יעדן פרייטאג צו נאכט'ס ווען עס איז געקומען קידוש צו מאכען, האט ער געהאלטן די כוס אין די האנט אזוי ווי ער וואלט קיינמאהל נישט קראנק געוועהן, אן אומגלויבליכע זאך האט פאסירט ביי א חתונה, אין די לעצטע יאהרן טאקע ווען די טאקטורים האבן געזאגט אז ער קען גארנישט טוהן אליין, האט דער צדיק פלוצלונג ביי א מצוה טאנץ זיך גענומען טאנצען מיט אזא פייערליכע התלהבות אהן אויפהער זיין התנהגות אין זיינע לעצטע יארען איז געוועהן אומפארשטענדליך פאר א מענטשענ'ס שכל.

אל תשלח ידך אל הנער, ואל תעש לו מאומה

זעהר אן אינטערסאנטער פאסירונג האט פאסירט איין יום כיפור ווען עס זענען געקומען צו פארן אסאך חסידים פון פארשידענע שטעט, איינער פון די חסידים האט געוואונט אין א שטאט גאנץ ווייט פון קאמינקא, יום כיפור ביים ליינען איז ער געשטאנען לעבן דעם רבי'ן, דער הייליגע צדיק איז געוועהן דער בעל קורא, אין ווען עס איז געקומען צו די ווערטער, "אל תשלח ידך אל הנער, ואל תעש לו מאומה" האט דער צדיק ארויף געלייגט זיינע הייליגע הענט אויף דעם חסיד'ס פלייצע, און געזאגט הויך די ווערטער, "אל תשלח ידך אל הנער, ואל תעש לו מאומה", דער עולם איז געווארן אינגאנצן פארוואונדערט וואס מיינט דא דער רבי מיט דעם איד, און דער חסיד איז אינגאנצן דערשראקען געווארן וואס זעהט דא דער רבי עפעס וועגן איהם אז דער רבי דארף בעהטן אז עס זאל גארנישט געשעהן, אבער נאך יום כיפור האט ער אויסגעפונען אז דער רבי האט זעהר גוט אכטונג געגעבן אויף איהם, ווייל אין זיין שטאט האט אויסגעבראכן א גרויס פייער, און זעהר אסאך הייזער זענען פארברענט געווארן, זיין גאנצע גאס איז פארברענט געווארן, אבער צו זיין הויז איז גארנישט געשעהן, דאן האט ער פארשטאנען וואס דער רבי האט געמיינט מיט די ווערטער, "אל תשלח ידך אל הנער, ואל תעש לו מאומה" אז דער פייער זאל גארנישט טוהן פאר דעם איד'ס הויז עס זאל איהם ח"ו נישט געשעהן קיין שלעכטץ, אין דאס אלעס האט ר'יהושע'לע קאמינקא געזעהן מיט רוח הקודש.
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום מיטוואך נאוועמבער 19, 2008 10:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

צווישן די זוהן פון ר' יהושע'לע קאמינקער איז געווען הרה"צ ר' אלעזר ראזנפעלד מאושפיצין זצ"ל-הי"ד חדב"ן מרן הדברי חיים זצ"ל ר' אלעזר איז פאר א שטיק צייט געווען אין ארץ ישראל ווי ער האט אויפגעשטעלט א ביהמ"ד, שפעטער איז ער צוריקגעפארן קיין פוילן ווי ער איז ליידער אומגעקומען עקה"ש.

ר' אלעזר'ל אושפיצינער (צענטער) מיט זיין שוואגער הרה"ק ר' ישעי'לע טשחויבער (לינקס).
אטעטשמענטס
Tchchuv-Ushpitzin[1].jpg
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

זיידי לכאורה איז די מעשה געוועזן ר"ה און נישט יוה"ק אדער גאר פרשת וירא..
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יא גערעכט עס איז געווען לכאורה ר"ה.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

