רבי מאיר שפירא מלובלין זצ"ל - ז' חשון תרצ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי מאיר שפירא מלובלין זצ"ל - ז' חשון תרצ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרב הגאון ר' מאיר שפירא זצ"ל איז געווען דער ראש און מייסדד פון די וועלט בארימטער ישיבה "חכמי לובלין", און אויכעט דער מייסד פון די "דף היומי".

עטליכע בילדער

בילד
רבי מאיר ביי א הכנסת ספר תורה

בילד
די בנין הישיבה ווי עס קוקט היינט אויס

בילד
דער אמאליגער שיינעם שער

בילד

בילד
די ישיבה בתפארתה

בילד
דאס איז די באקאנטע בילד פון דער חנוכת הבית
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בילד
א מזכרת וואס הענגט היינט אויפן בנין

בילד
די חנוכת הבית

בילד
די בנין היינט

בילד
דער ראש הישיבה

בילד

דער בנין מיט די גארטענעס

בילד
א טוועל וואס הענגט ביים טיר

בילד
היכל הביהמ"ד
אטעטשמענטס
רבי מאיר קוקט זיך פאר א שיעור אינעם די לייברערי פונעם ישיבה
רבי מאיר קוקט זיך פאר א שיעור אינעם די לייברערי פונעם ישיבה
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כי עם קדוש אתה (דברים יד ב) ר' מאיר שפירא האט אמאל פראבירט אז א גביר זאל געבן צדקה פאר זיין ישיבה, און ער האט בשום אופן נישט מצליח געווען, ער האט נישט געוואלט געבן אפי' א פרוטה, האט ער זיך אנגערופען, עס איז מיר פארענטפערט געווארן א קשי', די גמ' זאגט אין חולין, ישראל קדושים הן, יש רוצה ואין לו ויש שיש לו ואינו רוצה, איז דאך שווער, ווער עס האט אין ער וויל נישט געבן זאל דען הייסן א קדוש? נאר פשט איז אזוי, די גמ' זאגט אז ווער עס לייגט נישט אריין די הענט אינטער די גארטל ווערט אנגערופען א קדוש, דער עושר וואס וויל נישט געבן איז אויך א "קדוש", ער וויל נישט אריינלייגן די האנט אינערן גארטל ארויסצונעמן א מטבע פון טאש.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין די צייטן וואס רבינו שלמה לוריא זצ"ל, באקאנט מיט זיין פירוש מהרש"ל, איז געווען רב אין די שטאט לובלין, האט דארט געוואוינט א יונגערמאן וועלכער איז געווען פון זיינע גאר חשוב'ע תלמידים און האט זיך אויסגעצייכנט מיט פארשידענע מעלות ומדות טובות.
האט פאסירט ביי דעם יונגערמאן א ביטערער אומגליק, א קורצע צייט נאך זיין חתונה איז זיין ווייב קראנק געווארן אויף אן אומהיילבארע קרענק, און האט זיך געמוטשעט א לענגערע צייט.
דער יונגערמאן האט נישט געשפארט קיין כוחות און מיה, און האט זיך געלאזט קאסטן געלט פאר דאקטוירים, און דערצו מתפלל געווען הייסע תפלות, אבער די שערי רחמים זענען ליידער געווען פארמאכט און זי האט אויסגעהויכט איר לויטערע נשמה אין קורצן עלטער.
דער בראך פון דעם יונגערמאן איז געווען זייער גרויס, און ער האט שטארק באוויינט זיין אומגליק.
געווענליך איז דער סדר העולם, אז ווען עס גייט אדורך א צייט אפלויף נאכדעם וואס עס פאסירט לא עלינו אזא אומגליק בארואיגט מען זיך און מען ווערט געטרייסט, און צוליב דעם האט דער באשעפער געמאכט די נאטור פון שכחה, מען זאל קענען פארגעסן און אנגיין מיט'ן לעבן. אבער ביי דעם יונגערמאן האט עס נישט פאסירט, עס איז אדורך א לענגערע צייט, מען האט שוין אפילו געהאלטן נאך די ערשטע יארצייט, און פארט האט ער זיך נישט געקענט בארואיגן. עס איז גאר געווען פונקט פארקערט וואס מער צייט עס איז אדורך, אלס מער איז ער געווארן בעצבות און ממש אריינגעפאלן אין מרה שחורה. האבן זיי באשלאסן צו פארציילן דערוועגן פאר זיין רבי'ן דער הייליגער מהרש"ל, אז ער זאל אים לאזן רופן און מחזק זיין.
