רבי אליעזר הורוויץ מדזיקוב זצ"ל - ג' חשון תרכ"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

מיללער האט געשריבן:ר' דויד'ל
יש לך את הכתובת ומספר טלפונו של דר. רייך?

אין לי אבל הרב מדזיקוב ב"פ הרב הורוויץ מכירו
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

dovidal האט געשריבן:היום מאה שנה להסתלקותו של הרה"ק רבי יהושע מדזיקוב זי"ע

די צייטונג "המצפה" מעלדט די פטירה פונעם עטרת יהושע מדזיקוב:
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... 4&rtl=true
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

מילי דחוכמתא נוסח ראפשיטץ.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

הרה"ק ה'עטרת יהושע פון דזשיקוב זצוק"ל האט זיך געטראפן מיט הגאון רבי יצחק שמעלקיס זצ"ל אבד"ק לעמבערג (בעל בית יצחק ) .

די בית יצחק איז ארויס פון התפעלות זעענדיג די גאונות מיט די חריפות פונעם דזשיקוב'ער רב זצ"ל האט ער אים געפרעגט פארוואס איז ער רב און א'קליין שטעטל ווי דזשיקוב און נישט און א'גרויסע שטאט .

האט אים דזשיקוב'ער רב גענטפערט בדרך צחות במילי דחוכמתא אויפן ראפשיצער נוסח.

ווארשא איז דאך זייער א'גרויסע שטאט און ס'שטארבן דארט ארום דרייסיג מענטשן א'וואך.
ווידער לעמבערג איז אויך א'גרויסע שטאט און ס'שטארבן דארט ארום צוואנציג מענטשן א'וואך.
קראקא איז נישט אזוי גרויס און ס'שטארבן דארט נאר פינעף מענטשן א'וואך.
טארנא איז נאך קלענער ס'שטארבט דארט א'מענטש א'וואך.

משא"כ דזשיקוב איז אזוי קליין שטארבט דארט נאר איין מענטש און דריי חדשים.

וועגן דעם בלייב איך און דזשיקוב וואס דארט בין איך פאזיכערט צו לעבן לפחות דריי חדשים
.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מיטוואך אוגוסט 13, 2014 4:49 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:היות שהיום היא הילולת הרה"ק רבי אליעזר מדזיקוב אספר סיפור נפלא ממקור מוסמך שסיפר הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זצוק"ל. שרבי נפתלי מילער מחסידי רבי אליעזר מדזיקוב ישב על התורה והעבודה יומם ולילה,נכנסה אשתו לרבי אליעזר ,ובקשה ברכה לפרנסה.אמר לה רבי אליעזר שתקנה קמח והברכה יכנס לקמח,ושהיא לא תספר את זה לאף אחד,וכך הוה שנכנס ברכה לקמח וזה לא נגמר. והיא עשתה את עצמה כאילו שהוא יוצאת לשוק עם כדים ריקים לקנות קמח שלא יודע לאף אחד מהמופת.ופעם אחד היה דין תורה קשה בצאנז והדיינים מהעיר צאנז פחדו לדון בזה,מפני שהבעל דין היה גבר אלים,על כן הביאו דיינים מחוץ לצאנז, וגם הביאו את רבי נפתלי הנ"ל בתור דיין לצאנז, והדין תורה נגמר קרוב לשבועות,והיות וזה לא היתאים לרבי נפתלי לעזוב את הרה"ק מצאנז,על כן נשאר בצאנז לשבועות,ורבי נפתלי אמר שכזה שבועות הוא עוד לא טעם בחיו , ולראש השנה הלך רבי נפתלי לרבו הרה"ק רבי אליעזר מדזיקוב ,וכשרבו ראהו, שאלו איפה היה בשבועות ענה לו כל הסיפור הנ"ל ומפני כבודו של הרה"ק מצאנז נשאר שמה לשבועות, אז ענה הרה"ק מדזיקוב אם ככה שהרב מצאנז יפרנס אותך, ש צדיקי דזיקוב היקפידו לא ללכת לאדמורים אחרים, וכשחזר לביתו שאלו אשתו עם היה לו משהו עם הרבי ?, אז סיפר לה כל הסיפור, אז אמרה לו אשתו כל הסיפור מהקמח,ושזה ממש עכשיו נגמר הקמח,אז הלך להרה"ק מצאנז וסיפר לו כל הסיפור,והיפליא הרב מצאנז את המופת של הרבי מדזיקוב,שבדרך כלל בראפשיץ דזיקוב היה הכל מוסתר,ופה הראה כזה מופת, אז מינה אותו הרב מצאנז לדיין בעיר גארליץ,והיה לו פרנסה בהרחבה.והרב שמואל אהרן מיללער אבד"ק לאבאווע הי"ד היה בנו.זיע"א. והי מדובר שבשנת תר"כ כתר לפ"ק.יתגלה משיח צדקנו.והיה התעוררות גדול על זה ,ונכנס הרה"ק רבי אליעזר מדזיקוב לבית מדרשו ונשבע שמשיח לא יבוא בזאת השנה, וצדיקים היסבירו את זה שהסיבה שהוא עשה את זה ,והיות שראה ברוח קדשו שמשיח לא יגיע בזאת השנה,ופחד שאנשים יפרקו עול אם חלילה משיח לא יגיע ,בגלל זה נשבע, ורבי אליעזר מדזיקוב אמר לפמי פטירתו ,כל דבר שהיה בכלל,דבר זה המנהיג שמובא בגמרא דבר אחד לדור,הצדיק שחי,ויצא מן הכלל והוא הולך לצאת מן העלם,הסיבה הוא לא ללמד על עצמו יצא שהוא לא נפטר בעונו ,אלא על הכלל כולו יצא,שהוא נסתלק כדי לכפר על הדור. לא לשכוח להדליק נר וללמוד משניות לטובת נשמת הרה"ק רבי אליעזר בן רבי נפתלי צבי. זיע"א.