איז נישט ביי ר' יהושע'ס טאכטער געווען די באקאנטע מעשה פון יאשע קאלב?
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איך ווייס נישט די מעשה פון יאשע קאלב, אדרבה פארצייל דאס.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער קאמינקער רב הגה"ק רבי יהושע זי"ע, דער בן יחיד פון הרה"ק רבי שלום קאמינקער זי"ע, איז אמאל געפארן קיין אונגארן נאך געלט . געווען איז דאס ווען ער האט א שידוך געטוהן מיט זיין זוהן הרה"ק רבי אלעזר אושפיצינער זצ"ל מיט די טאכטער פון מרן הקדוש מצאנז זי"ע. וויבאלד ער האט נישט געהאט אויף חתונה צו מאכן, איז ער געפארן נאך געלט אויף הוצאות החתונה. אין איינע פון די טעג איז רבי יהושע'לע אנגעקומען אין א געוויסע שטאט וואו ער האט געהאט אן אינטערעסאנטע מעשה.
ווען דער גראף פון יענע שטאט איז געוואהר געווארן ווער דער גאסט איז. איז ער אריינגעקומען און דערלאנגט רבי יהושע'לען א פעקל מיט זעקס הונדערט גולדן! וואס איז דעמאלט געווען א געוואלדיגער גרויסער סכום! ווען רבי יהושע'לע האט זיך געוואונדערט פארוואס דער גראף קומט אים געבן געלט און נאך דערצו אזא ריזיגן אוצר האט דער גראף געזאגט צו אים "אלעס וואס איר זעט דא! מיין הויז און מיין גאנץ פארמעגן אלעס איז אייער טאטענ'ס ! און האט גענומען דערציילען די מעשה:
איך בין געוועהן א משרת ביי אייער טאטן אין שטוב. פון קינדווייז אן האב איך געדינט דארט אין הויז איינמאל זענט איר, [איר זענט דעמאלט געווען א קינד פון דריי יאר אלט] שטארק נישט געזונד געווארן מען האט גערופען א דאקטאר און דער דאקטאר האט פארשריבן א מעדעצין ער האט אבער צוגעלייגט אז לויט זיין מיינונג איז מער נישט דא קיין רפואה פאר די מחלה , און האט זיך פון אייך אינגאנצן מייאש געווען ! איז אייער טאטע געגאנגען אין מקוה און ווען ער איז צוריקגעקומען האט ער באפוילן מען זאל נעמען די מעדעצין וואס דער דאקטאר האט פארשריבן נאר אנשטאט עס צו געבן פאר'ן קראנקן זאל מען עס אונטערווארפן אונטער דעם חולה'ס בעטל! מען האט אזוי געטוהן און קורץ דערנאך האט זיך אייער געזונט צושטאנד גענומען פארבעסערן און איר זענעט אינגאנצן געזונט געווארן .
איך בין דעמאלט געווען יונג און איך האב אלעס צוגעזען . א צייט שפעטער האב איך פארלאזט אייער טאטענ'ס הויז און איך בין געקומען אהער קיין אונגארן, זייענדיג אונטערוועגענס בין איך אנגעקומען אין איינע פון די שטעט האב איך געהערט אז די טאכטער פונעם גראף איז שטארק קראנק ל"ע אזוי ווייט אז אלע דאקטוירים האבן איר מייאש געווען און דער גראף האט געלאזט אויסרופן אז ווער עס וועט אויסהיילן זיין טאכטער וועט ער אים געבין זיין גאנץ פארמעגען במתנה גמורה,
אז איך האב דאס געהערט האב איך מיך דערמאנט וואס איך האב געזען ביי אייער טאטן בין איך אריבערגעגאנגען צום גראף און זיך אנגעטראגען אז איך בין גרייט אויסצוהיילן זיין טאכטער איך בין אריינגעגאנגען צו איר אין צימער און געווארפן די מעדיצין אונטער איר בעט אין איך האב געזאגט אויף די כוונה פון "שלום בן יענטא" [דער נאמען פון הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זצ"ל] די סגולה האט געהאלפן און דעם גראף'ס טאכטער איז אויסגעהיילט געווארן .
ווען דער גראף האט דאס געזען האט ער געהאלטן ווארט ער האט מיר געגעבען זיין איינציגע טאכטער פאר א ווייב און איך האב גע'ירשנ'ט זיין גאנץ פארמעגן דערפאר – האט דער גראף אויסגעפירט – אז מיין פארמעגן קומט פון אייער טאטן האב איך מיך געפילט שולדיג אייך ארויסצוהעלפען כאטש מיט אזא סומע געלט !
זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל
(ספר אוהב שלום ע' ק – ק"א )
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

דער גראף איז געוועזן א יוד?
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וואס איז שלעכט אויב ער איז געווען א גוי?, האט ער נישט געמעגט זאגן דעם לחש?
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

כ'וועל דיר זאגן דעם אמת, איך האב געהערט די מעשה אז דער משרת איז געוועזן א יוד, און יענער (פון וועמען כ'האב געהערט די מעשה) האט שטארק ארויסגעדרוקט ווי ווייט ס'האט אויסגעזען א תמימות פון א פארצייטישן יוד.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב געפונען אויף היברו-בוקס א קונטרס ילקוט יהושע אויף הל' מילה.

דער מחבר איז ר' יהושע הלוי ראזענפעלד פון לעמבערג, דער קונטרס איז געדרוקט בשנת תר"צ און אנטהאלט די נוסחאות וברכות ברית מילה, ליקוטי הלכות און עטליכע תשובות בהל' מילה, פון און צו דעם מחבר.

