מצבה אנטדעקט: רבי יוסף טראני 'המהרי"ט'

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

מצבה אנטדעקט: רבי יוסף טראני 'המהרי"ט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איינע פון די ערשטע אחרונים איז געווען ר' יוסף טראני באקאנט אלס דער 'מהרי"ט' (ה' אלפים שכ"ג-שצ"ט) ער האט געוואונט אין איסטאמבול, טערקיי (דאן באקאנט אלס 'קונשטאנדטינא') און ער איז דארט נסתלק געווארן.

דער פארשער און ביבליאגראף ר' שלמה עפשטיין האט יארן לאנג געזוכט אלע אידישע בתי-חיים אין איסטאמבול צו טרעפן די מציבה פונעם מהרי"ט, לעצטענס זייענדיג אויפן ביה"ח אין צפת נישט ווייט פונעם קבר האלשיך הק' האט ער געטראפן איבערבלייבענישען פון אן אלטע מציבה, נאכן צאמשטעלן די שטיקלעך און דעשעפרירען די אויפשריפטען האט זיך דאס ארויסגעשטעלט אלס די מציבה פונעם מבי"ט.

עס איז ארויסגעקומען אז די קינדער פונעם מהרי"ט האבן אים שפעטער מפנה געווען קיין צפת אז ער זאל ליגן לעבן זיין פאטער ר' משה ד'טראני באקאנט אלס דער 'מבי"ט'.

בייגעלייגט איז א בילד פונעם מציבה נאכן צונויפשטעלן די שטיקלעך.

(אינפארמאציע און בילד גענומען פון די ספרים בלאג תשוח"ח להם)
אטעטשמענטס
Mahrit.jpg
Mahrit.jpg (72.74 KiB) געזען 2511 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אביסל ביאגראפישע שטריכען איבער די משפחת הרבנים 'טראני' אינעם 'אינציקלופידיה יהודית' ערך טראני.

בייגעלייגט א בילד פונעם מצבה פון מבי"ט אין צפת פון אתר 'מיין-צדיק.

אויך א בילד פונעם שער בלאט פונעם ספר 'חי' מהרי"ט' אויף קידושין.
אטעטשמענטס
Hamabit.jpg
Hamabit.jpg (77.21 KiB) געזען 2488 מאל
14005.jpg
14005.jpg (34.92 KiB) געזען 2488 מאל
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דאס האט "קול מבשר" באריכטעט עש"ק מטות תשס"ח העעל"ט:

נאך 130 יאר וואס מען ווייסט נישט די פונקטליכע ארט פונעם קבר פונעם גרויסן גאון דער "מהרי"ט" זצ"ל, איז זיין קבר ענדליך געפונען געווארן אין עיר הקודש צפת.
ר' יוסף מיטראני זצ"ל איז געבוירן געווארן אין צפת, אבער ער האט אסאך ארומגעוואנדערט אין זיין לעבן, ביז ער איז אויפגענומען געווארן אלס הויפט רב אין קאָנסטאַנטינאָפּל – די היינטיגע איסטאנבול אין טערקיי. ער איז נפטר געווארן י"ד תמוז שנת שצ"ט.
זיין מקום קבורה איז געווען אומבאקאנט. מיט 130 יאר צוריק איז ארויסגעקומען א ספר מיטן נאמען "ירושלים" וואס טענה'ט אז ער איז באהאלטן געווארן נעבן דעם בית יוסף אין צפת, אבער א צווייטע ספר מיטן נאמען "תולדות חכמי ירושלים" האט געשריבן אז ער איז באערדיגט געווארן אין איסטאנבול.
א איד ר' שלמה עפשטיין האט מיט 7 יאר צוריק דורכגענישטערט דעם אלטן אידישן בית החיים אין טערקיי אלס א טובה פאר זיין שווער, וועלכער האט געשריבן די תולדות פונעם מהרי"ט, ער האט זיך אבער צוריקגעקערט קיין א"י מיט ליידיגע הענט, נישט געפונענדיג די מציבה.
לעצטנס איז ער געווען אינעם אלטן בית החיים אין צפת ביים קבר פון אלשיך הקדוש, וואו ער האט באמערקט א האלב-באגראבענע מציבה נעבן דעם אלשיך הקדוש, ווען ער האט אנגעהויבן ליינען די ווערטער האט ער געזען אז דער נפטר האט געהייסן יוסף און איז נפטר געווארן אין יאר שצ"ט.
די גרויסע שבחים פונעם מציבה-שטיין האבן געצייגט אז דער נפטר איז געווען א גדול בישראל, און עס שטייט דארט אז ער איז אוועק אינעם שטאט איסטאנבול.
דער איד האט תיכף אנגערופן זיין שווער מברר צו זיין וועלכן טאג געפאלט אויס די יארצייט פונעם מהרי"ט, ווען דער שווער האט אים געזאגט "יד תמוז", האט ער אים איבערראשט מיטן זאגן אז ער שטייט יעצט אקעגן די מציבה פונעם מהרי"ט אין צפת!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח הרב קרעמער, אזוי ווי איך הער ווייניג קול מבשר האב איך נישט געוואוסט דערפון ביז היצט.

שוין יעצט זעהסטו שוין כאטש א בילד פון די מצבה אויך.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”