תמונה מהגאון רבי נפתלי מילער זצ"ל ראב"ד גארליץ
אטעטשמענטס
Harav Naftali Miller Dayan of Gorlice.jpg
Harav Naftali Miller Dayan of Gorlice.jpg (6.24 KiB) געזען 5824 מאל
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

ובקדחת.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

אמאל שבת צופרי נאכן דאווענען ווען הרה"ק רבי יהושע מ'דזיקוב זצ"ל איז א'היים געגאנגען מיט חסידים איז אים אנטקעגען געקומען א'באווסטע משכיל אין גאליציע (וואס ער האט געלערנט מיט אים אין חדר) און דורך שפאצירט מיט זיין הונט , האט אים דזיקוב'ער רב געזאגט "גוט שבת האט ער גענטפערט "א'גוט שבת".

האט אים די עטרת יהושע געפרעגט אויפן הונט ווער איז דאס?, האט אים די משכיל גענטפערט אז דאס איז זיין קדיש'ל.
האט אים דזיקוב'ער רב געזאגט "דו לאזט איבער א'שענער קדיש'ל ווי דיין טאטע האט איבער געלאזט"...

און דער זעלבע משכיל איז אמאל געפארן אויף די באן האט ער באגעגענט הרה"ק רבי אברהם חיים הורוויץ אבדק"ק פלאנטש זצוק"ל (שווער פון הרה"ק מ'סאטמאר זצוק"ל) האט אים די משכיל געפרעגט וואו טרעפט מען א'ווארט אין די תורה מיט פיר מאל א'קמץ איינער נאכן אנדערע, האט אים פלאנטשער רב זצוק"ל כדרכו גארנישט גענטפערט,(פלאנטשער רב פאר א'בעל עבירה פלעגט ער שלום געבן,משא"כ פאר א'אפיקורס האט ער נישט,זאגענדיג אז א'בעל עבירה קען תשובה טוהן,משא"כ א'פיקורס וועט נישט).

ווי די משכיל האט געזעהן אז ער ענטפערט אים נישט, האט ער אליינס גענטפערט ביי די עופות טמאים שטייט(דברים יד,יז)הרחמה,האט די משכיל אויסגעפירט אויף דייטש "אבער האלטן זי דאס".