דער מהרש"ל האט אים טאקע געלאזט רופן און געפרעגט וואס עס דרוקט אים אזוי שטארק צום הארץ. דער יונגערמאן האט נישט געהעריג געענטפערט, און דער מהרש"ל האט באמערקט אז ער באהאלט עפעס, האט ער אויף אים גוזר געווען מיט זיין כח התורה ער זאל ענטפערן.
דער תלמיד האט דאן דערציילט: "א קורצע צייט פאר מיין ווייב איז נפטר געווארן, האט זי מיר געבעטן אז איך זאל איר צוזאגן בתקיעת כף, אז איך וועל מער קיינמאל נישט חתונה האבן. אין יענע ביטערע מינוטן האב איך איר געוואלט דערפרייען דאס הארץ און איך האב צוגעזאגט.
"דאס איז מיר גורם א געפערליכן צער", האט דער תלמיד געזאגט מיט געוויין, "איך בין נאך זייער יונג, און יעצט דארף איך אפלעבן מיין גאנץ לעבן איינער אליין, און נישט קענען אויפשטעלן א אידישע שטוב"?
ווען דער מהרש"ל האט געהערט וואס דער יונגערמאן פארציילט האט ער זיך פארטראכט א לענגערע צייט, דערנאך האט ער ארויסגעגעבן זיין קלארן פסק : "דו טארסט זיך נישט רעכענען מיט דעם תקיעת כף, די דארפסט נאכאמאל חתונה האבן, האב פון גארנישט מורא איך נעם עס מיין אחריות"
דער תלמיד איז געווארן אביסל אויפגעלעבט הערנדיג די ווערטער, און ער האט זיך שטארק באדאנקט.
ביז א קורצע צייט, האט מען אים אנגעטראגן א פיינעם שידוך, און מיט די הסכמה פון זיין רבי'ן דער מהרש"ל האט ער דאס פארענדיגט בשעה טובה ומוצלחת.
אבער ס'איז נישט אדורך מער ווי עטליכע טעג פון ווען ער איז א חתן געווארן, און דער נייער חתן איז ל"ע פלוצלינג געשטארבן, פון איין מינוט אויף דער צווייטער, די גאנצע האט שטאט איז דערפון אויפגעשוידערט געווארן, קוים האט ער אביסל אויפגעלעבט און געהאט א שטיקל שמחה, און ווייטער האט פאסירט אזא אומגליק.
אויך צום מהרש"ל'ס אויערן איז אנגעקומען די ביטערע בשורה, אבער צום גרויסן וואונדער האט ער גארנישט אויסגעזען טרויעריג, ער האט תיכף געלאזט רופן דעם הויפט פון די חברה קדישא און אים באפוילן ווי פאלגענד: "מען זאל דורכפירן אויף דעם יונגערמאן א געהעריגע טהרה אבער פאר מען וועט אים באגראבן זאל מען מיר שיקן רופן, איך וועל דאן ווייטער הייסן וואס צו טאן".
פארשטייט זיך אז מען האט פונקטליך אויסגעפאלגט דעם רביס אנוויינזונגען, און פאר'ן מקבר זיין האט מען געשיקט מודיע זיין פאר'ן מהרש"ל.
דער מהרש"ל איז ארויס צום בית החיים און איבערגעגעבן א צעטל פאר די חברה קדישא. ער האט זיי באפוילן זיי זאלן דאס אריינלייגן אין די האנט פונעם נפטר, זיי זאלן נישט צודעקן דעם קבר, נאר תיכף דערנאך פארלאזן דאס פלאץ. אויפ'ן צעטל איז געשטאנען אזוי "שלום שלום לכם פמליא של מעלה, איך יתכן והלא עשה דוחה לא תעשה שבתורה, גוזרני עליכם בכח התורה שתחזירו לי את האברך הזה". דער צעטל צו די פמליא של מעלה אין אידישע איבערזעצונג, "פרידן צו אייך פמליא של מעלה, וויאזוי האט אזא זאך געקענט פאסירן? א מצות עשה שטופט דאך אוועק א מצות לא תעשה. (דאס הייסט די מצות עשה פון פרו ורבו אז מען דארף חתונה האבן, איז שטארקער פון די מצות לא תעשה פון לא יחל דברו, אז מען טאר נישט עובר זיין אויף א נדר) איך בין גוזר אויף ענק מיט'ן כח פון די תורה, אז איר זאלט מיר צוריקגעבן דעם יונגערמאן". שלמה לוריא
די חברה קדישא האט געטאן פונקטליך וואס דער הייליגן מהרש"ל האט באפוילן. אריינגלייגט דאס צעטל אין האנט פון נפטר, און תיכף פארלאזט דעם אפענעם קבר.
