רבי אליעזר הורוויץ מדזיקוב זצ"ל - ג' חשון תרכ"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי אליעזר הורוויץ מדזיקוב זצ"ל - ג' חשון תרכ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ג' חשון – איז דער יאהרצייט פון הגה"ק ר' אליעזר מדזיקוב זצוק"ל זי"ע.

דער הייליגע צדיק ר' אליעזר פון זידקוב איז געבוירן אין יאהר תק"ן אין דער שטאט דוקלא, צו זיין הייליגע פאטער ר' נפתלי צבי הורוויץ זי"ע דער ראפשיצער רב מחבר פון ספר זרע קודש.

רבותיו
דער עיקר תורה וואס ער האט געלערנט איז געוועהן ביי זיין הייליגע פאטער דער ראפשיצער רב זצ"ל, און ער האט אויך געלערנט ביי דער ארי' דבי עילאי. שפעטער איז דער צדיק ר' אליעזר זצ"ל געפארן צום הייליגן חוזה פון לובלין זי"ע, צו הרה"ק ר' צבי הירש מ'זידיטשוב זי"ע, צו הרה"ק ר"ר צבי הירש מרימנוב זי"ע, צו הרה"ק הסבא קדישא מראדאשיץ זי"ע, צו הרה"ק ר' מאיר'ל מפרימישלאן זי"ע, און צו הרה"ק מרוזין זי"ע.

שיחה עם אביו
אמאהל ווען ר' אליעזר זצ"ל איז געוועהן א יונג יונגל, האט ער זיך אמאהל נאריש געמאכט אזוי ווי די דרך פון קינדער זענען, און זיין הייליגע פאטער האט איהם אהנגעשריגן פארוואס ער פירט זיך אזוי אויף.

האט זיך דאס קינט אהנגעריפן צום טאטען "טאטע, וואס זאל איך טוהן אז איך האב א יצר הרע וואס שטייט ביי מיר בייטאג און ביינאכט און הייסט מיך טוהן עבירות, איך האב שוין נישט געהאט קיין כח זיך צו שלאגן מיט איהם.

האט דער ראפשיצער רב איהם געענפרט: "מיין קינט פון דער יצר הרע אליין זאלסטו זיך אויסלערנען, קוק ווי ער פאלגט וואס מ'האט איהם געהייסען און ער רוהט נישט אן, נאר בייטאג און ביינאכט רעט ער צו מענטשען צו טוהן עבירות, אזוי אויך דו, זאלסט נישט אנרוהן און זיך אלעמאהל קעגן שטעלן דעם יצר הרע.
האט דער הייליגע קינט געענפרט דעם טאטע'ן: "טאטע, צו וועמען גלייך'סט דו מיר צו, צו דער יצר הרע? דער יצר הרע האט נישט קיין יצר הרע וואס זאל איהם שטערן פון טוהן זיין ארבייט, איך האב אבער יא א יצר הרע וואס שטערט מיך פון זיך אויפפירן גוט.

ר' אליעזר זצ"ל איז געוועהן א גרויסע צדיק, און געהאלפן אסאך אידן אין זיין הייליג לעבן, מיט מופתים, רפואות, ישועות, פאר ער איז אוועק פון די וועלט, האט ער געבעהטן אז מ'זאל איהם געבן א גלעזל וואסער, און ער האט געמאכט א שהכל און געטרינקען, און זיין הייליג נשמה איז ארויף צירוק אין הימל ג' חשון און דער יאהר תרכ"א זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן!
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

די מעשה דערמאנט מיר די פסוק מאובי תחכמני
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

