ר' חיים משה יהושע שניאורסאהן-טווערסקי מטומושפול - י”א אלול תשי”ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' חיים משה יהושע שניאורסאהן-טווערסקי מטומושפול - י”א אלול תשי”ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

באדיבות אונזער ידיד החבר ר' נחמן נתן האבן מיר זיך באקענט מיט די תולדות פון אדמו"ר ר' חיים משה יהושע ב"ר מרדכי דובער שניאורסאהן-טווערסקי מטומושפול זצ"ל וועלכער האט בסוף ימיו געוואונט אין קראון-הייטס וואו ער האט געהאט זיין ביהמ"ד.

דער טומושפולער רבי איז געווען א דור רביעי צום בעל התניא בא"ב, זיין טאטע ר' מרדכי דובער איז געווען א זוהן פון ר' נחום בן האדמו"ר האמצעי בנו של האדה"ז בעל התניא זי"ע, ער איז אויך געווען א טשערנאבלער און בארדיטשובער אייניקל.

ער איז נסתלק געווארן י"א אלול תשי"ט ומנחתו כבוד אינעם ליובאוויטשער חלקה אויף די מאנטיפיורע סעמעטערי אין ניו-יארק.

בייגעלייגט איז א בילד פונעם טומושפולער רבי אויף א חתונה (דער ערשטער פון רעכטס) מיט זיינע קרובים חתני הריי"צ מליובאוויטש, אויך א בילד פון זיין מצבה.
אטעטשמענטס
5774.jpg
Tamospol.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווי געשריבען אויפן מצבה איז ער געווען אן איידעם ביי ר' יוסף מקוידענוב (איינער ווייסט מער איבער די גזע?).

ער האט א איידעם הרב פופקא פון פלעטבוש, און א זוהן א סוחר.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אינטערעסאנט צו באמערקן, זיי האבן זיך גערופען טווערסקי און זיך געהאלטן אלס טשערנאבילער רבי'ס מצד טשערקאס,
אזוי אויך דאס געווען מיט ר' יוסף יצחק אוורוטשער וועלעכע האט זיך אויך געפירט היבש טשערנאביל'דיג מער פון ליובאוויטש'דיג, פארשטייט זיך אויף דער טשערנאביל-חב"ד דרך פון טשערקאס
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ווי געשריבען אויפן מצבה איז ער געווען אן איידעם ביי ר' יוסף מקוידענוב (איינער ווייסט מער איבער די גזע?

עס ווערט דא באהאנדלט
http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין 'תולדות אנשי שם' איז דא ערך פאר ר' חיים יצחק פופקא פון פלעטבוש הנ"ל חתן ר' חמ"י מטומושפיל.
אטעטשמענטס
Pupka.jpg
Pupka.jpg (45.64 KiB) געזען 9021 מאל
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אזוי א דור רביעי פונעם בעל התניא א היבשער חידוש
ווי אזוי איז געווען זיינע באציאונגען מיט די ליבאבווישטע געמיינדע דארט? מהאט אים דארט מחשיב געווען אלץ זיין יחוס?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל,
לויט ווי עס זעהט אויס פון זיי (עי' באתרים של חב"ד אנליין) איז ער געווען אקצעפטירט אין ליובאוויטש, ער ליגט אין זייער חלקה.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

יא, דער ליבאוויטשער האט געהאט מיט איהם זייער נאנטע באציאונגען, און לויט ווי איך געדענק האב איך אמאל געזעהן אין איינע פון די רשימות, אז ווען דער טאמאשפילער איז נפטר געווארן האט דער רמ"ש אלס רבי זיך מתעסק געווען ביי די לוי' און גענומען א חלק אין טראגן די ארון.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מיללער האט געשריבן:ווי געשריבען אויפן מצבה איז ער געווען אן איידעם ביי ר' יוסף מקוידענוב (איינער ווייסט מער איבער די גזע?).