פלוצלינג איז געווארן א געפערליכע איבערקערענישט אין די שטאט, דער יונגערמאן וועלכן מען האט קוים באגלייט מיט גרויס געוויין צום בית החיים, האט ארומשפאצירט לעבעדיגערהייט איבער די גאסן פון לובלין, אנגעטאן מיט ווייסע תכריכים.
א שרעק איז יעדן באפאלן, מאמע'ס האבן געכאפט די קינדער און געלאפן זוכן שוץ אונטער די פארשפארטע טירן, אנדערע האבן זיך פארלוירן און געשריגן מיט קולי קולות פאר גרויס שרעק.
אבער דער יונגערמאן האט זיך נישט געמאכט צו טאן, ער איז רואיג אהיימגעגאנגען, ווי גלייך גארנישט וואלט פאסירט.
די גאנצע שטאט האט געקאכט און גערוישט פון דעם אפענעם נס, יעדער האט זיך געקענט איבערצייגן דעם גרויסן כח התורה פונעם הייליגן רב, אז מען האט געזען תחיית המתים ממש פאר די אויגן. פארשטייט זיך אז דער קידוש השם איז געווען זייער גרויס.
אבער דא האט זיך געמאכט א נייער פראבלעם, די כלה האט שוין מער נישט געוואלט מיט אים חתונה האבן, ווייל ווער וויל דען וואוינען מיט א געוועזענעם נפטר? האט דער הייליגער מהרש"ל נאכאמאל גוזר געווען מיט'ן כח התורה אז דער שר של שכחה זאל מאכן אז אלע איינוואוינער זאלן פארגעסן דערפון, און ביז אפאר טאג איז טאקע פארגעסן געווארן פון אלע שטאט מענטשן ביי וועמען די מעשה האט פאסירט. אזוי ארום האט זיך דער יונגערמאן, ביז א קורצע צייט, צוריק אויסגעמישט מיט אלע אנדערע יונגעלייט, און האט אויפגעשטעלט א בית נאמן בישראל. ער האט דערנאך געלעבט לאנגע געזונטע און גליקליכע יארן.
זכותו יגן עלינו.
די מעשה פלעגט פארציילן דער שפעטערדיגער לובלינער רב, הגאון ר' מאיר שפירא זצ"ל.
(ניצוצי אור המאיר, שט"ו)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויצוו אל יוסף לאמר אביך צוה לפני מותו וגו' אנא שא נא וגו' (נ-טז-יז) לכאורה ווי זעהט מען אז יעקב האט דאס געזאגט? (עיין רש"י ז"ל התירוץ) ר' מאיר שפירא - דער לובלינער רב זאגט אזוי: מיר טרעפן די וואך אז יעקב אבינו האט זיך איבערגעבעטן אויף דעם וואס ער האט באגראבן זיין מאמע אינמיטן וועג, לכאורה פארוואס האט ער זיך געדארפט איבערבעטן, עס גייט דאך דערפון ארויסקומען א גרויסע טובה אין די צייט ווען די יודן וועלן גיין אין גלות, נאר דא האט יעקב אבינו געוויזן אז אויב מען טוט א שלעכטס פאר א מענטש, אפילו צום סוף קומט ארויס דערפון א טובה, דארף מען איהם איבערבעטן. דאס האבן די ברודער יעצט געזאגט צו יוסף "אביך צוה" פון דעם אז די טאטע האט דיר איבערגעבעטן פאר דעם וואס ער האט באגראבן דיין מאמען אינמיטן וועג, האט ער אונז אויסגעלערנט, אז מען דארף איבערבעטן אויף שלעכטס אפילו עס קומט שפעטער ארויס א טובה, און וויבאלד מיר האבן דיר שלעכטס געטוהן, כאטש עס איז ארויסגעקומען דערפון א טובה דארפ'ן מיר דיר איבערבעטן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כי איך אעלה אל אבי והנער איננו אתי (מד , לד)
טייטשן די ספרים, אז א יעדער איד דארף שטענדיג טראכטן, און זאגן: "איך אעלה אל אבי" - ווי אזוי וועל איך קענען ארויפגיין אויבן אין הימל, צו מיין טאטע ווען "והנער איננו אתי" - די "ימי הנערות" די יונגע יארן איז נישט מיט מיך, דאס מיינט אז מ'האט נישט גענוג אויסגעניצט די יונגע יארן ווי עס באדארף צו זיין,
(ר' מאיר שפירא מלובלין זצק"ל)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