דער הייליגער ר' רליעזר דזישוקובער האט געהאט 4 גרויסע קינדער
ר מאירל פון דזיקוב ער איז געווען דער ממלא מקום אין דזיקוב
ר' משה'לע פון רוזבדוב
ר' ראובעלע דעמביצער
ר' ישראל בארנובער דער טאטע פון דער בעל חמרא טבא דער רבי פון המקובל ר ישעי אשר זעליג מרגליות(באוואסט מיט זיינע קשרים מיטן ס"ק חכם אלפנדרי און מיטן מנחת אלעזר
ר' מאירל האט געמאכט די ספר אמרי נועם ער פלעגט רעדן אויף זיך זיער גרויס איינמאל האט ער געזאגט אז מאיר איז ר"ת
משה אליעזר ישראל ראובן וויל ער איז כולל אלע ברודערס מיטן טאטן אינאיינעם
מי יבין בדרכי צדיקים
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

די דזיקוב'ער רבי'ס זענען געווען באקאנט אלץ גרויסע בעלי מנגנים און בעלי תפילות
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

ר' אליעזר דזיקובער האט געזאגט אז די סבה וואס ער וויל נאכנישט אוועק גיין םון די וועלט איז וויל ווען ער זאגט אין קצבה צימלען די מלאכים צו (זיי פאטשן מיט די הענט)
איך האב געזען אין כמה מקומות אז מען פירט זיך צו פאטשן מיט די הענט ביי אייין קצבה ע"ש די מעשה
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

אלף בית האט געשריבן:די דזיקוב'ער רבי'ס זענען געווען באקאנט אלץ גרויסע בעלי מנגנים און בעלי תפילות

למשל?
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

סאיז דא עפעס א מעשה וואס איז משמע םון דעים אז דער עיקר מקבל פון דער הייליגער ראפשיצער רב איז געווען ר' אליעזרל איך געדענק עס נישט פונקטליך נאר אז דאס איז דער תוכן
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

רבי אליעזר'ל זשיקוב'ער איז געווען א שיינער בעל תפילה
דער אמרי נועם איז אויך געווען א געוואלדיגער בעל תפילה
רבי משה'לע רוזבודוב'ער
מיט רבי משה'לע געדענק איך יעצט א מעשה, רבי משה'לע רוזבדוב'ע ראיז געווען אן איידעם ביים ייטב לב, נאך די חתונה איז ער געזעצן אויף קאסט ביים עלטער זיידער דער ישמח משה אין איהעל, איין וואך שבת האט דער ישמח משה מכבד געווען רבי משה'לען צו דאווענען פארן עמוד, דער ישמח משה האט געוואלדיג הנאה געהאט. די קומענדיגען וואך האט אים דער ישמח משה נאכמאל מכבד אזוי האט זיך עס איבערגע'חזר'ט אפאר וואכן נאכאנאנד, ביז רבי משה'לע האט אנגעהויבן מסרב צו זיין טענה'נדיג איך בין עפעס שטאט'ס חזן? האט אים דער זיידע, דער ישמח משה געזאגט אז ווען ער האט געדאווענט האבן די מלאכים ושרפים מיטגעדאווענט.
(אגב, רוזבודוב'ער איז ביי מעשה אלט געווען א סך הכל פון 13-14 יאר, ווייל שפעטער איז שוין דער ישמח משה נסתלק געווארן)