האט אים פלאנטשער רב זצוק"ל געפרעגט ווי טרעפט מען און די תורה א'ווארט מיט פיר מאל א'פתח איינס נאכן צווייטן,האט די משכיל געטראכט און געזאגט אז ער ווייסט נישט,
האט אים פלאנטשער רב געזאגט, אז און די תוכחה שטייט (דברים כח, כב) "ובקדחת" און ער האט אויסגעפירט נו "אבער האלטן זי דאס".
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

והוי זהיר בגחלתן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

און ריישא האט געוואינט א'איד א'תלמיד חכם מיט די נאמען ר' יוסל גלאגובער (פון שטאט גלאגוב) געווען א'חסיד פון הרה"ק מ'צאנז זיע"א און ער איז נאך געגאנגען א'קאפטין אינדערוואכען ( אזוי זענען געגאנגען די שארפע חסידים).

אמאל אלץ אינגערמאן איז ער מיט נאך צוויי חברים זיינע געפארען קיין צאנז אויף שבועות,נאך יום טוב זענען זיי צוריק א'היים געפארן, ארום פיר- פינעף פארטאגס זענען זיי דורך די שטאט דעמביץ לעבען די הויז פון הרה"ק רבי ראובן'לע פון דעמביץ זצוק"ל,(זוהן פון הרה"ק רבי אליעזר'ל פון דזיקוב זיע"א).

די צאנזער חסידים האבען געהאט שטארקע תרעומת אויף די ראפשיצער אייניקלעך ווייל זיי האבען זיך נישט אריין געמישט און די באקאנטע מחלוקת צאנז-סאדיגערע,ווען זיי זענען דורך לעיבן דעמביצער רב'ס זצוק"ל הויז האבען זיי געמאכט א'ביסעלע גערידער מיט די פערד און וואגען,האט דעמביצער רב געפענט זיין פענסטער צו זעהן וואס איז דא די גערידער פארטאגס,און ווען ער האט געזעהן אז דאס זענען אידן האט ער זיי געפרעגט אויב זיי ווילן אריין קומען און עפעס טרינקען,אבער די חסידים האבען אנגעהויבן צו שרייען מיט חוצפה דעמביצער רב איר שלאפט נאך? צאנזער רב זיע"א האט שוין אנגעיאגט צו גיין יעצט דריי מאל און מקוה.

האט זיי דעמביצער רב געפרעגט ווילט איר אפשר טרינקען,האבען זיי זיך ווייטער זייער גע'חוצפה'ט,ווען דעמביצער רב האט געזעהן אז ער האט נישט מיט וועם צו רעדען האט ער פארמאכט זיין פענסטער און געמאכט א'תנועה מיט זיין האנט,און האט זיך עפעס אונטער געמורמעלט שטילער הייט,און זיי זענען ווייטער געפארן.

נאך א'ביסעלע פארענדיג,רופט זיך פלוצלינג אן רבי יוסל געלאגובער צו זיינע פריינט,די פארמאכען די פענסטער און די תנועה וואס ער האט געמאכט מיט זיין האנט געפעלט מיר זייער שטארק נישט,
האבען אים זיינע חברים געזאגט פון וואס האסטו מורא מיר האבען דאך אונזערע הייליגע רבי'ן צאנזער רב זיע"א און ס'איז נישט דא פון וואס צו מורא האבען,אבער רבי יוסל איז געווען שטארק ביי זיך און צו זיי געזאגט אז איר ווילט קענט איר ווייטער פארען,אבער איך גיי צוריק קיין צאנז,וכך הוה ער איז צוריק געפארען קיין צאנז און פארציילט צאנזער רב זיע"א די גאנצע מעשה וואס ס'האט פאסירט.

האט זיך צאנזער רב זיע"א אנגערופן פאר די אנדערע צוויי קען איך גארנישט העלפן,אבער פאר דיר וואס די ביסט צוריק געקומען אויב וועסטו זיין דא א'גאנצע יאר קען איך דיר אפשר העלפן.

וכך הוה, די אנדערע צוויי האבען נישט מוציא שנתם געווען ל"ע,אבער ר'יוסל וואס איז געבליבן און צאנז ביז איבער א'יאר שבועות איז געבליבען לעבן, נאך שבועות איז ער זיך געגאנגען געזעגענען פון צאנזער רב זיע"א.