חז"ל זאגען (זבחים קט"ז ע"א) ווען מען האט געגעבען די תורה פאר די יודן מיט קולות, האבן זיך אלע פעלקער צוזאם גענומען ביי בלעם הרשע און האבן געפרעגט "שמא מבול בא לעולם" אפשר קומט א מבול אויף די וועלט? האט בלעם זיי ג'ענטפערט "ה' עוז לעמו יתן" דער באשעפער גיבט די תורה פאר די יודן, האבן זיי צוריק ג'ענטפערט "ה' יברך את עמו בשלום" דער אויבערשטער זאל בענטשען זיין פאלק מיט שלום:
עס איז פארהאנען צוויי סיבות פאר וואס מענטשען זיכען שלום 1) ווען עס איז דא א סכנה מאכט יעדער שלום אפילו די וואס האבן זיך פיינט, אבער פארשטענדליך אז אזא שלום איז נישט קיין ריכטיגע ווייל ווען די סכנה גייט פאראיבער האלט מער נישט אן די שלום. 2) ווייל מען האט זיך באמת ליב.

דעריבער ווען יודן האבן מקבל געווען די תורה און עס האט געהערשט א שטארקע שלום צווישן יודן, האבן די פעלקער זיך צוזאמען גענומען ביי בלעם הרשע און געפרעגט "אפשר קומט א מבול אויף די וועלט? און דעריבער איז דא שלום צווישן זיי"? האט זיי בלעם ג'ענטפערט "ה' עוז לעמו יתן" די אויבערשטער גיבט די תורה פאר די יודן, דאס איז א אמת'דיגע אחדות, די תורה טוט זיי מאחד זיין און נישט ווייל זיי זענען און א סכנה, דעריבער האבן די פעלקער ג'ענטפערט "ה' יברך את עמו בשלום" די אחדות איז א אחדות פון "ברכה", און נישט א אחדות פון "קללה".
(הגאון ר' מאיר שפירא זצ"ל)
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

לכבוד די יארצייט. די שיעור שטוב אין ישיבה:
אטעטשמענטס
0182.gif
0182.gif (28.95 KiB) געזען 9574 מאל
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

ב'
אטעטשמענטס
lu.gif
0180.gif
0185.gif
0185.gif (50.03 KiB) געזען 9558 מאל
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

האוהל והציון של רבינו כיום בהר המנוחות:
אטעטשמענטס
AvrahamVeYehudaMeirShapira.jpg
YehudaMeirShapira.jpg
YehudaMeirShapira.jpg (59.7 KiB) געזען 9545 מאל
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

עס איז ידוע בפי העולם אז די תלמידים פון ר' מאיר שפירא זצ"ל (ווי למשל פאלטישאנער רב ז"ל, וואוידיסלאבער רב ז"ל, יבלחט"א ר' אלימלך אשכנזי שליט"א) זענען מורא'דיגע בעלי דרשנים וויבאלד הגאון ר' מאיר זצ"ל פלעגט פארלאנגען פון די תלמידים זיך אויסצולערנען רעדן, און עס איז געווען דעזיגנירט דערפאר א שטיבל מיט בענק, און א שטענדער.
איז אינטרעסאנט צו באמערקן, אז אין א שמועס פונעם צייטשריפט - לעצטענס - מיט הגה"צ ר' אלימלך אשכנזי האט דאס ר' אלימלך אפגעלייקענט, אז דאס איז נישט אמת.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

