רבי יוסף ענגל מבענדין ז"ל א' חשון תר"פ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6613
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

רבי יוסף ענגל מבענדין ז"ל א' חשון תר"פ

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2008 3:58 pm

היינט איז דער יומא דהלולא פונעם שר התורה ר' יוסף ענגל זצ"ל.

ר' יוסף ענגיל איז געבוירען און טארנא, ז' חנוכה שנת תרי"ט לפ"ק. עס ווערט דערציילט אז איידער ער איז
געבוירען איז ר' מאיר מפרעמישלאן ז"ל געווען אמאל און טארנא, און ער האט געזאגט פאר זיין טאטען אז ער
וועט האבען א זוהן וואס וועט פארלייכטען די אויגען פון יודען מיט זיין חכמת התורה.

אלס קינד האט ער שוין געקריגען א כינו 'דער טארנער עילוי'

די מאמע זיינע איז געווען א שטארקע צאנזער חסידה, גייענדיג און איר פאטערס דרך, און ווען ר' יוסף איז נאך
געווען יונג האט זי איהם איינמאל גענומען צום הייליגען דברי חיים.

און די יונגע יאהרען האט ער געלערענט בחברותא מיט זיין קרוב מהר"ש ענגיל ז"ל, דער ראדימישלא רב.

עס איז יוהם איינמאל אויסגעקומען צי זיין א פאר טעג במחיצתו פונעם 'בעל שואל ומשיב', ר' יוסף שאול האט שטארק הנאה געהאט צי שמוסען מוט דעם יונגען עלוי, די צוויי זענען איבער געגאנגען בעל פה אלע תוספות און מסכת יבמות, דער שואל ומשיב האט געזאגט איין תוס' און דער 'טארנער עלוי' האט געזאגט די נעקסטע, און אזוי אדורך די גאנצע מסכתא, דערנאך זענען זיי אריבער צי תנ"ך, דער שואל ומשיב געזאגט א פסוק און תנ"ך, און דער עילוי האט געזאגט די רש"י דערויף, ר' יוסף ענגל ז"ל איז אינגאנצען געווען 14 יאהר אלט דער שואל ומשיב איז אזוי נתרגש געווארען אז ער האט זיך אויסגעדריקט "איך האב שוין קענען געלערענט גרויסע גאונים אבער דער שטייגט זיי אלע איבער..."

זיינע חידושים האט ער אנגעפאנגען שרייבען גאר יונג, און ער ברענגט אסאך מאל פון זיינע כתבים "בעודי בטל
ילדותי.."

און דעם הסכמה אויפען ספר 'תפארת יוסף' א ליקוט פון אלע זיינע כתבים געשטעלט אויף סדר הפרשיות,
שרייבט הגאון האדיר הרב וואזנער שליט"א, אז ווען ער איז נאך געווען א יונג יונגעל האט ער האט נאך
געהאט די זכיה איהם צי זעהן און ווען איז געווען 20 יאהר אלט האט ער געזעהן 90 [ניינציג] חיבורים
פון איהם נאך בכתב יד.

ר' יוסף ענגל איז געווען א ידיד נאמן פאר ר' מאיר אריק ז"ל און זיי פלעגען אסאך וויילען ציזאמען און רעדען און לערנען.

ער איז נפטר געווארען א' חשון תר"פ, אינגאנצען אלט געווען 61 יאהר.

יהי זכרו ברוך.
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2008 4:40 pm

א הארציגען יישר-כח כבוד הרב ר' שמחה פארן אשכול החשוב מיט די שיינע ידיעות איבער דעם גרויסען גאון וצדיק.

עטליכע אנקעדאטן איבער ר' יוסף ענגיל ז"ל מפי הזכרון.

ער איז געווען פון די חברי הביד"צ אין קראקא ביז צו די ערשטע וועלט מלחמה ווען ער האט געפליכטעט קיין וויען, וואו ער האט זיך משתעשע געווען בדברי תורה מיט הגאון ר' מאיר אריק זצ"ל דער אמרי יושר (וואו ר' שמחה האט ערווענט)דארט אין וויען איז ער נסתלק געווארן ושם מנו"כ.

פון צווישן זיינע חיבורים ציילט זיך דער ספר 'בית האוצר' וועלכע איז א אינציקלופידיע-סטיל חיבור בלויז אויף אות א' און עטוואס פון אויס ב', עס איז באקאנט אז ער האט שוין געהאט אפגעשריבען דאס גאנצע וואס וואלט געווען אומגעפער 20 בענדער (!) אבער עס איז ליידער פארלוירן געווארן ביי די מלחמה, חבל על דאבדין.