אין ספר מחשבת נחום פון ר' מנחם נחום רבינוביץ ב"ר פינחס מקאנטקוזבא (גזע ליניץ) וועלכע איז שפעטער געווען רב אין חיפה ברענגט ער אראפ פיל דברי תורה וואס ער האט פארשריבן פון זיין שווער ר' יוסף פערלאב מקוידענוב בשעת ער איז געזעצן אויף קעסט דארט, אין די הקדמה שטייט אז ר' מנחם נחום האט ממלא מקום געווען זיין טאטן און זיין שווער.
דער ספר האט ארויס געגעבן מכון שפתי צדיקים, עס האט זייער שיינע מקורות'דיגע מעשיות ביים סוף פון ספר.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין דעם בייגעלייגטען בילד ווערט געזעהן ר' חיים משה יהושע מטומושפיל (רעכטס מיט די ווייסע בארד, עטוואס פארשטעקט) צוזאמען מיט זיין קרוב דער ריי"צ מליובאוויטש.
ווערן אויך געזעהן אויפן בילד פון לינקס; ר' שמרי' גורארי' חתן הריי"צ , בערקא גורארי' בן הרש"ג.
(קרעדיט; הירשל ציג)
אטעטשמענטס
FR dock.jpg
FR dock.jpg (26.68 KiB) געזען 8885 מאל
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
האנשים שבתמונה הם
א]ר' חיים ז''ל ליעבערמאן [רח''ל] איש אמונו של הריי''ץ -
ב]הרה''צ מטאמאשפעל זצ''ל
ג]האדמו''ר הריי''ץ נ''ע
ד]הרב קאזארנאווסקי ז''ל
ה]ידידי היקר בערקא [בן הרש''ג] נכדו ונינו היחידי של הריי''ץ והרש''ב ממאנטקלייר נוא דזערזי וקבור בוועסט אראנדז' נוא דזארזי .אימו הרבנית
חנה ז''ל מנו''כ בחלקת מונקאטש .ביקרתי בביתו כו''כ פעמים .ואז שוחחתי עם הרבנית חנה דמות מעניינת מאוד -פיה פתחה בחכמה ותורת חסד
על לשונה -צופי' הליכות ביתה היא היתה עקרת הבית בבית אבי' .אשה משכלת מאוד -
ו] הרב שמרי' גור-ארי' [רש''ג] בן הגביר החסיד ר' מנחם מענדיל ז''ל .
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:באדיבות אונזער ידיד החבר ר' נחמן נתן האבן מיר זיך באקענט מיט די תולדות פון אדמו"ר ר' חיים משה יהושע ב"ר מרדכי דובער שניאורסאהן-טווערסקי מטומושפול זצ"ל וועלכער האט בסוף ימיו געוואונט אין קראון-הייטס וואו ער האט געהאט זיין ביהמ"ד.

דער טומושפולער רבי איז געווען א דור רביעי צום בעל התניא בא"ב, זיין טאטע ר' מרדכי דובער איז געווען א זוהן פון ר' נחום בן האדמו"ר האמצעי בנו של האדה"ז בעל התניא זי"ע, ער איז אויך געווען א טשערנאבלער און בארדיטשובער אייניקל.

ער איז נסתלק געווארן י"א אלול תשי"ט ומנחתו כבוד אינעם ליובאוויטשער חלקה אויף די מאנטיפיורע סעמעטערי אין ניו-יארק.

בייגעלייגט איז א בילד פונעם טומושפולער רבי אויף א חתונה (דער ערשטער פון רעכטס) מיט זיינע קרובים חתני הריי"צ מליובאוויטש, אויך א בילד פון זיין מצבה.



בילד
ב''ה
האנשים שבתמונה
א] הרה''צ מטאמאשפיל זצ''ל
ב]האדמו''ר ר' חיים יעקב זצ''ל מקארלין-סטאלין-דעטראיט
-] ר' שמרי גורארי' הרש"ג
ג]החתן בן המשפיע ר' שמואל לעוויטין וחתן החסיד ר' ניסן פילטשיק
ד]המשפיע ר' שמואל לעוויטין -אבי החתן
ה]האדמו''ר הרמ''ש
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' ב"ד,
איך האב אמאל געהערט אז בערקא מיט זיין מאמע חנה זענען געווען ביי רביה"ק מסאטמאר זצ"ל, איר ווייסט אפשר מער פרטים פונעם באזוך?

דער דערטרויטער איז גקעומען צו די חתונה בבית ר' ניסן פילטשיק פארשטיי איך, איז ר' שמואל לעוויטין געווען א חבד'סקער חסיד?