רעדענדיג פון זיינע תלמידים בנושא הנ"ל, איז כדי צו דערמאנען דער גרויסער תלמיד הגר"ש וואזנער שליט"א, ר"י ישיבת חכמי לובלין.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

ווער האט מפנה הגאון ר' מאיר שפירא קיין ארץ ישראל? און וואס איז די התנגדות דערצו? זיינע תלמידים גייען אויך צום ציון?
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

א טענצל! האט געשריבן:עס איז ידוע בפי העולם אז די תלמידים פון ר' מאיר שפירא זצ"ל (ווי למשל פאלטישאנער רב ז"ל, וואוידיסלאבער רב ז"ל, יבלחט"א ר' אלימלך אשכנזי שליט"א) זענען מורא'דיגע בעלי דרשנים וויבאלד הגאון ר' מאיר זצ"ל פלעגט פארלאנגען פון די תלמידים זיך אויסצולערנען רעדן, און עס איז געווען דעזיגנירט דערפאר א שטיבל מיט בענק, און א שטענדער.
איז אינטרעסאנט צו באמערקן, אז אין א שמועס פונעם צייטשריפט - לעצטענס - מיט הגה"צ ר' אלימלך אשכנזי האט דאס ר' אלימלך אפגעלייקענט, אז דאס איז נישט אמת.


הרב דאמב שליט"א (דער באקאנטער) פון לאנדאן, איז אויך א תלמיד פון ישיבת חכמי לובלין, און ער לייקנט אויך אז רבי מאיר זאל האבן אויסגעלערנט די תלמידים צו רעדן. אויך זאגט ער אז פיל זאכן וואס מען זאגט נאך פון רבי מאיר אז ער פלעגט טון איז שקר.
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

פון הרב דומב איז כמובן קיין ראי' נישט, שהוא היה מקבוצת הגר"ש זליחובר וממתנגדי הר"מ שפירא, וכידוע גם בזה עורר עליו הגר"ש את חמת בני הישיבה שמיעט בערכו של הגרמ"ש אחר פטירתו,
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

מאטעס האט געשריבן:פון הרב דומב איז כמובן קיין ראי' נישט, שהוא היה מקבוצת הגר"ש זליחובר וממתנגדי הר"מ שפירא, וכידוע גם בזה עורר עליו הגר"ש את חמת בני הישיבה שמיעט בערכו של הגרמ"ש אחר פטירתו,


על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:
א) עס איז אמת אז הרב דומב איז געווען מקבוצת הגר"ש זשעליכאווער, עד כדי כך אז כ'האב געהערט פון זיינס אן אייניקל אז מען האט פארשיקט פון ישיבה (דערוועגן?), און ער האט נישט געהאלטן ביים גיין האט די הנהלה פארעפנטליכט א מודעה אין די לאקאלע צייטונגען אז ער איז ארויסגעווארפן.
ב)אבער וואס איז "ידוע" אז די בייזקייט אויף הצה"ק ר' שמעון זצ"ל הי"ד איז געווען ווייל ער האט ממעט געווען בערכו פון ר' מאיר לאחר פטירתו. איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

דער טשעבינער ראש-ישיבה, הרה"ג ר' ברוך שמעון שנייערסאהן זצ"ל, איז געווען מחבורי ר' שמעון זשעליכאווער, אבער כסדר נאכעזאגט זאכן פון רבי מאיר און כסדר דערציילט עובדות פון אים, ממילא איז שווער צו זאגן אז אלע מקורבי ר' שמעון זענען געווען ממתנגדי רבי מאיר.
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