ווייסט איינער וועמענס זוהן ער איז געווען? עס שיינט צו זיין אן אייניקל פון ר' יהושע מקאמינקא.
אטעטשמענטס
37352.jpg
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

ר' יהושע הנ"ל מלעמבערג איז געווען א זון פון ר' חיים יעקב יוסף ראזנפעלד אדמו"ר מקאמינקא בקשאנוב בן ר' שלום "השני" מקאמינקא בן ר' יהושע מקאמינקא בן הרה"ק ר' שלום מקאמינקא.
זיין מוטער איז געווען א טאכטער םון ר' נפתלי ה"ש מקשאנוב בן ר' דוד מקשאנוב.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ישר-כח ר' מיילעך,
אז עס איז שוין יא אזוי אפשר רעכנט מען אויס נאך קינדער פון דעם ר' חיים יעקב יוסף, און פון בנו ר' יהושע מלעמבערג.

איז היינט דא א ממשיך השושלת קאמינקא?
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

ר' חיים יעקב יוסף האט אויך געוואוינט אין לעמבערג,
בנוסף צו זיין זון ר' יהושע האט ער געהאט א זון ר' יחזקאל שרגא,
א טאכטער הענא אשת ש"ב ר' נפתלי צבי בן הרה"צ ר' אלכסנדר חיים מזאסאלע בן הרה"ק ר' אלעזר מאושפיצין,
א טאכטער מרת רכיל הנ"ל,

געבליבן פון ר' חיים יעקב יוסף נאך די קריג זענען,

די טאכטער מרת רכיל אשת ר' צבי טויבער, אם ר' יעקב יוסף טויבער דומ"ץ באבוב ועוד.
הרבנית טויבא בת הרה"צ ר' יחזקאל שרגא בן ר' חיים יעקב יוסף ואשת ר' שלום הורוויץ מבייטש,
מרת רחל בת הרה"צ ר' יחזקאל שרגא בן ר' חיים יעקב יוסף ואשת ר' אברהם איידליס.

*

עס איז דא א קאמינקא בימ"ד אין ב"פ, אנגעפירט דורך הרב דוד ווייס חתן
הרה"צ ר' אברהם יהושע העשיל באראן בן
הרה"צ ר' יונה [בן הרה"צ ר' מאנדל מיאסלא בן הרה"ק ר' אליעזר ירוחם] חתן
הרה"ק ר' אלעזר מאושפיצין בן
הרה"ק ר' יהושע מקאמינקא בעל האשכול.

*

עצה טובה קמ"ל האנדעלט אייך איין דעם ספר אוהב שלום - קאמינקא, לוקט ע"י הרה"ג ר' נחום מאיר גערמאן.
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

צדיק מושל האט געשריבן:עצה טובה קמ"ל האנדעלט אייך איין דעם ספר אוהב שלום - קאמינקא, לוקט ע"י הרה"ג ר' נחום מאיר גערמאן.

יא דאס איז א גוטס ספעציעל די הנהגות (פון פסח).
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

ר' ישכר בער דאכנער מבאניא ואב"ד דקהל יטב לב סאטמאר-אנטווערפען זצ"ל איז געווען בזיוו"ר אן איידעם םון ר' חיים יעקב יוסף מקאמינקא.
ער פלעגט שטענדיג רעדן פון זיין שווער בהערצה ואהבה רבה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח צדיק מושל, מען זעהט אז איר זענט א ריכטיגער מושל, על כן יאמרו המושלים בואו ונחשוב חשבונו של עולם.

אז מיר האלטן שוין דא לאמיר פרובירען מיט א שושלת.

הרה"ק ר' יהושע הלוי ב"ר שלום (הראשון) ראזענפעלד מקאמינקא זצ"ל, בניו;
א. הרה"ק ר' שלום (השני) מקאמינקא
ב. הרה"ק ר' אלעזר ראזענפעלד מאושפיצין זצ"ל-הי"ד - חדב"ן מרן הדב"ח זצ"ל
ג. חתנו ר' שלמה האלבערשטאם (הראשון) מבאבוב ב"ר מאיר נתן מצאנז
ד. חתנו ר' משה חיים ראבינאוויטש
ה. חתנו ר' אלתר אייכנשטיין מיאריטשוב

בני ר' שלום השני מקאמינקא;
א-א. ר' חיים יעקב יוסף ראזענפעלד אדמו"ר מקאמינקא בלעמבערג - חתן ר' נפתלי מקשאנוב
א-ב. ר' נפתלי שמואל צבי ראזענפעלד מפעטעטיטש-קאמינקא
א-ג. ר' משה ארי' ראזענפעלד
א-ד. ר' מנחם מענדל ראזענפעלד מביסטריץ חתן מהרש"א מראצפערט
א-ה. ר' אהרן דוד ראזענפעלד מיאריטשוב
א-ו. ר' יצחק ראזענפעלד מרישא
א-ז. ר' ראובן ראזענפעלד דומ"ץ קאמינקא חתן אחיו ר' נפתלי שמואל צבי
א-ח. חתנו ר' שלום ראובן ראזענפעלד בן אחיו ר' אלעזר מאושפיצין