איר געדענקט נאך דעם טאמאשפילער רבי, וויאזוי איז געווען זיינע באציאונגען צום רמ"ש מליובאוויטש?
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
א]הם היו אצל הרה''צ מסיגעט-סאטמאר וזה הי' אודות מקום מנוחה לאחר מאה ועשרים וגם היתה אז בסקווער --ואף אחד לא רצה להיכנס
בדין ודברים עם תנועת ליובאוויטש .ע''כ
ב]הוא הי' המשפיע בישיבת תומכי תמימים .בא לכאן לבדו לפני המלחמה וגר בקומה הראשונה ב770.א זיסער יוד א געשמאקער אין א חסידישער .
ג]לא הכרתיו.אך הי' דודו זקינו של ידידי אהובי איש החסד הרה''צ ר' דוועדעל מסקווער-בארא-פארק ז''ל והוא סיפר לי הרבה עליו .
עם הרמ''ש הי' הקשרים טובים בכלל לא היתה לו בעי' עם אף אחד .את בית מדרשו אחריו קנה ש''ב הרב מנאראל כשעבר מאיסט סייד
לקראנהייטס לפני שעלה לארה''ק .הנ''ל השאיר בנים ובנות הולכים בדרך התורה והיראה .יהי זכרו ברוך .
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לויט ווי ר' מאיר קנאבלאך (ווארשיינליך איז דאס דער שרייבער אין 'די צייטונג' איבער תולדות וסיפורי צדיקים) שרייבט דא איז נאך די טאכטער פון טמאשפילער רבי הרבנית פופקא, בחיים לאויט"א, אלט זייענדיג קרוב צו 100 יאר קע"ה.

דאס מאכט איר די נענסטע אייניקל לדעתו צום בעל התניא וועלכע איז נאך בחיים.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
התמונה העליונה מהחתונה של ר' בנימין לוויטין נלקחה מהספר המפואר ממלכת טשערנאביל .
ולהם הזכות בפירסום .הם השקיעו מאות אלפים דולר אין דעם געשעפט .וע''כ צריך להודות
להם .
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב געזעהן טאקע דעם בילד דארט אין 'מלכות טשענאבל' אבער מיר האבן נישט דעם בילד פון דארט, נאר פון אנדערע מקורות, דאס איז א ליובאוויטשער בילד וואס כידוע איז דא א שפע דערפון אנליין.

וואס יא, דער 'מלכות טשערנאבל' האט נאך א בילד ביי די חתונה (אדער בר-מצוה) פון בנו של ר' חמ"י מטומשפיל בשם לוי יצחק טווערסקי-שניאורסאהן, זעה איך אז ער האט/געהאט א זוהן אויך, וא"כ רעדט מען פון איינע פון די געציילטע אייניקלעך בא"ב צו בעל התניא.

בד"צ, איר וויסט מער פרטים איבער דעם זוהן?

(רוב שניאורסאהנס זענען נישט קיין בא"ב פונעם בעל התניא, וויל דער צמח איז נאר געווען אן איידעם ביים מיטעלער רבין)
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:בד"צ, איר וויסט מער פרטים איבער דעם זוהן?

(רוב שניאורסאהנס זענען נישט קיין בא"ב פונעם בעל התניא, וויל דער צמח איז נאר געווען אן איידעם ביים מיטעלער רבין)


ב''ה
לבן לוי-יצחק טווערסקי- שניאורסאהן יש בן ובת .
להרב ח''י פופקא יש בנים ובנות .
וכן לגיסו-חתנו פרלוב יש משפחה .
בקובצי שפתי-צדיקים קופיטשניץ ישנם מכתבים מהרה''ק ר' יוסף זצ''ל מקאדינאוו בשנות תר''ס לחסידיו בארה''ב -מכתבים עם תוכן .
הי' לו חתן הרה''צ ר' זלמן אב''ד טאפאראוו אבי ר' חנוך דוב ז''ל מקאדינאוו-באטאשאן -תל-אביב .וחותן הרה''ג רחי''מ ז''ל ריינמאן-שפירא
מנאראל -איסט-סייד -קראנהייטס-בני-ברק שנפטר בשנה שעברה כבן מאה .
השתדך עם בית אווריטש.עיין בקובץ היכל הבעש''ט .
בכלל בית קאדינאוו הי' חסידות גדולה .בבראנאוויטש הי' גר הרה''צ ר' נחמי' והי' לו חתן בבראנקס הרב גליקמאן בן הרב מסאסנאווצא
וכן בנו הרב נפתלי ז''ל שהכרתי חתן המהרי''ד מבעלז .אבי פוסק דורינו הרה''ג ה''צ בעל איגרות משה אביו הי' חסיד קאדינאוו .
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