רבי שימעלע זשעליכאווער זצ"ל (וואס עס איז נאך נישט דא קיין אשכול איבער אים) איז ארויס פון יח"ל נאך די פטירה פון רבי מאיר זצ"ל, כל זמן רבי מאיר האט געלעבט האט רבי מאיר אים באשיצט. די טענות פון אים זענען געווען זייער פשוט'ע, ער האט זיין אויסטערלישן מידת האמת נישט געקענט סובל זיין ווען מען האט געמאכט פונעם ר"י מער ווי עס איז (קוויטלעך, ועוד).
למעשה ביי די פטירה פון רבי מאיר, האט ער זיך קריעה געריסן און ער האט געהייסן אלע תלמידים אזוי טוהן.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

האב איך אמאל געהערט פונעם טשעבינער ראש-ישיבה ווי אזוי ר' שמעון האט געליינט די קריאה פון זכור, דאס האט מען געגעבן פאר אים צו ליינען און ער האט עס געליינט מיט אזא כעס, עס האט אויסגעקוקט ווי ער וויל איינשלינגען דעם עמלק מיט א לעפל וואסער. די בחורים האבן זיך פשוט מחיה געווען מיט דער מחזה צו זען ר' שמעון שוימט מיט א כעס אויף דער עמלקן.
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

שעפטיל האט געשריבן:רבי שימעלע זשעליכאווער זצ"ל (וואס עס איז נאך נישט דא קיין אשכול איבער אים) איז ארויס פון יח"ל נאך די פטירה פון רבי מאיר זצ"ל, כל זמן רבי מאיר האט געלעבט האט רבי מאיר אים באשיצט. די טענות פון אים זענען געווען זייער פשוט'ע, ער האט זיין אויסטערלישן מידת האמת נישט געקענט סובל זיין ווען מען האט געמאכט פונעם ר"י מער ווי עס איז (קוויטלעך, ועוד).


אפשר ביסטו אביסל מבאר דיינע רייד "קוויטלעך, ועוד"...
ולפי מיטב ידיעתי זענען די ר"י נאך ר' מאיר נישט געווען אזעלכע גאונים ווי רבי שמעון, ממילא איז געווען וואס חושש צו זיין אז ר' שמעון וועט זיי פארשטעלן די וועג. (כידוע אז ר' שמעון איז געווען א בקי בכל התורה כלה, עד ועד בכלל).

צווייטענס "המתחיל במצוה אומרים לו גמור", עס איז טאקע כדאי צו מאכן א אשכול איבער הה"ק ר' שמעון מזשעליכאוו זי"ע, וואס ער איז געווען א איש פלאי מאוד, און א איש קדוש מאד נעלה, (וואס אין זיין ספר "נהרי א"ש" זעהט מען אפס קצהו מרום גדולתו).
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

א טענצל! האט געשריבן:עס איז ידוע בפי העולם אז די תלמידים פון ר' מאיר שפירא זצ"ל (ווי למשל פאלטישאנער רב ז"ל, וואוידיסלאבער רב ז"ל, יבלחט"א ר' אלימלך אשכנזי שליט"א) זענען מורא'דיגע בעלי דרשנים וויבאלד הגאון ר' מאיר זצ"ל פלעגט פארלאנגען פון די תלמידים זיך אויסצולערנען רעדן, און עס איז געווען דעזיגנירט דערפאר א שטיבל מיט בענק, און א שטענדער.
איז אינטרעסאנט צו באמערקן, אז אין א שמועס פונעם צייטשריפט - לעצטענס - מיט הגה"צ ר' אלימלך אשכנזי האט דאס ר' אלימלך אפגעלייקענט, אז דאס איז נישט אמת.

וואידסלאבער רב לא הי' תלמיד מלובלין. ובתר"ץ שנת חנוכת יח"ל הוא הי' כבר לאחר נישואיו.
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

א טענצל! האט געשריבן:
מאטעס האט געשריבן:פון הרב דומב איז כמובן קיין ראי' נישט, שהוא היה מקבוצת הגר"ש זליחובר וממתנגדי הר"מ שפירא, וכידוע גם בזה עורר עליו הגר"ש את חמת בני הישיבה שמיעט בערכו של הגרמ"ש אחר פטירתו,


על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:
א) עס איז אמת אז הרב דומב איז געווען מקבוצת הגר"ש זשעליכאווער, עד כדי כך אז כ'האב געהערט פון זיינס אן אייניקל אז מען האט פארשיקט פון ישיבה (דערוועגן?), און ער האט נישט געהאלטן ביים גיין האט די הנהלה פארעפנטליכט א מודעה אין די לאקאלע צייטונגען אז ער איז ארויסגעווארפן.
ב)אבער וואס איז "ידוע" אז די בייזקייט אויף הצה"ק ר' שמעון זצ"ל הי"ד איז געווען ווייל ער האט ממעט געווען בערכו פון ר' מאיר לאחר פטירתו. איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון.