איז ער א'היים געפארען און ער איז דורך דעמביץ און ער איז אריין צו דעמביצער רב זצוק"ל און ער האט אים געזאגט מיט א'חוצפה זעהט איר דעמביצער רב,"עוד יוסף חי",איך האב פאר אייך קיין מורא נישט,

האט אים דעמביצער רב גענטפערט "אויב אזוי לאמיר מאכן א'לחיים", איז דעמביצער רב צו געגאנגען צום שראנק און ארויס גענומען צוויי געלעזלעך און זיי אפגעווישט מיט א'רויטע פאטשיילע און זיין האבען גע מאכט א'לחיים.

ווי ער איז ארויס פון דעמביצער רב'ס הויז איז ער גלייך געווארען א'שיכור ל"ע,און אזוי איז ער געבליבען א'שיכור זיין גאנצע לעבן, און שטענדיג ווען ער איז דורך א'שענק אפילו פון גוים,האט ער זיך נישט געקענט איין האלטן און ער איז אריין טרינקען משקה,און פון דעמאלטס אן האט מען אים גערופן יוסל פיאק (שיכור און פויליש).

דאס האט פארציילט ר' תנחום פירסט ז"ל מ'חסידי סטיטשין וואס האט עס געהערט פון רבו הרה"ק רבי יודעלע הורוויץ זצוק"ל סטיטשינער רבי , און ר' תנחום האט צוגעלייגט אז זיין פאטער ר' יצחק אהרן הי"ד האט אים געקענט פון ריישא און ער געדענקט אז שטענדיג האט ער געהאט א'פלעשעל משקה ביי זיך און טאש.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג אקטאבער 28, 2014 9:54 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

יארצייט היינט נאכט, די נשמה זאל האבן אן עלי' און אונז א ישועה, זי"ע.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

בנין בית הכנסת בדזיקוב, ששימש לאחר המלחמה במשך שנים רבות כמחסן תבואה.
אטעטשמענטס
6ec5fc499b6e0be0746f54407c2fa9ad.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

בכותל המזרח נפרצה דלת לכניסת משאית
אטעטשמענטס
50af579d6b3468f99cf77b1d7181619d.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

לאחרונה שופץ בנין הבית הכנסת לחלוטין ונבנה מחדש, והותאם לצרכיה של המפקדה של הספרייה הציבורית
אטעטשמענטס
800px-Tarnobrzeg_Synagogue.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

השלט על בנין בית הכנסת כיום, המנציח את חיי היהודים בהעיר הזאת
אטעטשמענטס
Tarnobrzeg_Synagogue_Memory_Monument (1).jpg
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:און ריישא האט געוואינט א'איד א'תלמיד חכם מיט די נאמען ר' יוסל גלאגובער (פון שטאט גלאגוב) געווען א'חסיד פון הרה"ק מ'צאנז זיע"א און ער איז נאך געגאנגען א'קאפטין אינדערוואכען ( אזוי זענען געגאנגען די שארפע חסידים).

אמאל אלץ אינגערמאן איז ער מיט נאך צוויי חברים זיינע געפארען קיין צאנז אויף שבועות,נאך יום טוב זענען זיי צוריק א'היים געפארן, ארום פיר- פינעף פארטאגס זענען זיי דורך די שטאט דעמביץ לעבען די הויז פון הרה"ק רבי ראובן'לע פון דעמביץ זצוק"ל,(זוהן פון הרה"ק רבי אליעזר'ל פון דזיקוב זיע"א).

די צאנזער חסידים האבען געהאט שטארקע תרעומת אויף די ראפשיצער אייניקלעך ווייל זיי האבען זיך נישט אריין געמישט און די באקאנטע מחלוקת צאנז-סאדיגערע,ווען זיי זענען דורך לעבן דעמביצער רב'ס זצוק"ל הויז האבען זיי געמאכט א'ביסעלע גערידער מיט די פערד און וואגען,האט דעמביצער רב געפענט זיין פענסטער צו זעהן וואס איז דא די גערידער פארטאגס,און ווען ער האט געזעהן אז דאס זענען אידן האט ער זיי געפרעגט אויב זיי ווילן אריין קומען און עפעס טרינקען,אבער די חסידים האבען אנגעהויבן צו שרייען מיט חוצפה דעמביצער רב איר שלאפט נאך? צאנזער רב זיע"א האט שוין אנגעיאגט צו גיין יעצט דריי מאל און מקוה.