badatz האט געשריבן:אבי פוסק דורינו הרה''ג ה''צ בעל איגרות משה אביו הי' חסיד קאדינאוו .
לגבי דעם טיטל פוסק דורינו, עיין בכוונת הלב.
badatz האט געשריבן:אבי פוסק דורינו הרה''ג ה''צ בעל איגרות משה אביו הי' חסיד קאדינאוו .
גם הוא בעצמו בצעירותו נסע לקוידינאוו.
ועמך כולם צדיקים
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ביקסאד האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:אבי פוסק דורינו הרה''ג ה''צ בעל איגרות משה אביו הי' חסיד קאדינאוו .
לגבי דעם טיטל פוסק דורינו, עיין בכוונת הלב.
badatz האט געשריבן:אבי פוסק דורינו הרה''ג ה''צ בעל איגרות משה אביו הי' חסיד קאדינאוו .
גם הוא בעצמו בצעירותו נסע לקוידינאוו.

ב''ה
א] כל גדולי מזרח ומערב דפקו לפתחו בענין פסק .
ב] הוא בעצמו מעולם לא נסע לקאדינאוו רק אחיו הגדול ר' מרדכי .
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

לכ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' יצחק מאיר העשיל ממעזשיבוזש חיפה זיע"א היה חתן הרב נחמיה גליקמן, בן אדמו"ר מסאסנאווצע חיפה.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

שמואל'יק'יל האט געשריבן:לכ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' יצחק מאיר העשיל ממעזשיבוזש חיפה זיע"א היה חתן הרב נחמיה גליקמן, בן אדמו"ר מסאסנאווצע חיפה.

ב''ה
הוא הבן של הרב גליקמאן מסאסנאווצא -בראנקס והוא נעשה חתן בשנת תשכ''ה ונקרא אחר זקינו הרה''צ ר' נחמי' פערלאוו מקאדינאוו -בראנאוויטש .
גם הרה''ט רי''מ העשיל ממעזיביז -אדעסא הי' גר בבראנקס .הי' לו ירושות ובתוכם ההגדה של האפטער רב .הוא הי' עושה טיש ער''ח אלול יוד''ה של
אביו הרה''ק ר'ישראל שלום יוסף זצ''ל ממעזיביז וגיסו כ''ק הרה''צ האדמו''ר מבאיאן הי' בא וכן הרב ביק ועוד השתתפו בטיש .ואח''כ עלה לארה''ק וגר בחיפה
מקום חותנו הרה''צ ר' נחום מקאנטקוזווא .השאיר אחריו ג' בנות .
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די קינדער פון ר' חמ"י אינעם ספר הצאצאים לאדה"ז

מזוו"ר;
1) מרת בלומא טווערסקי, ירושלים
2) מרת דבורה לאה ובעלה מרדכי מירושלים
מזוו"ש;
3) ר' לוי יצחק שניאורסון-טווערסקי ואשתו זיסל
4) הרבנית שפרה פריידא פופקא אשת ר' חיים יצחק
5) מרת שרה טריינא קלויזנר אשת ר' חיים מנחם
6) מרת חנה פערלוב אשת ר' אברהם ב"ר יוסף מקוידענוב.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

גאר אן אינטערעסאנטער בילד פון רחמ"י מטומושפיל ביי א הכנסת ספר תורה אין דיטרויט בשנות ת"ש-תש"י, ווערט געזעהן מיט ר' בנציון יוסף ראבינאוויטש מארעל (גזע מאנאסטריטש).

(בילד קרעדיט; הערשל ציג'ס בלאג)
אטעטשמענטס
brezna5.jpg
brezna5.jpg (32.05 KiB) געזען 8686 מאל
brezna5.jpg
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
הטמאשפאלער הי' דודו של האראלער- ברעזנער מדעטראיט כי חמותו אשת ר' פינחס מקאנטקוזווא היתה בת ר' מרדכי דובער מטאמאשפאלי .
ואביו הי' גיסו של הרה''ק מהרי''ד מבעלז כי הי' בן חותנו הרה''ק ר' אברהם שמואל מברעזנא .
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”