ער איז אויך געווען בקי בתורת הנסתר און געשריבען חיבורים בעניני קבלה, ער האט מחבר געווען די ספרים ע' פנים לתורה און גבורות שמונים וועלכע באציען זיך איטליכער צו איין קשיא, די ערשטע פארענטפערט די קשיא אויף זיבעציג אופנים, און דאס צווייטע אויף אכציג אופנים.

ער האט נאר געהאט איין איינציגע טאכטער וועלכע האט חתונה געהאט מיט הרב ר' יצחק מנחם מארגנשטערן א קאצקער אייניקל, וועלכע האט זיך אפגעגעבן מיט דרוקען זיינע חיבורים.

אנדערע ספרים פונעם גאון; אתוון דאורייתא, לקח טוב, גליוני הש"ס, אוצרות יוסף, חוסן יוסף.

זכותו הגדול יגן עלינו ועכי"א

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6613
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2008 7:39 pm

דער אויווארער רב ז"ל האט איינמאל ביי א שלש סעודות נאך געזאגט א הפלא ופלא'דיג ווארט פון ר' יוסף ענגל ז"ל
(דער ווארט שטייט און בית האוצר און מערכת ביטול ברוב)

א יעדע דבר איסור איז מושרש בבחינת דין און א יעדע דבר היתר איז מושרש בבחינת חסד, וואס דאס זענען די
צוויי שמות הוי"ה אלקים, הוי"ה איז חסד כידוע, אלקים איז דין.
הוי"ה איז בגי' כ"ו(26) און אלקים איז בגי' פ"ו(86), וואס דאס איז מיט ששים מער פון הוי"ה.
ווען אן איסור ווערט בטל בששים פאלט אוועק 60 פונעם מספר פון אלקים איז עס בלייבט 26 הוי"ה און עס
ווערט נהפך להיתר.

און בית האוצר פירט אויס ר' יוסף ענגל ז"ל

"וכל דברינו אלה רק דרך אפשר ואם שגיתי חלילה השם הטוב יכפר בעד"
the SCY is the limit

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2008 11:14 pm

ווי ר' שמחה האט געשריבן לעצטנס אין די פליטת סופריהם פארום, האט ר' יוסף ענגל זצ"ל געהאט גאר א געשמאקע פעדער, און דער גרעסטער אומוויסנדער מענטש קען ארויסקומען קלאר מיט זיינע טיפזיניגע פשט'לעך נאכן איבערלערנען זיינע ערקלערונגען.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוקטובער 31, 2008 9:52 am

בילד פונעם שער בלאט פון זיין חיבור 'ע' פנים לתורה' וואו ער רעכנט אויס זיין יחוס.

אגב, אינעם זעלבן ספר שרייבט ער א יישר-כח פאר זיין ברודער 'יניק וחכים אחי הצעיר ר' יצחק, בקי ברוב הש"ס'
צוגעלייגטע
engel1.jpg

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אוקטובער 31, 2008 12:01 pm

הגה"צ ר''י מפשעווארסק זצ"ל האט געשריבן:ישעי' ווייסמאן האט מיר פארציילט, אז ר' יוסף ענגיל, ער איז באקאנט מיט זיינע ספרים, [ער איז געווען א שלישי בשני מיטן ראדימישלער רב,] האט געפרעגט דעם בלאזובער רב, וואס איז דער חילוק, עד שמים צי על שמים, האט עם דער בלאזובער רב געענטפערט, אז דער חילוק איז דער שם הוי', ע"ד, באטרעפט דאך פיר און זיבעציג, און ע"ל, איז הינדערט, סהייסט אז ער לערנט פארן אייבערשטען, קומט צי די זעקס און צוואנציג, דער שם הוי'.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג ינואר 18, 2009 5:11 pm

מיילעך האט געשריבן:לכבוד הר' מיללער. אין בית ישראל סעמעטערי אין וואדברידזש ליגט דארט ר' יוסף ענגיל'ס אייניקל מיט'ן נאמען "מארגנשטערן".



כבוד הרב ר' מיילעך הי"ו,

קודם שלום עליכם וברוכים הבאים, יהא בואך לברכה ולהרמת קרן התורה והחסידות.

אפשר וואלט איר געקענט אביסל מאירך זיין איבער דעם אייניקל פון ר' יוסף ענגל וועלכער ליגט דאהי אין די סטעיטס, ווען איז ער ארויסגעקומען, איז ער געווען א רב/רבי, איז פארהאן פון אים ערליכע דורות, אא"וו.

אל תמנע טוב מבעליו בבקשה, יישר כח למפרע.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג מארטש 31, 2009 6:40 pm

ב''ה
נכדו מארגענשטערן מליקאוו כתב אריכות על המשפחה .
בספרו של ר' יוסף עמ''ס קידושין שנדפס בארה''ק .
ותמצא שם חדשות .