האט זיי דעמביצער רב געפרעגט ווילט איר אפשר טרינקען,האבען זיי זיך ווייטער זייער גע'חוצפה'ט,ווען דעמביצער רב האט געזעהן אז ער האט נישט מיט וועם צו רעדען האט ער פארמאכט זיין פענסטער און געמאכט א'תנועה מיט זיין האנט,און האט זיך עפעס אונטער געמורמעלט שטילער הייט,און זיי זענען ווייטער געפארן.

נאך א'ביסעלע פארענדיג,רופט זיך פלוצלינג אן רבי יוסל געלאגובער צו זיינע פריינט,די פארמאכען די פענסטער און די תנועה וואס ער האט געמאכט מיט זיין האנט געפעלט מיר זייער שטארק נישט,
האבען אים זיינע חברים געזאגט פון וואס האסטו מורא מיר האבען דאך אונזערע הייליגע רבי'ן צאנזער רב זיע"א און ס'איז נישט דא פון וואס צו מורא האבען,אבער רבי יוסל איז געווען שטארק ביי זיך און צו זיי געזאגט אז איר ווילט קענט איר ווייטער פארען,אבער איך גיי צוריק קיין צאנז,וכך הוה ער איז צוריק געפארען קיין צאנז און פארציילט צאנזער רב זיע"א די גאנצע מעשה וואס ס'האט פאסירט.

האט זיך צאנזער רב זיע"א אנגערופן פאר די אנדערע צוויי קען איך גארנישט העלפן,אבער פאר דיר וואס די ביסט צוריק געקומען אויב וועסטו זיין דא א'גאנצע יאר קען איך דיר אפשר העלפן.

וכך הוה, די אנדערע צוויי האבען נישט מוציא שנתם געווען ל"ע,אבער ר'יוסל וואס איז געבליבן און צאנז ביז איבער א'יאר שבועות איז געבליבען לעבן, נאך שבועות איז ער זיך געגאנגען געזעגענען פון צאנזער רב זיע"א.

איז ער א'היים געפארען און ער איז דורך דעמביץ און ער איז אריין צו דעמביצער רב זצוק"ל און ער האט אים געזאגט מיט א'חוצפה "זעהט איר דעמביצער רב,עוד יוסף חי,איך האב פאר אייך קיין מורא נישט,

האט אים דעמביצער רב גענטפערט "אויב אזוי לאמיר מאכן א'לחיים", איז דעמביצער רב צו געגאנגען צום שראנק און ארויס גענומען צוויי געלעזלעך און זיי אפגעווישט מיט א'רויטע פאטשיילע און זיין האבען געטרינקן א'לחיים.

ווי ער איז ארויס פון דעמביצער רב'ס הויז איז ער גלייך געווארען א'שיכור ל"ע,און אזוי איז ער געבליבען א'שיכור זיין גאנצע לעבן, און שטענדיג ווען ער איז דורך א'שענק אפילו פון גוים,האט ער זיך נישט געקענט איין האלטן און ער איז אריין טרינקען משקה,און פון דעמאלטס אן האט מען אים גערופן יוסל פיאק (שיכור און פויליש).

דאס האט פארציילט ר' תנחום פירסט ז"ל מ'חסידי סטיטשין וואס האט עס געהערט פון רבו הרה"ק רבי יודעלע הורוויץ זצוק"ל סטיטשינער רבי , און ר' תנחום האט צוגעלייגט אז זיין פאטער ר' יצחק אהרן הי"ד האט אים געקענט פון ריישא און ער געדענקט אז שטענדיג האט ער געהאט א'פלעשעל משקה ביי זיך און טאש.