שרייבנדיג קומט מיך שוין ארויף נאך א מעשה פון רבי אליעזר'ל בנוע זיין בעל תפילה, געווען איז ווען רבי אליעזר'ל איז זייער נישט געזונט געווען, דער מחותן צאנזער רב איז אים געקומען באזוכען, האט זיך רבי אליעזר'ל מזכיר געווען ביים דברי חיים אז ער זאל אים אנוואונטשן א רפואה, האט זיך דער צאנזער רב אנגערופן: וואס פעהלט דען פאר צדיקים אויף יענע וועלט? זיי זענען נהנה מזיו השכינה, וכו'. האט דזיקוב'ער רב אבער גע'טענה'ט ווער וועט ווייטער פירן די שטאט, האט צאנזער רב געזאגט אז ס'איז דא גענוג גוטע אידן ווער עס זאלן קעיר נעמען, האט ער ווייטער גע'טענה'ט אבער ווער וועט מחנך די קינדער ( דזיקוב'ער רב האט נאך דעמאלט געהאט א שטוב מיט קינדער) האט צאנזער רב געזאגט אז ער וועט נעמען אויף זיך זיי מחנך צו זיין, אזוי האבן זיי זיך גע'טענה'ט א שטיק צייט ביז דער דזיקוב'ער רב האט זיך אנגערופן צו ווייס דער מחותן אז ווען מיר זינגען "אין קצבה" זינגט מיט די גאנצע פמליא של מעלה און זיי פאטשן מיט די הענט; אויף דעם האט שוין צאנזער רב גארנישט גענטפערט און ער האט אים אנגעוואונטשן, און פארשטייט זיך אז ער איז געזינט געווארן.
פלאנטשער רב, דעם סאטמארע רבי'נס שווער (א זוהן פון רוזבודוב'ער רב) איז געווען א געוואדיגער בעל מנגן, דער רבי פלעגט זונגען אסאך ניגונים פון אים ווי, דער פלאנטשער אהבה רבה ניגון, און בעיקר "די באקאנטע פלאנטשע תנועה"
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

הכל בכל מכל האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:די דזיקוב'ער רבי'ס זענען געווען באקאנט אלץ גרויסע בעלי מנגנים און בעלי תפילות

למשל?

עס זענען דא דריי קאסעטעס פון דזיקובער ניגונים
אויך איז דא צוויי קאסעטעס וואס ר' ירמי' דמן ני"ו האט ארויסגעגעבן עס הייסט עתיקא קדישא דאס זענען ראזבודובער ניגונים.
דארט קען מען זעהן אז זיי זענען געווען גרויסע בעלי מנגנים און בעלי תפילות.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

יעצט האב איך באמערקט אז מען האט שוין געשריבן וועגן ניגוני דזיקוב און היכל נגינה דשיקובער בר יוחאי.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

אז מען רעדט פון ר' משה רוזבודוב דעמאן איך זיך אז אויף די ניגון בבואו מאדום וואס מען זינגט אין סאטמער וואס וואו באקאנט איז דאס א ניגון פון ר' הערשעלע מרימנוב וואס דער ייטב לב האט עס מקבל געווען פון איהם און דער רוזבודובער רב האט עס אביסל משנה געווען מיט זיינע מרירות דיגע תנועות וואס וואו באוואוסט איז זיין עבודה געווען מיט מרירות
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

איינע פון די אייניקלעך פון ר' אליעזר דזיקובער איז געוועזן ר' יודעלע ז"ל וואס ער איז געווען א זוהן פון ר יושעלע פון דזיקוב א זוהן פון ר' אליעזרל
ער איז זייער באוואסט אלץ א צדיק פון לעצטן דור
איך וואלט געוועלט וויסן צי ער האט זיך אויך אויסגעצייכנט אין חזנות
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הכל בכל מכל האט געשריבן:איינע פון די אייניקלעך פון ר' אליעזר דזיקובער איז געוועזן ר' יודעלע ז"ל וואס ער איז געווען א זוהן פון ר יושעלע פון דזיקוב א זוהן פון ר' אליעזרל
ער איז זייער באוואסט אלץ א צדיק פון לעצטן דור
איך וואלט געוועלט וויסן צי ער האט זיך אויך אויסגעצייכנט אין חזנות



ר' יהודא'לע איז נישט געווען א זוהן פון ר' יהושע'לע, נאר פון ר' אלטר מזיקוב חתן האהבת ישראל.
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

צום סקרענטאנער רב
און דער ר' אלטער איז יא געווען א זון פון ר' אליעזרל אדער גאר א אייניקל
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

פון דזיקוב איז געווען אסאך רבנישע משפחות
דזיקוב, פלאנטש , רוזבודוב, סטוטשין, ריביטיטש, בארנוב, און נאך אסאך
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