עי' ספר נהרי אש מכתב י'.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

"דאס יודישע טאגבלאט" מעלדט איבער דאס הסתלקות פון הגאון רבי מאיר שפירא זצ"ל
אטעטשמענטס
reb meir.jpg
reb meir.jpg (59.21 KiB) געזען 9335 מאל
לחיים ולברכה!
חומר למחשבה
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 22, 2009 12:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חומר למחשבה »

ווי איר זעהט בין איך זייער א זעלטענער תגובה-שרייבער.
אבער זעענדיג אויפן האום-פעידזש אז עס איז דא אן אשכול איבער הגאון רבי מאיר שפירא - פון וועמען איך בין א שטארקער 'פען' - בין איך באלד געקומען צולויפן, פארפאלן, מיין כח המעצר האט אויך א גבול.
עס וואונדערט מיר וויאזוי קיינער פון אייך דערציילט נישט די פאלגענדע געשיכטע איבער הגר"מ זצ"ל.
ומעשה שהי' כך הי':
ארומגייענדיג נאך געלט פאר זיין ישיבה חכמי לובלין, וועלכע איז געבויט געווארן אויף א רייכן און לוקסוסריעזן פארנעם (ווי איר זעהט פון די בילדער) האט ער זיך באגעגענט מיט א גרויסער עושר, וועלכער האט אים געפרעגט:
מיר געפונען אין אבות: כך היא דרכה של תורה, פת במלח תאכל וכו' ועל הארץ תישן. זעען מיר דאך אז מ'דארף לערנען מתוך הדחק. טא, וויאזוי שטעלט איר אהער אזא באקוועמע און רייכע ישיבה, וועלכע איז אין קאנטראסט צו די פארשריפטן פון די משנה?
האט רבי מאיר געענטפערט ברוב חכמתו מיט א באקאנטע מעשה:
מען דערציילט אויף ... (אוי! כ'האב פארגעסן אויף וועמען מען דערציילט עס...) עניוועיס, אויף איינע פון די חסידישע רבי'ס, וועלכער האט איינגעפירט אז מען זאל זאגן הלל פסח אויפדערנאכט ביים דאווענען, און מען האט אים שטארק קריטיקירט דערויף, מיט די טענה אז דער מחבר אין שולחן ערוך ברענגט טאקע אז מען זאגט הלל, אבער דער רמ"א ווידעראום - אויף וועמען מיר פארלאזן זיך בהלכה - שרייבט "אנו אין נוהגים כן".
האט דער רבי געפרעגט: ווער זאגט אז דער רמ"א האט געהאקט אויפן טיש און אויסגעשריגן: אנו אין נוהגים כן! אפשר האט ער זיך צעקרעכצט: אוי! ליידער אנו אין נוהגים כן, הלואי זאל עס שוין עמיצער קומען און מתקן זיין...
האט הגאון רבי מאיר שפירא אויסגעפירט:
דאס זעלביגע איז אויך מיט די משנה אין אבות: ווער זאגט אז די משנה פאדערט און פארלאנגט שטרענג "כך היא דרכה של תורה, פת במלח תאכל, וכו' ... אפשר וויינט די משנה ביטערליך און קרעכצט אויפן מצב הישיבות, ליידער כך היא דרכה של תורה, מיט אזא עניות ודחקות, אוי הלואי זאל שוין קומען רבי מאיר שפירא און אראפשטעלן א נייעם און געוואונטשענעם מהלך!... ודפח"ח.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

חומר למחשבה האט געשריבן:ווי איר זעהט בין איך זייער א זעלטענער תגובה-שרייבער.

אוודאי איר זענט דאך מער געאייגענט פאר עניני 'מחשבה'...
לחיים ולברכה!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”