יישר איך מיין איך האב עס געזעהן לעצטינס אין א גליון = קענט איר מיר אפשר דערמאנען ווי
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

dovidal האט געשריבן:

עס איז געדרוקט אין משמי' דר' תנחום
למה זה תשאל לשמי...
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

היום במסיבת לחיים בסקווירא אחר תפלת שחרית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

בראשות בנו הגדול של כ"ק אדמו"ר שליט"א שהם נכדי הרוזינער ורבי אלעזרל דזיקובער זי"ע
שמעתי סיפור ממנו מה שסיפר החסיד רבי אנטשיל וואלאדארסקי ששמע מזקינו החסיד רבי אפרים נוסבוים מדזיקוב - כשרבי אלטרל נעשה רבי אחר פטירת אביו הגיע חסיד ואמר "איך גיי שוין אריין אין פערטן רעגימענט" שעדיין נסע לרבי רבי אלעזר'ל וסיפר מה שזוכר שפעם היה עם אביו אצל רבי אליעזר'ל לעת זקנותו והיה שוכב חלש במטתו ושאל מאביו אם היה במקוה היום אמר שכן היה, שאל אותו אם המקוה היה חם אמר שכן אמר רבי אלעזר'ל א"כ נלך למקוה , העולם שהיה שם תמהו עליו שכן לא ירד ממטתו זמן רב והאיך ילך למקוה, לקח רבי אליעזר'ל את ידיו הקדושים והעבירם על פניו ממצחן עד למטה מזקן שלו "ויצאו מים" מהזקן [הבאר"ד]שלו זי"ע
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

אצל אחד מהאדמורי"ם בטארנא היה נמצא המנורה של רבי אלעזר'ל מדזיקוב
יש לי ספק או אצל הגרדזיסקער בן הפלאנטשער רב או אצל הסטושינער או אצל הזאבנער רב
האם יודע משהו מזה ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

יהודא גוטוויין מדזיקוב
נכדו הוא רבי יהודא גוטוויין מחשובי המתפללים אצל הגר"ם וואלפסאן
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי ראובן מדעמביץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ווייסט איינער ווען רבי ראובן מדעמביץ איז נסתלק געווארן?
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

פסח שני תרל"ט
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מיילעך האט געשריבן:פסח שני תרל"ט

א גרויסער דאנק!
וואס איז די מקור דערויף?
זוכנדיג האב איך נישט געטראפן קיין קלארע מקור.
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

גאר שיינע מעשיות אויף אלע צדיקי בית דזיקוב אינעם הערליכע ספר "משמיה דר' תנחום"
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

מיילעך האט געשריבן:פסח שני תרל"ט

ספר "החכמה מאין"
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

תולדות הרה"ק רבי ראובן מדעמביץ זי"ע - בעלים לתרופה (פר' בהר תשע"ד)
אטעטשמענטס
ר ראובן מדעמביץ.pdf
(95.94 KiB) געווארן דאונלאודעד 255 מאל
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת בתו הרבנית הצדיקת מרת בילא ע"ה אשת הרה"ק רבי מאיר נתן הלברשטאם זצ"ל - בביה"ח בעיר באבוב

8798.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:היום מאה שנה להסתלקותו של הרה"ק רבי יהושע מדזיקוב זי"ע

די צייטונג "המצפה" מעלדט די פטירה פונעם עטרת ישועה מדזיקוב:
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... 4&rtl=true

בנוגע די קינדער פונעם הייליגען עטרת ישועה מדזיקוב איז פארהאן אן אינטערעסאנטע מיסטעריע.

עס איז באקאנט אז הרה"צ רבי פנחס נתן סאפרין זצ"ל מרידיק איז בזווג שני געווען אן איידעם ביים עטרת ישועה פון דזשיקוב.
אויך פאר די טאכטער פונעם עטרת ישועה איז דאס שוין געווען די צווייטע זיווג. ווען זי האט חתונה געהאט מיט רבי פנחס נתן, האט זי מיטגעברענגט א טאכטער מזווגה הראשון, די טאכטער האט שפעטער חתונה געהאט מיט הרה"צ רבי יחזקאל שרגא האלברשטאם מרידיק בן רבי סיני מזמיגראד זצ"ל.