בני ר' אלעזר מאושפיצין;
ב-א. ר' אלכסנדר חיים ראזענפעלד מזאסעלע
ב-ב. ר' שלום ראובן ראזענפעלד מאושפיצין
ב-ג. ר' נפתלי שמואל צבי ראזענפעלד מאושפיצין חתן שמואל שמעלקא עזריאל תאומים-פרענקל
ב-ד. חתנו ר' יונה באראן (נכד הס"ק מראדישיץ והדב"ח)
ב-ה. חתנו ר' ארי' לייבוש ראזענפעלד ממאשציסק
ב-ו. חתנו ר' אשר ישעי' הורוויץ ב"ר מרדכי דוד מאוליינוב
ב-ז. חתנו ר' יעקב צבי האלבערשטאם מסוכא בן ר' ישעי' מטשחויב
ב-ח. חתנו ר' דוד האלבערשטאם מיאשליסק ב"ר מענדל מפריסטיק

-

ווער איז געווען ר' משה חיים ראבינאוויטש חתן ר' יהושע מקאמינקא?
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

מיללער האט געשריבן:ווער איז געווען ר' משה חיים ראבינאוויטש חתן ר' יהושע מקאמינקא?

פון יאשע קאלב האט איר געהערט ?

פון דעם באזוך פון שינאווא רב בעל דברי יחזקאל אין בריסק ווייסט איר ?
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

מיללער האט געשריבן:ה. חתנו ר' אלתר משה יהודה אייכנשטיין מיאריטשוב

א-ד. ר' מנחם יהודה ראזענפעלד מביסטריץ חתן מהרש"א מראצפערט
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

זיידעניו האט געשריבן:איך ווייס נישט די מעשה פון יאשע קאלב, אדרבה פארצייל דאס.
צדיק מושל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ווער איז געווען ר' משה חיים ראבינאוויטש חתן ר' יהושע מקאמינקא?

פון יאשע קאלב האט איר געהערט ?

פון דעם באזוך פון שינאווא רב בעל דברי יחזקאל אין בריסק ווייסט איר ?

משה חיים - יאשע קאלב
ועמך כולם צדיקים
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

ביקסאד האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:איך ווייס נישט די מעשה פון יאשע קאלב, אדרבה פארצייל דאס.
צדיק מושל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ווער איז געווען ר' משה חיים ראבינאוויטש חתן ר' יהושע מקאמינקא?

פון יאשע קאלב האט איר געהערט ?

פון דעם באזוך פון שינאווא רב בעל דברי יחזקאל אין בריסק ווייסט איר ?

משה חיים - יאשע קאלב

באריכות אודות כל הסיפור- ראו בספר י"ג אורות לבית צאנז [ פשעווארסק] , מערכת מרן משיניווא, מדור:"בעניני הלכה".
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:צווישן די זוהן פון ר' יהושע'לע קאמינקער איז געווען הרה"צ ר' אלעזר ראזנפעלד מאושפיצין זצ"ל-הי"ד חדב"ן מרן הדברי חיים זצ"ל ר' אלעזר איז פאר א שטיק צייט געווען אין ארץ ישראל ווי ער האט אויפגעשטעלט א ביהמ"ד, שפעטער איז ער צוריקגעפארן קיין פוילן ווי ער איז ליידער אומגעקומען עקה"ש.

ר' אלעזר'ל אושפיצינער (צענטער) מיט זיין שוואגער הרה"ק ר' ישעי'לע טשחויבער (לינקס).


מכתב תודה מר' אלעזר אושפיצינער חדב"ן מרן הגה"ק מצאנז זצ"ל:

http://www.artfact.com/photoPopup.cfm?s ... 2F5F85CA2C
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

למיטב ידיעתי איז ר' אלעזר'ל נישט אומגעקומען, נאר נסתלק געווארן אין יענע תקופה.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

מען פלעגט זאגען אין קאמינקא אז מען האט געקענט וויסען אז פסח קומט שוין ווייל די קעץ זענין ארום געלאפען מיט זאקען אויף זייערע לאפעס
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

msp האט געשריבן:מען פלעגט זאגען אין קאמינקא אז מען האט געקענט וויסען אז פסח קומט שוין ווייל די קעץ זענין ארום געלאפען מיט זאקען אויף זייערע לאפעס


ווי אויך האט מען באדעקט די קלאמקעס אויף די טירן

מהר"ש השני מבאבוב סיפר בשם זקינו מהר"ש הראשון מבאבוב,
אז און קאמינקא איז געוועהן גאר שטארקע חומרות און פסח
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”