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:31 pm

מודעה בעיתון הדרך (בטאון אגודת ישראל שי"ל בציריך) אודות פטירת הגר"י ענגל זצ"ל ודיוות על הלוי' וההספידים.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=17

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm

איז דא א בילד פון רבי יוסף ענגיל?

תגובהדורך צעיר באלפי ישראל » זונטאג ינואר 15, 2012 11:10 am

רבי יוסף ענגיל, שמו הוא תהלתו, ודבר שפתים אך למותר.

מי שהוגה בספריו יודע מתיקות התורה מהו, אה, אה.

האם יש תמונה מגאון נורא זה?

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג ינואר 15, 2012 8:52 pm

לפי ידיעתי האט מען שוין געזוכט אין דערווייל נישט געטראפן איך האב גערעדט אמאל מיט איינער וואס טוט אין דעם אין מיר געזאגט אז ואיננו מען האט נאך נישט געטראפן אזא בילד פין איהם

אבער פין הגאון הגדול ר' שמואל ענגל איז יא דא א בילד עס איז גאנץ באקאנט..
参考专家

משה'עלע
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך משה'עלע » מיטוואך ינואר 25, 2012 1:15 pm

אין תפארת יוסף על התורה ספר בראשית פארהאן אן הערליכער תולדות פון ר' יוסף ענגיל
אגב ביי די תלמידים האט ער פארגעסען אויסצירעכנען דעם גאון איהעלער רב בעח"ס בנין דוד וואס אין די הקדמה שטייט דארט אס ער האט געלערנט בימי בחרותו מיט ר' יוסף ענגיל טויזענט בלאט גמ' סדר נשים וקדשים אין חי' הרי"ם אויף מס' כתובות
אין חכמה כחכמת התורה (פרמ"ג הל' חנוכה סימן תר"ע) ואין חכמיה כישראל

אוסטרופולר
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 7:02 am

הגאון ר' יוסף ענגל

תגובהדורך אוסטרופולר » פרייטאג אוגוסט 09, 2013 6:55 am

האט עמיצער א בילד ווי מען זעהט דעם גאון ר' יוסף ענגל?

מים
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2013 8:38 pm

תגובהדורך מים » פרייטאג אוגוסט 09, 2013 7:18 am

אוסטרופולר האט געשריבן:האט עמיצער א בילד ווי מען זעהט דעם גאון ר' יוסף ענגל?

דערווייל איז נאך נישט דא, א חידוש טאקע פארוואס

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 11:27 pm

שלום עליכם הרב אוסטרופולר, א קרוב מיט ר' שמשון אדער הערשעלע?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מאי 19, 2014 11:47 am

אינעם ניי-איבערגעדרוקטן ספר "שפתי מהר"ש" והחיבור לטהור "שם משמואל" לתולדות הגהאון מהר"ש ענגיל זצ"ל - האבן מיר באמערקט אז הגאון רבי יוסף ענגיל זצ"ל האט געהאט א פעטער (אחי אביו) בשם ר' אהרן ענגעל וואס האט געוואונט דא אין אמעריקא אין די שטאט בעיאן, ניו זשורסי.

בשנת תרפ"ו האט ער געדרוקט זיין חיבור "לב אהרן" וואו ער דערמאנט זיין פלומעניק הגר"י ענגיל און זיין ערשטע קאזין מהר"ש ענגיל, עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן מער פרטים איבער דעם ר' אהרן ענגעל.
דער מזכיר פון מורשת חכמי אמעריקא הרב אהרן ב"ב הי"ו, צייגט אן אז די אין צענזוס ציילונגען פון שנת ת"ש אין בעיאן איז ר' אהרן נאך בין החיים, און דארט שטייט אז ער איז אלט 88 יאר, ד.ה. ער איז געבוירן שנת תרי"ב.

ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם איד?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג מאי 19, 2014 12:25 pm

דערווייל זענען מיר נאכנישט באקאנט מיט קיינע באזונדערע פרטים, צו באמערקן אז אויפן ספר האט ער שוין געקריגן הסכמות אום תרע"ט, איינע פון זיי זייענדיג אין פריהאלד נוא דזערסי, קאן זיין אז בימים ההםהאט ער זיך אויפגעהאלטן דארט, זיין באגרעבעניש ארט איז אונז געלונגען אפצוגעפונען אין די מאונט חברון ביה"ח, ער איז נפטר געווארן (י"א תשרי תש"ד) אפגערוקט פון זיין ב"ב מיט צוויי מאנאטן.