די שאלה איז נאר ווער איז געווען איר ערשטע מאן און וואס איז געשען פון יענעם זיווג?

אינעם גליון "נחלת צבי" גליון קי"ד פר' נשא תשע"ה פרעגט עמיצער אן די שאלה, און דער שואל איז משער אז דער ערשטער זיווג האט זיך געענדיגט מיט א גט און דערפאר איז עס געבליבן בסוד, אבער אולי אז מ'האלט שוין היינט הונדערט יאר שפעטער, וואלט יא געווען אינטערעסאנט צו וויסן ווער דער ערשטער מאן איז געווען.

אינעם נאכפאלגענדן גליון קט"ו שרייבט הרב ישראל צבי בוים א תגובה בנוגע די שאלה, און ער זאגט אז "לכאורה" איז דער ערשטער מאן/איידעם פון עטרת ישועה געווען רבי מאיר יחיאל אונגאר בן רבי יהודה מסוקולוב בן רבי יעקב יצחק מזשאבנא זצ"ל. וחיליה פון הרב בוים איז פון די הסכמה פונעם עטרת ישועה זצ"ל אויפן ספר פלפול הלכה (פרעמישלא, תר"ס) וואס דארט דערמאנט רבי יהושע'לע "חתני הה"ג מו"ה מאיר יחיאל אונגר ז"ל" און ער דערמאנט אים שוין בברכת הנפטרים, הייסט דאס אז ער איז געווען אן איידעם און שפעטער איז ער נפטר געווארן און נישט גע'גט אזוי ווי דער שואל האט געקלערט.

אלעס דערווייל וואלט געשטימט, געפרעגט און געענטפערט און צוגעברענגט א גוטע ראיה, אבער אינטערעסאנט איז אז אינעם לעצט-ערשינענעם ספר "גנזי אור" לתולדות הרה"צ רבי אורי לאנגנער מקנעהניטש-ניו יארק זצ"ל והמשפחה, שרייבט דער מחבר דארט ווען ער גייט איבער די קינדער פון רבי אברהם מקנעהניטש זצ"ל (אבי רבי אורי) דערמאנט ער אז אויסער די דריי באקאנטע זון פון רבי אברהם; רבי אורי, רבי משה און רבי יצחק אייזיק, איז געווען נאך א זון וואס זיין נאמען איז נישט באקאנט, און ער איז געווען אן איידעם ביים עטרת ישועה פון דזיקוב זצ"ל, און נאכדעם וואס ער איז אינגערהייט נפטר געווארן ל"ע האט זיין פרוי חתונה געהאט מיט רבי פנחס נתן מרידיק, און עס איז געלבין א טאכטער פונעם ערשטן זיווג וואס האט שפעטער חתונה געהאט מיט רבי יחזקאל שרגא בן רבי סיני מזימיגראד!

יעצט איז די שאלה ווער עס גרייזט דא, פון איין זייט איז הרב בוים אליינס נישט זיכער מיט זיין באהויפטונג, וואס איז כמובן דערווייל נאר אן השערה באזירט אוף גאנץ א שטארקע מקור אז דער עטרת ישועה אליינס דערמאנט אן איידעם רבי מאיר יחיאל אונגאר, אבער לעומת זה שטייט דאך נישט דארט אז ער איז טאקע געווען דער מאן פון די ווייב פון רבי פנחס נתן בזווגה הראשון. פון די אנדערע זייט שריבן די לאנגנער אייניקלעך מיט א ברירות (אן א מקור) אז זייערס א פעטער איז גאר געווען דארט אן איידעם, נו ווער קען ברענגען סימוכין לזה או לזה?
הצבי
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 10:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצבי »

כפי מה שדברתי עם נכדי המחבר, המקור לזה הוא ממכתבים של הרבנית של הרה"ק רבי אברהם מקנעהינטש זצ"ל בנוגע שידוכים לנכדתה רבקה בתו החורגת של הרב מרידיק, ואכן בעלה של רבקה הנ"ל הי' ממלא מקום חמיו, והתכתב עם דודו ר' אורי'לע ונדפס המכתב בספר גנזי האור הנ"ל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”