דער פריערדיגער סטוטשינער רבי ר' יהודעלע האט אמאל געזאגט
סאיז דא הלכות ראפשיץ פון דער ראפשיצער רב'ס קינדער האט דער דזיקובער זיידע עס די מערסטע געקענט פון זיינע קינדער האט עס דער רמשהלע רוזבודובער די מערסטע געקענט פון זיינע קינדער האט עס די מערסטע געקענט דער טאטע ר' יצחקל פון סטיטשין
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

אינטערסאנט איז אז די יארצייט פון ר' יהודעלע סטוטשינער געפאלט אויך י"א חשון
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

הכל בכל מכל האט געשריבן:צום סקרענטאנער רב
און דער ר' אלטער איז יא געווען א זון פון ר' אליעזרל אדער גאר א אייניקל
הרה"ק ר' אלטר יחזקאל אליהו הי"ד בן הרה"ק ר' יהושע במ"ס עטרת ישועה ועוד.
ועמך כולם צדיקים
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

און וויאזוי גייט עס ווייטער?
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

ר' אלטר'ל מדזיקוב ובנו ר' מנדל'ע זיצן אין א טעקסי אין א קור ארט:
אטעטשמענטס
0109.gif
0109.gif (24.58 KiB) געזען 11779 מאל
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

זיין איידעם איז געווען רבי מאיר נתן הלברשטאם פאטער פונעם ערשטער באבוב'ער רב רבי שלמה, בעל בתו בילוש (בילא).

הכל בכל מכל האט געשריבן:ר' אליעזר דזיקובער האט געזאגט אז די סבה וואס ער וויל נאכנישט אוועק גיין םון די וועלט איז וויל ווען ער זאגט אין קצבה צימלען די מלאכים צו (זיי פאטשן מיט די הענט)
איך האב געזען אין כמה מקומות אז מען פירט זיך צו פאטשן מיט די הענט ביי אייין קצבה ע"ש די מעשה


דער אויבערשטער פארגראף איז נישט ממש גענוי, עס א חלק פון א מעשה, מעשה שהיה כך היה.

רבי אליעזר'ל איז געווען שלאף, איז זיין מחותן (כנ"ל) דער צאנזער רב איז עם געקומען מבקר חולה זיין.

ר' אליעזר'ל: מחותן איך האב מורא!
צאנזער רב: וואס האט איר אזוי מורא.
ר"א: פון יענע וועלט!
צ"ר: נישטא וואס מורא צו האבן. איר האט גענוג מצות ומעש"ט
...
ר"א: איך האב דאך קליינע קינדער וואס מען דארף חתונה מאכן.
צ"ר: זייט נישט באזארגט, איך וועל זיי חתונה מאכן.
ר"א: צאנזער רב! ווען אליעזר'ל טאנצט איין קצבה, פאטשט מיט דער גאנצע פמליא של מעלה!!!
צ"ר: אה אה.. דאס איז שוין יא עפעס...

צאנזער רב איז געגאנגען אין מקוה, און ר' אליעזר איז געזונט געווארן.

דער באבוב'ער רב ז"ל פלעגט כמנהג בית אבותיו טאנצען אין קצבה, ביזן לעצטען יאהר וואס ער האט געדאווענט פארן עמוד, איז ער ממש געשפרינגען ווי א קליין קינד ביי אין קצבה, מה נהדר היה המחזה....
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2673
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

וואו קען מען זען די תולדות פון הרה"ק רבי אליעזר'ל?
קלונימוס
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלונימוס »

יז בתמוז האט געשריבן:וואו קען מען זען די תולדות פון הרה"ק רבי אליעזר'ל?


עס איז דא א ספר פון רנ"מ גערמאן לתולדותיו

דוכט זיך עס הייסט נועם אליעזר
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2673
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

וואו קען מען זיך דאס איינהאנדלן?
קלונימוס
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלונימוס »

יז בתמוז האט געשריבן:וואו קען מען זיך דאס איינהאנדלן?


האסט געטשעקט אין דיין שכנות'דיגן ספרים געשעפט?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”