ENGEL, AARON
Block: 3
Reference: 1
Section: B
Lot:
Line: 11
Grave: 49
Society: JUSTICE LODGE
Date of Death: 10/10/1943


ENGEL, ROSE
Block: 3
Reference: 1
Section: B
Lot:
Line: 11
Grave: 40
Society: JUSTICE LODGE
Date of Death: 12/22/1943
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מאנטאג מאי 19, 2014 2:07 pm

געזעהן אמאל ערגעץ, אז ר' יוסף ענגיל האט אמאל געזאגט אז ער געדענקט נאר א רש"י וואס ער האט א חידוש אויף דעם, אבער ס'איז נישטא קיין רש"י וואס ער האט נישט קיין חידוש אויף דעם.

-

וואס זאגט עטס אויף די געוואגטיקייט פונ'ם ילקוט הגרשוני צו שרייבן אזוי אויפן גרויסן גאון ר' יוסף ענגיל, ער האט איהם פשוט נישט געקענט?
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 18&hilite=
לעצט פאראכטן דורך דרךהמלך אום מאנטאג מאי 19, 2014 2:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג מאי 19, 2014 3:31 pm

ער שרייבט דאך הרב המפורסם בחריפות
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מאנטאג מאי 19, 2014 3:32 pm

בן בוזי האט געשריבן:ער שרייבט דאך הרב המפורסם בחריפות


יא! און נאכדעם שרייבט ער 'טל ילדות'

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג מאי 19, 2014 3:38 pm

דרךהמלך האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:ער שרייבט דאך הרב המפורסם בחריפות


יא! און נאכדעם שרייבט ער 'טל ילדות'

אמאל איז מען נישט געווען אזוי 'פאליטיקעל קאררעקט', ביים דרוקן דער ע' פנים איז מהר"י ענגיל געווען גאנצע 30 יאהר אלט, זיי זענען ביידע געווען כמעט אינעם זעלבן יאהרגאנג, ממילא איז דאס א נארמאלער ערשיינונג.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אשמע
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2009 8:42 am

תגובהדורך אשמע » דינסטאג מאי 20, 2014 4:40 pm

האהל על קברו בביה"ח וויען
צוגעלייגטע
R' Yosef Engel 1.jpg

אשמע
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2009 8:42 am

תגובהדורך אשמע » דינסטאג מאי 20, 2014 4:41 pm

המצבה
צוגעלייגטע
R' Yosef Engel 2.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוקטובער 24, 2014 11:15 am

אשמע האט געשריבן:המצבה

בילד


דעם מארגנדיגן שבת געפאלט אויס די 75'סטע יארצייט פון דעם אדם גדול בענקים זצ"ל, עס געפאלט גענוי ווי אינעם יאר פון די פטירה שבת פרשת נח ב' דר"ח חשון, זאל דער גאון וצדיק זיין א מליץ יושר לנו ולכל בני ישראל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוקטובער 26, 2014 8:02 pm

לכבוד די יארצייט האט מיר א ידיד מזכה געווען מיט א זאך וואס איך האב בעפאר נישט געזען.

איינע פון ספרי דרבי יוסף ענגיל איז,חוסן יוסף עמ"ס קידושין, דער ספר איז געבליבן בכת"י און אן אייניקל דוד מארגנשטערן בנו של ר' יצחק מנחם חתנו של רבי יוסף (בנו של האדמו"ר מלוקוב-קוצק) האט אויסוואנדערנדיג קיין אמעריקא מיטגעברענגט דעם כתב יד און דאהי האט ער עס געגעהן פאר ר' יואל פינק ז"ל ממקורבי הגר"י אז ער זאל עס דרוקן, און דאס איז טאקע ערשינען בימי הרת עולם אינעם ברען פון די קריג יארן.

בשנת תשל"ט האט דער דערמאנטער אייניקל שוין געוואונט אין ארץ ישראל, ער האט דאן ווידער געדרוקט דעם דערמאנטן כתב יד, דאסמאל אונטערן נאמען שארית יוסף, אוןנאין די הקדמה באשולדיגט ער אז ר' יואל האט מסלף געווען דברי הרב און אויך אז ער האט אריינגעריקט אייגענע חידושים ועוד.

צום סוף, והוא העיקר, שרייבט דער אייניקל אראפ תולדות זקנו הגדול ערשטהאנטיג, עס איז געשריבן אויף א פריוואטע משפחה פארנעם און זיייער אריגינעל פיל מיט חידושים בתודלחדות חייו הפרטיים ומשפחתו.

לגבי די אייניקלעך, רבי יוסף ענגיל האט געהאט נאר די איינע טאכטער, זי האט געהאט דריי קינדער, איין טאכטער איז געווען א כלה מיט אן אייניקל פון אבני נזר, זיי זענען אומגעקומען עקד"ה הי"ד

אויסער דער זון דוד איז געווען א זון משה ברוך וואס איז געווען אן איידעם ביי האדמו"ר רבי נחום מרדכי מטשארטקוב ז"ל, ער איז אוועק דאהי אין אמעריקא.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 14 געסט